נעווער עגעין, אפשר טוט איר אייער השתדלות דערצו?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

נעווער עגעין, אפשר טוט איר אייער השתדלות דערצו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נעווער עגעין, אפשר טוט איר אייער השתדלות דערצו?

נעווער עגעין, די אויסדרוק וואס יעדער איבער די גאנצע וועלט קען און האט שוין געהערט צענדליגער צי הונדערטער מאל, יעדער ווייסט אז נעווער עגעין, מער קענען מיר נישט צולאזן אז עס זאל נאכאמאל פאסירן דאס וואס האט פאסירט, מער נישט, דעציט!

נאכן צווייטן וועלטס קריג ווען עס האט זיך אנטפלעקט אין די עפנטליכקייט קבל תבל ומלואה די שוידערליכע האלאקאוסט וואס אונזערע זיידעס זענען אריבער, די ביטערע פיינונגען, און סיסטעמאטישער מארד פון מיליאנען אידישע קינדער דורכאויס אייראפע, האט זיך איבעראל געהערט רופן אז נעווער עגעין, מער טאר דאס נישט געשען, עפעס דארף געטון ווערן צו ראטעווען דער אידישער פאלק פון נאכאמאל אדורכגיין אזא מאסן מארד.

אבער איידער מען טרעפט א לעזונג דערצו דארף מען אנאלאזירן וואס האט געפירט דערצו? און דורכדעם וועט מען וויסן די לעזונג, נו, האט מען אפירגענומען די פראטאקאלן פון די זקני ציון, און אלע אנדערע אנטיסעמיטישע גארבידש וואס די דייטשן האבן געלופטערט אין זייערע שטונק בלעטער, און מען האט דארט געזען די מורא'דיגע פראבלעם פון כלל ישראל.

(די דייטשן האבן אליינס געזאגט אז) קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט די אידן, נאר ווען די דייטשן האבן זיך געטראפן אז די אידן זענען די אויבערשטע פונעם שטייסל, די בעסטע דאקטוירים, פארמעגליכע עשירים, איינפלוסרייכע פאליטיקאנטן, וכדומה, האט עס זיי געשטאכן און צוגעברענגט צו קנאה, און דאס האט זיי צוגעברענגט צו גענצליך פראבירן צו אויסראטן די אידן פון צווישן זיך.

די לעזונג דערצו איז געקומען אין פארעם פון א וואוט אין די יו ען וואס האט באשטעטיגט אן א.ג. "אידישער" מדינה, פון היינט און ווייטער וועט כלל ישראל זיין א פאלק ווי אלע פעלקער, פון היינט און ווייטער וועט כלל ישראל וואוינען אין זייער אייגן לאנד, זיי וועלן רעדן זייער אייגן שפראך, זיי וועלן האבן זייער אייגן וואלוטע, אייגענע העלדן, אייגענע ספארטלער, און אייגענע פאברעכער, און יא, אויך אן אייגן מיליטער.

מער וועלן זיי נישט זיין א פרעמדע געוואוקס אין א צווייטנס לאנד, מער וועלן זיי נישט זיין אינוואדירנדע פאראזיטן וואס ווערן גרויס אויף יענעמס חשבון, יעדע פאלק וועט זיך האבן זייערע אייגענע העלדן, ספארטלער, פאליטיקאנטן, און פאברעכער, און מער וועלן די אידן נישט זיין א שטער פאר די ארומיגע פעלקער.

יא, איר ליינט גוט, די באשלוס צו גרינדן די מדינה איז געקומען צוליב די אנטיסעמיטישע געדאנקנגאנג אז אידן זענען א שטער אין אנדערע לענדער, און אז מען וועט זיי געבן אן אייגן לאנד העט מען זיי מער נישט האבן אויפן קאפ, און יא, די א.ג. "אידישע" גרינדערס פונעם מדינה האבן אויך אזוי געהאלטן. (סיי הערצל ימ"ש און סיי די אנדערע. עס איז סך הכל איין זוך אוועק...)

