לאמיר היינט כאפן א באזוך אין די גוגל הויפקוואטירן... יא דארט ביי די גרויסע חברה...
ווער עס קען, האט שוין דארט באזוכט. פון אבאמא, ביז די ליינער דא, וויריטואל...
די גוגל קאמפלעק'ס, אדער די גוגל הויפקוואטיר, איז ווי א קליינע סיטי, א פלאטע פון בילדינג'ס און גאסן. גוגל האט דארט אזויפיל ווי זעכציג בילדינגס!! אין די אפיסעס-קאמפלעקס.
די גוגל הויפטקוואטיר איז לאקירט אין סיליקאן וואלי - קאליפארניע, אויף מאטען וויא. נישט ווייט פון אינטעל, מייקראספט, פנים-בוך, טעסלא און נאך. די פלאץ\הויפקוואטיר ווערט גערופן די גוגל-פלעקס. - Googleplex. א צוזאמשטעל פון די ווארט גוגל מיט קאמפלעקס. די ווארט "גוגל-פלעקס" - GOOGOLPLEX. איז א נאמבער, די נאמבער באשטייט פון א 1. נאכגעפאלגט מיט גוגל זיראס… אדער אין די מעטאמאטישע וועג פון חשבון, איז דאס 10 טא דע פאווער אויף גוגל 10googol.
אין אמת'ן האט גוגל מער ווי איין אפיס לאקאציע, און נישט סתם אפיסעס, נאר קאמפלעק'ס'ן, אבער די גרעסטע, און אפעציעלע הויפקוואטיר אין די USA, איז די גוגל-פלעקס, און דערנאך קומט די גוגל אפיס אויף 111 8th Ave אין די סיטי.
די קעמפוס איז ארומגענומען מיט ביימער פון איין זייט, און פון די אנדערע זייט לויפט א הייוועי און מ'קען נישט סתם אזוי אריינגיין. באזוכער קענען נאר גיין צו די גוגל סטאר צו קויפן העמעדער מיט טאשקעס, חוץ אויב א גוגל ארבייטער רופט דיר פאר א וויזיט.
גוגל פראבירט צו מאכן די ארבעטס-פלאץ און די אפיס'עס זייער דיפרענעט, געשמאק און גוגגלי... נישט נאר די פלאץ איז אזוי אויסגעשטעלט, נאר די גאנצע אטמעספער איז וואו דו ביסט אין א פלאץ ווי מ'מאכט זאכן און אינטערעסאנטע אויסטרעפונגען. די ארבעט איז ווי דיין אייגענע אויפגאבע, אן ערנסטע קאץ און מויז שפיל, א בחינה ווי דו ארבעטסט ווייל דו ווילסט, דו האסט עפעס צו מאכן בעסער און אויפטוהן. (א בחינה ווי להבדיל ביי מיין ישיבה איז נישט געווען קיין בחינה'ס. דו האסט געלערנט ווייל דו האסט א געשמאק צו לערנען, און ווייל דו ווילסט לערנען, קיינער צוויגנט דיר גארנישט.)
גוגל האט אן ארבעטער'ס-פראגראם וואס גייט מיט פראצענטן, באקאנט אלץ "70-20-10 " וואס אויף דעם איז די גאנצע ביזנעס אוועק געשטעלט . דאס הייסט: 70 פראצענט פאוקעס פון די ביזנעס, איז אויף די מעין ארבעט, דאס איז סירטש און אדווערטייזינג. נאכדעם איז דא די 20 פראצענט, וואס דאס איז פאר ארבטער'ס אייגענע ערפידונגען, און בייפעלער און פראדזשעקטס,( למשל דזימעיל און גוגל נייעס, ביידע קומט פון די 20 פראצענט ארבעט וואס זיי האבן אליינס דיוועלעפט.) און 10 פראצענט פאר איידע'ס וואס זענען כמעט אום מעגליך אדער גאר ווילד, הארי פלארי פראדזשעקטס.
דאס הייסט אין קורצן : יעדע ארבייטער קען ספענדן אין די ארבעט שעות 20 פראצענט אויף זייטיגע זאכן לויט זייער געשמאק און אייגענע בייפעלער....
