לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: פאוסט #3 - די 4 לעוועלס אוו עווערנעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

נאר מיט שמחה האט געשריבן: wow!! געליינט אין איין אטעם, זיך גע'שפראכלאז'ט..!!! נישטא וואס צוצולייגן.

נאכווי ס'איז דא צוצולייגן, מיר זענען ווייט פון פארטיג!
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

אזוי מין קלאר! איך קען נישט ווארטן פאר'ן המשך.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

מיאושדיגער האט געשריבן: אזוי מין קלאר! איך קען נישט ווארטן פאר'ן המשך.

כבוד הרב מיואשדיגער, דו זעהסט בכלל נישט אויס צו זיין אזוי מיואש..
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הערליך הערליך שיין!! פליסיג געשריבן! א געשמאק צו לעזן!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך האב באמערקט אן ענין וואס עס קען זיין אז עס איז נוגע צו דעם פריערדיגן פאוסט פון ר׳ שלמה׳ן.

עס זענען דא פארשידענע מענטשן וואס קענען שוין עפעס שפילן געטאר, ס׳מיינט זיי זענען שוין באהאוונט אין עטליכע קאורדס און עס הערט זיך שוין נישט אזוי ווי @מתמודד׳ס מאדערנע ארט, אבער ווי נישט ווי איז צווישן זייערע קענטעניסן און פראפעסיאנאל פארהאן מער ווי א פליגער רייזע, אבער דאך האבן זיי זעלבסטשטענדיגקייט ביז איבער די נאז, און זיי קומען ארום פראווענען קומזיצן און טוען צוקראצן די אויער פויקלעך מיט זייערע גערודער.

איך ווייס נישט וויפיל מענטשן זענען סענסיטיוו דערצו, אבער איך פערזענליך קריג טשילס ווען איך הער עמיצן מאכן די אומריכטיגע קאורדס, און עס קען מיר אפילו פארטרייבן פון זאל. איך בין לעצטנס געווען ביי א תנאים און דער קומזיצער אויפן סצענע האט געשפרודלט מיט קארליבאך, אבער א ריכטיגער סי מעידזשאר האט ער נישט געקענט ארויסצווינגען פונעם ארסענאל, און מיין פריינט וואס איז געזיצן נעבן מיר האט מיר געפרעגט פארוואס איך בין רויט, איך האב זיך פארענטפערט אז איך בין הייס, אבער דער אמת איז געווען אז איך בין פשוט געווען פארשעמט פאר דעם אומטויגליכן קומזיצער.

יעצט וויל איך וויסן צוויי זאכן פון ר׳ שלמה:

1) בין איך משוגע אז איך קען נישט דערליידן קיין אומריכטיגע קאורדס אזש איך שפאציר ארויס פון זאל?
2) זענען זיי טאקע נישט פראפעסיאנאל אדער בין איך פשוט אן אומפארגינערישער שווארצקוקער?
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

@טישטוך - געענטפערט אין אישי.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

שלומי שפילמאן האט געשריבן: @טישטוך - געענטפערט אין אישי.

ר שלמה איך ליין אלעס דא און איך האב שטארק הנאה, כקום פשוט נישט אן זיך צו באדאנקן!
א ריזן יישר כח! אזוי שיין צו צונעמען אלע פרטים ודוקדוקים!

יעצט בנוגע אישי, און אויב וויל איך אויך וויסן די ענפער?
אז איינער פרעגט ברבים ווילן אסאך אויך וויסן א ענטפער, זוי מייניך.
ביטע ענטפערן אויב ס'נישט צו שווער, א דאנק.
מוה"ר אברהם שאר שליט"א: איזהו גיבור הכובש את יצרו. נישט יענעמ'סיצר הרע, נישט יענעמ'ססמארטפאון. 🔊
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

זייער גערן. כ'האב פשוט נישט געוואלט צופיהל פארקרוכן פונעם נושא, אבער אז מען פארלאנגט עס דא צו שרייבן איז אדרבה ואדרבה.

