בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
2
3%
זייער גוט
5
6%
אויסערגעווענליך
11
14%
נישט נוגע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גוט
1
1%
זייער גוט
4
5%
אויסערגעווענליך
15
19%
נישט נוגע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גוט
1
1%
זייער גוט
5
6%
אויסערגעווענליך
13
17%
גוט
2
3%
זייער גוט
5
6%
אויסערגעווענליך
13
17%
סך הכל שטימען: 77

סטראקעס
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2016 1:08 pm

בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראקעס »

בילד

בת מלך...

רעטעניש פון לעבן געלייזט
פארגאנגען די טעג פון פיין
אילוזיעס בלויזע פון טרייסט
ווען געטרונקען די טייך פון וויין

נישט דא קיין וועג אויף צוריק
שוין פארזוכט פון עץ הדעת
פארברענט איז יעדער בריק
בלויז אויף מיר אליין אין כעס

פון קלעטערן א מידער
א ווייסער פאן איך הייב
די שיף איז אן א רודער
אין ציל שוין נישט איך גלייב.

נישט אלס איז געפינס
די ענטפער צום זוך
שאך-מאט איז נישט מיין ציל
זוכן איז טרעפן אויך אויב איך פארקריך
ווי לאנג איך בין אין שפיל...

דאס בילד ענדליך ערגענצטער
אויף ספק פייערט זיג
הערשט דאן א נייע פענסטער
דער לייב אנטלויפט פון פליג

ווען לעצטער שלאס פארשפארט
געעפנט טירן מיליאן
די שליסל אין ים פאר'צער'ט
דערשטיקט א יאוש טאן

ווען ענטפער ברענגט א פראגע
פתרון ספיקות באשאפט
פון קעמפער שווערער די לאגע
די שלאכט פארלירט איר האפט.

נישט אלס איז געפינס
די ענטפער צום זוך
שאך-מאט איז נישט מיין ציל
זוכן איז טרעפן אויך אויב איך פארקריך
ווי לאנג איך בין אין שפיל...

דו כאפסט מיר ביים קארג
ווען איך פרעג שוין נישט פארוואס
שעפשעסט אין אויער הערשט דאן
אין גאלדענעם בארג
אין פערלנעם שלאס
ס'איז בוודאי יא פארהאן....

(ע'' פ סיפורי מעשיות
מעשה מאבידת בת מלך)

בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-

הערליך!! א מושלמ'דיגע פאעזיע אין אלע הינזיכטן, הויעך און טיף!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הערליך הערליך! פאעזיע בתפארתו! א שלימות.

"זוכן איז טרעפן", מורא'דיג!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין אין געוואלדיג
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8134
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

דא הערליכע שורות דא, ממש טיף און פאראדאקסיש, זיך צום באלעקן. אבער דער שרייבער פארפעלט צו מאכן זיין פוינט קלאר, וואס איז א ווייטאג, ווייל מיט דעם וואלט עס געווען א שלימות. (אפשר ווען איך קען ווען די מעשה אויף וואס עס באציט זיך אינעם ספר וואלט עס געווען בעסער)
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

ענדע צדיק! האט געשריבן: דא הערליכע שורות דא, ממש טיף און פאראדאקסיש, זיך צום באלעקן. אבער דער שרייבער פארפעלט צו מאכן זיין פוינט קלאר, וואס איז א ווייטאג, ווייל מיט דעם וואלט עס געווען א שלימות. (אפשר ווען איך קען ווען די מעשה אויף וואס עס באציט זיך אינעם ספר וואלט עס געווען בעסער)

כ'האב גענישטערט אויפ'ן אינטערנעט. איך האב געטראפן א "מעשה מאבידת בת מלך בשם ר' נחמן מברסלב". איך האב עס געטראפן אין מער ווי איין פלאץ. איך ווייס נאר נישט אויב דאס האט דער שרייבער מכוון געווען (עס שטימט), בין איך נישט זיכער אויב איך וויל עס אהערברענגען.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

תגובה דורך ממוצע »

הערליך! איך געדענק שוין נישט אזוי גוט די מעשה... אבער די פזמון איז זיכער גוט.

