לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

למדן וצדיק האט געשריבן: פשיהא...! יעצט באמערקט דעם אשכול, וואספארא זכיה צו האבן ר' שלמה׳ן דא. איך בין זיך ממש מחיה מיט יעדן ווארט. א ריזיגן יישר כח!

גא"מ - געזעין לעצטנס דעם פרישן אוועיטר - אבער נישט די געדיכטן

הערליך שיין - דענק מיר נאך שלמה אלעזר (+ נאך א נאמען וואס איך דענק נישט) פון סעקשן 3
דענקסט אפשר דע סלאגאן "איר וועט הערן און הערן און נישן אויפהערן"?
איבער געלאפן דעם אשכל פון אנפאנג ביז אהער בנשימה אחת.
א געשמאק

און צום קעפל

שוין נישט אינטערסאנט אפשר וויל ס שוין קלאר (כמעט) - מיינעך אז מוזיק איז א עקספרעשן (אויסדריקן) פון די נשמה
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

Borrower האט געשריבן: "איר וועט הערן און הערן און נישן אויפהערן"?

אוודאי:lol:
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יוד אלף האט געשריבן:
די שליסל צו שטימע, און האבן פולי קאנטראל אויף וויאזוי עס ארויסצוברענגן ליגט אין האלטן די שטימע אין די ריכטיגע פלאץ
דאס העלפט אויף דיינעמיקס, עס העלפט אויף האלטן די טאן,

העכערע טענער האלטן רוב מענטשן נישט אין די ריכטיגע פלאץ, במילא האבן זיי נישט קאנטראל נישט אויפן טאן, און נישט אויף אנדערע זאכן,

די עצה, עקסערסייז צו האלטן העכערע טענער אין פלאץ מיט אלע וואוועלס און אלע סיליבעלס

ברויך מען זיך אויסלערנען די עקסערסייזעס.

אפשר אלץ וואקאליסט, קען מען עפענען אן אשכול.

איך האב היבש א הויכע רענדזש. איך גיי אלעמאל די היי אקטיוו.. אין די מיטן פונעם רענדזש בין איך רעלאטיוו גוט. מיט רעלאטיוו אן אפענע שטימע. אבער ווען ס'קומט צו אויבן איז צרות... ס'ווערט דין ווי א נאדל.

ווען מ'איז מיעד למשל, איז שווער צו האלטן א קאנסיסטענט דיינעמיק, פארן אויך די טענער ווי עס ברויך צו זיין. א קבלת שבת ווען מ'איז אויסגעמוטשעט... זאל נישט אויסגערעדט זיין... קען זיין אז דעמאלטס קומט נישט די שטימע פון די ריכטיגע ארט (?)
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

ממוצע האט געשריבן: א קבלת שבת ווען מ'איז אויסגעמוטשעט... זאל נישט אויסגערעדט זיין.

ס'איז אייביג דא די אפשען נישט צוצוגיין:lol:

איר קענט נישט מיין גבאי...
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

ממוצע האט געשריבן: איר קענט נישט מיין גבאי...

און איר קענט נישט מיין גבאי'ן, און דאך גיי איך נישט צו...
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
עטיש
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:54 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטיש »

שלומי שפילמאן האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן: א קבלת שבת ווען מ'איז אויסגעמוטשעט... זאל נישט אויסגערעדט זיין.

ס'איז אייביג דא די אפשען נישט צוצוגיין:lol:

ווענד זיך וועם ער וועט צושיקן אנשטאט אמאל לוינט זיך צוגיין מידערהייט אויך

אגב מזעמער זיך מחי' דא
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע:ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

שלומי, נארוואס געליינט דיין לעצטן פאוסט. גאר קלאר, ש'טא וואס צוצולייגן. דיין שפראך איז אויך צוקער זיס.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש'צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

ממוצע האט געשריבן:
יוד אלף האט געשריבן:
די שליסל צו שטימע, און האבן פולי קאנטראל אויף וויאזוי עס ארויסצוברענגן ליגט אין האלטן די שטימע אין די ריכטיגע פלאץ
דאס העלפט אויף דיינעמיקס, עס העלפט אויף האלטן די טאן,

העכערע טענער האלטן רוב מענטשן נישט אין די ריכטיגע פלאץ, במילא האבן זיי נישט קאנטראל נישט אויפן טאן, און נישט אויף אנדערע זאכן,

די עצה, עקסערסייז צו האלטן העכערע טענער אין פלאץ מיט אלע וואוועלס און אלע סיליבעלס

ברויך מען זיך אויסלערנען די עקסערסייזעס.

