חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

אחראי: יאנאש

אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1549
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

TAG האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 11:37 am
עפעס הער איך אז די סטעיט האט ארויס געגעבן די גיידליינס
וואס הייסט? די ביז יעצטיגע קומט אויך פון די סטעיטס. ניין?
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

TAG האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 11:37 am
עפעס הער איך אז די סטעיט האט ארויס געגעבן די גיידליינס
https://www.nysed.gov/sites/default/fil ... idance.pdf
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3802
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

בלייב געזונט האט געשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 1:12 am
TAG האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 11:37 am
עפעס הער איך אז די סטעיט האט ארויס געגעבן די גיידליינס
https://www.nysed.gov/sites/default/fil ... idance.pdf
און קורצן וואס זענען די גיידליינס?
לאמיר לעשן די פייער פון חילל שבת
https://donary.com/7674

מצילי אש ד'ראקלענד - 845.426.9111
https://www.matzileiaishofrockland.org/
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3497
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

IMG-20230808-WA0016.jpg
IMG-20230808-WA0016.jpg (168.4 KiB) געזען 7893 מאל
https://www.breitbart.com/politics/2023 ... odox-jews/
אוועטאר
Yes 1
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2019 12:35 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yes 1 »

נייע ברייטבטרט אנאליז דעקט אויף אז די רעגירונג האט קאנספאטירט מיט ני"ט צו מאכן די ארטיקלען איבער ישיבה חינוך!!!

פאליטישע קאך לעפל - יצחק קלאר
ד' ראה פ״ג
https://www.yiddish24.com/news/61/89106
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3497
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

א באריכט אין "דער איד":
IMG-20230816-WA0036.jpg
IMG-20230816-WA0036.jpg (280.95 KiB) געזען 7480 מאל
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ברעקינג!
ניו יארק סטעיט טוט אפעלירן די גינסטיגע געריכט אורטייל!
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

בלייב געזונט האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 5:00 pm
ברעקינג!
ניו יארק סטעיט טוט אפעלירן די גינסטיגע געריכט אורטייל!
viewtopic.php?p=4668444#p4668444
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3497
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

די ניו יארק דעפט אוו עדיוקעשיאן שטייט אויס ערנסטע פראגעס נאכדעם וואס א פרישע שטודיע צייגט אז די קוריקאלים פון פריוואטע שולעס איבער די סטעיט האט געברענגט פיל בעסערע רעזולטאטן ווי די אלגעמיינע קוריקאלים פון די פובליק שולעס:
Screenshot_20231226_114853_X.jpg
Screenshot_20231226_114853_X.jpg (260.55 KiB) געזען 5818 מאל
IMG-20231226-WA0017(1).jpg
IMG-20231226-WA0017(1).jpg (63.68 KiB) געזען 5818 מאל
IMG-20231226-WA0018.jpg
IMG-20231226-WA0018.jpg (89.02 KiB) געזען 5818 מאל
לעצט פארראכטן דורך שפיצער אום דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3497
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

IMG-20240215-WA0001.jpg
IMG-20240215-WA0001.jpg (109 KiB) געזען 5014 מאל
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3497
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

IMG-20240328-WA0008.jpg
IMG-20240328-WA0008.jpg (199.89 KiB) געזען 4668 מאל
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

באריכט פונעם היינטיגן טאג אין געריכט

היינט איז פארגעקומען די ארעל ארגומענטס אין די חינוך קעיס, וואו די סטעיט פרובירט איבערצוקערן די געווינס פון פערל"ס צו בלאקירן די סטעיט פון קענען שליסן ישיבות וואס קומען נישט נאך דעם געזעץ.
די אפעלאט דיוויזיע איז ספעציעל אריבער אפצוהאלטן די הירינג אין די אלבאני סטעיט יוניווערסיטי, וואו די סטודענטן האבן עס געקענט מיטהאלטן, וואס צייגט אז זיי באטראכטן עס אלס א קעיס מיט א הויכע פראפייל.

דער אריגינעלער פסק וואס ווערט אפעלירט
ריכטערין ריבא האט אנגענומען פערל"ס טענה, אז די סטעיט האט נישט קיין שליטה אויף ישיבות און פריוואטע סקולס.
ממילא, האט זי ארויסגעשטראכן פון די רעגולעישאנס דער טייל וואס האט געזאגט אז אויב א סקול איז נישט עקוויוועלענט ווערט עס אויס סקול און עלטערן מוז'ן ארויסנעמען די קינדער פון דארט, און אויב נישט דראעט זיי געלט שטראפן און טורמע.
אויך האט זי געאורטיילט קענען נוצן עטליכע מעטאדן צו געבן די געזעצליכע עדיוקעישאן פאר סקול. ממילא, אפילו אויב א ישיבה קומט נישט נאך די געזעץ, קען מען דארט ווייטער שיקן. ווייל עס קען זיין אז עלטערן זאלן צולערנען אינדערהיים די איבריגע סאבדזשעקטס.
די סטעיט אפעלירט עס איצט.
וואס האט דאס מערסטע אינטרעסירט די ריכטער וועלכע האבן געפרעגט פראגעס, איז צי מ'קען שוין קלאגן קעגן די געזעץ, וויבאלד מ'האט נאכנישט געשלאסן קיין ישיבות, און וויבאלד קיין איינער פון די קלעגער קען נאכנישט ווייזן קיין קאנסקווענצן.
די סטעיט האט בעיקר געדרוקט אז דער פאקט אז מ'האט נאכנישט געשלאסן קיין ישיבות, באדייט אז מ'קען נישט קלאגן אויפ'ן געזעץ.
פאלגענד איז אן איבערזיכט פון די שקלא וטריא.