איך האב ממש ליב די שורות!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

פאר סאם ריעזען מיין איך אז דאס איז מתמודד... איינס אין די וועלט טאלאנט
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ענדע צדיק! האט געשריבן: דא הערליכע שורות דא, ממש טיף און פאראדאקסיש, זיך צום באלעקן. אבער דער שרייבער פארפעלט צו מאכן זיין פוינט קלאר, וואס איז א ווייטאג, ווייל מיט דעם וואלט עס געווען א שלימות. (אפשר ווען איך קען ווען די מעשה אויף וואס עס באציט זיך אינעם ספר וואלט עס געווען בעסער)

די פארנעפלניש איז בדוקא. ער וויל זאלסט אריין לערנען דיין אייגן פשט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

היכי תמצא האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן: דא הערליכע שורות דא, ממש טיף און פאראדאקסיש, זיך צום באלעקן. אבער דער שרייבער פארפעלט צו מאכן זיין פוינט קלאר, וואס איז א ווייטאג, ווייל מיט דעם וואלט עס געווען א שלימות. (אפשר ווען איך קען ווען די מעשה אויף וואס עס באציט זיך אינעם ספר וואלט עס געווען בעסער)

כ'האב גענישטערט אויפ'ן אינטערנעט. איך האב געטראפן א "מעשה מאבידת בת מלך בשם ר' נחמן מברסלב". איך האב עס געטראפן אין מער ווי איין פלאץ. איך ווייס נאר נישט אויב דאס האט דער שרייבער מכוון געווען (עס שטימט), בין איך נישט זיכער אויב איך וויל עס אהערברענגען.

ער צייכנט דאך דאס קלאר צו צום סוף.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

@פעיק, ריכטיג. איך האב געשיקט די פי די עף מיט די מעשה צו @ענדע, פריוואט. איך וויל עס נישט דא ארויפלייגן פשוט ווייל איך וויל נישט צו לייגן צום מחבר'ס ארטיקל און משום חשש אז עס איז דא מער ווי איין ווערסיע.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8134
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כינור האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן: דא הערליכע שורות דא, ממש טיף און פאראדאקסיש, זיך צום באלעקן. אבער דער שרייבער פארפעלט צו מאכן זיין פוינט קלאר, וואס איז א ווייטאג, ווייל מיט דעם וואלט עס געווען א שלימות. (אפשר ווען איך קען ווען די מעשה אויף וואס עס באציט זיך אינעם ספר וואלט עס געווען בעסער)

די פארנעפלניש איז בדוקא. ער וויל זאלסט אריין לערנען דיין אייגן פשט

ער וויל דאך נישט. ער רעפערירט צו א פוינט און א מעשה.

די קונץ איז לאזן פארנעפלט און דאך עס זאגן קלאר.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן: דא הערליכע שורות דא, ממש טיף און פאראדאקסיש, זיך צום באלעקן. אבער דער שרייבער פארפעלט צו מאכן זיין פוינט קלאר, וואס איז א ווייטאג, ווייל מיט דעם וואלט עס געווען א שלימות. (אפשר ווען איך קען ווען די מעשה אויף וואס עס באציט זיך אינעם ספר וואלט עס געווען בעסער)

די פארנעפלניש איז בדוקא. ער וויל זאלסט אריין לערנען דיין אייגן פשט

ער וויל דאך נישט. ער רעפערירט צו א פוינט און א מעשה.

די קונץ איז לאזן פארנעפלט און דאך עס זאגן קלאר.

יאך הער. גערעכט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14680
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מיר געברענגט טרערן.
(קוקט אויס וואו היינטיגע צייטן העלפט נישט קיין תורות, און נישט קיין מעשיות, נאר פעאזיע.)
אוועטאר
גראמעזיע פארמעסט
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:25 am

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמעזיע פארמעסט »

אן אויפקלערונג פונעם שרייבער:

די מעשה פון אבידת בת מלך איז די ערשטע מעשה וואס ר נחמן מברסלב זי"ע האט פארציילט
און איז די געשיכטע פון א פארלוירענער פרינצעסן, וואס איז נעבעך פארוואגלט צווישן די נישט גוטע צוליב א פליטת פה פונעם מלך
דער משנה למלך זוכט דאס פארלוירענעם בת מלך, און קען איר נישט טרעפן
און ווען ער האט זי שוין ענדליך אפגעפונען, האט ער דורך איין אום ריכטיגער טאט איר אנגעווארן ביז ביז...

