נו!!!... בשמחה!!!...

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אין א פיינעם לופטיגן טאג, דער זון שיינט אזוי איידל, קיין וואלקנדל אויפן האריזאנט. שפאציר איך מיר אויפן גאס, אויפגעלייגטערהייט. די ביימער שאקלען זיך צום ווינטל מיט טאקט, און מיינע מח כוואליעס לויפן מיט זיי פאראלעל.

פונדערווייטנס זעה איך אים. מיין גוטער חבר. ער קומט אזוי לאנגזאם קעגן מיר. איך פריי זיך צו אים! א גוטער חבר'ישע שמועס וועט ממש ערגענצן דאס הערליך אטמאספער. פונקט ווי געווינטשן!

אבער ניין! מיין חבר'ס אראפגעלאזטע אויגן זאגן מיר קלאר, אז זיין טאג ווערט באטראכט דורך אים מיט אן אנדערער סארט לענס. זיינע אקסלען אזוי אראפגעלאזט, ווי ער זאל ווען אויסטרעטן א וועג פאר די אומעטיגע מחשבות זיך צו גליטשן אויף אראפ. זיינע באקן פאררויטלט דערצו. זעט אויס אז ס'איז אים אויך אומאנגענעם צו ווערן אזוי געזעהן.

אוטש! וואס איז שוין געשעהן? וואס איז ער אזוי דיפרעסד? מרה שחורה?! דאס איז דאך גאר א הארבע זאך! א געהעריגע בור ברשות הרבים! כאילו עובד עבודה זרה! און בכלל, וואס איז פשט פון זיין דיפרעסעד? ס'האט נישט קיין שום פשט!!

אה!! איך האב זיך דערמאנט. נישט לאנג צוריק נישטערנדיג אין אלטע ארכיוון, האב איך געפונען אן אור אלטער כתב יד, מיט א מערקוועדיגן תוכן. אט ליינט. איך בין עס מעתיק.

"סגולה בדוק ומנוסה, כשתמצא אדם, והוא שקוע בהמרה שחורה הנ"ל, אז תלך אצלו ותעשה בשתי ידים תנועה כמי שטוחן ברחיים של יד, ותאמר לו בזה הלשון: נו!! בשמחה!!, תראה מיד פלאות שכל המר"ש כליל יחלוף כמו רגע, ולא ישאר ממנו מאומה. וסימן לדבר, שמיד באומרך פתגם זה, יעלה צחוק גדול על פניו של האיש המר"ש הזה, מאוזן לאוזן".

נו שוין! אזא סייעתא דשמיא! ממש ווי א פיתקא משמיא!

מיט פעסטע טריטן, גיי איך צו צום מיין חבר, מיט די הענט אין די זייט גרייט. און "וכך היה". א ברייטע שמייכל אויף מיין חבר'ס געזוכט. און איך שפאציר מיט ווייטער צופרידנערהייט. איך האב עס באוויזן!

איך האב עס באוויזן, צו פארמיידן פון זיך צו טרעפן מיט דאס פון וואס איך וויל אזוי שטארק אוועקלויפן. איך האב פארמיטן פון זיך טרעפן מיט מיין אינערליכע שפיגל. יעצט שטערט מיר שוין קיינער נישט. און איך קען ווייטער שווימען אין מיינע כלומר'שטע אויפגעלייגטקייט.

***

עס איז לכאורה אן אנגענומענער פאקט, אז "טרויער" רורט אן א טיפערע פלאץ אינעם זעהל ווי "פרייד". א מענטש וועט ענדערש קאננעקטן מיט זיך אליין, מיט א מעלאנכאלישער ניגון, ווי דורך טענץ.

פארוואס עס איז אזוי, לאזט זיך טעאריזירן.

איין מעגליכקייט לאזט זיך זאגן, אז דאס איז ווייל יעדער מענטש אינערליך איז באמת פול מיט זויערע געפילן. סיי ווייל דער מענטש איז בעצם א 'חסר', ער פילט אלץ ווי ס'פעלט אים עפעס. דער געפיל ברענגט טאקע מאטיוואציע, עס איז די זאך וואס דער אויבערשטער האט געמאכט אלץ איינע פון די עיקר "דרייווערס" פון די בריאה. אבער עס איז פארט א טרויעריגער געפיל.

