ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

מוצאי שבת קודש – מיטל נאכט שמחת תורה אין אמעריקע איז כלל ישראל צעטרייסלט געווארן ביז גאר, איינער איז געוואויר געווארן פריער און איינער שפעטער, אבער אויף מוצאי יו"ט האט זיך אנטפלעקט א שרעקליכער בילד, 700 אידן (נאך איידער איינער האט גע'חלומ'ט אז די נומער וועט זיך טאפלען און עס וועט ניטאמאל רעכט א ציפ געבן... ליידער) זענען ברוטאל ערמארדעט געווארן און א קאארדינירטע און אויספלאנירטער אטאקע דורך כאמאס.

די פאליטישע וועלט האט זיך שטארק ארויסגעשטעלט אין שטיצע פון מדנ"י, אריבער 100 פון די אומגעקומענע זענען געווען אויסלענדישע, ווי אויך האט כאמאס זייענדיג אזוי פארטעמפט פון זייערע מעשי רציחה נישט געשפירט פאר וויכטיג צו באהאלטן די גאנצע שוידערליכער אמת איבער די רציחות, און די וועלט איז געווען ערשטוינט, די מדנ"י פאליטיקאנטן האבן גערופן פאר נקמה, און זינט דאן איז די מדינה אין קריגס צושטאנד, מיט שווערע טויזנטער פאטאליטעטן אויף כאמאס' זייט, און דערווייל זעט מען נישט קיין ענדע אינעם נאנטן צוקונפט.

אין די אידישע וועלט – און יא, אויך דא אויף די אידישע וועלט – איז זעלבסטפארשטענדליך אנגענומען געווארן די צד קעגן כאמאס, אבער דערמיט ליידער אויך באהאלטענערהייט די זייט פון די מדינה, פלוצלונג האט מען געקענט אנהייבן הערן ווערטער און מיינונגען כאילו די מדינה דארף אהער, די מדינה דארף אהין, די מדינה מעג, די מדינה מוז, א.א.וו.

יא, כאמאס איז אייסיס, אבער די מדינה איז דאך היטלער! יא, גדול המחטיאו יותר מן ההרגו, ווי מעג מען און ווי קען מען רופן פאר די הצלחה פון א מדינה וואס איז נגד התורה? א מדינה וואס איר עקזיסטענץ באשטייט פון כפירה במלכות שמים ובביאת הגואל? און יא, אפילו אויב איר רופט דאס נישט בפה, אבער אויב דאס איז די מיינונג און געפיל ביי אייך אין הארץ איז עס א גרויסער פראבלעם!

יא, מיר זענען ליידער אפגעקילט געווארן, די הייליגע רגש דקדושה איז קאלט געווארן, די פלאמעדיגע שנאה, די תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי איז פארלאשן געווארן, אבער פארוואס? ווייל מען פירט זיך אנטבלויזט, מען האט מורא אז אויב די מדינת ישראל מיליטער וועט אוועקגיין וועט זיין א מאסן מארד, מען דארף א שומר, א היטער, איינער זאל אונז אפהיטן, און ליידער ליידער פארלאזט מען זיך אויף די טמא'נע ציוני'סטישע מיליטער.

יא, מיר זענען קאלט געווארן, מיר דארפן א היטער, שומר ישראל שמור שארית ישראל, ואל יאבד ישראל האומרים שמע ישראל.

לאמיר אינזין האבן און זיך פארלאזן אויפן אמת'ער שומר ישראל.
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

כ׳פאליטישע ועוד לקרא
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

א געפערליכער ווייטאג.

מענטשן באגרייפן נישט די הארבקייט פונעם מצב.

מען דארף וויכטיג רביה'ק אויסצוקלארן דעם מצב.
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

לייק מיט א גרינע
אסאך תפלה צי נישט נכשל ווערן אין א מחשבת מינות פאר איין רגע אפילו
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
למען ידעו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 19, 2020 6:31 pm

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למען ידעו »

הארי פלארי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 4:24 pm
א געפערליכער ווייטאג.

מענטשן באגרייפן נישט די הארבקייט פונעם מצב.

מען דארף וויכטיג רביה'ק אויסצוקלארן דעם מצב.
רביה״ק זי״ע האט שוין געזאגט זייער זייער קלאר אלעס וואס איר דארפט יעצט וויסן, לערענט דורך דעם וישלח תשי״ז תורה, די הקדמה פון על הגאולה, וועט איר ווערן אויסגעקלארט.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10294
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

מ'ברויך זיך אנווארעמען פון צייט צו צייט.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

יא! א אמת’ע נקודה!

