ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19903
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

בס"ד

אול"י ד' לסדר וישב, כ' כסלו שנת תשפ"ב לפ"ק

שלום וברכה אמע"כ חברי ורבני קהלתינו הע"י

ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו, נאך חדשים לאנג פון שווערע ארבעט פון די געטרייע חברי הקרעטשמע, חובבי ואוהדי נגינה, זעהט מען ענדליך די פירות פון די הארעוואניע, און א פריש איבערגעמאכטע נגינה אפטיילונג אינערהאלב די קרעטשמע ווענט.

ס'איז באמת נישטא קיין מקום פאר קיין הקדמות ווען די מציאות שרייט פאר די אויגן, אבנארמאלע אוצרות און אוצרות ליגן דא פארווארפן און אנגעזאמלט פון די לעצטע ארום 15 יאר אויף אונזער וועלטל, וואס צוליב די ריבוי הענינים איז דאס געווארן באגראבן און פארזעהן און ס'האט נישט געקענט ווערן אויסגענוצט צום קלימאקס.

די געוועזענע כלליות'דיגע נגינה פארום האט געדינט אלץ מאסף לכל אשר בשם נגינה ייקרא און נאך מיט א שמיץ אריבער, צענדליגער און הונדערטער אשכולות וואס האבן נישט מיט נגינה קיין שייכות האבן זיך דא געפינען זייער מקום. די איבערפלוס פון די אלע אשכולות - און בכלל אשכולות פון נגינה פונעם אנדערן סארט - האבן גורם געווען אז די נושא פון פארצייטישע נגינה איז אין טייל פארוואסערט געווארן און האט נישט געצויגן די אויגן פון די וואס וואלטן אזויפיל געקענט געניסן דערפון. חוץ מזה וואס פאר די וואס זענען עוסק און זוכן פאר פארצייטישע נגינה איז נישט מן היושר זיי זאלן זיך דארפן אנשטויסן אין דיסקוסיעס פון היינטיגע זינגעריי וואס איז די היפוך פון וואס מ'זוכט...

נאך א שטיק צייט פון דיסקוסיעס צווישן עטליכע וואלונטירן פון אלע אפטיילונגען פון די נגינה וועלט איז מען געקומען אל עמק השווה וויאזוי צו צוטיילן די נגינה פארום בכדי ס'זאל זיין להנאת כל אחד ואחד, מ'איז דורכגעגאנגען יעדע איינציגסטע אשכול אינעם נגינה פארום, און זיכער געמאכט אז זי טרעפט איר פלאץ אינעם איבערגעבויטן פארום. געוויסע קלייניגקייטן וועט פארשטייט זיך געדויערן ביז ס'וועט פאלן אין פלאץ, אבער דער עיקר איז אז די שווערע חלק איז מען שוין אריבער און די פריש איבערגעמאכטע " היכל הנגינה" אפטיילונג ביי אונזער היימישע קרעטשמע גייט אריין אין פולן שוואנג בשעטו"מ!

די הויפט פארום, די ביז יעצט איינציגסטע היכל הנגינה פארום, וועט דינען פאר די כלליות'דיגע נגינה אשכולות וואס רעכנט אריין, נייע ניגונים, זינגערס, שפילערס, אלבומס, און נאך.

דא קומט דער נייער שירי קודשסאב פארום וואס וועט דינען פאר " חסיד'ישע און פארצייטישע נגינה, נוסח התפלה ומועדי השנה", כדי צו פארמיידן ספיקות און צומישענישן אינעם עתיד, טוען מיר דא קלארשטעלן די גרעניץ ליניע פון דעם פארום. כדי א נושא, א ניגון/אלבום וכדו' זאל זיך אהערציען אדער עפענען דא, דארף עס אריינפאלן אין ווייניגסטנס 'איינע' פון די פאלגנדע קאטעגאריעס:
  • ס'איז פארפאסט געווארן פאר'ן קריג.
  • ארויסגעגעבן געווארן דורך א קהילה/חצר.
(דאס איז אוועקגעשטעלט געווארן אויף צו געבן א מושג און אוועקשטעלן א גדר וואס באלאנגט וואו, אבער ס'איז לאו דוקא אזא קלעיר קאט, און מ'דארף צומאל נוצן דעם פינפטן שולחן ערוך...)

אויך איז דער פארום מיוחד צו שמועסן איבער נוסחאות התפילה. (נישט אויסמישן מיט חזנות, פאר וועלכע ס'וועט נאכפאלגן א באזונדערע פארום.)