מיר ווערן אויך אויפגעצויגן פיל מיט נעגאטיווע געפילן. אפילו די בעסטע טאטע און מאמע, מוזן דאך כסדר קאנסטראקטיוו קריטיקירן און אויסבעסערן די קינדער. אונזערע חושים ווערן אנטוויקלט דורך דורכפעלער וואס מיר האבן, וואס שטופט אונז זיך צו פארבעסערן.

דאס קען זיין איין סיבה פארוואס א מענטש פילט מער "אפן" מיט זויערע געפילן, ווי מיט פשוט'ע פרייד געפילן.

עס קען מעגליך זיין נאך פארשידענע סיבות, און מסתמא איז דא מער ווי איין גורם פאר דער מציאות.

וואס עס קומט ארויס גאנץ קלאר איז, אז ווי מער א מענטש איז מקושר מיט זיין אייגענע מציאות, איז דא מער פלאץ פאר טרויעריגע געפילן. ווי מער אויבערפלעכליך א מענטש איז, אלץ מער פאסיוו און גוטמוטיג וועט ער זיין.

דער אייבירשטער האט געמאכט, אז רוב מענטשן קענען נישט זיין א גאנצע צייט מקושר מיט זיך אליין, און דעריבער זענען רוב מענטשן, רוב צייט פון טאג, אויפגעלייגט און גוטמוטיג. און מיר דארפן דאנקן דעם אויבערשטן פאר דעם חסד. ווייל ווען נישט דעם וואלטן מיר נישט געקענט עקזיסטירן.

מיר דארפן אבער וויסן צו מחשיב זיין טרויער. עס הערט זיך מאדנע. אבער "טרויער" איז זייער "טיף מענטשליך". אזוי "היומען!". אזוי "נפש'דיג!". און מיר דארפן דאס אקצעפטירן און רעספעקטירן.

איי מרה שחורה?

"ווייטאג" איז נישט "עצבות". דוד המלך, נעים זמירות ישראל, האט געזונגען אזויפיל הייליגע לידער, אין וועלכע "ווייטאג און טרויער" האבן פארנומען אן אויבן אן. "לב נשבר ונדכה". "יגון בלבבי יומם". און נאך אזויפיל אז עס איז שייך צו אראפברענגן.

דאס איז נישט מרה שחורה. דאס איז נפש'דיג! דאס איז נישט 'יאוש', דאס איז רעאליטעט!

מיין חבר האט אין מיר אויפגעוועקט דעם זויערן געפיל. ער האט אויפגעוועקט דעם "מיר" אין מיר. איך ווייס נישט צי איך וויל עס, אבער איך אנטלויף שוין נישט אזוי. עס איז שוין נישט אזוי אפגעפרעגט.

און איך בין געווען זייער נאריש מיטן אים צווינגן צו אנטלויפן פון זיך אליין. נישט גענוג זיין שווערע מצב, דארף ער נאך זיין אונטער דרוק פון מיין קריטיק? איך דארף מער מחשיב זיין מענטשן'ס אינערליכע רעאקציעס. איך דארף נישט אז מענטשן זאלן זיך ארומדרייען מיט א מאסק אויפן פנים. איך וועל שוין מער אפרישיעטן ווען מענטשן קומען ארויס נאטורליך, אפילו ווען די געפילן זענען מיר אפט מאל נישט צום הארצן.

***

געווענליך אין בית המדרש, טרעף איך נאר פארזיגלטע פנים'ער. פארהאקטע געזיכטן. אזוי שטייף און פאסיוו. און אויפן 'שומר' פאזיציע, אז קיין שום אינערליכקייט זאל נישט ארויסקומען. און ווען עמיצער איז יא אביסל צוגעלייגט, הייבט עס ברעמען.

נישט לאנג צוריק האב איך געפרעגט פון אפאר מענטשן אזא פראגע: ווען דו קומסט אריין אין שטאטישער בית המדרש, וואו דו האסט נישט קיין נאנטע באקאנטשאפט מיטן עולם, פילסטו פריי און באקוועם, אדער דו פילסט אין א געוויסע זין באדראעט?

דער ענטפער איז געווען די צווייטע.