אין אונז דארף מיר טאן וואס מ’קען נאר, נישט צו קאלט ווערן,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
גרעי עריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 26, 2023 5:21 pm

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעי עריע »

גערעכט, דער עולם איז ליידער שטארק קאלט געווארן אבער נישט פון יעצט.
די קרירות ווערט ליידער מער פון יאר צו יאר(בכלל קרירות אין אלגעמיין)

אבער יעצט רערט מען פון א פאל ווי חיות ‏רעות האבן געטאן עפעס וואס שוידערט אויף יעדן מענטש, איז זייער נארמאל אז מקוקט ארויס צו מסדר זיין אז אזאנס זאל מער נישט פאסירן און אז זיי זאלן מצליח זיין.
מרעדט נישט פון קיין ניסים וכדו׳ (נאך די דורכפאל פון נישט קענען אויפכאפן די פלענער פון פאראויס, איז שווער צו ווערן נתפעל)

ליידער ווערט עס געטאן דורך א מיליטער וואס איז אן אבי אבות הטמאה, דאך קוקט מען ארויס אז זיי זאלן מסדר זיין די זאך ווייל נאר זיי זענען יעצט עוועליבל. (אחוץ אויב די האלסט אז סעלף דיפענס איז אויך אסור)
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ברענגסט סך הכל אן עקזעמפל פונעם פראבלעם...
אוועטאר
גאר.געשמאק
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 7:08 pm
לאקאציע:הארי הררט

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאר.געשמאק »

יא ליידער ליידער האט מען זיך דערקייקעלט צו אזא שפל המצב


מ'דארף גרויס רחמי שמים אז מ'זאל נישט נשפע ווערן פון די אבי אבות הטומא

סייג לכחמה שתיקה!!!
מלה בסלע משתוקא בתרין!!!
אמור מעט ועשה הרבה!!!
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

גרעי עריע האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:39 am

ליידער ווערט עס געטאן דורך א מיליטער וואס איז אן אבי אבות הטמאה, דאך קוקט מען ארויס אז זיי זאלן מסדר זיין די זאך ווייל נאר זיי זענען יעצט עוועליבל. (אחוץ אויב די האלסט אז סעלף דיפענס איז אויך אסור)
די יעצטיגע אטאקע איז דעפענסיוו אדער אפענסייוו?
.Hey there! I am using Ivelt
אוועטאר
גרעי עריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 26, 2023 5:21 pm

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעי עריע »

נוסח אשכנז האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 1:18 am
גרעי עריע האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:39 am

ליידער ווערט עס געטאן דורך א מיליטער וואס איז אן אבי אבות הטמאה, דאך קוקט מען ארויס אז זיי זאלן מסדר זיין די זאך ווייל נאר זיי זענען יעצט עוועליבל. (אחוץ אויב די האלסט אז סעלף דיפענס איז אויך אסור)
די יעצטיגע אטאקע איז דעפענסיוו אדער אפענסייוו?
מקען טענ׳ן דערויף, יש צד אז סאיז דיפענס וועגן דעם איז דער עולם מער ווארעם(אדער ענדערש קאלט)
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
אוועטאר
גרעי עריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 26, 2023 5:21 pm

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעי עריע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 1:04 am
ברענגסט סך הכל אן עקזעמפל פונעם פראבלעם...
פראבלעים יא

היטער? נישט דווקה יעצט, אויב עפעס ביי די פריערדיגע מלחמות אסאך ענדערש
מיין מיינונג פון היינט, איז דיין מיינונג פון מארגן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

איך הער, דו ווילסט נישט, איך וויל יא
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אויב עפעס דארף מען עס יעצט פיל וויכטיגער, די נסיון איז סאך שטערקער ווי ביי די פריערדיגע מערכות
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

לענ”ד איז נישט דא קיין קאלטקייט פונעם עולם פונקט פארקערט מטרעפט שוין היינט כמעט נישט אפי’ ביי די נישט סאטמארע היימישע דעיע פארברענטע ציונים פון אמאל.

מ’פריידט זיך טאקע מיט יעדע טעראריסט וואס ווערט געהארגעט פשוט ווייל נאך איין רוצח ווייניגער אויף די וועלט אבער אין די זעלבע צייט טוט טאקע גאר שטארק וויי אז דוקא די ציונים זענען די וואס טוהן עס.

די אלע וואס זאגן דיעות אז די מדינה דארף דעס אדער יענץ טוהן וכדו’ מיינען פשוט אויסצוליפטערן די קארענט עווענטס און אנאליזירן וואס עס שפילן זיך אפ אויפן כדור הארץ, אונז וויל מיר טאקע נישט אז די ציונים זאלן חלילה האבן הצלחה אבער אין די זעלבע צייט ווילן מיר אז יעדע שונא ישראל זאל האבן א מפלה און מקען זיך פרייען און קלאגן טאקע אין די זעלבע צייט.

(מזאגט נאך פון עפעס א געוויסע מזרחיסט (ש”י זוין) וואס פלעגט זאגן ה’ אייר סיי הלל און סיי תחנון האט מען אים געפרעגט מה פשט? האט ער מסביר געווען אז ער זאגט הלל אויף די מדינה און תחנון אויף די ממשלה....)
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דו קענסט זיך פרייען און קלאגן אין די זעלבע צייט, איך נישט.
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

איך מיין אז די עולם איז קעלטער לגבי די אידן וואס זענען/גייען נעבעך אוועק...
און וואס די באשעפער וויל פון אונז...

