עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

פליגער רייזעס און לופטפעלדער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

אויב מ'קען זאל מען פרובירן צו באקומעןזיצן פון די ערשטע רייע ביי יעדע סעקשאן ווייל ס'האט מער לע''ג ספעי''ס
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

ברויכט איר מער ליפט אויף א פליגער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

בין איך די איינציגסטער וואס ברויך מער ליפט אויף א פליגער?

ליינט די פאלגענדע...

https://onemileatatime.com/best-portable-fan/

Is It Crazy To Bring Your Own Portable Fan On A Plane?
JUNE 19, 2018 BY BEN (LUCKY) 82
TRAVEL TECHNOLOGY

While airlines go great lengths to try and differentiate their premium products, sometimes they miss the boat in very simple ways. For example, one of the things I always comment on, and which has a big impact on my comfort on a flight, is individual air nozzles. Being able to sleep at a comfortable temperature with proper airflow probably impacts my comfort on a flight more than good bedding.

Yet somehow a lot of airlines choose not to install these, which I find to be frustrating. It’s especially problematic on airlines that have a tendency to keep their cabins especially warm, as I frequently wake up on some airlines drenched in sweat.

This brings me to the concept of bringing a portable USB fan onto a flight. It’s something people have recommended to me before, but that I’ve never seriously looked at, for whatever reason. A Twitter user just mentioned this once again, and I figured it makes sense for me to finally test one of these out, and report back.

@OneMileataTime Big fan but you need to buy a portable/USB fan and stop complaining about planes not having air nozzles. Surely you can afford one!

— Gwendolyn Stefanny (@GweenStephani) June 19, 2018

So before I go on a portable USB fan shopping spree so I can do a side-by-side comparison, I figured I’d get some feedback from you guys. Does anyone have a favorite portable fan? I’m trying to think of the traits that would be important for one of these on a plane, and I figure the ideal portable fan needs to:

Be compact, so I can easily fit it in my carry-on
Needs to have some sort of a clip (or something) so I can place it somewhere that it will stay, and so that it’s actually pointed at me
Either have the ability to charge, so I can use it without plugging it in, or have a long cord (though I guess I could always buy one separately)
Be fairly quiet, because otherwise I could see this being a problem
Ideally not look totally ridiculous, since I figure I’ll get enough looks for having a portable fan
Based on looking at Amazon, it seems like this fan might fit the bill. It can clip onto something, has adjustable speeds, is compact, and doesn’t look too offensive. But that’s just based on browsing the first couple of pages of fans.

Anyway, I’m curious if any of you use a portable fan when flying, and have any thoughts. I’ll be curious to test this out.

Assuming this does work, I still won’t be giving airlines without air nozzles free passes. Why? Because you shouldn’t have to “bring your own ______” in a premium cabin, and realistically most people won’t be traveling with this. Similarly, I suppose I could also bring my own bedding, bring my own restaurant-quality food, and bring my own pajamas, amenity kits, and entertainment, but at that point I think I’d be giving the airline too much of a pass.

Does anyone have a favorite portable fan? If so, which one? Anyone else considering getting one, or is this just ridiculous?
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

אלץ איינער וואס פליט צו די אפטערע זייט וויל איך מיטטיילן עטליכע טיפס וואס קען אויסמאכן צווישן א אפקומעניש פון א פלייט צו א געשמאקע בטעמטע נסיעה, ויהי רצון שיולכינו לשלום

1) א תפילה צום בורא ביי יעדע סטעפ אויפן וועג , אן דעם וועט גארנישט העלפן

טיקעטס - טשעק אין

גלייך ווען דו האסט א טרעוול דאטום סיין דיר אויף פאר פרייז טרעקינג אויף גוגל, צו וויסן די בערכדיגע פרייזן און ווען סדא א פלייט וואס דו טארסט נישט פארפאסן, לייג צו ווי מער אירפארטס אוו דעיטס פאר די בעסטע רעזולטאטן.

בדרך כלל איז די ביליגסטע צו קויפן צווישן מאנטיג און מיטוואך, און חגאות. וויקענדס איז טייערער. די טייערסטע צייט איז צווישן צוויי וואכן ביז צוויי טעג פארן פלייט.

