פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

ניו יארק און ארום

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: פין וויליאמסבורג ביז בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

Hershy21 האט געשריבן: ש'כח פאר די עצה. אין חכם כבעל נסיון לאמיר הערן פידבעק פונם ציבור


אני הקטן דריוו נישט אליין, [איך כאפ יא היטשעס] און מיט וועם איך פאר נאר עצה איך צו פארן דעם וועג, און אלע דאנקען מיר רוב מאל נעמט דאס נישט לענגער ווי 20 מינוט, אבער עס ווענדט זיך ווי טיף אין בארא פארק איר דארפט אנקומען, אויף די בארא פארקער טרעפיק לאקאל דאס האב איך שוין נישט קייין עצה.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

אנכי הרואה האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן: אזוי ווי איך פאר גאר אפט אויף די וועג,

גא"מ פארנדיג גאר אפט הין און צוריק.
שוין אינזין געהאט אמאל אפצושרייבן דעם וועג אבער טאקע א מזל כ'האב עס נישט ווייל דיין שפראך איז עפעס זאפטיגער ווי רינעדיגע שמאלץ! יישר כח!
צומאל, אויב איז נישט אנגעלייגט ביי די 'דרעין', קען די וועג ביז פארט העמילטאן נעמען אונטער 20 מינוט!

נעגלוואסער האט געשריבן: געזעהן אסאך פאליציי לעצטנס ביי טילערי סטריט עקזיט

דא א פאליציי ווען אסאך מאל נאכן עקזיט/ענטרענס אויף די גראבע ווייסע שטח.

גא״מ. איך פאר אזוי יעדן טאג נעמט רוב מאל אינטער 20 מינוט
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3462
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

א גרויסען יישר כח פאר אלע פיעדבעק!!

די עולם ווערט געווען אריינצוקומען מיט די אייגענע עקספעריענס........ לתועלת הציבור
לעצט פארראכטן דורך פאסט טרעגער אום מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע:צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

לויט וויפיל מענטשן פארן דא אויפ'ן שאלדער קוקט אויס אז ס'לוינט זיך צו פארן און די געהעריגע לעין

ס'איז א אנזעץ פון א שאלדער:wink:
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

ארויף אויפן בי קיו אי אין וומס"ב 9:04 גענומען עקזיט 4 אין ב"פ (די ערשטע עקזיט) 9:19
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3462
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

אנכי הרואה האט געשריבן: ארויף אויפן בי קיו אי אין וומס"ב 9:04 גענומען עקזיט 4 אין ב"פ (די ערשטע עקזיט) 9:19

כה לחי;l;p-

גיי לערן דאס אויס פאר א גוישע (קאמפיוטער) קאפ

שיין גיימיר אויסקוקען ווען די קארס וועלן פארן אליינס
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

fiena nieas האט געשריבן: דעס וואס דו זאגסט ביי טילערי סטריט פלעג איך טון און סאיז פיינע נייעס אבער איליגעל!!

ווען ווייס איך אז סיא צייט צו נעמען די הייוועי? מאן יימר פארוואס זאל דיר וועיז נישט גיבן די הייוועי אויב סאיז שנעלער??

סנעמט טאקע א שעה ביידע וועגן אבער איך האב מורא צו נעמען די הייוועי ווייל סוועט נאך נעמען לענגער


אפילו מען גייט נישט אליגעל און מען פארט נאר ביז די צוויי גאנצע ליינס, און הארט פארדעם דרייט מען זיך צוריק און די געהעריגע לעין, איז דאס אויך שנעלער ווי די גאסן, מציאות! כך אני נוהג טאג טעגליך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

בענקעל האט געשריבן: קיין וומסב"ג ניץ איך צומאל 8 עוועניו ביז א רעכטס צו יוניאן און פון דארט איסטרן פארקוועי און לינקס צו בעדפארד.
8th av ext231711.jpg


