אנטי-וואקסער ראשיד באטער טויט פון יענע מחלה ל"ע

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2240
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע:דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: אנטי-וואקס דאקטאר ראשיד באטער געפונען טויט יאר נאך אינטערוויו מיט CNN בנוגע קאוויד והמסתעף

תגובה דורך כאלעט'ל »

ממוצע האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:34 pm
Who knows האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:27 pm
רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:22 pm
ווי אויך, א קאמפאני וואס מאכט טויטליכע וואקסינען אין די מאסן קען נישט בלייבן אין ביזנעס פאר צו לאנג.
איך האב נישט געזאגט אז קאמפאניס מאכן טויטליכע וואקסינען אין די מאסן, נאר אז די סעיפטי פראפייל איז נישט ווי מ'שטעלט עס פאר
איך בין מסכים, אבער די סיבה איז נישט די אחריות וואס די קאמפאניס טראגן יא אדער נישט, נאר צוליב וואס די פרוף אויף וואס אסאך וואקסינען זענען געבויעט איז אוטדעיטעד, און משום איזה סיבה שיהיה איז שווער צו מאכן געהעריגע שטודיעס בימינו אלה.
מקור?
עפעס איז שלעכט מיט וואקסינען מער ווי פופציג יאר צוריק?
מנא לך הא?
וואו זענען די הויפענעס טויטע קערפער פון די גענעטיש טוישנדער mRNA וואקסינען, וואס די צעטלעך און האט ליינס האבן מבטיח געווען?
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: אנטי-וואקס דאקטאר ראשיד באטער געפונען טויט יאר נאך אינטערוויו מיט CNN בנוגע קאוויד והמסתעף

תגובה דורך רעגנדיג »

איך האלט נאך נישט ביי די עם אר ען עי, איך ווארט נאך אויף די מיליאנען געשעדיגטע פון די אנדערע וואקסינען.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: אנטי-וואקס דאקטאר ראשיד באטער געפונען טויט יאר נאך אינטערוויו מיט CNN בנוגע קאוויד והמסתעף

תגובה דורך אפגעגאלט »

רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 1:51 pm
אפגעגאלט האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 1:42 pm
רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 1:39 pm
נע, בלױז אויף די נאטורליכע רפואות ווערן געמאכט די דאבל בליינד פלאסיבא קאנטראלד שטודיעס😂
דו שטעלסט אוועק כאילו איך האב דאס געזאגט

כ'האב געזאגט אז כ'וואלט געוואלט זען שטודיעס זה כנגד זה, דערווייל האב איך נישט געזען

אז דו ווילסט ווייטער רעדן סארקאסטיש, און ארויסנעמען פון מיינע ווערטער וואס כ'האב נישט געזאגט, קענט איר טון ווי איר פארשטייט
זה כנגד זה?

נישטא קיין כנגד מיין פריינט, די אלע לצים וואס מאכן א לעבן אויף דיין חשבון און זענען פארנומען אראפרייסן די מעדיקל אינדוסטריע איבער די שרעקליכע מיסברויכן און רציחות, זייערע נאטורליכע רפואות גייען נישט דורך קיין איין איינציגע שטודיע, ניטאמאל די א.ג. שוואכע שטודיעס וואס זיי באשולדיגן אז מ'מאכט אויף די געווענליכע מעדיצינען.

ווען איך נעם א מעדיצין ווייס איך אז דאס איז דורך פילע שטודיעס, איז אפראווד ביי די עף די עי, און ס'איז דא מענטשן וואס נעמען אחריות דערויף. ווידעראום די אויבער חכמים וואס ציטערן אז זיי וועלן שטארבן פון מעדיצינען, זייערע אלטערנאטיוון זענען נישט דורך קיין שום פארלעסליכע שטודיעס, האט נישט באקומען קיינעמס אפראוועל, און קיינער קען נישט ווערן געהאלטן פאראנטווארטליך אויב ס'ארבעט נישט אדער נאך ערגער חלילה. סך הכל איז עס געבויט אויף מעשיות פון אותות ומופתים וואס איך דארף גלייבן באמונה שלימה.

