וויאזוי צו שפילן שאך

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע:checkmate in 1
פארבינד זיך:

וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

עס איז קיינמאל צו שפעט צו לערנען שאך גייט די ווערטל...
שאך - די מערסט פאפולער שפיל אין דער וועלט! איז אן אלט פארצייטישער שפיל, וואס קיינער ווייסט נישט פון וואו עס שטאמט, מאנכע גאר זאגן אז דאס האט געמאכט שלמה המלך און פלעגט שפילן דערמיט מיטן שר צבה יואב בן צרויה, צו עס איז אמת צו נישט,, אבער אנגענומען אין די וועלט איז אז עס גייט צוריק ביז טויזנטער יארן.

לערנען די כללים פון שאך איז גרינג ובזה החלי:

די ערשטער ארטיקל וועט זיין צוטיילט אין 6 חלקים

1. אויפסעטן דעם שאך ברעטל
2. וויאזוי צו רוקן די שטיקלעך
3. די ספּעציעלע כללים אין שאך
4. די כללים אויף וויאזוי צו געווינען דעם שפיל
5. נאך כללים, טיים קאנטראל, שאך סימנים (chess notation)
6. אריינפיר צו פשוטע יסודות'דיגע סטראטעגיעס


1. אויפסעטן דעם שאך ברעטל

מען הייבט אן מיטן שטעלן די שאך ברעטל, די ברעטל באשטייט פון 64 באקסעלעך וואס מיר וועלן אויך רופן "סקווער\'ס" די ברעטל אנטהאלט ווייסע און שווארצע באקסלעך וואס מיר וועלן בעיקר רופן "ליכטיג" און "טונקעל", נישט צו פארמישן מיט די שטיקלעך וואס איז אויך שווארץ און ווייס, מען שטעלט אויס די ברעטל אזוי אז אויף יעדעמ'ס רעכטע זייט איז די ווייסע\ליכטיגע קאליר (אינטערסאנט איז אז ווייס מאכט אויך די ערשטע מאוו, אבער צו צופרידן שטעלן די אפריקאנע אמעריקאנע איז די 1A סקווער א שווארצע סקווער... ועוד. ע"ע פולס מעיט שפעטער)
זעה בילד



די 6 שאך שטיקלעך זענען:

פאנדל Pawn (אנדערע רופן עס פויערל),
פערדל Knight
לויפער Bishop
טורעם Rook
קעניגען Queen (מאנכע רופן דאס אן שעכין וואס איז א פשוטע טעות)
קעניג King (מאנכע רופן דאס אן שאאַך וואס איז א טעות ווי געשריבן שפעטער)

א קעניגן גייט א קרוין מיט שפיצן רונגס און ארום, א קעניג גייט א קרוין מיט א שפיץ אינדערמיט
זעה בילד



מען לייגט אויס די שאך שטיקלעך אויפן באָרד יעדעם מאל די זעלבע, די צווייטע רייע (אדער rank) איז אנגעפילט מיט פאנדלעך, די ערשטע רייע איז אזוי, די טורעמעס גייען ביי די צוויי ווינקלעך, דערנאך די פערדלעך נעקסט צו די טורעמעס, נאכפאלגענדיג מיט די לויפערס, די לויפערס זענען אייביג אויף זייער קאליר דאס מיינט אזוי, איין לויפער ליגט אויף די ליכטיג באקסל און איינס ליגט אויף א טונקעל באקסל און מען קען זיי אנרופן Light Square Bishop אדער Dark Square Bishop (זעה שפעטער מער דערוועגן) דערנאך קומט די קעניגן, די קעניגן קומט אויף די אייגענע קאליר דאס מיינט די שווארצע קעניגן וועט ליגן אויף א טונקעלע באקסל און די ווייסע קעניגן אויף א ליכטיגע באקסל דערנאך די קעניג אויפן לעצטן איבערגעבליבענעם סקווער
זעה בילד


