לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

שלומי שפילמאן האט געשריבן:
און שוין! האט געשריבן: אויב איך מעג פרעגן, וואס איז די גדלות פון בעטהאווען? אסאך פון זיינע ניגונים הערט זיך ווי קינדעריש.. חוץ טאמער איך פארשטיי פשוט נישט....

כבוד הרב 'און שוין'.

געווענטליך ווען איך פארמאג אן עהנליכן פראבלעם ווי דו האסט יעצט, פרוביר איך צו טרעפן א 'גייד' וואס ס'זאל מיר געבן אן אפעציעלן אינטרודאקשען צו די נושא וואס איך זיך צו לערנען.

צום יעצטיגן נושא - אויב דו זוכסט געוואויר צו ווערן אביסל מער איבער בעיטהאווען דארפסטו זוכן א מקור וואס וועט דיר געבן אביסל אינסייד אינפארמאציע איבער דעם ארטיסט, און עס וועט דיר צוביסלעך אריינפירן צו זיינע קאמפאזיציעס אנגעהויבן פון די מער גרינעגרע און צוביסלעך צו די מער קאמפליצירטע.

לאמיר דיר אפיהרברענגען דא א שטיקל וואס איז פון מיינע פעיוואריט בעיטהאווען קאמפאזיציעס געשריבן פאר פיאנוי. עס איז נישט קיין גרינג שטיקל צו קענען אראפשפילן, עס פארמאגט שווערע ארבעט פאר ביידע הענט וואס מ'דארף קענען שפילן אויף איינמאל און אין די זעלבע צייט אויך פאלגן די דיינעמיק מארקס (העכער שטילער וכו'). דער שטיקל איז א חלק פון א 'מאוומענט' וואס ער האט גערופן די 'מונלייט סאנאטא'. עס פארמאגט הערליכע, דראמאטישע, און פרייליכע חלקים אין זיך.

איך לינק דיר דא אהער צוויי ווידעאוס פון דעם ניגון. איין ווידעאו וויאזוי א גרויסער קלעסיקל פיאניסט שפילט עס אפ. און די צווייטע ווידעאו וואס ווייזט די מוזיקאלישע נאטן צוזאמען מיט די אודיאו, אזוי אז דו זאלסט קענען באקומען א שטיקעלע איידיע וואס עס קומט אלץ פאר אין דעם קאמפאזיציע. אסאך מאל ווען מען קוקט אויף די נאטן בשעת'ן הערן די ניגון העלפט עס פארשטיין דעם סטרוקטור פונעם ניגון אפילו אויב דו קענסט נישט ליינען קיין נאטן.

1
https://drive.google.com/file/d/1JrnNGJ ... p=drivesdk

2
https://drive.google.com/file/d/1Js-XGo ... p=drivesdk

הצלחה

Wow!
א גרויסן ייש''כ!!!
דאס האב איך יעצט געטון, זיך געוואנדען צום מומחה פאר א אינטערדאקשען..
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
ארשיווער ראש הקהל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:25 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארשיווער ראש הקהל »

א גרויסער שכח פארן פרישן פאוסט.... קען מען הערן א חילוק צווישן א עקאוסטוק גרענד און א נאכגעמאכטע סאונד פון א עלעקטאריק קיבארד?
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

ארשיווער ראש הקהל האט געשריבן: קען מען הערן א חילוק צווישן א עקאוסטוק גרענד און א נאכגעמאכטע סאונד פון א עלעקטאריק קיבארד?

עפ"י רוב הערט מען א חילוק, אפילו די נארד - וואס דארף שוין צו הייסן אז ס'סאונד ממש ווי א גרענד פיאנוי - סאונדט נאך ווייט נישט די זעלבע ווי א עכטע גרענד. פארפאלן.

חוץ מזה וואס עס זענען דא פארשידענע מינע גרענד פיאנוי סאונדס. ס'זענען דא וואס סאונדן אפענער און קלינגעדינגער, ס'זענען דא וואס סאונדן פארמאכטער און ווארימער וכדומה (למשל די חילוקים צווישן די סטיינוועי, באוסענדארפער און יאמאהא גרענד פיאנויס) יעדע פיאנוי פארקויפט עפעס אנדערש. און אז דו פרעגסט מיר, איך בין נישט קיין מורא'דיגער חסיד פון די נארד גרענד פיאנוי סאונד, חוץ ביי די נידעריגע נאוטס וואס דארט הערצעך עס יא היבש עכט, אבער די מיד-רעינדזש נאוטס גייט מיר היבש אויף די נערוון. כנלענ"ד!

נישט אוועקצונעמען די קרעדיט וואס קומצעך פאר נארד, נאך אלעם האבן זיי ערצייגט א פראדוקט וואס איז געווען א דורכברוך אינעם עולם הקיבאורדס.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
piano fan
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:48 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך piano fan »

שלומי שפילמאן האט געשריבן:
ארשיווער ראש הקהל האט געשריבן: קען מען הערן א חילוק צווישן א עקאוסטוק גרענד און א נאכגעמאכטע סאונד פון א עלעקטאריק קיבארד?

עפ"י רוב הערט מען א חילוק, אפילו די נארד - וואס דארף שוין צו הייסן אז ס'סאונד ממש ווי א גרענד פיאנוי - סאונדט נאך ווייט נישט די זעלבע ווי א עכטע גרענד. פארפאלן.

