שרייבער אויסגאבע #40 - פרשת אמור תשפ״ב

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שרייבער
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 1:01 pm

שרייבער אויסגאבע #40 - פרשת אמור תשפ״ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייבער »







אויב זענט איר פון די שרייבער ליינער באזע, האט איר אוודאי באמערקט אינעם פארגאנגענעם נומער, א מאסיווע פרישע חידוש אינעם הערליכן אויסגאבע, נעמליך, א פרישע קאלום פון נייעס און קרישקעלעך, נאציאנאל, אינטערנאציאנאל, און אלעס אינדערמיט און ארום.

די נייעס ווערט געקליבן פון די סאמע בעסטע נייעס באריכטער און דזשורנאליסטן, אונזערע געטרייע נייעס ברענגער דא אויף אייוועלט.

די נייעס ווערט איבערגעפרישט און צוטיילט, אז עס זאל זיך ליינען געשמאק און בע'טעמ'ט, און אזוי אויך, זינט מיר דארפן זיין גרייט פריער אין וואך, קלויבן מיר אויס די נייעס וואס זענען נאך אינטערסאנט פאר יעצט, סוף וואך, ווען איר ליינט דאס.

פארשטייט זיך אז אזא מאסיווע אפעראציע און קאלום, - וועלכע האלט נאך אינמיטן וועג, און פרישע חידושים זענען נאך אויפן וועג - געשעהט נישט אליינס, און מיר דארפן אפגעבן א הערצליכן דאנק פאר די 2 גאר חשובע ניקס וועלכע האבן זיך גענומען צו די עבודת הקודש מיטן גאנצן פלייס, @ענדזשויאון @פאליטישע עקספערט, וואס לייגן אריין אומגעהויערע כוחות אין דעם פראיעקט, און ערמעגליכט אז דאס זאל צושטאנד קומען.

אזוי אויך דארפן מיר אויסדריקן א דאנק פאר איינע פון אונזערע הנהלה מיטגלידער, @דרייצעך, וואס חוץ די אומגעהויערע ארבעט וואס ער לייגט אריין אין דעם גאנצן אויסגאבע, פירט ער אויך אן מיט דעם פרישן נייעס פראיעקט, און אן אים וואלט עס נישט צושטאנד קומען.

ואחרון חביב, די געטרייע נייעס ברענגער פון אייוועלט, וואס געבן אוועק פון זייער צייט למען הכלל צו צושטעלן כשר'ע נייעס אויף א גאלדענעם טאץ, און פון זייערע נייעס נעמען מיר פאר דעם קאלום, נקדימון, אידישליך - וועלכע העלפט אויך צו מיטן איבערקוקן און פאררעכטן די נייעס, הכל הבל, קוק אויף דיך אליינס, אלעקסיי דער דריטער, ישראל הלוי, און נאך.

זאל דער אייבערשטער באצאלן פאר די אלע, און פאר אלע עוסקים במלכת הקודש, און מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן פון דעם פרישן נייעס קאלום.





•••

על כל יודו ויברכו פאר די וואס האבן ארויס געהאלפן
@איינס @היסטאריש @היכי תמצא @ניין דו @דז׳יקובער @דרייצעך @שמעון @אריה במסתרים
און די פרישע מיטגלידער
@הודו להשם @עפעס אנדערש

•••

גייטס אריין און לאזט זיך הערן אין די אשכולות,
ס'קאסט נישט קיין געלט צו געבן א גוט ווארט (און צומאל אויך קריטיק...)
ס׳איז אבער גאזאלין פאר די שרייבער אנצוגיין ווייטער!


•••

צו באקומען א אימעיל וועכטנליך מיט די אויסגאבע
אזוי אויך אויב איר זענט אינטערסירט אין א היים דעליווערי וועכטנליך
שיקט א אימעיל צו [email protected]

•••




אויב די לינק איז געבלאקט, קענט איר דאונלאודן פון דא
לעצט פארראכטן דורך שרייבער אום פרייטאג מאי 13, 2022 2:25 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.