די ארבייטער'ס אדער גוגלער'ס וואס ארבייטן דארטן, ווערן צוגעשטעלט מכל טוב וטוב, פון עקסערסייז דזשימס, 2 סוומינג פולס מיט א לייף גארד אן דאטי א גאנצן טאג, און פרייע לאנדרי אויפן פלאץ, אן אייגענע דאקטערס אפיס, און מעדיקל סטעף, און א מעסעדזש פלאץ. און וואס טוט זיך מיט די געימס רום? און ווער רעדט פון די באלל פלעצער, אבער אונז וועלן נישט אריינגיין אין די אלע הבלי עולם הזה... בקיצור, די אפיס קאמפלעקס האט יעדע סארט פארוויילונגס ארט און אפי' לעיזער טעג'ס, און וואס נישט.
די טראנספארטאציע צו און פון די קאמפלעקס איז שטייצעך אויך נישט אוועקצומאכן. אבער, די אפציע פון נעמען א Gבייק איז אויך קיל, אויב ווילסטו אהיימפארן פון די אפיס מיט א בייק, דארפסטו פשוט צוגיין צו איינע פון די בייקס סטעישנס און נעמען א קאלירפול גוגל בייק און היידא. אויב פאר א טשאנס אינמיטן טאג ווילסטו זיך געבן א כאפ אריבער אהיים, אדער צו א געשעפט, קענסטו גיין צו די סטאנציע און נעמען א לעקטעריק קארעלע און ערלעדיגן וואס דו דארפסט...
די אפיסעס איז לאודעד מיט קאנפערענץ רומ'ס וואס מ'קען בוק'ן פון פאראויס, איבעראל איז דא כמו טעק סטאר'ס מיט אלע סארט קאננעקטער'ס א גאנצע סטאר גערפון "טעק סטאפס שאפס" וואו דו קענסט צוגיין נעמען א מייזל אדער קיבארד און וואס דו דארפסט, דו דארפסט נישט קיין פארום אויספילן פארן נעמען עפעס אדער פרעגן איינעם צו קויפן, דו דארפסט עפעס, גיי נעם און צוריק צום ארבעט.
(גוגל האלט נישט אז דאס קומט פון רייכטקייט, נאר ענדערש גוט אויסגעשטעלט אז די ארבייטערס זאלן זיין גוט מאטאווירט)
עסן עסט זיך
ווער רעדט נאך פון די עסן! גוגל האט א פאלעסי אז ס'מוז זיין אין די 15 פיס פון יעדע אפיס-דעסק א קליינע קאפעטעריע, ווי ס'איז דא דארטן א מייקראו-וועיוו, א פרידזשעדער, און קאווע צוגעהערן, מיט א פולע לינע פון טעימה קלה, קאלטע און ווארימע וואו סנעקס און דרינקס צו איבערבייסן. באלד העמיר זיך אריבערכאפן צו די ריזיגע עס-זאל ווי ס'ווערט סערווירט יעדן טאג פרישטאג לאנטש און סאפיר... יא, נישט איין לאנטש רום... נאר אסאך מער ווי ח"י ראטע"ל קיטשענ"ס..
גוגל האט ביי די ערשטע צייטן אין 2000 אפגעקויפט פורניטשער פון פארשינדענע בענקראפט דאט-קאם ביזנעסער, און די גאנצע אפיס האט אויסגעהן ווי א דאמעטארי מיט רומס ווי יעדע שטוב האט געהאט אן אנדערע צורה, ריח, און אויסשטעל.
גוגל האט זייער שנעל געוואקסן, און אויסגעוואקסן די "נייע" בילדינג. סאו גוגל האט גע'ליעס'ט א פרישע בילדינג אין די שכינות און אהין געשיקט / אפגעטיילט, די סעילס און ביזנעס אפערעישנס פון גוגל עד'ס, און די גוגל אינזשעניר'ס, די חברה וואס שרייבן קאוד... די נייע בילדינג האבן זיי גערפון די מאני-פלעקס, רוב ערנסטע אפעראציעס, זענען געבליבן אין די 0 בילדינג, דארט ווי די אינזשעניר'ס זענען געווען בעפאר.