וויאזוי צו רוקן די שטיקלעך

(הערת הזעצער: נישט צו צומישן די וואס קענען שוין די שפיל אדער נישט, ווען איך רעד פון שטיקלעך מיינט מען יעדע פון די 32 שטיקלעך ווערט אנגערופן א piece שפעטער ווען מען וועט רעדן פון סטראטעגיעס און ביים אנאליזירן א שפיל און מען זאגט piece על פי רוב מיינט מען אדער א פערדל אדער א לויפער , וואס מען רופט אויך צומאל minor piece)

יעדער פון די 6 מינים שטיקלעך רוקן זיך אויף אן אנדער אופן, קיין איין שטיקל קען זיך נישט רוקן אויב אן אנדער שטיקל שטיייט אין וועג, (א חוץ די פערדל וואס רוקט זיך נישט נאר שפרינגט און קען איבערשפרינגן אנדערע שטיקלעך) לאנדען קען עס נאר אויף א ליידיגן סקווער, אדער דורך פארכאפן א קעגנער'ס שטיקל און נעמט דאס אראפ פונעם באָרד און עס טוט ערזעצן דעם באקסל

פאר איך גיי ווייטער מסביר זיין וויאזוי יעדער רוקט זיך לאמיר קודם זעהן וויפיל יעדע שטיקל איז ווערט און צודעם וועט מען גיבן יעדעם פוינטס

א פאנדל איז ווערט 1 פוינט
א פערדל אדער א לויפער (minor piece) איז ווערט 3 פוינטס
(פאר די עקספערטן: עס זענען דא וואס גיבן 3.25 פאר א לויפער קעגן א פערדל, באבי פישער זאגט אין א בוק אז עס איז ווערט נענטער צו 3.15)
א טורעם איז ווערט 5 פוינטס
און א קעניגן איז ווערט 9 פוינטס
א קעניג פארמאגט נישט קיין פוינטס זינט עס קען נישט פארכאפט ווערן

די פוינטס נוצט מען בעיקר אינמיטן די שפיל צו רעכענען אויב איינער האט די אויבערהאנט איבערצווייטן מיטן האב מער מאטריאל,
למשל אויב איינער פארכאפט פון איינעם א פאנדל און עס קומט אויס אז ער האט 8 פאנדלעך און דער קעגנער האט יעצט נאר 7 מיינט דאס אז זיין זייט איז ווערט + 1 און די צווייטע זייט איז - 1 (שטייצעך אז נישט אלץ ווענד זיך עס אין מער מאטריאל, ווי מען וועט זעהן שפעטער)

יעצט וויאזוי רוקן זיי זיך:

דער טורעם איז די צווייט מערסט מאכטפול שטיקל אין שאך, און קען זיך רוקן רעכטס, לינקס ארויף און אראפ וויפיל באקסלעך עס וויל (ווילאנג קיינער שטייט נישט אין וועג שטייצעך) אבער עס קען גיין נאר גלייך און עס קען נישט גיין שיף
א לויפער קען גיין אויף אלע זייטן וויפיל באקסלעך ער וויל, אבער עס קען גיין נאר שיף Diagonal, עס קומט אויס אז איין לויפער קען אייביג נאר זיין\גיין אויף די ליכטיגע סקווערס און איינס נאר אויף די טונקעלע סקווערס
די קעניגן קען גיין אזויווי א טורעם און אויך אזוי ווי א לויפער, ווי ווייט זי וויל ווילאנג קיינער שטייט איר נישט אין וועג, דאס מיינט אז די קעניגן איז די שטערקסטע שטיקל אין שאך און קען גיין אין עני דירעקציע
זעה בילד


דאס פערדל טוט שפרינגען 2 באקסלעך גלייך און איינס שיף אזוי ווי די לעטטער capital L
עס איז די איינציגסטע שטיקל וואס קען איבערשפרינגן אנדערע שטיקלעך אויפן וועג, אבער לאנדן קען עס נאר אויף א ליידיגע אדער דורך פארכאפן א קעגנערס שטיקל (ווי אויך קען עס נישט פארכאפן די שטיקלעך וואס עס שפרינגט איבער)
זעה בילד