אפשר אלץ וואקאליסט, קען מען עפענען אן אשכול.

איך האב היבש א הויכע רענדזש. איך גיי אלעמאל די היי אקטיוו.. אין די מיטן פונעם רענדזש בין איך רעלאטיוו גוט. מיט רעלאטיוו אן אפענע שטימע. אבער ווען ס'קומט צו אויבן איז צרות... ס'ווערט דין ווי א נאדל.

ווען מ'איז מיעד למשל, איז שווער צו האלטן א קאנסיסטענט דיינעמיק, פארן אויך די טענער ווי עס ברויך צו זיין. א קבלת שבת ווען מ'איז אויסגעמוטשעט... זאל נישט אויסגערעדט זיין... קען זיין אז דעמאלטס קומט נישט די שטימע פון די ריכטיגע ארט (?)

די מיעדקייט וואס דו האסט ברענגט אז דיינע וואוקעל קארדס אדער דיינע ארימיגע מוסקעלס זאלן אויך זיין מיעד פון ארבעטן געהעריג. זיכסטו אבער א וועג יא צו דאווענען שיין, לייגסטו מער כוח אויפן קארד, וואס דאס ברענגט אז ס’זאל זיך אנשטרענגען, און אז ס’שטרענגט זיך אן ווערט ער הארט, און אז די וואוקעל קארדס ווערן הארט, ווייברעט ער שוין נישט. ווערט מען הייזעריג..

די עצה ווען מ’איז הייזעריג איז נישט דווקה זיין שטיל, ריכטיגע עקסערסייזעס קען זיין די העלפ, מיט אסאך אסאך שלאף
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

א גוטע וואך. איידער איך בין ממשיך מיט די פרישע ארטיקלען וואלט איך געוואלט געבן א געלעגנהייטפאר די חשוב'ע ליינער אריינצוגעבן ריקוועסטס.

אויב ס'איז דא עמיצער וואס וואלט געוואלט מ'זאל אויסשמועסן א ספעסיפישע נושא דא אין דעם אשכול, קען עס דא פאוסטן אדער שיקן אין אישי.

פארשטייצעך עס זאל זיין א נושא וואס לויפט אין די דירעקציע פון דעם אשכול. נישט סתם סיי וועלכע סובדזשעקט פון מוזיק וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות מיט די נושאים פון וואס מ'האט גערעדט ביז אהער.

הצלחה.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

אפשר זאל מען רעדן וויאזוי די בעיס גיטאר קאנטראלירט די ריעדעם,
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אינטערוויו מיט ר' שלמה:
viewtopic.php?f=134&t=53103
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

נייס דזשאב ר' נמש!
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

יעצט געקריגן דעם ווידעאו פון ליפא מיט פריילעך פאריגע וואך מוצאי שבת. זעהטס וואס ליפא טוט מיטן סאקסעפאון שפעטער אינעם קליפ. ער הייסט אים אפשפילן אפאר מינע געפיהלן. זייער צוגעפאסט צו די תוכן פון די ארטיקלען דא.

האט הנאה
https://drive.google.com/file/d/1GzhOFp ... p=drivesdk
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2994
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

געוואלדיג...!!!
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2731
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? - [פרישע פאוסט ה' תצוה]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

שלומי שפילמאן האט געשריבן: יעצט געקריגן דעם ווידעאו פון ליפא מיט פריילעך פאריגע וואך מוצאי שבת. זעהטס וואס ליפא טוט מיטן סאקסעפאון שפעטער אינעם קליפ. ער הייסט אים אפשפילן אפאר מינע געפיהלן. זייער צוגעפאסט צו די תוכן פון די ארטיקלען דא.

האט הנאה
https://drive.google.com/file/d/1GzhOFp ... p=drivesdk

פארגעסן אז ער ווייזט וויפיל די בעיס פעלט אויס
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? פאוסט #6 דער פיאנוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

בס"ד
פאוסט #6

א גוט יאר אייך!

האמיר ביזט יעצט ארומגערעדט בכלליות איבער די נושא פון מוזיק און אירע באשטאנדטיילן, צווישן די שורות איז ארויסגעברענגט געווארן די מציאות אז מוזיק קומט פון אינעווייניג און די אינסטרומענטן זענען בלויז די שליחים עס ארויסצוברענגען לאור העולם.