ביים אויסוועלן א פלייט נוץ דיין פולע קאנציטראציע אויף יעדע דעטאל. אסאך מאל כאפט מען הייסע לאקשן און סקאסט אסאך עגמת נפש. טשעק די דעיטס דריי -פיר מאל (ביזט געווארן רידיירעקטעד פון א אנדערע סייט? סקען זיין די דעיטס זענען אויפגעמעססד!) די זייגער ביים אנקומען (ערב שבת 3 אזייגער קען מען טאקע פארן אין קאנטרי אבער לענדן אין א"י נאך חצות צו אנקומען קיין מירון אויף שבת גרעניצט זיך מיט א דאורייתא) די פונקטליכע נעמען , געבורטסטאג, און פעסספארט נאמען. א סקונדע קאנציטראציע ביים בוקן קען שפארן שעות אויפן טעלעפאן וכולי האי ואולי.

די עירפארט וואס איז עטליכע דאלער ביליגער קען זיין א לענגערע וועג\טאל, מאך זיכער סאיז נישט יצא שכרו בהפסדו.

אויב האלסטי ביים איינזיצן אויפן פליגער אדער דורכשלאפן נעם א פענצטער זיץ, אויב נישט, למען ה' נעם א אייל אפילו דו ווילסט ארויסקוקן (נישטא וואס צו זען ממילא) . אייביג נעם א זיץ וואס וועט האבן די ווייניגסטע מענטשן ארויס דורך דיר און פאר דיר ארויסצוגיין דורך די ווייניגסטע מענטשן. למשל, ביי א זיץ פון דריי, וועלן אדער צוויי מענטשן דיר איבערקריכן אדער וועסטו דארפן איבערקריכן\אויפשטעלן צוויי. נעם א זיץ ביי א צווייער סעט אדער ביים פירער אינמיטן. די בעסטע אין די פרט איז א עקזיט אדער מזרח וואנט ערשטע שורה. נוץ https://seatguru.com/ צו טשעקן די מעלות און חסרונות פון יעדע זיץ אויף יעדע פלייט. סאיז כדאי צו בודק זיין יעדע פאר טעג צו בעסער זיצן ווערן עוועיליבל, און בו ביום אויב זעסטו א גאנצע ליידיגע רייע אויפן עירליינס סיט מעפ, זיי נישט קיין נער. מיין שיטה איז אז ווי מער פון אונטן אלץ באקוועמער וועט זיין ביים ארויפקומען, ווי מוועט שפעטער זעהן. בו ביום נעם א סקרין שאט פון די ליידיג געבליבענע זיצן אין דיין געגנט אין פאל פון א שכנ'טע

די נאכט ביפאר

טשעק אריין אנליין תיכף 24 שעה פארן זיך הייבן, מקען געווענדליך טוישן אלעס וואס איז ערלויבט צו טוישן אין די 24 שעה (זיצ-פלעצער, טוישונגען וכדומה) אפילו אויב מאיז אריינגעטשעקט.
פרינט ארויס א בארדינג-פעס, און אויפן טעלעפאן , נעם א סקרינשאט פון די בארדינג פעס באר קאוד אז זאלסט עס האבן צו די האנט אפילו מיט שוואכע סערוויס.
סיין דיך אויף אויף נאטיפיקאציעס אויף דיין פלייט און אויך אויף די פלייט\ס וואס דיין פליגער מאכט פאר דיין פלייט, א לאנגע דילעי דארט קען מיינען א דילעי ביי דיר, קום אבער אן באצייטנס אפילו דו זעסט אז דיין אינקאמינג פליגער איז שפעט וויבאלד זיי קענען טוישן פליגער צו האלטן א סקעדזשול.

לייג אריין אין פריזער א קליינע סייז באטל מילך, און סיי וואס פארא געטראנקען איר ווילט מיטראגן. פארפרוינע ליקוויד איז געווע דליך נישט קיין אישו. אויב טראגסטו מאכלים, קעזן און פלייש אין די רענצלעך איז אויך כדאי עס צו פארפרירן.

מאך זיכער אלע דעווייסעס וואס דו ווילסט נוצן אויפן פליגער זענען 100% געטשארדזשד ווייל בעטערי איז א הייסע ארטיקל.