איך ווייס אז נישט ביי יעדעם איז עס אזוי. אבער ביי גענוג א גרויסע טייל פון אונז איז עס יא אזוי. און דאס איז זייער א גרויסע פראבלעם.

אפשר איז דאס, ווייל מיר זענען נישט גענוג מחשיב נאטורליכע מענטשליכע רעאקציעס? מיר דזשאדזשען צופיל? זיך אליין און אויטאמאטיש אנדערע? מיר האבן נישט גענוג ליבשאפט צו דאס וואס אונזער אינערליכע וועלט האט צו פארציילן?

איך בין זיך בל"נ מקבל, צו מקבל זיין, יעדע סארט אינסטיקטיווער געפיל וואס מענטשהייט האט אין זיך. טרויער, בושה, פחד, אומפאלסיוועטי. און אויך פרייד און עקסייטמענט. איך מוז נישט האלטן ביי דעם. איך מוז נישט זיין אין די גוסטע. אבער איך בין עס מקבל, ווייל עס איז א חלק פון מענטשהייט. און איך בין רעספעקטיר דעם אויבערשטנ'ס בריאה. און איך וויל אויך אז ווען מיין נפש וועט האבן עפעס צו אויסדרוקן, זאל ער פילן באקוועם דאס צו טוען, און נישט זיך פילן באדראעט און אומאקצעפטירט.

נאך עמיצער איז מיט מיר?
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

טיף...
כ'וועל דארפן איבערליינען נאך 1-2 מאל אוו מחליט זיין צו כ'בין מיט דיר...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
יש מנהיג
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:02 pm

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מנהיג »

שטארק
יש מנהיג
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:02 pm

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מנהיג »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

דרייטצעך האט געשריבן: טיף...
כ'וועל דארפן איבערליינען נאך 1-2 מאל אוו מחליט זיין צו כ'בין מיט דיר...

גא"מ
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm

#_דא_דארף_מען_טראכטן
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

;l;p-;l;p-;l;p-
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

דרייטצעך האט געשריבן: טיף...
כ'וועל דארפן איבערליינען נאך 1-2 מאל אוו מחליט זיין צו כ'בין מיט דיר...

אקעי שוין דורכגעליינט נאך 3 מאל, די נקודה איז היבש טיף פאר אונזער וועלטל ווי מען איז צוגעוואוינט צו נאר לויפן און לויפן און זיך נישט אפשטעלן טראכטן, אבער ס'איז מער ווייניגער גערעכט.

נאכאלץ איז צומאל כדאי צו אוועקשטופן די געפילן אין א פאל וואס אויב עס אקצעפטירן וועט ברענגען צו עצבות.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דרייטצעך האט געשריבן:

ר' דרייצעך, דרייטצעך דא ארום.. און מאכט א גאנצן עסק... יישר כח.

דער גאנצער ארטיקל רעדט בעיקר פון אקצעפטירן "יענעם'ס" געפילן. נישט די אייגענע. מחשיב זיין 'יענעם'ס' אויטענטישקייט, און לאזן פלאץ פאר יענעם'ס רעאקציעס.

בנוגע אייגענע געפילן. וואלט איך געזאגט בקיצור אזוי:

ווען א מענטש האט זיך שוין אויסגעארבעט, און ער קען זיך שוין ערלויבן צו שפירן וואס אימער דער נפש ברענגט ארויף, דארף ער לאזן די נפש אליין מחליט זיין, צי עס וויל יעצט פילן די געפילן, אדער עס אוועקשטופן. די נפש ווייסט די בעסטע פון יעדעם וואס עס איז גוט פאר זיך. לאז אים אליין מחליט זיין. אמאל וועט ער טוען אזוי, און אמאל אזוי. מ'דארף נאר זיין גרייט צו אקצעפטירן זיין החלטה.

כ'האף אז ס'איז קלאר.

ממוצע האט געשריבן:

ס'איז קלאר, נאר א קליינע הוספה:
ווען מ'איז מחליט צו יא שפירן (מען רעדט דאך דא פון איינער וואס איז אויסגעארבעט) דארף מען געדענקען "חסיד צהלתו בפניו ודאגתו בלבו".
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
בן בגבג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 04, 2022 3:22 pm

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בגבג »

שטארק!

מיט דיר אלל די וועי...
איך בין אייביג גערעכט...