סטעיט אויפטריט
צום ערשט איז אויפגעטרעטן די סטעיט לאיער, וועלכער האט גע'טענה'ט אז די סטעיט'ס באשליסן אז א סקול איז נישט גוט מיינט נישט אז מ'שליסט די סקול, ווייל מ'קען דארט ווייטער לענען אנדערע זאכן וכדו'.
די סטעיט האט אויך געוואלט זאגן אז די פראגע צי עס איז א סקול איז איבער פאנדינג, אויף וואס די ריכטער האבן אנגעוויזן אז עלטערן שטייען אויס קרימינאלע און געלט שטראפן.

איין פונדאמענטאלע טענה וואס די סטעיט האט אויף ריבא'ס פסק איז אז וויבאלד קיין איין ישיבה איז נאך למעשה נישט געשלאסן געווארן האט מען נישט קיין סטענדינג צו קלאגן קעגן דעם געזעץ.
די סטעיט ריכטער האט אנגעוויזן אז פון די פינף פריוואטע סקולס וואס האבן געקלאגט, האבן פיר רידזשענטס, וואס שליסט זיי ארויס פון די אינספעקציעס. די פינפטע קען זיין אויסגעשטעלט צו אינספעקציעס. די סטעיט האט צוגעלייגט אגב, אז מ'האט זיי געזאגט אז די פינפטע איז אינטרעסירט אין די אסעסמענט פעטוועי וועלכע גיבט זיי צייט צו דורכגיין א רעוויו. אבער בכל אופן האט קיינער נישט געוויזן אז זיי זענען שוין אין א סכנה פון ווערן געשלאסן.
די סטעיט האט עטליכע מאל איבערגעזאגט, אז ווילאנג א סקול באקומט נישט א פסק צו ווערן געשלאסן האבן זיי נישט קיין סטענדינג.¹
די סטעיט האט אויך גע'טענה'ט אז עלטערן קענען נישט יוצא א חלק פון געזעץ אין א פריוואטע סקול און די איבריגע אינדערהיים. אויב מ'איז נישט יוצא אין סקול דעם גאנצן געזעץ, פאלט מען אונטער די האומסקולינג רעגולאציעס.