פאקן

נוץ באקוועמע קוואליטי רענצלעך מיט גרינגע פיר רעדער סיי אויפן אריינגעטשעקטע און זיכער די קערי-אן. לייג ארויף א גרויסע נאמען און טעלעפאן נומערן פון אינדערהיים און ביים דעסטינאציע. נעם א גוטע בילד פון די רענצלעך און פון אלע חלקים אויפן רענצל וואס קען צובראכן ווערן , הענטלעך, רעדער, זיפערס, על כל צרה שלא תבוא. מחמירים לייגן אריין airtags וכדומה , און tsa עפפראווד שלעסער. אויב האסטו א סייז רענצל וואס סקען זיין אז סאיז נישט 100% לויט די סייז פארשריפטן פון די עירליין איז כדאי צו איבערלאזן א טעג פון א פריערדיגע טריפ, זאל ער מיינען אז סאיז גאנגבאר. אדערווייז, נעם אראפ פריעדיגע סטיקערס און טעגס.

פאק אריין ווי מער זאכן וואס דו דארפסט נישט אויפן נסיעה אינעם רענצל, אויב גייט מען נישט דאווענען אויפן פליגער לייג צו דיין רעקל, טלית בייטל. (כרעד נישט קיין השקפה \מנהגים, אבער אפילו אויב ביזטו זיך נוהג מיטצונעמען תפילין איז א גוטע עצה צו ארויסנעמען בלויז די רש"י זעקל) . די גרינגסטע מיטל צו מיטשלעפן א שטריימל באקס איז אינעם רענצל. טראכט נישט יעצט פון די וועטער ביים ארויספארן און נישט ביים אנקומען, בלויז אויף צו זיין די לייכסטע באקוועמסטע אויפן פליגער. אי"ה ביים באקומען די רענצלעך וועסטו טרעפן א ווינקל זיך אנצוטון ווארעם וכדומה, ביז דאן ביזטו אינדאארס סייווי.

אין די קערי אן לייג אריין:
קראקס,
Gum
בעטערי פעק\טשארדזשער
סידור\תהילים\גמרא וכדומה, שאף קליינע סייזעס.
ליין מאטריאל
אויגן מאסקע
אויערן שטאפערס
האלז קישן
בעיבי ווייפס
נעפקינס טישוס
א סעט וועש.

אין א באזונדערע קליינע טרעוול לאנטש בעג, פאק איין דאס עסן. ווי קלענער און ווי מער גרייט אלץ בעסער, שמיר די סענדוויטשעס אויף דער ערד ווי איידער אויף די לופטן וועט אייך גוט זיין..
קליינע סנעק בעגס, לכתחילה ווי וויניגער קלעבעדיג, און שמעקעדיג.
צייכן אן וואס ליגט אין וועלכע זילבער פאפיר צו מונע זיין א רעסטוראנט סיטואציע אין זיבעטן הימל.
פאפיטעס וועסטו שוין קויפן אין שוק.

פארן פארן אין עירפארט , ליידיג אויס אלעס פון די טאשן און דיין גאנצע בערזל. אלעס וואס דו דארפסט נישט אויפן נסיעה לאז אינדערהיים, און אלעס וואס דו דארפסט נישט אויפן פלייט לאז אין רענצל.
אין מיין טאש ליגט ביים פליען א פאספארט , בארדינג פעס, עירפאדס און טעלעפאן וזהו.

נעם א שאוער ווי נענטער צום פלייט, א פרישע שאוער מאכט א חילוק אויפן פלייט פון גיהינום צו גן עדן, פאר דיר און פארן שכן.

קום אן באצייטנס. די עירליין באאמטע ביי אריינגעבן די רענצלעך זענען פולשטענדיג קעשיערס, און זוכן געעוענדליך נישט צו טון קיין טובות בחינם. אפגריעדס וכדומה וועט קאסטן געלט, משא"כ די חברה ביים געיט (צומאל די זעלבע סטעף!) זענען יא ווייכער און וועלן פרובירן צו העלפן כדי סזאל זיין סדר אויפן פליגער.

ביי אונז פלעגט מען מאכן א לחיים פארן פליען כדי צו ברענגען א שלאף, אין דוטי פרי אדער אויפן פליגער איז געווענדליך צוגעשטעלט . חוץ מזה איז געווענדליך נישטא קיין אלקאהאל מציאות אין דוטי פרי, די בארא פארקער געשעפטן זענען פיל ביליגער. ציגארן זעמיר נישט באקאנט.