דערנאך האבן זיי געעפנט א פרישע בילדינג גערופן E
און א פערטע גערופן Building PI
די 4 בילדינגס זענען אלע געווען ממש א שפאן אוועק איינס פון די אנדערע און גוגל האט עס געליסט פון די אייגענטומער. גוגל איז אבער געוואקסן צו שנעל און געדארפט געהעריגע יאמנגעס סילינגס און אפי' שטחים, און צו זייער מזל האבן זיי שנעל געפונען איינס.
די נייע אפיסעס פון SGI
איינס פון די גרויסע טעקנאלעדזשי פירמעס אין די קאמפיוטער וועלט איז געווען א פירמע מיט'ן נאמען SGI עס-דזשי- איי, Silicon Graphics Inc. די SGI פירמע האט גע'ארבעט מיט גרעפיקס, און 3D זיי זענען געווען אין די גוטע צייטן א מאסיווע פירמע און געבויט א שיינע אפיס קאמפלעקס מיט 4 בילדינגס מיט א שטח פון 26 עיקער. זיי האבן אבער מיט די צייט געהאט פינאנציעלע פראבלעמען, און שפעטער געגאנען אינגאנצן צעבראכן. (גראדע איז ווערט אמאל צוריקצוקומען צו די פירמע'ס גרינדער, ער האט אויך געעפנט די נעטסקעפ פירמע מיט די ערשטע בראוזער, עפעס וואס איז ווערד צו ליינען.)
די SGI איז געווען סטאנציאנירט נישט מער ווי אפאר 100 פיס אוועק פון גוגל. זוכענדיג א פירמע וואס זאל איבערנעמען די SGI פלאץ, האט גוגל גע'ליעס'ט די בילדינגס פון זיי אין יארע 2003 . ווען גוגל האט עס איבערגענומען האבן זיי איבערגעמאכט די גאנצע אינסייד אויסשטעל פון די 4 בילדינגס, די סטראקטשער איז געווען זייער שיין און רייך, פול מיט גלאזערנע ווענט, אבער נישט גענוג גוט ס'זאל שטימען מיט גוגל, און מיט די גוגל אינווייראנמענט. גוגל האט אויך אריינגעלייגט גרויסע פענס מיט א עקזאסט סיסטעם, צו מאכן די לופט מער זויבער, אראפ מיט אלע קיוביק'לס און גרעסערע ווענט און עס רידיזיינט. די דיזיינער הייסט Clive Wilkinson. און מ'האט עס רידעזיינט סיי ס'זאל זיין מער געמאק, און אויך מער עקאנאמיש. ווי ווייניגער ווענט, אבער ווי ס'דארף יא זיין ווענט, האט מען עס געמאכט פון גלאז, ס'זאל זיין לעכטיג, און שפארן ענערדזשי.
די SGI קאמפלעקס איז דעמאלטס באשטאנען פון 4 בילדינגס, און זיי האבן געהאט דעראין 900 ארבייטער. ווארום, גוגל האט עס אנגעפילט מיט 2500 ארבייטער... די 4 בילדינגס האבן געהאט נאבערס צו עס אידענטעפיצירן, און גוגל האט ווייטער גענוצט די נאבערס פון SGI. 40, 41, 42, 43 בילדינג און בילדינג 43 איז וואו די ערנסטע חברה זענען געזיצן, און וואו לערי און סערגעי'ס אפיסעס זענען געווען.
גוגל האט געפערטיגט די ארבעט אין 2005 . שפעטער ווען גוגל האט שוין געהאט גענוג געלט, האבן זיי עס אפגעקויפט. דאס איז געווען די נעקסטע יאר אין 2006 פאר די פרייז פון 319 מיליאן דאלער.
יעצט לאמיר זיך אביסל אריבערכאפן צו די קיטשען'ס און לאנטש רום'ס. גוגל האט באמת שוין געוואלט האבן א אין-האוז קעכער נאך אין די צווייטע אפיס, אבער ס'איז פשוט געווען צו קליין, און זיי האבן עס געלייגט אין זייט ווען זאכן וועלן ווערן אביסל גרעסער. אבער נאך ווען זיי האבן געהאט 12 ארבעטערס האבן זיי גערעדט פון א קעכער. שפעטער אין 1999 מיט פערציג ארבייטערס האט גוגל ארויסגעלייגט אן עד אז זיי זוכן א קעכער. די ערנסטע קאך איז געווארן אוועקשטעלט ווען זיי האבן אריין געמופט צו די SGI קאמפלעקס און אפגעזונדערט א ריזן פלאץ פאר די טארלי'ס קאפיע אין בילדינג 40. א קאזין קאמפלעקס. און אין 2008 האט גוגל געהאט 18 קעפעטעריעס און אין ,2016 30 שטיק.
