עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13906
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

חיים אלכסנדר האט געשריבן:
מיין זון מאכט תנועות מיטן פנים צב"ש א שאקל מיטן קאפ, א בייג מיט די נאז.

ביטע קומט אריין מיט עצות אדער ריפערלס פאר א דאקטאר.

בקשה: ביטע נאר געהאלפענע - אויף די פאציענט זייט - זאלן שרייבן. (נישט קיין היילערס אדער שפיטאל ליעזאן'ס)
פראגע
דאס קינד ווייסט אז ער האט א פראבלעם?
אויב יא, האט ער שוין אליינס זיך פרובירט צו איינהאלטן?
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

פאטאקי08 האט געשריבן:

יא און יא
געהאלפן נאר פאר 15 מינוט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13906
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

דאס קינד וויל זיך העלפן, און איז גרייט צו מיט ארבעטן?
אויב יא איז ער 90% שוין א געהאלפענער
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

פאטאקי08 האט געשריבן:
דאס קינד וויל זיך העלפן, און איז גרייט צו מיט ארבעטן?
אויב יא איז ער 90% שוין א געהאלפענער
ביטע רעדט נישט קיין זאכן וואס איר הייבט נישט אן צו וויסן.

איך בין גוט באקאנט מיט אזא פאל.
דאס קינד קען זיך ליידער ״נ.י.ש.ט.״ העלפן. ער שעמט זיך צו גיין אין חדר / ישיבה. ער ווייסט זייער גוט אז ער האט א פראבלעם, אבער ער קען זיך נישט העלפן.

פאראן טעג וואס איז גוט, און ס׳איז כמעט נישטא. און ס׳איז פאראן טעג וואס ס׳איז געפערליך.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13906
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

התחברות האט געשריבן:

דאס קינד קען זיך ליידער ״נ.י.ש.ט.״ אליינסהעלפן. ער שעמט זיך צו גיין אין חדר / ישיבה. ער ווייסט זייער גוט אז ער האט א פראבלעם, אבער ער קען זיך נישט העלפן.
ב"ה סאיז דא רפואות פאר דעם
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4169
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

דא וואס זאגן אז דאס קען קומען פון "ליים דיזיעס" - דא וואס זאגן פון "פענדעס"
(עס קען זיין, אבער עס מוז נישט זיין)
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

חבר האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 4:45 pm
בן משי האט געשריבן:
מפי השמועה האט געשריבן:
אגב, וועגן "פאנדאס," אויב איינער קען איבערגעבן עקספיריענס וואס איז עס שוין אדורך 100 פראצענט, נישט האלט אינמיטן, נאר אינגאנצן ארויסגעקראכן דערפון, אדרבה, דער עולם ווארט צו הערן
גא"מ
מיין קינדער דאקטאר האט געהייסן פאר מיין 6 יעריגע יונגעל צו נעמען א שטארקע אנטיביוטיק פאר 3 חדשים און ברוך השם מ'האט געזעין א שטארקע שינו לטובה
נאכן נעמען בלוט רעזולטאטן? וואס זענען געווען זיינע פאקסן?
[/quote]

Pandas
viewtopic.php?p=3693362#p3693362
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

דוכט זיך דאס הייסט טורעטס סינדראם. פסיכישע דאפעמין בלאקער מעדיצינען אין נידעריגע דאוזעס העלפן פאר פאקסן, הגם דאס איז כלל נישט קיין פסיכישע פראבלעם. מקען אויפברענגען די נושא פאר די דזשענעראל דאקטער אדער גאר פרובירן א פסעקייעטריסט וועלכע קען פרובירן גיבן די מעדיצין, אפשר א נוראלידזשיסט, א מוח דאקטער.

