רעלאטיוו און אבסאלוט
געוואנדן אינעם מענטש וואס קוקט
עס קען זיין זינלאז אדער וויכטיג
יעדער לויט וואס אים דרוקט
עס קען זיין נארמאל אדער צודרייט
געוואנדן אינעם קולטערעלע ארט
עס קען זיין שמאל אדער ברייט
יעדע חפץ לויט זיין סארט
עס קען זיין הייס אדער קאלט
געוואנדן אינעם בריה'ס טעמפעראטור
עס קען זיין ניי אדער אלט
ביי יעדעם איז עפעס אנדערש וואר
עס קען זיין נידעריג אדער הויעך
קיין איינס האט נישט מער האפט
עס קען זיין שוואך אדער פיל מיט כח
יעדער לויט זיין דעפיניציע פון 'קראפט'
עס קען זיין מיאוס אדער שיין
נישטא קיין הכרעה א הארטן
עס קען זיין שמוציג אדער ריין
יעדער לויט זיינע סטאנדארטן
עס קען זיין פארשלאפן אדער לעבעדיג
דער שטח איז זייער ברייט
עס קען זיין פשוט אדער מורא'דיג
יעדער לויט וויאזוי ער האט זיך געגרייט
---
איין זאך וואס איז אבסאלוט
גענצליך אומאפהענגיג
עס טוישט זיך נישט לויטן מוט
און איז אלעמאל שטאנדהאפטיג
גאט ברוך הוא, און זיינע געבאטן
עקזיסטירנד מער ווי סיי וואס
אפגעזעהן פון וועלכע טייג געקנאטן
נישטא נאך אן אמת ווי דאס
מיר קענען נישט פארשטיין
עס איז נישט לויט אונזער פערספעקטיוו
עס איז ער און נאר איין
דאס איז אלעמאל אפעקטיוו
---
גוט און שלעכט איז רעלאטיוו
צו אונזערע אויגן
מיר זענען אבער זייער נאאיוו
ווי א קינד אומערצויגן
אינעם אויבערשטנ'ס טערמינען
איז עס גוט הונדערט פראצענט
מיר קענען נישט אנדערש פארדינען
בעסער זיין עס וואלט נישט געקענט.