אקעי, געגרינדעט א שמדינה, אויפגענומען פאליטיקאנטן, שנעל פארשאפט סקאנדאלן, און היידע, מען האט א לאנד, מער נישט, מער פאסירט נישט אזאנס ווי עס האט פאסירט, פון היינט זענען די אידן באשיצט, ווי האט ביבי געזאגט? (כמ"פ), אמאל זענען די אידן געווען מאכטלאז עפ"ל, נאו מאר, היינט צוטאג זענען די אידן מאכטפול, זיי האבן א מיליטער, א לאנד, פאליטיקאנטן, א כנסת המינים, סאלדאטן, און אלעס וואס זיי דארפן... רח"ל.

אידן איבער די גאנצע וועלט, אידן וועלכע וואוינען סיי וואו, זענען באשיצט! זיי האבן א לאנד וואס וועט זיך אננעמען פאר זיי, זיי האבן א לאנד וואס וועט זיי פארטיידיגן, אז מען דיסקרימינירט קעגן א איד אין אויבער-אפריקע וועט די אידישע לאנד זיך אננעמען פאר זייערס א מעמבער, זיי וועלן קעיר נעמען פון די אידן אלוועלטליך, און פארזיכערן אז אלעס איז פיין.
אצינד, נאך באלד 80 יאר פון זינגען דעי ניגון, נאך איבער 70 יאר פון מיטגיין מיטן שטראם, אפשר איז צייט א בליק צו געבן אויפן מצב?


די ערשטע רעאקציע צום מדינה'ס גרינדונג איז געווען די געצווינגענע גירוש פון טויזנטער אידן פון איבער אלע אראבישע לענדער – יאפ, א גזירת גירוש – אפיציעל צי אומאפיציעל... ממש א קלאסישע פארשפיל צו וואס עס גייט נאכפאלגן איבער די קומענדיגע יארן... יאפ, די מדינה וואס גייט פארזיכערן אז אידן ווערן רעספעקטירט און מען באגייט זיך שיין מיט זיי, די ערשטע סוקסעס סטארי זייערע איז געווען גירוש אראביע.

פון דארט האט די מדינה זיך געטראפן אונטער אן ענדלאזע אטאקע פון טעראריסטן און געמיינע מערדער וועלכע האבן זיך גענומען פאר א ציל צו רודפ'ן און אונטערהאקן די מדינה, מארדן און רצח'ען אומשילדיגע ציווילע איינוואוינער, טעראריזירן די מענטשהייט, און וואס נישט, אלעס אין רעאקציע צו דעם מדינה וואס וועט ראטעווען די אידן...

די מדינה האט אנגעהויבן טון דאס וואס זי האט פארשפראכן, און מיט איר מיליטער אנגעהויבן אריין געבן מכות פאר די אטאקירער, און שמער און שווייניגער, אידן איבער דער גארער וועלט האבן זיך געטראפן אונטער אטאקע אדער אין א סכנה, פארוואס? צוליב די אקציעס פונעם שמדינה און איר מיליטער...

יא, די לאנד וואס וועט רעטן די אידן, די מדינה וואס איז די לעזונג פאר די אידן-פראגע, די מדינה וואס וועט פארזיכערן אידישע אינטערעסן דורכאויס די גאנצע וועלט – דאס איז די הויפט גורם פאר אנטיסעמיטישע אטאקעס דורכאויס די וועלט! יעדע אקט פון די מדינה לייגט פאקטיש אריין אין סכנה צענדליגע טויזנטע אידן איבער די וועלט!

אצינד ווען מיר שטייען דא, נאך אזא ברוטאלע און טויטליכע אטאקע, נאך אזא מאסן מארד, א טאג וואס די מערסטע צאל אידן זענען אין איר אומגעברענגט געווארן זינט די צווייטע וועלטס קריג פון וועלכע די מדינה האט פארשפראכן צו פארמיידן אן איבערשפיל, אפשר איז צייט זיך איבערצוקלערן, נעווער עגעין, מער נישט, מער גייט מען דאס נישט צולאזן, מער וועט מען נישט צולאזן אז אידן זאלן ערמארדעט ווערן.

אפשר טוט איר אייער השתדלות דערצו? אפשר פראבירט איר אויס צו אויפלעזן די טמא'נע מדינה? אפשר געט איר אויף אייער מיליטער, אייערע פאליטיקאנטן און מויל מאכער, און אלע אייערע ספארטלער, און הערט אויף איינזייען קערנדלעך פון שנאה וואס קלאפט אויס אויף כלל ישראל?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”