אגב, פענדעס איז א עכטע זאך, מדארף קוקן אין די בלוט די סטרעפט לעוולס.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

קאל רעליף they know about everything
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15013
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

חיים טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 2:30 am
קאל רעליף they know about everything
נומער?
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
שנעלער
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

געזעהן ביי מיין קינד באלדיגע רעזאלטאטן נאכן גיין צו א קייראפראקטאר דר. הורוויץ אין פלעטבוש [ער האט גיארבעט אויף איהם פיזיש און אויך גיגעבן ווייטאמינען]
דאס איז שוין נאכן זיין ביי א ניואראלגיסט און מאכן א EEG [וואס דער דאקטאר האט געזאגט אז צווישען 9-12 איז עס שכיח צוליב אנטוויקלונגען פון חלקים אין מוח, מדארף נאר זיכער מאכן צו סאיז נישט אין געוויסע חלקים אין מוח וואס דארט מיינט עס סימנים פון סיזשערס]
לעצט פארראכטן דורך שנעלער אום זונטאג מארטש 03, 2024 3:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שנעלער
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

הרב_שלום האט געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2024 1:36 am
חיים טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 26, 2023 2:30 am
קאל רעליף they know about everything
נומער?
https://www.reliefhelp.org/contact/
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

חיים אלכסנדר האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 12:05 pm
מיין זון מאכט תנועות מיטן פנים צב"ש א שאקל מיטן קאפ, א בייג מיט די נאז.

ביטע קומט אריין מיט עצות אדער ריפערלס פאר א דאקטאר.

בקשה: ביטע נאר געהאלפענע - אויף די פאציענט זייט - זאלן שרייבן. (נישט קיין היילערס אדער שפיטאל ליעזאן'ס)
איך האב עס געהאט מיט א קינד יארן צוריק און נאך א וואך CBD איז עס אוועקגעגאנגען ב"ה
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

ישר כוח פארן ארויפברענגען די אשכול זעה דא וואס איך האב געשריבן עטליכע יאר צירוק.
שר החסד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 25, 2022 5:52 pm
די מהלך פון טעראפי מיט די קינדער איז מ'לערנט זיי אויס צו כאפן וואס זיי פילן א מינוט פאר ס'קימט די Urge צו מאכן די טיק, און עס איינהאלטן בעוד מועד, איינמאל מ'סטאפט נישט די urge קען מען נישט איינהאלטן די טיק.
זאג די קינד זאל זיין אין א רוהיגע ענווייראמענט און אויף-פאסן די מינוטן איידער די טיק קימט, און פראבירן צי איינהאלטן דורך שטארק אנהאלטן די מוסקלען פונעם האנט וכדו'
עס נעמט אסאך פרעקטיס.
הודו לשם כי טוב!
איך בין אסאך אדורך מיט מיין קינד מיט די פראבלעם.
געלאפן פון איינעם צום צווייטען... אפילו אנגעהויבן געוויסע מעדעצינען, אבער עס האט נישט געקלאפט. ביז א היימישע דאקטאר האט געזאגט מיין ווייב "כ'קען דיר נישט העלפן, גיי צו ר' ישעיה'לע" כ'מיין אז ער האט עס געמיינט מיט א אזא ביטול, לאך דיך אויס ס'עניוועס נישטא וואס צי טוען..... אפאר וואכן דערנאך בין איך פינקט מיטגעפארן א נסיעה קיין קערעסטיר, איך האב דערמאנט ביים ציון "ר' ישעיה'לע... די מיזט מיר העלפן, אפילו די דאקטוירים זאגן אזוי...."

בלויז עטליכע וואכן דערנאך איז מען אנגעקומען צי א נייע דאקטער, וואס האט מחדש געווען צי ניצן א געוויסע פיל, וואס געווענליך ניצט מען נישט פאר טיקס, אבער זי האט גע'עצה'עט אז מ'זאל עס פראבירן, זי האט געזאגט אז איינמאל דאס קינד וועט זיין צוועלף דרייצן יאר וועט מען לכאורה קענען אראפגיין!

ב"ה די מעדעצין - ציזאמען מיט טעראפיע - איז געװען גאר ווירקזאם, עטליכע וואכן צירוק איז דאס קינד ענדליך "גענצליך" אראפ פון די מעדיצין.

