סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

אקעי אקעי, שריי נישט!! בארואיג דיר! לאז מיר קומען צום ווארט, געב א מינוט!

וואס איז דאס די סטאק מארקעט?

א פלאץ וואו עס קומען זיך צוזאם א כאפטע נערוון קראנקע מענטשן בעיקר, און אויך א ענגע צאל כיטרע מענטשן, און מען מאכט שאבעס אינאיינעם!!! איז לאמיר אראפלייגן וויאזוי די שאבעס קוקט אויס.

וויאזוי טוהן זיי ביזנעס?

געדענקסט אין חדר ווען מען פלעגט שפילן ביזנעס קארד'ס? וויפיל האט געקאסט א בליטשקעדיגע? און די ירושלים קאר סערוויס ביזנעס קארד? ווער האט באשלאסן די ווערד דערפון? געווענליך די כיטרע חברה! און ווער האט געמאכט די מערסטע פלעי מאני? געווענליך די מערסטע כיטרע גנב! עס האט געקענט קומען א אינגל אין חדר און אנהויבן מיט בלויז א ריסעס פעקל און באקומען א ביזנעס קארטל פארדעם, אויב איז ער געווען א גענוג כיטרע אינגל האט ער געקענט האלטן א חודש שפעטער מיט א גאנצע באקס פלעי מאני אין זיין באזיץ! איי איז געווען צייטן אמאל! נישט אומזינסט פלעגט מיין רבי זאגן וועסט דיך נאך בענקן צו די קינדערישע יאר'ן.

איין קנאקעדיגע ביזנעס איידיע איז געווען צו מאכן גורלות אויף א ביזנעס קארד, אדער אויף פלעי מאני, בסך הכל האסטו געדארפט צוזאם שלעפן עטליכע בהמות וואס האבן זיך געלאזט, אויב איז מען געווען א געלונגענע באנדיט האט מען איינגעשפאנט אגענטן וואס האבן ארויסגעהאלפן אין די אקציע, און מען האט געהאנגען צעטליך עס קומט פאר א הגרלה אויף 1,000,000 דאללער פלעי מאני, אדער אויף א בלויע בליטשקעדיגע ביזנעס קארטל, און די שעפעלעך זענען געקומען צו גיין און זיי האבן געקויפט גורלות, און אונזער מחותן האט אנגעפילט די טאשן.

איצטערט צוריק צו די מארקעט!
יעדע קאמפעני וואס גייט פובליק, לייגט ארויס א געוויסע סכום פון שעיר'ס אויף די מארקעט, וואס מיט דעם קענסטו האבן די זכות פון האלטן א שעיר אין די קאמפעני, אויב איז עס א דיווידענד שעיר, קענסטו באקומען דיווידענד'ס יעדע יאר, אבער רוב קאמפעני'ס געבן נישט קיין דיווידענד, איז בסך הכל האלטסטו לופט ביי דיר אין טאש, און כדי דיר צו מאכן שפירן וואו דו האסט א ווארט אין די קאמפעני, געבט מען דיר א רעכט צו שטימען, אבער לאמיר קלאר מאכן איין וויכטיגע נקודה, אויב די קאמפעני גייט באנקראט האסטו ביי דיר $0
ווידער אויב די קאמפאני פארקויפט זיך פאר טריליאנען דאללער, האסטו ביי דיר שעיר'ס! גארנישט האט זיך נישט געטוישט! נאכמער, אויב די קאמפעני באשליסט צו פארקויפן מער שעיר'ס אין די מארקעט דאס הייסט א פובליק אפפערינג, דעמאלט'ס ווערט דיין זכות אין די קאמפעני פארמינערט צו א קלענערע פראצענט.

די מאדנע באשעפענישן אין די מארקעט!
עס איז דא דריי מינע באשעפענישן אין די סטאק מארקעט, דער וואס האט דיר געזאגט עס איז נאר דא צוויי דער איז פון די כיטרע חברה, הער אים נישט אויס, אט זענען די דריי באשעפענישן.
* די בער'ן
* די בול'ס (אקסן)
* די שעפעלעך.

