רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א הייסע קאווע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע:מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)
פארבינד זיך:

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א הייסע קאווע »

יצחק אייזיק האט געשריבן: אינטערעסאנט, ווייל אין באדאראג קערעסטיר, א שטעטל אין אונגארן, איז שוין דא א מציבה מיט דעם נאמען.
נישט געוואוסט אז סאשעל מידיע האט אזא כוח...

;l;p-
בילד
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

באקומען פון א חבר.

ב'שייע בר'משה... אט די ווארט הערן מיר זייער אפט. ביי מאנכע קלינגט עס באנאזאם מיט א הויפן בקר.

אפגערעדט אז די וואך איז מותר כל מיני פרעסערייען, און ס'איז נאך על טהרת הקודש, לעילוי נשמת ר' שייעלע'ן. אנגעהויבן פון ליל שישי א וואך בעפארן יארצייט, ביז מלוה מלכה א וואך נאכן יארצייט, איז דא א גאר גרויסער ענין צו עסן און פרעסן. ס'שטייט דאך אזוי, ס'ווערט געברענגט פון די פריערדיגע דער הייליגער מנהג.

ביי אונז אין ביהמ"ד איז די וואך פארגעקומען א גאר הייליגער קידוש, מיט אלע פיטשעוועקעס, אזש ס'האט זיך געקענט דאכטן אז ר' ישעי'לע אליינס איז אראפגעקומען שעפן נחת.

תיכף נאך כתר האבן זיך די הכנות אנגעהויבן. די טישן ווערן ארומגעדרייט, דער בע"ת פרובירט איבערצושרייען די געהויבענע געמיטער, און עס פאנגן אן אריינצוקומען גאנצע טעצער. א גאנצע סעודה איז דארט סערווירט געווארן, אלעס אויסער שליסל חלה. הערינג פיש, אייער קיכל און טשולענט איז דאך א 'מוז'. דאן איז געווען אן אויסוואל פון פיל ערליי משקאות און ברוינפן למיניהם, דאס מערהייט - אגב - אן א פארלעסליכן הכשר. מזונות איז דאך אמאל געווען אן עיקר ביי א קידוש, וועט מען עס נישט אויסלאזן דא, הגם ווער ווארט דען אויף נארישע קאקאש ווען מ'ברענגט באלד אריין גאנצע שאכטלען בקר? אבער וואס טוט מען דען נישט פאר רעב שייעלע'נען. האט מען אויף איטליכע טיש געלייגט צוויי ערליי טעצער מזונות, פלאס א קאקאש באנט.

דאן האט זיך אנגעהויבן דער הערינג-אייער קיכל מערכה. אויף יעדן טיש איז געשטעלט געווארן א הויפן פון שאכטלעך הערינג. ארויפגעשטעלט איינס אויפ'ס צווייט, בכדי נישט אוועקצונעמען דאס דעזיגנירטע פלאץ פאר די בריסקעט וואס קומט באלד נאך... צווישן 7 און צעהן שאכטלעך פאר א טיש וואס זיצן דערויף פינעף אידן. און צוגאב האט מען אהערגעשטעלט צוויי קעסטעלעך אייער קיכל, לקיים מה שנאמר ומצות על מרורים יאכלוהו.

מ'האט אוודאי נישט פארגעסן פונעם סאודע באקס וואס מ'האט באשטעלט פאר שבת, און צו יעדע טישל איז דעליווערט געווארן 2-3 ערליי שיכטן אדער קרייזן.

דער בע"ת ענדיגט שוין באלד הויכע שמו"ע, ווען דער שלאנקער אינגערמאן - וואס א פישל הענגט אים נאך פונעם בארד - קומט אריין מיט צוויי באקסעס 'לעבער', פון דריי סארטן, און לייגט אראפ דערפון אויף אלע טישן, ווי אויך לייגט ער צו א קאנטעינער 'גאלע', זאל זיין...

