אנעקדאטן און השתלשלות פון "אַרפּאַ (דאַרפּאַ)"
אבער וואס איז מער אינטערעסאנט וועגן דארפא, איז זייער צוגאנג, איינגעשטעלטע, באערדע, און הלוך ילך. דארפא איז אייגנארטיג אין אפאר וועגן. די אגענטור איז טאקע א חלק פון די דעפענס דעפארטמענט, אבער פארט נישט אונטער די פענטאגאן פירערשאפט.
רוב שטודיעס ווערן געפירט דורך ציווילע ארגאניזאציעס ווי אוניווערסיטעטן, זיי האבן א באזונדערע אבער קליינע בודזשעט, אלעס וואס זיי ערפינדן בלייבט נישט ביי זיי נאר ווערט פארטיילט לויט די קאטעגאריע, פון נאסא ביז די ען. עס. עי.
דארפא פארמאגט 200 איינגעשטעלטע מיט א נישטיגע 6 קליינע אפיסעס און א בודזשעט פון 3 ביליאן.
***
וואס מיר אינטערעסירט דאס מערסטע איז זייער היסטאריע, זייער פריערדיגע יארן, און די ערשטע פיגורן און איינגעשטעלטע. זייער מאדנע און שטוינענדע פראיעקטן, דורכפעלער, קוריאזע פערזאנען און צופיפענע וויסנשאפטלער במשך די אגענטור'ס היסטאריע.
רוב וואס איך גיי ברענגען איז עפיזאדן פון זייער גרינדונג און 1958 ביז די 90 יארן, די רעקארדס און פאפירן פון יענע יארן האבן זיי שוין ארויסגעגעבן, ווי אויך האבן געוועזענע באאמטע ארויסגעגעבן דעטאלן און פארציילט וואס עס האט זיך אפגעטון אינערהאלב און ארום די אייגנארטיגע אגענטור דארפא.
***
אביסעלע טועמי' פאר'ן ליינער, העמיר ברענגען אן אנעקדאט וואס האט פאסירט אין יאר 1964 אום אוקטאבער 22. אַרפּאַ (די געוועזענע נאמען פון דארפא) האט מחליט געווען דורכצופירן א שטודיע אויב מ'קען אויפרייסן א נוקלעארע באמבע אונטערערדיש אין א הייל, וואס דאס קען מעגליך אפשוואכן די ארומיגע ערדציטערנישן וואס א נוקלעארע אויפרייס פאראורזאכט געווענליך.
נו, פארוואס זאל מען עס אויספרובירן אין א פוסטע מדבר ווען מ'קען עס אויספרובירן נעבן א באוואוינטע דארף…
כך הוה, ארפא האט גענומען א קלענערע נוקלעארע באמבע, בערך א דריטל די סייז פון די אטאם באמבע וואס אמעריקע האט געניצט ביי די צווייטע וועלט מלחמה, און עס געברענגט צו א טיפע געוועזענע זאלץ-מינע הייל אין מיסיסיפי, נעבן א דערפל 'בעקסטארוויל'.
די 150 איינוואוינער פונעם דערפל האט מען פלאצירט אין האטעלן אין א דערנעבנדיגן שטעטל, די ערוואקסענע האבן באקומען $10 א טאג און די קינדער $5 פאר זייער געצווינגענע פאטריאטישע אקט.
ארפא האט אויפגעריסן די נוקלעארע באמבע אין די זאלץ-מינע הייל, די הייל האט אבער נישט איינגעהאלטן די אויפרייס, קוימען און שעלווס אין די הייזער פון דעם דערפל זענען איינגעפאלן פון די 'מילדע' ערדציטערניש וואס די אויפרייס האט פאראורזאכט.
ווען די 150 איינוואוינער האבן זיך אומגעקערט 2 טעג שפעטער צו זייער דערפל, בעקסטערוויל, האבן זיי אין צוגאב געטראפן שפאלטענעס און די ווענט, די הייזער האבן אויסגעקוקט ווי וואנדאלן האבן זיך איינגעבראכן מיט ריזיגע האמערן אין געהאקט שטיקער סתם אנצוזייען א חורבן.
אויפ'ן ראט פון ארפא האבן די ארטיגע באאמטע איבערצייגט די איינוואוינער אז זיי האבן געטון זייער א וויכטיגע אקט פאר די זיכערהייט פון לאנד, זיי זאלן זיך שפירן גוט פאר'ן האבן די זכי' אנטיילצונעמען דערין.
די דירעקטאר פון די פראגראם האט זיך אויסגעדרוקט אז עס פשוט געווען א "בעד ראלל" (Bad Roll). ווען מ'שפילט א געים פון 'דייס' (געמבלינג), און מ'ווארפט דעם דייס, באקומט מען אמאל א גוטע נומער אויפ'ן דייס און מ'באקומט געלט, אדער באקומט מען א שלעכטע נומער און מ'פארלירט.
אזוי האט דער דירעקטאר אנגעקוקט די דורכפאל..