און צו מאל עקסיט 26 ביז א רעכטס צו קאלאמבעסביז א רעכטס ביי אטלאנטיק עוועניו און דארט צוריק אריין צום ביקיואי.
26th ext231753.jpg

קאלאמביעמיינסטו געוויס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

אינטערסאנטע איד האט געשריבן: אפילו מען גייט נישט אליגעל און מען פארט נאר ביז די צוויי גאנצע ליינס, און הארט פארדעם דרייט מען זיך צוריק און די געהעריגע לעין, איז דאס אויך שנעלער ווי די גאסן, מציאות! כך אני נוהג טאג טעגליך!

גא"מ

און צו הרב פאסט טרעגער: די העצע קעגן די היטש נעמער איז נישט עקסעפטעד.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3462
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
אינטערסאנטע איד האט געשריבן: אפילו מען גייט נישט אליגעל און מען פארט נאר ביז די צוויי גאנצע ליינס, און הארט פארדעם דרייט מען זיך צוריק און די געהעריגע לעין, איז דאס אויך שנעלער ווי די גאסן, מציאות! כך אני נוהג טאג טעגליך!

גא"מ

און צו הרב פאסט טרעגער: די העצע קעגן די היטש נעמער איז נישט עקסעפטעד.

ח''ו איך בין נישט מזלזל און די היטש נעמער איך האב נאר געגעבן די שנעלסטע וועג, מיט א עצה טובה אז אויב פלאנט מען נישט צו געבן קיין היטש זאל מען בכלל נישט פארן יענע זייט

דיסקלעימער! איך געב אויך היטשע'ס, אבער די אייבערשטער האט מיר אזוי אויסגעשטעלט אז מיין קאר איז מיין צווייטן אפיס און אלע פאוין קאלס וואס איך וויל מאכן לייג איך אוועק פאר ווען איך וועל זיין און קאר, ממילא קומט מיר רובמאל נישט אויס צו געבן א היטש, און פאר אין מיר מיין סיטואציע לוינט זיך נישט צופארן אויף יענעם לעין

שוין פארראכטן
אוועטאר
שבח ארואל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 26, 2021 12:06 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבח ארואל »

;l;p-פאסטי קריסטאל קלאר
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2080
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: פין וויליאמסבורג ביז בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

אינטערסאנטע איד האט געשריבן:
Hershy21 האט געשריבן: ש'כח פאר די עצה. אין חכם כבעל נסיון לאמיר הערן פידבעק פונם ציבור


אני הקטן דריוו נישט אליין, [איך כאפ יא היטשעס] און מיט וועם איך פאר נאר עצה איך צו פארן דעם וועג, און אלע דאנקען מיר רוב מאל נעמט דאס נישט לענגער ווי 20 מינוט, אבער עס ווענדט זיך ווי טיף אין בארא פארק איר דארפט אנקומען, אויף די בארא פארקער טרעפיק לאקאל דאס האב איך שוין נישט קייין עצה.

אה, איך זיך דיך שוין א שטיק צייט. נעקסטיים לאז נישט איבער דיין טונא סענדוויטש אין מיין קאר. ס'ארא גרוך דאס האט אנגעמאכט.
וקול התור נשמע בארצנו
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

קלאנג האט געשריבן:
אינטערסאנטע איד האט געשריבן:
Hershy21 האט געשריבן: ש'כח פאר די עצה. אין חכם כבעל נסיון לאמיר הערן פידבעק פונם ציבור


אני הקטן דריוו נישט אליין, [איך כאפ יא היטשעס] און מיט וועם איך פאר נאר עצה איך צו פארן דעם וועג, און אלע דאנקען מיר רוב מאל נעמט דאס נישט לענגער ווי 20 מינוט, אבער עס ווענדט זיך ווי טיף אין בארא פארק איר דארפט אנקומען, אויף די בארא פארקער טרעפיק לאקאל דאס האב איך שוין נישט קייין עצה.

