סקעמער'ס שלאפן יא

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

”...מען האט אים שנעל אריינגעפירט אין שפיטאל, אבער זיין מצב האט זיך געהאלטן אין איין פארערגערן, און די דאקטוירים זענען געווען געצוואונגען אונטערצושרייבן זיין טויט!”

וואספארא שרעקעדיגער באריכט, טראכט איך צו מיר. אינטערעסאנט אז זיי שרייבן נישט ווער עס זענען געווען די פינסטערע באנדיטן וואס האבן געצוואונגען דעם דאקטער אונטערצושרייבן, און וואס זענען געווען די מיטלען מיט וואס זיי האבן זיך באנוצט פאר זייער טונקעלע צוועק.
זייער מאטיוו איז לכאורה היבש קלאר, שפין איך ווייטער מיינע מחשבות. אויב זיי זענען נישט קיין פאטענציעלע יורשים וואס האבן פשוט געהאפט אריינצובאקומען דעם גרויסן ירושה וואס יענער האט מסתם איבערגעלאזט, איידער ער ערהוילט זיך און איז מחליט אוועקצושענקען זיין געלט פאר עפעס א וויסטער טשעריטי צוועק, וועט מען מוזן זאגן אז דאס זענען געווען געדינגענע קרימינאלן וועמען'ס אויפגאבע איז געווען צו פעלשן די וואלן דורכ'ן צוריקהאלטן יענעם פון קענען שטימען.
אזוי צי אזוי, איז היבש מאדנע אז דער באריכט האט נישט געפינען פאר וויכטיג מאריך צו זיין אינעם קרימינאלן פרשה. לכאורה איז יד ישראל באמצע, און זיי ווילן נישט מאכן קיין בראטל דערפון.

נאך איידער איך האב צייט צו פארדייען דעם מאפיאנערישן געשיכטע, פאלן מיינע אויגן אויפ'ן נעקסטן באריכט, וועמען'ס קעפל שרייט דעמאנסטראטיוו ”סקעמער'ס שלאפן נישט!”
אקעי, דאס איז שוין צופיל פאר מיר. הערט זיך אביסל ווי פעיק ניוז.
נאכאמאל, מ'האט שוין געהערט פון מענטשן וואס קענען אנגיין מיט ווייניג, אפילו גאר ווייניג, שלאף. איך אליין, זינט איך בין אריין אין כולל, שלאף נישט מער ווי ניין שעה א נאכט... אבער גענצליך אן קיין שום שלאף? דאס איז אזויווי דו זאלסט מיר זאגן אז עלעפאנטן עסן נישט, לייבן פארציקן נישט, בחורים רייכערן נישט און ווייבער וויינען נישט.
ווילסט מיר זאגן אז די חברה פארמאגן עפעס א סארט אומלעגאלע פיל דורך וועמען מען קען אנגיין אן קיין שלאף? עה, א סקעם. נישט מסתבר אז פונקט די גרעסטע לא לנו'ס פונעם אינדיאנעם געמיינדע, שלי מזלנים וואס קענען נישט טרעפן קיין נארמאלן זשאב, פונקט זיי זאלן זיין די גליקליכע צו לייגן א יד אויף אזא סארט סובסטאנץ, אויב זאל זיך אזוינס געפינען.