איצטערט הייבן זיך אן די קוגלען. צו ערשט אוודאי נישט פארגעסן פון די טראדיציאנאלע קארטאפל און לאקשן קוגלען. דאן האט מען שפעציעל געבראכט 'צוויבל קוגל', בכדי צו מוצא זיין די סקווירא אידן, וואס קענען נישט מאכן דעם לאנגן וועג ביז אונזער שוהל. ווי אויך איז געווען א מאדנע געמיש פון 'פערפל קוגל', און א 'ריעל צ'למער קוגל' וואס דער טיילער האט מעיד געווען אז ס'ציפט כדבעי, 'עסט מיינען אז ס'איז קאכעדיג!' האט ער מיר מעיד געווען, 'כאפ עס אן מיט דיין האנט וועסטו זעהן אז ס'אפילו נישט אזוי הייס, מ'בריהט זיך אפ פון די ספייס' איז ער מסביר מיט גלאנצעדיגע אויגן.

די חברה דרייען זיך ארום צווישן די טישן, זיכערצומאכן אז קיינער פילט נישט איבער די טישן. מ'האט דאך ניטאמאל אנגעהויבן אריינצוברענגען. איך האב נאך עספיעט צו זעהן וויאזוי עס ווערט אריינגעברענגט אזאנע ספעציעלע 'קערעסטירע שיסלען' אנגעפילט מיט טשולענט (%90 פלייש), און עקסטער אזאנע האלטער'ס פאר די 'בריסקעט'. איך האב אפגעפוצט בעוד מועד, נישט וואוסענדיג וואס נאך צו ערווארטן היינט.

און איך מוז באטאנען אז טאקע בשעת מעשה איז פארגעקומען א מורא'דיגער מופת, א אפענע רמז פון רעב שייעלע'ן. ווי איך האב היינט געהערט פון א פריינט וואס האט ערשט-האנטיג באריכטעט, איז כמעט נישט איבערגעליבן קיין נותר פון דעם פרעס. כאטשיג ס'איז נישט געבליבן קיין גרויסער ציבור וואס זאל צוהעלפן פארניכטן די אלע מאכלים, האבן אבער די פאר מומחים מצליח געווען אריינצושליידערן א ריזיגע מערהייט אין זייערע געדערים, 'אז מ'פאקט מיט א סדר' האט זיך א גאר געשמאקער צדיק אנגערופן 'האט מען פלאץ' כי כי כי... און דאס איז דאך אוודאי נאר בזכות פון רעב שייעלע. סתם אזוי אינמיטן יאר וואלטן זיי ווען נישט מצליח געווען צו (מתקן) [מסכן] זיין אזויפיל מאכלים אויף אמאל. א אפענער מופת, בו ביום!

איך קלער אריין, וויאזוי האט אויסגעזעהן אויבן אין הימל אין די צייט וואס ס'איז פארגעקומען דעם הילכיגן געפרעס?

אלע צדיקי הדורות זיצן אין די היכלים אין גן עדן העליון, און זענען נהנה מזיו השכינה, ווען פלוצים הערט מען א הויכן אויסרוף: 'די נשמה פון הרה"ק ר' ישעי' בן ר' משה פון קערעסטיר, גייט יעצט ארויף צוויי עולמות העכער, ווייל זרח האט נארוואס געגעסן א ציפעדיגע קוגל לעילוי נשמתו!'. און ווער רעדט נאך ווען גרונם פארציקט א לעבעדיגע פלאנק? די נשמה האט דאן אן עליה פון פינעף אדער זעקס עולמות אויפאמאל!

צו ווייסט איר אז פאר א טשאקאלעט ראגעלע העכערט מען אים קוים א פערטל עולם? און פאר סטראפקאוו וואדקע קען מען אים נאך חלילה אראפרוקן א עולם... גלען 15 קען מען שוין רעדן עפעס! מ'טאר זיך נישט באגניגן מיט א קליינער לחיים ביים תיקון טישל, א שטיקעלע טשיז דעלקעלע און ספאנדש קעיק. ר' ישעי'לע וועט נאך האבן אן הקפדה אויף די וואס גיבן נישט אכטונג אויף זיין כבוד און רעכטן נישט אפ קיינע פרעסערייען כדבעי.