ביים געיט קענסטו פחות או יותר שוין כאפן מי ומי ההולכים און ווי געשטאפט איז די פלייט, אויב איז גאר פיל וועלן זיי זוכן וואלאנטירן צו אריינטשעקן די פערזענדליכע שטאף פרייוויליג. איך בין זיך נוהג אין אזא פאל אריינצוטשעקן מיין הוט באקס, סיי צו סעיוון די שלעפ און אויך ווייל אזוי איז דא ווייניגער טשענסעס אז זיי וועלן צווינגען אריינצוגעבן די קערי אן , האסטעך שוין מקריב געוועם איין פעקל. גרייט אן א פלאן אויב זיי טוען דאס, ווי צולייגן וויכטיגע זאכן אינעם קלענערן אויבערדערמאנטע עסן בעג.

אויב ביזטו פלעקסיבל, קענסטו ארויפגיין אויף א ליסטע וואס איז מסכים צו נעמען א צווייטע פליגער און פארדינען אפאר דאלער, אבער דאס איז נישט פאר שוואכע הערצער.

מרופט אויס צו בארדן לויט נומערן, געווענדליך מאכן זיי נישט קיין עסק אויב מקומט ביי איין נומער פריער.. זיי אויפן פליגער ווי שנעלער צו פלאצירן דאס געפעק, יעצט טויש די שיך צו קראקס, נעם די זאכן וואס דו פלאנסט צו נוצן אין די ערשטע פאר שעה און זיץ איין.

אויב איז דיין זיץ נעבן א פרוי און זי זיצט שוין, קענסטו מסדר זיין די גאנצע מעשה אן וואס זי זאל אפילו כאפן אז עפעס איז דא געשען, מיט זדשאסט וואקן ווייטער ביז די טרעפסט א סטוארד, גיב עהם א מורמל אריין די אישו און געווענדליך וועט ער אייך ווייזן ווי צו צווארטן ביז סווערט עפעס מסודר. אויב זיצטו ווען זי קומט אן קענסטוך אויפשטעלן כאילו איהר צו העלפן זיך מסדר זיין בשעת וואס דו טוסט וואס דו האסט צו טון. ווי געדענק, דו קענסט נישט בעטן איינער צו אויפגעבן א באקוועמע זיץ פאר רעליגיע, בלויז די זעלבע אדער שוואכערע זיץ איז א קאנדיטאט ולפום צערא אגרא.

אלע בעלי דרשנים האבן טאקע לאנגע וויכוחים מיט זייערע קריסטליכע שכנים אדער ברענגען לתשובה א תינוק שנשבה אויפן פליגער אבער דיין שכן וויל געווענדליך נישט הערן פון דיר חוץ א גוטע נאכט ביים אנפאנג פלייט.
געזעצליך ביזטו יעצט א ארעסטאנט ביים מאנשאפט און דו ווילסט זיי אויף דיין זייט.

א גוטע נסיעה.

כהאב פראבירט נישט צו נוצן קיין קידוש\חילול ה' טערמינען אבער כמיין אז מיינע טיפס זענען מסוגל שיתאהב שמו הגדול..
איך פלעג אויך טרעוולען ווי א חי"ת זי"ן רי"ש ביז כהאב אויסגעפיגערט די בעיסיק איידיעס פאר א באקוועמע ליפטיגע רייזע.
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5671
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

געבורטסטאג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 3:48 pm
.

לייג אריין אין פריזער א קליינע סייז באטל מילך, און סיי וואס פארא געטראנקען איר ווילט מיטראגן. פארפרוינע ליקוויד איז געווע דליך נישט קיין אישו. אויב טראגסטו מאכלים, קעזן און פלייש אין די רענצלעך איז אויך כדאי עס צו פארפרירן.
אבער מאכט זיכער צו האלטן די ליקוויד אין א באזונדערע זעקל און לייגן אין א באזונדערע בין ביי סעקיורעטי, אניש וועלן זיי דארפן נעמען די גאנצע בין אין א זייט צו איבערטשעקן וואס קען אייך קאסטן טייערע מינוטען...
___