אבי שיק, פער"לס לאיער'ס אויפטריט
אבי שיק האט גענומען דאס ווארט אנגעוויזן אז די סטעיט עדיוקעישאן דעפארטמענט האט קלאר געשריבן ביז עטלכע יאר זיי האבן נישט קיין שליטה אויף די פרייוועט סקולס.
דאס איז דראסטיש געטוישט געווארן דורך די 2022 רעגולאציעס, אז זיי קענען שליסן סקולס און אויך אז עלטערן קענען נישט נאכקומען די עדיוקעישאן פליכטן דורך עס צושטעלן אין עטליכע ערטער.
ריכטער: "אבער דאס האט נאכנישט פאסירט. פיר פון די פינף ישיבות זענען מעמבערס פון די SED (רידזשענטס) און פאר די פינפטע, איז נאכנישט פארהאן קיין פלאן איצט אז זיי וועלן באטראכט ווערן אז זיי קומען נישט נאך דעם געזעץ. איז דאס נישט ריכטיג?"
אבי שיק: אין סטיווענס קעיס האט די גאנצע אפעלאט געריכט געהאלטן אז ביי ארטיקל 78 קען אן אגענטור נישט אויסמיידן קיין געריכטליכע פארמעסט צוליב סטענדינג.
געריכט: דער געריכט איז דא אריין א שקלא וטריא אויב דאס איז א קעיס איבער די סטעיט'ס אויטאריטעט.
דער געריכט האט דאן געפרעגט אויב די פראגע איז ארום פאנדינג.
מר. שיק: סטעיט הילף (פאנדינג) פאר ישיבות איז קיינמאל נישט אויפגעקומען אין די געריכט פאפירן... פאנדינג גייט פאר קינדער, נישט פאר סקולס...²
אבער יסודות'דיג, באדייט די רעגולאציעס אז "עלטערן וועלן אויסשטיין שטראפן.... דאס איז נישט קיין היכי תמצא, עס האט שוין פאסירט." א צאל ישיבות האבן שוין באקומען באשליסן פון ד סטעיט אז זיי קומען נישט נאך דעם געזעץ. איין ישיבה האט די סטעיט געזאגט אז זיי האבן גוטע ענגליש, מאטעמאטיק, סייענס איז גוט. נאר ווייל זיי האבן נישט קיין רעקארד ווי אזוי זיי נעמען אויף טיעטשערס, און ס'איז אונז נישט געפאלן איין קלענערע קלאס סייענס קלאס, זענען זיי נישט עקוויוועלענט.
ריכטער: איז דאס הייפאטעטיש אדער דו ברענגסט עס ארויף אינעם רעקארד?
מר. שיק: עס איז אין דער רעקארד... איך וועל דיר עס געבן אין א מינוט... און דאס איז פיל מער אינעם רעקארד ווי דער געדאנק אז א געוויסע סקול האט ממש לעצטנס אריינגעבן פאר א געוויסע פעטוועי וואס די סטעיט האט ארויסגעלייגט.
ער האט זיך דא אריינגעלאזט אז די עדיוקעישאן געזעץ איז אויף עלטערן, נישט אויף די סטעיט, און די סטעיט זוכט נישט עדיוקעישאן, נאר צו קאנטראלירן עלטערן. די עלטערן האבן א פונדאמעטאלן רעכט אויסצוקלויבן דעם חינוך פון זיירע קינדער.
ריכטער: דער געזעץ זאגט אז פריוואטע סקולס דארפן זיין עקוויוועלענט. די רעגולעישאן וואס די פרובירסט אפצואווארפן זאגן סך הכל אז די סטעיט קומט דאס נישט נאך.
מר. שיק: די געזעץ איז אויף עלטערן נישט אויף די סטעיט. דאס איז פארוואס ביז לעצטנס האט די רעגולאציעס געשריבן אז די סטעיט האט נישט קיין אויפזיכט אויף די סקולס.
דער ציל איז געווען אז קינדער זאלן ווערן נתחנך. עלטערן האבן געקענט אויסקלויבן די עדיוקעישאן פון עטליכע פלעצער. עס זענען געווען ווייניגסטענס צען סופרים קאורט קעיסעס דערוועגן.
ריכטער: איך הער דיין ארגומענט... אבער 'סטענדינג' איז א גרויסע אישו דא, און איך מיין אז דו דארפסט מודה זיין אז עס איז נאכנישט געווען קיין שם אימפעקט ביז היינט אויף סיי וועלכע פון די ארגאניאציעס אדער קלעגער?
מר. שיק: האט זיך אריינגעלאזט נאכאמאל אז מ'דארף נישט ווארטן אז א סקול זאל פאקטיש ווערן געשלאסן.
דערנאך האט ער גע'טענה'ט אז די מעגליכקייט אז עלטערן וועלן אויסשטיין שטראפן אויב די סקול ווערט געשלאסן, באדייט שוין אויך אן אימפעקט אויף די סקולס.
ריכטער: איין לעצטע זאך, די סאבדזשעקט פון סטענדינג איז שפעקולירטע שאדן, וויבאלד די רעגולאציעס לייגן אריין א גאנצע קאלעבארירנדע איבערזיכט פראצעדור.
מר. שיק: די סטעיט האט שוין ארויסגעלייגט איבער א דאזען פרעלימינערי באשליסן קעגן די ישיבות. א סקול קען נישט אנגיין אויב עלטערן וואונדערן זיך אויב זיי וועלן אויסשטיין קרימינאלע שטראפן צוליב שיקן קינדער אהין. קיינער וועט נישט איינשרייבן די קינדער אויב זיי האבן מורא זיי וועלן עווענטועלע אויסשטיין שטראפן.
ריכטער ריבא איז איבערגעגאנגען די סטענדינג אישו און האט קלאר געמאכט די ריכטיגע פאקט-באזירטע באשלוס.
ערשטנס די קאמישאנער זאגט קלאר אין איר בריוו אז פערל"ס און תורה ומסורה זענען סטעיקהאולדערס און פארטרעטן די ישיבות.
עס זענען דא א צאל בריוון פון די סיטי צו ישיבות, און איבעראל קאפירן זיי יוסי גרינוואלד פון פערל"ס, ווייל ער פארטרעט די ישיבות.

דא האט די סטעיט ריכטער באקומען נאך צוויי מינוט צו ענטפערן:
דער סטעיט לאיער איז צוריקגעגאנגען צו די אישו פון סטענדינג, אז וויבאלד מ'האט נאכנישט געשלאסן די ישיבות איז נישטא קיין סטענדינג.
אויך האט ער גע'טענה'ט אז א קינד מוז באקומען די עדיוקעישאן פון איין פלאץ, אויסער עטליכע ספעציפישע פעלער.
געשלאסן זיינע ארגומענטן האט ער אז עס איז קלאר אז די קאמישאנער האט די אויטאריטעט צו באשליסן אויב סקולס קומען נאך דעם געזעץ, וויבאלד אין 2018 האט די סטעיט דורכגעפירט די פעלדער אמענדמענט וואס האט דירעקטירט די קאמישאנער אפצושאצן נישט-פובליק סקולס, די גאנצע קוריקולום. די רעגולעישאנס אימפעלעמנטירן דעם געזעץ.³

אבי האט געוואלט נאכאמאל ענטפערן, אבער דער געריכט האט געזאגט אז ער איז שוין אריבער זיין צייט.