ווען אידן וואלטן געוואוסט וואס קומט פאר אויבן, וואלט מען געגעסן אזויפיל, נישט נאר די וואך פון ג' אייר, נאר א גאנץ יאר. אזש די גבאים אין ביהמ"ד וואלטן געמוזט פארדינגען דריי זיצן פער מענטש. אה, וואספארא נחת רוח וואלט פארגעקומען דאן אין הימל...

---

איז דען דאס געווען דער רצון פונעם הייליגן צדיק? ר' ישעי'לע האט געגעבן צו עסן פאר ארימע הונגעריגע אידן. און אויב מיר ווילן אים נאכטאן דארפן מיר טון גענוי דאס. עס איז היינט פארהאן א שפע פון ארגענאזאציע'ס, יעדער גראסערי מענעדשער קען אנצייגן אויף אקאונטס וואס קענען נוצן אפאר דאלער. דאס איז געווען ר' ישעי'לע!

אז דו ווילסט פרעסן, איך ווייס נישט אויב ס'איז אסור אדער מותר. גראדע אין די תורה הק' זעהט מען שוין רעדן דערפון, עי' ערך שלמים, עי' ערך סורר ומורה, און נאך. אבער ביטע. נעם ארויס דעם הייליגן צדיק'ס נאמען פון דיין בריסקעט-אנגעפילטען מויל. ש'כח.
איזי
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

געב איבער פארן חבר אז ער איז הייליג גערעכט מיט יעדעס ווארט!!

לייג צו אז ער האט א מאסיווע זאפטיגע שפראך!
--
אינעם אינטערוויו תתפ"ב וועט מען נאך צוברענגן דעם שטיקל אלס א פארלעסליכע מקור:....
איך קלער אריין, וויאזוי האט אויסגעזעהן אויבן אין הימל אין די צייט וואס ס'איז פארגעקומען דעם הילכיגן געפרעס?

אלע צדיקי הדורות זיצן אין די היכלים אין גן עדן העליון, און זענען נהנה מזיו השכינה, ווען פלוצים הערט מען א הויכן אויסרוף: 'די נשמה פון הרה"ק ר' ישעי' בן ר' משה פון קערעסטיר, גייט יעצט ארויף צוויי עולמות העכער, ווייל זרח האט נארוואס געגעסן א ציפעדיגע קוגל לעילוי נשמתו!'. און ווער רעדט נאך ווען גרונם פארציקט א לעבעדיגע פלאנק? די נשמה האט דאן אן עליה פון פינעף אדער זעקס עולמות אויפאמאל!

צו ווייסט איר אז פאר א טשאקאלעט ראגעלע העכערט מען אים קוים א פערטל עולם? און פאר סטראפקאוו וואדקע קען מען אים נאך חלילה אראפרוקן א עולם... גלען 15 קען מען שוין רעדן עפעס! מ'טאר זיך נישט באגניגן מיט א קליינער לחיים ביים תיקון טישל, א שטיקעלע טשיז דעלקעלע און ספאנדש קעיק. ר' ישעי'לע וועט נאך האבן אן הקפדה אויף די וואס גיבן נישט אכטונג אויף זיין כבוד און רעכטן נישט אפ קיינע פרעסערייען כדבעי.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

;l;p-פיינעלי צולייגט איינער אראפ די נארישע טרענד סטארטעד בערך 10 יאר צוריק און ס'ווערט ערגער פון יאר צו יאר

היינט אין דבר יום, צו ספאנסערן א יארצייט סעודה אין ארץ ישראל...[זיי דארפן אויך מקיים זיין די גרויסע מצוה]
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

טראבל מעיקער האט געשריבן: באקומען פון א חבר.

זייער שיין געשריבן.

איך קען גוט ווערן מיט דיין חבר?:roll:
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן: באקומען פון א חבר.

זייער שיין געשריבן.