א פאנדל קען גיין נאר איין באקסל פאראויס, א פאנדעל איז די איינציגסטע שטיקל וואס קען גיין נאר פאראויס און קען נישט גיין אויף צוריק, אויכעט איז א פאנדל אנדערש אז עס קען פארכאפן א קעגנער'ס שטיקל נאר שיף און נישט גלייך דאס מיינט עס גייט נאר גלייך ארויף איין סקווער נאר אויב די סקווער איז ליידיג אדער קען עס גיין שיף ארויף א סקווער ביידע זייטן נאר כדאי צו פארכאפן


En Passant Rule

א פאנדל האט נאך א כלל אז די ערשטע טריט ארויס קען עס גיין 2 באקסלעך אויפאמאל אויב ער וויל, (פארכאפן קען עס נישט נאר איין באקסל שיף ארויף אפילו עס איז די ערשטע טריט פונעם פאנדל) עס איז מיט די צייט צוגעקומען די ענפעסענט רול (דאס איז א רול וואס אפילו לאנג פראקטיצירנדע שפילער ווערן צומישט) ענפעסענט מיינט "זיך דורכאפן" אין פראנצויזיש, און דאס איז אז וויבאלד עס איז צוגעקומען די רול אז די ערשטע טריט קען א פאנדל גיין צוויי ארויף דעריבער האט מען אויכעט צוגעלייגט אז דער קעגנער קען עס פארכאפן אויב ער לאנד זייט ביי זייט מיט זיינס א פאנדל כאילו ער וואלט עס פארכאפט ווען עס גייט נאר איין באקסעל ארויף

די רול האט 3 כללים אז די מאוו זאל זיין לעגאל
1) די פאנדל וואס נעמט איבער מוז זיין פונקטליך דריי רייע'ס\רענקס ארויף פון די די צווייטע ראנק (אדער זיבעטע ראנק אויב רעדט מען פון שווארץ)
2)די פאנדל וואס מען פארכאפט מוז האבן געגאנגען 2 באקסלעך אין איין גאנג
די En Passant פארכאפונג מוז געשעהן גלייך די נעקסטע מאוו, אויב איז ער אינדערצווישן געגאנגען אן אנדער מאוו האט ער פארלוירן די אפציע
זעה בילד


Pawn Promotion

א באקאנטע שפריכווארט אין שאך, "מאך נישט אוועק קיין פאנדעל\פויערל אז עס איז ווערטלאז ווייל יעדע פאנדל קען ווערן א קעניגן!" ווען עס גרייכט די לעצטע ראנק ווערט עס פראמאטעד, דאס מיינט ווי נאר ער קומט אן צו אנדערן עק בארד קען ער מער נישט בלייבן קיין פאנדל, עס מוז ווערן געטוישט צו אן אנדער שטיקל (חוץ א קעניג) עס קען ווערן א קעניגן אדער טורעם אדער פערדל אדער לויפער (שטייצעך אז על פי רוב וועט איינער ווילן עס פראמאוטן צו א קעניגען, אבער אסאך מאל קומט אויס בעסער אנדערש ווי מען וועט זעהן שפעטער)

Passed Pawns
דאס וועט מען מסביר זיין שפעטער אי"ה ווען מען וועט שרייבן וועגן סטראטעגיעס און נאך.