וואלט אפשר צייט געווען צו אויסברייטערן אביסל די נושא פון די דאזיגע שליחים, די מוזיקאלישע אינסטרומענטן. לאמיר זיך באציען בעיקר צו די אינסטרומענטן וואס ווערן מערסטנס באנוצט ביי היימישע מוזיק. פארשטייצעך ווען עס קומט צו מאכן דעם אויסוואהל מיט וואס אנצוהייבן וועטעך יעדער זאגן אז די מערסט באנוצטע מוזיקאלישע אינסטרומענט איז ' דער פיאנויאין אנדערע ווערטער ' די קיבאורד'. רוב מענטשן הייבן אן מיט דעם (און רוב מענטשן ענדיגן מיט דעם אויכעט..) דער פיאנוי איז בלי שום ספק די הויפט אינסטרומענט מיט וואס רוב מוזיק היינט צוטאג ווערט פאבריצירט. הגם מיר זעהן נישט ס'זאל דערמאנט ווערן אין תנ"ך אדער אין גמרא אזויווי כינור, נבל, חליל וכדומה איזעס אבער למעשה היינט צוטאג די טאטע אינסטרומענט.

לאמיר צוגיין צום גרענד פיאנוי

דער אלט מאדישער אקוסטיק פיאנוי וואס שטייט ביים קארנער פון יעדן רייכן הויז ווי א פיעס אוו פורניטשער מיט דעם אויפגעהויבענעם שטיק האלץ וואס האלטצעך אויף א שטעקן. אט דעם פיאנוי מיינט מען. דאס איז ארויסגעקומען מיט בערך דריי הונדערט יאר צוריק. הגם די וועג וויאזוי רוב מענטשן באנוצן זיך היינט דערמיט איז אויף דעם עלעקטראנישן פארנעם, סיי פאר סטודיאו (מידי) און סיי פאר לייוו (יעדע בענד היינט צוטאג פארמאגט א קיבאורד שפילער, עכ"פ רובא דרובא). אבער אז מ'קוקט צוריק אין די היסטאריע איז ביז בערך פופציג יאר צוריק נישט געווען אזא זאך ווי אן עלעקטראנישער קיבאורד, ביז אהין האט בלויז עקזיסטירט דער אקוסטיק פיאנוי. (עס זענען פארהאן נאך אינסטרומענטן וואס פארמאגן קיבאורד קנעפלעך אדער עס לויפט אויף דער מהלך פון א קיבאורד אבער עס איז א צווייטע בריאה, וויל למשל די ארגען א.ד.ג. אבער מיר רעדן יעצט בלויז פונעם פיאנוי).

דער פיאנוי ווערט געמאכט אין פארשידענע ערליי פארמאטן, ווי למשל גרענד (וואס מ'האמיר שוין גערעדט), בעבי גרענד (וואס איז די זעלבע ווי די געהעריגע גרענד אבער און קלענער) דער אפרייד (וואס איז נאך קלענער און ליגט געווענטליך ביי די וואנט) און נאך. אט דער פיאנוי מיט די 88 קנעפלעך איז דער אינסטרומענט וואס פארמאגט אן אויסטערלישן חן. קודם כל די סאונד דערפון (נישט ווען א 6 יעהריג יונגל שפילט דערויף כי לשם אין א שאפינג מאל) עס פארמאגט א הערליכן קול און ווען דער פיאנוי שפילער ווייסט וויאזוי צו קאנטראלירן די דיינעמיקס דערפון איז דאס פון די שענסטע סאונדס וואס איז נאר פארהאן. עס זענען געשריבן געווארן אנע שיעור ניגונים פאר די פיאנוי דורך די בארימטע קלאסישע קאמפאוזערס פונעם די לעצטע פאר הונדערט יאר. אזוילכע ניגונים וואס פארלאנגט גאר א הויעכע לעוועל כדי עס צו קענען אראפשפילן מיט אלע מפרשים.