דא האט איר דעם ריפליי
==================

א גוטן הרב טישטוך. עס זעהט מיר אויס אז דיינע אויערן זענען שוין דעוועלאפט צו א היבשע ווייטע לעוועל אז דו ביסט שוין סענסיטיוו צו קארודס און הארמאני, דאס איז א לעוועל העכער ווי דורכשניטלעך.

איך וואלס דאס אנגעקוקט פונקט ווי דו זיצסט צווישן מענטשן וואס קענען נישט קיין יודיש און נעבן דיר זיצט נאך איינער וואס רעדט יודיש און רעדט שטותים מיט לאקשן און דו ווערסט פשוט צופלאצט פון אים אבער די אנדערע מענטשן דארט וואס פארשטייען נישט קיין יודיש האבן נישט קיין אנונג פארוואס דו ביסט אזוי נערוועיז.

דאס זעלבע איז דא מיט דיר, דו פארשטייסט א שפראך וואס רוב עמך יודן פארשטייען נישט, ממילא ווען זיי למשל זיצן ביי א קומזיץ ווי א וואנא-בי גיטאריסט שפילט, קערן זיי נישט צו ער קען יא קאורדס אדער נישט, זיי ווילן בעיקר איינער מיט א גיטאר זאל שטיין פאר זיי און סטראמען די בענדלעך און זינגען קארלבאך. ממילא לויט דעם קומט אויס אז דו ביסט נישט קיין פשוט'ע אומפארגינער, דו ביסט פשוט א פארשטייער העכער עווערעדזש.

=============
עד כאן
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

שלומי שפילמאן האט געשריבן: זייער גערן. כ'האב פשוט נישט געוואלט צופיהל פארקרוכן פונעם נושא, אבער אז מען פארלאנגט עס דא צו שרייבן איז אדרבה ואדרבה.

דא האט איר דעם ריפליי
==================

א גוטן הרב טישטוך. עס זעהט מיר אויס אז דיינע אויערן זענען שוין דעוועלאפט צו א היבשע ווייטע לעוועל אז דו ביסט שוין סענסיטיוו צו קארודס און הארמאני, דאס איז א לעוועל העכער ווי דורכשניטלעך.

איך וואלס דאס אנגעקוקט פונקט ווי דו זיצסט צווישן מענטשן וואס קענען נישט קיין יודיש און נעבן דיר זיצט נאך איינער וואס רעדט יודיש און רעדט שטותים מיט לאקשן און דו ווערסט פשוט צופלאצט פון אים אבער די אנדערע מענטשן דארט וואס פארשטייען נישט קיין יודיש האבן נישט קיין אנונג פארוואס דו ביסט אזוי נערוועיז.

דאס זעלבע איז דא מיט דיר, דו פארשטייסט א שפראך וואס רוב עמך יודן פארשטייען נישט, ממילא ווען זיי למשל זיצן ביי א קומזיץ ווי א וואנא-בי גיטאריסט שפילט, קערן זיי נישט צו ער קען יא קאורדס אדער נישט, זיי ווילן בעיקר איינער מיט א גיטאר זאל שטיין פאר זיי און סטראמען די בענדלעך און זינגען קארלבאך. ממילא לויט דעם קומט אויס אז דו ביסט נישט קיין פשוט'ע אומפארגינער, דו ביסט פשוט א פארשטייער העכער עווערעדזש.

=============
עד כאן

איך פיל פראוד צו פון די עליטע פארשטייערס.
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

דער הימלישע איד האט געשריבן: איך פיל פראוד צו פון די עליטע פארשטייערס.

אגב זענען היינט צוטאג פארהאן היבש מער פארשטייערס ווי פאר 15-20 יאר צוריק. ווען איך בין געווען א בחור איז געווען א גאנצע גדולה צו הערן א בחור רעדן פון 7'טס אדער דימינישד קאורדס, ווער רעדט נאך פון טיעפערע קאורדס אדער סטיילס, ס'געווען אנדערע צייטן.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4077
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ש'כח ר' שלומי

שרייבסט גאר גוט, און נאך מיט אזא רייכע פענע..