איך קען גוט ווערן מיט דיין חבר?:roll:

וואס, די האסט נישט ליב קיין אכילה?
איזי
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

באקומען פון א באקאנטן כהאי לישנא:

בין אין איך געווען דעם שבת שעעל״ט ביי תורתך שעשועי אין קאנעקטיקוט.

דארט זענען געווען עטליכע תלמידי חכמים גאונים ש״ס אידן פון ארץ ישראל אלץ געסט און אויך דער בארימטער מחנך ר׳ משה בראווערמאן.

מה אומר ואדבר, זיי האבן נאר געוואוסט צו זאגן אז די אמעריקאנער אידן פון די חבורה קענען נאך לערנען גמרא אין די פארפרעסענע אמעריקע - ״עמא ריקא -

און אז דאהי איז נאר מ׳ליגט אין אכילה - מ׳איז א שטיק גשם.
און יעדער איז נאר פארנומען איבער שטייגן דעם אנדערן מיט לוקסוס, זומער הייזער, רייכע נסיעות און אכילה.

גלייבט מיר - זיי האבן מיר אוועקגענומען דעם גאנצן אפעטיט. כ׳האס זיך געשפירט ווי א שטיק בשר בחלב.״

כאטש דער בילד איז נישט ריכטיג. אבער אזא נאמען האמיר ליידער באקומען.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

"קלארמאכונג"
צו אלע חשובע אוכלים, די פראבלעם איז נישט די פרעס ס'אפילו נישט קיין עבירה , נאר דאס אז מ'שמירט עס ארויף אויפן צדיק.
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm

#_דא_דארף_מען_טראכטן
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

מיניטשער וועלט האט געשריבן: "קלארמאכונג"
צו אלע חשובע אוכלים, די פראבלעם איז נישט די פרעס ס'אפילו נישט קיין עבירה , נאר דאס אז מ'שמירט עס ארויף אויפן צדיק.

ודלא כהרמב“ן בפרשתן על פסוק קדושים תהיו ודלא כהמחבר בסימן רל“א
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

התחברות האט געשריבן: כאטש דער בילד איז נישט ריכטיג. אבער אזא נאמען האמיר ליידער באקומען.

און ווען נישט רבי ישעי'לע וואלטן מיר היינט אלע געווען קדושים וטהורים. ממש א שאד...

ארויפשמירן די פראבלעמען פון דור אויפ'ן צדיק, איז נאך אסאך ערגער ווי ארויפשמירן די ברייטע סעודות אויפ'ן צדיק...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
פרעג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 11:43 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
התחברות האט געשריבן: כאטש דער בילד איז נישט ריכטיג. אבער אזא נאמען האמיר ליידער באקומען.

און ווען נישט רבי ישעי'לע וואלטן מיר היינט אלע געווען קדושים וטהורים. ממש א שאד...

ארויפשמירן די פראבלעמען פון דור אויפ'ן צדיק, איז נאך אסאך ערגער ווי ארויפשמירן די ברייטע סעודות אויפ'ן צדיק...

@יצחק אייזיק, האסט נישט פארשטאנען. ער האט געשריבן מענין לענין, בכלליות'דיג, נישט וועגן ג' אייר.
@התחברות, דער נאמען האבן מיר נישט באקומען אומזוסט...
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

א וויכטיגע מודעה צו אלע אנטיס:
חברה ווען עטס קומטס אן מארגן צופרי אין ביהמ''ד גייט עטס זען אנגעגרייט א סעודה שלמה בשעתו זאלטס עטס וויסן אז ס'איז אסור בהנאה , די שמעק גייט אריינוואנדערן אין ענקער נאז אריין אבער עטס טארטס נישט אינזין האבן פאר די הנאה . יעצט, פארן דאווענען ווען איר גייט אריינשפאצירן אין קאווע צימער גייט זיין א אויסוואל פון העזל נאט, פרענטש בלענד ,קאפעטשינא, פרעפעטשינא, ווענילא, האט טשאקלעד, יעצט חוץ וואס ס'איז נישט אזוי אויסגעהאלטן צו טרינקען די אלע זאכן פארן דאווענען , געדענק וואס עטס האטס נעכטן געשריבן אויפן וועלטל . ס'האט נישט מיט ר' ישעי'לע , ס'בלויז געמאכט פאר די רעבתנים. א גוטן אפעטיט !
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm

#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17921
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מיניטשער וועלט האט געשריבן: א וויכטיגע מודעה צו אלע אנטיס:
חברה ווען עטס קומטס אן מארגן צופרי אין ביהמ''ד גייט עטס זען אנגעגרייט א סעודה שלמה בשעתו זאלטס עטס וויסן אז ס'איז אסור בהנאה , די שמעק גייט אריינוואנדערן אין ענקער נאז אריין אבער עטס טארטס נישט אינזין האבן פאר די הנאה . יעצט, פארן דאווענען ווען איר גייט אריינשפאצירן אין קאווע צימער גייט זיין א אויסוואל פון העזל נאט, פרענטש בלענד ,קאפעטשינא, פרעפעטשינא, ווענילא, האט טשאקלעד, יעצט חוץ וואס ס'איז נישט אזוי אויסגעהאלטן צו טרינקען די אלע זאכן פארן דאווענען , געדענק וואס עטס האטס נעכטן געשריבן אויפן וועלטל . ס'האט נישט מיט ר' ישעי'לע , ס'בלויז געמאכט פאר די רעבתנים. א גוטן אפעטיט !

די אנטי וואס?
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:

נישט געטראפן די ריכטיגע אויסדריק
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm

#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

: :
מיניטשער וועלט האט געשריבן: :
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
מיניטשער וועלט האט געשריבן: א וויכטיגע מודעה צו אלע אנטיס:
חברה ווען עטס קומטס אן מארגן צופרי אין ביהמ''ד גייט עטס זען אנגעגרייט א סעודה שלמה בשעתו זאלטס עטס וויסן אז ס'איז אסור בהנאה , די שמעק גייט אריינוואנדערן אין ענקער נאז אריין אבער עטס טארטס נישט אינזין האבן פאר די הנאה . יעצט, פארן דאווענען ווען איר גייט אריינשפאצירן אין קאווע צימער גייט זיין א אויסוואל פון העזל נאט, פרענטש בלענד ,קאפעטשינא, פרעפעטשינא, ווענילא, האט טשאקלעד, יעצט חוץ וואס ס'איז נישט אזוי אויסגעהאלטן צו טרינקען די אלע זאכן פארן דאווענען , געדענק וואס עטס האטס נעכטן געשריבן אויפן וועלטל . ס'האט נישט מיט ר' ישעי'לע , ס'בלויז געמאכט פאר די רעבתנים. א גוטן אפעטיט !

די אנטי וואס?

נישט געטראפן די ריכטיגע אויסדריק

However , ביטע נישט נעמען ערענסט, א דאנק.
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm

#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
מיניטשער וועלט האט געשריבן: א וויכטיגע מודעה צו אלע אנטיס:
חברה ווען עטס קומטס אן מארגן צופרי אין ביהמ''ד גייט עטס זען אנגעגרייט א סעודה שלמה בשעתו זאלטס עטס וויסן אז ס'איז אסור בהנאה , די שמעק גייט אריינוואנדערן אין ענקער נאז אריין אבער עטס טארטס נישט אינזין האבן פאר די הנאה . יעצט, פארן דאווענען ווען איר גייט אריינשפאצירן אין קאווע צימער גייט זיין א אויסוואל פון העזל נאט, פרענטש בלענד ,קאפעטשינא, פרעפעטשינא, ווענילא, האט טשאקלעד, יעצט חוץ וואס ס'איז נישט אזוי אויסגעהאלטן צו טרינקען די אלע זאכן פארן דאווענען , געדענק וואס עטס האטס נעכטן געשריבן אויפן וועלטל . ס'האט נישט מיט ר' ישעי'לע , ס'בלויז געמאכט פאר די רעבתנים. א גוטן אפעטיט !

