תורת הנגינה // הערות והארות

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2981
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »


א גרופע חברים זיצן ביים ליל שישי און פארברענגען צוזאמען מיט א געשמאק. איין ניגון נאכן צווייטן זינגען זיי אינאיינעם ווען אלע קלאפן צום טאקט פונעם געזאנג.

יענקל ציעט העכער, און משה ברומט אינטער, יחזקאל זינגט פאר, און ברוך זינגט נאך. איינער גייט ארויף, איינער גייט אראפ, איינער פאטשט, און איינער פויקט.

יעדער זינגט אנדערש, אבער אלע זינגען אינאיינעם!

א רייכער ווידערקול קלינגט אפ אינעם ארום, און א מתיקות צושפרייט זיך אין אלעמענ'ס גלידער...

| | | | | |

נישט יעדנ'ס שטימע איז אייניג, און נישט יעדנ'ס קול איז די זעלבע. אבער דוקא מיט דעם אז יעדער האט זיינע אייגנארטיגקייטן, דוקא מיט דעם וואס יעדער געבט צו מיט זיינע טאלאנטן, נאר אזוי ברענגט מען ארויס רייכע הארמאניעס, און נאר פון דעם קומט ארויס די שענסטע קלאנגען!

| | | | | |

מיר פארמאגן אן עולם קטן פון אלע סארטן שרייבער און לייענער. יעדנ'ס פעדער האט אן אנדערע קאליר, און יעדנ'ס געדאנקענגאנג האט אן אנדערע שניט. אבער מיר זענען אלע דא כאיש אחד בלב אחד, פארן זעלבן ציל און מיט די זעלבע מטרה. מיר זענען אלע דא צו פארברענגען אינאיינעם, צו הנאה האבן און מהנה זיין אנדערע.

דאס איז די שיינקייט פון אונזער וועלטל, און דאס איז דער שליסל צו אונזער הצלחה!

| | | | | |

היכל הנגינה וואקסט אויף הייוון. טאג טעגליך קומען צו פון אלע סארטן אפשאצונגען, אנאליזן, און דעבאטעס ארום נגינה. יעדער לייגט צו א בליק פון זיין קוק-ווינקל, א מיינונג פון זיין פערספעקטיוו, און אינפארמאציע פון זיין אוצר.

צוביסלעך צוביסלעך האבן זיך פארמירט א צאל אשכולות מיט רייכע ביאורים און אינפארמאטיווע אפהאנדלונגען אין תורת הנגינה, וואס געבן צו פארשטיין די מוזיק טעאריע אויף א לייכטע אופן.

אלעמענס כוחות, אלעמענס טאלאנטן, און אלעמענס שרייבווערק, האבן מיר יעצט צאמגעקליבן לפונדק אחד, און צוזאמגעשטעלט פון זיי א ברייטע ביאור אין תורת הנגינה וואו איר וועט קענען באקומען א פולקאמע באגריף אינערהאלב די שווערע מוזיקאלישע מושגים, און א טיפע פארשטאנד אין די קאמפליצירטע מאטעמאטישע חשבונות אויף וואס די מוזיק טעאריע איז געבויט.

איר האט זיך אלס געוואונדערט:

וויאזוי הערן מיר א קול?
וואס איז דער חילוק צווישן פיטש און וואליום?
וואס באדייט אן אקטאווע?
וויפיל טענער זענען פארהאן?
פארוואס האבן מיר בלויז זיבן נאטן?
וואס איז דאס א סקעיל?
וויאזוי מאכט מען הארמאני?
וויאזוי מאכט מען קארדס?
וואס איז דער ריטעם?
און וויאזוי ליינט מען די מאנדע מוזיקאלישע נאטן?...

