ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

א סאבסיטוט איז געווען די קאשמאר פון א יעדע מנהל אין חדר אבער א זיסע חלום פארן יונגעל,

די מנהל האט שוין צופרי אנגעטוען הויזן טראגער די בלוטיגע פאסיק גייט מען דאך היינט נוצן! מ'וועט מוזן אויספלאכן אפאר האנט פלאכעס, די טיר איז נישט פארמאכט געווארן פאר צוויי מינוט.

קנאק.....קנאק.....קנא.... ווער איז דארט!? קומט די שטרענגע אנטווארט. נחמן בער, יא וואס ווילסטו?? כ.כ'כ.בין נישט שולדיג מיין סאבסע טרעילער אממ. סאבסיטוט האט געמיינט ס'מיך ... קום אריין, אן קיין פיר קשיות לייגט מען אראפ די יונגעל אויפ'ן פראק-סייד אין די שטעקן הייבט אן זיך צו שאקלען פונקט ווי ביי נעילה.

האללאו קאם דאון וואסי די סטארי??

די מנהל האט יענע צופרי אריינגעוואקט מיט שטאטע שרעקעדיגע טריט.
א גוט מארגן טייערע קינדערלעך האטער אנגעהויבן די דרשה, ענק זענען שוין גרויסע ערוואקסענע כיתה ז' קינדער מ'דארף נישט זאגן וואס ס'מיינט דרך ארץ אדער להבדיל חוצפה..
די ווארט חוצפה האט נישט א ענגלישע אויסטייטש ווייל א גוי איז נאר חוצפה'דיג וועגן דיע שאינו בן ברית האט נישט קיין עקבותא דמשיחא אין ביי יודן איז יעצט חוצפא יסגא ויוקר..... ענקער רבי' האט למזל טוב געבוירן א טומטום ער קומט נישט אין חדר סא היינט גייט זיין א שטעלפארטרעטער

ס'גייט נישט אדורך אפאר מינוט א יונגערמאן מיט א קליין האריגן טשין שפאצירט אריין מיט אזעלעכע געמאכטע שטערענגע אויגן ברעמען לאנגע וואנצעס גע'קעמל'ט ביי די זייטן,
גוט מארגן קינדער
אלע קינדער האבן זיך צולאפען אויף די נייע פלעצער, די רבי איז נישטא מ'קען כאפן!! די גאר גרויסע פורים מאכערס האבן זיך שוין אויפגעטוישט נעמען, ער איז דאך א ראבערטוט'פיק!

א ללמוד וללמד ביכל קומט ארויסצורייסן פונעם רעכטן ביזעם טאש, א שחרית גארטל איז פארשטייט זיך מיטגעקומען ער איז דאך שוין א כלי קודש!! די גארטל דארף דאך שוין צוואוינען אויפן לענדן.. א רויטע מיט א שווארצע פעדער ווערט ארויסגעשלעפט פון די וועסטל טאש, די גאלדענע טאשן זייגער וואס ער האט קוים באקומען א יאר אנדערהאלבן צוריק ווערט ארויף געלייגט אויפן מוקצה'דיגע טיש יעצט גייט מען שוין קענען אריינציען פינף מינוט תורה לשמה אין ריסעס אריין, א ווייסע קאפי מאשין פאפיר וואס איז יעצט ארויסגעקומען פונעם ענגליש אפיס
מ'גייט מאכן א מאפע פון די קינדער....

פאלטשע נעמען האבן זיך גענומען פליסן ווי די קוואל פון יונגעל קעמפ

"הייסע סיטי"
"ניו פאאד"
"דיעגא פערלשטיין"
"יקוש אייזיק"
"יצחק פייוויש"
"מעכל מיניסטער"
"קנעכל אפשר"
"פינאנץ בדרך"
"לאצי פאנעט"
"חילי פארקאש"
"יונער שפיגל"
"דן האלץ"
"פימזען נייניקל"

אזוי האט דערוילם געהאקט א לעבן אויפן פורימטוט

די לפידות קראו האבן זיך געזעצט איינער נעבן דעם אנדערן אין מיט א שטילע שטומע האבן זיי זיך ערלויבט אנצוהייבן זינגען
לאלי פיטשעס אהאא אהאא לא
שאששש....
אפאר שטרענגע רויטע פינטלעך האבן געלאנדעט אויפן ביכל נעבן זייער נאמען, נאך דריי פינטלעך קומט מען אן צום מנהל'ס אפיס!!! פארשטאנען??