איז אזוי, די בער'ן זענען די כיטרע חברה וואס שארט'ן די מארקעט, און געווענליך ווען זיי זענען גוט, מאכן זיי שיין געלט, די בול'ס זענען די כיטרע חברה וואס גייען לאנג אין די מארקעט, און געווענליך זענען זיי גאר גוט און מאכן אסאך געלט, נאכדעם זענען דא די שעפעלעך אין די מארקעט, דאס זענען די נערוון קראנקע מענטשן וואס טאנצן נאך די בער'ן אדער די בול'ס, און זיי מיינען נעבעך אז זיי זענען אויך בער'ן אדער בול'ס, זיי רעדן צו זייערע חברים מיט א געשמאק וואס פלוני אלמוני (גראדע פון די כיטרע חברה) האט געזאגט היינט אין די נייעס, און ער ווערט צוריסן און צופליקט, די כיטרע חברה מאכן א פיינעם סעודה פון די משוגעים!

יעצט לאמיר אריבערגיין צום שאבעס וואס ווערט געפראוועט ע''פ רוב דורך נערוון קראנקע מענטשן מיט עטליכע גאר כיטרע גנבים. ביי די שאבעסדיגע צוזאמקום איז דא אונזערע דריי מחותנים, די בער'ן, די בול'ס מיט די שעפעלעך.


ווער באשליסט די פרייז און ווערט פון א שעיר?
די תירוץ איז ע''פ רוב איז עס די כיטרע חברה צוזאמען מיט די נערוון קראנקע מענטשן.

ערב שאבעס עפענט זיך א קאמפעני וואס לאמיר זאגן עס רופט זיך מאניש! ער לייגט ארויס לאמיר זאגן 100,000 שעיר'ס פון זיין קאמפעני, כעת איז עס ווערט $0 ווילאנג קיינער דארף עס נישט איז עס גארנישט ווערט, יעצט דארף מאניש קאנווינסן מענטשן זאלן קויפן זיינע שעיר'ס, און מאכן אז זיינע שעיר'ס זאלן זיין ווערט, וויאזוי טוט מען דאס?

פאר שאבעס קויפן די כיטרע חברה די שעיר'ס פאר שפאט ביליג, און דערנאך זעצן זיי זיך צו די פרייטאג צונאכט'ס סעודה צוזאמען מיט די משוגעים, מען נעמט אויף א קאמפעני וואס האט פארבינדונגען מיט פי אר חברה, און מען הייבט אן דעם שווינדל, מען רעדט איין בובקעס אויף די נייעס סטאנציע'ס, האלבע ליגענט'ס מיט גאנצע ליגענט'ס, מען לייגט ארויס רעפארט'ס און מען מאכט עס גוט, און דערנאך העלפן די כיטרע חברה פאמפען די סטאק, זיי שיקן אנאליסטן, שיקן ארום אימעיל'ס, סאשעל מידיע מעסעדזשעס וכו' וכו', מען דעבאטירט ווי גוט דאס איז, און די שעפעלעך מיט די ציגעלעך קומען צו גיין, און זיי פאקן אריין זייער גאנצע אייגענטום אריין אין די מויל פון די לייבן, פארשטייט זיך וואו מער שעפעלעך עס קומען אלץ העכער טראגט עס ארויף די פרייז בבחינת סופליי און דימענד, און די דאזיגע וויכטיגע מינוט'ן הייבן די כיטרע גנבים אן צו פארקויפן זייערע שעיר'ס, זיי פארקויפן א גרויס חלק וואס דאס נעמט אריין די קרן און אביסל ריוח, זיי ווערן זאט פון די סעודה פרייטאג צונאכט'ס, בו בזמן וואס זיי לאזן די בהמות זיך אויפשטעלן רעדן און געבן שטורעמישע רעדע'ס וואסערע גוטע געשעפט זיי האבן געמאכט און זיי ברענגען אריין נאך קוהן אינעם געשעפט אזוי אז די כיטרע חברה קענען ארויסגיין מיט די מאקסימום ריוח ביי די סעודה פרייטאג צונאכט'ס, און נע זיי פארקויפן נאכנישט דאס גאנצע, מען דארף דאך עסן דריי סעודות שאבעס, איז דאס איבעריגע לאזן זיי פאר די קומענדיגע חלק אין די גניבה.

