בירורי מקורות הניגונים

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

חאטצקל האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
image.png

האט אפשר איינער די רעקארדירונג פון פינחס ביכלער?-אדער ווי מען קען עס הערן.

עס איז למעשה נישט פארגעקומען.

די אנדערע קענסטו הערן דא: viewtopic.php?f=136&t=54572
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
חאטצקל האט געשריבן:
הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
image.png

האט אפשר איינער די רעקארדירונג פון פינחס ביכלער?-אדער ווי מען קען עס הערן.

עס איז למעשה נישט פארגעקומען.

די אנדערע קענסטו הערן דא: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... =0&t=54572

תודה
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
פלונסקער רב
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2022 4:06 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלונסקער רב »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן: איינער ווייסט ווער עס האט מחבר געווען דעם ידיד נפש?
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... 55okv5ITR4

א אלטע ווארקי ניגון ווערט געזינגען אין אלע הויפן לבית ווארקי (אמשינוב, אלכסנדר וכו') באקאנט אויף "כל מקדש" אין חצה"ק שומר אמונים, תו"א און תוא"י

שכויח. אינטערסאנט פאר וואס עס איז געווארן אויפגעכאפט ביי די דרויסענדיגע קרייזן א שטייגער, איך האב אמאל געדאווענט אין א קרליבך שוהל אין צפת, און אויך אין א חב"ד שוהל אין איינע פון די סטעיטס ווי מען האט דאס געזינגען פרייטיג צונאכטס.

נישט ממש אינטערסאנט, מערסטנס מזרחי שטאמען פון פולין
קרליבך האט אויכט געהאט שייכות מיט אמשינוב

בכלל רעדסט פון א ניגון ארום 200 יאר אלט

דרייוו/דראפבאקס זיי אזוי גוט.
יש"כ

אין דיסק פון ר' אהרן הויזמאן פון קארלין, ווערט דער ניגון געברענגט אין נאמער 201, געברענגט דורך ר' יהושע ויינגארטן, ס'ווערט געזינגען אויף דרור יקרא, און די סדר הפעלער ווערט געטוישט, אז דער באווסטער צוויטער פאל ווערט די דריטער, און די לעצטער פאל קומט אינמיטן, אזוי אויך ווערט עס געזינגער מיט אפאר אנדערע קנייטש'ן.
פיניע קארף

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע קארף »

פיניע קארף האט געשריבן: דער למנצח:
https://drive.google.com/file/d/0BzvgEB ... ijsWglPoGQ
ער זאגט צום סוף אז ס'קומט פון א לאנגע מודז'יצער ניגון, איינער ווייסט דער ניגון?

איינער ווייסט?
פיניע קארף

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע קארף »

א ליובאוויטשער ניגון וואס הייסט דער למנצח:
https://drive.google.com/file/d/0BzvgEB ... ijsWglPoGQ
ער זאגט צום סוף אז ס'קומט פון א לאנגע מאדזשיצער ניגון, איינער ווייסט וועלכע ניגון דאס איז?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35602
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'פרוביר צו פיגורן וועלכע מאדזיצער ניגון איז אזוי שטארק פאר'חב"ד געווארן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
פיניע קארף

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע קארף »

דא זינגט ער א צווייטער נוסח א ביסל מער פויליש מיט נאך א פאל צום סוף
https://drive.google.com/file/d/0BzvgEB ... Mz62vkwoxQ
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

פון וואנעט שטאמט דער ניגון?
דא אנהויב זאגט ער אז ער גייט עס איצט זינגען אליין - אהן קיין ווערטער. אויפן זייט "b" צום סוף זינגט עס דער בעל מנגן אויף "אתה אחד". אין וועלכע הויפן האט מען דאס געזינגען?
אויפן סקאליע אלבום "הודו להשם נוסח הבעש"ט" איז דאס געזינגען אויף "כל מקדש" און זיי זענען דאס מייחס צו הה"ק רא"ח מיאמפולי זצו"ל. ערגעץ האב איך אמאהל געהערט אז ביים באהושער זצו"ל האט מען דאס געזינגען אויף "כל מקדש".
ועוד זאת, ווער קען מיר זאגן "טביעת עינא דקלא" ווער איז אט דער געשמאקער חסידישער בעל מנגן, ר' חזקל אדער ר' פרץ?
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

