אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שלמה'לע מיט דוד יחזקאל זענען צוויי חברים, זיי וואוינען אויף די זעלבע גאס, און זיי גייען אין די זעלבע קלאס, צוזאמען גייען זיי אויפן באס, צוזאמען גייען זיי אין חדר, און צוזאמען זיצן זיי ביי פרישטאג. ביי ריסעס לויפן זיי נישט ארום מיט אלע קינדער, זיי זיצן צוזאמען פארשטעקט אין א ווינקל, און פארברענגען שטילערהייט צוזאמען, זיי טוישן זיך אויף פון די יאזנט, און פארטרויען זיך מיט די געהיימסטע סודות. ביינאכט פארברענגען זיי איינער אינעם צווייטנס הויז, און קענען שוין אלע געשוויסטער ביי די נעמען.
אויך אין קעמפ שלאפן זיי צוזאמען, און נאך נאכטמאל אויב זיי האבן נישט ליעב די עסן, וועלן זיי ביידע צוזאמען זיך אוועקזעצן עסן נאדל-סאופ. כמעט וואס זיי גייען שווימען אדער שפילן מיט אנדערע קינדער, און אמאל אמאל אז יא, וועלן זיי זיך אויך אנכאפן און גיין אינאיינעם.

דאס אלעס ביז יענעם מיטוואך. קיינער ווייסט נישט ווי אזוי עס איז געשען, אבער עפעס ווי א שווארצע קאץ איז אדורך געלאפן צווישן זיי. שלמה'לע קומט שוין אליין אין חדר, און ביי פרישטאג זיצן זיי ביי אנדערע עקן טיש. אינאנהייב זענען זיי ביידע געזיצן אויף זייער פלאץ אנגעבלאזן און איינזאם, נישט רעדנדיג צו קיינעם, צוביסלעך האבן ביידע זיך געטראפן אנדערע חברים. היינט קענען זיי זיך שוין אמאל אמאל באגעגענען און רעדן איינער מיטן צווייטן. אבער צוריק ווי אמאל וועט עס שוין קיינמאל נישט ווערן. זיי שפירן אז די אמאליגע פריינשאפט איז געווען איבער די מאס, און היינט וועלן זיי שוין אנטלויפן דערפון, מיט אזא מאס, אז זיי ווייסן שוין נישט די גרעניץ.

***


די בארימטע פירמע עדווענטשור עלעקטעראניקס גרייט זיך אריבערצוציען צו א שפאגל נייער אויסשטאפירטער פערצן שטאקיגער היי-ענד פעסיליטי, אהערצושטעלן מיט די סטעיט אף די ארט טעכנאלאגיע און די פארגעשריטענסטע סופליי, ווי עס פאסט פאר א הויך-קוואליטעט פירמע אין צוואנציג-צוויי-און-צוואנציג.
דער באגאבטער מענדזשער מר. קעיוו קאלניער שטייט אין שפיץ פון די גרויסארטיגע אקציע, די טרעילארס קומען אן איינס נאכן צווייטן, און די מאסן שטאב פאקט ארויס און פירט די לאודס צו איר באשטימטער לאקאציע אינעם גיגאנטישן פעסטונג. די פיר נייע עלעוועיטאס ארבעטן נאן-סטאפ, פירן ארויף איין לאוד נאכן אנדערן איבערגעפילט ביזן שפיץ מיט די שווערסטע מאשינערי, גליטשט זיך די 14 שטאק געשווינד און געשמירט ווי פידל.