דאס און פיל מער וועט אייך ברייט ערקלערט ווערן
אינעם קומענדיגן סעריע
'תורת הנגינה'

די לעקציעס זענען צוזאמגעשטעלט געווארן פון אינהאלטסרייכע תגובות פון מערערע חשוב'ע ניקים, צווישן זיי @יאפין, @לאדיךארויס, @לדעתי, @למדן וצדיק, @מאנ_יימער, @ממוצע, @ספרעי, @פעניאק, @ציגאנער, @ראבערט געיטס, @רואיג, @שלג כצמר, @תו השמיני,
און אחרון אחרון חביב @כינור, וועלכער איז ארויס פון זיין וועג און אונז געשאנקען זיינע רייכע 'מוזיקפידיע' שיעורים מיטן בלויזן ציל צוצוענדיגן די לעצטע פאר סוגיות וואס האט זיך אויסגעפעלט פארן שלימות פונעם פראיעקט. תשוחח"ל.

אלעס איז אהערגעשטעלט געווארן אויף א זעלטן לייכטע שפראך, מיט קלארע בילדער און פאקטישע ביישפילן.
און באזונדער איז די סדר הדברים און דער אופן ההסברה ספעציעל אוועקגעשטעלט געווארן אויף א פארנעם השוה לכל נפש, און דער סאמע הויפט ציל פונעם פראיעקט איז טאקע דאס, צו ערמעגליכן די איינפאכע ליינער און די פשוטי עם צו פארשטיין מיט א קלארקייט די פארבארגענעם טייל פון נגינה און מוזיק.

די סעריע וועט לויפן אין וועכנטליכע פארזעצונגען
אין די ראמען פון א פרישע קאלום אינערהאלב די שרייבער אויסגאבע, און ביים ענדע וועלן די אלע קאפיטלען בעז"ה ווערן צאמגענומען און אהערגעשטעלט אין א פראכטפולע פי.די.עף. פארמאט!

= = = = = =


אסאך הארעוואניע איז אריינגעגאנגען אויסצוארבעטן די אלע אינפארמאציע אז עס זאל זיין ראוי לעלות על שלחן מלכים, און מיר דארפן זיך באדאנקען פאר די אלע וואס האבן אריינגעלייגט כוחות להצלחת הענין.

צוערשט א יישר כח פאר @יאפין פארן ארויסהעלפן און צוגעבן גאר אסאך נוצליכע אינפארמאציע, און באזונדער פאר זיין פראפעסיאנאלע ארבעט וואס ער האט געמאכט צום שלוס פונעם סעריע.

א דאנק פאר @למדן וצדיק סיי פאר זיינע העכסט אינפארמאטיווע הוספות, און ספעציעל פארן אריינלייגן שווערע כוחות ארויפצוארבעטן דעם וואקאבולאר אז עס זאל זיין לייכט צו לייענען און גרינג צו פארשטיין.

א דאנק פאר @איצל פיצל פארן אינוועסטירן גאר אסאך כח און צייט אז עס זאל ארויסקומען א דבר השלם, געשריבן אויפן קלארסטן פארנעם, און פארשטענדליך פאר יעדן צוגלייך.

ווי אויך דארף אפגעגעבן ווערן א ייש"כ פאר @גרויסער עם הארץ, @רוהיג!, און @סטאוו יא פיטא וועלכע האבן צוגעלייגט א ווארעמע און הילפבארע פלייצע אינערהאלב דעם פראיעקט.

און צום לעצט א הארציגן ייש"כ פאר די רעדאקציע פונעם 'שרייבער אויסגאבע' פארן אהערשטעלן די סעריע ארטיקלען אויף א מייסטערהאפטיגן פארנעם!

ליינט און האט הנאה!!!


[spoil]
יאפין האט געשריבן:
לאדיךארויס האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
מאנ_יימער האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
ספרעי האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:
ראבערט געיטס האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
שלג כצמר האט געשריבן:
תו השמיני האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:
איצל פיצל האט געשריבן:
גרויסער עם הארץ האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
[/spoil]
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

WOW! סא ס'קומט שוין פיינעלי ארויס!

איך ווייס נאר א פיצי וויפיל ארבעט ס'איז אריין דא!