חולם י יאויש האט געשריבן:
פון וואנעט שטאמט דער ניגון?
דא אנהויב זאגט ער אז ער גייט עס איצט זינגען אליין - אהן קיין ווערטער. אויפן זייט "b" צום סוף זינגט עס דער בעל מנגן אויף "אתה אחד". אין וועלכע הויפן האט מען דאס געזינגען?
אויפן סקאליע אלבום "הודו להשם נוסח הבעש"ט" איז דאס געזינגען אויף "כל מקדש" און זיי זענען דאס מייחס צו הה"ק רא"ח מיאמפולי זצו"ל. ערגעץ האב איך אמאהל געהערט אז ביים באהושער זצו"ל האט מען דאס געזינגען אויף "כל מקדש".
ועוד זאת, ווער קען מיר זאגן "טביעת עינא דקלא" ווער איז אט דער געשמאקער חסידישער בעל מנגן, ר' חזקל אדער ר' פרץ?
שוין אריבער א וואך... אפשר דאך?
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

איינער האט אפשר די מקור פון דעם ניגון? ביטע..
https://drive.google.com/file/d/1wcVX0_ ... sp=sharing
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
ya sam sapozhnik
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 01, 2022 12:20 am
פארבינד זיך:

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ya sam sapozhnik »

פיניע קארף האט געשריבן:
א ליובאוויטשער ניגון וואס הייסט דער למנצח:
https://drive.google.com/file/d/0BzvgEB ... ijsWglPoGQ
ער זאגט צום סוף אז ס'קומט פון א לאנגע מאדזשיצער ניגון, איינער ווייסט וועלכע ניגון דאס איז?
https://drive.google.com/file/d/1b6SYPo ... p=drivesdk
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

ווייסט איינער מער וועגן דעם ניגון, אדער האט א שענערע רעקארדירונג?
וואס איך ווייס איז אז עס איז א "מודזיצע ניגון" נישט מער.
https://drive.google.com/file/d/1d5qYKt ... sp=sharing
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פון גליון קול קהלתינו שע"י קהל עדת קאשוי וויליאמסבורג - ראש השנה תשפ"ג

א ספעציעלן דאנק פארן באנוצער וואס האט אריינגעשיקט די סחורה לתועלת הרבים, ותשוחח"ל.

זמרו אלקים זמרו זמרו למלכנו זמרו:
פון די ניגונים וואס מען האט געזינגען ביי כ"ק רבינו זצוק"ל - ימים נוראים(ח"א)


קדיש נאך שחרית– פלעגט זינגען דער לאנגיעריגער בעל תפלה בבית מדרשינו הרה"ח ר' אליעזר סאמעט ע"ה א ניגון וואס רבינו זצ"ל פלעגט עס זינגען בשנים קדמוניות אויף "יחדשהו".
דער ניגון האט מחבר געווען הרה"ח ר' חיים דוד בלום ז"ל פון בארדיוב-קשאנוב, מגדולי חסידי צאנז, ער האט עס מחבר געווען פאר סאטמאר רבי'ן זי"ע אויף "אזמר בשבחין" אין איינע פון די תר"צ יארן. ברוך אתה ה' אלקינו (ברכת אבות) – דאס קומט פון דעם נוסח אין דעם קאשוי'ער שטאטישער שול, ווי מען הערט עס אריגינעל אויף דעם טעיפ פון הרה"ח ר' ישראל עהרליך ע"ה [יליד עיר קאשוי ומח"ס שאול בחיר ה'], ביי אונז איז עס במשך די יארן געווארן פארענדערט, און דער רבי האט זייער געוואלט עס זאל צוריק גיין צו די אריגינעלע נוסח. מסוד חכמים ונבונים –דער ניגון/נוסח קומט פון קאסאן.