נאך דריי וואכן אזוי אנלאדענען די עלעוועיטארס מיט די אווערסייז לאוד העווי-דאטי מאשינען וויפיל ס'גייט נאר אריין, זעט מיסטער קאלניער אז די עלעוועטארס הייבן אן גיין מער פאמעליך, זייי הינקען אביסל אינטער און וואקלען זיך כסדר. נאך עטליכע טעג זעט ער ווי דאס איז געבליבן שטעקן אויפן צוועלעפטן פלאר אנגעלאדנט מיט שווערע געפעק. געשווינד הייבט ער אויף דעם טעלעפאון, און קלינגט אן צו מיסטער סמיט פון היי ספיד עלעוועיטארס, און ער שארפט זיך שוין די ציין אים צו דערלאנגען אזא מין פסוק, אזוי למען ישמעו ויראו...
אבער מר. סמיט פארלירט זיך נישט, "זאגט נאר סיר קעיוו, האט איר געקוקט וואס איז געווען די וואג פון די געפעק וואס איר האט ארויפגעלאדנט אויף דעם מאשין?"
"איר ברויכט פארשטיין אז ווען איר נוצט א מאשין, דארפט איר נאכפאלגן די אנווייזונגען, מיר האבן אייך אינסטאלירט די בעסטע היי-ספיד עלעוועיטארס וואס מיר פארמאגן, און דאס וואלט באדארפט זיך צו האלטן פאר א גוטע פערציג-פופציג יארן, כולן שוין לטובה. אבער דאס איז גוט ווען איר נוצט דאס מיט א מאס, איינמאל איר גייט אריבער דעם לימיט קענען מיר אייך גארנישט גאראנטיען..."
****


די גאלעריען און פארענטשעס זענען פול ביז ארויף, דער גאנצער סטאדיום שטייט געשפאנט, מען גייט אצינד ארויפרופן אויפן פאדיום דעם יונגן שטערן, דער ניי-באקרוינטער חזן, ער זאל ארויפקומען דער סאמע ערשטער מאל פארשטעלן זיינע געבענטשטע כשרונות פאר אזא פילקעפיגער ציבור.
דער פול-הארמאנישער קאפעליע הייבט אן מיט די ברומערייען, און דער יונגער חזן שפינהאלץ שטעלט זיך אוועק מיט א פעסטקייט. מיט זיין שטאלצער גענאק ארויסגעצויגן, און מיטן קאפ און דער הייעך, הייבט אן ציען מיט זיין זיסער שטימע, העכער און העכער, פלינק און געשווינד דרייט מיט שטימע ארויף און אראפ, די פארזאמלטע שטייען מיט די אפענע מיילער, און בייגן זיך מיט מיט זיינע קונצליכע מאנאווערעס. זיין שטימע גיסט נאסטאלגיע, זיין קרעכטס טוט שניידן דאס הארץ און די לוסטיגע אויספיר הייבט דעם עולם אין א טענצל.
און דאן קומט שוין אן דער שפיץ ער שפאנט העכער און העכער און העכער, ער פארט ארויף א נאך טאן און נאך אן אקטאווע, און גייט העכער און העכער ארויף ארויף. – די הארץ צאפלט אים שוין, אפשר איז ער נישט אויפן ריכטיגן טרעק, אולי גייט דאס נישט געלונגען – אבער ער זאמלט קוראזש, און גייט אריבער צום בריקל. ער זאמלט די ענערגיע און רואיגערהייט ציט די שטימע נידריג נידריג מיט א שוואכע שטילע טאן.... אטעמט טיף אריין. און דאן געט א שיס ארויף... מיט אלע כוחות... בונייייייייייייי אייייהה בונייייייי בוניייייי איייא אייי ----- און פון האלז קוויטשעט ארויס א פייף, ווי צו זאגן עד פה תבא...
ער האט אומבאמערקט פארווישט און צוגעענדיגט, צו די הילכיגע אפלאדירונגען פון די פארזאמלטע, וואס האבן זיך נאך געווישט די טרערן, פון געפיל און עקסטאז. אבער זיין שטימע איז מער קיינמאל נישט צורקגעקומען צו וואס עס איז געווען, ער האט עס איבערגעריסן, און דאס איז עס.