ווייל איך נעם אלץ די גערעכטע זייט!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דרייטצעך האט געשריבן:
ס'איז קלאר, נאר א קליינע הוספה:
ווען מ'איז מחליט צו יא שפירן (מען רעדט דאך דא פון איינער וואס איז אויסגעארבעט) דארף מען געדענקען "חסיד צהלתו בפניו ודאגתו בלבו".

געטראכט פון די מימרא פארן ארטיקל.

מ'קען דן זיין וואס די מימרא דארף און וויל זאגן. אבער פשוט גערעדט אויב דער מענטש פילט וויאזוי ער פילט, און עס קומט ארויס אויפן פנים. וואס פונקטליך דארף ער יעצט טוהן? 'פנים' מיינט דאך אז עס איז מגלה וואס טוט זיך אינעווייניג. אויב וויל ער אז זיין פנים זאל זיין פרייליך, האט ער איין עצה. טו שאט אףף די געפילן. און דאס איז קיין מהלך.

אוודאי, אז א מענטש קען אויסרעכענען צו מסיח דעת זיין, כדי צו קענען זיין פרייליך אויסערליך, קען דאס זיין א מהלך. אבער צו זאגן אז א מענטש "מוז" דאס קענען באווייזן, האט נישט קיין פשט.

נאך א זאך, די מפרשים זאגן אז 'צהלתו בפניו' איז כדי צו מקבל זיין מענטשן בסבר פנים יפות. אין אנדערע ווערטער, ס'איז נישט ווייל ס'איז אן אפגעפרעגטע זאך צו זיין אנגעזעצט. נאר ווייל עס איז עפעס אזא עבודת המידות. נו, דאס איז אן אנדערע מעשה.

איך ווייס נישט צו דער חובת הלבבות וויל דרוקן דעם "צהלתו בפניו", אדער דעם "אבלו בלבו". פשטות די צווייטע. אז דער חסיד האט אלץ אינעווייניג א אבל וועגן די עוונות. סך הכל שטעלט ער אויס אויף אן אופן אז ער זאל נישט ווערן קיין זויערער מענטש וועגן דעם. דאס איז גאנץ אן אנדערער זאך.
אוועטאר
א נייניקל
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

שטארקע און אמת'ע נקודה.
אבער א ש'כח קומט זיך אויך פאר @דרייצעך פארן אביסל אויסברייטערן די נושא, און עס פארשטיין גרינטלעך
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3394
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עומד מן הצד »

גאר א האקאלע און ברייטע נושא האט הרב @ממוצע דא אנגעכאפט..

ייש''כ פאר'ן עס אזוי שיין צונעמען! געווען א פלעדזשער צו ליינען יעדעס ווארט!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6489
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

זייער זייער שיין צולייגט אבער לעניית דעתי איז עס נישט ריכטיג.

ווי מער א מענטש טרעפט זיך מיט זיך, דאס הייסט מיט זיין נשמה, אלץ פרייליכער ווערט ער. עוז וחדוה במקומו. עכטע שמחה קען נאר קומען פון די נשמה, און ווי מער מען איז דבוק בעץ החיים אלץ מער חיות, שמחה און צופרידנהייט האט מען, ווייל דאס איז די נשמה בעצם. חיים, תענוג, שמחה און כבוד.

די סיבה פארוואס מענטשן וואס קריכן אריין אין זיך ווערן צוגעלייגט איז ווייל זיי בלייבן סטאק אין די חצונית׳דיגע פנימיות. די מחצב הקליפות וויאזוי זיי רופן עס…

און לגבי דוד המלך, הלואי אויף אונז א מיליאנסטעל פון א מיליאנסטעל פון שמחה ביי אונזער פרייליכסטע מינוט׳ן אין לעבן ווי וואס דוד המלך האט געהאט אין זיין אזוי-גערופענע שווערע צייטן! ספר תהילים איז געשריבן געווארן מיט רוח הקודש. אין רוח הקודש שורה אלא מתוך שמחה.
אני הוא הנער, נער המדבר
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

דרייטצעך האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן: טיף...
כ'וועל דארפן איבערליינען נאך 1-2 מאל אוו מחליט זיין צו כ'בין מיט דיר...