א ברומעראציע פון WאWואWוWאו.. שא שטיל!!! די נאטן פון די ניגונים האבן זיך פארשנעלערט Wאו Wאו Wאו Wאו...
יענע רגע האט זיך די בעל צוקלינגען ספאנטאן האבן זיך הונדרעטער יונגלעך מיט געלע ציצית ארויסגעשפרונגען פון די נידריגע בענק

די סבתא האט אפגעאטעמט מיט א פארלייכטערונג עראטוך נאר געווארן סאבסיטוט צו קענען באקומען א געהעריגע שטעלע די נעקסטע לערן יאר..
אלע קינדער זענען זיך צולאפן ווי א חתונה פון מאריטשקעס איינער איז געלאפן כאפן קאפ'ס וואסער, דער איז געלאפן כאפן לאס-ליפס פעפיר'ס, אין די גאר גרויסע פורים קטן מאכער'ס האבן געלאפן אין קאך כאפן די געשמאקע טענדזשערינ'ס וואס וועלן באלד ווערן אזעלעכע "יאו עף אWו'ס" וואס וועלן טרייען צו פליען אין ציל .
די גראבע יונגלעך האבן באקומען די אויפגאבע צו זיצן אין אנווארעמען די טענדזשערינ'ס ס'זאל פליען מיט א שלויך ווישי טשענדזשערין וואסער.....

ברררר.....
ריסעס איז אווער
מיט שמייכל'דיגע פאר מאסקעס'דיגע געזיכטער האט דערוילם אריינין כיתה.

גלייך נאך ריסעס איז שוין די קאפ וואסער געווען אנגעגרייט אויפן הינטש פון די טיר גרייט על סאבסיטוט ש'תבא,
א יעדער האט זיך אראפגעזעצט כאילו גארנישט מיינט נישט מיר, פאפירן זענען ביזדערווייל געווארן מאכטפולע קאמפס דזשעטס וואס וועלן דערגרייכן די שפיץ פון נארט פאול אויפן סאבסיטוט'ס נאז, גאנצעטע עירליינס מיט צענדליגע עראפלאנען זענען געווארן איינגעפארקט אין די לעדלעך גרייט ארויסצופליען ווי נאר די קעניג פון כיתה געט ארויס די באפעל...

די טיר האט זיך מיט א שנעלקייט צועפנט יענע רגע האט זיך גענומען רעגענען וואסער פון די טיר
די רבי'ס בארד האט אויסגעזען ווי ראדני מקוה נאך חצות, אויף די פאות האט מען זיך געקענט דאכטן ס'איז הקפה שלישית, די רעקל איז פארוואנדלט געווארן אין א מעיל, נאכאמזל קלאטשען האט נישט די רבי אנגעטון,
אלע קינדער האבן אויסגעשאסן אין א געלעכטער

די סאבסי האט זיך אויסגעדריקט אזוי שטלערהייט כ'רוף יעצט די מנהל אז ימלא שחוק פינו וועט זיין ביי מיר ולשוננו רנה אוי וועלן ענק זינגען אין די מנהל'ס אפיס,