****


ווער ווייסט נישט וואס סוחי האט ליעב?? סוחי האט זייער ליב צו עסן פעטע שטיקער סטעיק מיט יאפציק!! און יעדער ווייסט עס, קיינער קען עס נישט מיסטעיקן. יעדער ווייסט שוין אז ווען סוחי קומט דארף מען צושטעלן לויט זיין טעיסט...
זונטאג האט זיין גרופ געמאכט א פארברענגן און ס'איז געווען צו רוקן און צו בריקן, שטייטסעך סוחי פארשטייט צו די אכילה, ער האט זיך אנגעפילט א טעלער אזוי גרויס ווי א דיסק פון א רעקארד פלעיער, און ער האט זיך געזעצט אכל'ען אז ס'איז געגאנגען א רויעך... מאנטאג זענען די חברה אין זשאב געגאנגען טשילן אויף א יאכט שיף, אויך דארט האט סוחי אריינגעריקט אפאר גאנצע בהמות, און צו-דער-זייט אויך זיין באליבטע יאפטשיק. די נעקסטע טאג האט ער געהאט א פשוטע סאפער אינדערהיים, אבער זיין אשת חיל האט שוין געוואוסט וואס ער האט ליב, אז ער פאלט שוין יא אמאל אריין צו א סאפער דארף מען דארך צושטעלן וואס ער ליעב, נא, גרייט מען צו אזא פיינעם געבראטענעם ריפ סטעיק מיט עטליכע סלייסעס יאפטשיק. די ש'כח נאכדעם איז ממש אין לשכוח... מיטוואך איז סוחי נישט מוותר אויפן מנהג צו עסן מילעכיגס כ'מיין? א מנהג איז דאך א מנהג, נישט אזוי?. ליל שישי האט שטולי געמאכט א בת נאכט, יאוי איז דעס געווען נעקסט לעוועל, סוחי איז ארומגעגאנגען דארט מיט די קאפ און הייעך און נישט געסטאפט צו רוקן, זיינע באקן האבן זיך שיר-נישט צוריסן. ווידעראום שבת ביי די סעודה, איז דאך א מצוה פון וקראת לשבת עונג... נו קען מען דאך נישט מוותר זיין, וואס שטעלט מען צו? אוודאי בשר ויאפטשיק וכל מטעמים...

ביז ס'איז געקומען איין גרויען זונטאג ווען חילי האט געמאכט זיין סיום אויף ספר תהילים, סוחי איז דאך הוקט-אפ מיט חיל..., און חילי לויםט צו מיט א גאנצער טעלער מיט יאפטשיק דערלאנגט פאר סוחי, און מיטאמאל באאפס... עס גייט נישט אריין...ער ווייסט נישט וואס דא גייט פאר, ער וויל נישט פארשעמען חילי, אבער עפעס האט ער זיך פארעקלט דערפון און פיניש, ער קען דאס נישט ארייננעמען אין מויל אריין... ער שפירט ווי ער האט שוין געריטשט די מאקסימום יאפטשיק וואס ער קען פארנעמען, און אצינד איז ער פארטיג דערמיט... עס האט נאך געדויערט א שיינע פאר מאנאטן ער זאל ווידעראמאל קענען קוקן דערויף.





***

יעדער דויערהאפטיגער חפץ וועט קומען מיט אינסטרוקציעס ווי דאס צו נוצן. און אויב פאלגט מען דאס נישט, איז דאס אומשטאנד קאליע צו גיין.
א גוטע זאך איז זייער גוט ווען מען ניצט דאס לויט די אנווייזונגען, אבער אויב וועט מען דאס איבערשטרענגען איז מען גאר אומשטאנד דאס צו פארלירן.

מאכט זיך אמאל אז עס קומט אונטער א געלעגנהייט צו טון גוטס, און דער מענטש טרעפט זיך באשעפטיגט מיט וואוילטעטיגע עסקים, אבער איין זאך דארף מען נאר אינאכט נעמען, אויב וועט ער אריבערגיין די מאס איז ער אומשטאנד אין א שיינעם טאג דאס גאנצע ענין איבערצולאזן.
ווייל ער האט נישט אנערקענט, אז מיטן נעמען אויף זיך מער וויפיל ער קען פארנעמען, טוט דער גאנצער מאשין גיין פייפן.