אה, איך זיך דיך שוין א שטיק צייט. נעקסטיים לאז נישט איבער דיין טונא סענדוויטש אין מיין קאר. ס'ארא גרוך דאס האט אנגעמאכט.


אנטשולדיגט פאר די אומאנגענעמע גערוך פון אייער קאר, אבער איך עס נישט קיין טונא סענדוויטשעס, און אוודאי טראג איך זיך נישט ארום מיט אזוינע זאכן, ע'מיר מוזן זאגן אז עס זענען דא מער ווי איינער וואס כאפט היטשעס,
גוט צו זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 4:09 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט צו זיין גוט »

פאסט טרעגער האט געשריבן:
בלייב אויפן רעמפ ביז עס מערדזשט מיטן רעכטן לעין

האלט דיר אויפן רעכטן לעין

בלייב אויפן עקזיט לעין אפליו עס איז שוין דא צוויי ווייסע ליינס,

בלייב ווייטער אויפן רעכטן לעין ביז הארט נעבן סענדז סטריט

ריק דיר אריין און די רעכטע לעין

בלייב אויפן רעכטן לעין ממש בוזן מאנהעטן ברידזש עקזיט

ראו מה בין בני לבן חמי...
וועיז איז געמאכט פאר גוים

אמנם, כמדומה לי שכן נוהגים המנהיגים של ה'אמן' באסעס, אפילו הבן-חמי'ס.

בכל אופן, ישר כוח גדול!
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

גראדע לעצטענס איז די וועג אסאך מאל יא אנגעלייגט
אפשר פארן דעמאלטס די אייוועלט ניקס....
באט עניוועיז - אשיינעם דאנק
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

שוין גענוצט א שיינע פאר מאל. א דאנק!

(און אזוי אויך אויפן וועג צוריק. גלייך ביים אנהייב פונעם BQE רוקט מען זיך אריין אינעם רעכטן ליניע און ס'איז א נחת...)
אוועטאר
ארבעטסגעבער
שר האלפיים
תגובות: 2407
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 9:59 am

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארבעטסגעבער »

איך נוץ אויך דעם ניגון א ריזיגן שכויעך הרב @פאסטרעגער פארן שרייבן די נאטן
עס איז ענדערש צו שווייגן און אויסזעהן ווי א טיפוש,
ווי צו עפענען דאס מויל און איבערצייגן אז ס׳איז ריכטיג.
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

בין איך געקומען צום אויספיר אז די אנלייגעניש האט נישט מיט אראפנעמען די דריטע לעין, נאר מיט די פילע קארס וואס פארן.

פרייטיג איז געווען די בי קיו אי ליידיג פון קארס, און מ'זעמיר ארויף אין וומס"ב עטליכע מינוט נאך ניין אינדערפרי, און גענומען דעם ערשטן עקזיט אין ב"פ ניין מינוט דערויף כבימי קדם...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אנכי הרואה האט געשריבן: בין איך געקומען צום אויספיר אז די אנלייגעניש האט נישט מיט אראפנעמען די דריטע לעין, נאר מיט די פילע קארס וואס פארן.

פרייטיג איז געווען די בי קיו אי ליידיג פון קארס, און מ'זעמיר ארויף אין וומס"ב עטליכע מינוט נאך ניין אינדערפרי, און גענומען דעם ערשטן עקזיט אין ב"פ ניין מינוט דערויף כבימי קדם...

לכאורה אלץ ערב חגא
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פאסט טרעגער האט געשריבן:

קענסט שרייבן די בעסטע וועג פון ב"פ צו ווילאמסבורג?