שטארקע און וויכטיגע נקודות, גאר גוט אראפגעלייגט.. ייש״כ

פארוואס זאגט איר אז ווי מער אין די בעק איז בעסער? נישט געזען איר זאלט צוקומען צו דעם
לינק?
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

קאפעלע האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 7:57 pm

וויפיל איך האב מיטגעהאלטן , די עולם וואס גייט ארויף די ערשטע זעקס -זיבן גרופעס פילן אן די ערשטע העלפט פליגער און די שפעטערדיגע קלאסן גייען אין די בעק. כדי צו זיכער מאכן פלאץ פאר די פערזענדליכע סחורה האב איך ליב צו נעמען זיצן אין בעק אזוי בין איך פון די עשרה ראשונים אין געגנט. דארט איז אויך דא געווענדליך די צוויייער זיצן .
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9258
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

געבורטסטאג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 3:48 pm
אלץ איינער וואס פליט צו די אפטערע זייט וויל איך מיטטיילן עטליכע טיפס וואס קען אויסמאכן צווישן א אפקומעניש פון א פלייט צו א געשמאקע בטעמטע נסיעה, ויהי רצון שיולכינו לשלום
גאר גוט געשריבן, זייער גוטע און נוצבארע הערות. ס'האט אינגאנצן אן אנדערע טעם ווען ס'קומט פון איין חכם, (שהוא ג")כ בעל נסיון.. איינער וואס רעדט פון אייגענע עקספעריענס.

ייש"כ!
געבורטסטאג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 3:48 pm

ביים אויסוועלן א פלייט נוץ דיין פולע קאנציטראציע אויף יעדע דעטאל. אסאך מאל כאפט מען הייסע לאקשן און סקאסט אסאך עגמת נפש. טשעק די דעיטס דריי -פיר מאל (ביזט געווארן רידיירעקטעד פון א אנדערע סייט? סקען זיין די דעיטס זענען אויפגעמעססד!) די זייגער ביים אנקומען (ערב שבת 3 אזייגער קען מען טאקע פארן אין קאנטרי אבער לענדן אין א"י נאך חצות צו אנקומען קיין מירון אויף שבת גרעניצט זיך מיט א דאורייתא) די פונקטליכע נעמען , געבורטסטאג, און פעסספארט נאמען. א סקונדע קאנציטראציע ביים בוקן קען שפארן שעות אויפן טעלעפאן וכולי האי ואולי.
זייער א וויכטיגע הערה.

אויך איז וויכטיג צו אינאכט נעמען די AM / PM פון די פלייטס, און עקסטער ביי א פלייט וואס פארט ארויס שפעט ביינאכט נאך חצות (נוגע אסאך ביי פלייטס קיין ארץ ישראל) צו קוקן אויפן לוח אז די דעיט פון למשל א 12:30 AM פלייט איז טאקע די נאכט וואס דו ווילסט, און נישט די נאכט בעפאר.

למשל ווען מ'פארט ארויס פון ארץ ישראל קיין אמעריקע מוצאי שבת, און די למספרם דאטום פון שבת איז סעפטעמבער דער ניינטער, אבער אזוי ווי דער פלייט פארט ארויס אום איינס אזייגער AM, וועט דער ריכטיגער דאטום פונעם פלייט שוין ווייזן אלץ סעפטעמבער דעם צענטען, אבער אסאך מענטשן וועלן זיך טועה זיין און בוקן די פלייט אויף 9/10 - 1:00 AM, וואס דאס איז באמת פרייטאג צונאכטס אינמיטן קה אכסוף ביים רבינ'ס טיש.

ועל הנוסע ליזהר!
---
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

א דאנק @געבורטסטאג זייער גוטע טיפס.

מיר זענען זיך נוהג צו לאזן די פלאסטיק פונעם טלית בייטל אינדערהיים. ס'מאכט אויס א געוואלד
קוה אל השם רבותי
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

פרישוואסער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:41 pm
nmi האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:
א עצה צו קענען שלאפען באקוועמט אויף א פליגער?
איך זיך נאך א עצה בכלל צו קענען שלאפן אויפן פליגער און דו רעדסט שוין פון שלאפן באקוועם...