חוץ מזה וואס עס זענען דא פארשידענע מינע גרענד פיאנוי סאונדס. ס'זענען דא וואס סאונדן אפענער און קלינגעדינגער, ס'זענען דא וואס סאונדן פארמאכטער און ווארימער וכדומה (למשל די חילוקים צווישן די סטיינוועי, באוסענדארפער און יאמאהא גרענד פיאנויס) יעדע פיאנוי פארקויפט עפעס אנדערש. און אז דו פרעגסט מיר, איך בין נישט קיין מורא'דיגער חסיד פון די נארד גרענד פיאנוי סאונד, חוץ ביי די נידעריגע נאוטס וואס דארט הערצעך עס יא היבש עכט, אבער די מיד-רעינדזש נאוטס גייט מיר היבש אויף די נערוון. כנלענ"ד!

נישט אוועקצונעמען די קרעדיט וואס קומצעך פאר נארד, נאך אלעם האבן זיי ערצייגט א פראדוקט וואס איז געווען א דורכברוך אינעם עולם הקיבאורדס.

ביי די נארד ווענט זיך וויאזוי מען שטעלט עס אן. סאיז דא א ריזיגע חילוק צווישן צבי סאונד אין מענדי סאונד. איז נישט שייך עס צי מיקסן סזאל זיך ממש הערן עכט ?
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4921
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

ר' שלמה מיר ווארטן אויפן המשך!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

איך בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינעו און זיך פארטיפן אין די לעצטע פאר ארטיקלעך ר׳ שלמה. אי״ה קומענדיגע וואך וועלמיר - ע״פ חזקה - שכוח זאגן
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פאוסט #7 סאונד און טאון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

בס"ד
א גוטן טאג – האמיר געוואלט ממשיך זיין מיטן אויסשמועסן די אלע צוגעהערן צו תורת המוזיקה וואס האבן נישט קיין דירעקטן שייכות מיט די נאטן זעלבסט.

Tone / Sound
די עלעמענט פון טאון און סאונד פארנעמט גאר א וויכטיג ארט אויפן מוזיקאלישן אויבן אן. סאונד איז די זאך וואס ערלויבט פאר מוזיק צו ווערן געהערט. אפילו די עצם בריאה פון סאונד איז נישט קיין מוזיק פון דעסטוועגן איז דאס די היים געבער פאר מוזיק. ממילא פארלאנגט זיך מען זאל לייגן א דגוש אויף די סאונד אז עס זאל טאקע אויספיהרן זיין שליחות ווי עס דארף צו זיין. און אגב - די נושא פון סאונד האט זייער אסאך אפטיילונגען און מיר זענען נישט געקומען דא אויסשמועסן יעדע פון זיי, מיר וועלן זיך בלויז באציען וויפיל ס'איז נוגע צו די השתלשלות הדברים פון אונזערע ארטיקלען דא.

וואו און ווען מאכט סאונד א חילוק.
העמער נעמען דעם משל פון אונזער בעל תפילה וועמען מיר האבן שוין כמה פעמים גענוצט אויבן. שטעלט אייך פאר א בעל תפילה וואס דארף צו הייסן גאר א געלונגענער און באקאנטער בעל תפילה. ער זאגט אראפ גאנצעטע שטיקלעך, זיין ראש חודש בענטשן, זיין ממקומך, זיין ותערב, זיין גשם בענטשן.. עפעס מורא'דיג, מענטשן קומען אים הערן פון אלע עקן פון שטאט. אבער.. איין יו"ט האט פאסירט אז דער בעל תפילה איז אויף קיינעם געדאכט געווארן הייזעריג, אבער די גבאים פון ביהמ"ד וועלנדיג אנהאלטן די חזקה האבן נישט געוואלט אויפגעבן דעם בעל תפילה, און יא, ער איז צוגעגאנגען צו גשם בענטשן הייזעריגערהייט.. איך גלויב אז בשעת איר ליינט די שורות האט איר שוין דעם פונקטליכן בילד אויסגעמאלן ביי אייך אין קאפ וויאזוי אזא דאווענען האט אויסגעזעהן.. ער פרובירט נעבעך אראפצוזאגן יוסעלעס שטיקלעך, ער קנייטשט ארויף און אראפ, ער טוישט טעינער אבער גארנישט העלפט נישט. ער מעג זיין דער גוטער בעל תפילה וואס ער איז אבער די 'סאונד' איז נישט אין ארדענונג.

די זעלבע איז נוגע ביי מוזיקאלישע אינסטרומענטס אויך. מ'קען אמאל זיין אן אויסגעצייכנטער מוזיקאנט, זיין אן אמת'ער בקי בחכמת הנגינה פון אנפאנג ביזן סוף אבער אויב דיין סאונד איז נישט געשמאק צום מענטשליכן אויער נעמט דאס אראפ אסאך פון די קוואליטי. אלזא ווען דו שפילסט אן אינסטרומענט, לייג א דגוש אז דיין 'טאון' זאל זיין געשמאק און פליסיג. און דאס איז נישט קיין לייכטע ארבעט, והא ראי' אז 99 פראצענט פון בעגינערס פארמאגן נאכנישט קיין שיינע סאנוד (חוץ אויף א קיבאורד ווי די סאונד איז געסעמפלט און פארטיג וויאזוי ס'שטייט און גייט אז אפילו ווען א 1 יעהריגע בעבי דרוקט אויפן קיבאורד קנעפל סאונד עס שיין..). עס איז א זאך וואס ס'קומט מיט די צייט, און דאס האט אסאך צו טוהן מיט דיין אויער (ווי אויבן גערעדט) דער אויער ווערט דעוואלאפט מיט די צייט און ס'ווערט סענסיטיוו צו געוויסע סאונדס אזוי אז ס'הייבט אן הערן דיטעילס וואס דו האסט ביז דאן נישט אויפגעכאפט.

סאונד איז א חלק פון די זאכן צו וואס דער אויער ווערט סענסיטיוו מיט די צייט!

