פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אינהאלט | שפראך |אווער אלל

די וואלן האבן זיך געשלאסן מוצ"ש יאנואר 27, 2024 2:13 pm

1
0%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
4
2%
★★★★
2
1%
★★★★★
61
30%
2
1%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
3
1%
★★★★
5
2%
★★★★★
57
28%
1
0%
★★
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
★★★
5
2%
★★★★
5
2%
★★★★★
57
28%
סך הכל שטימען: 203

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

טאלאנט.jpg
טאלאנט.jpg (206.43 KiB) געזען 4455 מאל


צויבערהאפטיגע קלאנגען האבן זיך איידל ארויסגעגליטשט פון די טרייסלנדע סטרונעס אויפ'ן פארצייטישן אינסטרומענט, וועלכע איז פאכמאניש געלעגן אין די הענט פונעם פראסט-געקליידעטן שפילער.

שטייענדיג מיט האלב-פארמאכטע אויגן, אויף זיין פאזיציע אין ווינקל פונעם גאר-פארנומענעם ל'ענפאנט באן-סטאנציע אין וואשינגטאן די. סי., האט זיין הימלישע מעלאדיע געצויגן ווייניג אויערן. די מאסן מענטשן וועלכע האבן דורכגעשפאנט צופוסנס פון דעם ארבעטסלאזן פידלער האבן פשוט איגנארירט דעם ארימען בעטלער וואס שפילט דא לכאורה, בלויז כדי צו באקומען אפאר אפגע'חומל'טע צענט.

טייל פון זיי האבן טאקע געשפירט א ציפ פון שולד-געפילן אויף זייער אומסענסעטיווע איגנאראציע, און אנדערע האבן באדויערט דאס וואס אין זייער געיעג פארמאגן זיי נישט די פאר מינוט זיך אפצושטעלן און אויסהערן א געשמאקן שטיקל קלאסישע מוזיק. אבער להלכה למעשה האט כמעט יעדער געטון דאס זעלבע; פארבייגעשפאנט דעם פידלער אן שענקען קיין איבעריגן בליק אדער אפילו אן אויער.

און פארוואס זאלן זיי דען אנדערש האנדלען? צען מינוט בעפאר אכט אזייגער אינדערפרי, זענען די העכסט-פארנומענע מינוטן אין סיי וועלכער באן-סטאנציע. אבער נישט דאס איז די עיקר סיבה. קיינער פון זיי האט נישט געהאט די מעגליכקייט צו וויסן אז דער דאזיגער שפילער איז נישט קיין צווייטער ווי יושע בעל זעלבסט, איינס פון די סאמע בעסטע שפילער פון קלאסישע מוזיק איבער דער גארער וועלט. און דער אינסטרומענט? דאס פידל איז נישט ווייניגער ווי א פיר-מיליאן-דאלארדיגע סטראדיוועריעס, איינס פון בלויז עטליכע הונדערט זיינס גלייכן.

מעגליך אז ווען זיי וואלטן געווען עטוואס באהאווענט אינעם קונסט פון מייסטער פידל קאמפאזיציעס, וואלטן זיי געקוואלן צו הערן ווי פונקטליך און אריגינעל דער דאזיגער בעטלער באווייזט ארומצושלייפן עטליכע פון די סאמע טיפסטע און קונצליכסטע תנועות, וואס זענען נאר אמאל באשאפן געווארן אינעם וועלט פון קלאסישע פידל שפילן. אדער אפשר אפילו אזוי, וואלט אויך גארנישט אנדערש געווען. אין זייער האסטיגן גאלאפ, וואלטן זיי דאך בכלל נישט געווען אומשטאנד אויפצופאסן, ווער רעדט נאך וועגן געניסן, פונעם זעלטענעם בעל כשרון וועלכע איז ערשינען אזוי פלוצלינג בכלל נישט אין זיין פלאץ, ווי א טייערער בריליאנט אין אן אפגענוצטע פלאסטישע זעקל.

האבן זיי אלזא געשפאנט, יעדער צו זיין דירעקציע. זיי זענען געווען גענצליך אומוויסנד פונעם אומאנגענעמען פאקט, אז זייערע רעאקציעס ווערן פונקטליך אויפגעכאפט און אנאליזירט דורך די וואשינגטאן-פאסט זשורנאליסטן, וועלכע האבן אהערגעשטעלט דעם גאנצן ספעקטאל אלס אן עקספערימענט.

די דורכגייער האבן נישט באמערקט די באהאלטענע קאמערעס פארשטעקט אין די ווינקלען פונעם לאבי, און דעריבער איז זיי נישט מעגליך געווען צו צוזאמשטעלן דעם פאזל. אויף זייער וועג ארויס, איז יעדער איינער פון זיי געווארן אפגעשטעלט דורך א רעפארטער, וועלכער האט געבעטן זייער נאמען און פאון-נומער, כדי זיי צו שטעלן א רייע פראגן שפעטער אין טאג. דאס איז אלעס געווען א טייל פונעם גרויסארטיגן עקספערימענט, אבער דער עולם האט עס בכלל נישט אויפגעכאפט.