... מיין דאקטאר האט מיר פארשריבען שלאף טאבלעטען, ס'האט נישט געארבייט אזוי ווי איך וואלט געוואלט...
געהערט אמאל פון איינעם אז סדא א ספעציעלע טאבלעט בדוק ומנוסה אז משלאפט גראד איין און מוועקט זיך אויף נאכן לאנדן
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:48 pm
פרישוואסער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:41 pm
nmi האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:
א עצה צו קענען שלאפען באקוועמט אויף א פליגער?
איך זיך נאך א עצה בכלל צו קענען שלאפן אויפן פליגער און דו רעדסט שוין פון שלאפן באקוועם...

... מיין דאקטאר האט מיר פארשריבען שלאף טאבלעטען, ס'האט נישט געארבייט אזוי ווי איך וואלט געוואלט...
געהערט אמאל פון איינעם אז סדא א ספעציעלע טאבלעט בדוק ומנוסה אז משלאפט גראד איין און מוועקט זיך אויף נאכן לאנדן
אפשר קענט איר געוואר ווערן די נאמען פין די טאבלעט?
אוועטאר
fein
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 28, 2022 2:16 am
לאקאציע:וואו נישט

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fein »

זייער גוט געשריבען @געבורטסטאג הלוואי ווען איהר שרייבט ווען מיט אפאר טאג פריער וואלט איך זיך געקענט פארמיטן א שיין ביסל צער די לעצטע פאר וואכן.

בנוגע נעמען א זיץ מער און די בעק, אויב דארפט איהר כאפן א קאננעקטינג פליגער אין א טייט צייט איז עס נישט רעקאמענדירט, היות עס קען נעמען נאך א האלבע שעה פון ווען דער ערשטע מענטש איז אראפגעגאנגען פון פליגער, ביז איר קענט אראפגיין, ווייל כסדר מאכט זיך די דריי מענטשן וואס הייבן זיך דאן אן מסדר זיין און האלטן אויף דעם גאנצע פליגער.
נאך א חסרון איז אז ווען איהר קומט אן און עירפארט איז רוב מאל די גאנצע פליגער און פארנט פון אייך אויפן ליין ביי פאספארט קאנטראל, וואס קען עס אויפהאלטן מיט נאך א האלבע שעה, א שעה.

איך פערזענליך האב געהאט יעצט א קאננעקטינג פלייט און אינו דומה. עס נעמט טאקע נאך דריי פיר שעה די גאנצע פליען מעשה אבער למעשה קענסטוך געבן א צוה אויס אינדערמיט.
נאך א שטארקע מעלה איז אז פאר די אידן וואס קוקן אומגעדולדיג אויפן סקרין צו זעהן ווען מען קומט אן, שפילט עס גוט אויס דעם מח צו מיינען אז מען קומט שוין אן און דריי שעה ווען באמת דארפסט פארן נאך 8 שעה.
דאס איז אבער נאר געזאגט געווארן פאר מענטשן וואס קענען נישט שלאפן אויפן פליגער און טאנצן פון די הויט איינער וואס שלאפט דורך די גאנצע מעשה זאל אנדערש יא נעמען א דירעקט פליגער.

נאך א שטארקע זאך וואס כ'האב געזעהן איז אזויווי פריער דערמאנט אז נעם א בעקפעק אדער א קליינע רענצל אז און פאל וואס די קומסט אן שפעט צו דיין פליגער וכדו' וואס דאן איז שוין נישט דא קיין פלאץ פאר אייערע הענד פעקלעך נעבן אייך נאר 20 זיצן ארויפציהר, און יעדעס מאל איר דארפט עפעס איז עס א גאנצע מערכה. זאלט איר דאס קענען האבן אונטער אייער זיץ.

גייט און בית הכסא גלייך פארן ארויפגיין אויפן ערעפלאן עס קען פארמיידן אזויפיל צרות ברוחניות ובגשמיות והמבין יבין.

אויב ווילט איר שלאפן איז א עצה טובה מיטצונעמען אזא היטל וואס די עמים גייען און די ווינטער מיט, עס האט עטליכע מעלות איינס אז עס קען באדעקן אייער אויגן זייער גוט, ועוד אז עס האלט אן אייער קאפל זאל נישט אוועקפליען ווען איר דרימלט.