גוגל האט מער ווי איין קיטשען פארשטייצעך, און ווי געשריבן אויבן, אין יעדע בילדינג האט זיין קיטשן. און צומאל 3 קיטשנס און גאנג... איינס מיט עפעס וואס גייט "אויס'מענטש'לען", למשל איינס מיט א פאלעסי פון נאר מאכן זאכן וואס קומען פון נישט ווייטער וואו 150 מייל ווייט פונעם קאמפלעקס. קאפעי 5 האט געהאט רעסעפיס וואס באשטייט פון נישט מער ווי 5 אייטעמס\אינגירידיענס וכד'. די אפעציעלע און גרעסטע פון זיי איז די Charlie’s. און דארט ווערן אויך אפגעהאלטן די גרעסערע מעמדים יעדע וואך, גערופן TGIF. (מער דערוועגן שפעטער.)
Bay View
אין יאר 2013 האט גוגל אנגהויבן בויען זייער 1.1 מיליאן דאלער'דיגע, ערשטע אייגענע גע'בויט'ע בילדינג אויף א שטח פון 42 עיקער. ארויסגעליסט פון נאסא, אבער נאר 7 עיקער דערפון קען ווערן דיוועלאפ'ד, די פלענער האבן זיך געטוישט מערערע מאל און איך וועל עס קודם עס לאזן זיך ענדיגן בויען. און לאמיר דעמאלטס זעהן וויאזוי ס'זעהט אויס…
אזויווי יעדע בילדינג קען מען עקעסטער באשרייבן, און ס'וועט שטייצך זיין צו לאנג, לייג איך ארויף אפאר בילדער פון די קאמפלעקס און דאס וועט מוזן זיין גענוג.
גוגל'ס GPS די גוגל פריאעקט סטראטעגיע און TGIF באמת איז די ארטיקל פארטיג, אבער אפאר קליינע נאש'עלעך…
צו ארבעטן ביי גוגל איז נישט זייער גרינג, דו דארפסט איבערצייגן אז דו ביסט קלוג און קריעיטיוו. גוגל איז גערעכנט צו זיין פון די בעסטע ארבעטס-פלעצער, און האט געהאט אין 2019 3 מיליאן אפלעקאציעס!! נאר 1 פראצענט ווערט למעשה אנגענומען.
גוגל פארלאנגט זאלסט אויך זיין גוגל'דיג און קוקט שטארק וויאזוי דו האסט געהאט מארקס אין סקול ביי די 16 יאר, און שפעטער און קאלעדזש. אפי' דו ביסט שוין אלט היינט 40 יאר וועלן זיי נאכאלץ צוריקגיין זעהן וויאזוי דו ביסט געווען יונגערהייט. אפי' גוגל האט זיך איבערצייגט אז ס'מאכט נישט אייביג אויס די מארק'ס און צייכענונגען פון די יונגע יארן, אבער גענוג מאל האבן זיי געקענט נעמען איינעם וואס האט בכלל נישט געווען אין קאלידזש אויב יענער האט געהאט עפעס א ספעשעלטי אפי' אויב די ספעשעלטי איז אין באל געימס. אמאל האט א גוגל ארבייטער געדארפט אדורכגיין כמעט א יאר ביזן ווערן אויפגענומען מיט 8 אינטערוויוס, היינט נעמט עס בערך 2 חדשים מיט 4 אינטערוויוס .
יעצט וואס טוט זיך מיט אידן אין גוגל, נע איך רעד נישט וואס נוצן גוגל, איך רעד וואס ארבעטן מיט גוגל, נעה דאס אויך נישט.. איך רעד וואס ארבטן פאר גוגל, נעה דאס אויך נישט, אונז אלע מאכן נוצן פאר זיי, איך רעד די וואס ארבעטן אין די גוגל אפיסעס, יא ס'איז דא! און זיי ווערן גערופן Jewglers, און דא איז א סוכה וואס זיי האבן צוזאמגעקלאפט.
און דא האמער א שמחת פורים סענדווישט פון די פלעקס.