¹Beasley Kiernan: We are not abandoning it. Thank you for reminding me, your Honor. Petitioners lack standing because the petitioner schools are not at imminent risk of closure. They're not at imminent risk of a negative substantial equivalency determination because four of the five schools are deemed substantially equivalent by virtue of their registration. The fifth school might be subject to periodic reviews.
I'm informed that Rabbi Jacob Joseph's school is interested in pursuing another pathway, the assessment pathway, which would entitle it to be deemed a substantially equivalent school. But in any event, none of the petitioner organizations have come close to satisfying their burdens of their organizational understanding. They haven't shown that any of their members are at remnant risk of closure. And for that reason alone, the decision below should at least be vacated by the state.
Speaker 6: What about the idea of facing a future threat? Beasley Kiernan: It's certainly possible that parents in a different case could bring a challenge if they foresee that they
Speaker 6: Five years from now one of these schools is in danger, somehow it loses its certification. Beasley Kiernan: Well, if there is a
Speaker 6: And then challenge these regulations or are we going to have the attorney general standing before us arguing, "Well, you're too late. You should have challenged it within four months of enactment of a new regulation."
Beasley Kiernan: To the extent there's a SAPA claim here; I think that's what our position would be. Supreme Court properly dismissed that claim and petitioners haven't appealed that. So that's not an issue on appeal. But it's important to note that this is a facial challenge to these regulations. Of course, parents or schools can bring an as applied challenge at some later date. If there's a final determination that a school doesn't demonstrate substantial equivalency, then that's subject to Article 78 review, a number of the [inaudible 00:08:32] you have raised constitutional claims. In a proper proceeding or action, those claims could be recognizable, but in this particular case, Supreme Court properly dismissed those claims and petitioners have appealed that.
Speaker 7: Is closure of the schools the only way petitioners can get standing?
Beasley Kiernan: I think no, your Honor. If parents or a school foresaw that it would be subject to a final determination in the near future and then they said we might have to close for that reason. They might have standing in that situation.
Speaker 7: So once the state education department determines that school is not in compliance, so then you start putting these steps into place for them to get into compliance, would that give them standing at that point?
Beasley Kiernan: To the extent they're challenging the process itself?
Speaker 7: Right.
Beasley Kiernan: Certainly, challenge that and the declaratory judgment action. But these petitioner schools have not been subject to any sort of preliminary determination as to substantial equivalency. Again, four of five are deemed substantially equivalent as a matter of course, and there hasn't been any determination as to the fifth. Briefly on the [inaudible 00:09:47] claim

²Speaker 2: But Mr. Schick, it is more nuanced than that because it's not closing the school. And I understand the distinction between the building and the operation, but what they're really saying is we have the authority to deem something to not be offering a substantially similar education and thus deny state funding. Isn't that really what's

Mr. Schick: Your Honor, we request, we hope that the court will look at the record. In fact, state aid never came up in their papers below. There was extensive briefing. They had four rounds of briefing before Supreme Court, state aid never came up. In their opening briefing, state aid did not come up. It's an entire red herring. Justice Ryba didn't say the words say that it is not at all the issue. So therefore it hasn't even been briefed or discussed. The way aid works. Students are entitled to aid, not schools. Schools in New York state do not get state aid from the state. Students are entitled to certain aid based on choices parents make. It doesn't happen to schools. They're entitled to various forms of aid, but it didn't come up below. It wasn't an issue. It's not an issue in this case, if there's textbook aid the student gets, and it turns out they don't use the textbook, so obviously they're entitled to the money. It's not a penalty, that's because it's not there.

But fundamentally, when you say students can't come, parents are subject to penalties there. And Your Honor, think about... It's not a hypothetical. It happened. It relates to where we are. A number of schools, yeshivas, that are members of the organizational petitioners have in fact been subject to determinations by the state. They call them that final, the preliminary, then there's a few other steps, but they've said it clearly. They've said in a particular school, which I believe also filed Amicus brief, that school, we say your English language instruction from grades one through grade eight perfectly fine. Your math instruction, grade one through grade eight, perfectly fine. Your science instruction, the older grades, perfectly fine. It's substantially equivalent.
However, because we have a problem with your record keeping on your hiring processes, and we didn't
like the lower grade science class when we saw it, you're not substantially equivalent. It's all or nothing.
It becomes useless. And the law, your Honor

³And I want to conclude by noting that it's undisputed that the commissioner has the authority to make substantial equivalency terminations. In 2018, the legislature passed the Felder amendment, which directed the Commissioner valuing certain non-public schools, taking into account the entirety of the curriculum across grade levels and determine whether those schools are substantially in [inaudible 00:31:04]. The regulations here to implement that statute…
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
בלייב נישט שטיין
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 21, 2022 2:40 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב נישט שטיין »

גענומען פון "א בליק"