לאמיר נעמען א משל פון שמעון'ס בעה"ב בערל, שמעון קען שוין בערל פון אסאך יארן. נאך בעפאר ער האט אנגעהויבן ארבעטן פאר אים, איידער שמעון האט געארבעט פאר בערל פלעגט שמעון נישט קיין סאך זיך קימערן ווען ער האט געהערט בערל שמועסן אין ביהמ"ד אבער ווי נאר בערל איז געווארן שמעון'ס בעה"ב און שמעון הערט בערל שמועסן אין ביהמ"ד וועט שמעון'ס אויער גלייך שיקן א סיגנאל צום מוח 'שמעון דיין בעה"ב געפונט זיך דא' און אויב איז דעמאלטס למשל צעהן אזייגער ווען שמעון דארף שוין צו זיין אין דער ארבעט וועט אים דאס וויי טוהן, און אלעס נאר ווייל זיין אויער האט 'דערהערט' דעם באקאנטן שטימע. נאך א משל, ווען דו באקומסט אן אנאנימוס טעלעפאון קאל פון דיין זוהן, ער רופט פון א פובליק פאון פון ביהמ"ד, ווי נאר דו הייבסט אויף דעם טעלעפאון און דו כאפסט אויפן קול אז דאס איז דיין זוהן משה וואס רופט, וועט דיין ריספאנס ווי פארשטענדליך זיך דראסטיש טוישן. 'אהההה מוישעלע דו ביסטעס!!!!' דאס אלעס פאסירט פון דעם וואס יעדער מענטש האט א דעוועלאפטע אויער אויפצוכאפן סאונדס וואס מיינען אים, מ'קען רעדן פון הונדערטער אזוילכע סארט משלים ותן לחכם ויחכם עוד.

ממילא קומט אויס לפי"ז אז סאונד איז א זאך צו וואס דער מענטשליכער אויער דארף זיך צוגעוויינען, ממילא למשל ווען דו הייבסט אן שפילן אויף א סאקסעפאון וועט דיין סאונד עפ"י רוב זיך הערן פארשטאפט. אבער לויט דיינע דעמאלטסדיגע השגות וועסטו נאכנישט כאפן אזוי ווייט אז דו האסט נאך א לאנגע וועג צו גיין, אבער ווי נאר עס וועט אריבערגיין א שטיק צייט און דו וועסט זיך איבערהערן אויף א רעקארדינג וויאזוי דו האסט געסאונדט מיט א יאר צוריק ווען דו ביסט נאך האסט נאך ממש געהאלטן ביי סטעפ 1 וועסטו פלוצלינג הערן א ריזיגע חילוק. אויב אזוי שטעלצעך די שאלה, וויאזוי קען א מענטש לייגן א דגוש אויף טאון און סאונד ווען ער ווייסט נאכנישט וויאזוי ער דארף צו סאונדן? די עצה דערצו איז צו אויסהערן אנדערע מוזיקאנטן וואס קענען שוין גוט. ווען דו הערסט אויס א רעקארדינג פון שלומי כהן ווען ער שפילט א סאקסעפאון סאלא וועט דיר דאס פונקטליך זאגן וואס עס מיינט 'א שיינע סאקסעפאון סאונד'.

נאך א חלק אין די נושא פון טאון איז די השפעה וואס דיין 'טאון' האט אויף א צווייטן, למשל ווען א מענטש שרייט הויעך ערוועקט עס ענקזייעטי אויף די צוהערער, ווידעראום ווען ער רעדט צוגעלאזן און רואיג ערוועקט עס רואיגקייט אויף די צוהערער. דאס זעלבע איז מיט מוזיק. ווען מען שפילט מוזיק קען מען אויך קאנטראלירן נאטן וואס מ'שפילט מיט די וועג וויאזוי דו דעליווערסט דיין טאון (ווי מ'זאגט אויף ענגליש, די אינווייט סעטס די טאון..). ווען דו שפילטס א ניגון התעוררות שפילסטו מיט מער א וויינעדיגן טאון, און ווען דו שפילסט א פרייליכן ניגון שפילסטו מיט א מער לופטיגערן טאון, און ווען קול מבשר וועט מעלדן אז רוסלאנד ערקלערט מלחמה קעגל אוקריינא וועט ער דאס זאגן מיט א דראמאטישן טאון וכדומה.

ווי אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן פארוואס הויעכע בעיס מאכט א מענטש טאנצן, דאס איז אויך א דירעקטע תוצאה פון 'טאון'. די דיקעקייט פון די בעיס ערוועקט עקסייטמענט. בדוק ומנוסה.

עס איז נאך דא אסאך צו רעדן אבל הזמן קצר..
המשך יבא בעז"ה.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א גרויסן ייש"כ פארן פרישן פאוסט!

וויאזוי קען מען פארבעסערן די סאונד, מיילא פון א מענטש פארשטיי איך, אבער למשל פונעם סאקסעפאון גיטאר וכדו', וויאזוי פארבעסערט מען עס, מיטן אנשטעלן ריכטיג, אדער וויסן וויאזוי צו בלאזן, ויאזוי לייגן אין מויל, ווי שטארק בלאזן וכדו'?
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

נאר מיט שמחה האט געשריבן: א גרויסן ייש"כ פארן פרישן פאוסט!

וויאזוי קען מען פארבעסערן די סאונד, מיילא פון א מענטש פארשטיי איך, אבער למשל פונעם סאקסעפאון גיטאר וכדו', וויאזוי פארבעסערט מען עס, מיטן אנשטעלן ריכטיג, אדער וויסן וויאזוי צו בלאזן, ויאזוי לייגן אין מויל, ווי שטארק בלאזן וכדו'?