עס קומט נאך די ערשטע סעודה, די כיטרע חברה זענען פיין זאט, און זיי נעמען ארויס שארט'ס אקעגן די שעיר, וואס טראגט געוועליך אראפ די פרייז, די שעפעלעך זעהן צופרי אוי די פרייז פאלט, זיי פאלן אריין אין א פאניק, די כיטרע חברה הייבן אן צו פארקויפן נאך פון זייערע שעיר'ס אויף זייער א סיסטעמאטישע וועג עס זאל אראפברענגען די פרייז נאך שטערקער, איצטער שטעלט זיך אויף איינער פון די כיטרע חברה פאר קריאת התורה און האלט א שפאנענדע דרשה אז די סטאק לוינט זיך נישט צו האלטן, דאס גייט טראסקענען אין די אדמה אריין, דא קומען די נערוון קראנקע מענטשן צו הילף, זיי כאפן א נערוון אטאקע, און פארקויפן שנעל זייערע שעיר'ס מיט א פארלוסט, וואס דאס ברענגט אראפ די פרייז נאכמער, איצטערט הייבן די כיטרע חברה אן צו קאווערן זייערע שארט'ס מיט גרויסע פראפיטן, זיי מאכן יעצט די שאבעס צופרי סעודה, מען סערווירט פאר זיי פרישע אפגעשחטענע שעפעלעך, און כדי צו זיכער מאכן אז די קאמפויט איז אויך נישט אוועקצומאכן זיי ווילן דאך מאכן די מאקסימום פראפיט, זוכן זיי אז די שעיר זאל ווערט זיין ווי ווייניגער אזוי קענען זיי קאווערן פאר שפאט ביליג, דא קומען די שעפעלעך נאכאמאל אריין אין בילד, די כיטרע חברה האבן גוט אנגעדרייט די עערוון קראנקע מענטשן, און יעצט פארט שוין די טרעין כמעט פון זיך אליין, מען שטעלט אויף נאך אפאר אקסן וואס געבן זייער איינציג'ס דרשה ביי די סעודה אז די סטאק גייט גארנישט ווערט זיין, און די שעפעלעך וואס שפילן יעצט אז זיי זענען בער'ן קומען צו גיין און נעמען ארויס פוט'ס אויף די שעיר וואס ברענגט אראפ די פרייז, און בו בזמן קאווערן די כיטרע חברה זייערע שעיר'ס פאר שפאט ביליג, און ווען זיי זענען פארטיג, בלייבט שוין נישט ווער עס זאל אראפברענגען די פרייז, די כיטרע חברה זענען פיין אנגעזעטיגט, און די שעפעלעך וואס האבן געקויפט די פוט'ס גייען דארפן קאווערן און דערלייגן זייער געלט, און די כיטרע חברה לאכן א גוט'ס פון די נערוון קראנקע מענטשן.

ס'איז דא וואס נעמען די געים ווייטער צו שלש סעודות און מלוה מלכה, און אלעס גייט בבחינת כדלהלן,
סוף פסוק פון דעם מאניש סטאק, די כיטרע חברה צוזאמען מיט די נערוון קראנקע שעפעלעך האבן ארויפגעטראגן די פרייז ווען די כיטרע חברה האבן געוואלט, און די כיטרע חברה צוזאמען מיט די נערוון קראנקע שעפעלעך האבן אראפגעטראגן די פרייז ווען די כיטרע חברה האבן געוואלט.

און יעצט לאמיר זעהן ווער האט געמאכט און דערלייגט, די עכטע בער'ן האבן געמאכט שיין געלט, די עכטע בול'ס האבן געמאכט שיין געלט, און די שעפעלעך די אייגערעדטע בער'ן און בול'ס האט מען אפגעשחט'ן פאר א קרבן פסח!

גוט שאבעס!

פארזעצונג קומט אי''ה.


דיסקלעימער: די שרייבער פון די שורות האט שעיר'ס אין די מאניש קאמפעני, גארנישט וואס איז געשריבן דא איז פינאנציעלע עדווייס, אינוועסט מיט די אייגענע פערדישע טאלאנטן.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אוי איז דאס א גוטס. ווי אויך אמת.
האסט מיך מחי' געווען. ישר כח.
שרייב מער אפט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

אוי ביזטו גוט!!!
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ 2 »

זייער גוט ארויסגעברענגט
לעצט פארראכטן דורך טאנץ 2 אום דינסטאג יולי 06, 2021 9:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

פיין צאמגעלאכט!!

גיי מיר אינוועסטן אין דעם מאניש בול
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

חחח

זייער גוט. דאס איז די געים סטאפ מעשה. נישט פונקט אזוי איז אין אלגעמיין, אבער דיין שפראך איז צוקאש.