אנטשולדיגט מיר, אבער פון די צוויי אויסוואלן נעם איך דעם ערשטן.
האסט נישט פארשטאנען וואס איך האב געמיינט צו זאגן
אבער כ'בין נישט זיכער אז דו ביסט אינטערערסירט [אין דעם פאל] צו הערן, [נאר איידי דטריד למיפלט לא בלע], דערפאר בין איך נישט ממשיך דא

בכלל נישט געווען מיין כוונה אריינצוקריכן אין די ריכטונג וואו דער אשכול איז געקראכן
לעצט פארראכטן דורך אפגעגאלט אום זונטאג מאי 21, 2023 6:04 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: אנטי-וואקס דאקטאר ראשיד באטער געפונען טויט יאר נאך אינטערוויו מיט CNN בנוגע קאוויד והמסתעף

תגובה דורך Who knows »

רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:48 pm
איך האלט נאך נישט ביי די עם אר ען עי, איך ווארט נאך אויף די מיליאנען געשעדיגטע פון די אנדערע וואקסינען.
און איך ווארט נאך אויף די מיליאנען/טויזנטער/הונדערטער/צענדליגער טויטע פון מיזעלס ועוד. נישט אז איך קום אוועקמאכן מיזעלס אינגאנצן, נאר כדי די ריסק פון וואקסינען זאלן איבערוועגן די בענעפיטס פעלט נישט אייביג אויס מיליאנען געשעדיגטע. אויב זאלן די געשדיגטע וואס געוויסע באשולדיגן די וואקסין טאקע האבן געווען פון דעם, איז א שטארקע ספק אויב די בענעפיט וועגט איבער די ריסק. גיימיר צוריק צו די אלטע מחלוקה אויב עס איז רילעיטעד אדער נישט
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: אנטי-וואקס דאקטאר ראשיד באטער געפונען טויט יאר נאך אינטערוויו מיט CNN בנוגע קאוויד והמסתעף

תגובה דורך Who knows »

ממוצע האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:34 pm
Who knows האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:27 pm
רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:22 pm
ווי אויך, א קאמפאני וואס מאכט טויטליכע וואקסינען אין די מאסן קען נישט בלייבן אין ביזנעס פאר צו לאנג.
איך האב נישט געזאגט אז קאמפאניס מאכן טויטליכע וואקסינען אין די מאסן, נאר אז די סעיפטי פראפייל איז נישט ווי מ'שטעלט עס פאר
איך בין מסכים, אבער די סיבה איז נישט די אחריות וואס די קאמפאניס טראגן יא אדער נישט, נאר צוליב וואס די פרוף אויף וואס אסאך וואקסינען זענען געבויעט איז אוטדעיטעד, און משום איזה סיבה שיהיה איז שווער צו מאכן געהעריגע שטודיעס בימינו אלה.
דאס איז מעגליך א חלק פון די סיבה פארוואס עס זענען נישטא קיין געהעריגע סעיפטי סטאדיס, איך רעד פון די סיבה פארוואס עס איז (לדעתי) נישט אזוי סעיף ווי עס דארף אפיציעל זיין, ווייל די קאמפאניס האבן א שוואכע אינסענטיוו עס צו מאכן סעיפער
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אנטי-וואקס דאקטאר ראשיד באטער געפונען טויט יאר נאך אינטערוויו מיט CNN בנוגע קאוויד והמסתעף

תגובה דורך ממוצע »

Who knows האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 6:06 pm

דאס מאכט (פאר מיר) נישט קיין סענס. כדי צו ווערן אפראוועד דארפן זיי נאכקומען די פראטאקאלן פון די פארשידענע געזונטהייט אגענטורן פון איבער די וועלט. קאמפאניס קענען זיך נישט וועלן די וועג וויאזוי א וואקסין זאל ווערן שטודירט, צוזאמגעשטעלט, און אוודאי נישט אפראוועד. זיי קענען אויך נישט אויסשטעלן וויאזוי די ווייטערדיגע דעטע וועט ווייזן. און ס'איז שוין טאקע אסאך מאל געווען וואס קאמפאניס האבן אריינגעלייגט שווערע געלטער אין א וואקסין און ס'איז נישט געווארן אפראוועד. און אזוי אויך איז שוין געווען גענוג מאל וואס וואקסינען זענען אראפ פון שעלף שוין נאכן באשטעטיגט ווערן.