אנשטאט צו בלעימען אלעס אויף די ציונים, ושלום עלי נפשי...


אלע אשכולות זענען אנגעפריקעלט מיט נייעס, שמעוסן, השקפה, קנאות, קאמענטארן, עצות, פאליטיק... וכו' וכו'
אבער דער אשכול viewtopic.php?t=65228 האלט ביי פיר בלעטער...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גראדע שכל האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 2:17 am

אלע אשכולות זענען אנגעפירקעלט מיט נייעס, שמועסן, השקפה, קנאות, קאמענטארן, עצות, פאליטיק... וכו' וכו'
אבער דער אשכול viewtopic.php?t=65228 האלט ביי פיר בלעטער...
דאס איז ווייל תהלים באלאנגט אין ביהמ"ד, אייוועלט איז געמאכט צו שמועסן, דעבאטירן, פארציילן נייעס און קאמענטירן.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

גרעי עריע האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:39 am
אבער יעצט רערט מען פון א פאל ווי חיות ‏רעות האבן געטאן עפעס וואס שוידערט אויף יעדן מענטש, איז זייער נארמאל אז מקוקט ארויס צו מסדר זיין אז אזאנס זאל מער נישט פאסירן און אז זיי זאלן מצליח זיין.

ליידער ווערט עס געטאן דורך א מיליטער וואס איז אן אבי אבות הטמאה, דאך קוקט מען ארויס אז זיי זאלן מסדר זיין די זאך ווייל נאר זיי זענען יעצט עוועליבל. (אחוץ אויב די האלסט אז סעלף דיפענס איז אויך אסור)
ווער האט מסדר געווען אז איך זאל מיך אויפוועקן היינט צופרי געזונטערהייט און אויף וועמען קוק איך ארויס זאל דאס מסדר זיין מארגן?

ביי דיר איז אנדערש?
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

פאליטישע, פיין געשריבן, ס'איז א ווייטאג די צעמישעניש וואס טוט זיך.

ווי די רבי ז"ל און זיינע ממשיכי דרכו פלעגן און זאגן אלץ: מ'דארף מתפלל זיין אויף די "הצלה" פון אידישע קינדער, אבער ח"ו נישט אויף די "הצלחה" פון די מדינה אדער מיליטער. הרבה דרכים למקום.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

איך מיין אז סאיז דא א שורשדיגע פראבלעם, ווי כאילו די אראבער זענען א סכנה גשמיות און די ציונים א סכנה רוחניות, מיט דעם מהלך איז זייער שווער מסביר צו זיין פאר איינעם, זיי מוותר אויף דיין גשמיות, פראקטיציר יהרג בל יעבור, יא ממוז זיך מוסר נפש זיין...

די מחשבה אויף צוריק לויפט געווענדליך, סאיז דא גזירות/שמד, אקעי כוועל מיך שוין א עצה געבן, מוועט זיך שלאגן פון אינעווייניג וכו.

די גאנצע הנחה איז שקר מיסודו,די ריכטיגע צוגאנג איז, די אראבער זענען טאקע א סכנה, אבער די ציונים זענען נישט ווייניגער א סכנה, דעם שמחת תורה איז די גרעסטע הוכחה אויף דעם, כלשון קדשו פון רבן של ישראל מסאטמאר זי"ע, אז חלילה האפן אז ציונים זאלן געווואנען, די סכנה העט זיין פיל מער, און כלשון קדשו: "סוועט זיי נאך באנק טאן די נצחונות".

שוין צייט צו טוישן די מלחמה אקעגן ציונות, און צוריקגיין צו די אריגינעלע מהלך, דהיינו אזויווי די בעל הגאולה האט אונז אויסגעלערנט, אז די ציונים זענען רודפים, גשמיותדיגע רודפים, טאקע ווייל זיי ברענגן די גרעסטע סכנה גשמיות אויף די אידן אין ארץ ישראל און איבער די גאנצע וועלט, די צינדערס לעשן די פייער מיט ברענדיגע אויל שטאף.
לעצט פארראכטן דורך נו שוין אום פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 5:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#בשיטה נישט
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19282
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

שכח פאר די ווארעמע ווערטער.

די אויבערשטער זאל העלפן עס זאל אריינגיין א ווארעמקייט אין די עצמות יבשות בב"א
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

את פתח לו האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 5:01 pm
שכח פאר די ווארעמע ווערטער.

די אויבערשטער זאל העלפן עס זאל אריינגיין א ווארעמקייט אין די עצמות יבשות בב"א
אז דו האסט נישט פארשטאנען, וועליך זאגן קלארער (#את פתח לו), אין כאן לא קאלטקייט ולא היטער, אבל יש כאן חסר דעת צו די גאנצע אנטי ציונות, אז מהאט ארויס די אלף בית פון די חרבנות הציונות דארף מען נישט קיין הארץ.
#בשיטה נישט
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19282
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ס'איז קאלט דא, מיר דארפן א היטער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

וואטעווער יו סעי
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”