אפיציעל מיין איך אז אין פאל פון באנקראט קען מען אפיציעל יא באקומען, נאר די אנדערע קרעדיטערס זענען פארדעם. און פארשטייט זיך ס'בלייבט שוין גארנישט איבער. אזוי מיין איך.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

שעפעלעך, קיהעלעך, ציגעלעך, לעמעלעך….
אקעי. כ׳הער!

אני הקטן - נערוון קראנקער - האב געקויפט 50 אלפים טעסלא שעירס 10 יאר ציריק
וואס בין איך?
א בול, א בער, אדער א קיה?

יעצט לאך!
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3472
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

צ/ק
ס'פיינער אשכול דאס
-
מיינע דריי צענט:
טויש אביסל די ווערטער אין מקען זאגן דאס זעלביגע אויף כמעט יעדע ביזנעס צ.ב.ש.: עמעזאן וכ'ו
דוק ותשכח.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

מצלמה האט געשריבן: שעפעלעך, קיהעלעך, ציגעלעך, לעמעלעך….
אקעי. כ׳הער!

אני הקטן - נערוון קראנקער - האב געקויפט 50 אלפים טעסלא שעירס 10 יאר ציריק
וואס בין איך?
א בול, א בער, אדער א קיה?

יעצט לאך!


א ליגענער!

נישט אז עס קען נישט זיין אזעלכע, נאר עס איז כמעט נישט דא
אוועטאר
בייגעלע
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 3:53 am

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בייגעלע »

גוט גוט...
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3472
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

מצלמה האט געשריבן: שעפעלעך, קיהעלעך, ציגעלעך, לעמעלעך….
אקעי. כ׳הער!

אני הקטן - נערוון קראנקער - האב געקויפט 50 אלפים טעסלא שעירס 10 יאר ציריק
וואס בין איך?
א בול, א בער, אדער א קיה?

יעצט לאך!

ביסטי יעצט ווערט א קארגע צוויי רעדלעך
נישט שלעכט
-
מעשר האסטי שוין געגעבן?
-
יעצט זעה איך אין א שכינותדיגער אשכול אז עפעס איז נישט מסודר מיט אייער קאלקולעיטאר.
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7560
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

;l;p-גוט
(וואס איז פשט פון דיין אינטערשריפט?)
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

רעים האט געשריבן: ;l;p- גוט
(וואס איז פשט פון דיין אינטערשריפט?)


איך האף בקרוב צו שרייבן דערוועגן, ס'איז עמוק עמוק, און ממש נאר פאר יחידי סגולה, ווייסט דאך די דאזיגע זאכן לערנט מען נאר ביחיד.
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די שפראך, יויש..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

צוריק צו אונזער שאבעס התוועדות וואס ווערט אנגעפירט דורך עטליכע געריבענע כיטרע גנבים, און בהשתתפות רבבות אלפי צאן לטבח יובל.

וואס איז די ענדזשין פון די מארקעט?

אויב זאל די מארקעט נישט האבן קיין נערוון קראנקע מענטשן וואס פאלן אריין אין א פאניק און פארקויפן מיט העווי פארלוסטן, וואלט סטאק'ס אלעמאל געבליבן די זעלבע פרייז נוסח געימסטאפ.

איז לאמיר אביסל פארשטיין קלארער, אויב פרייטאג צונאכט באשליסן אלע נערוון קראנקע מענטשן אז יעבור עלי מה, מיר גייען נישט קויפן די מאניש סטאק ווייל עס איז ווערט זילטש! און קיינער קויפט טאקע נישט, דאן בלייבן די כיטרע חברה איבער מיט א גאנצע זאק פאפיטוס שאלאכטץ, איך מיין מאניש סטאקס סארי מיי מיסטעיק, און זיי קענען עס האלטן ווילאנג זייער באבע וויל, זיי מוזן צוקומען צו די משוגעים וואס זאלן אריינלייגן זייער געלט כדי זיי זאלן מאכן געלט.