שוין לאנג געוואלט אזא אשכול..
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אויפן ערד אינטערן הימל

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

שלומי שפילמאן האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן: איך פיל פראוד צו פון די עליטע פארשטייערס.

אגב זענען היינט צוטאג פארהאן היבש מער פארשטייערס ווי פאר 15-20 יאר צוריק. ווען איך בין געווען א בחור איז געווען א גאנצע גדולה צו הערן א בחור רעדן פון 7'טס אדער דימינישד קאורדס, ווער רעדט נאך פון טיעפערע קאורדס אדער סטיילס, ס'געווען אנדערע צייטן.

די אמת איז, איך קענישט קיין נעמען, נאר די געפיל שבו, און אויב איינער מאכט נישט קיין גוטע קארדס, מאכט עס מיר זייער נערוועז.

(געווענליך ווען איך הער עפעס צו, איז פון די ערשטע זאכן די קארדס.)
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

די חידושאיז אז איך זעה אסאך מאל ביי חתונות ווי ס'שפילן גרויסע שפילערס און זיי לאזן אויס נאוטס אדער קאורדס ווי גארנישט איך רעד נישט פון אייך ר' שלמה ווייל ווען איך האב אייך געהערט שפילן איז מיר יעדע קאורד עקסטער געווען טעם עולם הבא
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פאוסט #4 ספעיס און דיינעמיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

א גוטע וואך חשוב'ע ליינער, כ"א בשמו הטוב יבורך.

עס קומען ב"ה צוריק געוואלדיגע גריסן פון איבעראל איבער די ביז יעצט געשריבענע ארטיקלען. עס איז א געוואלדיגע זכי', און מיר נעמען דאס נישט פאר לייכט. מיר האפן בעז"ה אז איר וועט ווייטער אויך הנאה האבן.

איידער איך בין ממשיך האבעך געוואלט צולייגן א קליינטשיגע הערה בנוגע שרייבן און קאמענטן דא אינעם אשכול. ווי איר זעהט זענען פארהאן פיל פון די ליינער וועלכע האבן פארשידענע שאלות סיי בנוגע די תוכן פון די ארטיקלען און סיי בכלליות'דיגע שאלות אין פארשידענע אפטיילונגען פון מוזיק. להוי ידוע אז עס איז מיין גרעסטע פלעזשור צו ענטפערן אויף אייערע שאלות, איך קלער נאר צו זאגן אז אפשר זאל מען עפענען א פרישע שאלות ותשובות אשכול פאר סיי ווער עס פארמאגט אביסל א לענגערע שאלה, כדי די דאזיגע אשכול דא זאל בלייבן געווידמעט בלויז פאר די היזיגע שיעורים.

נאך א זאך - עס קומען אריין פיל-צאהליגע שאלות צום אישי קעסטל, און מיר פרובירן צו ענטפערן פאר יעדן ווי ווייט מעגליך, אויב מיר זענען נאכנישט אנגעקומען צו אייער אישי ביטע האבן פארשטענדעניש.

אצינד לאמיר ממשיך זיין מיט די סעריע:

==============================

לויט ווי איר קענט זעהן פון די פאריגע ארטיקלען, איז אונזער מהלך דא שטארק געציהלט איבער די עמאציאנאלער חלק פון מוזיק (איבער די מהלך המחשבה פון א מוזיקאנט און אלעס ארום), און נישט אויף די טעקניאל חלק (ווי עקטשועלי אויסלערנען שפילן מוזיק, וואס אויף דעם זענען שוין פארהאן אומצאהליגע ארטיקלען אויף אייוועלט, ווי שוין דערמאנט אין א פריערדיגע תגובה). אלזא לאמיר דא פרובירן ווייטער אפיהרצונעמען די נושא און זעהן וואו אלס זענען פארהאן פעלער ביי וואס עס איז שייך צו טוישן אונזער כלליות'דיגן מהלך אין מוזיק.