אויסזעענדיג ווי א פשוט'ע בעטלער וועלכער זוכט בלויז אריינצובאקומען עטליכע גרייצער אין זיין אפגענוצטן פידל-האלטער, האט יושע בעל'ס מייסטער-פרעזענטאציע געצויגן א דאלאר דא און א קוואדער דארט, ווען בלויז ער אינאיינעם מיט די זשורנאליסטן פון הינטער-די-קוליסן, זענען באוואוסטזיניג צום פאקט, אז אין א געווענליכן אוונט פארדינט ער בערך טויזנט דאלאר אין יעדן מינוט פון זיין שפילן.

ווי געשריבן, איז דער מעלאדיע וואס ער האט געשפילט, נישט געווען דער טיפישער פאפולערער לידל, וואס די אמת'ע גאסן-שפילער וואלטן אויסגעקליבן. אייגנטליך איז דאס געווען אקוראט די זעלבע מעלאדיע וואס ער האט בלויז דריי טאג פריער, געהאט פארגעשטעלט אינעם גרויסן טעאטער אין באסטאן.

אבער איין קליינער חילוק:

דעמאלט האט דאס זעלבע געזאנג באצויבערט די צושויער ביז צום זיבעטן הימל, אזש אלע אן אויסנאם האבן זיך אויפגעשטעלט אויף די פוס אין הילכיגע אפלאדיסמענטן, אבער דא, האט זיך קיינער, אבער קיינער, ניטאמאל געקימערט.

דער קאנטראסט, איז געווען הימל שרייענד.

און בעת דארטן זענען די שלעכטע זיצן פארקויפט געווארן פאר ארום הונדערט דאלאר א שטיק, האבן די דאזיגע פארבייגייער נישט געדארפט צאלן קיין דאלאר צו געניסן פון זיין וואונדערבארן טאלאנט. די טענער זענען פרייוויליג געקומען צו זיי אין די אויערן, און טראץ דעם אלעם, האט זיך קיין איינער פון זיי נישט אפגעשטעלט פאר קיין רגע איינצוזאפן די רייכע טענער פון איינס פון די טייערסטע, בארימסטע פידלען איבער'ן כדור הארץ.


***

אנגעפאנגען האט זיך עס עטליכע וואכן פריער, ווען זשין וויינגארטן, א הויכראנגיקער שריפשטעלער און דעה זאגער און וואשינגטאן-פאוסט, האט אדורכשפאצירט אן אמת'ן גאסן-פידלער אין א פובליק לאקאציע. ער איז איבערראשט געווארן אויפצופאסן, אז יענער האט גאר שיין געשפילט! אבער פונדעסטוועגן דאך, האט קיינער פון די פארבייגייער זיך נישט באמיט זיך צו צוטון-מאכן פון אים.

א נוזשענדע מחשבה האט אים אנגעהויבן צו דערקוטשען? "צי איז דער מענטשהייט טאקע אזוי אויבערפלעכליך? צי זענען זיי נישט אומשטאנד צו אנערקענען אין קיין אמת'ע קונסט, בלויז ווען עס פארמאגט אויף זיך די איינפאקונגען פון מארקעטינג און רעפוטאציע?"

"צי האבן מיר ווירקליך פארלוירן דעם חוש פון קענען אליין באשליסן וואס הייסט שיין?"

"אויב אין אונזער געיעג זענען מיר אומשטאנד צו פארפאסן ריכטיג אויטענטישע קונסט, ווער ווייסט וואס נאך מיר פארפאסן?"

"צי איז אונזער לעבן אזוי מעכאניש, ראבאטיש, מצוות אנשים מלומדה? אזש אויב אונזער מח איז פראגראמירט אז א גאסן שפילער איז נישט ווערד אויסצוהערן, דאן בלייבן מיר אוטאמאטיש דום און אומאינטערעסירט, אנשטאט צו צולייגן עטוואס מער וואכזאמקייט צו אונזער סביבה?"

"אדער אפשר קען גאר זיין, אז די פארמערטע געזעלשאפטליכע דרוק וואס נעמט ארום דעם מענטשהייט איז אליין גענוג א גוטע סיבה, צוריקצוהאלטן אפילו אזא איינעם וואס וואלט אין אמת'ן אריין יא געגארט זיך אפצושטעלן און זיך דערקוויקן מיט א געשמאקן שטיקל מוזיק, אבער טוט דאס נישט צוליב דעם וואס ער וויל זיך נישט אויפפירן אנדערש ווי דער גאנצער סביבה?"

"און אפשר איז דאס בלויז דער ווייטאגליכער פאקט, אז אין אונזער פארנומענעם לעבנסשטייגער פארמאגן מיר פשוט נישט די פאר מינוט זיך אפצושטעלן און געניסן אביסל פון אונזער לעבן, פאר וועמען גופא מיר שענקען אוועק אזויפיל פון אונזער צייט און כוח?"

כדי פעסטצושטעלן זיינע ספיקות, האט ער זיך פארבינדן מיט'ן פרייען אידישן פידלער 'יושע בעל' און אים פארבעטן אנטיילצונעמען אין אט דעם זעלטענעם עקספערימענט. ער האט זיך באקליידעט מיט א פשוט'ע שווארצע העמד, זשינס הויזן און א בעיס-באל היטל, זיך אוועקגעזעצט אין א פובליק-לאקאציע, און זיך גענומען שפילן אויף א פידל, ווען קיינער ווייסט נישט ווער ער איז.

