אינטערוויא: מיט'ן באטל קלייבער פון ב"פ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

אינטערוויא: מיט'ן באטל קלייבער פון ב"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

"דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער"

שטייענדיג ביפארן 'חג השבועות' ווען מען ציילט די טעג דערהויבן צו ווערן, דערמאן איך מיר דעם פאלגנדע עפיזאד, וואס איז אן אמת'ע געשיכטע, נישט אז עס האט עפעס מעידזשא"ר פאסירט עס זאל קענען אנגערופן ווערן 'געשיכטע', אבער גענוג אז עס האט מיר געלערנט גאר אן אינטערסאנטע מוסר השכל אויף א קוריאזע אופן, וואס האט מיר דעמאלטס בשעת מעשה גאר שטארק אויפמערקזאם געמאכט, און מיר געלאזט אינפעקטירט פאר א לענגערע וויילע מיט א פאזעטיווע ענערגיש בליק אויף ארייצוכאפן ווי-מער ווערטפולע ארטיקלען אינעם צייטווייליגע קוישעלע, טראכט איך אז עס איז גאר פאסיג איצטערט פאר אזא יו"ט דאס צו שילדערן.
שוין האבנדיג אלץ בחור דעם אפעטיט פון אפשרייבן ווערק, ליין איך יעצט איבער דעם דערציילונג וואס איך האב שוין דעמאלטס מיר פארשריבן אויף פען אין פאפיר צווישן מיינע חידושי תורה אין א נאטיץ-ביכל, (א שאד נאר אז יעצט פארשטיי איך נישט קיין ווארט פון די תורה-בליצן וואס דארט שטייט, שרייבנדיג גאר בקיצור די ראשי פרקים זיך פארלאזנדיג אויפ'ן זכרון אז כ'וועל מיר 'זיכער' דערמאנען ביים דאס איבערליינען...) און כדי די פאקטן און ציפערן פון די מעשה זאלן בלייבן אריגינעל ווי דעמאלטס געהערט קראנטערהייט, נישט פונעם בעל העובדה, נאר פונעם 'עובדה' אליין, וועל איך איבערשרייבן די נומערן און געוויסע דעטאלן וואס איך האב מיך דאן פארשריבן, ווי איר וועט אי"ה ליינען...

געווען איז דאס אלס בחור ווען איך האב געלערנט אין בארא פארק אינעם געגנט פון 'קענזיקט"ן', און ביי לאנטש האט מען געקענט גיין שפאצירן [פארשטייצעך אן רשות], געוויסע פלעגן גיין שפאצירן אויף די גאסן ארום, אדער צום פאליציי סטאנציע א גאס ארויף מיטצוהאלטן לייוו געקייטעלטע פארברעכער, אדער אין גוטע וועטער'ס שפילן באל"י ביי א שפיל-פלאץ, [ששש... די מנהל ווייסט נאך אלץ נישט דערפון, און אפילו אויב יא, איך בין סייווי נישט דארט געווען, (פארוואס ווען איינער באשרייבט זכרונות פון ישיבה -נישט קיין חילוק פון וועלכע- איז אייביג פארהאן איינרינגלען סימבאלן...?!)].

הכלל, זע איך יעצט דעם דאטום "יום א' וישלח", ווען איך האב זיך ארויסגעלאזט אויף א מיסיע צו דערשנאפן אביסעלע פרייע לופט, שפאציר איך מיר אזוי מיט נאך א סוויטע פון געציילטע כאלעטל טראגער, מען דרייט זיך איין ביים ווינקל פונעם גאס וואס טראגט אריין צום פארנומענעם 'אושען פארקוועי' און מען שפאצירט גאס נאך גאס דעבאטירנדיג על דא ועל הא, ווען אינמיטן באמערק איך אז ביי די זייט שלעפט זיך אדורך א נידריג געוואקסענע בערגל וואס די אינהאלט דערפון איז גיגאנטישע בלויע און דורכזיכטיגע קאמערציאלע מיסט זעקלעך, וואס מיט א גוטן בליק קען מען דערקענען אז עס ערהאלט אויך א וועגעלע, און א באהאנגענע שטאנג וואס איז פלאצירט איבער א כינעזער'ס האלז וואס איז כפליים גרעסער ווי זיין געוויקס.