איי, ר' יצחק שלמה שרייט חי וקיים אז סקעמער'ס שלאפן נישט?
גיי ווייס, אין מיינע אויגן איז גאנץ קול מבשר א סקעם. ווילסט מיר זאגן אז זלמן שלאפט יא? ווען פונקטליך? מאנכע זאגן אז ער הערט אויס יעדע איינציגע שמועס אויפ'ן סיסטעם, און ביז ער ענדיגט זיך אויסטשוכען פון פנחס גלויבער'ס דראמאטישע געשיכטע אינעם עמעזאן זשונגל (א סקעם פאר זיך...), קומט שוין הרב אליעזר קרויס אריין מיט פרישע קאנטראווערסיאלע ענינים וועלכע ברענגען א פלייץ פון בהמה'שע פרעשור אויפ'ן גאנצן מערכת, און זלמן רופט אים ווידער (ווידער באדייט 'נאכאמאל'. נישט זיין משפחה נאמען.) אן, בעטן בתחנונים אז ער זאל זען אראפצולאזן די טענער, ווייל דער עולם הישיבות אדער וועד הכשרות (וועלכע זיצן אגב אויך אויף קול מבשר מבוקר ועד ערב, פון וואו דען ווייסן זיי אזוי גוט ווען מען רייסט זיי אראפ אויפ'ן סיסטעם?) סטראשען מיט'ן ערגסטן. ( איך קען מיך דען פארשטעלן וואס ס'איז דער ערגסטער ביי זיי? צושפארן די ישיבות? דאס איז דאך דאס בעסטע...)
מיינט איר אז דא איז ער פערטיג, און ער קען גיין שלאפן? א נעכטיגן טאג!
חוץ פון זיצן אויף אייוועלט און קאנווערטן דעם נייעס אשכול פון טעקסט צו ספיטש, ברויך ער אויך וועריפייען די פרישע חיים זאב עלענבויגן פלעי'ס, נאכלויפן בערי'ס קאר סערוויס זיי זאלן שוין איינמאל פאר אלעמאל צאלן זייער ספאנסערשיפ אין א טראפ טיפער, און טאדלען וועלוול'ען הלמאי ער האט פארגעסן ארויסצושניידן דעם שטיקל וואו (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) זאגט צוויי מאל דאס ווארט ”וואטסעפפ” ביים עבודת כוכבים אפטיילונג. (עבודת כוכבים איז ביי 8-0 וואו כלל ישראל דינט די ”שטערן'ס” פונעם עולם הנגינה מיט'ן אויסהערן זייערע ליידיגע אינהאלטספולע אינטערוויו'ס.)

עניוועי, צום נעקסטן שערוריה, כ'האלט נאך אזוי אינמיטן אויפבויען מיין קעיס צי סקעמער'ס שלאפן טאקע נישט, און כ'הער אונטער מיר ווי א יונגערמאן פארציילט פאר זיין חבר ”הערסט? לייבי האט צוגעשטעלט צו בריקענען! דער עולם האט געהאקט שטיקער!”

אויב לייבי וואלט פארמאגט אן עקסערסייז זשים, וואלט איך פארשטאנען מער ווייניגער וואס דער רייסער פראבירט מסביר'ן פאר'ן חבר. ס'טייטש, לייבי האט צוגעשטעלט אזוינע ספעציעלע, הענגעדיגע, סעמי ווייכע עקסערסייז קישן'ס וואס זענען אזוי באהאפטן צום דאך, און דער עולם האט זיך ווירקליך אויסגעזעצט די פויסטן דערויף, אמער, געהאקט שטיקער ווי מען זאגט.
אבער לפי ידיעתי איז לייבי גאר ווייט פון פארמאגן זיין אייגענעם זשים. גראדע האלט ער אז יצחק עקשטיין האט געמאכט דעם גרעסטן מיסטעיק פון זיין לעבן מיט'ן מיטטיילן דעם ציבור מאמענט ליינער איבער זיינע ביזנעס פלענער. ס'טייטש, וועלכע סארט מענטש ליינט מאמענט? לאמיר זיין זייער אפן (נישט אפן אין שפראך, איך מיין אפן אין קאפ), פון וואס באשטייט מאמענט הויפטזעכליך? האלב דערפון איז א גלגול שלג פון הרב גליק'ס פענסטערלעך, פלעין און פראסט מחשבות און דמיונות, געפילן און השערות, און דער צווייטער האלב איז ווייטער א מעכאנישע ספיטש קאנווערטער פון ברייטער גערעדט. טא, צו וואס זאל א ציוויליזירטע מענטש וואס גלייבט נאך אין עקסערסייז, ארייננעמען אין האנט אריין אזא באנד, מלא וחסר וגדוש מיט וואסער מאלעריי אויף א פארנעם וואס איז נישט געזען געווארן זייט מאמענט פון פאריגע וואך? (כ'האב געליינט איין וואך מאמענט, און קוק וואס איז געווארן פון מיר.)

