פארוואס זענען גוטע טעראפיסטן אזוי אפאטיש צו זייערע קליענטן
ס'דא אן ענין, א פראגע וואס איך וויל שוין לאנג ארויסברענגען, און עס רופט זיך: "פארוואס זענען טעראפיסטן אפאטיש צו זייערע קליענטן".
וואס איך מיין צוזאגן איז ווי פאלגענד. לאמיר רעדן פון סתם א מעדיצינישע פראבלעם. לאמיר זאגן א קרוב מיינער איז געגאנגען צו א דאקטאר, דער טיירויד פאנקשען איז נידריג. דער דאקטאר, גיבט סינטראויד, עס העלפט נישט, דעם קומענדיגן מיטינג גיבט ער מער. עס העלפט נישט, דאן גיבט ער מער. דאן ביים קומענדיגן מיטינג זעט ער אז עס איז שוין צופיל, שניידט ער אראפ, דאן ביים קומענדיגן מיטינג שוין צופיל געפאלן, דאן הייסט ער נעמען מער סינטרויד, און אזוי גייט דאס ארויף און אראפ און ארויף און אראפ, און ביי יעדע וויזיט איז דאס די זעלבע ראבאטישע ערשיינונג, ס'איז צי הויך, דאן נעם ווינציגער, צי נידריג, נעם מער. אזוי פליען די סינטרויד פרעסקרעפשאנס ארויף און אראפ אן קיין שום ציהל און תכלית.
דאס הייסט אן אפאטישער דאקטאר, האט נישט קיין שום ציל און אינטערעסע צי ממש העלפן זיין קלייענט, ער ווייסט נישט צוזאגן פונעם קליענט נישט פארדעם און נישט נאכדעם, יעדער אפוינטמענט ווערט באהאנדעלט אפאטיש און ציללאזז, ווי כאילו מען רעדט נישט פון דעם זעלבן פאציענט, נאר פון א נייעם פאציענט ביי יעדן באזוך, און יעדעס מאל, איז דאס אפאטיש, האסט הויך, מאכט מען נידריג, האסט נידריג מאכט מען הויך. דער דאקטאר האט נישט קיין שום ציל און מאטיוואציע צו היילן דעם פאציענט נאר צו דרוקן די קנעפלעך וואס זיין פראפעסיע הייסט אים דרוקן און ער פאלגט אויס אלע ביכער און איז לכאורה א פיינער דאקטאר.
דער קרוב, איז פונקט געגאנגען צו א צווייטע דאקטאר אמט, גערופן גראדע ראקלענד ענדאקרין אסאסיעיטעטס, און פונקט דארטן האט זי באגעגענט א נוירס פראקטישאנער, א אידענע, וועלכע איז אריינגעקומען אין אפיס מיט א דרייוו און מאטיוואציע, און געזאגט, מיין מיסיע איז צו סטאביליזירן דיינע טיירויד נומערן, איז לאמיר זען וואס מ'קען טאן, וכו'.
פרעגט זיך די פראגע, ביי וועמען האט דער פאציענט מער שאנס פאר א סוקסעספול אוטקאם. זיכער ביים צווייטן דאקטאר. דער ערשטער דאקטאר איז כמעט ווערדלאז. יא, א מאטיווירטער אינפארמירטער פאציענט, וועלכער נעמט זיין געזונט אין די האנט אריין, און נעם פול אחריות דערויף, קען געהאלפן ווערן אפילו ביים ערשטן דאקטאר, אבער סתם א פאציענט, וואס האט נישט צופיל מאטיוואציע און פארשטייט נישט פונקטליך דעם חילוק פון טיירויד ארויף טיירויד אראפ, און וועמען שטערט דאס, זאל זיין וויאזוי ס'זאל זיין. אזא איינער קען נישט מצליח זיין ביים ערשטן דאקטאר.
יעצט לאמיר באטראכטן דעם פאציענט, זיינע טיירויד נומערן זענען נישט מסודר, און דאס אפעקטירט אים, אבער דער פאציענט האט נישט דעם ברייטן קאפ און די מעדיצינישע וויסנשאפט דאס צו באגרייפן. אזא פאציענט איז א רחמנות, ער קען מיט אזא דאקטאר, ווי דעם ערשטן דאקטאר, ארומבלאנקענען ווי א פארבלאנדזשעטע נשמה, און קיינמאל דערפון נישט ארויסקריכן. בשעת ער, און אלע ארומיגע פון אים, ליידן די רעזולטאטן פון זיין טיירויד וועמענס נומערן זענען נישט מסודר, אויף א כראנישן אופן פון לאנגע יארן