איז מיר אריין עפעס א מחשבה'לע אין קאפ, אז אזא מענטש ברויך מען פארשטיין, וואס איז דאס זיך ארומוואלגערן קלייבן באטלעך, עפעס מוז זיך אים דאס לוינען, אפשר גאר איז דאס א 'האב"י'...?!, אדער קען מען מאכן פון דעם אומבאליפערטע באטל-קלייבער דזשאב א שיינע 'אפותיקי' וואס אנשים פשוטים פארזעען...?!
אלס א מענטש וואס גלייכט זייער צו 'עקספיריענס"ן' נייע אינטערסאנטע זאכן, האב איך נישט צו לאנג געדארפט ביי מיר אויס'פועל'ן אז מיינע פוס זאלן גענענען צו אים, נאר איך האב אים זאגאר א פרעג געטון: "יו-נאוי-ענגליש?".

"מי-נאוי-סטענט-ווערי-לארטש-אינגליש", זאגט ער צוריק, עדווערטייזנדיג גלייכצייטיג דערביי וויפיל קארן-ציינער ער פארמאגט.
"קען-איי-עסק-יו-סאמטונג?", פרעג איך אים, 'יא זיכער', איז געקומען זיין אנטווארט מיט א גרימאס וואס באדייט צו זאגן אז 'אה... ענדליך קומט שוין איינער רעדן צו מיר', אויב אזוי, אז דער איז אינטערעסירט אין געשפרעכן, טו איך אן די זעלבע פלאכע-פשטות-מאסקע וואס דער יענטע פון מיין לאקאלער שוהל פארמאגט, ווען ער גרובעלט גראד צום ציל, און שלאגט טיפע ווארצלען אזש ביז בלוט, (...נע כ'מיין משלים זענען גענצליך איבריג) און האט נישט קיין בלאסן אנונג פארוואס זיין תם'ישע בעקעלעך זענען עפעס נישט אזוי בא'חן'ט, און פארוואס ווען עס דאכט זיך איינעם אז מען גייט אים אדורך-שפאנען דאן הייבט זיך ספאנטאן אן א העפטיגן מורמלעריי מיט'ן וואלפעיפע"ר...

איז ער מיר מסביר אויף מיין אנפראגע אזוי: אין אן עווריטש-דעי מאכט מען ארום צוואנציג דאלער אין טאטעל, און אין א העכסט געלונגענער טאג, ד.מ. ווען מען שטייט אויף ספעציעל פרי נאך פאר די גארביטש טראק'ס זאלן קענען אנהייבן עובר זיין אויפ'ן "עני המהפך בחררה" דורכ'ן פארכאפן זיין רייכטום בפרהסיא שלא ביושר, און דאן ברויך מען אויך זיין גאנץ מזל'דיג צו אנטרעפן אונטער'ן בריק דעם אוצר וואס רופט זיך 'גרינע קע"ן' (לכאורה על שם דאס 'גרינ'ס' וואס די חברה זען דערפון) און ווען מען זעט דאס קאנע פול, מיינט דאס אז דער טאג האט געברענגט כאטש נאך פיר-אהאלב טאלער אויפ'ן ארענע.

שטיימער אזוי מיט אן אימיגראנט ביים ווינקל גאס אויף אושען פארקוועי און מ'מאכ'מער א חשבון ביינאזאם.
זיין דירה קאסט א מאנאט, 'ש'מער געדאכט' דריי גאנצע פעשע מאות...!
זיין פאליס"י לגבי עסן איז, אז ער עסט 'נאר' ווען ער איז אויסגעהונגערט און ממש נאר ווען ער האלט ביים אויסגיין, איין רגע... און דעמאלטס קויפט ער נאר פאר פינף דאלער 'אלטע בשר-טשיקען' ותו לא...!
און תכלית גערעדט, מאכט ער פראפי"ט פון די גאנצע ביזנעס דא, א קיימא-לן פון דעם ריזן אסטראנאמישער סומע [אין זיין שפראך] פון "פיר טויזענט ניקעל'ס...!", גאנצע צוויי 'בלויע', א חודש...!