אזוי ארום האט וויינגארטן געהאפט, אז דורכ'ן באאבאכטן די רעאקציעס פון די דורכגייער וועלכע וועלן גאנץ זיכער נישט דערקענען דעם מייסטער שפילער אין זיינע ביליגע קליידער, וועט ער קענען זען צי מענטשן אורטיילן לויט'ן מצב ארום און ארום אדער לויט די אמת'ע פאקטן. פארשטייט זיך, אז גלייכצייטיג האט ער שוין פארדינט א זאפטיגן ארטיקל פאר זיינע טויזנטער ליינער.

***

יושע בעל איז געווען א ריכטיגער ארטיסט. זיין סדר איז געווען זיך אפצושאקלען פון סיי וועלכע דראמאטישע טיטלען די גאס האט געשאנקען פאר אזעלכע שטערן'ס ווי אים. ער האט געהאלטן אז די גרויסצוגיגע טיטלען געהערן בלויז פאר די פארצייטישע קונסטלער וועלכע האבן לכתחילה קאמפאזירט די מייסטערהאפטיגע יצירות. אייגענטליך פלעגט ער טאקע אייביג מקפיד זיין, נאר צו ניצן די אריגינעלע ניגונים וואס זענען נתחבר געווארן דורך טאקע אט די גאר גרויסע העלדן.

נאך אין עלטער פון פיר יאר, האבן זיינע עלטערן אים געשיקט צו מוזיק לעקציעס. זיי האבן באמערקט ווי ער ציט אויס גומינע שטריקן צווישן זיינע לעדלעך, פרובירנדיג צו פראדוצירן אייגנארטיגע מוזיקאלישע קלאנגען. דאן פלעגט ער צולייגן אן אויער, כדי צו פונאנדערשיידן די פינקטליכע משמעות צווישן די פארשידנארטיגע אבער ענליכע טענער.

בעל האט שנעל אויפגעכאפט אלעס וואס מ'האט אים געלערנט, און זיין קאריערע האט זיך געשווינד אנטוויקלט, זיך טרעפנדיג ארומרייזן איבער לענדער און קאנטינענטן, און אויפטרעטן אויף ריזיגע קאנצערטן אלס סאולאו.

מיט די יארן זענען זיינע מוסקלען אזוי צוגעוואוינט געווארן צום שפילן, אזש זיינע פינגערס פלעגן ארומפליען ווי פון זיך אליין איבער די לענג פונעם פידל, ארויסגעבנדיג דערביי כמעט-מענטשליכע טענער פון געוויין, ציטער, דראמא און פרייד.

זיין גאנצן קערפער איז געווארן א טייל פונעם מעלאדיע. ביי די גאר הויכע אקטאוואס פלעגט ער גאר אונטערשפרינגען און זיך אויפהייבן העכער אויף די שפיץ-פינגער פון זיינע פיס, ווי צו דעריאגן דעם קוויטשענדן אינסטרומענט אין זיין פארסאפעטן געלויף צווישן די קאמפליצירטע נאטן.

אויך דאס פידל אויף וואס דער מייסטער פלעגט שפילן, איז געווען היפש אייגנארטיג. נישט בלויז צוליב זיין סטאטוס אלס איינס פון די בלויז פינף הונדערט פארבליבענע אריגינעלע סטראדיוועריעס'ן וואס עס האט ערצייגט דער לעגענדארער איטאליענישער אינסטרומענט פאבריצירער אנטאניא סטראדיווערי, נאר בעיקר צוליב זיין רייכן היסטאריע אין פארלויף פון די נאכפאלגנדע דריי הונדערט יאר.

די מיסטעריע ארום די סטראדיוועריעס פידלען איז נאך אין אמת'ן טיילווייז פארנעפלט, צי עפעס ווארהייט ליגט אונטער דעם וואס קיין שום פידל-בויער האט נאכנישט מצליח געווען איבערצושטייגן דער פארהייליגטער רעפוטאציע וואס באגלייט די סטראדיוועריעס פידלען.

טייל האבן שוין פרובירט נאכצומאכן דאס גענויע געבוי פון אנטאניא'ס פראדוקטן, נוצנדיג דערביי גענוי די זעלבע האלץ, פארב, און אלעס ארום, אבער ביים פארקויפן זענען זיי קיינמאל נישט געקומען נאנט צו די צוואנציג מיליאן דאלאר פאר וועלכע א עכטע סטראדיוועריעס פארקויפט זיך היינט.

אבער יושע בעל'ס סטראדיוועריעס האט פארמאגט נאך אסאך שטיקער אייגנארטיגקייט אין זיך.

זיין נאמען איז געווען ”גיבסאן עקס הובערמאן סטראדיוועריעס”. ווי דער טראדיציע ביי די סטראדעוועריעס'ן אז זיין נאמען ווערט כסדר פארלענגערט מיט יעדן פאפולערן שפילער וואס באנוצט זיך דערמיט.

גיבסאן איז געווען דער נאמען פון איינס פונעם אינסטרומענטס פריערדיגע איקאנישע בעלי בתים. און ווען דער פוילישער, אידישער פידלער בראניסלאוו הובערמאן האט אים איינגעהאנדלט, האט זיך זיין נאמען אויך צוגעקלעבט דערצו.

