ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

דער פלאץ: ערגעצוואו אין א מייזן לאך אינדרויסן פון שטאט...

די צייט: פאר'ן ווינטער, ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען...


"חברה!" קוויטשעט איינער, א ראש המדברים בכל מקום. "וואס איז די פלאן פאר'ן ווינטער?"

עטליכע גרויע מייזן קעפ דרייען זיך אויס אין זיין ריכטונג. "זאג, האסט געהאט א בייזן חלום?" שרייט ארויס א נערוועזע זיידע פונעם הייסן מקוה. "אין מיינע צייטן האט מען געלאזט די זאכן פאר די עלטערע! גיי צוריק שפילן, דו מוילמאכער!"

אויב דער יונגער מויז איז באליידיגט געווארן פונעם אלטן'ס אויסברוך, האט ער עס נישט ארויסגעוויזן. "אז די עלטערע פוילעצן אפ דעם הערבסט אין שוויץ באד, מוזן עפעס די יונגערע פארפרוירן ווערן צום טויט?? ס'קומט א ווינטער, דו אלטער זעצער!"

"היינטיגע מחוצפים..." האט דער זקן געגעבן א מורמל, איידער'ן זיך צוריק איינטינקען די רמ"ח איברים אינעם שמוציגן קאלוזשע רעגן וואסער...

"נו, וואס איז טאקע דער פלאן?" האבן זיך עטליכע יונגעלייט צוגעשארט צום היציגן באשעפעניש. "דער ווינטער איז שוין ממש ביים גרעניץ."

"כ'שפיר שוין אפילו א קעלט אויף מיין שפיץ נאז." האט דער יונגסטער מויז'ל צוגעשמאלצן.

"עה, בעל דמיון וואס דו ביסט!" האבן די אנדערע אפגעלאכט.

"הקיצור, תכלית!" האט דער עסקן אויסגערופן, אריינבייסנדיג אין א פינאבאדער דאונאט וואס איינער האט מנדב געווען לרגל דעם אסיפה. "לויט מיין אייזערנעם זכרון," האט ער זיך געקלאפט מיט'ן וויידל אויף זיין רוקן, "ווערט אונזער וואוינונג דא פארפרוירן קאלט גלייך ביים אנהייב ווינטער."

די יונגעלייט האבן צוגעשאקלט מיט'ן קאפ. אויך דער פיצי מויז.

"הע, לץ איינער!" האט איינער ווידער ליצנות געמאכט פון אים. "דו ביסט נאך אפילו נישט געווען געבוירן פאראיאר ווינטער!"

"נעגאטיוויטי..." האט דער בעיבי מויז געמורמלט...

"הקיצור, תכלית!" האט דער עסקן נאכאמאל געלאזט פאלן די צוויי מלא תוכן'דיגע ווערטער וואס ער האט זיך געהאט איינגע'חזר'ט נישט לאנג בעפאר. "אויב מיר ווילן נישט אויס'פייגער'ן ווי מורישקעס גלייך נאך סוכות, ברויכן מיר זאפארט פאקן פעק און ארייניאגן אין שטאט אריין. איז וואהר?"

"איז וואהר." האבן אלע מיטגעקוויטשעט.

און טאקע, ביז א האלבע שעה איז די שיירה געווען גרייט, אויפגעסעט, רעדי טו ראול...

(דא האט איר א לעבעדיגן בילד פונעם מצב...)
מייז 1.jpg
מייז 1.jpg (264.03 KiB) געזען 800 מאל

אבער נישט יעדער פון די קהילה...

חוץ פונעם זיידן פון מרחץ, זענען אויך געווען נאך עטליכע עטליכע פוילע יונגען זיינס גלייכן, וואס האבן זיך בכלל נישט געיאגט. אייניגע פון זיי, נאך מיט א גאנצער 'שיטה' אז אויב מ'וועט ווייניגער רעדן פונעם ווינטער, וועט ער זיך לכאורה נישט יאגן אנצוקומען, און אפשר גאר אפילו ארויסבעקן אינגאנצן. עניוועי, מ'עט רעדן מארגן, לייג נישט קיין לחץ...