***

עס איז פארהאן אמאל חשובע יונגעלייט וואס באגעגענען זיך צום ערשן מאל אז אויפן טריפה'נעם פארצווייגטן געוועב, געפונט זיך א מקום מקלט, א ריין אפגעזונדערט קרעטשמעלע. מיט גרויס עקסטאז וועט ער דורכנישטערן דעם גאנצן סייט אין איין אטעם, און מיט אומפעט וועט ער ארויפפליען אויפן תגובה לייטער, ער וועט לויפן ברענגען נייעס און קליפטשעלעך צו וואס ער קען נאר, ער וועט האבן א מיינונג אין יעדן נושא און דעבאטירן לאנגע דעבאטעס אן אויפהער. און נאך צוויי וואכן יחון פליטתו...

פון די אנדערע זייט קען זיין לאנגיעריגע אקטיווע ניקס, וואס הייבן אן שפירן א מידעקייט אין די ביינער, ער פארמאגט שוין נישט די יונגע כוחות, און עס נעמט שוין ארויס פון די גלייכגעוויכט אנצוהאלטן מיט די זעלביגע פעסטקייט, און פלוצים אין א גרינעם דינסטאג ווערט ער פארשווענדן פון די ארענע.



דעריבער וויל איך זיך ווענדן מיט אט די ווערטער.

צו אייך חשובע ניק:
אויב טראכט איר, אז עס וועט גאנץ בקרוב קומען א טאג וואס איר וועט קלערן צו זיך אז: "אפשר טאקע איז שוין געקומען די צייט צו גיין פון דאנעט???"
דאן בעט איך פון אייך א קלייניגקייט. ביטע הערט שוין אויף שרייבן דא!!


איין מינוט... לאז אויסרעדן...
נישט הער אויף אינגאנצן... אבער לאז נאך אביסעלע...
עס וועט גארנישט געשען אז דו וועסט זען די נייעס מיט צוויי שעה שפעטער. אז דו וועסט יענעם לאזן הענגען אפי' ער איז דיר אביסל אריינגעפארן איז אויך גארנישט. אז דו וועסט נישט עספיען אריינצוכאפן די טעגלאשע קאכערייען בעפאר די מנהלים האבן דאס באוויזן צו פארמעקן, וועט נישט די וועלט אונטערגיין...


און איבער אלעם, פאפ דיך נישט, קען דיך אליינס. און נעם אויף דיינע פלייצעס פונקט וויפיל זיי קענען פארנעמען...

טאקע ווייל עס איז מיר זייער אנגענעם צו פארברענגען דא אינאיינעם, און איך בין זיך מחי' מיט דיינע תגובות.
טאקע דערפאר וויל איך נישט אז אין איין שיינעם טאג, זאל דאס פלוצלינג קומען צו א האסטיגער אפשטעל.
לעצט פארראכטן דורך הלבלר בקולמסו אום זונטאג נאוועמבער 21, 2021 11:39 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

;l;p-;l;p-;l;p-

גיי שוין גיי...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

פיין געזאגט, די משלים זענען ציענד און מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט, די נקודה איז גוט אין פערזענליכע לעבן אויך.

כבין נייגעריג וויפיל ניקס האבן זיך שוין אמאל אנגעשטויסן אין די ווארט “יאזנט”.
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19067
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Wow

שפריכלאז

זוי שיין צולייגט

פאסיגע משלים

אפי ..... פארשטייט שוין
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יאפ! געלערנט אויף מיינע אייגענע ביינער, מען קען נאר זיין אקטיוו ווען מען קען...
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

וואו!!! הלבלר בתפארתו! דיין שפראך איז זייער פליסנד און ציענד געפלאכטן מיט בליציגע געדאנקן
האסט מייסטערליש ארויסגעברענגט די וויכטיגע פאוינט,
מ'דארף עס געבן פאר @ארענדער ער זאל מאכן אז די סיסטעם זאל עס אטאמאטיש שיקן פאר יעדע נייע ניק וואס שרייבט זיך איין גלייך נאך וואס מ'ענטפערט 'אמן'

וויפיל טאלאנטן זענען שוין געווארן אויסגעברענט דא נאכן נישט אינאכט נעמען די נקודה

אל תמות כדרך שמת פלוני...
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9228
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פשיהא, יעצט באמערקט ווי שיין דו שרייבסט, אלזא זייט אזוי גוט און פאנגט אן שרייבען אפאר קנאקעדיגע ארטיקלען אזוי ארום ווען איר גייט זאלען מיר וויסען צו באוויינען און פארשטיין דאן די סיבה וואס איר טוהט דא מיינען.