איז אזוי - אונז אלע ווייסן אז מוזיק באשטייט פון 12 טעינער (7 גאנצע און פינעף האלבע), ווי אויך זענען פארהאן אן א שיעור סקעילס און מאודס, און נאך פארשידענע ענדלעס דיטאלן איבער מוזיק טעארי אשר הזמן יכלו והם לא יכלו. און ווי אויבן דערמאנט זענען מיר נישט געקומען אהער עס אויסצושמועסן. מיין שאלה צו ענק דא איז אבער, צו זענען פארהאן סיי וועלכע באשטאנדטיילן פון מוזיק וואס זענען נישט נכלל אין די קעטעגאריע פון נאוטס/הארמאני? און לעולם - פארוואס עפעס זאל איך אפילו מיינען אז עס עקזיסטירן נאך חלקים אין מוזיק אחוץ די עצם מוזיקאלישע נאטן וואס מיר שפילן אדער זינגען?

איז האבעך פאר ענק גרויסע נייעס רבותי...  איר זענט 'אין' פאר א ביג סורפרייז.. און נאכן ליינען די קומענדיגע שורות וועט איר באמערקן אז 'נאוטס' איז נאר איינס פון א היבשע פאר אנדערע באשטאנדטיילן פון מוזיק און איר וועט זיך פשוט וואונדערן וויאזוי איר האט נישט געוואוסט דערפון ביז היינט..

יעצט צו די פלייש פונעם ענין:
פרובירט אייך פארצושטעלן א בעל תפילה וואס לייגט אראפ א לאנגן שטיקל ממקומך. דער בעל תפילה וועט אנהייבן די ערשטע פאר ווערטער 'ממקומך מלכינו תופיע' אביסל שטילער (נישט נאר שטילער אין volume נאר בעצם מיט א לייכטערן צוגאנג) און זיין טאן אויף וואויס וועט זיין אויף אן אופן ווי כאילו איינער דערציילט א דראמאטישע מעשה און ער הייבט אן צו זאגן מיט א רואיגע מינע 'לאמיר אייך דא אריינפירן ביים קעניג אין פאלאץ'. אזוי וועט ער ממשיך זיין ביז די ווערטער די ווערטער כי מחכים אנחנו לך... דא וועט דער בעל תפילה ארויפרוקן זיין קול און שפינען די מעשה אביסל מער דראמאטיש ווי ביז אהער 'אוי מתי תמלוך בציון' בנוסח הידוע כו' און אזוי ווייטער ביז 'תתגדל' דארט ווערט שוין די הויכפונקט פון די דראמא... ביז ועינינו תראנה מלכותך, דארט הייבט ער שוין אן נאכצולאזן די ברען און עס ווערט שוין צוריק אביסל רואיגער ביזן סוף.

יעצט פרובירט צו באמערקן ווי שיין דער עולם ווערט אוועקגעטראגן פון אזא ממקומך, פשוט - דער בעל תפילה האט זיי יעצט דערציילט א שיינע מעשה, א קאלארפולע מעשה, ס'האט געהאט הארציגע מאמענטן, פרייליכע מאמענטן, שפאנענדע מאמענטן וכדומה. איז לאמיר אריינקרוכן לעומקה של ענין און פרובירן צו צונעמען דעם משל און פארשטיין, וואספארא מיטלען האט דער בעל תפילה דא גענוצט כדי דער שטיקל זאל געלונגען מיט סוקסעס. (רוב בעלי תפילה ווייסן אפילו נישט צו זאגן פונקטליך וואס זיי טוען, אבער זיי שפירן עס אין זייער סוב-קאנטשעס) נאכן ליינען די שורות וועט איר זעהן וואס איך מיין.

Space:
די ערשטע נקודה וואס איך וואלט געוואלט צונעמען דא איז די נושא פון 'ספעיס'.

שטעלטאייךפארוועןאירליינטאןארטיקלאיןאצייטונגאבערעסאיזנישטפארהאןקיין'ספעיס'צווישןאייןווארטאיןצווייטן,וואספאראפניםוואלטעסדעןגעהאט,אירוואלטגעשפירטנאךצוויימינוטאזאירקענטשויןנישטמערליינעןאחוץאויבאירנעמטאייןצווייטיילענאל...

איך ברויך נאך ממשיך זיין??