אפאר שטילע מינוטיגע געשפערייען אין כיתה איז אריבער א יעדער איז אנגעווארנט געווארן דורך די קעניג קיינער זאגט נישט אויס ווער סהאט עס געטוען!! די מנהל האט אריינשפאצירט מיט די נאסע סאבסיטוט שמאטע אין געבליבן שטיין ביי די טיר....
מיט א שרעקעדיגע הויעכע שטומע האט די מנהל געשריגן אזש סהאט געקענט אויסרייסן די בארג וואס איז געבליבן סטאק אין עוג מלך הבשנ'ס ציינער ווער האט געלייגט די קאפ וואסער אויפן טיר???? זאל יעצט אהערקומען די גאנצע כיתה איז געווען שטיל מ'האט הערן ווי די נעגליך אויפן דאך זיצן אויפ'ן וואך אבער אין קול ואין עונה, די מנהל האט אויספראבירט די צוויטע אפציע כ'ווייס ווער ס'איז אויב קומטער זיך אליין מודה זיין וועט אים זיין אסאך גרינגער!!
רחמים האט אויפגעהויבן זיין הענט אזוי נידריג אין שטיל די מנהל'ס אויגן האבן זיך גרייט צועפנט אונז האבן געוויסט אז די ביסטעס יעצט קום אהער.. פארוואס קומסטו נישט!!! מנהל כ'דארף זייער שטארק אין טוילעט כ'קען גיין?? דא איז די מנהל ארויס פון די הויזן רחמים די וועסט כאפן פאר די גאנצע כיתה ווארט מיר ביים אפיס.

א שטילקייט האט געהערשט אין כיתה, ארויס מיט די חומש! יעדער האט שיינערהייט ארויסגענומען די חומש דערוואגן זאל זיך יעצט איינער צו קוקן די מאפע פון ארץ ישראל וואס ליגט אריינגעפרינט אין די בעק ווי למשל סהעלפט צו פארשטיין קלאר די חומש, יעדער טייטעלט מיט צוויי פינגערס דערוואגן זאל זיך דער יעניגער אריינצולייגן די הענט אין די לעדל אינמיטן לערנען, א דורכגעווייקטע טענדשערין איז געקומען צו פליען ס'האט געלאנדעט אימיט'ן די ווייט-באורד אלעס ארום איז פאר טענדזשערינט געווארן די דרך ארץ כללים וואס די סאבסי האט פריער געשריבן האט זיך שיין פארווישט....

די סאבסיטוט טאפט אזוי זיין ביזעם טאש ארויסצונעמען די בלויע ביכל אבער א בלויע געמויזאכץ וואס האט אויסגעזען מער ווי א ספיידער-וועב איז ארויסגעקומען ס'האט נאך געטראפט מים אחרונים וואסער פון די פאריגע הינטשעס שויער,
די געלעכטערייען האבן זיך צוריק אנגעהויבן ס'איז צוריק אוט אף קאנטראל,
די קעניג האט געוויזן מיטן פינגער אין הונדרעטער פליגערס באגלייט פון מייערן פון די דארנישטאג סנעק פלוימען פון ריסעס פיצי צעריסענע שטיקלעך בחינות האבן זיך גענומען פליען, ס'האט נאר געפעלט ראזשינקעס צו מיינען אז מ'האלט אינמיטן א באווארפן

דער סאבסיטוט האט געפילט ס'איז נישט פאר זיינע כוחות מער מיט שנעלע טריט איזער צוריק געלאפן אין כולל.....

דער כולל יונגערמאן זוכט נאך אלץ א דזשאב.



רחמים האט שוין אפגעשיילט א האלבע פעינט פון די טיר קראצענ'דיג פון גרויס נערוועזקייט, ענדליך הערט ער שוין די שטאטע געמיינע טריט פון די גאר נייע עס' עי' עס' סניקער'ס א יעדע צווי מינוט האט די מנהל אזוי געטריפט אויף דיע חוצפה'דיגע בענדל וואס מאכט זיך אייביג אויף אין טאנץ אזוי ארום ווי די נייגעריגע מענטש פון הצלה גאו....

די מנהל יצחק אליעזר שטיינ'ווארצל האט ארויף געשליידערט זיין געלע שווארצע גלעזער אויף די בלאנדע שיינע געקרייזלטע פאות, מיין טאטע האטוך אסאך געלט!! לייגט אזוי צו די קארטל וואס הענגט אים אויפ'ן הויזן...בזזזז... קום אריין, רחמים האט זיך געווארפן פאר שרעק, זעץ דיך אראפ אויפ'ן שוואכע האלצענע בענקל, די זייגער האט מיטגעקלאפט מיטן טאקט פון די קלאפעראציע פון די ציינער וואס האבן באשלאסן צו קלאטשן ווי ביי לכה דודי.