די אנטי וואס?

ער מיינט דעי חברה וואס רייסן אים אראפ די פרישטאג דא..
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

מיניטשער וועלט האט געשריבן: א וויכטיגע מודעה צו אלע אנטיס:
חברה ווען עטס קומטס אן מארגן צופרי אין ביהמ''ד גייט עטס זען אנגעגרייט א סעודה שלמה בשעתו זאלטס עטס וויסן אז ס'איז אסור בהנאה , די שמעק גייט אריינוואנדערן אין ענקער נאז אריין אבער עטס טארטס נישט אינזין האבן פאר די הנאה . יעצט, פארן דאווענען ווען איר גייט אריינשפאצירן אין קאווע צימער גייט זיין א אויסוואל פון העזל נאט, פרענטש בלענד ,קאפעטשינא, פרעפעטשינא, ווענילא, האט טשאקלעד, יעצט חוץ וואס ס'איז נישט אזוי אויסגעהאלטן צו טרינקען די אלע זאכן פארן דאווענען , געדענק וואס עטס האטס נעכטן געשריבן אויפן וועלטל . ס'האט נישט מיט ר' ישעי'לע , ס'בלויז געמאכט פאר די רעבתנים. א גוטן אפעטיט !

;l;p-
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

ס'איז דא א רמז די וואך אויף אכילה אום ג' באייר.

"ואם האכל יאכל ביום השלישי".

ג' אייר קומט אלעמאל אויס אין די וואך, וואו עס שטייט די דאזיגע פסוק.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

חסדי אבות האט געשריבן: ס'איז דא א רמז די וואך אויף אכילה אום ג' באייר.

"ואם האכל יאכל ביום השלישי".

ג' אייר קומט אלעמאל אויס אין די וואך, וואו עס שטייט די דאזיגע פסוק.

א שיינע רמז, אבער נישט אלעמאל איז עס קדושים, נאר בערך יעדע צווייטע יאר
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
ידעתי
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

ווי זאגט יענער, ביזט נישט גראב וועגן אייער מיט שמאלץ פסח, ביזט שוין געווען גראב טבת.
די שווהל ברויך א תיקון נאך פאר די קידוש זעהט אויס.
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע:אויפן שעלף אין גראסערי

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ירא שמים יוצא ידי שמים.
מ'עסט א חתיכת בשר הראויה להתכבד, אבער ווען די פלייש איז נאך בין שיניו פארגעסט ער נישט צו איבערלאזן א טיפע גלות'דיגע קרעכץ אויף די נייע שייע בערמוישע מאדע
אזוי כאפט מען אריין ביידע וועלטן. מער א תורה'דיגע בעל הבית
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

צק
כ'וויס נישט כ'האלט נאך פארן דאווענען...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3476
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

די ווייסט נישט א מצות עשה איז דוחה א לא עשה
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

רבותי פליז סטאפ נאן-סענס, יעדער ווייסט אז א תיקון/לחיים/יארצייט סעודה וכד׳ איז געווען אלעמאל א גרויסע ענין ביי חסידישע אידן, חוץ מזה איז דא אן עקסטערע ענין פון הדבק במידותיו, און אז דו הערסט אז אפאר קלים ורקים שפילן גיטאר ביי סליחות, איז זוין גאנץ סליחות איין שטיק קומזיצעריי?
נאך א זאך וואס דער צדיק וקדוש האט זיך מוסר נפש געווען איז ליב האבן יעדןאיד, באשר הוא שם
@בן מזל האט געברענגט פריער אין וואך א שיינע מעשה דערוועגן,
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: רבי ישעי' ב"ר משה - איז דאס נישט איבערגעטריבן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

גיבטס עס אביסל צייט, סיז'א דורכגאנג.
צען יאר ארום העט מען זיך נישט גלייבן אז מען האט זויפיל געפרעסן דעם דריטן אין אייר.
ס'איז א מאדע אוואו אלעס. מה שיעשה הזמן לא יעשה השכל.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”