איז דער בעל תפילה ווען ער הייבט אן ממקומך מלכינו תופיע לייגט ער אריין א געוויסע מאס פון 'ספעיס' צווישן איין שטיקל אין די צווייטע וואס אויב דו טראכסט אריין זענען די ליידיגע ספעיסעס פונקט אזוי וויכטיג פאר די סוקסעס פונעם שטיקל ווי די אנדערע חלקים פונעם פערפארמענץ (נישט אז א בעל תפילה איז חלילה א פערפארמער אבער יו געט מיי פוינט). שטעלט אייך פאר וואו א בעל דרשן דערציילט א שרעקעדיגע מעשה פאר קינדער, און ער האלט ביי די שטיקל ווי דער רויבער שארפט דעם מעסער בשעת דער יוד זיצט נעבעך אינעם אנדערן שטוב געבינדן אין קייטן און זאגט ווידוי. וויפיל 'ספעיס' לאזט דער בעל מספר צווישן איין סענטענס און די צווייטע? גענוג און נאך. ריכטיג? דער רויבער שפאצירט מיט גראבע טריט..... (ספעיס.... שטילקייט...) און ער דרייט די הענטל פון די טיר... (ספעיס....... ספעיס............ אנגעצויגענע שטילקייט...) און בוםםםםםםםםםםםםםםם (יעצט געבן די קינדער א שפרינג אויף צוריק פון פחד און ס'הערצעך א דראסטישער 'יוי'.....) דאס זעלבע איז דא מיטן בעל תפילה ווען ער לאזט גענוג פלאץ צווישן כי מחכים ביז אנחנו לך פרובירט ער צו בויען אינטענסיטי און דראמא. (אכטונג געבן אבער נישט צו לאזן צופיהל ספעיס ווייל ס'זענען דא מענטשן וואס ווארטן שוין קוים ארויסצוגיין קידוש מאכן אויף א ביסל וואדקע מיט הערינג..).

אויב דו האסט א שטיקל ידיעה איבער מוזיק נאטן וועסטו וויסן צו זאגן אז פונקט ווי עס זענען פארהאן נאוטס וואס מ'דארף שפילן זענען אויך פארהאן 'רעסט נאוטס' וואס דאס מיינט אז עס ווייזט ווי לאנג שטיל צו זיין, און לויט ווי מ'האמיר פריער גערעדט זענען די 'רעסט נאוטס' פונקט אזוי וויכטיג ווי די אנדער נאוטס פאר די הצלחה פונעם ניגון. (אזוי עס איז פארהאן דער ענין פון יוצר אור ובורא חושך, אז חושך איז נישט נאר די העדר פון אור נאר עס איז אן אפעציעלער בריאה פאר זיך, ואכמ"ל).

Dynamics
נאך א וויכטיגע יסוד איז פארהאן אין מוזיק וואס ווערט אנגערופן מיטן נאמען 'דיינעמיקס' דאס מיינט די הויעכקייט אדער שטארקייט מיט וואס די זינגסט אדער שפילסט. א גוטע זינגער אדער מוזיקאנט וועט וויסן וואו צו זינגען העכער און וואו צו זינגען שטילער. אונזער פריערדיגער בעל תפילה האט אויך געוואוסט ביים אנהייבן דעם ממקומך צו זינגען שטילער און הערשט ביי 'מתי תמלוך' אנצוהייבן העכער און שטערקער. דאס איז די אפטייטש פון 'דיינעמיקס' און עס מאכט א ריזיגע חילוק, דיינעמיקס שפילט א גרויסע ראלע ווען עס קומט צו 'בויען' דראמא. און דאס זענען נישט קיין איבערגעטריבענע פאקטארן וואס איך זאג דא, דאס פארנעמט א וויכטיגע פלאץ אויפן אויבן-אן פונקט ווי אלע אנדערע חלקים פון מוזיק, מ'קען אמאל שפילן די ריכטיגע נאטן אבער אויב ווערט עס נישט אראפגעלייגט מיט די ריכטיגע דיינעמיקס, וועלן די נאוטס וואס דו שפילסט נישט האבן קיין טעם.