יעדע אינסטרומענט האצעך זיינע געזעצן. ביי גיטאר למשל האטעס אסאך צו זאגן מיט די וועג וויאזוי די נוצט דעם 'פיק' און אויך וויאזוי דו נוצט דיין לינקע האנט. א.א.וו. אבער אלעס קומט צוריק צום זעלבן שורש אז מען דארף האבן א גוטן אויער, ווייל אויב דיין אויער ווייסט וואס עס מיינט 'א שיינע סאונד' דעמאלטס וועסטו האלטן אינאיין פרובירן צו ארבעטן אויף דיין סאונד ביז דו שפירסט אז דו האסט געגרייכט דעם ציהל (עס קען נעמען אפאר יאר).
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פאוסט #8 The Internal Fan - Muscle Memory

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

בס"ד
פאוסט #8
א גוטן טאג חשוב'ע חברים, און א גוטן ער"ח אדר ב'!

האמיר פאר אייך היינט א גאר וויכטיגע נקודה וואס איז נוגע פאר יעדעם איינעם איבערהויפט פאר מתחילים, מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן.

The Internal Fan

איינע פון די מערסט געפרעגטע פראגעס פון מתחילים וואס הייבן זיך אן לערנען א פאך איז ' ווי לאנג דויערט ביז מען קען שפילן פליסיג'. יעדער מענטש וועט נאטורליך פרובירן צו דערגיין ווי לאנג א זאך דארף צו נעמען איידער מען נעמט זיך עס אונטער, פונקט ווי ווען איינער וויל פארן פון מאנסי קיין בארא פארק צו א חתונה פון א חבר וועט ער קודם טשעקן טראפיק און זעהן צו ס'לוינצעך אים די טירחה. און דאס איז זייער נארמאל. אנדערש איז אבער ביי מוזיק, ווי די תשובה צו די פראגע איז ביי יעדן איינעם אנדערש. קודם כל עס ווענדט זיך וויפיל צייט דער סטודענט האט, א ישיבה בחור וועט אייביג האבן מער צייט צו פרעקטעסן ווי א יונגערמאן וואס ארבעט א גאנצן טאג וכדומה, ממילא אויטאמאטיש וועט דער בחור אנקומען שנעלער צוליב דעם וואס ער האט די מעגליכקייט אריינצולייגן מער שעות און דעדיקעישאן.

אבער איך וויל צוקומען צו א טיפערע נקודה.

לאמיר נעמען א משל פון מנשה, א 17 יעריגער בחור, עס איז ערב סוכות אינדערפרי נאך שחרית. מנשה איז מיד און אפגעמוטשעט נאכן זיין אויף א גאנצע נאכט צו ענדיגן בויען די סוכה. ער קריגט א טעלעפאון קאל פון זיין חבר יודל ווי ער בעט מנשה זאל אים קומען העלפן בויען די סוכה ביי זייער שוהל ווייל די גוים זענען פונקט נישט אריינגעקומען און ס'נישטא ווער ס'זאל אויפשטעלן די סוכה... מנשה האט ווי פארשטענדליך נישט קיין גרויס חשק עס צו טאהן, ער איז מיד און ער האט נאך א פולן סקעדזשול פארן טאג. מנשה ישוב'ט זיך וואס ער זאל ענטפערן פאר יודל'ען און נאך אפאר מינוט זיך קראצן זאגט ער פאר יודל'ען אז ער פיהלט שלעכט אים אפצוזאגן אבער ער שפירט אז עס וועט אים זיין צו שווער.. שוין, נישט איז נישט. אראפגעלייגט דעם טעלעפאון. 15 מינוט שפעטער רופט יודל נאכאמאל אן מנשה און זאגט אים אז ער האט יעצט גערעדט מיטן משמש פון שוהל און דער משמש איז גרייט צו באצאהלן א פופציגער פאר יעדן וואס קומט העלפן בויען די סוכה. מנשה טראכט שוין נישט אזוי לאנג ווי פריער און ער זאגט אים אז ס'איז מסודר און ער וועט דארט זיין אין א האלבע שעה.

יעצט לאמיר אנאליזירן וואס פונקטליך האט זיך דא אפגעשפילט אין מנשה'ס מוח? פארוואס פריער האט עס אים אויסגעקוקט ממש אוממעגליך צו גיין העלפן בויען א סוכה און יעצט פלוצלינג קומט ער צו לויפן.. אויב האט ער פאקטיש נישט קיין כח אויף זיך יעצט, וויאזוי גייט ער פלוצלינג האבן כח דורכ'ן באקומען א פופציגער? דער ענטפער איז זייער פשוט: מנשה האט טאקע נישט קיין כח, זיין גוף איז עקזאסטעד. אבער די דערהער אז ער קען יעצט פארדינען א פופציגער האט 'אנגעצונדן א fan' ביי מנשה אינעווייניג און די דאזיגע פען טוט איבערשטייגן זיין מידעקייט.

אט דער דאזיגער פען איז וואס יעדער מוזיק סטודענט דארף זיך איינהאנדלען כדי צו קענען אנקומען ווי ער וויל אנקומען. געדענקט: א טיטשער דינט בלויז ווי א דזשי-פי-עס וואס צייגט דיר די דירעקציעס ווי דו ברויכסט גיין אבער ווי לאנג דו וועסט זיך נישט אריינזעצן אין א קאר און דרייוון וועסטו אויף קיין שום פאל נישט אנקומען.ממילא קומט אויס אז מ'קען נישט ענטפערן פאר יעדן דעם זעלבן תירוץ ווי לאנג ס'דויערט ביז מ'קען שפילן.. עס ווענצעך אינעם איטערנאל פען, אויב דער קאר האט גאזאלין וועט ער קענען פארן אינעם דירעקציע ווי דער דזשי-פי-עס ווייזט אים צו גיין. די fan איז די gasoline פארן סטודענט.