עניוועי, זע'מיר ווידער פארקראכן. וואו האבן מיר געהאלטן? אה, יא (קענסט די סארט שרייבער'ס? כאילו זיי האבן פארגעסן וואס זיי האבן געוואלט זאגן. כ'זאג דיר צו אז ווען זיי וואלטן טאקע פארגעסן וואלטן זיי עס געהאלטן ביי זיך, נישט ארויסגעשריבן זייער אלצהיימער'ס אין פאבליק. אבי איך רעג מיך. סא, וואו האב איך נאר געהאלטן? אה יא...) שטעלט זיך ארויס אז לא דובים ולא יער, לייבי האט בכלל נישט צוגעשטעלט צו בריקענען, און דער עולם האט קיין שטיקער נישט געהאקט, סך הכל האט לייבי געהאט א מיידל פאריגע וואך, און גארנישט, אביסל הערינג און קישקע און די חברה ווערן ווילד. געהאקט שטיקער? א נעכטיגן טאג. וואס פארשטייען די היינטיגע יוגעלייט?

”די רבנים הערן נישט אויף האקן אויף דער נייער קווין פאון!” שפרינגט מיר א צווייטער זאץ אין קאפ.
דאס הערט זיך אויך היבש אבסורד. וואלט נישט געווען שלעכט, קלער איך צו מיר, צו מאכן א נייער שומרים קארטל וואו מען וועט זען דעם רב קנאקן אויף א קווין פאון ביז עס צוברעכט זיך. הגם ס'איז נישט קיין כבוד אז דער רב זאל דארפן זעצן. ענדערש איבערגעבן פאר א גבאי, אבער ווער בין איך צו זאגן?
חוץ מזה, קען זיך דער רב צוברעכן א האנט פון האקן אזויפיל. האו עבאוט מען זאל איבערדעקן דעם פאון מיט אזא סארט ספעציעלע קישעלע, אז דער רב זאל קענען האקן מיט נעימה יתירה. נאך אביסל וועט זיין צו באקומען די ספעציעלע סארט קישעלע פאר יעדן סארט פאון, מען זאל האקן און האקן ביז דער מעסעזש איז קלאר.

וכהנה וכהנה (דאס האט שוין מער מיט מארקעטינג. ווען מען לויפט אויס פון משלים, שרייבט מען ”און אזוי קען מען שרייבן און שרייבן א גאנצע נאכט...” און דער ציבור רעדט זיך אמת'דיג איין אז דער שרייבער האט עפעס מער צו פארקויפן וואס ער קען פשוט נישט אניאגן מחמת חוסר מקום וזמן.) זענען פארהאן ביישפילן פון זינלאזע שפריך ווערטער וועלכע האבן געמאכט זייער וועג אריין אינעם חרדי'שן קאמיוניטי דורכאויס די דורות, און פארגעסן דעם וועג ארויס.

און וואס טוט זיך מיט ”אורח”? סך הכל אן אומשולדיגן גאסט אויף לשון הקודש, און א גאנצע שטולי (אנדערע זאגן אז מען ספעלט עס ”שתלי” ווייל עס קומט אריגינעל פון משה נפתלי. גיי ווייס.) כאראקטער ביים היימישן, אורח'ישן ציבור. זינט ווען איז א גאסט, א אורח? פארהאן צענדליגע אורחים (געסט) וואס זענען ווייט פון זיין אורחים, און דערקעגן זענען פארהאן גענוג און נאך אלט געזעסענע וואס אורח איז אן אנדערסטעיטמענט פאר זיי.

אבער ווער זענען מיר, פשוט'ע פוסגייער, מחליט צו זיין וועלכע סלענג צו נוצן וואו? לאמיר דאס לאזן פאר די סעלמאן קעפ (קרעדיט? דאכט זיך הארי פלארי) פון כלל ישראל, און מיר ציווילע איינוואוינער וועלן זיין פארנומען אויספיגערן וואס די קארפן קעפ האבן מחליט געווען און פארוואס.