ווער עס האט שוין אמאל געזעהן נאטן פון קלעסיקעל מוזיק וועט וויסן צו זאגן אז עס איז פארהאן אזא זאך וואס הייסט 'דיינעמיק מארקס' וואס דאס דארף דער מוזיקאנט קענען ליינען פונקט אזוי וויכטיג ווי צו קענען ליינען די עצם ניגון.

א בעל דרשן דארף אויך קענען קאנטראלן זיינע דיינעמיקס כדי אריינצושלעפן די מקשיבים. ווען ער הייבט אן 'מורי ורבותי' רעדט ער מיט עקסטאז, און דערנאך לאזט ער נאך אביסל און הייבט אן 'כ'האב געהערט א ווארט פונעם הייליגן כך וכך' און ווען ער קומט אן צום הויכפונקט פונעם מאמר גיבט זיך דער בעל דרשן א צושריי 'יעדער יוד נישט קיין חילוק אין וועלכן מצב ער איז דארף ער זיך מחזק זיין און געדענקען אז וכו' וכו'..' און דאס מאכט אסאך א גרעסערן רושם אויף די צוהערער ווי ווען ער זאל ווען אפזאגן דעם גאנצן שטיקל אויפן זעלבן טאן און שטארקייט. ודי.

העמער זיך דא אפשטעלן, הגם עס זענען נאך פארהאן נאך אפאר וויכטיגע קעטעגאריעס וואס מיר ווילן נאך אויסשמועסן באריכות, וועלן מיר עס אבער לאזן אויפן קומענדיגן געלעגנהייט, כדי ליתן ריוח בין הדבקים (ספעיס בלע"ז..).

א גוטע וואך!
לעצט פארראכטן דורך שלומי שפילמאן אום זונטאג פעברואר 06, 2022 8:33 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2136
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע:ברוקלין

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ד' תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

יוש… צוקאש!
אזוי געשמאק און קלאר צו ארימנעמען די נקידות!!
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פאוסט #4 ספעיס און דיינעמיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

שלומי שפילמאן האט געשריבן:
איידער איך בין ממשיך האבעך געוואלט צולייגן א קליינטשיגע הערה בנוגע שרייבן און קאמענטן דא אינעם אשכול. ווי איר זעהט זענען פארהאן פיל פון די ליינער וועלכע האבן פארשידענע שאלות סיי בנוגע די תוכן פון די ארטיקלען און סיי בכלליות'דיגע שאלות אין פארשידענע אפטיילונגען פון מוזיק. להוי ידוע אז עס איז מיין גרעסטע פלעזשור צו ענטפערן אויף אייערע שאלות, איך קלער נאר צו זאגן אז אפשר זאל מען עפענען א פרישע שאלות ותשובות אשכולפאר סיי ווער עס פארמאגט אביסל א לענגערע שאלה, כדי די דאזיגע אשכול דא זאל בלייבן געווידמעט בלויז פאר די היזיגע שיעורים.



גוו ר' שלמה, איך האלט דאס איז וויכטיג.

(די מנהלים זאל אלעס ארובער ריקן. איקלאדעט דעי קאממענט)
אוועטאר
זעלבסטשטענדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2011 9:21 pm
לאקאציע:אין ביהמ"ד ביים תיקון טיש

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פאוסט #4 ספעיס און דיינעמיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעלבסטשטענדיגער »

שלומי שפילמאן האט געשריבן: Dynamics
נאך א וויכטיגע יסוד איז פארהאן אין מוזיק וואס ווערט אנגערופן מיטן נאמען 'דיינעמיקס' דאס מיינט די הויעכקייט אדער שטארקייט מיט וואס די זינגסט אדער שפילסט. א גוטע זינגער אדער מוזיקאנט וועט וויסן וואו צו זינגען העכער און וואו צו זינגען שטילער. אונזער פריערדיגער בעל תפילה האט אויך געוואוסט ביים אנהייבן דעם ממקומך צו זינגען שטילער און הערשט ביי 'מתי תמלוך' אנצוהייבן העכער און שטערקער. דאס איז די אפטייטש פון 'דיינעמיקס' און עס מאכט א ריזיגע חילוק, דיינעמיקס שפילט א גרויסע ראלע ווען עס קומט צו 'בויען' דראמא. און דאס זענען נישט קיין איבערגעטריבענע פאקטארן וואס איך זאג דא, דאס פארנעמט א וויכטיגע פלאץ אויפן אויבן-אן פונקט ווי אלע אנדערע חלקים פון מוזיק, מ'קען אמאל שפילן די ריכטיגע נאטן אבער אויב ווערט עס נישט אראפגעלייגט מיט די ריכטיגע דיינעמיקס, וועלן די נאוטס וואס דו שפילסט נישט האבן קיין טעם.