עד כאן וואס איך קען געדענקן אויפן מינוט.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

געבורטסטאג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 3:48 pm

אויב האלסטו ביים איינזיצן אויפן פליגער אדער דורכשלאפן נעם א פענצטער זיץ, אויב נישט, למען ה' נעם א אייל אפילו דו ווילסט ארויסקוקן (נישטא וואס צו זען ממילא).
וואס???? נישטא וואס צו זעהן???
מען קען דאך אויסגיין פאר מתיקות פון זעהן גאט'ס הערליכע בריאה!!
אטעטשמענטס
המכסה שמים בעבים.jpg
המכסה שמים בעבים.jpg (52.05 KiB) געזען 1540 מאל
פרייליכען
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכען »

א געהעריגע גרויסע קושן...
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

ניץ די עצה פון
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 1:39 pm
און אלעס וועט זיין אלרייט
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

ביי מיר מאך איך זיכער נישט צו שלאפן א נאכט פריער אזוי שלאף איך מבואו ועד צאתו
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:32 am
געבורטסטאג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 3:48 pm

אויב האלסטו ביים איינזיצן אויפן פליגער אדער דורכשלאפן נעם א פענצטער זיץ, אויב נישט, למען ה' נעם א אייל אפילו דו ווילסט ארויסקוקן (נישטא וואס צו זען ממילא).
וואס???? נישטא וואס צו זעהן???
מען קען דאך אויסגיין פאר מתיקות פון זעהן גאט'ס הערליכע בריאה!!
גערעכט סאיז אינטרעסאנט פאר עטליכע מינוט אויב סאיז א שיינע טאג. אבער אויב ביזטו adhd טוה עס נישט פאר דיינע שכנים און נעם א איילבירט, סארי א איילסיט
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

פרישוואסער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 10:10 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 9:48 pm
פרישוואסער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:41 pm
nmi האט געשריבן:
פרישוואסער האט געשריבן:
א עצה צו קענען שלאפען באקוועמט אויף א פליגער?
איך זיך נאך א עצה בכלל צו קענען שלאפן אויפן פליגער און דו רעדסט שוין פון שלאפן באקוועם...

... מיין דאקטאר האט מיר פארשריבען שלאף טאבלעטען, ס'האט נישט געארבייט אזוי ווי איך וואלט געוואלט...
געהערט אמאל פון איינעם אז סדא א ספעציעלע טאבלעט בדוק ומנוסה אז משלאפט גראד איין און מוועקט זיך אויף נאכן לאנדן
אפשר קענט איר געוואר ווערן די נאמען פין די טאבלעט?
וואס איז שלעכט מיט א גלעזעלע וויסקי לרוב שמחה?
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

fein האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:01 am

בנוגע נעמען א זיץ מער און די בעק, אויב דארפט איהר כאפן א קאננעקטינג פליגער אין א טייט צייט איז עס נישט רעקאמענדירט, היות עס קען נעמען נאך א האלבע שעה פון ווען דער ערשטע מענטש איז אראפגעגאנגען פון פליגער, ביז איר קענט אראפגיין, ווייל כסדר מאכט זיך די דריי מענטשן וואס הייבן זיך דאן אן מסדר זיין און האלטן אויף דעם גאנצע פליגער.
נאך א חסרון איז אז ווען איהר קומט אן און עירפארט איז רוב מאל די גאנצע פליגער און פארנט פון אייך אויפן ליין ביי פאספארט קאנטראל, וואס קען עס אויפהאלטן מיט נאך א האלבע שעה, א שעה.

איך פערזענליך האב געהאט יעצט א קאננעקטינג פלייט און אינו דומה. עס נעמט טאקע נאך דריי פיר שעה די גאנצע פליען מעשה אבער למעשה קענסטוך געבן א צוה אויס אינדערמיט.
וויכטיגע נקודה, אבער כמיין סאיז א שטיקל דמיון, יעדער זעהט זיך למעשה אינדרויסן מיט זיין רענצל בערך די זעלבע צייט, אבער פאר א קורצע קאנקשן איז וויכטיג צו זיין אראפ פון פליגער פריערט, ( מקען דערצו איינשפאנען די מאנשאפט אויך אז לקראת לענדינג באקומט מען א מזרח זיץ. )
די וואס האבן קלוגע טעלעפאנען קענען אויספילן די MPC אפליקציע און שניידן די ליינס ביי פאספארט קאנטראל. כמו"כ גלאבאל ענטרי וכדומה.