די זעלבע וועט זיין פארקערט, אויב שאבעס צופרי נאכדעם וואס די כיטרע חברה האבן געשארט די סטאק, און מען זעהט אויש ס'פאלט! ער טראסקעט, און די כאפטע משוגעים באשליסן אינאיינעם, לא!!!! מיר פארקויפן נישט! מיר האבן דיימאנד הענט!! (יע, ווען א איד קומט דיר זאגן אין שול אז ער האט הענט פון דיימאנטן, וואס איז ער?) מיר גייען נישט פארקויפן! מיר האלטן, און די מער געריבענע שרייען קויף די דיפ! דאן ווען עס קומט די זמן הפרעון פאר די געריבענע גנבים וואס האבן געשארט, און זיי מוזן יעצט קאווערן, הייבט אן ווערן יו''ט, ספעציעל אויב קיינער געבט נישט אויף זייער פאזיציע, און די חברה דארפן יעצט צוריקקויפן פאר גאר טייער געלט און די סטאק גייט ארויף אין הימל אריין, נוסח געימסטאפ! דאס מיינט אז די חברה מוזן צוקומען צו די משוגעים כדי זיי זאלן מאכן געלט אפילו אויף אראפ! און אויב פייפן די משוגעים אריין אין די חברה, דאן באשטייט די שאבעס התוועדות פון א כאפטע כיטרע חברה און עטליכע נערוון קראנקע מענטשן.

ו ואס טוט זיך אויב קיינער פארקויפט נישט?

וואס הייסט קיינער פארקויפט נישט, נישטא אזא זאך! אויב די סטאק האט א פרייז איז עס ווייל איינער פארקויפט עס פאר די פרייז, אןיב קיינער פארקויפט טאקע נישט דעמאלטס האט נישט די סטאק א פרייז! נאר פאר די נערוון קראנקע חברה רעדט מען איין אז קיינער פארקויפט נישט, און זיי זאלן בלייבן מיט זייער רענצל פאפיטוס אין האנט, און זיך ארומדרייען מיט דיימאנטן. און די געריבענע חברה פארקויפן אין די מאסן פאר גאר טייערע פרייזן ווייל זיי ווייסן אז זייערע פערדן האלטן שטארק אן זייערע פאפיטוס במילא קענען זיי בעטן טייער, און עולם גולם זעהט קוק עס גייט ארויף די פרייז, לאמיך שוין כאפן נאך ווייל עס גייט גיין נאך העכער, ווייטער די נערוון צושפילן אים, און ער בלייבט צום סוף מיט א זאק פאפיטוס וואס ער וועט קענען אויסטיילן ביי זיין אייניקל'ס חתונה מערצעשעם!

נקוט כלל זה בידך, יעדע סטאק וואס האט א פרייז אויף די מארקעט, האט א מוכר מיט א קונה, אז נישט איז נישטא קיין טרעיד! און אויב האלטסטו אנדערש דאן ווארשיינליך נעמסטו יעצט אנטייל ביי איינע פון די שאבעס התוועדות'ער! לייג אוועק דיינע פאפיטוס, ס'וועט דיר נאך צוניצקומען!

וויאזוי איז נאך דא געלט אין די מארקעט נאך אזא שאבעס התוועדות?


די תירוץ איז די נערוון קראנקע גייען צוריק ארבייטן, זאמלען אן געלט פון זייער פעיטשעק, ביז א חבר זייערע שיקט זיי א הזמנה פאר די נעקסטע שאבעס התוועדות, און ער קענענדיג זיין חבר פון ס'מעדרעש אלץ א שטארקע זאך קענער, און ער טאנצט אריין דערין מיט'ן פולן אייפער, און ער קומט צוריק פונעם שאבעס התוועדות מיט נאך א זאק פאפיטוס אדער דאס אויך נישט! צומאל קומט די גאווערמענט צוהילף און דעמאלטס איז עס א שאבעס ברבבותינו, אזא שאבעס גייט אריין אין די ביכער, איז לאמיר אראפלייגן וויאזוי אזא שאבעס מיט די גאווערמענט גייט צו.

וואס האט סטימולעס מיט די מארקעט?

פאר מיר וועלן ענטפער'ן אויף דעם, דארף אנגעמערקט ווערן אז די גרעסטע חסידים פאר'ן טיילן סטימולעס געלטער זענען וואלסטריט והמקורבים, ווער די דאזיגע באנדיטן זענען וועלן מיר שרייבן באריכות אין א אנדערע געלעגנהייט מערצעשעם, אבער אין קורצן די ווארט וואלסטריט איז פשוט א קורצע ווארט צו נוצן פאר די וואס העלפן ארגענאזירן די שאבעס התוועדות'ער און צומאל נעמען זיי אנטייל דערינען אויך, ס'איז די העדקוואדער'ס פון די שאבעס התוועדות קאמיטע!