זכרנו, מכלכל חיים– זכרנו זינגט מען דעם זעלבן ניגון ווי "מכלכל חיים", ביי זכרנו זינגט מען דעם ערשטער פאל, און ביי מכלכל חיים דעם גאנצן ניגון. דער מקור איז אונז דערווייל אומבאקאנט.

מלך עליון– דער אריגינעלער מלך עליון ניגון, וואס מען פלעגט אמאל זינגען ביי רבינו זצ"ל, פלעגט זיין דער זעלבער ניגון וואס מען פלעגט זינגען אום יום הקדוש אויף "אמרו לאלוקים".
עס איז א אלטע צאנזער ניגון, און מען פלעגט עס טאקע צו זינגען אין דעם צאנזער קלויז אין שטאט קאשוי.

בערך אין די מ' יארן, האט מען געטוישט אויף דעם ניגון מאדזיץ וואס עס האט מחבר געווען דער מאדזיצער רבי דער אמרי א"ש, ער האט עס מחבר געווען אום יאר תשט"ז אויף "חמול".

כבקרת -דער ניגון זינגט מען אויך אין דעעש. הגה"ק ר' יחזקאל'ע מערץ זצ"ל פלעגט עס זינגען אויף "יחדשהו", ואולי קומט עס פון שטאט קאשוי וואו ער איז אויפגעוואקסן.

כמה יעברון וכמה יבראון– זינגט מען דעם ניגון "גלות גלות" וואס עס האט געברענגט הרה"ק ר' אייזיק'ל קאלובער זי"ע, וואס ווי באקאנט אז ער האט עס געהערט פונעם פאסטוך מיט א פייפער'ל, און דער סיפור לויטעט אז ער האט געגעבן א מטבע פארן פאסטוך אז ער זאל עס נאכאמאל זינגען. און דאן האט ער ארויפגעלייגט די ווערטער "גלות גלות", דערנאך האט מען געזען אז דער פאסטוך האט פארגעסן די ניגון.
הרה"ק מקאלוב האט געזאגט אז דער ניגון קומט נאך פון אידן בזמן שבית המקדש הי' קיים, און עס איז אריינגעפאלן צווישן די אומות העולם.

עס ווערט פארציילט אז ווען דער ראפשיצער רב זי"ע האט געהערט דעם ניגון צום ערשטן מאל, האט ער געזאגט, אז ווען הרה"ק ר' אייזיקל קאלוב'ער זי"ע זינגט דעם ניגון ווערט א געטומל אין די עולמות העליונים, און עס איז מעורר דעם מקור הרחמים.

עס שטייט אין "דרכי חיים" אז הרה"ק דער צאנז'ער רב זי"ע פלעגט עס זינגען ביים טיש שבת קודש מיט א דביקות שעות לאנג.

אדם יסודו מעפר– דער ניגון האט מחבר געווען הרה"ק דער ראפשיץ רב זי"ע אויף דעם פיוט. מען ברענגט צו א מעשה בשייכות צו דעם ניגון, אז מען האט געפרעגט דעם ראפשיצער רב וואס איז דער פשט אז אזעלכע התעוררות'דיגע ווערטער זאל מען זינגען. וואס איז דער שמחה. האט ער ערקלערט אז הוא הנותנת, אז מען ווייסט אז דער מענטש קומט פון דער ערד און גייט צו דער ערד, דארף ער זיך דאך פרייען אז ער כאפט נאך אריין אינמיטן צו לערנען און דאווענען...
(מען זינגט דאס אויך אין סאטמאר אויף דעם פיוט).

אין קצבה- פלעגט זיין אן אלטע מארש ניגון, און מען האט עס געטוישט צו דעם יעצטיגן ניגון וואס איז א רוסישע מיליטערישע מארש, און מען רופט מען עס דער "פוילישע מארש". מען זינגט עס ביי אונז מער שטאט ווי עס קומט ארגינעל. מען זינגט עס אויך אין חב"ד און אין באבוב.

