כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #18

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גראמען פאעטיש תוכן אווער אלל הנאה

גוט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
זייער גוט
7
7%
אויסערגעווענליך
18
18%
נישט נוגע
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גוט
2
2%
זייער גוט
3
3%
אויסערגעווענליך
7
7%
נישט נוגע
13
13%
גוט
2
2%
זייער גוט
10
10%
אויסערגעווענליך
13
13%
גוט
4
4%
זייער גוט
9
9%
אויסערגעווענליך
12
12%
סך הכל שטימען: 100

אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10839
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #18

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

בילד


כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!!



כ' בין שוין טאקע שפעט, אבער דאך קען א מיר נאך אלץ נישט געהעריג קאנצעטרירן.
ל יגענדיג אין מיין קאפ א גאנצען צייט מחשבות מיט וואס כ'קען מיר נישט מאבילעזירן.

ה אב איך באשלאסען מיינע מחשבות פאר אייך אביסל צו מיטטיילען און אדרעסירן.
מ יט אפאר חדשים צוריק געווען א 'הערליכע ווינטער פארמעסט' וואס האט יעדעם געטוען אינטערסירן.
צ וקערדיגע און זאפטיגע ארטיקלען איינס ביי איינס, אבער דאך איינס האט ארויסגעשיינט מיט ספעציעלע שיינענדיגע קאלירן.
י א דאס איז טאקע די איך בין הונגעריג! א געשיכטע וואס גלייבט זיך שווער אז אזוינס קען נאך היינט פאסירן.
ל יינענדיג ווי איינער לאזט זיך הונגערן נאר ווייל א צווייטענ'ס צעריך טוט אים בארירן.

נ ישט זיך האלטענדיג פאר ראוי, אבער דאך וויל איך אייך שטארק אפלאדירן.
פ ארן טוען אזא הייליגע שריט וואס טוט אונז ממש עלעקטעריזירן.
ש ענער ווי דעם ווי איז דען דא? מי כעמך ישראל! מיר טוען מיט אייך שטאלצירן.

א ינ'אמת'ן שטייט שוין פון ספרים אז די אויבערשטער האט ספעציעל אריין געלייגט אין די נאטורן.
ח סדים גדולים, אז יעדע מענטש האט צוויי אפהעניגע באזונדערע נירן.
ת נתן במתנה צו קענען ארויסהעלפן און געבן פאר א צווייטען וואס זיינס טוט שוין נישט פונקציאנירן.

מ יט מיין גרעסטע דמיון קען איך מיר נישט אויס'משל'ען און פאנטאזירן.
י א אז א יונגע געזונטע מענטש זאל נישט עסן און זיך לאזן הונגערן מיט שווערע יסורין.
ש ניידענדיג שטיקער באקוועמליכקייט פון זיך, אלעס ווייל מ'טוט יענעמ'ס צער און ווייטאג מיטשפירן.
ר עכענדיג זיך אז דאס איז נאר די התחלה צו וואס די ריכטיגע זאך גייט אריינפירן.
א ז מען גייט זיך נאר צוליב א צווייטע צובראכענע אידיש קינד זיך לאזן אפערירן.
ל אזענדיג אז א צווייטער זאל אויך קענען פון דיין ניר בענעפיטירן.

כ 'האב נישט די ריכטיגע ווערטער און די פאסיגע מילין יקירין.
א רויסצוהייבן אייער אויסערגעווענליכע שריט וואס איר האט געטאן פראקטעצירן.
י ענער איד קען שוין יעצט ב"ה פון זיין נייע לעבן אויך געהעריג קוואלעפיצירן.
ל כאורה! איין זאך קענען מיר אייך גאראנטירן.
ו וי גרויס אייער זכות איז, נישט שייך אויסצו'משל'ען און צו שפעקולירן.

ק יין שום גאלד, זילבער, און געלד קען עס נישט באלאנסירן.
י א! אויך נישט קיין שום פאום אדער עד אפילו אויף די שענסטע פאפירן.
י עדעס מאל דער איד טוט א מצוה טוט עס אייך אויך באצירן.
ם יט מיינע טיפסטע הרגשים וויל איך אייך דא א ברכה אויספירן.