==============================

דאס ברענגט אונז צום קומענדיגן נושא פון
Muscle Memory

מוסקל-מעמארי מיינט, צו האבן די יכולת צו טוהן א געוויסע זאך אן דארפן טראכטן וויאזוי מען טוט דאס, דאס ווערט געשאפן דורכ'ן טוהן די זאך אויף א גענוג אפטע פארנעם אזוי אז די מוסקלען געדענקען פון זיך אליינס וואס צו טוהן.

איינע פון די זאכן וואס פארלאנגט זיך במשך די פראסעס פון זיך לערנען שפילן אן אינסטרומענט איז צו דעוועלאפן מוסקל-מעמארי, און פאר זייער א פשוט'ע סיבה. די גוף ברויך זיך צוגעוויינען צו א נייע זאך. פונקט ווי א קליינע בעבי קען נאכנישט אויפהייבן א לעפל ווייל עס האט נישט קיין 'גריפ'. און ס'נעמט אים א לאנגע צייט ביז ער געוויינט זיך צו וויפיל פרעשור ער דארף לייגן אויפן לעפל ביז ער באקומט גענוג א גוטן 'גריפ' דערויף. ווער רעדט נאך ווען ס'קומט אויפצוהייבן א שווערערע חפץ ווי א באטל, א טעלעפאון וכדומה. דאס איז נוגע אפילו ביי ערוואקסענע אויך. יעדער מענטש וואס האט זיך געלערנט דרייוון וועט וויסן צו זאגן אז ס'האט גענומען א שטיק צייט ביז זיין פיס האט געוואוסט וויפיל צו דרוקן אויפן פעדאל ווען ער האט געדארפט זיך אפשטעלן ביי א רעד-לייט, אן דעם וואס ס'זאל געשעהן א שארט-סטאפ און אויפשאקלען די באקס פיש מיט קאטשעניו אינעם טראנק.. דאס האט אלעס צו טוהן מיט מוסקל-מעמארי. בעיקר זעהט מען דאס ביי גיטאר סטודענטס, ווי ביז מען איז מצליח ארויסצובאקומען א נארמאלן סאונד פונעם אינסטרומענט קען דויערן א היבשע וויילע. די לינקע האנט דארף זיין איינגעבויגען ווי ווען מען האלט א בעכער ביי קידוש אדער ווי ווען מען פרובירט צו עפענען א אלטע פענסטער.. און דאס איז זייער א פרעמדע פאסטשור פארן גוף, און די הענט טוען געווענטליך וויי אנפאנג ביז ער באקומט דעם מעסעדזש וואס מ'וויל פון אים דא.

אלזא – אזויווי מוסקל-מעמארי איז א זאך וואס געשעהט נאר דורכ'ן טוהן עפעס גענוג אפט, קומט אויס אז ווי אפטער דו וועסט פרעקטעסן דיין אינסטרומענט אלס שנעלער וועט די מוסקל-מעמארי זיך דעוואלאפן. והדברים ברורים ונכונים בס"ד.

המשך יבא אי"ה
כל טוב
אטעטשמענטס
IMG-20220302-WA0004.jpg
IMG-20220302-WA0004.jpg (108.68 KiB) געזען 2148 מאל
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ש'כח פארן מאכן אזא לופטיגע אטמאספער דא...
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

ממוצע האט געשריבן: ש'כח פארן מאכן אזא לופטיגע אטמאספער דא...

איך זוך די 'לייק' באטן..
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ייש"כ פאר די נייע שיעור!

און די בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

שכוח נמש'ל.

איין זאך וואלט איך געוואלט צולייגן צום נעכטיגן שיעור (פאוסט בלע"ז), איך האב באטאנט די פאקט אז כדי אנצוקומען צו א געוויסע לעוועל אין מוזיק דארף מען זיך האלטן מאטיוועיטעד (די fan דארף ארבעטן), וועסטו דאך אבער פרעגן, וויאזוי קען מען שאפן פרישע מאטיוואציע ווען מען איז נישט אין די גיסטע, נישט אייביג ארבעט די fan אזוי גוט, נישט אייביג איז מען אין די גיסטע צו פרעקטיסן.. וואלט איך געוואלט געבן דא א שטיקעלע טיפ וואס וועט דיר אביסעלע העלפן גיין ווייטער.

מאטיוואציע און חשק איז א זאך וואס קומט נישט אייביג אן נאטורליך, ס'זענען דא טעג וואס די מוח און הארץ זענען אפן און די חשק קומט צוגיין פון זיך אליינס, ווידעראום זענען דא טעג וואס מ'שפירט נישט גארנישט, ס'שפילצעך נישט, ס'זינגצעך נישט, מ'איז בכלל נישט אינטערעסירט אין קיין מוזיק אויף די מאמענט, יעדע טרעק וואס דו צינדסט אן מאכט דיר נערוועיז.

די עצה דערצו איז פשוט נישט צו שפילן אדער פרעקטיסן אין די דאזיגע צייטן, לאז עס פשוט אדורכגיין, נישט פייטן מיט קיין גיסטע (געליינט אמאל אין אן אינטערוויו מיט מונה ראזענבלום, זאגט ער דארטן אז ווען ער רעקארדירט קווייער אין סטודיאו און ער זעהט אז דערוילעם קאפארירט נישט צוליב א רעגנדיגן טאג א.ד.ג. שטעלט ער אפ דעם רעקארדינג סעשאן און שיקט אהיים די זינגערס און מ'איז ממשיך א טאג דערויף) יעדער ערוואקסענער מענטש ווייסט אז ס'איז דא צייטן פון מוחין דגדלות און מוחין דקטנות. ווען ס'איז דא מוחין דקטנות שטעל זיך אפ און ווארט ביז די זין שיינט צוריק אויף. ס'איז א כלל אין יעדן הינזיכט אין לעבן. אגב געהערט אמאל פשט אין די ווערטער כסיל בחושך הולך, אז א נארמאלער מענטש וועט נישט ארומשפאצירן אין א פינסטערע שטוב, ווען ער קומט ארויס אינמיטן די נאכט אין קאך נעמען א גלעזל וואסער וועט ער אנצינדן די לעקטער, אז נישט וועט ער דאך קלאפן דעם קאפ אין וואנט, ממילא איז טייטש אז 'כסיל' דער נאר 'בחושך הולך' ער שפאצירט ווייטער אפילו ווען ס'איז פינסטער.. ודי.