אבינו מלכינו קרע רוע גזר דיננו

פייערדיגע דרשה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א געזאגט מיט שטארקע בכיות, ביים מעמד אדיר פאר אלפי צאן קדשים שלא טעמו טעם חטא בשעת דער געריכטליכער הירינג ווי די געטרייע אדוואקאטן פון די בארימטע פעירל'ס ארגאניזאציע האבן פארגעלייגט דער שטעלונג פון דעם ערליכן יהדות החרדית, אפצושלאגן דעם גזירת החינוך וואס הויערט אויף די מוסדות החינוך אין ניו יארק. פארגעקומען אין בית המדרש הגדול ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג פאר די טויזנטער קינדער פון די עלטערע כיתות פון מוסדות סאטמאר

עשה למען תינוקות של בית רבן

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=u ... O5aIIc4dC7
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

א קורצע איבערזיכט אין אידיש אויף די מונדליכע ארגומענטן, איך האב דערווייל נאר אנגעיאגט די סטעיט'ס טענות, איך האף נאך שבת אי"ה משלים צו זיין שיק'ס אפענטפער צו די סטעיט

די סטעיט האט געהאט צוויי טענות אויף די ריבא אורטייל:

1) אז זי האט דערקלערט אז די רעגולאציעס ווילן "פארשפארן" די פריוואטע שולעס, וואס דאס איז נישט אמת, און
2) די געריכט האט באשלאסן אז עלטערן קענען געבן א חינוך צעטיילט אין מערערע ערטער

די ריכטער האט אויף דעם געפרעגט אויף חלק 1) אז איך פארשטיי ס'איז נישט געשטאנען די ווארט "פארמאכן" א מוסד וואס שטעלט זיך נישט צו, אבער טעכניש דורכ'ן דערקלערן א סקול אויס סקול באקומען דאך עלטערן א שטראף אויב שיקן זיי ווייטער צו די מוסד, וואס דאס קומט באגלייט מיט הארבע שטראפן, איז עס טעכניש פונקט די זעלבע ווי פארמאכן א שולע.

די סטעיט האט פראבירט צו זאגן אז פארמאכן א שולע איז נישט די זעלבע ווי ווערן דערקלערט נאן-עקוויווילענט, און דער ריכטער האט אים איבערגעהאקט.

דער ריכטער האט געפרעגט צי דאס מיינט אז א סקול וואס ווערט דערקלערט נישט עקוויווילענט גייען די עלטערן נישט באקומען קיין שום שטראף פארן ווייטער שיקן זייערע קינדער אין דעם מוסד? און גייען נישט פארלאנגט ווערן צו טוישן שולע?

האט דער סטעיט אדוואקאט געענטפערט אז די רעגולאציעס באציען זיך בכלל נישט איבער עלטערן צי זיי קומען יא אדער נישט נאך די עדיוקעישאן געזעץ, די יעצטיגע רעגולאציעס באציען זיך בלויז צום פראגע צי די שולע אליינס שטעלט צו די סובסטענטשעלי עקוויווילענט סטאנדארט חינוך.
און אויב די שולע געט נישט אזא חינוך וואס איז אויפן עקוויווילענט סטאנדארט דאן איז די שולע מער נישט פאררעכנט אלץ א מוסד וואס קומט נאך די געזעץ, - און דאס האט ריכטערין ריבא אויסגשטראכן - אבער דאס איז די לאגישע מהלך, זינט די עדיוקעישאן געזעץ פארלאנגט מען זאל זיין עקוויווילענט. אצינד, א מוסד וואס ווערט דערקלערט נישט עקוויווילענט קען טעכניש פארמאכן זייערע טירן און אויפהערן עקזיסטירן, אבער זיי דארפן נישט, און מצד די סטעיט קענען זיי ווייטער מחנך זיין וויאזוי זיי ווילן, אבער זיי קענען נישט באקומען קיין געלט און טראנספארטאציע ווייל זיי זענען נישט קיין סקול (און נישט קלאר ארויס געזאגט, אבער עס קומט אויס אז די עלטערן דארפן אונטערפאלן אונטער די האום סקולינג געזעצן)

האט דער ריכטער תיכף געפרעגט אבער וואס טוט זיך מיט די עלטערן, גייען זיי ליידן קאנסקווענצן פארן ווייטרע שיקן קינדער אין דעם מוסד?

האט דער אדוואקאט צוריק געענטפערט אז עלטערן וועלן נישט קענען נאכקומען די חינוך געזעץ דורכ'ן שיקן אין דעם מוסד, אבער זיי קענען ווייטער באקומען א טייל פון זייער חינוך אין דעם מוסד.
ד.ה. אז למשל אויב א שולע ווערט דערקלערט נישט עקוויווילענט קענען די עלטערן אנהויבן האום סקולינג, און א חלק פון די האום סקולינג קען זיין אז א חלק לימודים לערנט מען אין דעם שולע - אבער דאס ווערט נישט פאררעכנט ווי א שולע, נאר ווי האום סקולינג.
אצינד, פירט דער סטעיט אויס - ריכטערין ריבא איז געגאנגען נאך ווייטער, און דערקלערט אז די שולעס דארפן ווייטער ווערן פאררעכנט אלץ שולעס, און ווייטער באקומען געלט אלץ שולע, נאר די עלטערן בלייבן מיט א חוב פון צולערנען די איבריגע לימודים אין אנדערע צייטן.