ע ס זאל זיין דאס לעצטע מאל וואס אין שפיטאל מען טוט אייך פלאצירן.
ו ואס דו טוסט נאר, זאלסט האבן כל הברכות בתורה אמורין.
ל עכטיג אידיש נחת פון אלע קינדער, איידימער און שנירן.
ם יט הרחבות הדעת גרינגערהייט זיי קענען אונטער די חופה פירן.

מ יט הויפענעס געלד איר זאלט זיין פון די רייכסטע באנקירן.
ל עולם זאלט איר האבן געזונט, פרנסה, נחת, באנפין נהירין.
א ין זכות פון די געוואלדיגע מצוה זאל אונז שוין משיח קיין ירושלים אהיימפירן....

בילד

איז דער ארטיקל געשריבן אין 'גראמען' ? דאן רעיט אינעם ערשטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. איז דער ארטיקל 'פאעטיש' געשריבן? דאן רעיט אינעם צווייטן אפציע לויט'ן שטאפל איר האלט אז עס איז. אויב פעלט פון דעם ארטיקל איינס פון די צוויי אויבנדערמאנטע, דאן מאכט א טשעק ביי "נישט נוגע".
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8144
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #18

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נייס!

שיינע ווערטער פאר א שיינע טאהט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #18

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

;l;p-

זייער שיין, הערליך ארויסגעברענגט די פוינט. דאס אז די גאנצע זאך לויפט אויף איין גראם איז נעקסט לעוול, און די ר"ת מאכט עס פאר א שלימות, אלעס אריינגערוקט אין די שורות, כאמאזל אז ס'שטייט נישט כל המציל נפש אחת מישראל עם קדושים כאילו קיים בכל פרטיה ודקדוקיה וכו' עולם מלא!

יישר כוח!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #18

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מעכטיגער גראמען ארטיקל! פאטענציאלער געווינער. פון א גראמען שטאנדפונקט.

קיין סוד ווער דער שרייבער איז... איך געדענק ער האט שוין אמאל מפרסם געווען אן ענליכער ארטיקל. נישט די זעלבע טאקע?..
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #18

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז, אבער איך ווייס לכאורה! פון וועמען ער רעדט...

יישר כח, און אמן! אויף אלע דיינע ווארעמע ברכות

האסט מיך געמאכט אריינקומען אינעם פאעזיע פארמעסט און געבן א רעיטינג...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #18

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

טאלאנט! (די לעצטע גראם פירן מיט אהיימפירן איז א שטיקל בובו)
נאכאמאל, טאלאנט!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4961
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #18

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

נאך מיט די ראשי תיבות.. זייער שיין געפלאכטן.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10839
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #18

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ס'נייעס
געפלאנט האב איך צו מאכן א שיינע זאך איבער די שווערע יאר תשפ"א אבער לא איצטייע מילתא (כ'האף נאך אז ס'וועט נאכקומען בקרוב) האב איך געגעבן שנעל א בליק אין מיינע ארכיווען וואסערע גראמען איך האב און צווישן די אלע איז ארויפגעשווימען די פאום פאר @לכאורה, וואס לענ"ד איז עס גאר א שיינע ארבעט און ס'האט נישט באקומען די כבוד דעמאלטס כדבאי.. האב איך עס קודם געשיקט..
אבער כ'האב נישט געגלייבט אז ס'גייט אריינגיין.
למעשה האב איך הערשט נעכטן באמערקט אז ס'ליגט אין די פארמעסט..
עניוועי שכח פאר אלע וואס האבן געשטימט אז ס'איז זייער שיין - אויסערגעווענליך.. ריעלי אפרישיעט...
הצלחה
און מזל טוב פאר די געווינערס און פאר די פארגינערס, און אויך פאר די ספינערס..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10839
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא!!! - פאעזיע און גראמען פארמעסט תשפ"א #18

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

למעשה ב"ה מ'האט באוויזן צוזאמצושטעלן עפעס
viewtopic.php?f=3&t=49847
מ'האט פרובירט אריינצווארפן פון די גשעענישען פון אלע ענגלען און אויף ביי די ברכות פון אלע (אדער כמעט אלע עספעקטן..)
זאל מיר שוין אלע האבן א גוט געבענטשט יאר.
אויב איינער וויל קען ער אריינגיין דארט אין עס רעיטן..:wink:
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”