און צום לעצט די קעניג עס קומט אויס אז די קעניג איז די מערסט וויכטיגסטע שטיקל אין שאך אבער אויך די שוואכסטע עס קען גיין אלע 8 זייטן ארום (אזוי ווי די קעניגן) שיף אדער גלייך, ארויף אדער אראפ רעכטס אדער לינקס, אבער עס קען גיין נאר איין באקסל אויפאמאל און ווי אויך קען עס קיינמאל נישט גיין אויף א באקסל וואס ווערט געסטראשעט דורך א קעגנערס שטיקל צו ווערן פארכאפט, און דא קומען מיר צו צו וויאזוי די קעניג ווערט שאַאַ¬ך! (Check אין ענגליש) דאס איז ווען די קעניג איז אין געפאר צו פארכאפט ווערן פונעם קעגנערס שטיקל און די קעניג מוז (נאכאמאל נישט מעג נאר מוז) זיך ארויסזעהן דערפון דעריבער קען א קעניג קיינמאל גיין א טריט אויף א באקסל וואס דורכדעם וועט געשעהן שאאך! (דער אמת איז א אמאל קען מען נישט גיין א גאנג אפילו מיט אן אנדער שטיקל וועגן עס זאל נישט ווערן שאאך! אבער דאס וועט מען לאזן פאר שפעטער ווען מען וועט רעדן פון א פִין Pin)
עס איז דא דריי וועגן וויאזוי צו ארויסצוזעהן פון שאאך!
1 דורך פארכאפן די שטיקל וואס דערליווערט שאאך! געווענליך די בעסטע וועג
2 דורך בלאקירן שאאך! דורך שטעלן אן אנדער שטיקל צווישן די קעגנערס שטיקל אין די קעניג
3 דורך רוקן די קעניג צו א דערנעבן סעיף באקסל
(ביי א פערדל איז נישטא די אפציע פון בלאקירן שאאך!, ווי אויך איז דא אזא זאך ווי דאבל טשעק וואס איז זייער פאוערפול און דאן איז די איינציגסטע וועג צו רוקן די קעניג, מער דערוועגן אין די שפעטער'דיגע קאפיטלען)


די ספּעציעלע כללים אין שאך

Castling

די קעניג איז אינמיטן די באָרד ווייל ער איז דער מלך, אבער בשעת א מלחמה וועט געווענטליך די קעניג זיך אויסבאהאלטן אין א טורעם צו זיין זיכער\safe, דעריבער איז דא א רול פון קעסטלינג (אדער קעסל, א סיילענט T) דאס מיינט אז די טורעם וואס איז ביי די ווינקל און די קעניג פון אינמיטן די ברעטל גייען ביידע צוזאמען אין איין מאוו (יא, עס נוצט אויס א מאוו, נישט ווי מאנכע האבן א טעות אז מען קען עס טוהן אפילו ווען עס איז נישט דיין גאנג צו גיין) די קעניג רוקט זיך צוויי טריט רעכטס און די טורעם הייבט זיך אויף און עס גייט צו די אנדערע זייט פון די קעניג, יעצט איז אזוי עס איז דא א רעכטע זייט פון די ברעטל און א לינקע זייט דער שפילער וואס שפילט שווארץ איז דאך קעגן איבער איז וויאזוי גיט מען זיך אן עצה ווען מען זאגט רעכטע זייט לינקע זייט איך ווייס דאך נישט פון וועלכע זייט ברעטל מען רעדט דעריבער אנשטאט זאגט מען קינגסייד אדער קווינסייד דאס הייסט פאר ווייס איז די קעניג אויף די רעכט זייט פונעם ברעטל אין פאר שווארץ איז די קעניג אויף זיין לינקע זייט יעצט ביי קעסטלינג איז דא 2 אפציעס אדער קינגזייט קעסטלינג אדער קווינסייד קעסטלינג ביי די קינג זייט רוקט זיך עס 2 טריט פון E צו G און ביי די קווינסייד 2 טריט פון E צו C און די טורעם פון די קווינסייד קומט פון די אנדערע זייט נעבן דעם קעניג זעה בילד