כפלעג שטארק גלייכן א סטאפ אבער נאכן פליען א באנטש איז נמאס געווארן און מוויל זיך בלויז זען ביים דעסטינאציע.

צאתכם ובואכם לחיים ולשלום
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

קאטטשקעלע האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2019 12:10 pm
TSA pre
קדוש ונורא האט געשריבן:
איז דא עפעס עצה צו קענען אדורך גיין סעקיורטי שנעלער
און נישט דארפן ווארטן אויף די לאנגע ליינס און עירפארט?
זייער אסאך מאל איז עס included מיט דיין קרעדיט קארטל אלץ א בענעפיט, בעיקר די מעטאלענע קארטלעך.
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.

אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע:גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

איש ציון האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 9:36 am
ביי מיר מאך איך זיכער נישט צו שלאפן א נאכט פריער אזוי שלאף איך מבואו ועד צאתו
אמאל קען עס אבער ווירקן פארקערט, אויב שלאפט מען נישט איין, סיי מ'פליט, סיי מ'איז מיד פון נישט שלאפן די לעצטע 24+ שעה, דער באשעפער זאל אפהיטן...
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
יוד
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

הארסי(פערד) האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2019 9:31 am
מ'קען ביטע אריין קימען מיט בילדער ? וועכע האנט באגאדטש מען רעדט דא ? שקויך
איך מיין אז ראטן אויף דיר קען זיין א בעסערע אפשען ווי א פלייט דו פארסט זייער שנעל אויך
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2944
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

יונה פויגל האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 12:01 am
איש ציון האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 9:36 am
ביי מיר מאך איך זיכער נישט צו שלאפן א נאכט פריער אזוי שלאף איך מבואו ועד צאתו
אמאל קען עס אבער ווירקן פארקערט, אויב שלאפט מען נישט איין, סיי מ'פליט, סיי מ'איז מיד פון נישט שלאפן די לעצטע 24+ שעה, דער באשעפער זאל אפהיטן...
כהאב ברוך השם נאכנישט געהאט דעם פראבלעם
איך בין געווען א גרויסע פארער
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
חד גדיא
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 2:45 pm

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חד גדיא »

אכטונג געבן ווען איר פארט מיט רייען עיר אדער איזי דזשעט, אויב נעמט איר א קליינע רענצל אויפן פליגער קענען די רשעים אייך הייסן ביים געיט אריין לייגן די רענצל אין אזא אייזערנע באקס זיכער מאכן אז עס פיט אריין אינעם באקס וואס איז די ערלויבטע סייז, מיטצונעמען אויפן פליגער, אויב יא וועלן זיי דיר רעכענען רבי געלט און הייסן לייגן אונטן, ווענדט זיך וועמען איר טרעפט אהן אדער פארקערט,,, נישט באקאנט די משוגעתן אדער געלט גייציגקייט פון פראנטיער אדער סאוטוועסט,,, פאר און קום לחיים ולשלום
אוועטאר
Yiddish Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2024 2:36 pm
לאקאציע:yiddishtravel.com

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yiddish Travel »

א גוטע פאוער בענק וואס איז זייער לייכט צו פליען דערמיט
https://amzn.to/3V8CnZv
(געדענק צו עפלייען די 10% אראפ)
צאל רענט/מארטגעדזש מיט א קרעדיט קארטל (פאר פרי) און פארדינט די מאכטפולסטע פוינטס!
צו ליינען איבער די בילט קארטל דרוקט דא
מיין בעסטע קארטל: געוואלדיגע ווענטשור X
כאפ א באזוך אין אונזער וועבזייטל און לאז איבער א קאמענט
אוועטאר
שבעת המינים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 6:01 pm

Re: עצות וויאזוי צו פליען באקוועם אויף א Flight

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבעת המינים »

בנוגע זיצן אין די בעק, די מעלה איז אז עס איז געווענדליך מער רוהיג און קאוזי ווי אינדערמיט, באט די חסרון איז אז ווי מער צו די בעק מען איז אלץ מער נויז איז דא. פאר דעם סיבה לייגן די עירליינס ביזנעס קלעס אין די פראנט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פלי רייזעס”