איך ווייס נישט וויפיל אזעלכע בייקס די חברה האבן, אבער א שאצונג פון 2018 ווייזט אז אזויפיל ווי 100 צו 250 בייקס ווערן וועכנטליך פארשווינדן...
אקעי: רויט פאר קאליר, גרין?! פשוט גראז….
ווער האט געזאגט ס'מעג נאר זיין א קאליר? איך האב ליב א פירפול אפיס...! האסט א פראבלעם דערמיט...? ניין כ'האב פשוט מער ליב געל…
אמאל דארף מען כאפן א דרימל.
און אז מ'מוז אמאל מאכן א פאון קאל.
אקעי איך מוז כאפן אביסל לופט..
מיט די ארטיקל טהון מיר שליסן די גוגל סעריע און די זעלבע צייט טהו איך מיר באדאנקען פאר אלע ליינער, און עקסטערע דאנק פאר די אלע וואס האבן זיך אנגעשטערנעגט און געשריבן א תגובה, איך האב הנאה געהאט פון יעדע תגובה עקסטער. און שכח.
און יעצט הייבט זיך עס אן...
אין א שיינעם מיוואך נאכט, די טעפ זייגערל האט געוויזן ערגעץ אין די 40 נומערן. אבער אן א ווינט, די לופט איז געשמאק און קיל, ביי געשמקן גרויסן פריש צוריבענע בונדל קאווע, מיט זייטיגע צובייס פון טארינאוי טשאקלעד, בערך זייגער אכט, אוונעט צייט. זעצט זיך "גאר" א חשובן יונגערמאן אראפ, אין זיין אפיס אין בארא פארק ביי ......... די אפיס איז ממש א שפאן אוועק פון זיין באליבטע ס'מעדריש, דארט ווי זיין חבר משה יצחק, אויך א פיינע יונערמאן, קומט יעדע נאכט לערנען מיט אים, מסכת סהנדרין, די צוויי זענען זייער צייטליך, און פונקטליך אכט דרייסג, קען מען זעהן, ווי די צוויי לערנען יעדן טאג, אן אויסנאם, זייער 1 האלב שעה מיט רשי און תוספות, די צוויי האבן גאר שטארקן חשק אין לערנערן און זענען ב"ה געשאנעקן מיט א געריבן קעפעל. זיין קול קען צומאל זיך הערן צופלאמט זיך מיט א בייפאל וואס מאכט אים שפרינגן און מיט א אויפגעלאכטענע פנים טאנצעט ער אויף אויפן חזון איש.
איז אזוי... דער יונגערמאן האט אריין געוואנדערט דא, און געזהן אז איינער זוכט א שטיקל\גראבע טובה, דער יונטשיג האט א הארץ ווי גערייפטע אוועקאדוי , און שיקט מיר גלייך אן אישי... "שאר!" וואס קען איך דיר העלפן?! , נאך א קליין שטיקל ווערטער אויסטויש האט ער מיר למעשה געזהן צו ארויסהעלפן מיטן גאנצען פראדעקט, און אלעס שלא על מנת לקבל שום ובצל, אויף סיי וואספארא אויפן, דער האט נישט געשפארט קיין צייט, און געדולד, און מיר געשטאנען צו הילף א גאנצן צייט און און מגיה געווען יעדן אייניגן ארטיקל, פון אנפאנג ביזן סוף! גלייבט'ס מיר ס'האט גענומען אסאך צייט! איך שרייב נישט אייביג גוט די ספעלינג, און צומאל איז עס א קאמפליקטעד נושא, און דער מיט זיין ברייטן של ראש האט זיכער געמאכט אז זאכן פארן געשמאק, און ס'איז נישט צו זאלציג און צומאל באשפרענקעלט מיט קאנפעקשן שאגר, אזוי ס/זאל זיין א אמת דבר השלום . און איך טוהו מיר באדאנקען פאר גרויסען תלמיג חכם הלא הוא מא @גרויסע עם הערץ!
א גרויסן שכ'ח נישט פשוט פאר'ן שרייבן די ארטיקל. ס'איז געווען א געשמאק צו ליינען, איך האב זיך באסמאקעוועט מיט די לעצטע שטיקל, דיין אייגנארטיגע סטיל איז גאר איינגענעם.