עס איז דא 4 תנאים כדאי צו קענען קעסטלן

1. עס מוז זיין די קעניגס ערשטע טריט, אבער אויב איז דער קעניג שוין געגאנגען אפילו נאר איין טריט האט ער פארלוירן די אפציע פון קעסטלן (עס איז דא אזא מין זאך וואס רופט זיך ארטיפישל קעסטלינג דאס וועט מען לאזן פאר שפעטער)
2. עס מוז זיין די ערשטע טריט פונעם טורעם (די טורעם וואס העלפט דא קעסטלען)
3. עס טאר נישט זיין קיין שום שטיקל צווישן די קעניג און די טורעם בשעתן קעסטעלן
4. די קעניג קען נישט קעסטלן דורך שאאך!, דאס מיינט אזוי
1. אויב די קעניג איז אין שאאך! און ער דארף זיך ארויס זעהן פון שאך קען ער דאס נישט טוהן דורך קעסטלן
2. בשעת די קעניג רוקט זיך די 2 טריט טאר נישט געשעהן אז עס זאל ווערן שאאך!, דאס איז אויך א פלאץ ווי מאנכע ווערן צומישט איז לאמיר קלאר שטעלן, נאר די סקווערס וואס די קעניג גייט דורך טאר נישט זיין עקספאזט צו א שונא'ס שטיקל וואס קען אים פארכאפן, אבער די סקווער\ס פון ווי די טורעם קומט איז דאס נישט שייך, כאטש פריער האט מער געזאגט אז עס טאר נישט זיין קיין שום שטיקל צווישן די קעניג און די טורעם בשעתן קעסטעלן.

אז מען האט שוין גערעדט פון קווינסייד און קינגסייד לאמיר אויך רעדן פון די רייעס און קאלומ'ס:
אין שאך שפראך רופט מען די רייעס רענקס ranks און די קאלומ'ס פיילס Files
די רייעס האבן נומערען 1234
און די פיילס האבן ABC
למשל מען קען הערן אזעלכע טערמינען ווי: "The A File" אדער "the seventh rank"



the position

ווען מען רעדט פון די פאזיציע מיינט מען די וועג וויאזוי די בארד קוקט יעצט אויס, דאס מיינט אנהייב שפיל איז די בארד אייביג די זעלבע איש על מחנהו ואיש על דגלו און נאך די ערשטע מאוו קען שוין זיין 20 אנדערע פאזיציעס זעה בילד און נאך שווארצעס ערשטע טריט קען שוין זיין 400 אנדערע פאזיציעס! און נאך שווארצעס 4 מאוו איז דא אזויפיל ווי איבער 3 ביליאן (יא מיט א ב') פאזיציעס



ווער מאכט די ערשטע טריט אין שאך?

ווי געשריבן אויבן גייט די ערשטע טריט דער מיט די ווייסע שטיקלעך, צו קענען גיין די ערשטע טריט איז א פיצי עדווענטדזש אז מען קען ערשט אטאקירן, געווענליך וועלן שפילער דעצידירן ווער עס באקומט ווייס דורך א קוין פליפ אדער דורך א הייסן איינע פון די שפילער געססן וועלכע קאליר פאנדל איך האב איך מיין האנט, און ביי די נעקסטע שפיל וועלן זיי זיך טוישן קאלירן, על פיר רוב ווען מען שפילט שאך פאר א פארמעסט וועט מען שפילן עטליכע געימס, מען שפילט למשל 10 געימס און מען רעכנט יעדע געווינס פאר א פוינט, און ווער עס האט נאך די 10 געימס די מערסטע פוינטס דער איז דער געוואונער (אויב עס קומט נישט אויס אין א טיי, זעה שפעטער ווען מען וועט רעדן פון טיים קאנטראל)

די כללים אויף וויאזוי צו געווינען דעם שפיל

סאיז דא אפאר וועגן וויאזוי צו ענדיגן א שפיל אין שאך: דורך שאכמאט, דורך א טיי Draw, דורך רעזיגנירן, אדער דורך פארלירן אין צייט

די ציל פונעם געים איז צו צווינגן דעם קעגנערס קעניג אין שאכמאט, דאס געשעהט ווען דער קעניג איז אין שאאך! און קען נישט זיך נישט ארויסדערזעהן דערפון דורך קיין איין וועג זעה בילד


דאן האסטו געווינען די געים! נישט קיין חילוק וועלכע מאוו אדער וויפיל שטיקלעך סאיז נאך דא אויפן בארד, זעה בילד וויאזוי שווארץ קען מאכט א שאכמאט אין בלויז 2 מאווס, דאס ווערט אנגערופן די Fools mate מאך שאר דו פאלסט נישט אריין מיט אזאנס...


