ישראל_הלוי ווי ביסטו?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

יא יא... רייבט אייך נישט די אויגן... איהר האט גוט געליינט...

ער איז נישטא.

אינטער די פולווער פונעם רוס-אוקריינע אשכול, אין די רויעך פון די מלחמה אין עזה, און די בהלה פון די פריימערי וואלן אין אמעריקא, בשעת די ערווארטונג פאר אמעריקאנע אטאקעס (?) אויף איראנע צילן, אינטער די שאטן פון הוטי'שע באליסטישע מיסעלס, איז ער אנטרינען....

איבערגעלאזט שפורן? אוודאי! רייכע זאפטיגע תגובות, קנאקעדיג אראפגעלייגט ווי נאר ער קען!

וועט ער נאך צוריקקומען? לאמיר איהם בעטן!

@ישראל_הלוי קום צוריק! מיר בענקן נאך דיר!
אוועטאר
נאשעריי
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 12:34 am

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאשעריי »

איך האב מיך טאקע געווינדערט ווי ער איז
דזשאנק פוד
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

@תולי מיר האבן שוין ביידע אויסגעדריקט אונזערע געפילן אינעם אהאנגז״א אשכול, דאך שאדט נישט איבערצו׳חזר׳ן.

@ישראל_הלוי איכה??? אייוועלט איז פאר׳יתום׳ט!

———

פאר די וואס דרייען זיך נישט אין פארברענגן העלעך נאכברענגען אונזערע ציטאטן.
תולה ארץ האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:38 pm
צ''ק.

א שורה נאך א שורה. א נייעסל נאך א נייעסל. א תגובה נאך תגובה.

איידעלערהייט ער קלאפט די קנעפלעך אנפילענדיג בלעטער מיט תוכן.

ער טייטשט אזוי איבער גאנצעטע באריכטן און אנאליזן פון אלגעמיינע נייעס קוועלער אז אינז הייליגע אידישע קינדערלעך זאלן עס באקומען אויף א גאלדענעם טאץ אנע דארפן גיין פאשענען און פרעמדע ערטער.

כמעט וואס ער באקומט נישט קיין יישר כח'ס ווייל ער איז כמעט ווי די פורניטשור אין אינזער וועלטעל דא.


אבער פלוצלנג האט זיך עס אפגעשטעלט... און די חלל שפירט זיך און דערקענט זיך...

ווי זענען די קריספי אנאליזען געגאנגען? ווי זענען די רייכע רעפארטאזשען אנטרינען? ווי זענען די לענגערע ארטיקלען און פארש ווערק געשריבן אויף א געשמאקע לייכטע אידיש אנטלאפן?

עס איז מער נישט דא.

----


@ישראל_הלוי ווי ביסטו?
באשיינפערליך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:18 pm
צ/ק

א שורה נאך א שורה. א נייעסל נאך א נייעסל. א תגובה נאך תגובה.

הונגעריגערהייט איך ליין די אנגעפילטע בלעטער (בלעטער קענען זיין פול? אריין אין ענציפיליפיסאמטינג פארום…) מיט אינהאלטסרייכע תוכן.

גאנצעטע באריכטן און אנאליזן פון אלגעמיינע נייעס קוועלער איבערגעטייטשט אויף א היימישע און פליסיגע אידיש, אז אונז הייליגע אידישע טאטעס זאלן עס באקומען אויף א כשרע פלאטפארמע, אן דארפן גיין פאשענען אויף פרעמדע זייטלעך.

איבעראל אינעם נייעס פארום, פון די אוקריינא און מד״י מלחמה, ביז די אנגעצויגענע געמיטער אין טייוואן, ביז היימישע שיסערייען ביי אונז אין בעקיארד. אלעמאל שטארט די נאמען ארויס מיט די הייסטע ווארע, די פרישטע נייעס, די בעסטע בילדער, און די צום פינטלדיגע ווידיאוס.