און נישט אומזיסט. הובערמאן איז נישט געווען קיין בלויזער פידל שפילער.

בעפאר דעם צווייטן וועלט קריג, ווען נאצי-דייטשלאנד האט אנגעהויבן ארויסצואווארפן אלע זייערע אידישע שפילער פון אמט, האט דער קאנדאקטער פונעם פרעסטיזשפולן בערלינעם פילהארמאנישן ארקעסטרע באוויזן צו איבערצייגן היטלער'ן, אז בראניסלאוו הובערמאן זאל ערלויבט ווערן ווייטער צו שפילן אינעם ארקעסטרע, וואו ער וועט זיין פון די יחידי סגולה וואס האבן זוכה געווען צו אזא 'ערע'. אבער הובערמאן, פאראויסזעענדיג דעם חורבן וואס וועט אט אט נאכקומען, האט נישט בלויז זיך קאטאגאריש אנטזאגט דערפון, נאר ער האט זאגאר געגרינדעט זיין אייגענעם שפאגל נייעם ”פאלעסטינער פילהארמאנישן ארקעסטרע”, שאפנדיג וויזעס רעכטס און לינקס פאר פאטענציעלע מוזיקאנטן אינאיינעם מיט זייערע פאמיליעס ארויס פונעם אט אויפפלאקערנדן אייראפע.

אין פאקט, איז אים געלונגען ארויסצודערווישן וויזעס פונעם בריטישן רעגירונג, פאר פיל מער מענטשן פון וויפיל ער וואלט בכלל געקענט נוצן פאר זיין ארקעסטרע. און עס ווערט געשאצט אז כמעט טויזנט אידן האט ער מצליח געווען ארויסצוזען פון אונטער די נאצישע נעגל אדאנק זיין פריש געגרינדעטן ארקעסטרע.

(ליינענדיג אזא געשיכטע, שפירט זיך א ווייטאגליכער ציפ אין הארצן. אז א מענטש האט שוין יא פאראויסגעזען דעם חורבן און פארמאגט די מעגליכקייטן ארויסצוראטעווען איבער טויזנט אידן מחיים למוות, דאן פארוואס האט ער זיך נישט געקענט פארלייגן ארויסצושלעפן פון אייראפע די אמת'ע לייבן, א שטייגער ווי ר' אלחנן וואסערמאן, דער פיאסעצנער, קדושת ציון א.א.וו. ווי אנדערש וואלט דאן געקענט אויסזען אידישקייט נאכ'ן קריג! אבער וואס איז דען דא צו ערווארטן פון א פרייער פידלער? כבר נגזרה גזירה.)

דורכאויס הובערמאן'ס קאריערע, איז דער גיבסאן סטראדיוועריעס צוויי מאל גע'גנב'עט געווארן פון אים.

דאס ערשטע מאל איז עס פארשוואונדן געווארן פון זיין האטעל-צימער אין ווין, ווען די פאליציי האט באוויזן דאס אומצוקערן צו הובערמאן נאך דריי טאג. אבער דאס צווייטע מאל איז עס גע'גנב'עט געווארן פון א צימערל הינטער-די-קוליסן אינמיטן א קאנצערט, בשעת הובערמאן האט געשפילט אויף א צווייטע, ביליגערע פידל. דאן האט זיך עס נישט אפגעפונען ביז לאנגע יארן שפעטער, ווען דער גנב האט זיך מתוודה געווען אויף זיין טויטן בעט.

דאס פידל איז דאן אריבער צום אינשורענס פירמע וועלכע האט געהאט פארגוטיגט הובערמאן מיט דרייסיג טויזנט דאלאר.

דערנאך איז דער היסטארישע פידל אריבער נאך עטליכע גלגולים, ביז אין יאר 2001 ווען יושע בעל האט דאס אפגעקויפט פאר פיר מיליאן דאלאר, האבנדיג זיך ערנסט פאר'חובות'ט, אין צוגאב פון פארקויפן זיין אלטן סטראדיוועריעס כדי צו קענען קויפן אט דעם אומשאצבארן שטיקל.

טראץ דעם וואס די פארב פון אויפ'ן פידל'ס רוקן האט זיך שוין ערנסט געהאט געשיילט במשך זיין דריי הונדערט יעריגע קאדענץ, און זיינע קאלירן זענען שוין געווען באלד גרעסער אין צאל ווי זיינע סטרונעס, האט זיך אבער קיינער פון זיינע בעלי בתים נישט געטרויעט אים איבערצופארבן.

דער לעגענדע האט געלויטעט אז אמווייניגסטנס א גרויס טייל פון אנטאניא סטראדיווערי'ס גרויסע סוד, איז געלעגן באהאלטן אינעם פארב-געמיש מיט וואס ער האט באשמירט זיינע פידלען. דעריבער האט קיינער נישט געוואלט נעמען קיינע שאנסן דערמיט.

***

נאך וואס דער וואשינגטאן-פאסט-זשורנאליסט זשין וויינגארטן האט פארבעטן יושע בעל צו קומען שפילן אין א באן-סטאנציע פארשטעלט ווי א גאסן שפילער, האט דער לעצטער געשפירט כמעט צום ערשטן מאל א שטארקער נערוועזקייט.