דערווייל האבן זיך די פלייסיגע מייז אריינגערוקט אין שטאט אריין. ביז געציילטע נעכט האבן זיי געפינען א באקוועמע אכסניא אינעם קלאזעט ביי משפחת שווארץ, און זיי האבן זיך געלייגט שלאפן זיך אויסצורוען פונעם רייזע.
אבער זייער שלאף איז גאנץ שנעל צושטערט געווארן ווען טאטי שווארץ האט געעפנט דעם טיר אריינצושליידערן דארט זיינע ברוינע ד' מינים וואס ער וועט ערב פסח פארגעסן וואו ער האט דאס געלייגט.

"א מין חוצפה!" האט זיך דער בעיבי מויז גערעגט. "אז ער קומט שוין יא אריין ביי יענעם אינדערהיים, זאל ער כאטש קלאפן פאר דעם!"

"יונגעלע," האט אים א בחור געגעבן צו פארשטיין. "דאס איז נישט אונזער הויז. 'אונז' זענען די וואס דארפן באמת קלאפן בעפאר."

"טא, פארוואס באזעצן מיר זיך אין יענעם'ס הויז אן רשות?" האט דער קליינער אלזא נישט פארשטאנען.

"קום שעפעלע," האט א זיידע (נישט יענער פון מקוה... צו אים וועלן מיר שוין צוקומען...) אים גענומען אויף זיין שויס. "לאמיר דיר אויסלערנען עטליכע זאכן אין לעבן." (די פרטים פונעם לעבנס-שמועס זענען נישט באקאנט...)

אפאר מינוט שפעטער, האט מאמי שווארץ וויכטיג געדארפט אריינקוקן אין קלאזעט, כדי זי זאל קענען געבן א קלארערן לעבעדיגן באריכט פאר איר שוועסטער איבער חנה'לעס שפאגל נייע סוועטער פאר'ן ווינטער סעזאן, אבער א היסטערישע קוויטש האט איבערגעריסן דעם פאון קאל:

"א מייז! טאטי! א מיייייייייז!" האט זי געלארעמט מיט קולי קולות.

טאטי איז געקומען צולויפן ווי א העלד מיט א מייזן כאפער, דערויף א שטיקל קעז, און פארהאקט דעם קלאזעט טיר דערונטער.

עטליכע מייז האבן זיך געשטעלט ארום דעם פארציע, אויפצוקומען מיט'ן פאסיגן סטראטעגיע וויאזוי צו באפרייען דעם קעז פונעם פאסטקע, אן ווערן פארכאפט אינמיטן דערינען.

"פארוואס כאפט קיינער נישט די קעז?" האט דער בעיבי מויז נישט פארשטאנען.

"נארעלע," האט זיין גרויסער ברודער ווידער געשפעט. "אפשר פראבירסטו עס צו כאפן?"

בקיצור, צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, האבן די מייז געהאקט א לעבן. די הייצונג האט געבאכעט, עסן האט טאטי שווארץ געהאלטן אין איין צושטעלן, און ס'האט זיך זיי בכלל נישט געבענקט צום הייסן זומער.

אנדערש איז אבער געווען די מעשה מיט די פוילע מייז וועלכע האבן זיך נישט געיאגט אום הערבסט.

די קאלטע וועטערן זענען צוביסלעך אנגעקומען, און די מקוואות זענען פארפרוירן געווארן.
דער אלטער האט זיך קוים מיט צרות ארויסגעזען פונעם אייזיגן בור, און מיט רויטע נעזער האט זיך די חבורה ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג.

נאך איידער זיי האבן עספיעט צו טרעפן אן אכסניא, איז געפאלן דער ערשטער שניי.
טייל פון זיי האבן עס ליידער נישט איבערגעלעבט...