(אין קורצן: ניו יארק פארלאנגט נישט אז האום סקולינג מיינט אז די מאמע דארף לערנען מיט די קינד אלעס פון א ביז ת, נאר די מאמע איז אחראי אויפן חינוך, און דארף אויפווייזן אז זי לערנט אלעס אויס, זי קען זאגן אז דער קינד גייט צו סייענס קלאסן יעדע זונטאג, רעכענען לערנט ער זיך יעדע מאנטאג מיטאג אינעם לאקאלער לייברערי, וכדומה. און אזוי אויך קענען די עלטערן נעמען האום סקולינג, און זאגן אז רעכענען און שרייבן לערנט מען אין חדר, אבער די חדר ווערט נישט פאררעכנט אלץ א שולע, נאר אלץ א חלק פונעם האום סקולינג פראגראם, און באקומעט נישט קיין געלט אלץ א סקול.

ריכטערין ריבא האט אבער געאורטיילט אז אויב א שולע איז נישט עקוויווילענט ווערט עס נישט אויס סקול, און עלטערן פאלן נישט אונטער האום סקולינג, נאר די עלטערן קענען ווייטער שיקן אין דעם מוסד, עס פארבלייבט א שולע, און באקומט ווייטער פאנדינג, נאר די עלטערן דארפן צולערנען אינדערהיים דאס וואס מען לערנט נישט אינעם חדר.)

אצינד האט מען אנגעהויבן איבער די פראגע וועגן סטענדינג.

סטענדינג מיינט ווער ביזטו צו קלאגן? איך קען נישט אנקלאגן מיין שכן אז ער האט בארויבט זיין קוזין, נאר זיין קוזין קען קלאגן. איך קען נישט קלאגן די רעגירונג אז ער האט געמאכט א געזעץ קעגן שווארצע, נאר א שווארצער קען דאס טענה'ן, א.א.וו.

האט די סטעיט גע'טענה'ט אז די פינף קלעגער האבן נישט קיין סטענדינג, אויף צוויי שטאפלען.
שטאפל 1) די פינף זענען בכלל נישט אונטער ריזיקע פון פארמאכט ווערן - און דעריבער האבן זיי נישט קיין סטענדינג
שטאפל 2) האט די סטעיט גע'טענה'ט אז אפילו א שולע וואס שטייט יא אויס דערקלערט צו ווערן נישט עקוויווילענט האט נאכאלץ "נאכנישט" קיין סטענדינג, ווילאנג מען פארמאכט זיי נישט.
דאס הייסט שטאפל 1 איז ווי די געווענליכע סטענדיג טענה וואס מיר האבן פריער דערמאנט - אז דו ליידטסט נישט פון די געזעץ קענסטו נישט קלאגן - וואס דאס איז פשוט און אנגענומען איבעראל, נאכדעם שטאפל 2 זאגט אז אפילו עס איז דא די מעגליכקייט אז דו וועסט יא ליידן פונעם געזעץ, קענסטו אבער נישט קלאגן ביז דו ליידסט פאקטיש - דאס הייסט קענסט נישט זאגן אז עס איז דא א געזעץ אז מען טאר נישט ספידן העכער 65 און איך קלאג דאס אן ווייל אפשר גייט מיר א פאליציאנט איין טאג געבן א טיקעט פארן פארן איבער 65, נאר אויב באקומסט א טיקעט פארן פארן העכער 65 דערמאלט קענסטו אנקלאגן די גאנצע עצם ספיד לימיט געזעץ.
דעריבער האט די סטעיט גע'טענה'ט שטאפל 2 אז אפילו אויב אין צוקונפט האסטו די מעגליכקייט צו ליידן פונעם געזעץ, האסטו אבער יעצט נישט קיין סטענדינג ווילאנג דו ליידטסט נישט פאקטיש.

זינט 4 פון די שולעס נעמען רידשענט טעסטס און קומען נאך די יעצטיגע רעגולאציעס, און די פיפטע - וואס ווען זי נעמט נישט קיין פעטוועי קען זי טאקע זיין אויסגעשטעלט צו אינספעקציעס (וואס דאס וואלט זיי געגעבן אביסל שטערקערע סטענדינג) - אבער סייווי נעמען זיי פעטוועי 6 וואס מיינט זיי גייען זיין עקוויווילענט - דעריבער האבן זיי נישט סטענדינג אפילו לויט שטאפל 1, אבער האט די סטעיט צוגעלייגט אז סיי וויאזוי האבן קיינע פון די קלעגער נאכנישט קיין סטענדינג ווייל זיי האבן נישט אויפגעוויזן אז זיי זענען אין סיי וועלכע געפאר פון פארשלאסן ווערן.
האט דער ריכטער געפרעגט וואס טוט זיך אין צוקונפט קענען זיי ליידן דערפון?