כאטש וואס ער האט שוין געהאט אויפגעטרעטן אין די סאמע בארימסטע קאנצערט-זאלן איבער דער גארער וועלט, און פארשטייט זיך אין פארנט פון די העכסטע שפיצן פון פארשידענע מלוכות, האבן זיך דאסמאל מער ווי אייביג געיאוועט באטערפליי'ס ביי אים אין בויך.

און ווי בעל האט שפעטער ערקלערט דעם פאראדאקס, האט ער ביי א געווענליכן קאנצערט וואו מען פארקויפט טיקעט'ס צו קענען מיטהאלטן, זיך געשפירט וואלידירט אפילו נאך איידער'ן ארויפקומען אויפ'ן ארענע. דער עצם געפיל אז די דאזיגע מענטשן זענען אייגנטליך געווען גרייט צאלן שווערע צענדליגע דאלארן כדי אים צו הערן שפילן, איז שוין געווען גענוג אים צו מאכן שפירן באקוועם און זיכער מיט זיך.

אבער דא, איידער'ן זיך אוועקשטעלן שפילן אין באן סטאנציע, האט ער נישט געוואוסט וויאזוי די פארבייגייער וועלן אויפנעמען זיין ערשיינונג. און זיין אייגענער-נעגאטיווער-פאראויסשאץ האט אים נישט גענארט.

דער שאצונג וואס מבינים האבן געגעבן אין די טעג איידער'ן עקספערימענט איז געווען, אז פון טויזנט דורכגייער וועלן זיין צווישן זיבעציג און הונדערט מענטשן וועלן זיך אפשטעלן אויסצוהערן דעם פידלער, און ארום הונדערט פופציג וועלן אריינווארפן געלט אינעם פידל האלטער.

אבער אין ווירקליכקייט, ווען יושע בעל איז אנגעקומען צום סטאנציע, האבנדיג זארגפעלטיג גענומען א טעקסי פון זיין האטעל בערך דריי בלאקס אוועק אויס מורא פאר'ן וואוילזיין פונעם לעגענדארן פידל, און זיך אוועקגעשטעלט דערמיט אין איינס פון די פארנומענסטע לאבי'ס, זענען אפילו די גרעסטע פעסימיסטן באזיגט געווארן.

בעל האט ארויסגענומען דעם אומשאצבארן פידל פון זיין האלטער וואו ער האט אריינגעשליידערט עטליכע קליינע מטבע'לעך צו ערגענצן דאס בילד פון א שנארער גאסן שפילער, ארונטערגעלייגט דאס פידל צום מארדע, און זיך גענומען העפטיג שפילן איינס פון די שווערסטע פידל מעלאדיעס וואס אסאך האבן שוין פראבירט אבער פאר ווייניג פון זיי איז געלונגען דאס נאכצושפילן ווי עס דארף צו זיין.

אין אנפאנג איז ער געווען אזוי פארטיפט אינעם אלטן ליד, באלד אזוי אלט ווי דאס פידל אליין, אז ער האט אפילו נישט אויפגעפאסט ווי דריי מינוט און איבער זעכציג מענטשן זענען אריבער אן דעם וואס איינער זאל אפילו שענקען א האלבן בליק צו זיין ריכטונג.

נאך דריי מינוט האבן די באהאלטענע אויגעלעך אויפגעכאפט ווי איינער האט ענדליך אויסגעדרייט זיין קאפ צו באטראכטן דעם פידלער, אבער האט גלייך ווייטער געשפאנט מיט שנעלע טריט.

א האלבע מינוט שפעטער האט בעל באקומען זיין ערשטן נדבה דורך א פארבייגייער וועלכע האט זיך ניטאמאל אפגעשטעלט אים אויסצוהערן. בלויז אריינגעווארפן א מטבע און זיך אוועקגעיאגט.

ערשט זעקס גאנצע מינוט אריין אינעם עקספערימענט האט זיך א מענטש, אייגנטליך א מיטליעריגער ביזנעסמאן ענדליך אוועקגעשטעלט נעבן ווענטל אין פארנט פונעם שפילער, קענטיג הנאה האבנדיג פונעם קלאסישן געזאנג.
אבער דריי מינוט שפעטער האט ער געגעבן א בליק אויף זיין זייגער און זיך אויך אוועקגעיאגט כאפן דעם נעקסטן באן.

וואס א מינוט שפעטער, האט בעל אנגעהויבן שפירן מער און מער אומבאקוועם, נישט זייענדיג געוואוינט אז זיינס א פארשטעלונג זאל ווערן אזוי איגנארירט.

אממערסטנס האט ער דאס געשפירט ביים צוענדיגן דעם הימלישן יצירה מיט א דראמאטישן פלפול, וואס דאס איז געווענליך דער פלאץ וואו זיינע צושויער ברעכן ספאנטאניש אויס אין ווילדע אפלאדיסמענטן בשעת דער שפילער פאכעט צוריק מיט זיינע הענט אין באגריסונג כמנהג ה'קאנצערטן'.