גאר אין אנהייב פון די מעשה איז אונז ר נחמן מגלה דעם סוף פונעם געשיכטע.
"הָאט עֶר זִי זֵיעֶר גִיזוּכְט. זֵייעֶר אַלַאנְגֶע צַייט, בִּיז עֶר הָאט זִי גִיפוּנֶען. (הַיינְט דֶער צֵיילְט עֶר וִוי אַזוֹי עֶר הָאט זִי גִיזוּכְט בִּיז עֶר הָאט זִי גִיפוּנֶען)"
און דער הייליגער רבי פארענדיגט די מעשה
" (אוּן וִוי אַזוֹי עֶר הָאט זִי אַרוֹיס גִינוּמֶען הָאט עֶר נִישְׁט דֶער צֵיילְט) צוּם סוֹף הָאט עֶר זִי אַרוֹיס גִינוּמֶען אָמֵן סֶלָה."

דער רבי אנטפלעקט אונז אז די נקודה פון דעם סיפור איז נישט דאס טרעפן ווי ווייט דאס עצם זוכן..
סאיז כדאי דורך צולערנען דעם סיפור בעפארן לייענען דעם פירוש

אבידת בת מלך

פאר אביסל א טיפערן פארשטאנד און דעם סיפור, איז געראטן צו לייענען דעם צווייטן הקדמה אויף ספה"ק סיפורי מעשיות.
און וואו דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט בעפארן אנהייבן פארציילן מעשיות
"די וועלט זאגט אז מעשיות זענען געאייגנט איינצושלעפן א מענטשן אבער איך זאג אז מעשיות קענען דערוועקן מענטשן פון זייער שלאף"... ודו"ק
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

גאר גאר שטארק, די מעשה פון די בת מלך האב איך שוין געזעהן אבער עס אראפלייגן אין פאעזיע מיט די אייגענע נשמה איז בלויז טאלאנט!!

די פאעטיקל איז מיר אויסגעקומען צו ליינען די לעצטע און די פארמעסט האט מיר איבערגעלאזט מיט א גוטע נאכ'טעם

ש'כח שרייבער
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

אין מילים!!

הערליכע טיפע שורות!

און די תוכן אהה די תוכן!! עפעס איינס אין דער וועלט!!!

מיט אזא מין נישט נארמאל הערליכער שפראך ארויסגעברענגט דעם אזוי אמת'ן נקודה - להפליא!!!

העכסטע רעטינג'ס!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ענדע צדיק! האט געשריבן: דא הערליכע שורות דא, ממש טיף און פאראדאקסיש, זיך צום באלעקן. אבער דער שרייבער פארפעלט צו מאכן זיין פוינט קלאר, וואס איז א ווייטאג, ווייל מיט דעם וואלט עס געווען א שלימות. (אפשר ווען איך קען ווען די מעשה אויף וואס עס באציט זיך אינעם ספר וואלט עס געווען בעסער)

איך האלט נישט אזוי. איך האב נישט געקענט די מעשה פון בת מלך, און איך האב געכאפט די פוינט גלייך. ער זאגט עס גאנץ קלאר עטליכע מאל: שאכמאט איז נישט מיין ציל, זוכן איז טרעפן... ווילאנג איך בין אין שפיל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פעיק ניוז האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן: דא הערליכע שורות דא, ממש טיף און פאראדאקסיש, זיך צום באלעקן. אבער דער שרייבער פארפעלט צו מאכן זיין פוינט קלאר, וואס איז א ווייטאג, ווייל מיט דעם וואלט עס געווען א שלימות. (אפשר ווען איך קען ווען די מעשה אויף וואס עס באציט זיך אינעם ספר וואלט עס געווען בעסער)

איך האלט נישט אזוי. איך האב נישט געקענט די מעשה פון בת מלך, און איך האב געכאפט די פוינט גלייך. ער זאגט עס גאנץ קלאר עטליכע מאל: שאכמאט איז נישט מיין ציל, זוכן איז טרעפן... ווילאנג איך בין אין שפיל.

דער פוינט איז טאקע יא געווען קלאר. אבער די פרטים אומפארשטענדליך פאר ווער ס'קען נישט די מעשה.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: בת מלך... - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #31

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

געלייגט אויפן צווייטן ארט ביי פאעזיע! נאך א שווערע דיון צווישן אים און 'מתים יחיה' וכו'. און בעצם אז איך טראכט יעצט וואלט איך עס אפשר יא געגעבן מיין ערשטע ארט, דאס עפעס נישט נארמאל - די תוכן די תוכן, איי איי!

און ווי שוין ערווענט איז ממש אומפארשטענדליך פארוואס דאס האט גארנישט געוואונען.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”