טעכניש הייבן זאכן אן שטימען, אבער אויפן ביגער-פיקטשע"ר באפאלט מיר א נעפל, 'מאין באתה ולאן אתה הולך... אין איין ווארט "פארוואס"... וואס איז דיין ציל אין לעבן?, פשוט אדורך צו שמאכטן א פראסט לעבן כגלגל החוזר סטראג"לענדיג פאר'ן ניקעל..., דו טראכסט טאקע נישט קיין עתיד...?! כ'מיין... קאמאן-סענט"ס, וואדע-פלאן-דא...?
הערנדיג די שאלה איז געווארן א בחינה פון 'אור פניך', זיין פנים האט גענומען פינקלען מיט אן האפענונגס שיין, ערקלערנדיג מיר מיט אן ענטואיזם, אז ער פארמאגט גאר אין אן אנדער מדינה [געזאגט האט ער מיר דעמאלטס וועלכע, דאכט זיך אז איך האב אים אפילו איבערגעפרעגט אויך, נאר אז מען פארשרייבט זיך נישט געדענקט מען נישט] א משפחה מיט צוויי תינוקות וואס ער האט זיי שוין נישט געזען א קנאפע צוויי יאהר, (כ'האב געהאט יעצט א נסיון פון שרייבן זיבן יאהר אנשטאט צוויי, אבער ווילענדיג דאס האלטן אויטענטיש מפי השמועה ווי געשריבן אויבן, האלט איך זיך דעריבער איין).
"הער אויס", זאגט ער, "יעך גיימער איבערארבעטן די קומענדיגע פאר יאהר, זיך אפשפארן יעדעס איבריג דיים, בכדי יארן ארום ווען איך גיימער אומקערן צו מיין ארעם לענדל גיי איך לעבן א חיים טובים, "עס לוינט מיר די פלאגענישן יעצט, אבי ווען איך קום אהיים, בין איך עושר פון שטאט, מען קען ארויפקומען צו מיר פורים", ווערנדיג אליין איבערגענומען פון זיינע ווערטער געזעגנט ער זיך ווי צו זאגן 'יאלא ס'שפעט, געענדיגט מיט די פוילעצן לאמעך אריינכאפן, כ'האב דאך א טרוים...

וועלכע ווארט קען אויסטייטשן ווי אזוי איך האב דעמאלס געפילט, כ'בין פשוט געשטאנען פארגלאצט אין חלל, אזא פאוערפו"ל מעסעדזש גראד פון הימל, דער סטופי"ט טיפוש פון א גוי ארבעט אריין, פארוואס...? ווייל יאר'ן ארום גייט ער 'אפשר' הנאה האבן פון די פאר טאלער.
נ'וואו זעמער אונז, מה-דאך דער עקלהאפטיגער טשייניז\ספאניאלא ארבעט זיך איבער פאר א קורצטערמיניגער קליינטשיג פארדינסט'ל... קל וחומר אונז, וואס אפאר יאהר ארום באקומען מיר פאר יעדע מצוה ומצוה'לע א 'מאיאנטיק' א זיכערער באצאלדונג "עולם הבא", איז לאמיר אלעס אפלאזן און גיין 'כאפן', "נאך א באטעלע שכר, א קע"ן גמילות חסד, נאך א פלעסטיק-בע"ג תורה".

מ'כאפט כמעט א טשאוק - אבער כ'מיין דארט אונטען איז דא א קאוק.
ס'טאקע נישט איזי-פיקל - ס'מיינט אבער נאך א ניקל - א ווערטפולע ארטיקל.
אפילו אנדרויסן שוין פארטינקעלט - די פנים אבער שיינט און פינקעלט.
ווייל צוביסלעך ווערט א וועגעלע - א גרעסערן פארמעגעלע.

...לאמיר סטאפ"ן בלעבלען, און טאקע גיין טון צום זאך... אהה...מיין חברותה קאל"ט שוין... אקעי בא ביי...
לעצט פארראכטן דורך על פי פשטות אום דינסטאג מאי 21, 2024 11:20 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

זייער שטארק!

חומר למחשבה.

בד"וו, כ'האב דיך שוין געוואלט פרעגן צי דו ווילסט זיין מיין חברותא, זעעך צום סוף אז דו האסט שוין...נושוין...
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

זאלצמאן האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:35 pm
זייער שטארק!

חומר למחשבה.