ש'כח גדול @ציגאנער פאר דיין ארבעט!

(איך האב נישט געהאט די צייט צו ארויסהעלפן אזויפיל מיטן פראיעקט, כאטש כ'האב זייער געוואלט. צו הנאה האבן בין איך דא.. כאטש באדאנקט מען זיך..)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ממוצע האט געשריבן: WOW! סא ס'קומט שוין פיינעלי ארויס!

איך ווייס נאר א פיצי וויפיל ארבעט ס'איז אריין דא!

ש'כח גדול @ציגאנער פאר דיין ארבעט!

(איך האב נישט געהאט די צייט צו ארויסהעלפן אזויפיל מיטן פראיעקט, כאטש כ'האב זייער געוואלט. צו הנאה האבן בין איך דא.. כאטש באדאנקט מען זיך..)

אויסגעכאפט ווארט ביי ווארט!
נישטא קיין ווערטער אויפן וועלט צו באטאנען @ציגאנער'ס ארבעט וכל העוזרים והמסייעים.
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

יא, באמת שעם איך זיך אביסל אריינצוקומען דא, נאכדעם וואס @ציגאנער האט געהאט געבעטן מיין הילף אין דעם פראיעקט, און איך וואלט אפשר זיך געדארפט אביסעלע מער אנשטרענגען...
אבער שוין... מעיבי נעקסטיים...

איין זאך קען איך ענק יא זאגן, דא קומט א מעכטיג שטיקל! א ביאור מקיף אויף מוזיק והמסתעף אין א הערליכן פארמאט!

יישר כח אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן, ועל כולם ציגאנער!
כ'ווייס נישט פונקטליך וויפיל ארבעט דו האסט אריינגעלייגט אין דעם פראיעקט, אבער כ'ווייס אז גאר אסאך...
פארשטייסט נישט די שניי-מאפעס? דא איז א מאפע אנגעצייכנט וואו די היימישע געגנטער קומען אויס
פארשטייסט נישט קיין ווארט אינעם וועטער אשכול? דא האסטו די בעיסיקס פון די וועטער באגריפן
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

די ערשטע ארטיקל איז געווען זייער קלאר און געשמאק צו ליינען.

יישר כח פאר די גאנצע חברייא פארן אריינלייגן אזעלכע כוחות.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2981
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

א דאנק פאר אלע באדאנקערס! און פאר די מבינים איז נאכנישט צו שפעט. ווער עס האט עפעס צוצולייגן זאל זיך נישט צוריקהאלטן...
בסדר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 8:06 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר »

I wanna read the whole thing at once
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

בסדר האט געשריבן: I wanna read the whole thing at once
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2981
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

פאטאקי08 האט געשריבן:
בסדר האט געשריבן: I wanna read the whole thing at once

וועט איר מוזן צואווארטן אפאר וואכן...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13902
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

גוט
איך ווארט
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

איך מיין אז ס׳לוינט יא מיטצוהאלטן וועכענטליך ווייל מען וועט סייוויי דארפן איבערחזר׳ן די רייכע חומר. אז מען חזרט נישט קען מען נישט. עכ״פ דער וואס וויל האבן א קלארקייט אין די נושאים.

דעי פראיעקט וואלט ווען געדארפט פארקויפט ווערן אין די געשעפטן. ציגאנער האט דא געמאכט א דזשאב איינס אין די וועלט.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

כינור האט געשריבן: איך מיין אז ס׳לוינט יא מיטצוהאלטן וועכענטליך ווייל מען וועט סייוויי דארפן איבערחזר׳ן די רייכע חומר. אז מען חזרט נישט קען מען נישט. עכ״פ דער וואס וויל האבן א קלארקייט אין די נושאים.

דעי פראיעקט וואלט ווען געדארפט פארקויפט ווערן אין די געשעפטן. ציגאנער האט דא געמאכט א דזשאב איינס אין די וועלט.

ששש... אל תפתח פה ל...