געראדע איז דא א מהלך וויאזוי צוהעלפן אביסל די אפעטיט אריינקומען, די עצה וואס האט געארבעט ביי מיר איז אויסצוהערן מוזיק אויף א טיעפערן פארנעם (מ'האט שוין גערעדט דערפון ערגעץ אויבן). למשל, אויב שפילסטו קלארינעט, נעם אפיהר אן אלבום פון חיליק פראנק, מיש אויף צו איין ניגון און קאנצענטריר זיך בלויז אויף דעם ניגון פאר א האלבע שעה, לייג צו אן אויער צו יעדע קליינע דיטעיל, ווען שפילט דער קלארינעט היי-אקטיוו און ווען שפילט ער לוי-אקטיוו, ווען שפילט ער לענגערע נאטן און ווען שפילט ער קורצערע, אויף וועלכע key שפילט ער, וואספארא רידעם שפילט די בענד אונטער אים א.ד.ג. אזוי אז צוביסלעך וועסטו אויטאמאטיש ווערן אריינגעשלעפט אינעם שטרוים דורכ'ן באמערקן נייע חידושים אין דעם טרעק וואס דו וואלסט סתם אזוי נישט באמערקט ווען דו הערסט עס אויס אויבערפלעכליך. אבער צו אלעם דארף מען געדענקען, אויב דו ביסט נישט אין די גיסטע, גיי נישט אריין אין א קאמפ דערמיט, ענדערש לאז עס לויפן ביז עס גייט אדורך.

דאס זעלבע איז נוגע ווען די הענט הייבן אן ווייטוהן אינמיטן פרעקטיסן, מ'זעהט עס אסאך ביי פרישע גיטאר שפילערס, מען שפילט עד כלות הנפש, די הענט רייסט פאר יסורים אבער מען וויל דאך זיין א פרומער און פרעקטיסן ווייטער מיט מסירת נפש... ניין ניין און נאכאמאל ניין. ווען די הענט טוט דיר וויי נעם דאס אלס א סימן אז דיין גוף שיקט דיר א מעסעדזש אז עס איז צופיהל אויף אמאל און ער דארף א שטיקל ברעיק. מען טאר נישט אביוזן די מוסקלען, עס קען שאטן.

הצלחה מרובה אויף ווייטער.
כל טוב!
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

א גוטן טאג יודן, פונקט געפונען דעם קליפ פון א פריילעך בענד קבלת פנים jam מיט עטליכע יאר צוריק, געווען ערגעץ אין חודש אדר און מ'האמיר געהאט אביסעלע פאן מיטן ניגון מי שנכנס, געשפילט אויף א blues shuffle סטייל.

קוקט און האט הנאה
https://drive.google.com/file/d/1QVdlkV ... p=drivesdk
20220306_123919.jpg
20220306_123919.jpg (204.38 KiB) געזען 1817 מאל
לעצט פארראכטן דורך שלומי שפילמאן אום זונטאג מארטש 06, 2022 12:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

שלומי שפילמאן האט געשריבן: א גוטן טאג יודן, פונקט געפונען דעם קליפ פון א פריילעך בענד קבלת פנים jam מיט עטליכע יאר צוריק, געווען ערגעץ אין חודש אדר און מ'האמיר געהאט אביסעלע פאן מיטן ניגון מי שנכנס, געשפילט אויף א blues shuffle סטייל.

קוקט און האט הנאה
https://drive.google.com/file/d/1QVdlkV ... p=drivesdk



וואף!!!

לאמיר נאר זעהן די המשך, ליהודים אויף א מעידשאר...
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

וואס איז טאקע די חילוק פון rock, pop, blues, וכו'?
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

קאלינען האט געשריבן: וואס איז טאקע די חילוק פון rock, pop, blues, וכו'?

גייט נישט על רגל אחת, ועוד חזון אי"ה
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
piano fan
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:48 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך piano fan »

שלומי שפילמאן האט געשריבן: א גוטן טאג יודן, פונקט געפונען דעם קליפ פון א פריילעך בענד קבלת פנים jam מיט עטליכע יאר צוריק, געווען ערגעץ אין חודש אדר און מ'האמיר געהאט אביסעלע פאן מיטן ניגון מי שנכנס, געשפילט אויף א blues shuffle סטייל.

קוקט און האט הנאה
https://drive.google.com/file/d/1QVdlkV ... p=drivesdk
20220306_123919.jpg

וואאאףף....זייער גיט דאס
אגב א עקסטערן שכח פאר די אלע נישט פראפעשונעל ווידיאוס,
איך האב עס מער ליב ווי פראפעשונעל פשוט ווייל סאיז אורגינעל וויאזוי סהאט געסאונד לייוו
ליפא שמעלצר
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 22, 2022 8:56 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא שמעלצר »

טייערע שלוימי,
א בעיס שפילער.
איי וועלט.
איי איי איי.

זאל איך אריין רעדן וואס מוזיק איז וואלט עס פארנימען א ביכל.
ועוד חזון למועד.

לכבודך וועל איך אבער שרייבן א מעשה וואס יעדער קען ארויס נעמן וואס דאס הארץ באגערט.