האטס מיר און זייטס מיר.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
ווייל נישט מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:29 am
לאקאציע:ווי נישט

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל נישט מיך »

דער בען דרוסאי האט זיך בען דרוסאיט...

געליינט אין איין צי,
געהאט א פיין לאך... כמיין פיין ברוחניות נישט בגשמיות..

עניוועי נייס!
דריק גאז און פאאאאאררררר!! קוק נישט אויף קיייינננעעעעם!!
אוועטאר
וועד החינוך
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 02, 2024 12:58 pm
לאקאציע:קהילה אפיסעס

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועד החינוך »

יעדע פסכילאג קען נוצן א פסכילאג...
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

יוי דו ביזט פיין
@בן דרוסאי שלאפט נישט
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

פיינע נייעס
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
די גוטע פעטער
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 17, 2022 11:02 pm

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גוטע פעטער »

די בעסטע פארט ווי די האסט מיך געכאפט איז די qin phone
כ'זאג נישט אויס
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2022 9:58 pm

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'זאג נישט אויס »

@בן דרוסאי טענקס נעקסט לעוועל
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע דיינע תגובות,
אוועטאר
בטלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

דעיס אזוי האלב געקאכט... געוויינטלעך קומט ער מיט אזא פיינע נמשל עט די ענד... אקעי באט פיין צאגעלאכט....
BATLEN ❤️ CHAOS
אוועטאר
בן דרוסאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:31 am

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן דרוסאי »

כ'האב דיר געזאגט. מאמענט איז שולדיג.
נישט אלעס וואס גלאנצט, איז גאלד
גאלד וואס גלאנצט, איז נישט אלעס

בן דרוסאי געקעכצן
אוועטאר
אלטע קוגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5764
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »



שטארק הנאה געהאט


ביי דע וועי
בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 6:31 am

יד ישראל באמצע,
וואס עפעס באמצע?
און אז ס'וועט זיין אינדערזייט? וועט עס ווייניגער השפעה האבן?

בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 6:31 am

און זיי ווילן נישט מאכן קיין בראטל דערפון.
א בראטל איז א מין פלייש, און וויאזוי וועט מען פון די נושא מאכן פלייש?
בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 6:31 am


גיי ווייס,



גיי ווייס.)

פארוואס קען מען נישט וויסן זיצנדיג וואס עפעס גיין?

אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »



הייליג!

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

דער פלאטשקעט פיין!
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2333
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע:צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

העי הייב דיך נישט אן מיט די אורחים....
די אורח....







פיין געשריבן! פיין געלאכט!
א ברעקעלע שכל
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 4:47 pm
לאקאציע:פארשעמט אויף דר'ערד

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ברעקעלע שכל »

בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 6:31 am

עבודת כוכבים איז ביי 8-0 וואו כלל ישראל דינט די ”שטערן'ס” פונעם עולם הנגינה מיט'ן אויסהערן זייערע ליידיגע אינהאלטספולע אינטערוויו'ס.
בן דרוסאי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 6:31 am
חוץ מזה, קען זיך דער רב צוברעכן א האנט פון האקן אזויפיל. האו עבאוט מען זאל איבערדעקן דעם פאון מיט אזא סארט ספעציעלע קישעלע, אז דער רב זאל קענען האקן מיט נעימה יתירה. נאך אביסל וועט זיין צו באקומען די ספעציעלע סארט קישעלע פאר יעדן סארט פאון, מען זאל האקן און האקן ביז דער מעסעזש איז קלאר.
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2949
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

גווווטטט
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1720
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

אזא צולאזעניש אין א אדר'דיגן זונטאג...

מיינע מילצן טוען מיר באנק (נישט פון חדר, און נישט פון קעמפ)
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

WOWOWOWOWOWOWOWOW!!!
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: סקעמער'ס שלאפן יא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בעסט ליין "און דערקעגן זענען פארהאן גענוג און נאך אלט געזעסענע וואס אורח איז אן אנדערסטעיטמענט פאר זיי."
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”