א דעטאלירטע מפתח איז געווארן אהערגעשטעלט צו באדינען דעם ציבור און פירן גרינגערהייט דעם עולם צו די געזוכטע אשכולות.

בעזהשי"ת וועלן צוקומען נאך עטליכע סוב פארומס אין די קומענדיגע טעג וואס וועט משלים זיין דעם פראיעקט און אהערשטעלן א שפאגל נייע נגינה אפטיילונג.

דערמיט טוה איך זיך באדאנקען לכל העוזרים והמסייעים בדבר חשוב הזה, ובשם השם נעשה ונצליח!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יישר כח גדול הרב סטאו, זאלסטו זיין געבענשט! ס'איז זיכער נישט גרינג געווען, אבער עס איז ווערד יעדע ביסל יגיעה!

--
אהער מיט די גרינע, און די פאטשערס.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווארט נאר ווארט, האסט נאך גארניש געזעהן... דער סטאוו האט אריינגעארבייט די לעצטע פאר חדשים... ווואף!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יעצט ווייס איך שוין פארוואס היינט ביים באזוכן וויכי האב איך געהערט זינגען של"ס ניגונים, ער איז דאן געווען אין די נייע פארעם
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4827
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

קענט וועיט טא סי
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע:און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

Wow
שכח סטאוו!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

יישר כח סטאוו און וויכי וואס האבן ביידע אריינגערבעט אז היכל הנגינה זאל ווערן א דבר השלם...
און שכח פאר אלע ניקים וואס האבן אריינגעלייגט מוח און כח אז די זאך זאל קענען פארענדיגט ווערן בכי טוב אין א מזל'דיגע שעה!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

masmid האט געשריבן: יישר כח סטאוו און וויכי וואס האבן ביידע אריינגערבעט אז היכל הנגינה זאל ווערן א דבר השלם...
און שכח פאר אלע ניקים וואס האבן אריינגעלייגט מוח און כח אז די זאך זאל קענען פארענדיגט ווערן בכי טוב אין א מזל'דיגע שעה!
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7561
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

שכח אלע וואס האבען א חלק און מאכן שענער די וועלטל ובפרט היכל הנגינה...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ס'איז גראדע געווען א שיינע פאר ניקס אינוואלד, רוב אחראים, ספעציעל ידידינו ערעב קלאצקאפ... כ'געדענק נישט אלע נעמען, אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן...

קאפעלע,
ארחיקה,
כינור,
צוגאנער,
נאר מיט שמחה,
מקוה איד,
איינס.

נאך?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

Wow!! שטארק באגריסנד!!!


איך מיין אז פאר ר' יו"ט ערליך זאל מען געבן ערלויבעניש אריין צו שירי קודש. ער איז דער איינציגער נאכן קריג וואס האט געמאכט ניגונים ווי בעפארן קריג.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע:אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: ס'איז גראדע געווען א שיינע פאר ניקס אינוואלד, רוב אחראים, ספעציעל ידידינו ערעב קלאצקאפ... כ'געדענק נישט אלע נעמען, אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן...

קאפעלע,
ארחיקה,
כינור,
צוגאנער,
נאר מיט שמחה,
מקוה איד,
איינס.

נאך?

נאך האט גארנישט געהאט דערמיט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דער אמת איז, אז ווען ס'איז אמאל געווען אן אנקעטע דערוועגן האב איך נישט אזוי געהאלטן דערפון.

אבער לאחרונה, זינט די "נייע שטערן" אשכולות עפאכע האב איך געקלערט אז דאס מוז שוין פאסירן וואס שנעלער...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע:נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

וואו! באמת א גרויסן ש'כח פאר אלע וואס האבן זיך אוועקגעגעבן פאר דעם, ס'וועט זיכער אויפלעבן ווען אלע אשכולות זענען מסודר אויף איין מקום.
-
וואס וועט אבער זיין מיט די אשכולות וואס האבן אויסגעמישט פון ביידע ווי למשל די אשכול 'איך זוך א ניגון' וואס דארט ליגט דאך א געוואלד מיט אלטע גוטע סחורה, קען מען דען צוטיילן א אשכול האלב דא און האלב אינעם נייעם סוב פארום?! און אפי' יא איז עס דאך א געוואלד מיט ארבעט, א שאד אז ס'ליגט פארוואסערט און אויסגעמישט מיט די אנדערע סארט.
כ'זעה גראדע אז די אשכול 'איך זוך די ווערטער פון א ניגון' האט מען יא אריינגעשטעלט אינעם נייעם סוב פארום הגם ס'האט פון ביידע אבער בדוחק קען עס גיין אבער די פריער דערמאנטע אשכול האט דאך שטארק פון ביידע סארט, און פון ביידע סארט זוכט מען.