זכותו יגן עלינו!

זאל די מעשה זיין א חיזוק פאר אלע וואס מיטשענען זיך מיט די פראבלעם.
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
חיים אלכסנדר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים אלכסנדר »

געוואלטיג האט געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2024 3:46 am
חיים אלכסנדר האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 12:05 pm
מיין זון מאכט תנועות מיטן פנים צב"ש א שאקל מיטן קאפ, א בייג מיט די נאז.

ביטע קומט אריין מיט עצות אדער ריפערלס פאר א דאקטאר.

בקשה: ביטע נאר געהאלפענע - אויף די פאציענט זייט - זאלן שרייבן. (נישט קיין היילערס אדער שפיטאל ליעזאן'ס)
איך האב עס געהאט מיט א קינד יארן צוריק און נאך א וואך CBD איז עס אוועקגעגאנגען ב"ה
ביטע שרייבן אביסל מער פרטים.
וועלכע CBD, דאזע, ווי אפט.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

חיים אלכסנדר האט געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2024 8:34 pm
געוואלטיג האט געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2024 3:46 am
חיים אלכסנדר האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 02, 2018 12:05 pm
מיין זון מאכט תנועות מיטן פנים צב"ש א שאקל מיטן קאפ, א בייג מיט די נאז.

ביטע קומט אריין מיט עצות אדער ריפערלס פאר א דאקטאר.

בקשה: ביטע נאר געהאלפענע - אויף די פאציענט זייט - זאלן שרייבן. (נישט קיין היילערס אדער שפיטאל ליעזאן'ס)
איך האב עס געהאט מיט א קינד יארן צוריק און נאך א וואך CBD איז עס אוועקגעגאנגען ב"ה
ביטע שרייבן אביסל מער פרטים.
וועלכע CBD, דאזע, ווי אפט.
עס איז געווען קאושער גולד מיט 5 יאר צוריק חנוכה תשע"ט ווען זיי האבן אנגעהויבן דאן איז עס נאכנישט געווען קעפסעלס היינט האבן זיי קעפסעלס וואס איז לכאורה שטערקער
דאן האבעך געגעבן לויט אייזיק כהנאס אנווייזינגען און נאך עטליכע טעג איז געווען שבת ווען כהאב געזעהן אז די סטישעס זענען היבש ווייניגער אבער נעקסטע שבת האבעך נישט אראפגענומען א אויג פונעם קינד און אפילו א בלינג מיטן אויג האט מען נישט געזעהן ב"ה
רוף אים פרעגן 18564312038
פרוביר עס אויס און לאז אונז וויסן
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2752
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

געוואלדיג (מיט נאך א ניק) זענען אגענטן פאר קאושער גאלד CBD, קוק דא viewtopic.php?p=4798452#p4798452
בילד
געשמאקע סחורה
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 6:46 pm

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע סחורה »

רוב מאל קומט עס פון פרעשור. מעגליך אפילו פון די עלטערן.
וויכטיג אים/ר גארנישט צו זאגן דערוועגן, און נישט אזויפיל פרעשורן
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: עצה פאר 12 יעריג קינד וואס מאכט פנים-פאקסן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

פומפדותא האט געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2024 11:46 pm
געוואלדיג (מיט נאך א ניק) זענען אגענטן פאר קאושער גאלד CBD, קוק דא viewtopic.php?p=4798452#p4798452
זיי זענען אגענטן פאר געזינטהייט ב"ה און יעדער האט הנאה פון זייערע אינפא
און העכסענס שטיצער פון קושער גולד פירמע ווען עס קומט צי CBD
טאקע משום מעשה הנ"ל וואס @געוואלטיג האט געברענגט וועגן זיין קינד אום תשע"ט
צל עובר האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 1:22 pm
דער רבי האט נישט אנגעקוקט די אמעריקאנער רעגירונג אלס א פירמע וואס פלאנצט איין טשיפס דורך וואקסינען
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”