יעצט לאמיר כאפן א בליק אויף די היימישע אלבומס וואס מיר האבן אלע יארן געהערט. רוב טרעקס פארמאגן א גרענד פיאנוי דערינען. (פארשטייצעך מ'רעדט דא פון די פראפעסיאנאלע אראנדזשירטע אלבומס וואס פארמאגן עכטע אינסטרומענטס). עכ"פ ווער זענען געווען די פיאנוי שפילערס אויף רוב פון די אלע היימישע אלבומס. וועט א שיינע חלק פונעם ציבור וויסן שוין מסתמא וויסן דעם עטנפער. דאס זענען די צוויי יאראן'ס, יאראן גערשאווסקי (פון נ.י.) און יאראן גוטפריד (פון א"י). די צוויי פיאנוי שפילער פארמאגן גענצליך באזונדערע סטיילס און לא ראוי זה כראוי זה אבער הצד השוה שבהם אז ביידע זענען שטארק געלערנטע שפילער מיט אסאך געפיהל און גאר א הויעכע לעוועל פון פראפעשינאליזם און ארטיסטרי. (איך געדענק ווען איך פלעג זיצן און אויסהערן א טעיפ ווי איך פלעג פשוט באוואונדערן די פיאנוי, סיי פון די וועג וויאזוי זיי האבן געשפילט סולו און סיי וויאזוי זיי שפילן אונטער). די צוויי יאראן'ס האבן געהאט א שטארקע השפעה אויף די וועג וויאזוי רוב פון היינטיגע היימישע פיאניסטן אדער וואן-מען-בענדס שפילן פיאנוי. זייערע פליסיגע פלינקע ראנס אראפ און ארויף דעם פיאנוי, זייער סטייל פון שפילן סולו פיאנוי א.א.וו.

איך וואלט ווען געוואלט שטעלן א ליסטע פון אפאר טרעקס ווי מ'קען הערן דוגמאות פון זייער גאונות אבער די ליסטע איז צו גרויס.. (אדרבה ווער עס האט די צייט און נערוון צו מאכן א שטיקל ליסט וועל איך אים שטארק דאנקבאר זיין). איך קען אבער יא זאגן אויף וועלכע אלבום ס'האט מיך די ערשטע געכאפט זייערע שטיקלעך. לחיים יודן (פון יוסף משה כהנא) פארמאגט אויסטערלישע שטיקלעך פון גוטפריד. (הער אויס די דריטע ניגון 'א וועלט עס דרייט זיך' לדוגמא). און גערשאווסקי האט אן אלבום וואס ישעי' מענדלאוויטש האט ארויסגעגעבן מיט אים (דארט איז דא המלאך מיט דידא ביה וכו') וואס פארמאגט הערליכע און מייסטערפולע פיאנוי.

וליתר שאת וועלעך דא ברענגען א ווידעאו פון א מסיבה וואו מ'האמיר געהאט די זכי' צו שפילן און פארברענגען אינאיינעם מיט יאראן גערשאווסקי. אין די ווידעאו וועט איר הערן א מעדלי פון אפאר קארליבאך ניגונים וואס יאראן האט געשריבן, ער הייבט אן דעם מעדלי מיט א באקאנטע קלאסיקל פיאנוי פיעס פון בעיטהאווען און ער פלעכט עס אריין מיט אשא עיני פון קארליבאך. הערט גוט צו וויאזוי ער שפילט אראפ דעם הקדמה.. געוואדליג שב'געוואלדיג. אויך ביי די ענדינג פונעם מעדלי קומט ער צוריק צום בעיטהאווען שטיקל. (אגב, מערקט ווי פינקי וועבער זיצט אינדערזייט אין רעקארדירט דעם שטיקל אויף זיין טעלעפאון).

https://drive.google.com/file/d/1I-M2YL ... p=drivesdk

המשך יבא אי"ה
הצלחה
אטעטשמענטס
IMG-20220216-WA0006.jpg
IMG-20220216-WA0006.jpg (26.16 KiB) געזען 1463 מאל
לעצט פארראכטן דורך שלומי שפילמאן אום מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? פאוסט #6 דער פיאנוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

אמר"ש פון יאראן גערשאווסקי מיטן פיאנא איז לכאורה אינטערעסאנט אנצומערקן אז, ווען ער נעמט אן אזא מין דזשאב פארלאנגט ער מ'זאל אים אנגרייטן א ספעציפישע מאדעל עלעקטרישע פיאנא.

ווען א איין מאן באנד זאגט אז ער דארף זיין אייגענעם קיבארד, קעמען גרינג פארשטיין אז ער דארף זיינע פראגראמען כדי צו קענען טוהן זיין ארבעט.

אבער איינער וואס גייט סך הכל שפילן פיאנא (ניטאמאל בעיס), צו וואס ברויך ער דוקא א ספעציפישע מאדעל?

