אלעס ארום די וואונדערליכע רעקאדירינגען פון בקי הנפלא בכל התורה הרב ישראל שניאור שליט''א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
קליינע גרויסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 8:31 pm

אלעס ארום די וואונדערליכע רעקאדירינגען פון בקי הנפלא בכל התורה הרב ישראל שניאור שליט''א

תגובה דורך קליינע גרויסער »

היות מען האט געעפענט אן אשכול איבער הרה''ג ר' ישראל שניאור שליט''א, און טייל האבן אנגעהויבן דן זיין איבער דער מענטש פערזענליך וואס דאס איז קעגן תקנת המקום, און דאס האט געפירט צו די פטירה פון דעם אשכול, אבער רבים אומרים מי יראנו טוב, עס איז דא אזויפיל קונה צו זיין פון די רעקאדירינגען פון דעם איד, איז עפענען מיר אויף אן אשכול איבער די וואונדערליכע רעקאדירינגען פון הרב ישראל שליט''א

אכטונג! ביטע שרייבן נאר איבער דעם חפצא און נישט איבער דעם גברא, און מיט דעם צוגעבן אריכות ימים פאר דעם אשכול!

צו זען א קורצע ביאגראפיע קליק אויפן ספוילער
◄ ווייז ספוילער
(דיסקלעימער: איך האלט זיך נישט פאר דער גרויסער חוקר הדורות, איך וועל נאר ברענגן וואס איך האב געטראפן עד שידי מגעת, און אדרבא זאלן די בני ברק'ער ניקס אריינקומען מיט מער אינפארמאציע)

ר' ישראל איז געבוירן אין פראנקרייך אין שנת תשמ''ה לפ''ק צו א שטיקל רבנ'יש ספרדי'שע משפחה, זיין זיידע איז געווען ר' אליהו שניאור ראש ישיבת 'אור יוסף'. אין יאר תשנ''ה האבן זיין עלטערן עולה געווען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין קרית ספר, די אלע וואס קענען אים פון אלץ קינד אין קרית ספר דערציילן איבער זיין אויסטערלישע התמדה מאז ומקדם, ער פלעגט משים זיין לילות כימים אויף א פארצייטישן אופן, און דאס אליינס האט געהויבן ברעמען ביי אלע צוקוקער'ס.
אלץ בחור האבן שוין תלמידי חכמים אין זיין סביבה געוואוסט צו זאגן אז דעם קליינעם מתמיד'ל קען מען פרעגן סיי וואס און סיי וואו, און מען האט אנגעהויבן שמועסן אויף אים אז ער איז 'סאמטינג ספעשיל' ווי מען רופט עס....
אין ישיבה קטנה האט ער געלערנט אין 'קול תורה', ער האט אביסל גע'שמ'ט דארט אלץ עילוי, אבער גארנישט איז נישט צוגעקומען צו זיין נאמען וואס ער האט זיך ערוועבט אין ישיבה גדולה...
נאך 'קול תורה' איז ער געגאנגען לערנען אין ''ישיבת מיר בראכפעלד', ער האט ממשיך געווען דארט מיט זיין התמדה, אבער דארט איז שוין געשען א שטיקל אויפרייס... ער איז אומאפאציעל פארוואנדלט געווארן אין א שואל ומשיב, פשוט וויבאלד פון צופרי ביז ביינאכט זענען געשטאנען בחורים און געפרעגט שאלות פון דעם עילוי'שן בחור'ל... עס האט נישט צולאנג געדויערט ביז ער איז עמטליך געווארן 'די זאך' אין ישיבה....

ביי די 23 האט ער חתונה געהאט און געווארן אן איידעם ביי הרב בנשתי שליט''א ר''מ בישיבת אור גאון.
א תקופה נאך די חתונה האבן עטליכע פארמעגליכע בעל בתים אים גענומען אויף קעסט, און אים אנגעהויבן אפאציעל אויסצוהאלטן פון א' ביז ת' ער זאל קענען לערנען אן קיין דאגות.
ער האט דאן אנגעהויבן צו שרייבן ספרים, און זינט דאן האט ער שוין ארויסגעגעבן קרוב צו 20 הפלא'דיגע חיבורים ווי עס פאסט זיך פאר אזא בקי בכל התורה כולו.
במשך די יארן האט ער אנגעקניפט א נאנטן קשר מיט הגה''צ ר' איטשע מאיר מארגנשטערן שליט''א וועלעכע איז אויך באקאנט אלץ א געוואלדיגע בקי בתורה, מעגליך דערפאר איז ר' איטשע מאיר אזא הייסע חסיד פון הרב שניאור, וכמים פנים לפנים איז הרב שניאור א הייסע חסיד פון הגה''צ ר' איטשע מאיר שליט''א.

יעצט אביסל צו זיין בקיאות:
דער גאון איז א א בקי בכל התורה כולו.
היות דער אויסדריק ווערט אפט ארויפגעשמירט געווארן אויף תלמידי חכמים וועלעכע קענען טאקע 'אסאך' אדער 'גאר אסאך' אבער נישט באמת באמת כל התורה כולו, דארף אויסגעשמועסט ווערן די פשוט'ע פאקטן.
דער איד איז ביכולת נאכצוזאגן אויפן לשון סיי וואספארא שטיקל אין תורה, נביאים, כתובים, בבלי, ירושלמי, מדרש, זהר, ראשונים, אחרונים, כל ספרי מוסר, כל ספרי חסידות.
דא ענדיגט זיך נישט די מעשה.....
ער איז אויך ביכולת צו נעמען א נאמען פון א מענטש, אדער א געוויסע נושא, אדער א געוויסע ווארט, אדער א געוויסע גמטריא פון א ווארט, און אויסרעכענען פונקטלעך וויפיל מאל דאס ווערט דערמאנט אין די אויבדערמאנטע ליסטע... זייט געווארנט אז צימאל קען ער אויסרעכענען בערך 300 מראי מקומות אין איין שאס....
און ווי לאנג נעמט אים פון ווען מען פרעגט אים עפעס ביז ער הייבט אן אויסצורעכענען די מראי מקומות דערויף? בערך 8 סקונדעס.....
◄ ווייז ספוילער
לעצט פארראכטן דורך קליינע גרויסער אום מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 7:59 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פארשפארט

צוריק צו “צדיקים וחסידים”