פארוואס זענען די וואלסטריט חברה אזוי סימפאטיש פאר סטימולעס געלטער? זיי זענען דאך פון די רייכע וואס גייען נישט באקומען, וואס איז די מאדנע התלהבות וואס זיי האבן דערצו?

די תירוץ איז זיי האבן שוין איינמאל דערפון, געווענליך נאך סטימולעס קומען פאר די גרעסטע שאבעס התוועדות'ער אין היסטאריע, עס ברעכט פריערדיגע היסטארישע שאבתים, סיי מיט די מענטשן וואס נעמען אנטייל דערינען, און סיי מיט די סומע'ס וואס גרייכן היסטארישע נומער'ן. נאך אזא שאבעס גייט וואל סטריט אהיים מיט די סטימולעס און די חברה בהמות גייען אהיים מיט פאפיטוס! און דאס איז די סיבה פארוואס די וואלסטריט חברה זענען אזעלעכע חסידים פון די סטימולעס, און פארוואס די מארקעט גייט ארויף נאך א סטימילעס! און פארוואס די קיעלעך מיט די שעפעלעך קומען צוריק צו די שאבעס התוועדות מיט נארוואס אנגעפילטע טאשן.


פארזעצונג קומט אי''ה
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

מאניש האסט מיך אזוי אריינגעטראגן אינעם שבת התוועדות אז כ'האב שיעור אנגעטוהן די שטריימל בעקיטשע, נאך א מזל אז הרהורים מותרים.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17298
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: די מאדנע באשעפענישן אין די מארקעט!
עס איז דא דריי מינע באשעפענישן אין די סטאק מארקעט, דער וואס האט דיר געזאגט עס איז נאר דא צוויי דער איז פון די כיטרע חברה, הער אים נישט אויס, אט זענען די דריי באשעפענישן.
* די בער'ן
* די בול'ס (אקסן)
* די שעפעלעך.

בקיצור.. מ'האלט מיר שוין בי משיח'ס צייטן..
וגר זאב עם כבש ונמר עם גדי ירבץ ועגל וכפיר ומריא יחדו ונער(-וון קאנקער) קטן נהג בם
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

מצלמה האט געשריבן: שעפעלעך, קיהעלעך, ציגעלעך, לעמעלעך….
אקעי. כ׳הער!

אני הקטן - נערוון קראנקער - האב געקויפט 50 אלפים טעסלא שעירס 10 יאר ציריק
וואס בין איך?
א בול, א בער, אדער א קיה?

יעצט לאך!

נישט קיין ווינדער מ׳הערט נישט פון דיר…
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

מאניש דו ביסט אייזענע נייעס..
איך ווייס נישט וואס
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יעצט געליינט אין די "שרייבער" פון פרשת כי תשא, מאניש דו ביסט פיינע נייעס.

איך קלער מ'דארף פראקלאמירן אן עכטע שאבעס הסוועדות - פאר אייער פינאנציאעלער עתיד - מיט מאניש באש. מר. באש העט מאכן אסאך געלט, מיר שעפעלך וועלן אלע קומען הערן זיינע בויך ווייטאג.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ישר כח אלע מגיבים, שוין לאנג נישט געשריבן דא, ברויך ווען ממשיך זיין.. איך האף ס'וועט כאטשיג העלפן איינעם צו טראכטן בעפאר ער ווערט אריינגעשלעפט אין אזא שאבאטאן..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: ישר כח אלע מגיבים, שוין לאנג נישט געשריבן דא, ברויך ווען ממשיך זיין.. איך האף ס'וועט כאטשיג העלפן איינעם צו טראכטן בעפאר ער ווערט אריינגעשלעפט אין אזא שאבאטאן..


מאניש איך מיז דיר זאגן איך האב גאר שטארק הנאה פון אייערע געמויזאכצער, די קומסט אריין קלאר און שארף. איך האב שוין געליינט די אשכול אסאך פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן דא .

עס איז זיכער אז עס איז זייער לאכעדיג און זייער געשמאק צו ליינען, און עס איז קלאר אויך גערעכט פאר א גרויס חלק פון אינוועסטירער.

איך מיין אבער אז עס איז נישט קיין אבסעלוט כלל, עס איז אמת 90% פון מענטשן וואס שפילן זיך ארום אויפן מארעט דערלייגן, אבער די איבריגע 10% מענשטן פארדינען דאס אלעס.