האט די סטעיט געענטפערט אז עלטערן קענען ווען קלאגן

די ריכטער האט איבערגעהאקט און געפרעגט אויב אין 5 יאר ארום אויב איינע פון די שולעס וועלכע די סטעיט טענה'ט יעצט אז זיי האבן נישט קיין סטענדינג ווייל זיי פארבלייבן עקוויווילענט - אויב אין 5 יאר ארום פארלירן זיי די עקוויווילענט סטאטוס קענען זיי קלאגן? אדער דעמאלט גייט די רעגירונג טענה'ן אז מען קען נאר קלאגן קעגן א נייע רעגולאציע אין די ערשטע 4 מאנאטן?

(דאס הייסט דו לייגסט אריין די שולעס אין אן אוממעגליכער ספאט.
פון 1 זייט טענה'סטו אז זיי קענען נישט קלאגן ווילאנג זיי ליידן נישט דערפון, אבער פון די צווייטע זייט קען מען נאר קלאגן קעגן א נייע רעגולאציע אין די ערשטע 4 מאנאטן, טא היות זיי גייען נישט ליידן אין די ערשטע 4 מאנאטן קומט אויס לשיטתך אז זיי קענען קיינמאל נישט קלאגן די געזעץ)
אויף דעם האט די סטעיט געענטפערט אז ווען מען טענה'ט זיך ווען איבער די עצם רעגולאציע אז די רעגולאציע איז נישט אויסגעהאלטן וואלט די סטעיט געזאגט אז די מוסדות קענען קלאגן ווען עס וועט זיי זיין נוגע, אבער היות ריכטערין ריבא האט ארויס געווארפן פערלס' טענות קעגן די רעגולאציע (און טאקע אנגענומען אז מען קען עס קלאגן ווען עס וועט זיין נוגע) און פערלס האט דאס בכלל נישט אפעלירט, דעריבער איז דאס בכלל נישט קיין אישו דא און מען האט נישט פארוואס צו זיין פארנומען דערמיט.
(די ריכטער האט געוואלט זאגן אז די מוסדות האבן יא סטענדינג ווייל מען טענה'ט זיך דא צי די רעגולאציעס זענען יא אדער נישט אויסגעהאלטן, און דעריבער היות לויט די מוסדות קענען זיי שוין יעצט קלאגן, אבער לויט די זטעיט קענען זיי נאכנישט קלאגן, דערפאר האבן די מוסדות יא סטענדינג, ווייל זיי טענה'ן דא אין געריכט אז זיי קענען קלאגן שוין יעצט - קומט אויס זיי האבן א שיינע קלאגע קעגן די סטעיט.

אויף דעם האט די סטעיט געענטפערט אז פערלס האט נישט אפעלירט די אורטייל אז מען קען נאכנישט קלאגן די רעגולאציעס, דעריבער איז יעצטיגע קעיס בכלל נישט איבער די רעגולאציעס, דעריבער האבן די מוסדות נישט קיין רעכטן ווייל זיי האבן דאך אנגענומען די אורטייל פון ריבא אז זיי קענען נאכנישט קלאגן קעגן די רעגולציעס, סך הכל טענה'ט מען זיך צי די סטעיט קען דערקלערן א מוסד נישט עקוויווילענט - וואס די מוסדות קענען נאכנישט קלאגן דערקעגן אזוי ווי ריבא האט שוין געאורטיילט, און צי די עלטערן קענען יוצא זיין די חינוך געזעץ אין באזונדערע ערטער אדער דארפן אונטערפאלן אונטער האום סקולינג - וואס דאס האט ווידער נישט מיט די מוסדות זינט עס איז איבער די עלטערן.)

די סטעיט האט צוגעלייגט אז עלטערן און שולעס קענען שפעטער אינעם פראצעדור ברענגען קלאגעס קעגן די רעגולאציעס, און אויב א שולע באקומט אן ענדגילטיגע דעקלעראציע אז זי איז נישט עקוויווילענט דעמאלט קענען זיי קלאגן, און אזוי אויך האט מען אויפגעברענגט קאנסטיטוציעאנעלע טענות, די קלאגעס קענען געברענגט ווערן, אבער אין די ספעציפישע קעיס וואס מען האט נישט געקלאגט אויף די טענות האט שוין ריבא דערקלערט אז מען קען נישט נוצן די טענות (און דעריבער האבן די מוסדות נישט קיין סטענדינג זינט זיי האבן נישט אפעלירט יענע אורטייל).

דער ריכטער האט געפרעגט צי נאר נאכן פארמאכט ווערן קען א שולע קלאגן קעגן די געזעץ

האט די סטעיט געענטפערט אז נישט, נאר אויב עלטערן אדער א שולע זעט אז אינעם נאנטן צוקונפט גייען זיי באקומען אן ענדגילטיגע נישט עקוויווילענט דעקלעראציע קענען זיי שוין קלאגן (אנדערש ווי פריער ווען די סטעיט האט געזאגט אז נאר נאכן עס פאקטיש באקומען קען מען קלאגן)