אקעי שוין דורכגעליינט נאך 3 מאל, די נקודה איז היבש טיף פאר אונזער וועלטל ווי מען איז צוגעוואוינט צו נאר לויפן און לויפן און זיך נישט אפשטעלן טראכטן, אבער ס'איז מער ווייניגער גערעכט.

נאכאלץ איז צומאל כדאי צו אוועקשטופן די געפילן אין א פאל וואס אויב עס אקצעפטירן וועט ברענגען צו עצבות.

קודם צו דיר הרב ממצוע: זייער שטארק בארירט א עטוואס פארווייטאגטע נקודה.

צו דיר הרב דרייטצעך:
לאמיר דיר עפעס זאגען; עס איז נישטא קיין שום מצב, קיין שום געפיל, און קיין שום געשעעניש וואס פאסירט צו א מענטש וואס מיטן אקצעפטירן וועט עס אים ברענגן צו עצבות!

זאל דער מענטש ח"ו האבן דורך געגאנגען א פערזענליכע האלאקאוסט, פארלוירן זיין פרנסה און שנארעט אין די גאסן. אויב אקצעפטירט ער עס וועט ער נישט אנקומען צו עצבות. טרויער אוודאי יא, זייער טרויעריג. אבער טרויער איז ווייט פון עצבות כרחוק מזרח מערב.

אדרבא, עצבות פאסירט טאקע נאר ווען מען אקצעפטירט נישט, און מען פראבירט אוועק צו שטיפן.
לעצט פארראכטן דורך שאבעלע אום זונטאג מארטש 27, 2022 4:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

יא @ממוצע איך מיט דיר!

אזוי מין גוט געשריבן!

סיי די יסוד דיינער און סיי וואס דו ביסט מחלק בין עצבות ומרירות [שמקורו הוא בספר התניא] און סיי די סוף פסוק דיינער!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4441
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

טיף טיף
הנאה געהאט פון יעדעס ווארט
כ'דארף עס נאך איבערליינען נאכאמאל מיט מער ישוב הדעת
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דרייטצעך האט געשריבן: נאכאלץ איז צומאל כדאי צו אוועקשטופן די געפילן אין א פאל וואס אויב עס אקצעפטירן וועט ברענגען צו עצבות.

מיט'ן אקצעפטירן די אייגענע שלעכטע הרגשים ברענגט מען נישט קיין עצבות אויף זיך. די גאנצע עצבות איז דארט ווי דער מענטש איז נאך אין א אינערליכע פייט אונטערצוברענגען און עוקר אט די שלעכטע געפיל.

עס איז אמת אז גלייך ווי א מענטש הויבט אן צו פרובירן פעיסן זיינע שלעכטע געפילן וועט ער ערשט אריינפאלן אין א געוויסע מאס עצבות, אבער דאס איז נישט צוליב די חלק העקסעפטענ'ס שבו, נאר פארקערט - וויבאלד די ערשטע סטעפ אינעם תהליך פון זיך עפענען צו די געפילן איז א אינסטיקטיווע רעדזשעקשאן פונעם מענטש צו די אומאיינגענעמע הרגשים, אזוי גייט דאס און מען קען דאס נישט פארמיידן.

נאר הערשט נאכדעם וואס א מענטש האלט שוין ביי דעם דארף ער טאקע מזהה זיין אין זיך אט די מלחמה וואס שפילט זיך אפ אינעם נפש זיינע - ווען פון איין זייט פרובירט ער צו עקסעפטן און פון די אנדערע זייט פרובירט ער עס צו פייטן, און דער מענטש ברויך דאס באמערקן און נאר הערשט נאכדעם קען דער מענטש עקסעפטן זיינע געפילן. אבער עס איז קלאר אז פריער מוז דער מענטש אדורכגיין די נאטורליכע רעדזשעקשאן וואס קומט דורכן זיך אנהויבן עפענען צו די מענטש'נס עולם הפנימי.

און בוודאי אז די זאכן נעמען אסאך צייט פון טעראפי און עבודה, און מען דארף האבן אסאך געדולט, און דאס אליין אז עס גייט נישט גלייך איז איינע פון דורכפאלן וואס דער מענטש דארף מקבל זיין און עקסעפטן..