Found the following factors about dynamics

Dynamics means how quietly or loudly a piece of music should be played.

Dynamics are an important way of conveying the mood of a piece and your use of dynamics is a marked element of your performance.

Composers use dynamics to change the mood.

Dynamics offer a way to show expression in sheet music. They help to drive the emotional content of music through volume and intensity. It's as if you could adjust both the volume and the color depth on your screen simultaneously. We can also think of the intensity side of dynamics as the strength of a note. Some notes are meant to be played gently and lightly, while others are meant to be played more strongly.

Dynamics markings
Dynamics markings
Dynamics_Scale-of-dynamic-markings.jpg (88.35 KiB) געזען 1165 מאל
דער זעלבסטשטענדיגער איז זיך-זעלבסט, שטענדיג..
אוועטאר
ס’שפעט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 12:40 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פאוסט #4 ספעיס און דיינעמיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס’שפעט »

זעלבסטשטענדיגער האט געשריבן:
שלומי שפילמאן האט געשריבן: Dynamics
נאך א וויכטיגע יסוד איז פארהאן אין מוזיק וואס ווערט אנגערופן מיטן נאמען 'דיינעמיקס' דאס מיינט די הויעכקייט אדער שטארקייט מיט וואס די זינגסט אדער שפילסט. א גוטע זינגער אדער מוזיקאנט וועט וויסן וואו צו זינגען העכער און וואו צו זינגען שטילער. אונזער פריערדיגער בעל תפילה האט אויך געוואוסט ביים אנהייבן דעם ממקומך צו זינגען שטילער און הערשט ביי 'מתי תמלוך' אנצוהייבן העכער און שטערקער. דאס איז די אפטייטש פון 'דיינעמיקס' און עס מאכט א ריזיגע חילוק, דיינעמיקס שפילט א גרויסע ראלע ווען עס קומט צו 'בויען' דראמא. און דאס זענען נישט קיין איבערגעטריבענע פאקטארן וואס איך זאג דא, דאס פארנעמט א וויכטיגע פלאץ אויפן אויבן-אן פונקט ווי אלע אנדערע חלקים פון מוזיק, מ'קען אמאל שפילן די ריכטיגע נאטן אבער אויב ווערט עס נישט אראפגעלייגט מיט די ריכטיגע דיינעמיקס, וועלן די נאוטס וואס דו שפילסט נישט האבן קיין טעם.


Found the following factors about dynamics

Dynamics means how quietly or loudly a piece of music should be played.

Dynamics are an important way of conveying the mood of a piece and your use of dynamics is a marked element of your performance.

Composers use dynamics to change the mood.

Dynamics offer a way to show expression in sheet music. They help to drive the emotional content of music through volume and intensity. It's as if you could adjust both the volume and the color depth on your screen simultaneously. We can also think of the intensity side of dynamics as the strength of a note. Some notes are meant to be played gently and lightly, while others are meant to be played more strongly.