נאר ווי ר' שלומי האט דא אריינגעווארפן א נקודה וואס איז זייער נוגע די אשכול דא, ווערט עס פארענטפערט.

שלומי שפילמאן האט געשריבן: און ווען דער פיאנוי שפילער ווייסט וויאזוי צו קאנטראלירן די דיינעמיקס דערפון איז דאס פון די שענסטע סאונדס וואס איז נאר פארהאן.

דער פיאנא מייסטער ברויך האבן אן אינסטרומענט מיט וואס ער קען די בעסטע רעדן די שפראך.

מיטן פיאנא איז זייער וויכטיג די וואג פון די קנעפלעך. דאס הייסט אז ער פארשטייט זיך גוט מיט די וואג פון די קנעפלעך אויף די ספעציפישע קיבארד וואס לויט ווי שטארק/שנעל ער דרוקט זיי פארציילט ער נאך א dimension פון די שפראך.
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? פאוסט #6 דער פיאנוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

הארמאניע האט געשריבן: מיטן פיאנא איז זייער וויכטיג די וואג פון די קנעפלעך. דאס הייסט אז ער פארשטייט זיך גוט מיט די וואג פון די קנעפלעך אויף די ספעציפישע קיבארד וואס לויט ווי שטארק/שנעל ער דרוקט זיי פארציילט ער נאך א dimension פון די שפראך.

זייער שטארק געזאגט;l;p-
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
SimchaCohen
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 12:12 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? פאוסט #6 דער פיאנוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SimchaCohen »

הארמאניע האט געשריבן: אמר"ש פון יאראן גערשאווסקי מיטן פיאנא איז לכאורה אינטערעסאנט אנצומערקן אז, ווען ער נעמט אן אזא מין דזשאב פארלאנגט ער מ'זאל אים אנגרייטן א ספעציפישע מאדעל עלעקטרישע פיאנא.

ווען א איין מאן באנד זאגט אז ער דארף זיין אייגענעם קיבארד, קעמען גרינג פארשטיין אז ער דארף זיינע פראגראמען כדי צו קענען טוהן זיין ארבעט.

אבער איינער וואס גייט סך הכל שפילן פיאנא (ניטאמאל בעיס), צו וואס ברויך ער דוקא א ספעציפישע מאדעל?

נאר ווי ר' שלומי האט דא אריינגעווארפן א נקודה וואס איז זייער נוגע די אשכול דא, ווערט עס פארענטפערט.

שלומי שפילמאן האט געשריבן: און ווען דער פיאנוי שפילער ווייסט וויאזוי צו קאנטראלירן די דיינעמיקס דערפון איז דאס פון די שענסטע סאונדס וואס איז נאר פארהאן.

דער פיאנא מייסטער ברויך האבן אן אינסטרומענט מיט וואס ער קען די בעסטע רעדן די שפראך.

מיטן פיאנא איז זייער וויכטיג די וואג פון די קנעפלעך. דאס הייסט אז ער פארשטייט זיך גוט מיט די וואג פון די קנעפלעך אויף די ספעציפישע קיבארד וואס לויט ווי שטארק/שנעל ער דרוקט זיי פארציילט ער נאך א dimension פון די שפראך.

זייער א ריכטיגע נקודה אבער כ'מיין אז מער פון דעם איז די חילוק אין סאונד צווישן איין פיאנא און דעם צווייטן. מער אפן אדער פארמאכט און נאך דקותדיגע חילוקים וואס מאכט גאר אסאך אויס.

ווי למשל די nord פיאנא וואס איז באקאנט פאר די הערליכע סאונד וואס ס'נישטא זיינס גלייכן.
איך וואלט זייער געוואלט טוישן מיין ניק צו שמחה כהן... #יודיש
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? פאוסט #6 דער פיאנוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

SimchaCohen האט געשריבן: זייער א ריכטיגע נקודה אבער כ'מיין אז מער פון דעם איז די חילוק אין סאונד צווישן איין פיאנא און דעם צווייטן. מער אפן אדער פארמאכט און נאך דקותדיגע חילוקים וואס מאכט גאר אסאך אויס.

ווי למשל די nord פיאנא וואס איז באקאנט פאר די הערליכע סאונד וואס ס'נישטא זיינס גלייכן.