***
איר טראכט אוודאי אז ארפא איז געווען פארטיג מיט די פראיעקט, און וועט זיכער נישט ווידעראמאל ריזיקירן די איינוואוינער'ס הייזער, וואס האט געפירט צו 'אומ-באקוועמליכקייטן' פאר די פאפולאציע פון 150 ארימע איינוואוינער מיט פאמיליעס, יא?
וואס זאל איך אייך זאגן, איר האט געמאכט א טעות. ארפא איז געווען ווייט פון פארטיג מיט די פראיעקט.
במשך צוויי יאר האט ארפא אריינגעפּאָמפּט ריינע לופט אין די הייל, מיט'ן ציל צו זויבערן די הייסע גאז און צולאזטע זאלץ וואס די נוקלעארע באמבע האט געשאפן. צום ענדע האבן זיי באוויזן אראפצוברענגען די טעמפעראטור אינעווענדיג פון די הייל צו א הייסע 300 דעגרי, גרייט פאר א פרישע פראבע.
דאס מאל האט ארפא גענוצט א פיל 'קלענערע' 380 טאן נוקלעארע באמבע, וואס זיי האבן אויפגעריסן אין די זעלבע זאלץ-מינע הייל, נעבן די דערפל בעקסטערוויל, אין יאר 1966 אום דעצעמבער 3.
איך האב נישט געטראפן די באריכט פון די צווייטע פראבע-אויפרייס, אבער עס האט זיכער נישט פאראכטן די שאדן פאר די איינוואוינער…
40 יאר שפעטער האט זיך דער זעלבער פראיעקט דירעקטאר אויסגעדרוקט אז אין יענע צייטן איז זייער גרינג געווען דורכצופירן אזוינע פראבעס און שטודיעס נאנט צו באוואוינטע געגענטער.
היינטיגע צייטן וואלט דאס געפירט צו א הימל געשריי, און קעפ וואלטן געפלויגן.
***
העמיר אנרירן נאך צוויי פראיעקטן אויפ'ן שפיץ גאפל (באריכות אין צוקונפט).
א געוויסע פראיעקט האט געפארשט די געדאנק פון נוצן די סארט כוואליעס וואס א מייקראוועיוו נוצט, צו פארמישן א מענטש'נס מוח. דהיינו, מ'ציהלט די מייקראוועיוו כוואליעס אויף א געוויסע מענטש, אין טעאריע האט דאס געזאלט געבן קאפוויי ביז ער וועט שוין נישט קענען טון זיין ארבעט געהעריג.
מ'קען ציהלן די כוואליעס אויף רוסישע באאמטע (במשך די קאלטע קריג) ביז די קאפוויי לאזט זיי נישט טון די ארבעט, און זיי וועלן מאכן טעותים אדער גענצליך נישט פונקציאנירן (ס'האט זיך נישט אויסגעלאזט), דאס האט מען גערופן 'די מאסקאווע סיגנאל'.
נאך א פראיעקט האט גאר ערנסט גענומען איינער וואס האט צוגעשטעלט באווייזן אז ער קען ליינען א מענטש'נס מחשבות און מאכן בילדער דערפון. מ'האט יענעם געלאזט שטודירן אויף מענטשן, און געוויסע האבן זיך איינגערעדט אז ס'מעגליך דא נאך מענטשן וואס קענען דיזע פאך, און ער וועט קענען טרענירן סטודענטן… איבריג צוזאגן אז עס האט זיך נישט אויסגעלאזט.
***
אבער ארפא האט אסאך צוגעגעבן צו טעכנאלאגיע וואס מיר נוצן היינט (געוויסע טאג טעגליך), אסאך מאל מיט גאר נידעריגע בודזשעט וואס נוצט ווייניגער פון אונזער שטייער (איינמאל האבן זיי געצאלט $1 פאר לאקהיד מארטין צו פראדוצירן אן עראפלאן פראטאטיפ באזירט אויף ארפא'ס ריסוירטש און דעזיין).
זינט ארפא איז געגרינדעט געווארן האבן אנדערע אגענטורן איר נאכאנאנד געוואלט אויפלעזן, ספעציפיש די פענטאגאן. פאליטישע פיגורן, דעפענס סעקראטארן, קאנגרעסלייט, און סענאטארן האבן כסדר געפרעגט "וואס איז די ציהל פון די אגענטור?, וואס טוט זי אויף? פארוואסערן זיי סתם געלט אויף פאנטאזיע פראיעקטן, שעדליכע וואפן, און אומ-נוצבארע ערפינדונגען?"
דער תירוץ איז צומאל געווען, "יא". צומאל זענען די 'פראיעקטן' געווען אונטערהאלטונג פאר וויסנשאפטלער וואס האבן באקומען אן אפיס מיט א לאבאראטאריע, זיך ארומצושפילן און דורכפירן סיי וועלכע עקספערימענטן וואס א דורכשניטליכע באזעסענע ארגיניזאציע אדער רעגירונג אגענטור וואלט זיי קיינמאל געלאזט.