גא"מ, איך האב אלס געוואלט פארשטיין די חכמה, און כ'האב גארנישט געאוואוסט דערפון, דאס עפענט די אויגן און די שכל. יישר כח ציגאנער, כינור, און אלע מיטהעלפערס.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
טאטע זיסער, רחמנות!
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 19, 2021 8:03 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיסער, רחמנות! »

נו, וואו איז די אויסגעווארטעטע פראיעקט?
טאמער איז עס שוין דא, קען איינער ביטע שיקן א לינק צו די פראיעקט?
א שיינעם דאנק פון פאראויס.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2981
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

א גוטע זאך קומט אן שווער... אבער מ'ארבעט דערויף.
ענדערש ווארטן אביסל לענגער און זען א דבר השלם...
בסדר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 8:06 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר »

ציגאנער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
בסדר האט געשריבן:
I wanna read the whole thing at once
וועט איר מוזן צואווארטן אפאר וואכן...
?Any update
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2981
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

בסדר האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
בסדר האט געשריבן:
I wanna read the whole thing at once
וועט איר מוזן צואווארטן אפאר וואכן...
?Any update
ליידער געגאנגען שלאפן צוזאמען מיטן 'שרייבער'...
א פעני
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 5:03 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פעני »

ציגאנער האט געשריבן:
בסדר האט געשריבן:
ציגאנער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
בסדר האט געשריבן:
I wanna read the whole thing at once
וועט איר מוזן צואווארטן אפאר וואכן...
?Any update
ליידער געגאנגען שלאפן צוזאמען מיטן 'שרייבער'...
און?.............................................................?????????????????????????????????????????
ווען דער פעני ווייסט ווען וויפיל ער איז ווערט, וואלט ער זיך געשפירט 2 סענט..
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

ציגאנער האט געשריבן:
קען איינער pdf'ן די חומר וואס איז שוין דא.
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
חשבונות
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 01, 2022 4:00 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשבונות »

חיים שטיין האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 06, 2023 9:31 pm
ציגאנער האט געשריבן:
קען איינער pdf'ן די חומר וואס איז שוין דא.
אפשר דאך??
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2981
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

לבקשת הרבים האט מען צאמגעשטעלט אלע קאפיטלען פון די 'תורת הנגינה' קאלום אינעם 'שרייבער אויסגאבע' אין איין PDF (57 זייטן!)...

ליינט און האט הנאה!

קרעדיט: @איינס
לעצט פארראכטן דורך ציגאנער אום מאנטאג אוגוסט 28, 2023 12:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע:אין געשעפט

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

ציגאנער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 10:26 am
לבקשת הרבים האט מען צאמגעשטעלט אלע קאפיטלען פון די 'תורת הנגינה' קאלום אינעם 'שרייבער אויסגאבע' אין איין PDF (57 זייטן!)...

ליינט און האט הנאה!
WOW!

Thanks
חשבונות
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 01, 2022 4:00 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשבונות »

ציגאנער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 10:26 am
לבקשת הרבים האט מען צאמגעשטעלט אלע קאפיטלען פון די 'תורת הנגינה' קאלום אינעם 'שרייבער אויסגאבע' אין איין PDF (57 זייטן!)...

ליינט און האט הנאה!
ישר כח גדול
דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן פאר דיין ארבעט
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

שכוח ציגאנער
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2981
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

שלומי, פון דיר דארף איך הערות!...
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2981
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: תורת הנגינה // הערות והארות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

(קלארשטעלונג: דאס איז בלויז א בלתי מוגה'דיגע ווערסיע וואס מ'האט ארויסגענומען פונעם פאריעריגן שרייבער אויסגאבע אזוי ווי עס שטייט און גייט...

אינצווישן איז אריינגעקומען גאר אסאך הערות און זאכן וואס מ'קען צולייגן. אויב איז דא איינער וואס קען גרעפיקס און וויל ארויסהעלפן, זאל ער זיך מעלדן. אפשר וועט נאך עפעס ווערן דערפון...)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”