וויאזוי צו ענדיגן א געים דורך א draw

עס מאכט זיך אפט אז א געים ענדיגט זיך אן קיין געווינער (אין אמת'ן אריין ביי די טשאמפיאנען וועלן רובא דרובא מאל זיך ענדיגן אן קיין געווינער) עס איז דא 5 וועגן וויאזוי א געים זאל זיך ענדיגן אין א טיי

1. אויב די פאזיציע קומט אן אין א סטעילמעיט! דאס מיינט אז דער שפילער וואס זיין צייט איז יעצט צו גיין האט נישט קיין שום לעגאלע מאוו צו גיין אבער זיין קעניג איז נישט אין שאאך!
זעה בילד


2. די שפילער קענען סתם אזוי אגריען צו א DRAW דאס מיינט זיי ווילן נישט שפילן ווייטער און זיי ענדיגן דעם שפיל אין א דראו, על פי רוב טוט מען עס ווען ביידע זעהן איין אז קיינער קען דא נישט געווינען

3. עס איז נישט איבערגעבליבן גענוג מאטריאל אויפן בארד און סאיז נישט מעגליך פאר קיינעם צו דערליווערען שאכמאט, צום ביישפיל עס איז איבערגעבליבן נאר א ווייסע קעניג און א ווייסע לויפער קעגן א שווארצע קעניג, דאס מיינט אז אפילו ווייס וועט קיינמאל נישט קענען דעליווערן שאכמאט

4. אויב די פאזיציע חזר'ט זיך איבער 3 מאל די זעלבע (אפילו עס איז נישט אין א רייע) און זיכער אויב ביידע רוקן די זעלבע שטיקל אהין און צוריק 3 מאל

5. די 50 מאוו רול, דאס איז א רול אז א געים זאל זיך נישט ציען סתם אזוי פאר שעה'ן ארוכות דעריבער אויב איז דורך 50 מאוו'ס אנדעם וואס איינער זאל פארכאפן א שטיקל אדער רוקן א פאנדעל קען מען דערקלערן א דראו צום ביישפיל עס איז איבערגעבליבן א שווארצע קעניג אליינס קעגן א ווייסע קעניג און א טורעם וואס קען מעגליך צווינגען שאכמאט אבער אויב זעהט שווארץ אז ווייס באכלעפטשעט זיך נישט און עס געדויערט אים צו לאנג קען ער דערקלערן די 50 מאוו רול



המשך יבא אי"ה

PDF בלתי מוגה
קרעדיט הרב איינס
לעצט פארראכטן דורך milech fried אום מאנטאג אוגוסט 23, 2021 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי צו שפילן שאך

Even the laziest King flees wildly in the face of a double check!” (Aaron Nimzowitsch)
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

האסט דעליווערט א געוואלדיגע ארבעט! זייער הנאה געהאט, זיי ממשיך!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שכח, זייער אינפארמאטיוו!!
טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:09 pm

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ויפה »

WOW!
מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2155
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע:אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

גאר אינפארמאטיוו און אינטערסאנט!! א גרויסער יישר כח!! זיי ממשיך


(געווען גאר אינטערסאנט אפילו פאר מיר וואס כ'האב שוין געשפילט און געווינען צענדליגע אויב נישט הונדערטער שפילן....
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח! ס'ליגט קענטיג דא אן ערנסטע עבודה.

איך האב עס נאכנישט געליינט. עס איז אויף מיין טו דו ליסט...

אפשר מאכט איינער א PDF?
purple knish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך purple knish »

אייו בין וועיטינג פאר סאמטינג לייק דיס! מעני טענקס
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

ממוצע האט געשריבן: יישר כח! ס'ליגט קענטיג דא אן ערנסטע עבודה.

איך האב עס נאכנישט געליינט. עס איז אויף מיין טו דו ליסט...

אפשר מאכט איינער א PDF?