און עמיצער וואס זוכט טאקע די שנעלע וועג - און וויל גראד עקסעפטן און גראד פילן גוט און שוין.. אזא איינער זעהט טאקע נאר ווי די גאנצע זאך ברענגט אים צו עצבות, וויבאלד עס איז דאך לא ימלט אז דער מענטש זאל נישט קודם שפירן קיינע מחשבות פון עצבות וכנ"ל. און ממילא -וויבאלד דער מענטש זוכט דאך דא נאר דעם דרך קצרה וארוכה, זעהט ער טאקע נישט עפעס אנדערש ווי חלק העצבות שבו, וויבאלד איינמאל ער באגעגעננט זיך מיט די עצבות וואס דאס ברענגט אים לויפט ער גלייך אוועק בעפאר ער האט נאך אפילו א שאנס עס צו נעמען נעקסט סטעפ, כאותו נכרי וועלעכע האט איבערגעלאזט דעם סדר בעפאר שולחן עורך, ממילא - די איינציגסטע זאך וואס ער ווייסט צו זאגן איבער די סדר איז הארטע מצות און ביטערע מרור..

זה הכלל: ענווה און שפלות ברענגט דעם מענטש צו שמחה. נאר די גאווה פון נישט קענען מקבל זיין און פעיסן די שפלות וחסרון און ענווה - דאס ברענגט צו עצבות.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום זונטאג מארטש 27, 2022 7:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

בניהו האט געשריבן: זייער זייער שיין צולייגט אבער לעניית דעתי איז עס נישט ריכטיג.

ווי מער א מענטש טרעפט זיך מיט זיך, דאס הייסט מיט זיין נשמה, אלץ פרייליכער ווערט ער. עוז וחדוה במקומו. עכטע שמחה קען נאר קומען פון די נשמה, און ווי מער מען איז דבוק בעץ החיים אלץ מער חיות, שמחה און צופרידנהייט האט מען, ווייל דאס איז די נשמה בעצם. חיים, תענוג, שמחה און כבוד.

וואס מיינסטו צו זאגן אז ער איז נישט ריכטיג? עס איז נישט ריכטיג אז ווי מער א מענטש גייט אריין אין זיין אמת'ע איך טרעפט ער דארט א ים מיט הרגשים פון שלילי חסרון והעדר? און אז דאס איז טאקע מיסודו פון די נקודת החיסרון בשורש הנפש הבהמי שלו וועלעכע שפירט כסדר פירוד והעדר?

איז דאס דען נישט ריכטיג?

אדרבה, פרוביר דו נאר צו אריינקריכן אביסל אין דיך, און אויפזוכן דארטן די אלע פארבארגענישן, און לאז מיך וויסן וואס דו טרעפסט דארט, פארלוירענקייט אדער שמחה..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: נו!!!... בשמחה!!!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

שכח יעדער איינער וואס האט קאמענטירט אויף מיינע קאמענטארן...
מיט א חלק בין איך מסכים און מיט א חלק נישט, אבער אזויווי די נושא איז טיפער פון טיף און כ'האב נישט קיין צייט פאר לאנגע שמועסן אהין און צוריק, וועל איך מיר אפשטעלן דא.

וואזשע נאר, "פאר זיך" געבטס אלע אבאכט זיך נישט צו דרייען ווי א בור ברשות הרבים, געבטס א שמייכל! אבער יענעם ביטע נישט דזשאדזשן, האטס מיר אלע א פרייליכע זונטאג און א גרינגן ערב ערבי פסחים!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

;l;p-;l;p-
הערליך געשריבן, און גוט צולייגט.

אין פאקט, מיט די מציאות, זענט איר גערעכט, און אפילו מיטן פארשטיין יענעם איז אויך אן אמת..

אבער צום עצם הענין צו דער סארט 'ערנסטע ווייטאג' ווערסיעס 'פרישקייט', איז פרישקייט 100% די געווינער..

גערעכט אז ווייטאג און טרויער האט נישט מיט שמחה, און איז צומאל זייער א גוטע זאך, אבער איך גיי נישט 'וואטן' צו פארשפרייטן דעם געדאנק, ווייל דער מציאות איז, אז א מענטש קעגן איבער דיר איז 'דאון' ווערסטו אנגעשטעקט.