חמול– דער ניגון איז נתחבר געווארן דורך הרה"ק ר' אשר ישעי' מרימינוב זי"ע, מחבר ספר מעדני מלך, זון פון הרה"ק האמרי נועם, איידעם ביי הרה"ק ר' יוסף מרימינוב זי"ע, וואס איז געווען א זון פון רבי'ן ר' הערש זי"ע, ער איז אוועק י"ג חשון תרצ"ה. עטליכע באקאנטע "לכה דודי" ניגונים קומט אויך פון אים.
אין מונקאטש זינגט מען עס אויף "קל אדון" און "אין קצבה".

וכל מאמינים– בלתי ידוע המקור. מען הערט דעם ניגון אויף דעם טעיפ פון וואס מען האט געזינגען אין די שטאט קאשוי פון הרה"ח ר' ישראל עהרליך ע"ה. ויאתיו – פלעגט צו זינגען ביי רבינו הרה"ח ר' יוסף בראדי ע"ה, מיט פארשידענע אלטע ניגונים און מארשן.
היה עם פיפיות – פלעגט צו זינגען הרה"ג ר' בערל סינאי ז"ל ר"מ בישיבתינו הק' רבות בשנים, עס קומט פון הרה"ח ר' חיים דוד בלום ע"ה הנ"ל. און מען הערט עס אויך אויף דעם דערמאנטען טעיפ פון הרה"ח ר' ישראל עהרליך ז"ל.
אין באבוב זינגט מען עס אויך אויף "היה עם פיפיות", אין צאנז האט מען עס געזינגען אויף "ברוך ה' יום יום" און "קל מלך גדול" ביי יום טוב'דיגן שחרית.

היום הרת– דער באקאנטער ניגונים חוקר הר"ר דוד מאיר רוס הי"ו זאגט אז דער ניגון קומט פון קארלין, אין דעם רעקארדינג סעריע "בתי ראנד" זאגן זיי אז עס קומט פון קארלין און סלאנים, און מען הערט עס אויך אין ליובאוויטש וואו זיי רופן עס "ניגון לשבת ויו"ט", און מען זינגט עס דארט אויף "יעלה" בליל יום כיפור.

ארשת שפתינו– דער ניגון קומט פון החזן הנודע ר' יוסעל'ע ראזנבלאט ע"ה.

הללוקה הללו קל בקדשו– איז א לעבעדיגער ניגון וואס איז מיוחס צו הרה"ק רבי צבי הירש מרימנוב זי"ע, דער ניגון קומט פון א תנועה וואס דער הייליגער רבי ר' הערש פלעגט טאקע זיך אפט צו באנוצן ביי די תפילות הימים נוראים, און עס זענען דא וואס גייען נאך ווייטער און זענען עס מייחס צו זיין רבי הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע. היום תאמצנו דאס איז א שינאווא מארש, מען זינגט עס אויך אין סטראפקוב, און אין דעעש, און ביי הגה"ק הבנין דוד זצ"ל, ביי די אלע פלעצער זינגט מען עס טאקע אויף "היום תאמצנו".
אויך איז דא אויף דעם א באקאנטע ניגון "אין א שיינעם העלן טאג" אויף ביאת המשיח, פון הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זי"ע.

קדיש תתקבל– און דאס זעלבע דער קדיש נאך מעריב – האט רבינו געזינגען דעם ניגון פון "רננו צדיקים".
און ווי דערמאנט ביים פאריגען שמועס איבער ניגוני שבת קודש ביים רבי'ן (סוכות תשפ"ב גליון י"ב) איז דאס א ניגון וואס עס האט מחבר געווען מורו ורבו הרה"ק מוהר"ר אברהם שלו' מסטראפקוב זי"ע, אין זיינע יונגע יארן, און ער איז אריינגעגאנגען צו זיין פאטער הרה"ק משינאווא זי"ע און אים פארציילט איבער דעם שיינעם ניגון וואס ער האט מחבר געווען, ווען ער לייגט צו אז ער גלויבט אז ווען דער בית המקדש וועט געבויעט ווערן בב"א וועלן די לוים זינגען דעם ניגון על הדוכן. אויף דעם האט זיין פאטער מעיר געווען, אז דאס איז נישט זיכער, אבער אזויפיל יא, אז ער גלויבט אז ווען משיח וועט קומען וועט מען אים אנטקעגן גיין און מקבל זיין מיט דעם ניגון. און פון דארט האט דער ניגון באקומען דעם נאמען "משיח'ס ניגון".