ווען איך בין געווען א יונגערמאנטשיק איז צו געקומען צו מיר ז.ג. פון סקווירא,
א איד מיט צוויי איידעמער גאנצע קנאקערס דארט, איינער פיזיש און איינער מיט די אפיס פון אויסגאבעס, אז זיין זון וויל ווערן א פויקער.

״וואס איז שלעכט א פויקער״? פרעג איך.

״באלד קומט ער אהיים מיט גרויסע האר אויפ'ן קאפ, א טשופע,״ זאגט ער, ווען זיינע שטערן ווייזן שטריכן פון זארג.

זאג איך אים, ״ס׳איז דאך דא אבראמי שרייבער פון קרית יואל.״

אבראמי איז דעמאלטס געווען דער ערשטער איינציגער חסיד פויקער וואס איך האב געקענט.

אגב, צו צולייגן צו מיין רעקארד האב איך געהאט די זכיה צו זיין פון דער ערשטער זיי ארויפצולייגן אויף זשאבס, אויף אזוי ווייט אז מענדי הערשקאוויטש און אבראמי האבן מיר 'געאפערט' ווערן בעל-הבית (ווען זיי זענען נאך גאר קליין געווען און פארקאש איז נאך געווען טראמבאן) און כ׳האב עס אפגעזאגט ווייל כהאב שוין געוויסט אז מיט די יארן טוישן זיך זאכן.
אויך האב איך נישט געוואלט שלאגן מיט ניגוני און נשמה ארקעסטרא (יענע צייטן) ממילא האב איך געוואלט בלייבן ביי מיין ארבעט וואס איך טו גוט.

צוריק צו די גרויסע טשופע:

זאג איך דעם טאטן:
הער מיר גוט צו. אויב גייסטו זיך שלאגן מיט דיין זון, גייט ער זיכער ווערן א פויקער. אויב גייסטו אים נאכגעבן גייט ער קויפן דעם פויק, האקן דערויף פיר וואכן, אויב וועט ער טויגן וועט ער בלייבן א פויקער און דו קענסט ׳אים׳ העלפן און אויך די ׳קומיונעטי,׳ מיט'ן ווייזן אז מ׳קען בלייבן חסיד'יש און זיך ארויסגעבן טאלאנט.
ווייטער, אויב וועט ער נישט טויגן וועט ער נאך פיר וואכן בעטן שעמעוודיג אויב דו קענסט פליז פארקויפן די פויק-געצייג ווייל עס נעמט אוועק פלאץ דא.

יענער איז היינט קיין פויקער.

כ׳געדענק נאך דעם טאג ווען שפילערס ביי שמחות זענן נאר גוים געוועזן. און אלע דא וועלן געדענקען דעם טאג ווען מען פלעגט נישט זינגען גמרא מיט א ניגון.

שלוימי, זכות ״חסיד'יש-טאלאנט״ תלוי בך.

דיין חבר וואס האט באזינדער הנאה זינגן ווען דו שפילסט,
ליפא
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פאוסט #8 The Internal Fan - Muscle Memory

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

שלומי שפילמאן האט געשריבן:

איך נעם פול קרעדיט אויף די לעצטן פאוסט…:wink:
שכח ר׳ שלומי.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

ליפא שמעלצר האט געשריבן:
ליפא

כזעה מיך אלס דער בחור'ל
נאר אני הקטון בין פון קרית יואל - און נישט קיין פויק נאר א אנדערע כלי שיר - און מיין פאטער שליטא האט פיין מיטגעשפילט /

א מחי' ווידער צו ליינען ליפאס געדיכטן
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

ליפא שמעלצר האט געשריבן:
שלוימי, זכות ״חסיד'יש-טאלאנט״ תלוי בך.

דיין חבר וואס האט באזינדער הנאה זינגן ווען דו שפילסט,
ליפא



ליפא!!!

לאוו יאר תגובות!!

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

ליפא שמעלצר האט געשריבן: שלוימי, זכות ״חסיד'יש-טאלאנט״ תלוי בך.


כבוד הרב ליפא! איך עפרישיעיט אימענסלי פארן אריינקומען דא אין מיין אשכול און איבערלאזן דיינע צוויי צענט. דו האסט בארירט זייער זייער א סענסיטיווע נקודה, אונז אלע זענען אויפגעוואקסן אין א דור ווי אונזערע עלטערן האבן אונז מורא געהאט צו לאזן שפילן אן אינסטרומענט און ווער רעדט נאך ווערן אן אפעציעלער מוזיקאנט! עס האט געהערשט א געוויסע מין שאנדע אויף די גאנצע דערהער פון ווערן א מוזיקאנט, אמער אלע צו עכ"פ רובא דרובא פון די אלע חתונה בענדס אין די תש"ל-תש"מ יארן זענען באשטאנען פון נישט-יודן אדער עכ"פ נישט קיין רעליגיעזע יודן מיט קליינע קאפעלעך אויף די גרויסע באוואקסענע האר צוגעטשעפעט מיט באבי-פינס.. ממילא אויטאמאטיש ווען א טאטע האט געהערט אז זיין בחור וויל זיך לערנען אן אינסטרומענט האט דאס גלייך געמיינט 'ווערן א גוי'. און מיט רעכט. שטעלט אייך פאר ווען ס'ווערט אזאך זאך אז היימישע יונגעלייט הייבן אן צו דרייוון יו-פי-עס טראקס.. עס איז גארנישט שלעכט דערמיט, אבער פון ווען אונז זעמער געקומען לכלל דעת האבן מיר נאך אין לעבן נישט געזעהן א חסידישער יונגערמאן דרייוון פאר יו-פי-עס און ווען דיין זוהן וועט אננעמען אזא פאסטן וועצעך דיר די האר פון קאפ אויפשטעלן, טראץ וואס עס איז באמת גארנישט ראנג דערמיט. ס'איז מער פאר די אויטסייד אימעדזש ווי פאר די עצם פראבלעם.