יתכן אז מיין גוף אין 'דיפאלט' ציעט צו די זייט פון 'ווייטאג', אבער ווער זאגט אז דאס איז נישט נכלל אין 'כי יצר לב האדם רע מנעוריו' ? ווער זאגט אז דאס איז נישט א חלק פון די רשות פון יצר הרע, צו שולט זיין אין אונז?

עס איז דא א באקאנטע כלל, 'קוק וואס עס ברענגט דיר', וואס גייט זיין די תוצאות דערפון? אדרבה אויב העלפט די מעטאד צו שטייגן, דאן קען מען אנפאנגען דן זיין...

כנראה מיש איך צאם צווישן פארשידענע 'טרויערן', איך ווייס, אבער איך באציה מיך צו די מענטשן ארום דיר אין דיין מנין וואס דעם מאסק אויפן פנים..
(אה''נ די סארט 'הייליגע' ווייטאג און טרויער איז א רוחניות'דיגע זאך, אבער מען רעדט דאך א עמך מענטש וואס וואקט דיר אדורך אין גאס מיט די מחשבות אין קאפ..)

נאכאמאל איך האב מיך באלעקט מיט דיין ארטיקל, אבער וואס זאל איך טון אז איך בין א 'סמייל פייטער'...
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

נשמת השכל האט געשריבן: אדרבה, פרוביר דו נאר צו אריינקריכן אביסל אין דיך, און אויפזוכן דארטן די אלע פארבארגענישן, און לאז מיך וויסן וואס דו טרעפסט דארט, פארלוירענקייט אדער שמחה..

גערעכט אויפן עצם פאקט אז דאס זענען די תוצאות דערפון, אבער ווער זאגט אז דאס איז 'ריכטיג' ?

פארוואס נאר ווען א מענטש גייט 'ליידיג' וכו' קומט אים ארויף די סארט מחשבות, בעת ווען א מענטש איז עוסק אין תורה/עבודה/גמילות חסדים וועט ער קיינמאל נישט האבן אזאנע מחשבות?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

יש הנאה האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן: אדרבה, פרוביר דו נאר צו אריינקריכן אביסל אין דיך, און אויפזוכן דארטן די אלע פארבארגענישן, און לאז מיך וויסן וואס דו טרעפסט דארט, פארלוירענקייט אדער שמחה..

פארוואס נאר ווען א מענטש גייט 'ליידיג' וכו' קומט אים ארויף די סארט מחשבות, בעת ווען א מענטש איז עוסק אין תורה/עבודה/גמילות חסדים וועט ער קיינמאל נישט האבן אזאנע מחשבות?

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען.

אבער זיך באציענדיג צו וואס דו שרייבטס, און נניח אז עס איז אזוי. פארוואס ווען א מענטש איז סתם אזוי פארנומען מיט זיין ביזנעס / חברים / בעפאר פאר פסח און סוכות / און מיט סיי וואס אנדערש קומען אים נישט ארויף אזאנע מחשבות?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

נשמת השכל האט געשריבן: איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען.

אבער זיך באציענדיג צו וואס דו שרייבטס, און נניח אז עס איז אזוי. פארוואס ווען א מענטש איז סתם אזוי פארנומען מיט זיין ביזנעס / חברים / בעפאר פאר פסח און סוכות / און מיט סיי וואס אנדערש קומען אים נישט ארויף אזאנע מחשבות?

גערעכט, סאו דער מחשבה קומט נאר ארויף ווען מען איז א יושב ובטל.. מעג מען גיין ליידיג? די רמב''ם לאזט אונז האבן אזאנע צייטן?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

יש הנאה האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן: איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו ווילסט ארויסברענגען.

אבער זיך באציענדיג צו וואס דו שרייבטס, און נניח אז עס איז אזוי. פארוואס ווען א מענטש איז סתם אזוי פארנומען מיט זיין ביזנעס / חברים / בעפאר פאר פסח און סוכות / און מיט סיי וואס אנדערש קומען אים נישט ארויף אזאנע מחשבות?

גערעכט, סאו דער מחשבה קומט נאר ארויף ווען מען איז א יושב ובטל.. מעג מען גיין ליידיג? די רמב''ם לאזט אונז האבן אזאנע צייטן?

סתם אין די וועלט אריין?! קען זיין אז נישט. פארוואס פרעגסטו?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”