איה"נ כאניש געמיינט אויסצושליסן אנדערע חילוקים
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4842
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'? פאוסט #6 דער פיאנוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

שלומי שפילמאן האט געשריבן:
הארמאניע האט געשריבן: מיטן פיאנא איז זייער וויכטיג די וואג פון די קנעפלעך. דאס הייסט אז ער פארשטייט זיך גוט מיט די וואג פון די קנעפלעך אויף די ספעציפישע קיבארד וואס לויט ווי שטארק/שנעל ער דרוקט זיי פארציילט ער נאך א dimension פון די שפראך.

זייער שטארק געזאגט;l;p-

טאטע זיסער - און הרב פנחס מרדכי (פינקי) וואס איז -צווישן זיינע אנדערע טאלאנטן - א פיאניסט באגייסטערט אזש ער ברויך א קליפ מיינט גאר אסאך

אמרש - איך האב שוין לאנג געטראכט אז א פראדוקציע פון קארליבאך נגונים מיט 'היינטיגע' מוזיק וואלט געווען עפעס אינדרויסן פון דעם עולם. הלוואי.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

אויב איך מעג פרעגן, וואס איז די גדלות פון בעטהאווען? אסאך פון זיינע ניגונים הערט זיך ווי קינדעריש.. חוץ טאמער איך פארשטיי פשוט נישט....
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

א גרויסן ייש"כ פאר'ן פרישן פאוסט!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
שלומי שפילמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:59 pm

Re: לאמיר שפעקולירן, וואס איז דאס 'מוזיק'?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי שפילמאן »

און שוין! האט געשריבן: אויב איך מעג פרעגן, וואס איז די גדלות פון בעטהאווען? אסאך פון זיינע ניגונים הערט זיך ווי קינדעריש.. חוץ טאמער איך פארשטיי פשוט נישט....

כבוד הרב 'און שוין'.

געווענטליך ווען איך פארמאג אן עהנליכן פראבלעם ווי דו האסט יעצט, פרוביר איך צו טרעפן א 'גייד' וואס ס'זאל מיר געבן אן אפעציעלן אינטרודאקשען צו די נושא וואס איך זיך צו לערנען.

צום יעצטיגן נושא - אויב דו זוכסט געוואויר צו ווערן אביסל מער איבער בעיטהאווען דארפסטו זוכן א מקור וואס וועט דיר געבן אביסל אינסייד אינפארמאציע איבער דעם ארטיסט, און עס וועט דיר צוביסלעך אריינפירן צו זיינע קאמפאזיציעס אנגעהויבן פון די מער גרינעגרע און צוביסלעך צו די מער קאמפליצירטע.

לאמיר דיר אפיהרברענגען דא א שטיקל וואס איז פון מיינע פעיוואריט בעיטהאווען קאמפאזיציעס געשריבן פאר פיאנוי. עס איז נישט קיין גרינג שטיקל צו קענען אראפשפילן, עס פארמאגט שווערע ארבעט פאר ביידע הענט וואס מ'דארף קענען שפילן אויף איינמאל און אין די זעלבע צייט אויך פאלגן די דיינעמיק מארקס (העכער שטילער וכו'). דער שטיקל איז א חלק פון א 'מאוומענט' וואס ער האט גערופן די 'מונלייט סאנאטא'. עס פארמאגט הערליכע, דראמאטישע, און פרייליכע חלקים אין זיך.

איך לינק דיר דא אהער צוויי ווידעאוס פון דעם ניגון. איין ווידעאו וויאזוי א גרויסער קלעסיקל פיאניסט שפילט עס אפ. און די צווייטע ווידעאו וואס ווייזט די מוזיקאלישע נאטן צוזאמען מיט די אודיאו, אזוי אז דו זאלסט קענען באקומען א שטיקעלע איידיע וואס עס קומט אלץ פאר אין דעם קאמפאזיציע. אסאך מאל ווען מען קוקט אויף די נאטן בשעת'ן הערן די ניגון העלפט עס פארשטיין דעם סטרוקטור פונעם ניגון אפילו אויב דו קענסט נישט ליינען קיין נאטן.

1
https://drive.google.com/file/d/1JrnNGJ ... p=drivesdk

2
https://drive.google.com/file/d/1Js-XGo ... p=drivesdk

הצלחה
צו שפּילן א WRONG נאוט, איז אפשר נישט געשמאק;
אבער צו שפילן אן קיין געשמאק, איז זיכער WRONG!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”