Dynamics_Scale-of-dynamic-markings.jpg

אפשר איז כדי צו וויייזן ווי אזוי די דיינעמיק מארקס זען אויס, די רעסט ווייס איך אבער די דיינעמיק נישט
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פאוסט #4 ספעיס און דיינעמיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

ס’שפעט האט געשריבן: אפשר איז כדי צו וויייזן ווי אזוי די דיינעמיק מארקס זען אויס, די רעסט ווייס איך אבער די דיינעמיק נישט

דיינעמיקס מארקינגס קוקן אויס ווי פאלגענד
דאס איז א crescendo מארקינג. דאס מיינט 'ארויפרוקן דעם וואליום'
crescendo.png
crescendo.png (1.14 KiB) געזען 1132 מאל


און דאס איז א decrescendo מארקינג. דאס מיינט 'אראפרוקן דעם וואליום'
decrescendo.png
decrescendo.png (1.16 KiB) געזען 1132 מאל


חוץ וואס עס זענען פארהאן די אלע קאודס פארן שפילן שטערקער אדער שוואכער, ווי זעלבסטשטענדיגער האט שוין ציטירט אויבן.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
ס’שפעט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 12:40 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - פאוסט #4 ספעיס און דיינעמיקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס’שפעט »

שלומי שפילמאן האט געשריבן:
ס’שפעט האט געשריבן: אפשר איז כדי צו וויייזן ווי אזוי די דיינעמיק מארקס זען אויס, די רעסט ווייס איך אבער די דיינעמיק נישט

דיינעמיקס מארקינגס קוקן אויס ווי פאלגענד
דאס איז א crescendo מארקינג. דאס מיינט 'ארויפרוקן דעם וואליום'
crescendo.png


און דאס איז א decrescendo מארקינג. דאס מיינט 'אראפרוקן דעם וואליום'
decrescendo.png


חוץ וואס עס זענען פארהאן די אלע קאודס פארן שפילן שטערקער אדער שוואכער, ווי זעלבסטשטענדיגער האט שוין ציטירט אויבן.

א דאנק! יא,כ’האב מיך געוואונדערט וואס דאס מיינט, ס’איז אבער געוענטליך קורץ נישט אזעלכע לאנגע,
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט מוצש"ק תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

אגב האט מיר עמיצער געשיקט א לינק צו א הערליכן ארטיקל איבער די נושא פון בעלי תפילה, געשריבן געווארן פאראיאר דורך א ניק מיטן נאמען 'ממוצע', וואס דאס לויפט זייער עהנליך אין שניט צו אונזערע ארטיקלען דא.

זעה דעם ארטיקל פון ממוצע
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט מוצש"ק תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

האמיר הנאה געהאט פונעם 'פרישן פאוסט'! פלעין 'גוט געשריבן'!


שלומי שפילמאן האט געשריבן: אגב האט מיר עמיצער געשיקט א לינק צו א הערליכן ארטיקל איבער די נושא פון בעלי תפילה, געשריבן געווארן פאראיאר דורך א ניק מיטן נאמען 'ממוצע', וואס דאס לויפט זייער עהנליך אין שניט צו אונזערע ארטיקלען דא.

זעה דעם ארטיקל פון ממוצע


מיין עהרע צו ווערן געלינקט... ייש"כ.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט מוצש"ק תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ס'איז דא נאך עפעס א מארק דאכצעך, צו 'מדגיש' זיין א נאוט (עמפעסייזן?), א קליינע פלאכע ליין העכער די נאוט. געדענק איך גוט?
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט מוצש"ק תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

ממוצע האט געשריבן: ס'איז דא נאך עפעס א מארק דאכצעך, צו 'מדגיש' זיין א נאוט (עמפעסייזן?), א קליינע פלאכע ליין העכער די נאוט. געדענק איך גוט?

יא. ס'זענען פארהאן מער ווי איינס
זעה לדוגמא
notation_accents.png
notation_accents.png (5.95 KiB) געזען 1050 מאל
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט מוצש"ק תרומה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

א גוטן.

ווי איר קענט זעהן האמיר געמאכט א דופליקעיט פונעם אשכול כדי עס זאל זיך געפונען א פלאץ וואו מ'זאל קענען ליינען בלויז די ארטיקלען אן ברויכן אדורכמישן אלע קאמענטס.

מיר וועלן אי"ה ווייטער ממשיך זיין דא צו ריפלייען אויף אייערע קאמענטס און הערות אזויווי ביז אהער.

לינק צום דופליקעיט אשכול
viewtopic.php?f=134&t=52956
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”