און דאס איז טאקע געווען די שטארקייט און סוקסעס פון ארפא, זיי האבן ערלויבט אלע סארט משוגעת'ן, ווייל עס קען 'מעגליך' עפעס ארויסקומען דערפון אין 15 יאר ארום. העכסטענס וועט גארנישט ארויסקומען דערפון… דאס איז אויך אקצעפטירט.
***
היינט קוקט אמעריקע אן דארפא מיט שעצונג און די וועלט מיט גלוסט. כינע האט געמאלדן אז זיי האבן אויפגעשטעלט אן אגענטור אזוי ווי די אמעריקאנע דארפא, און זיך געגרויסט דערמיט, אז זיי קומען אן נאנטער צו די אמעריקאנע סטאטוס אין טעכנאלאגיע.
אייראפע האט געמאלדן אז זיי ארבעטן אויך צו בויען אן אגענטור ענליך צו דארפא, כדי צו ערגרייכן די שטאפל פון אמעריקאנע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע.
אבער מיין ציל איז נישט אראפצורייסן ארפא/דארפא פאר אירע נאכלעסיגע עקספערימענטן און אומ-דערגרייכבארע פראיעקטן. מיר וועלן אנקוקן ארפא מיט א נייטראלע בליק, סוקסעס געמישט מיט דורכפאל, באזעסענע פראיעקטן געמישט מיט אומזיניגע פלענער.
מיר וועלן שמועסן פון די קוריאזע און צומאל צופיפענע וויסנשאפטלער וואס האבן דארט געארבעט, און די מאדנע פראיעקטן וואס זיי האבן אנגעהאלטן מיט סוקסעס אדער נישט.
און ווי אזוי די דירעקטארס האבן געפירט אזא אומגעווענליכע אגענטור אהן ווערן פארשפארט דורך די רעגירונג ביוראקראטן, אהן ווערן אויפגעלעזט דורך זייערע קריטיקירער אינערהאלב די פענטאגאן.
די קורצע ענטפער איז ווייל די ארפא באאמטע זענען געווען כיטרע און האבן זייער גוט פארשטאנען ווי אזוי צו האנדלען מיט די אמעריקאנע ביוראקראטיע, צומאל האבן די איינגעשטעלטע אין ארפא אליינס אויסגעפאפט זייערע אויבערהארן.
ווי אויך האבן די וויסנשאפטלער נישט געוואלט ארבעטן אונטער די פענטאגאן אדער מיט א טראדיציאנאלע וויסנשאפט און טעכנאלאגיע אגענטור, זיי האבן געגליכן ארפא'ס פרייהייט און ברייטקייט וואס האט זיי געגעבן צייט און פלאץ זיך צו אריינלאזן אין פאנטאזיע פראיעקטן מיט מינימום אויפזיכט. געוויסע האבן געארבעט כמעט זעלבסטשטענדיג פאר א נידריגע געהאלט.
די סארט וויסנשאפטלער האבן נישט געגליכן רעגירונג ביוראקראטיע און שטייפע רעגולאציעס. זיי האבן אפגעזאגט העכערע געהאלטן ביי אנדערע רעגירונג ארגאניזאציעס, און נאר געוואלט ארבעטן מיט ארפא.
אבער כדי דאס צו פארשטיין וועלן מיר אויך כאפן א בליק אויף זייער היסטאריע און זיך צוקוקן צו זייער השתלשלות פון האבן קליינגעלט ביז א גרויסע בודזשעט, פון האלטן אט א שפאן אוועק פון ווערן אויפגעלעזט ביזן זיך צוריק שטעלן אויף די פיס, כמה פעמים.
***
אין קומענדיגן טייל וועלן מיר רעדן פון די יארן פאר ארפא איז געגרינדעט געווארן, און די אריגינעלע סיבה פארוואס עס איז געגרינדעט געווארן.
אבער מיר וועלן נישט יעדעס מאל גיין אין א סדר, נאר צו מאל ברענגן אינטערסאנטע אנעקדאטן, און דערנאך צוריק גיין צו די היסטאריע.
***
באמערקונג: די סיבה פארוואס איך באציה זיך צו די אגענטור מיט'ן נאמען ארפא און נישט מיט'ן היינטיגן נאמען דארפא, איז ווייל עס האט אזוי געהייסן אין די ערשטע 30 יאר (בערך), און מיר וועלן אסאך ארומרעדן איבער די עפאכע.
די סיבה פארוואס זיי האבן געטוישט צו דארפא איז אויך געווען א חלק פון זייער כיטריזם. די פענטאגאן האט זיך באקלאגט אז נישט גענוג פון ארפא'ס ריסוירטש פירן צו פרישע כלי מלחמה, אבער ציווילע ערפינדונגען (לדעתי איז דאס בעסער פאר אונז שטייער צאלער). נו, מ'געט זיך אן עצה, מ'לייגט צו א 'דלת' פאר "דעפענס", והנה און אט 'דארפא'!
פון היינט און ווייטער גייט מען זיך נאר אריינלייגן אין 'דעפענס' (א מכה א בוידעם…)