די זעלבע מענטשן וואס זענען אים ביז יעצט פארבייגעגאנגען ווי כאילו ער עקזיסטירט נישט, זענען אים יעצט ווייטער פארבייגעגאנגען, אפגעזען פונעם פאקט אז ער האט נארוואס געענדיגט אראפגעבן איינס פון די גרעסטע קונסט שטיקער אינעם מוזיקאלישן קולטור.

נישט זעענדיג קיין רעאקציע, האט ער אנגעהויבן א צווייטן ליד, אויך פון די סאמע קונצליכסטע וואס דער מוזיק וועלט האט נאר אמאל פראדוצירט, זיך פרייענדיג מיט יעדן קליינעם ביסל אויפמערקזאמקייט וואס איינער האט באוויליגט אים צו שענקען.

אבער די סיטואציע האט זיך נישט קיין סך פארבעסערט, דורכאויס די דריי אין פערציג מינוט וואס ער האט געשפילט.

אלעס אינאיינעם האבן נישט מער ווי זיבן מענטשן זיך אפגעשטעלט פאר ווייניגסטנס א מינוט. זיבן אין צוואנציג האבן אריינגעווארפן נדבות, טייל פון זיי נישט שענקענדיג אפילו א בליק פאר וועמען אייגנטליך זיי געבן דאס.

און אין לויף פון די כמעט דריי פערטל שעה וואס ער האט געשפילט, איז פאר קיין איין רגע נישט געווען קיין פארזאמלונג פון מענטשן אין פארנט פון אים, אין קאנטראסט צו די זארגן פונעם וואשינגטאן-פאסט ביי א זיצונג בעפאר דעם עקספערימענט, וואו זיי האבן דיסקוסירט וויאזוי צו רעאגירן אין פאל עס פארזאמלט זיך צו א גרויסער עולם אין לאבי, שטערנדיג דעם מענטשן פלוס אינעם פארנומענעם פרימארגן.

ווען בעל האט געענדיגט שפילן, איז געלעגן אין זיין פידל האלטער א קיימא לן פון צוויי אין דרייסיג דאלאר מיט עטליכע אין זיבעציג סענט.
בעל האט זיך שפעטער געאייסערט, אז דאס איז בכלל נישט קיין שלעכטע געהאלט צו פארדינען אין א דריי פערטל שעה, איבערהויפט אויב ער דארף גארנישט אראפגעבן דערפון פאר זיין אגענט...

עטליכע מאנאטן דערנאך, ווען זשין וויינגארטן האט פארעפנטליך די רעזולטאטן פונעם עקספערימענט אין אן ארטיקל אין וואשינגטאן פאסט, איז אויך דער ווידעא פונעם מעמד פארשפרייט געווארן.

מענטשן האבן געשטוינט, געגאפט, געגלאצט מיט אומגלויבליכע בליקן אויפ'ן אומדערהערטן ספעקטאל ווי דער גרעסטער פידל שפילער אין אמעריקע שפילט אויף א היסטארישע סטראדיוועריעס פאר בחינם, בשעת עטליכע פוס ארויפציר שטייען מענטשן אין א שורה צו קויפן א לאטערי טיקעט, נישט נעמענדיג אפילו די מיה זיך אויסצודרייען נהנה זיין פון אן אומזיסט געוואונענעם טיקעט צו א קאנצערט פאר וועלכע זיי וואלטן געווענליך געדארפט אויסליידיגן די קעשענעס צו ערהאלטן אזוינס.

איינס פון די דורכגייער האט שפעטער אפילו מודה געווען אז בשעת'ן זיך יאגן דורכ'ן לאבי אין יענעם פרימארגן האט ער בכלל נישט געהערט קיין פידלער שפילן, צוליב דעם וואס ער האט פארמאגט עיר פאונס אין די אויערן, זיך צוהערנדיג צו מוזיק דורך זיין אייפאד...

א צווייטער האט אנגעמערקט אז ער האט גראדע יא באמערקט דעם פידלער, אבער זייענדיג א ביזנעס-ראטגעבער איז זיין קאפ ענדערש געלאפן אינעם ביזנעס ריכטונג, קלערנדיג צי דער פידלער וואלט געמאכט מער געלט אויב ער וואלט אנגעהויבן שפילן מיט עפעס קליינגעלט אינעם האלטער, אדער פארקערט, ענדערש מיט א ליידיגן האלטער כדי צו ציען רחמנות...

וויינגארטן האט געמאכט א גרונטליכן ארבעט, זיך פארבינדנדיג מיט כמעט יעדע איינס פון די איבער טויזנט דורכגייער זיי פרעגן צי זיי האבן באמערקט עפעס אויסערארדנטליך יענעם צופרי אין באן סטאנציע.

ביים הערן וואס זיי האבן פארפאסט, האבן שוין פיל פון זיי יא אויסגעדרוקט אנטוישונג פאר'ן נישט האבן דעם שכל אויפ'ן פלאץ, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט...

צווישן אנדערע האט וויינגארטן געשריבן, אז עס איז נישט געווען קיין שום חילוק אין ראסע אדער ענליכס לגבי ווער עס האט זיך יא אדער נישט אפגעשטעלט קוקן אויפ'ן פידלער. דער איינציגסטער מערקבארער אונטערשייד וואס האט זיך געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן, איז געווען לגבי קינדער און ערוואקסענע, ווען די קינדער האבן זיך אלע געוואלט אפשטעלן באטראכטן דעם אינטערעסאנטן סצענע, און עס זענען יעדע מאל געווען די עלטערן וועלכע האבן זיי אוועקגעשלעפט אין איילעניש.