מען קען זיין א חלק פון די 10% (אפי' אן איינרעדן אנדערע מענטשן) נישט דורך זיך מער שפילן אויפן מארקעט, נאר אויב מען ווייסט וואס מען טוט, און מיט אסאך תפילות און נאר בס''ד.

איר זענט א געזינטע שרייבער, האט איר פרעזענדליכע עקספיריענס אין די מארקעט, (איך פרעג פאר אינטרעסאנטקייט)?

די עיקר איז דער עולם זאל האבן הרחבה אין פרנסה און אין שמחה.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע:אין מיין גוף

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

פה אחד האט געשריבן: האט איר פרעזענדליכע עקספיריענס אין די מארקעט, (איך פרעג פאר אינטרעסאנטקייט)?


פאר בערך 20 יאר צוריק האב איך מיר משתתף געווען אין אזא שאבאטאן.. ומעשה שהיה כך היה..

זיצענדיג אין אפיס, איז מיר אנגעקומען אן אימעיל..(דאס איז אזא אלטמאדישע וועג צו קאמיוניקירן מיט מענטשן.. די אמאליגע וואטצעפפ/טוויטער/פעיסבוק.. אויפן אימעיל שטייט אזוי בערך..

איינמאליגע געלעגנהייט, קענסט יעצט איינשטעקן $1000 און ארויסנעמען $100,000 און געוואויר ווערן פארוואס 90% מענטשן דערלייגן אין די מארקעט, און דו, טאקע דו וואס ליינט עס יעצט, קענסט זיין פון די גליקליכע 10% מענטשן וואס פארדינען אין די מארקעט, און פאר בלויז 39.99 וועלן מיר דיר ארויסגעבן דעם סוד וועלעכע סטאק מ'גייט סערווירן די וואך ביי די שאבאטאן..

הכלל, איך אלץ אומוויסענדער צוואנציג יעריגער טוטער, האב איך מיר געפילט גרויס מענטש.. איך האב געפענט אן אקאונט ביי אמעריטרעיד.. אריינגעלייגט טויזענט דאללער.. און והנה, איך גיי צום שאבאטאן..דעמאלטס איז נאכנישט געווען די אלע פארגעשריטענע וויבאל און ראבינג די הוד.. מ'האט געקאלט אויפן טעלעפאן, באצאלט $35 פאר אן אגענט, אלעס פאר די זכי-ה פון זיך קענען משתתף זיין ביי דעם שאבאטאן.. און פיין האבן יענע כעוורע געמאכט געלט.. און זיי לאכן נאך יעצט פון מיין זאק ניסלעך וואס איך האב מיר איינגעקויפט..

מ'האט מיר געשיקט בראשור'ן און מסביר געווען ווי גוט די קאמפעני איז, און ס'ממש א בלינדע מציעא, מיט אלע מארקעטינג טולס פון א ביז ת.. ס'איז געווען אזא ריכטיגע שאבעס נועם הנעשאמעס! און יעפ, עד היום הזה בין איך איבערגעצייגט אז 10% מענטשן זענען שיין מצליח אין די מארקעט! מ'דארף נאר וויסן וויאזוי..

עניוואן אין פאר א שאבאטאן? איך האב עטליכע סטאקס.. יאלא..

איך האב זייט דעמאלטס אסאך געהערט און געלערנט איבער די מארקעט, איך האב שוין מיטגעהאלטן אן א שיעור אפפס און דאונס אין די מארקעט, אריינגערעכנט די 2008 קראך.. און איך קען א שיינע צאל אידן אין סמעדרעש וואס האבן דערלייגט זייער ישיבה של מטה אין די מארקעט.. ס'איז דור הולך ודור בא, אין כל חדש תחת השמש.. אמאל איז עס געווען דורך אימעיל, היינט טוט מען עס דורך סאשעל מידיא.. הצד השוה יא אר אין פאר טראבל.. לאנג טוירם, נישט שארט טוירם..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28363
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

סארא שפראך דאס (הערשט יעצט באמערקט דעם אשכול אויפ'ן אויבערפלאך, נאכנישט געליינט קיינמאל ביז יעצט)

יישר כח מאניש!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: סטאק'ס - מערסטנס נערוון קראנקע מענטשן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

סארא שפראך מאניש'ל!!


א דאנק @לכאורה פאר'ן מיך אריינפירן דא, ווען איך זע א סטאק אשכול מיט לכאורה אינעווייניג ווייס איך אז סאמטינג פישי...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”