יאפ! א מעכטיגע ארבעט אריינגעלייגט

אויף א pdf וועט נישט מיטקומען די gifs
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

א סורפרייז! ס'מיר נישט בייגעפאלן אז איינער גייט נאך אמאל מאכן א דעטאלירטע ארטיקל וויאזוי מ'שפילט שאך

זייער הנאה געהאט.. און מ'ווארט מיר אויף די המשך שכח
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

שכח הרב פריעד, גוט אראפגעשריבן.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קוקט אויס מעכטיג
גיימער ליינען
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע:checkmate in 1
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

א ישר כח פאר אלע באדאנקערס דאס גיט מוט צו שרייבן ווייטער אז איך זעה אזא גוטע מנין אידן ליינען עס

Rak Tov האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן: יישר כח! ס'ליגט קענטיג דא אן ערנסטע עבודה.

איך האב עס נאכנישט געליינט. עס איז אויף מיין טו דו ליסט...

אפשר מאכט איינער א PDF?

יאפ! א מעכטיגע ארבעט אריינגעלייגט

אויף א pdf וועט נישט מיטקומען די gifs

אויב איינער וויל מאכן א פידיעף קען איך פרובירן צושטעלן געהעריגע בילדער אנשטאט די גיפ'ס/דזשיפ'ס
למשל דאס בילד אנשטאט די דזשיף בילד פאר די ענפעסענט רול
אטעטשמענטס
phpXrIZEr.jpeg
phpXrIZEr.jpeg (32.2 KiB) געזען 6183 מאל
וויאזוי צו שפילן שאך

Even the laziest King flees wildly in the face of a double check!” (Aaron Nimzowitsch)
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2977
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זייער אינפארמאטיוו און געשמאק געשריבן!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5691
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

געוואלדיג
Keap it up
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

זייער שיין און פראפעסיאנאל. ס׳דא חידושים אפי׳ פאר די וואס קענען שאך.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

שיין און קלאר.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אפגעליינט.

זייער שיין און קלאר מסביר געווען.

סתם צו ווייזן ווי בעיון איך האב עס געליינט.. איך בין נייגעריג צי ס'איז נישט דא עפעס א טעות אין דעם פאראגראף...

1) די פאנדל וואס נעמט איבער מוז זיין פונקטליך דריי רייע'ס\רענקס ארויף פון די די צווייטע ראנק (אדער זיבעטע ראנק אויב רעדט מען פון שווארץ)
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע:checkmate in 1
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

whats wrong?
וויאזוי צו שפילן שאך

Even the laziest King flees wildly in the face of a double check!” (Aaron Nimzowitsch)
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע:checkmate in 1
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

איך גיי נישט ווייטער ווי לאנג מען ענטפערט מיר נישט די סעלושען צו די פאזל
ווייס צו גיין
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (64.81 KiB) געזען 5744 מאל
וויאזוי צו שפילן שאך

Even the laziest King flees wildly in the face of a double check!” (Aaron Nimzowitsch)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

milech fried האט געשריבן: whats wrong?

זיבעטע פון שווארץ? עפעס מאכט נישט קיין סענס.

אויב ס'שטימט נאר מיין דומע קאפ כאפט נישט.. לאז עס פייפן..
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

milech fried האט געשריבן: איך גיי נישט ווייטער ווי לאנג מען ענטפערט מיר נישט די סעלושען צו די פאזל
ווייס צו גיין

RD8

?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ממוצע האט געשריבן:
milech fried האט געשריבן: איך גיי נישט ווייטער ווי לאנג מען ענטפערט מיר נישט די סעלושען צו די פאזל
ווייס צו גיין

RD8

?


נאך RxD8, RxD8+, KG7 וואס טוהסטו?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

נאך די אלע מאווס, סטראשעט שווארץ QB1+ נאך RD1, גייט שווארץ QxD1 שאכמאט.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

בבקשה האט געשריבן:
נאך RxD8, RxD8+, KG7 וואס טוהסטו?

זיי מיר מוחל מיין עם הארצות. איך בין א מתחיל

דו זאגסט אז שווארץ גייט KG7? דאן גייט ווייס RXE8. פון דא און ווייטער קען עס גיין אפאר וועגן.

איך פארשטיי נישט ווייטער וואס דו זאגסט...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: וויאזוי צו שפילן שאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

נאכדעם קען גיין ווייס QC5 און QF8 ווענדט זיך וויאזוי שווארץ גייט
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”