אין די אויספארשונג האט זיך אנגעהויבן...

ווער האט געלייגט די קאפ וואסער??
ווער האט געברענגט די טענדזשערינס??
ווער האט גע'גנב'ט די פעפיר'ס פון די ענגליש אפיס??
ווער האט געמאכט די ערעפלאנען??
ווער איז געווען די ערשטע צו שיסן??
ווער האט ארויסגענומען די באלבס פון כיתה??
ווער האט אריינגעלייגט שטויב אין די עירקאנדישאן??
אין אחרון תכלית חביב אויב די דארפסט ווען יא אין טוילעט פארוואס ביסטו נישט געווען ביי ריסעס הא!????

וואס האסטו געטוען ביי ריסעס!! די ביסט געווען אין קאך?
טרערן האבן זיך אנגעהויבן באווייזן ביי די עקן פון די אויגן מיט א געשטיקטע קול האט רחמים אנגעהויבן צו רעדן מנהל די ווייסט ווי שטארק איך וויל הייסן פון די גוטע קינדער איך האב נישט קיין איין נארמאלע חבר איך בין די אויסגערופענע רחמים די שלימזל א נארמאלע חברותא האב איך קיינמאל נישט געהאט מ'שרייט מיך נאך אז כ'האב א גרוך פון פרעש-ווייבס ווייסט וויפיל מאל כ'מאך מאס מיין קישן פון.... טרערן?? יעצט וואס וויל די מנהל פון מיר!! די מנהל'ס שטומע איז ווייעכער געווארן אביסל רחמנות האט ער באקומען ביסט גערעכט אבער איין שטארקע שטארקע עוולה האסטו געטיען די ביסט נישט געווען אין טוילעט ביי ריסעס גיי אריין אין כיתה שרייב אפ זיבעציג מאל איך גיי שוין זיין וואויל אין גיין אין טוילעט ביי ריסעס....
לעצט פארראכטן דורך שפיגל אום זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 9:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

מיר מיינען חס ושלום קיינעם נישט
לעצט פארראכטן דורך שפיגל אום זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 9:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »



מיין בויך טוט וויי פון לאכן
די האסט לשונות.............
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

א נייניקל האט געשריבן:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

מיין בויך טוט וויי פון לאכן
די האסט לשונות.............
ש'כח פאר די ספארט
ס'העלפט ארויס....
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

שוין מ'איז אנגעקומען צו 250 תגיבות..

גוטע נאכט
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »



שפיגל געווען אין די כלים

א שאד.... האבעך געוואלט לערנען מיט דיר אין איין חדר....
---
ביידעוועי מזל טוב פאר דיין 250 תגובות.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אייזן שטארק!!!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6624
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »


זכרונות..

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »


לאוו איט!!! קיפ איט אפ.
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

מזל טוב פאר 250
האו עבאוט די שרייבסט ווייטער דא ביז פינף הונדערט?! דרוילעם וועט הנאה האבן
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

הער חנן האט געשריבן:
.
שלמה מולכו האט געשריבן:
enjoy האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
אידער וועי עי ביג פעט טענקס

אין די דארט הער חנן די וואלסט נישט געוואלט לערנען אין מיין כיתה טונא איז געווען דארט אסור מן דאורייתא
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2676
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

די שורה עט בעסט.



די סאבסי האט זיך אויסגעדריקט אזוי שטלערהייט כ'רוף יעצט די מנהל אז ימלא שחוק פינו וועט זיין ביי מיר ולשוננו רנה אוי וועלן ענק זינגען אין די מנהל'ס אפיס,
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11512
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

קומסט אריין זייער קלאר שפיגלי, א צוקערדיגע שפראך האסטו.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

כפאל כמעט נישט אריין אין פארברענגען, אבער ווען יא מוז איך קאמאנטירן.