העכסטנס אפשר וועט מען דארפן דארטן עפענען א נייע אשכול ס'זאל דינען מהיום והלאה.
לעצט פארראכטן דורך א שרייבערל אום מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 2:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו . (קרעדיט: גרויזאמער)
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4085
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שכח סטאוו און אלע אנדערע וואס האבן צוגעהאלפן..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

wow! שהחיינו וכו' זה היום וכו' ברוכים וכו' שטיימיר וכו'

ענדליך ענדליך זעה מיר דעם מעכטיגן טיילונג פארן אויגן, און דאס איז נאר די התחלה... האפנטליך אז ס'וועט ברענגען א התעוררות ברוחני ובגשמי לתועלת ולהנאת הכלל כולו יצא!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35603
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א הערליכע ארבייט געמאכט, האב מיר קיינמאל געכאפט וואס פאר א אוצרות ס'ליגט באגראבן ביינונז אונטערן אויוון.

ישר כחכם אייך אלע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ברוך שהחיינו וקיימנו!

דער עולם באגרייפט נישט וויפיל ארבעט ס'איז דא אריינגעגאנגען... ש'כח סטאוו און וויכי!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: ס'איז גראדע געווען א שיינע פאר ניקס אינוואלד, רוב אחראים, ספעציעל ידידינו ערעב קלאצקאפ... כ'געדענק נישט אלע נעמען, אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן...

קאפעלע,
ארחיקה,
כינור,
צוגאנער,
נאר מיט שמחה,
מקוה איד,
איינס.

נאך?

נעוואדע
דו האסט ארויס געלאזט דער וואס האט אריינגעלייגט צייט און כח נישט געשפארט גארנישט סזאל צושטאנד קומען
ה״ה
וויכטיג מאכער!!!!!

און אז איך שרייב שוין איך בין נישט געווען אזוי סאך פארמישט אויסער העלפן דא דארט
אבער איך מוז ארויס ברענגען אז שטייענדיג פון די זייט זאל דער עולם וויסן אז דא ליגט חדשים ארבעט פון די אויבנדערמאנט ניקס בראשם סטאוו יא, סאיז אנבעליוובל!!!!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

וויכטיג מאכער האט געשריבן: ס'איז גראדע געווען א שיינע פאר ניקס אינוואלד, רוב אחראים, ספעציעל ידידינו ערעב קלאצקאפ... כ'געדענק נישט אלע נעמען, אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן...

קאפעלע,
ארחיקה,
כינור,
צוגאנער,
נאר מיט שמחה,
מקוה איד,
איינס.

נאך?

יאך האב קיין פינגער אריינגעשטעקט אבער איי געס אז איך האב נישט געשטערט קומט מיר א דאנק.
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
בעל החבית
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:33 am

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל החבית »

;l;p-;l;p-;l;p-
"סטאוו"מיט די גאנצע "סטעף"העוסקים והעוזרים במלאכת הקודש - א באמבאסטישן דאנק אייך אלע !
ס'קעפל שווינדלט נאך פון די אוצר וואס האט זיך דא אזוי קליפ און קלאר אנטדעקט, (און ווער ווייסט וואס וועט זיין נאך די נאכפאלגענדע הוספות...)
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַספון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור
לעילא ולעילא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעילא ולעילא »

אה. גישמאק. שהחיינו (מכוון און חנוכה פוטר זיין ?)
סטאוו איז בגימטרייא .....
(שערי אורה וכו')
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32652
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סטעפ טו...

viewtopic.php?f=134&t=51292
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8855
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

מייסטערהאפטיגע ארבייט!
א הערצליכן דאנק פאר סטאוו ענד קא.

ישלם ה' פעלכם!
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: ברוכים הבאים - קבעו שיר ורננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

masmid האט געשריבן: יישר כח סטאוו און וויכי וואס האבן ביידע אריינגערבעט אז היכל הנגינה זאל ווערן א דבר השלם...
און שכח פאר אלע ניקים וואס האבן אריינגעלייגט מוח און כח אז די זאך זאל קענען פארענדיגט ווערן בכי טוב אין א מזל'דיגע שעה!

גא"מ
'פליז דיפאזיט ¢25 פאר די נעקסט 3 מיניטס'

...ווי למשל לכבוד אייער שמחה, רופט אריין אין אפיס אויף 845...
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”