(מיין בעסטע איז בערך אזויווי הײמישער זײגער האט שוין געשריבן אבער מיט אפאר שינוים.)
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3055
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

נעגלוואסער האט געשריבן: לויט וויפיל מענטשן פארן דא אויפ'ן שאלדער קוקט אויס אז ס'לוינט זיך צו פארן און די געהעריגע לעין

ס'איז א אנזעץ פון א שאלדער:wink:

נע... ס'איז נישט אזאלעכע ברייטע פלייצעס.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3462
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:

קענסט שרייבן די בעסטע וועג פון ב"פ צו ווילאמסבורג?

(מיין בעסטע איז בערך אזויווי הײמישער זײגער האט שוין געשריבן אבער מיט אפאר שינוים.)

אדרבה, לאזט איך הערן, איך וואלט שטארק הנאה געהאט צי ליינען אייער מהלך פון ב''פ צו וויליאמסבורג

)אי''ה ווען איך וועל פארמאגן אביסל איבריג צייט וועל איך בל''נ שרייבן מיין מהלך)
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

farshlufen האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן: קיין וומסב"ג ניץ איך צומאל 8 עוועניו ביז א רעכטס צו יוניאן און פון דארט איסטרן פארקוועי און לינקס צו בעדפארד.
8th av ext231711.jpg


און צו מאל עקסיט 26 ביז א רעכטס צו קאלאמבעסביז א רעכטס ביי אטלאנטיק עוועניו און דארט צוריק אריין צום ביקיואי.
26th ext231753.jpg

קאלאמביעמיינסטו געוויס.

איז נישט ביי דעם עקזיט Hicks st ?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פין וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פאסט טרעגער האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
פאסט טרעגער האט געשריבן:

קענסט שרייבן די בעסטע וועג פון ב"פ צו ווילאמסבורג?

(מיין בעסטע איז בערך אזויווי הײמישער זײגער האט שוין געשריבן אבער מיט אפאר שינוים.)

אדרבה, לאזט איך הערן, איך וואלט שטארק הנאה געהאט צי ליינען אייער מהלך פון ב''פ צו וויליאמסבורג

)אי''ה ווען איך וועל פארמאגן אביסל איבריג צייט וועל איך בל''נ שרייבן מיין מהלך)

בל"נ ווען איך וועל האבן צייט.
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3462
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

דורכברוך אויפן בי קיו אי איסט באוינד....

א אינטערסאנטע טויש - האפענטליך צום גוטן - האב איך אויפגעפאסט ווען איך בין געפארן היינט אויפן בי קיו אי וויליאמסבורג באוינד

איך בין געפארן אויפען גאוואנעס עקפרעסוועי אויפען דריטען לעין פון רעכטס - כדרכי וכן היו נוהגים חסידים ואנשי מעשה בדורות האחרונים כידיע ליודעי ח''ן - דארט ווי עס איז דא די באקאנטע פרשת דרכים ווי עס ווערט צוטיילט די לינקע צוויי לעינס - וואס פארן אריין און די יודזש על קערי טונעל - און די רעכטע צוויי לעינס וואס פארן אריין אונעם בי קיו אי אויפן וועג קיין וויליאמסבורג

איך האלט א אויג אויפן ראויד צו זעהן ווי עס זענען די צוויי סאליד ווייסע ליינס וואס צושיידען די צוויי וועגן - וואס סוף פון די ליינס פלעגן מיר זיך געווענדליך אריינרוקען אונעם צווייטען לעין פון רעכטס כמקובל לנו - והילד איננו

די שטאטישע טאטעס האבן איינגעזען צו מאכען אינזער אויסגעטרעטענע שארטקאט פאר א אפיציעלע וועג

פון היינט און ווייטער קען מען דורך די רעכטע דריי לעינס אנקומען צום בי קיו אי.....

בלייבט נאר איבער צו זעהן ווען די חברה וועלן כאפן אז מען קען מאכן די ברייטע שאוילדערס נאכן עטלענטיק עוו עקזיט פאר א אפישעל לעין.....
שרייב תגובה

צוריק צו “לאקאלע טרעוול”