לגבי סעיפטי, איז וואקסינען פון די זאכן מיט די מערסטע סעיפטי איבערזוכט. רעלאטיוו איז דא גאר אסאך איבערזוכט איבער די זיכערקייט און עפעקטיוונעס פון וואקסינען אין פארגלייך צו אנדערע מעדעצינען. אפילו אויב נישט אלע איבערזוכט מיטלן זענען אזוי אקוראט, אבער דער עצם פאקט אז מ'האט דאס איינגעשטעלט אויף וואקסינען און נישט אויף אנדערע מעדעצינען, שטעלט אוועק אז ס'איז נישט דא קיין נאכלעסיגקייט ווען עס קומט צו וואקסין זיכערקייט.

מיין איינציגסטע אישו מיט וואקסינען איז אז אנגעבליך צוליב עטישע סיבות ווערן רוב שטודיעס דורכגעפירט וואקסין צו וואקסין שטודיע. און דאס מאכט דער סטאנדארט היבש שוואכליך. אוודאי איז דאס נישט קיין איבערווייז אז וואקסינען זענען נישט שעדליך, אבער ס'נעמט אוועק די זיכערקייט צו זאגן אז ס'איז זיכער יא אפעקטיוו און סעיף.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אנטי-וואקס דאקטאר ראשיד באטער געפונען טויט יאר נאך אינטערוויו מיט CNN בנוגע קאוויד והמסתעף

תגובה דורך ממוצע »

כאלעט'ל האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:38 pm
ממוצע האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:34 pm
Who knows האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:27 pm
רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:22 pm
ווי אויך, א קאמפאני וואס מאכט טויטליכע וואקסינען אין די מאסן קען נישט בלייבן אין ביזנעס פאר צו לאנג.
איך האב נישט געזאגט אז קאמפאניס מאכן טויטליכע וואקסינען אין די מאסן, נאר אז די סעיפטי פראפייל איז נישט ווי מ'שטעלט עס פאר
איך בין מסכים, אבער די סיבה איז נישט די אחריות וואס די קאמפאניס טראגן יא אדער נישט, נאר צוליב וואס די פרוף אויף וואס אסאך וואקסינען זענען געבויעט איז אוטדעיטעד, און משום איזה סיבה שיהיה איז שווער צו מאכן געהעריגע שטודיעס בימינו אלה.
מקור?
עפעס איז שלעכט מיט וואקסינען מער ווי פופציג יאר צוריק?
מנא לך הא?
וואו זענען די הויפענעס טויטע קערפער פון די גענעטיש טוישנדער mRNA וואקסינען, וואס די צעטלעך און האט ליינס האבן מבטיח געווען?
און @רעגנדיג ,

איך זאג בהיחלט נישט אז וואקסינען זענען נישט סעיף. בכלל נישט. איך בין אלץ געווען אויף די פרא וואקסין ליניע און אנטי וואקסיפאביע און מיסאינפארמעישאן. איך זאג נאר, אז לויט וויפיל ס'איז מיר אויסגעקומען זענען די שטודיעס פון א גרויסע טייל פון וואקסינען (מעגליך צוליב בארעכטיגטע סיבות) פון שוואכע קוואליטעט. דאס אלעס. איך געב וואקסינען, און איך פאררעכן מיר אין אלגעמיין אלץ א פרא-וואקסינער.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3044
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: אנטי-וואקס דאקטאר ראשיד באטער געפונען טויט יאר נאך אינטערוויו מיט CNN בנוגע קאוויד והמסתעף

תגובה דורך מאטל שניידער »

רבותי!!!! עורו ישנים משנתכם!!

די ערשטע קענסער פאל איז געווען נאך די ערשטע וואקסין איז ארויסגעקומען!! יעצט ווערט שוין אלעס קלאר!
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21520
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע:אין מיין בעט

Re: אנטי-וואקס דאקטאר ראשיד באטער געפונען טויט יאר נאך אינטערוויו מיט CNN בנוגע קאוויד והמסתעף

תגובה דורך נארמאליזעם »

רעגנדיג האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 5:48 pm
איך האלט נאך נישט ביי די עם אר ען עי, איך ווארט נאך אויף די מיליאנען געשעדיגטע פון די אנדערע וואקסינען.
גיי קיין באקמוט😂
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: אנטי-וואקס דאקטאר ראשיד באטער געפונען טויט יאר נאך אינטערוויו מיט CNN בנוגע קאוויד והמסתעף

תגובה דורך KMW »

-וועגן וואקסינען שעדיגן יא צו נישט זענען דא אומצאליגע פארשפארטע אשכולות ושם תמצאנו לטובה...