אבער פארוואס זאלעך אים אפילו באדאנקן? ער איז דאך א באַט, א חלק פונעם לעצטיגן אפדעיט…


אבער פלוצלונג איז אלעס געקומען צו א שטערבליכן שארט סטאפ, די חלל און שטילקייט שרייט העכער ווי די גרעסטע באמבאדירונגען.

וואו זענען די קריספי בארכעס געגאנגען? וואו זענען די רייכע יואלי אנטרינען ? וואו זענען די לענגערע גארטלעך און עקזאטישע חיות געכאפט און געשאכטן דורך היזיגע בוטשערס אנטלאפן? עניוועי, יו גאט דע פוינט…

עס איז מער נישט דא.

———

די כהנים ווארטן אין לאנגע ליניעס פארן דוכענען… די שמש איז הייזעריג פון שרייען לוי… דער אומשולדיג בחור וואס איז געלאפן כאפן כהן מוז נעבעך איבערקעקעצן צוויי מאל אלע ברכות…

@הלוי_המפורסם וואו ביסטו?
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6298
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

יא, זיין געשמאקע פעדער און שטענדיגע באריכטן איז אונז געווען א מורא'דיגע הנאה.

מיר האפן אז ער קומט צוריק.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
נאשעריי
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 12:34 am

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאשעריי »

דרייטצעך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:25 pm
יא, זיין געשמאקע פעדער און שטענדיגע באריכטן איז אונז געווען א מורא'דיגע הנאה.

מיר האפן אז ער קומט צוריק.
פארוואס איז ער אוועק? ער איז אויסגעשפארט?
דזשאנק פוד
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2113
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

יעדע פאר חדשים טוט מען די וויץ מיט א צווייטן?

פאריגע איז געווען @הכל הבל ניין?!
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3057
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

איפה @ישראל_הלוי ????

איכה???
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4047
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

ישראל_הלוי איכה???!!!

מיר בענקען זיך
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
לפידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

אייוועלט קען נישט אנגיין אן ישראל הלוי!

מיר דארפן אים זען צוריק!

ווער ס'האט קענעקשאנס מיט די הויכע פענסטערס זאל ביטע טון צום זאך!
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

חיים שטיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:34 pm
יעדע פאר חדשים טוט מען די וויץ מיט א צווייטן?

פאריגע איז געווען @הכל הבל ניין?!
דאכצעך מיינע אויגן שווינדלען אביסל… איר ווילט עס ביטע שרייבט קלארער? וויץ???

איר זענט העפליך מכובד ׳פאר איין טאג׳ ארומצולויפן צווישן אלע נייעס אגענטורן, טרעפן אינטערעסאנטע שטאף, עס פילטערן פון אומאויסגעהאלטענע אינהאלט, איבערטייטשן אויף אידיש, עס ארויפלייגן אהער, און באקומען דערפאר אפאר נישטיגע לייקס. לאז מיר נאכדעם וויסן וויאזוי דו פילסטעך…

און דאס איז חוץ די אלע פיקטשערס און ווידיאוס @ישראל_הלוי האט שוין געברענגט פאר אונז.

ביטע טראכט צוויי מאל פארן שרייבן אזא תגובה.
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ער איז צוריק אין בחצרות? ניין!!! הַיֶּלֶד אֵינֶנּוּ.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1020
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

די שאלה איז נישט ווי ער איז…

די שאלה איז פארוואס ער האט עס געטוהן ביז יעצט?

ארבעטן שווער, זיכן נייעס, עס אראפשרייבן אזוי גוט און געשמאק! פארוואס? שלא על מנת לקבל פרס!!

מען דארף מאכן א ״לייק״ בליץ קאמפיין!?!?
לעצט פארראכטן דורך משה יצחקי אום מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך ווייס וואו ער איז, אין פאקט האב איך זיין פריוואטע סעלפאון נומער (שוין לאנגע יארן צום גוטן)

אבער איך רוף אים נישט, ניטאמאל וועל איך אים שיקן א טעקסט אדער אימעיל

איר ווייסט פארוואס?

ווייל ער קומט מיר גארנישט!