דער האט א משוגענע פעדער, כשטיק מיר.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »



דער שפיגל איז עפעס נישט נארמאל......

קיעפ אפ!
אוועטאר
בעקעש טשאבע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 29, 2022 2:48 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעש טשאבע »

שפיגלי האט זיך צושפיגלט!

און היינט כאפן אלע סאפסעטוטוס מכל קצוי תבל...
בעקעש טשאבע איז א שטאט אין אונגארן
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

הקולמוס שלי האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
הארי פלארי האט געשריבן:
בעקעש טשאבע האט געשריבן:

ש"כח פאר די בליציגע חיזוק!
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

ענגליש טיטשער!!!

איך רעדט נישצו דיע אינטערעסאנטע יונגלעך וואסאבן זיך אויסגעלערט ענגליש אין די חדר יארן, כ'רעדט צו צו דיע וואס האבן אויסגעלערט פאר די טיטשער אז אהרן פוי מיינט זיי שטיל אין מיט א חיות דקדושה האט די טיטשער עס געשריגען ווען די פרינציפעל האט אריישפאצירט...

נא ארי וואס איז די נמשל??עפעס א מעשה האסטו!!
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2249
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע:שיך

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

או מיי גא שפיגי די האסט געמאכט מיין וואך, די ביסט קרעיזי לייק נעווער בעפאר.....

נאדיר האסטע

געניג????
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

יונער האט געשריבן:
או מיי גא שפיגי די האסט געמאכט מיין וואך, די ביסט קרעיזי לייק נעווער בעפאר.....

נאדיר האסטע ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol: :lol:

געניג????
ממממ...ממ..מממ "דעלישיס" קאמפלימענט.
( נישט פארמישן מיט די דעילי-אישי'ס) כ'לעק מיך מיינע ליפן...

טענקס בראו.
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

גוט גוט!! מיך דערמאנט פון די יונגע יארן.
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

בדרך אפשר האט געשריבן:
גוט גוט!! מיך דערמאנט פון די יונגע יארן.
מיך דערמאנט עס פון מיינע 'עלטערע יארן'
ווען כבין געווען א בחור שוין העכער די צוואנציג ל''ע און מיט א פילע בארד. ווען איין טאג נאכ'ן דאווענען א פשוטע שחרית. קומט צו צימיר א הויעכע ברוין ווייסע יונגערמאן. און גיט מיר א פרעג צו כגיי נאך און ישיבה. אדער כארבעט ערגעץ ווי. זאג איך אממ... וואסי? כזוך א שטעלפארטרעטער עמערדזשענסי! זיצט א גאנצע כיתה אנע רבי! כבין פארלוירן! כוועל דיר גיט באצאלן! כבעטיך קום! בקיצור א לאנגע מעשה קורץ. 'פיינע צייטן געווען סיי פאר מיך און נאכמער פאר די קינדער'

שפיגי ביזט גיט! כהייב אן טראכטן אז די קומסט שוין אויך פון דארט....
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »



במקום שאין אנשים.. זיין א במקום ביי קינדער וואס זענען נאכנישט בגדר אנשים.. השתדל להיות איש.. און פרוביר צו בלייבן א מענטש.. נישט ווערן אויס מענטש..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
דיעגא
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 21, 2022 11:22 am

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעגא »

דורך געליינט מיט איין אטעם - נישט ממש איין וויל ס'ניש געווען מעגליך
כ'האב געשטיקט פון געלעכטער!
ביסט אייזן שטארק @שפיגלי
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
וויזוי זאגט ער נאר? א מענטש טראכט און גאט לאכט... דאס אז גאט לאכט גלייבעך, אבער הערנדיג געוויסע מענטשן רעדן, גלייבעך נישט אז א מענטש טראכט...
אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: ס'פליעט טענדזשערינ'ס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

@שפיגל. דיין הומאר שפיגלט זיך אפ אין יעדעס ווארט

שרייב ווייטער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”