דער ארטיקל האט נאכגעפאלגט מיט א זעלטענע שטורעם. די רעאקציעס זענען געווען פארשידנארטיג.

טייל מוזיק ליבהאבער האבן זיך געשפירט ממש געטראפן פון זשין וויינגארטן'ס ארטיקל.

אנדערע האבן פרובירט מינימיזירן דעם באדייט פון די רעזולטאטן לגבי דעם מוזיקאלישן חלק. זיי האבן אנגעוויזן אז מיט עטליכע יאר בעפאר, האט אויף דעם זעלבן פלאץ (וואו דער עקספערימענט איז פארגעקומען) פאסירט א טראגעדיע, ווען א היימלאזער מאן האט זיך איינפאך אנידערגעלייגט אויפ'ן פאדלאגע און געשטארבן, און דאן זענען די רעאקציעס צום ליגנדן פארשוין נישט געווען קיין סך בעסער ווי ביים יעצטיגן עקספערימענט. זיי האבן גע'טענה'ט אז דאס איז די נאטור פון מענטשן אין א באן סטאנציע. יעדער זוכט אנצוקומען צו זיין דעסטענאציע, און קיינער האט נישט קיין צייט זיך ארומצוקוקן און אויפפאסן וואס גייט פאר ארום זיי.

פון די טרעפליכסטע מעסעזשעס וואס מענטשן האבן ארויסגענומען פונעם גאנצן עקספערימענט, איז געווען וואס עס האט געשריבן א יונגער סטודענט אויף א היבש פאעטישן שטייגער.

ער שילדערט ווי ליינענדיג דעם וואשינגטאן-פאסט ארטיקל, האט ער זיך זעלבסט געפרעגט: "צי אויב ער וואלט אויך געווען צווישן די דורכגייער, וואלט ער אויך נישט באמערקט וואס ער פארפאסט, אדער וואלט ער געווען פון די איינצלנע וואס האבן זיך יא אפגעשטעלט?", אויף וואס ער האט באשלאסן מיט א זיכערקייט, אז ער וואלט זיכער יא געווען פון די יחידי סגולה וואס האבן אויפגעכאפט אז דער דאזיגער פידלער איז עפעס ספעציעל, אריינכאפנדיג הנאה צו האבן פונעם זעלטענעם קאנצערט.

אבער ער שרייבט ווייטער, אז בשעת'ן טראכטן די אלע מחשבות שפאצירט ער אויפ'ן גאס אויף זיין וועג צום דאקטאר'ס אפיס, נישט באמערקנדיג אין די פילע וואונדער פונעם נאטור וואס נעמט אים ארום פון אלע זייטן. יעצט זעט ער איין, אז אין אמת'ן אריין ערלויבט ער זיך יא צו פארפאסן הנאה צו האבן פונעם קונסט פון נאטור… אלזא, איז ער גארנישט בעסער פון די איבער טויזנט דורכגייער אינעם באן סטאנציע...

דוכט זיך אז להבדיל ר' אביגדור מיללער'ס מוסר השכל פון דעם געשיכטע וואלט געווען כאטש ענליך.

***

אבער אפגעזען וואס עס זענען די אלגעמיינע מסקנות פונעם עקספערימענט, איז זיכער אז פאר אונז אידישע קינדער לאזט אזא געשיכטע איבער א גוטע פאר נקודות למחשבה, איבערהויפט אויב מיר וועלן נוצן דעם טייערן סטראדיוועריעס אלס משל צו די הייליגע תורה, ווי דוד המלך דרוקט זיך אויס אין תהלים ”זמירות היו לי חקיך”.

פונקט ווי א פידל איז בלויז אומשטאנד ארויסצוגעבן זיינע באצויבערנדע קלאנגען ווען זיינע סטרונעס זענען שטייף אראפגעבינדן, האט אונז להבדיל די תורה אויך אויסגעלערנט אראפצובינדן אונזערע קערפערליכע אינסטינקטן און עולם הזה'דיגע רצונות, וואס בלויז אזוי קענען מיר זוכה זיין צו געניסן פון די נשמה'דיגע מוזיק דורכ'ן זיך באהעפטן מיט'ן אור אין סוף.

מה שאין כן: פרייע, לויזע סטרונעס, קענען קיין געזאנג נישט ארויסגעבן.

מיט זשין וויינגארטן'ס געפינסן יענעם פרימארגן אין וואשינגטן די. סי., פרעגט זיך דער ווייטאגליכער שאלה: וויפיל פון אונז זענען ליידער מקיים די הייליגע מצוות פשוט פון געוואוינהייט ווי מעכאנישע ראבאטן, פאריאגט אינעם געיעג פון לעבן, זיך נישט אפשטעלנדיג פאר קיין רגע אויסצוהערן די הימלישע מוזיק וואס ברענט אין יעדן מצוה? וויפיל מצוות, שבתים, ימים טובים, פליען פארביי אונזערע אויערן, און מיר האבן נישט דעם שכל זיך צו פארטיפן אין די געטליכע מוזיק דורכ'ן דערגיין זייער אמת'ע באדייט וואס די צדיקי הדורות האבן אונז אנטפלעקט אין זייערע פלאם פייערדיגע ווערק?איז דאס נישט קיין אומגעהויערע שאד?