ביי זיין זון הרה"ק ר' מענדל'ע מסטראפקוב זי"ע האט מען געזינגען דעם ניגון שמחת תורה ביי די זעקסטע הקפה (דברי מנחם).

הרה"ק ר' יענקעל'ע פון פשעווארסק זי"ע פלעגט עס צו זינגען אויף דעם חרוז "זכור את יום השבת לקדשו", פון זמר "ברוך קל עליון".

בדרך אגב, אז מען רעדט פון דעם זמר "רננו צדיקים" איז כדאי צו אנצייכענען וואס עס ווערט געברענגט אין ספר "שאול בחיר ה'", דער ספר התולדות פון מרן ר' שאול בראך זי"ע, אז מען האט אים איבער דערציילט אז דער באקאנטער לובלינ'ער רב הג"ר מאיר שפירא ז"ל איז אוועק פון דער וועלט בשעת די תלמידים האבן געזינגען א ניגון. האט ר' שאול בראך זי"ע דאס תמיד מפליג געווען און זיך דערויף אויסגעדרוקט אז הלואי זאל ער אויך זוכה זיין צו אזא זאך, און טאקע בשעת הפטירה האט זיך דערמאנט דערפון מקורבו הנאמן הרה"ח ר' לייב גאלדשטיין ז"ל, און דער עולם האט זיך צוזאמגענומען און אנגעגארטעלט מיט כח, און געזינגען דעם "רננו צדיקים" וואס מען פלעגט תמיד זינגען ביים טיש פרייטאג צונאכטס ביי ר' שאול בראך זי"ע.
און דאס זעלבע האט מען געטוהן ביי די הסתלקות לחה"ה פון מרן רבינו זי"ע אין ביטערן טאג כ' אדר א' תשס"ה לפ"ק, ווי אויך ביי די הסתלקות פון בנו ומ"מ מרן רבינו השיח חיים זי"ע ז' טבת תשע"ט לפ"ק.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ברויך מען נאר עמיצער וואס זאל ברענגען די ניגונים זעלבסט.
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

חאטצקל האט געשריבן:
ווייסט איינער מער וועגן דעם ניגון, אדער האט א שענערע רעקארדירונג?
וואס איך ווייס איז אז עס איז א "מודזיצע ניגון" נישט מער.
https://drive.google.com/file/d/1d5qYKt ... sp=sharing
ניגון קלינגער׳ל מבעל דברי ישראל זי״ע.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך האב נישט איצט געפונען דעם מראה מקום וואו מען האט גערעדט איבער דעם ניגו "קבלת שבת אויפן פעלד" (הערט אויס ליבע אידן) פון ר' יו"ט עהרליך, וואס י"א אז דאס האט ער אליינס מחבר געוועזן.

אבער הרה"ח ר' משה הערש בערקאוויטש הי"ו, דערציילט אויף דעם ניגון "מ'גייט מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט", וואס מען האט געזינגען מיט גרויס התעוררת ביים הייליגן ריבניצער, און נאכהער ביים קרעטשניפער רבי'ן און ר' מיכלי מנתני', אז ער האט געהערט ממקורות נאמנים אז דאס האט מען געזינגען ביי פריערדיגע צדיקים ביים טיש בעפאר קידוש.

לויט דעם איז דאס שוין א פריערדיגער ניגון.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