מיר זענען גרייט!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

הערליך און מייסטערהאפטיג מיט א גוטע פענע
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטארק צום פינטל!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

א געשמאק צו לעזן!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

הערליך! אקוראט וואס כ׳האב געשפירט…


פינג @סאכדעס
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

זייער ריכטיג
גיימער שוין אויפהערן...

@לבלר דו שרייבסט גוט!
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

;l;p-גוט געשריבן און גוט געזאגט, און גערעכט איז גערעכט !






אוטש...! כ'האב פארגעסן אז לייענענדיג דיין ארטיקל האב איך אפגעמאכט אז איך גיי 'נישט' מגיב זיין גלייך יעדעס מאל אויף יעדן געשרייבעכטס...
שוין, פאגעריט... נעקסט טיים...
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

גאר גאר שטארק הרב לבלר!
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

פיין....
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אוי, אוי, האסט אזוי גוט געשריבן. דער אמת טוט וויי און ציפט און הארץ.. עס איז אמת'ע רייד!

דיין שפראך איז גוט, ווערט נאר בעסער. איך האב שטארק הנאה פון דיינע ארטיקלן.

דאס איז א זאפטיגס, מיט א הערליך געמאלענע בילד.
אוועטאר
לאל
שר האלפיים
תגובות: 2170
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 11:51 am

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאל »

מאכסט מיך טראכטן...

אפשר טאקע??
הא הא הא.... וואס?

ווען עס קומט א הינט, געב איך א חתימה!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע:נישט צו ווייט

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

המממ. ער זאגט עפעס
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5128
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

סא, כקען שוין גיין?
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
● קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
ספעציעלע זוממער פרייזן!!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

קיינער גייט נישט פון דא נאר מיט א אנדערע....
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע:ביי די ארבעט

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

;l;p-;l;p-;l;p-
אזוי זאג איךמיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

מטעמים האט געשריבן: פשיהא, יעצט באמערקט ווי שיין דו שרייבסט, אלזא זייט אזוי גוט און פאנגט אן שרייבען אפאר קנאקעדיגע ארטיקלען אזוי ארום ווען איר גייט זאלען מיר וויסען צו באוויינען און פארשטיין דאן די סיבה וואס איר טוהט דא מיינען.

מיר זענען גרייט!!!

:lol::lol:
אזוי סעלפיש צו זיין...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

נו גוט נו שוין האט געשריבן: זייער ריכטיג
גיימער שוין אויפהערן...

@לבלר דו שרייבסט גוט!


:evil::evil:
איך וואונטש דיר ארויסצוקריכן בקרוב בקרוב ממש.
מיט א גוטס באגלייט.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

איך וואלט געוואלט אז אייוועלט זאל צושטעלן א סערוויס פון א אפשען פון צייט לימיט (למשל איין שעה אין טאג) וואס די סייט זאל זיין אפען פאר זיין ניק !
אפשר טאקע ?
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: אפשר טאקע איז שוין צייט צו גיין פון דא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

בעל החבית האט געשריבן: איך וואלט געוואלט אז אייוועלט זאל צושטעלן א סערוויס פון א אפשען פון צייט לימיט (למשל איין שעה אין טאג) וואס די סייט זאל זיין אפען פאר זיין ניק !
אפשר טאקע ?

איך מיין אז דאס וועט אבער נישט בויען די כוח המעצר. לויט ווי איך פארשטיי ברענגט די ארטיקל ארויס אז מ'זאל זיך קענען אליינס מעצר און זיך לערנען ווי אזוי צו גיין צוביסלאך אנטשטאט אויסברענען. דאס איז א מידה וואס איז וויכטיג זיך אויסצולערנען (גם אני בתוכם)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”