בד"וו, כ'האב דיך שוין געוואלט פרעגן צי דו ווילסט זיין מיין חברותא, זעעך צום סוף אז דו האסט שוין...נושוין...
כ'זוך נאך טאקע א צווייטע חוזר חוזר חזרה חברותה פאר חומש רש''י פון פארטאגס...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
וויסנשאפטלער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:28 pm
לאקאציע:נישט ווייט

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסנשאפטלער »

פיין געשריבן!
ס'בענקט זיך אין ישיבה, וואס?..
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:20 pm
(כ'האב געהאט יעצט א נסיון פון שרייבן זיבן יאהר אנשטאט צוויי, אבער ווילענדיג דאס האלטן אויטענטיש מפי השמועה ווי געשריבן אויבן, האלט איך זיך דעריבער איין)
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

וויסנשאפטלער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 4:51 pm
פיין געשריבן!
ס'בענקט זיך אין ישיבה, וואס?..
ווענצעך צו וועלכן חלק... נו שוין..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
וויסנשאפטלער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:28 pm
לאקאציע:נישט ווייט

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסנשאפטלער »

על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 5:59 pm
וויסנשאפטלער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 4:51 pm
פיין געשריבן!
ס'בענקט זיך אין ישיבה, וואס?..
ווענצעך צו וועלכן חלק... נו שוין..
פארשטייט זיך מ'רעדט פון די חלק וואס איר האט געשריבן..
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

שיין געשריבן. ס'איז א עכטע מעשה?
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:03 pm
שיין געשריבן. ס'איז א עכטע מעשה?
שטייענדיג ביפארן 'חג השבועות' ווען מען ציילט די טעג דערהויבן צו ווערן, דערמאן איך מיר דעם פאלגנדע עפיזאד, וואס איז אן אמת'ע געשיכטע,נישט אז עס האט עפעס מעידזשא"ר פאסירט עס זאל קענען אנגערופן ווערן 'געשיכטע', אבער גענוג אז עס האט מיר געלערנט גאר אן אינטערסאנטע מוסר השכל אויף א קוריאזע אופן, וואס האט מיר דעמאלטס בשעת מעשה גאר שטארק אויפמערקזאם געמאכט, און מיר געלאזט אינפעקטירט פאר א לענגערע וויילע מיט א פאזעטיווע ענערגיש בליק אויף ארייצוכאפן ווי-מער ווערטפולע ארטיקלען אינעם צייטווייליגע קוישעלע, טראכט איך אז עס איז גאר פאסיג איצטערט פאר אזא יו"ט דאס צו שילדערן.
אויב דו האלסט אז דאס איז ליגנט, טראכסטו אז איך האב א פראבלעם צו שרייבן נאך א ליגנט?
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:06 pm

אבער ניין, יעדעס ווארט איז אמת ויציב!

מיינסט טאקע אז איך האב געליינט די גאנצע זאך?
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:17 pm
על פי פשטות האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:06 pm
געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:03 pm
שיין געשריבן. ס'איז א עכטע מעשה?
שטייענדיג ביפארן 'חג השבועות' ווען מען ציילט די טעג דערהויבן צו ווערן, דערמאן איך מיר דעם פאלגנדע עפיזאד, וואס איז אן אמת'ע געשיכטע,נישט אז עס האט עפעס מעידזשא"ר פאסירט עס זאל קענען אנגערופן ווערן 'געשיכטע', אבער גענוג אז עס האט מיר געלערנט גאר אן אינטערסאנטע מוסר השכל אויף א קוריאזע אופן, וואס האט מיר דעמאלטס בשעת מעשה גאר שטארק אויפמערקזאם געמאכט, און מיר געלאזט אינפעקטירט פאר א לענגערע וויילע מיט א פאזעטיווע ענערגיש בליק אויף ארייצוכאפן ווי-מער ווערטפולע ארטיקלען אינעם צייטווייליגע קוישעלע, טראכט איך אז עס איז גאר פאסיג איצטערט פאר אזא יו"ט דאס צו שילדערן.
אויב דו האלסט אז דאס איז ליגנט, טראכסטו אז איך האב א פראבלעם צו שרייבן נאך א ליגנט?
מיינסט טאקע אז איך האב געליינט די גאנצע זאך?
כהאדעך יא פארשטאנען אז דו האסט עס נישט גוט אדורך געליינט, ווייל ווען יא וואלסטו דאך געגאנגען טון עפעס זאכלעך..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

וואףףף.... שיינע ארטיקל. עמעזינג שרייבער. הייליגע מעסעדזש.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