צי לוינט זיך דען נישט צו שפענדן די פאר סעקונדעס וואס עס קאסט זיך צו געבן א פיצעלן שטעל אפ אין גייסטיגע מעדיטאציע נאכ'ן געבן א זאג ”אהבת עולם אהבתנו”, בלויז צו געבן א דערהער דעם אפקלאנג און באדייט פון די דאזיגע ווערטער?

לאזט די מוזיק פון אדון עולם, ברוך שאמר, אשרי, ישתבח און יוצר אור אריינדרינגען אינעם טיפסטן טייל פון אייער באוואוסטזיין, און עס וועט זיך אייך נישט גלוסטן צוריקצולייגן דעם פידל אינעם האלטער.



דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

א הערליכע מוסר השכל און הערליך געשריבן!!
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1676
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

וואף!!
אויב נישט געוואנער איז דאס איינס נאכדעם...
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

555 מיט א לענדסלייד.

מאסיוו.
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

555

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17381
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מעסיוו!!

און וואס ווייזט דאס אז דער ארטיקל איז שוין געזען געווארן לע"ע קרוב צו 200 מאל.. און נאר 13 האבן געוועלט.. און נאך ווייניגער ווי דעם האבן מגיב געווען?
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

די עולם קומט אריין ריזיג!
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

די ערשטע 555

אויסגעלעקט יעדעס ווארט..
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5170
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

וואף!! מאסיוו!
מיין געווינער ביזדערווייל!

ערעב איד, איר האט א רייכע שפראך. און די מעשה איז עפעס אוט אוו דיס ווארלד!

אגב, לפי ידיעתי געפונען זיך היינט אונטער צוואנציג פידלען וואס זענען נאך נוצבאר.
אגב דאגב, איינער פון פרייליך בענד פארמאגט אזא פידל, אבער נאכן עס אמאל טרייען צו גנב׳ענען ביי א חתונה ברענגט ער עס מער נישט מיט.
IMG_3950.jpeg
IMG_3950.jpeg (129.24 KiB) געזען 3828 מאל
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

שטארק🔥
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

מאסיוו! באמת הערליך געשריבן!
אוועטאר
בר אדא
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2022 11:09 pm

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר אדא »

הערליך
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

WOW
מורא'דיג -
פיל מיט תוכן - און א מוסר השכל
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4296
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זעלטן שטארקע ארטיקל.

אבנארמאל, די שפראך, די תוכן, און די טיפע לימוד.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

end 4 copy (2).jpg
end 4 copy (2).jpg (225.58 KiB) געזען 757 מאל

דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

WOW WOW!!

א מעסטערפיעס!!

א שאד כ'האב עס נישט געליינט ווען מ'האט נאך געקענט שטימען...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

הלבלר גא"מ,
וואף, שטארק הנאה געהאט! זעלטענע שפראך, איידל און שטארק!
ווער איז די שרייבער? איך וויל זיך אנטשולדיגן פאר דיר אז איך האב נאר יעצט געליינט די ארטיקל און איך קען שוין נישט שטימען.

אינהאלט? דארף מען אפילו אדרעסירן? געוואלדיג! שפראך? פלאס פלאס פלאס! אווער אלל? הערליך שיין גוטע מוסר השכל! גארנישט קיין פארברענגען ארטיקל!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

הקולמוס שלי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 11:45 pm
ווער איז די שרייבער?
קענסט קומען געסן...

איך האלט מ'האט צוגעטראפן דארט.
viewtopic.php?p=4851041#p4851041
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 11:53 pm
הקולמוס שלי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 11:45 pm
ווער איז די שרייבער?
קענסט קומען געסן...

איך האלט מ'האט צוגעטראפן דארט.
viewtopic.php?p=4851041#p4851041
איך האלט אויך אזוי...
און איך האלט אויך אז ער האט עס געווינען, עכ''פ ביי מיר...

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

יאפ @שוואכער איז געווען גערעכט.

בן דרוסאי. ליין פלעין איבער מיין תגובה פון אויבן
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

שוין איינמאל קאמענטירט. אבער כ'מוז זאגן נאכאמאל דאס איז עכט הערליך באשריבן, כ'בין געוווען זיכער דאס גייט זיין די געווינער, נ'שוין עטליעסט ראננער אפ!

הערליך @בן דרוסאי
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

מיין געווינער.

גראדע בינעך געווען כמעט 100% אז ס'איז ער.

זיין תגובה איבער די פידלען ציפער, האט מיר עס באשטעטיגט.
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

הארי פלארי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 2:46 pm
מיין געווינער.

גראדע בינעך געווען כמעט 100% אז ס'איז ער.

זיין תגובה איבער די פידלען ציפער, האט מיר עס באשטעטיגט.
סעים העיר איבערן תגובה.
ווען נישט איך שרייב אן ארטיקל איז דאס מיין נאמבער איינס...
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: פארברענגן שרייבעריי פארמעסט פ''ד - #11 - אומאנערקענטע טאלאנט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מלא תוכן אין שיין
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”