מתנה האט געשריבן:
מוצאי יו"ט האט די רב אפגעראכטען דעם געהויבענעם טיש און ווי יערליך האט מען אויסגעלערנט און איבערגעפרישט א אלטע ניגון לכבוד יו"ט
הרה"צ ר' דוד שלמה יונגרייז בן האדמו"ר מגארליץ האט מחדש געווען א ניגון פון די הייליגע רבי ר' מענדלע פון רימינוב, און די רב האט זיך אויסגעדיקט אז ס'גוט אז ער מאכט נישט קיין אייגענע ניגונים ווייל אזוי האט מען זיך שוין אויסגעלערנט און איבערגעפרישט צענדליגע אלטע ניגונים
נאכ'ן איבערזינגען די ניגון עטליכע מאל האט די רב אויסגעשריגן מיט גרויס התרגשות אונז פאר מיר קיין רימינוב אויף יו"ט !!
IMG_20221007_000838_568.jpg
IMG_20221007_000838_568.jpg (84.94 KiB) געזען 1224 מאל
מ'האט דא פארמישט ר' מענדעלע מיט ר' מענדעלע:
די ניגון קומט פון אלטע נאטן וואס שטייט קלאר "ניגון מהרה"ק ר' מענדעלע וויטעפסקער"
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1393
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

popo האט געשריבן:
מתנה האט געשריבן:
מוצאי יו"ט האט די רב אפגעראכטען דעם געהויבענעם טיש און ווי יערליך האט מען אויסגעלערנט און איבערגעפרישט א אלטע ניגון לכבוד יו"ט
הרה"צ ר' דוד שלמה יונגרייז בן האדמו"ר מגארליץ האט מחדש געווען א ניגון פון די הייליגע רבי ר' מענדלע פון רימינוב, און די רב האט זיך אויסגעדיקט אז ס'גוט אז ער מאכט נישט קיין אייגענע ניגונים ווייל אזוי האט מען זיך שוין אויסגעלערנט און איבערגעפרישט צענדליגע אלטע ניגונים
נאכ'ן איבערזינגען די ניגון עטליכע מאל האט די רב אויסגעשריגן מיט גרויס התרגשות אונז פאר מיר קיין רימינוב אויף יו"ט !!
IMG_20221007_000838_568.jpg
מ'האט דא פארמישט ר' מענדעלע מיט ר' מענדעלע:
די ניגון קומט פון אלטע נאטן וואס שטייט קלאר "ניגון מהרה"ק ר' מענדעלע וויטעפסקער"
מקור ?
איך ווייס פון א משפחה איינקליך פון רבי ר' מענדעלע פון רימנוב וואס האבען די ניגון מקובל ביי זיי אין די משפחה גראדע מיט א אביסעל אן אנדערע תנועה
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

מקור: אלטע נאטן.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19903
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

דאס דארף א בירור עמוק, פון איין זייט זאגן די אייניקלעך ס'איז רימנוב און פון די אנדערע זייט איז דא די גשורי נאטען ווי ס'שטייט וויטעבסק, די ניגון איז נישט געווען באקאנט אין ערגעץ, אין קארלין האט מען עס מחדש געווען מיט יארן צוריק און אין א אינטערסאנטע קאאינצידענט האט מען עס אין קודינוב אויכט מחדש געווען די יאר..
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35602
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון וועלכע ניגון רעדט מען?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19903
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35602
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כחכם.

באבוב זינט עפעס עקסטער פאמעליך.

יאך וואלט ענדערש געגלויבט א געשריבענער מקור ווי א מונדליכער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19903
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

farshlufen האט געשריבן:
ישר כחכם.

באבוב זינט עפעס עקסטער פאמעליך.

יאך וואלט ענדערש געגלויבט א געשריבענער מקור ווי א מונדליכער.
יא און ניין, דער געשריבענער מקור קען האבן געהערט דעם ניגון אלץ 'רבי מענדלי'ס ניגון' און דער כותב (בארנשטיין) האט פארשטאנען לפום ריהטא אז מ'רעדט פון וויטעבסק, ווען מצד שני קענען די אייניקלעך דעם ניגון במסורה און נישט פון די נאטען וואס דאס איז זיכער א מקור לעצמו. וצ"ע

באבוב שמעקט מיר אויכט נישט מדויק. סתם אזוי איז דער ניגון אסאך ענדערש אויפן ליטא/רוסלאנד שניט ווי גאליציע.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
באס דרייווער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:47 am

Re: בירורי מקורות הניגונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באס דרייווער »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:
image.png
איז דא ערגעץ ווי מען קען איבערהערן די דרשות מיט די היסטארישע ניגונים?
ישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”