זייער שיין, לכאורה לוינט זיך די ביזנעס ענדערש אין ארעגען אדער מישיגן ווי מען באקומט 10 צענט
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

ווייט פיש האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:08 pm
זייער שיין, לכאורה לוינט זיך די ביזנעס ענדערש אין ארעגען אדער מישיגן ווי מען באקומט 10 צענט
נו שוין.. גיי לערן מיט א גוי ביזנעס...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
שלמה חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2022 3:04 pm

Re: אינטערוויא: מיט'ן באטל קלייבער פון ב"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה חיים »

This was already in the moment
Truth without facts are just ideas ]
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: אינטערוויא: מיט'ן באטל קלייבער פון ב"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

גאנצע צוויי 'בלויע'... מה זה????

פיינע פעדער על פי פשטות. ישר כח!
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
אברך כולל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 11:52 am

Re: אינטערוויא: מיט'ן באטל קלייבער פון ב"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך כולל »

שטארקע מעסעדזש! זייער גוט געשריבן!
ישר כח!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אינטערוויא: מיט'ן באטל קלייבער פון ב"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קנאקעדיגע מעשה, קנאקעדיג באשריבן, ציפעדיגע מוסר השכל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער באטל קאלעקטע"ר - א געדאנק ערוועקט-ער...‎‎‎‎‎‎‎‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ווייט פיש האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:08 pm
זייער שיין, לכאורה לוינט זיך די ביזנעס ענדערש אין ארעגען אדער מישיגן ווי מען באקומט 10 צענט
אבער ווארשיינליך האט ער נישט דארט די כינעזער דירות... כ'האף אז דו פארשטייט ס'איז נישטא צו רענטן קיין דירות אין בארא פארק פאר דריי מאות, נאר די כינעזער קויפן אזא דרייסיג פאמיליעס אינאיינעם א הויז און יעדער באקומט א בעט... חוץ מחה איז ווארשיינליך נישט פארהאן דארט אזאנע מיסט ווארפערס ווי ניו יארקער...
אוועטאר
בן גלאדעש
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: אינטערוויא: מיט'ן באטל קלייבער פון ב"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

שלמה חיים האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:38 pm
This was already in the moment
גא"מ איך געדענק דעס און מאמענט מעגעזין
why drink and drive when you can smoke and fly

בן גלאדעש האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:06 am
שלמה חיים האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:38 pm
This was already in the moment
גא"מ איך געדענק דעס און מאמענט מעגעזין
און אויב געדענק איך גוט האט איינער געהאט טענות אז דו שרייבסט "עקלהאפטיגע גויים"....
why drink and drive when you can smoke and fly
שרויפל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 12:53 pm

Re: אינטערוויא: מיט'ן באטל קלייבער פון ב"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרויפל »

זייער שיין געשריבן.

א ספעציעלע לייק פאר די געשמאקע ענדינג...
די פאקט אז איך האב נישט גענטפערט מיינט נישט אז אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, עס מיינט אז איך קען מיך איינהאלטן.
כאפט דעם פערי פון גערי ביז בערי...
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: אינטערוויא: מיט'ן באטל קלייבער פון ב"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

עירמאנט'ער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:24 am
גאנצע צוויי 'בלויע'... מה זה????

פיינע פעדער על פי פשטות. ישר כח!
סידעך נאמאר גרין

שעקויך פאר'ן קאמפלעמענט..
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: אינטערוויא: מיט'ן באטל קלייבער פון ב"פ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

בן גלאדעש האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:11 am
בן גלאדעש האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:06 am
שלמה חיים האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:38 pm
This was already in the moment
גא"מ איך געדענק דעס און מאמענט מעגעזין
און אויב געדענק איך גוט האט איינער געהאט טענות אז דו שרייבסט "עקלהאפטיגע גויים"....
גערעכט, עס איז טאקע געליפטערט געווארן פאראיאר נאך שבעות אין מאמענטעלעך, און איך בין טאקע דערנאך פארבעטן געווארן צו אנהייבן שרייבן א וועכנטליכן קאלום וואס איך האב למעשה נישט אנגענומען.

און יעצט שטייענדיג נאכאמאל פאר'ן יו"ט האבעך מעך דערמאנט דערפון און ארויפגעשטעלט פאר'ן ברייטערן וועלט.
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”