דאס איז געזאגט געווארן ביי יו-פי-עס ווי די עצם ארבעט איז נישט קיין געמיינע ארבעט, מען דארף בסך הכל טראגן דעם יו-פי-עס יוניפארם און אפשר אויך א פענסיל אויפן אויער און ביי דעם ענדיגט זיך עס, על אחת כמה וכמה ביי מוזיק ווי ס'איז דא אסאך מער פלאץ צו פאלן צוליב די נאטור פון דעם עצם מין אקטיוויטי. און ניין, קיינער ברויך נישט א זוהן א 'היפי'...... ס'האצעך אבער אזוי ארויסגעשטעלט אז אין די לעצטע צעהן פופצן יאר האבן אנגעהויבן ארויסצוקומען מער און מער היימישע מוזיקאנטן און פערפארמער, אסאך פון זיי אין זייער א נארמאלן פארמאט, מיט די גאנצע לבוש און פרומקייט, ממילא איז פארן יונגערן דור שוין געווארן א נארמאלע זאך צו זעהן היימישע יונגעלייט שפילן אויף בענדס, אבער פארן עלטערן דור? זיי זעהען נאך די קליינע קאפלעך מיט די טשופס און דאס איז נישט זייער שולד, זיי האבן דאס פשוט צוגעזעהן און עס איז ביי זיי געבליבן אזא סארט נעגאטיווע אימעדזש אויף די גאנצע דערהער.

און אז מ'רעדט שוין זאלט איר וויסן מורי ורבותי, ס'איז נישט אזוי גלאטיג ווי מען מיינט. עס זענען נאך אלץ פארהאן פולע עלטערן וואס ציטערן פשוט צו קויפן אן אינסטרומענט פאר זייערע קינדער, פרעגט אייך נאר נאך ביי ענקערע חברים וויפיל פון זיי האבן געהאט א הארד טיים ביז זייער טאטע האט מסכים געווען זיי צו קויפן אן אינסטרומענט. און להוי ידוע עס האלטן אין איין צוקומען מענטשן און זאגן אז אדאנק די היימישע בענדס האבן זיי געטוישט זייער בליק אויף דעם גאנצן ענין. דאס אז מען קען זעהן היימישע יונגעלייט מיט בארד און פיאות און פולן חסידישן לבוש שפילן מוזיק נאכט נאך נאכט און רירן זיך נישט אוועק פון די מסורה, דאס טוט קאנפירמען אז יא, עס איז מעגליך צו באווייזן.. און אויב האב אני הקטן געהאט א חלק דערין איז עס א געוואלדיגע חיזוק, עס איז א זכי' עד אין לשער. דאס איז א מתנה פון הימל און דאס נעמט מען נישט אליינס.

און אגב, איך בין נישט דא געקומען רעדן פון מיר אבער אז מ'רעדט שוין בינעך זיך נוהג צו זאגן פאר יעדן טאטן וואס רופט וועגן לעסאנס פאר זיין בחור אז איך בין עס שטארק מעודד און אז עס קומט אזא טאטן אסאך אסאך קרעדיט. מיר ווייסן דאך יא וואס דער טאטע האט אלץ געדארפט (מעגליך) אדורכגיין ביז ער האט געקענט פועל'ן ביי זיך צו שיקן זיין בחור זיך לערנען מוזיק. און זייער אסאך מאל איז דאס א מורא'דיגע הילף פאר א בחור אז ער זאל האבן עפעס א זייטיגע באשעפטיגונג ווי ער זאל זיך קענען אביסל אויסגעבן, נאך אלעם די לימודים אין ישיבה איז נישט גרינג פאר יעדן, ס'איז אסאך שעה'ן וואס מ'דארף זיצן און לערנען, מיטהאלטן די לימודים פארטאגס, פארמיטאג, נאכמיטאג, ביינאכט, זיך צושטעלן צו די זמנים, זיך פארהערן וכו' וכו' און נישט יעדער איז געמאכט דערצו. און אמאל איז דא א בחור וואס די אלע זאכן זענען צו אווערוואלמינג פאר אים און ער שפירט ארויסגעבליבן פון די מערהייט און אמאל מיטן אים קויפן אן אינסטרומענט בלאזט מען אריין א ריזיגן שטיק חיות אין אים, ער פילט ווי ער האט נאך א פלאץ ווי ער קען ארויפברענגען זיין וועליו. פארשטייצעך נישט יעדער בחור דארף עס האבן, און מיר זענען נישט דא צו פסק'ענען הלכה למעשה, דאס זאל יעדער אויסקלארן מיט זיין מורה דרך, אבער אזויפיהל קענעך אייך יא זאגן אז עס האט שוין אויפגעטוהן גדולות ונצורות עד למאוד, זאכן וואס מיר האבן אליינס ערשטהאנטיג מיטגעהאלטן נישט איינמאל און נישט צוויי מאל.

לסיכום הסברים וואלט איך געוואלט צולייגן א דיסקלעמער אז איך האב בלויז אנגערירט דעם סובדזשעקט אויפן שפיץ גאפל און לעולם באלאנגט עס נישט דאהי אין דעם אשכול (קען זיין אז מען דארף עפענען דארפאר א באזונדערן אשכול ווייל עס איז דא אסאך צו רעדן איבער דעם ענין, סיי חיזוק פאר טאטעס און סיי חיזוק פאר בחורים) און דאס איז נאר באטאנט געווארן אלץ מילתא אגב גררא נקיט.

א גוטע נאכט יודן, חזק ואמץ!
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”