-וועגן וויפיל געשעדיגטע זענען דא קענט איר קוקן אויף די VAERS דאטאבעיס וואס לויט שטודיעס איז עס אינטער 10% וואס ריפארטן דארט.

-וועגן די קאוויד וואקסין גוגל אביסל וואס גייט פאר לעצטע יאר מיט הארץ אטאקעס ביי אינגע מענטשן, ספארטלערס און להבדיל ביי אחב"י וואס כו"ע מודי היינט אז עס מאכט ערנסטע הארץ פראבלעמען ביי עלטערע אויך, נישט נארביי אינגע קינדער ווי מען האט געמיינט קודם, עי אשכולות בזה.

-לגבי גענעראל וואקסין סעיפטי פון די קאמפעניעס:
נאך מאסיווע ריקאלס לעצטע פאר יאר פון די עיר בעג קאמפעניעס און ביליאנען שאדנס פון לאוסוטס פאר נעגלעדזשענס וואס האט צוגעברענגט צו אומצאליגע טויט צאלן האט די עיר בעג קאמפעניעס געדינגען לאביאיסטן און געסטראשעט פאר וואשינגטאן אז זיי גייען אויפהערן צו מאכן עיר בעגס, וואשינגטאן האט געהאט א גרויסע פראבלעם מיט דעם האבן זיי נאכגעגעבן פאר די קאמפעניע אז זיי גייען געבן א $100 דאלער אפצאל פאר יעדע עיר בעג וואס זיי פראדעצירן און דאס גייט גיין אין א פאנד און קיינער גייט זיי נישט קענען מער קלאגן נאר מען וועט דארפן גיין צום פאנד סוען וואס איז פארשטייט זיך אינטער די גאווערמענט מיט אלע ביאקראטיעס, די קאמפעניע איז געווען זייער פריילעך מיט די אפמאך, בעסיקלי זיי גייען ארויפגיין מיט $100 אויף יעדע עיר בעג און זיי דארפן זיך נישט צו שטארק זארגן עס צו מאכן מער סעיף ווייל מען קען זיי מער נישט סוען.

וואלט איר געפילט סעיף צו פארן מיט א קאר מיט די עיר בעג??

אט פונקט דאס האט מען געמאכט מיט די 1986 וואקסינען געזעץ.

למעשה רעקאמאנדיר איך נאך אלץ צו נעמען אלע וואקסינען אויפן סקעדשול ווי פארלאנגט נאכן זיכער מאכן אז עס איז נישט יצא שכרו בהפסדו, און געדענקט עס איז אסור זיך אריינצולייגן אפילו אין א ספק ספיקא פון א סכנה זיך צו באהיטן פון א זאך וואס איז זיכער נישט קיין סכנה נאר אומבאקוועמליכקייטן.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: אנטי-וואקסין אקטיוויסט ראשיד באטער געשטארבן נאכן נעמען "אלטערנאטיווע" הייל-מיטלען צו קענסער ל"ע

תגובה דורך KMW »

דזשי רי בי האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 3:02 pm
@KMW
קלאר אויס
וועכע קעפל איז ריכטיג
כאנישט קיין אהנונג... איך האב סך הכל געברענגט אויסצוגן פון די נייעס.., ער האט געזאגט אפאר טעג צוריק אז ער איז געווארן פויזענט און יעצט פלוצלינג געשטארבן.., אבער מאנכע זאגן אז ער איז געווען א גרויסע בעל דמיון.. ער איז געווען אויף די גאווערנמענט ליסט פון די מערסטע וואס פארשפרייטן אנטי וואקסין דיסאינפארמאציע און אסאך האבן אים געוואלט זעהן טויט זעה דא:
https://time.com/6099700/covid-doctors-misinformation/
https://counterhate.com/wp-content/uplo ... -Dozen.pdf
rb.jpg
rb.jpg (27.08 KiB) געזען 772 מאל
די סיבה צו גלייבן אז עס איז יא דא עפעס ביהיינד איז אז איי וועלט האט פארשפארט די אנדערע אשכול בנושא
viewtopic.php?p=4330871#p4330871
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”