ווען ער ברענגט נייעסלעך, איז עס א פלוס, א באונעס, און דאן געב איך אים א לייק (נישט ממש אויף יעדע תגובה, אבער אויף א לענגערע ארטיקל וואס ער האט איבערגעטייטשט אדער א ברעכנדע נייעסל וואס ער האט געמאלדן ערשט אדער א פיינע ווידיאו וואס ער האט געברענגט)

און ווען ער ברענגט נישט?

איז א סימן אז ער וויל אביסל אטעמען פרישע לופט אויף דער וועלט

ער האט קיינמאל קיין קאנטראקט מיט אייוועלט נישט געשריבן, און ער איז נישט פארפליכטעט צו זיצן טאג און נאכט און ברענגען די פרישסטע ווארע פאר אונזער ציבור

יעדער אבער יעדער ווערט אמאל אויסגעברענט, און געווענליך ענדיגט זיך עס גוט, ווען נאך א שטיקל פאוזע קומט מען צוריק מיט פרישע כוחות און מען נעמט זיך ווידער קנאקען שטיקער
יוד
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

חיים שטיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:34 pm
יעדע פאר חדשים טוט מען די וויץ מיט א צווייטן?

פאריגע איז געווען @הכל הבל ניין?!
כלל נישט דומה

פון הכל הבל איז געווארן אן איבערקערעניש וויבאלד ער האט געסטראשעט אז ער גייט ( ס'איז דא וואס שפורן אז שרייבן אנדערש פונם קעפל אויף אייוועלט איז ווי משנה זיין די כתב אין די תפילין להבדיל)

משא"כ ישראל איז פשוט שטיל קען זיין ער איז אויף וויקאציא צו וואס
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2113
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:23 pm
חיים שטיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:34 pm
יעדע פאר חדשים טוט מען די וויץ מיט א צווייטן?

פאריגע איז געווען @הכל הבל ניין?!
דאכצעך מיינע אויגן שווינדלען אביסל… איר ווילט עס ביטע שרייבט קלארער? וויץ???

איר זענט העפליך מכובד ׳פאר איין טאג׳ ארומצולויפן צווישן אלע נייעס אגענטורן, טרעפן אינטערעסאנטע שטאף, עס פילטערן פון אומאויסגעהאלטענע אינהאלט, איבערטייטשן אויף אידיש, עס ארויפלייגן אהער, און באקומען דערפאר אפאר נישטיגע לייקס. לאז מיר נאכדעם וויסן וויאזוי דו פילסטעך…

און דאס איז חוץ די אלע פיקטשערס און ווידיאוס @ישראל_הלוי האט שוין געברענגט פאר אונז.

ביטע טראכט צוויי מאל פארן שרייבן אזא תגובה.
האסט מיר נישט ריכטיג פארשטאנען!

איך מיין ארויסצוברענגען אז סקוקט אויס ווי א שפיל, איך פארשטיי (באמת נישט, ווילאנג מ'טוט נישט אליינס קען מען נישט באמת פארשטיין ווי שווער סאיז) אז ס'גייט אריין מוראדיגע ארבעט.
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

חיים שטיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:58 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:23 pm
חיים שטיין האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:34 pm
יעדע פאר חדשים טוט מען די וויץ מיט א צווייטן?

פאריגע איז געווען @הכל הבל ניין?!
דאכצעך מיינע אויגן שווינדלען אביסל… איר ווילט עס ביטע שרייבט קלארער? וויץ???

איר זענט העפליך מכובד ׳פאר איין טאג׳ ארומצולויפן צווישן אלע נייעס אגענטורן, טרעפן אינטערעסאנטע שטאף, עס פילטערן פון אומאויסגעהאלטענע אינהאלט, איבערטייטשן אויף אידיש, עס ארויפלייגן אהער, און באקומען דערפאר אפאר נישטיגע לייקס. לאז מיר נאכדעם וויסן וויאזוי דו פילסטעך…

און דאס איז חוץ די אלע פיקטשערס און ווידיאוס @ישראל_הלוי האט שוין געברענגט פאר אונז.