די איבערלעבער האבן אנגעהויבן פאניקן, געלאפן ווי די רוחות זוכן שוץ, אבער ביז וואס ווען איז זיי אנטקעגן געקומען א שניי שארער טראק און אריינגעשליידערט אין א הויפן שניי פון וואו זיי האבן זיך קוים געקענט ארויסדראפען.

עניוועי, לאמיר שנעל געבן א ווארף אריין דעם נמשל, איידער דער ליינער כאפט זיך אז כ'גיי יעצט רעדן רוחניות...

מיר האלטן יעצט פאר'ן ווינטער! עס קומען מאכטפולע, הייליגע טעג ווען אידישע קינדער זוכן זיך צו דערווארעמען מיט וואס אימער, א סליחות'ל, א שופר'ל, א קאפיטל תהילים! (שטייט נישט ערגעץ אז אידישע קינדער זענען צוגעגליכן געווארן צו מייז?? עניוועי, נעווער מיינד.) לאמיר נישט זיין ווי די יעניגע וועלכע דערמאנען זיך די לעצטע מינוט, נאר לאמיר טוהן צום זאך!

אבער עס דארף פארט קומען א העפי ענדינג...
אלזא, צוריק צו אונזערע מייז ביי משפחת שווארץ:

איין שיינעם טאג, האט טאטי שווארץ באשלאסן צו הערן קול מבשר...
פרעג מיך נישט פארוואס, אבער די מייז האבן באשלאסן אויך צוצוהערן...

"קול מבשר!!!" הערן זיי דעם הקדמה, וואס ווערט תיקף נאכגעפאלגט דורך אן עדווערטייזמענט:

"יעצט פאר די ווינטער, ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען, וועט 'פעסט האנטער' ארויס'האנטן אלע אייערע מייז פון שטוב!...."

די מייז האבן זיך איבערגעבליקט, און זענען בלאס געווארן.
אלע ווי איינער, האבן געמאכט א ויברח פון שווארץ'ס דירה, ארויסגעיאגט פון שטעטל, און מער קיינמאל נישט געזען געווארן... כן יאבדו כל אויביך השם...

נו, דערווארעם דיך שוין דארטן! קריך אראפ פון אייוועלט, (אקעי, נישט אויף די מינוט, אבער יו געט דע פוינט.) און זאג א ווארעמע קאפיטל תהילים! אייוועלט אנטלויפט נישט! אלול יא!
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
זאנוויל תנחום
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2023 8:14 pm
לאקאציע:קאוטש

Re: ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל תנחום »

איך הייב אן ליינען.. גלייך געטראכט אז עפעס א משל איז דאס, איך שטיי און ווארט ווען מען וועט אנקומען צו די רוחניות.. למעשה זעה איך אז עס איז א פלעינע אדווערטייזמענט פאר 'פעסט האנטער'......


נאר א ווערטל... זייער זייער שיין געשריבן, צו די זאך...
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

מיי גאאד...
בן דרוסאי, ברויכסט דען האבן מיין הסכמה אז דו ביסט גוט?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
פאלגן
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 1:47 pm

Re: ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלגן »

בן דרוסאי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 6:48 am
ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען1.pdf
(84.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 18 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17381
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »



געוואלדיג!!

ובזה יש לומר.. ראש השנה איז דאך דער יום הזכרון.. והאוכל ממה שאכל עכבר איז דאך קשה לשכחה.. לרמז אז ראש השנה זיי נישט ווי דער מייז וואס רעכנט זיך נישט צום ווינטער!!

(גלייך ביים קעפל האט מיר געשפילט אין קאפ דעם ניגון.. פעסט האנטער עקסטערמינעיטער וכו' וכו')..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

משוגע צו ווערן!

די שפראך.. קרעיזי..
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

@בן דרוסאי מיי פעיוואריט!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

בשם אומרו
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2022 11:43 pm
לאקאציע:חשבתי דרכי

Re: ווען די מייז זוכן זיך צו דערווארעמען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשם אומרו »

א ברכה צומאכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”