ביטע טראכט צוויי מאל פארן שרייבן אזא תגובה.
האסט מיר נישט ריכטיג פארשטאנען!

איך מיין ארויסצוברענגען אז סקוקט אויס ווי א שפיל, איך פארשטיי (באמת נישט, ווילאנג מ'טוט נישט אליינס קען מען נישט באמת פארשטיין ווי שווער סאיז) אז ס'גייט אריין מוראדיגע ארבעט.
דו האסט געשריבן
יעדע פאר חדשים טוט מען די וויץ מיט א צווייטן?
איז משמע אז איר האלט אז דאס איז א שפיל וואס די מנהלים/די באטרעפנדע ניק מאכט צו באקומען אביסל אויפמערקזאמקייט, מעלד איך אייך איין אז ס׳איז נישט! ס׳איז סתם געקומען א צייט ווען ער איז ליידער געווארן אויסגעברענט.
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

מיינע צוויי צענט:
איינער וואס שרייבט אסאך, אהן ווערען באצאלט קען שנעל ווערען אויסגעברענט, עס איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך צו שרייבען די נייעס מיט א קלארקייט, אין האלטן דעם עולם אפדעיטיד.
דאס יא, ווען איינער פילט אז מען שעצט זיין ארבעט שמירט עס אויל אויף די רעדער, איך ווייס נישט ווי @ישראל_הלוי איז, אויב איז ער אויף וואקאציע האט ער עס ערליך פארדינט! עס איז נישט צום גלייבען וואס ער שטעלט צו פאר די אייוועלט ליינערס!
עניוועי, ווי אויף דער וועלט די ביסט, @ישראל_הלוי עס בענקט זיך!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3126
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

דא האב איך געמיינט אז כלל ישראל איז שוין ב"ה געזונט ממילא איז די ביקשו רחמים אשכול אזוי שטיל, יעצט ווערמער אבער געוואר אז ישראל הלוי האט פשוט געמאכט פליטה..
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3126
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

אבימלך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:14 pm
מיינע צוויי צענט:
איינער וואס שרייבט אסאך, אהן ווערען באצאלט
הייסט די ווערסט באצאלט? וועלכע נאך ניקים באקומען באצאלט? אישי איז אויכעט גוט..
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:17 pm
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:14 pm
מיינע צוויי צענט:
איינער וואס שרייבט אסאך, אהן ווערען באצאלט
הייסט די ווערסט באצאלט? וועלכע נאך ניקים באקומען באצאלט? אישי איז אויכעט גוט..
ניין איך ווער נישט באצאלט! אין איך מיין אז קיינער פון די נייעס שרייבערס ווערען נישט באצאלט! (איך מיין אז די ווייסט עס אויך..)
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3126
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

אבימלך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:20 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:17 pm
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:14 pm
מיינע צוויי צענט:
איינער וואס שרייבט אסאך, אהן ווערען באצאלט
הייסט די ווערסט באצאלט? וועלכע נאך ניקים באקומען באצאלט? אישי איז אויכעט גוט..
ניין איך ווער נישט באצאלט! אין איך מיין אז קיינער פון די נייעס שרייבערס ווערען נישט באצאלט! (איך מיין אז די ווייסט עס אויך..)
בדיחותא בעלמא הווה..

און נאך ווי עטס ווערט באצאלט, מהנה זיין אידישע קינדער און זיי צירוק האלטען פון גיין פאשען און פרעמדע פעלדער, האט א טייערע פרייז לעבל דארטן אויבן..
אוועטאר
ר' גאָדיל
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 11:17 pm

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' גאָדיל »

והלך לפניו צדקיך.

יהא זכרו ברוך.
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

טוסטוס לא יעבור! מיר דארפן דיר צוריק @ישראל_הלוי !
אוועטאר
צבי הערש
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:12 am

Re: ישראל_הלוי ווי ביסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבי הערש »

??? ווי טאקע?
אן אונטערשריפט, צו וואס פעלט דאס אויס?
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”