האט דער ריכטער געפרעגט טא אויב א שולע ווערט דערקלערט אז זיי שטעלן זיך נישט צו און מען הייבט אן די סטעפס זיי יא אריין צו ברענגען אונטער קאמפלייענס קענען זיי שוין קלאגן? (ד.מ. אז די 14 מוסדות וואס האבן שוין יא באקומען בריוון און אנגעהויבן די פראצעדור פון ווערן עקוויווילענט דורכ'ן אריין געבן א טיים פלען וכדומה וויאזוי זיי פלאנירן אין די צוקונפט יא צו ווערן עקוויווילענט קענען יא קלאגן)

האט די סטעיט געענטפערט אז יא - אבער דאס איז נאר ווען זיי קלאגן ווען די עצם רעגולאציע, אבער יענע קלאגע האט ריבא ארויסגעווארפן און זיי קלאגן עס נישט, טא אין דעם געריכט קומט יענע טענה נישט אריין, און די 5 שולעס דא האבן ניטאמאל באקומען אזעלכע בריוון נאר זיי שטעלן זיך פולשטענדיג צו דעריבער האבן זיי נישט קיין סטענדינג.

דאס איז אלעס ביז יעצט געווען איבער די ערשטע טענה פון די סטעיט, אז זיי מעגן יא דערקלערן א שולע נישט עקוויווילענט און דאס באדייט נישט אז זיי פארשפארן די שולעס, אצינד האט די ריכטער געבעטן זיי זאלן אויסברייטערן די צווייטע טענה קעגן ריבא'ס אורטייל - די חלק אז לויט די סטעיט קען מען נישט געבן א חינוך צעטיילט אין מערערע ערטער, נאר אדער איז אלעס אין א שולע, אדער אויב די שולע לערנט נישט אויס "אלעס" פאלט מען אונטער האום סקולינג.

האט די סטעיט אנגעהויבן אז ריבא האט דאס געזאגט מצד עצמה, און די טענה איז נישט דערמאנט געווארן דורך די קלעגער, און דאס אליינס איז גענוג עס אפצואווארפן.
אבער נאכמער האט די סטעיט גע'טענה'ט אז די עגיוקעישאן געזעץ געט נישט די רעכט צו שיקן צו אן א.ג. שולע וואס קומט נישט נאך די געזעץ און באקומט ווייטער פאנדינג און די עלטערן דארפןו נאר צולערנען די איבריגע זאכן אינדערהיים.

די עדיוקאציע דעפט. האט האום סקולינג רעגולאציעס, און אויב די עלטערן גייען דורך האום סקולינג קענען זיי רואיג געבן טייל פון די חינוך אין אזעלכע מוסדות, איינע פון די קעיסעס וועלכע פערלס האט אויפגעברענגט אלץ ראי' אז מען קען צעטיילן חינוך רעדט טאקע פון אזא מעשה, איינער וואס טוט האום סקולינג, און האבן אויך געשיקט צו פארשידענע פלעצער פאר חינוך אין ספעציפישע נושאים, דאס איז אקעי, אבער יעדער פארשטייט אז ווען זיי האבן געשיקט צו אן אפערע שולע ווערט די אפערע שולע נישט אנערקענט אלץ א שולע און באקומט נישט קיין געלט אדער טראנספארטאציע.

דערמיט איז פארענדיגט געווארן די סטעיט'ס טענות, און די סטעיט אדוואקאט האט תיכף אנהויב געבעטן די ריכטער אז ער וויל רעזערווירן 2 מינוט אפצוענטפערן אבי שיק'ס טענות נאך ער ענדיגט (שיק האט נישט פאראויס געבעטן ענליכע רעכטן אפצופרעגן זיין אפפרעג, לויט די רולס פון די אפעלאט געריכט איז נאר די זייט וואס אפעלירט בארעכטיגט דערצו.)
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6801
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

איימיצער קען מסביר זיין, וואו מאכט סענס ווען די סטעיט אפעלירט אן אורטייל צו קומען טענה'ן אז די קלעגער האט נישט קיין סטענדונג?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גיי פארשטיי האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 9:36 am
איימיצער קען מסביר זיין, וואו מאכט סענס ווען די סטעיט אפעלירט אן אורטייל צו קומען טענה'ן אז די קלעגער האט נישט קיין סטענדונג?
ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי דאס שוין פאריגע מאל גע'טענה'ט און ריבא האט גערעכט געגעבן פאר פערלס, און אצינד האבן זיי דאס געוואלט איבערדרייען
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:43 am

יא אבער וואס איז עס נוגע פאר יעצט?
אויב פערלס האט למפרע נישט געהאט קיין סטענדינג גייט זיך דען וועגן דעם די ריבא פסק טוישן?!

וואס ווילן זיי פארדינען? פרובירן צו פארלויפן די וועג אויף להבא?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4367
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:43 am
גיי פארשטיי האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 9:36 am
איימיצער קען מסביר זיין, וואו מאכט סענס ווען די סטעיט אפעלירט אן אורטייל צו קומען טענה'ן אז די קלעגער האט נישט קיין סטענדונג?
ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי דאס שוין פאריגע מאל גע'טענה'ט און ריבא האט גערעכט געגעבן פאר פערלס, און אצינד האבן זיי דאס געוואלט איבערדרייען
דאכצעך מיר אז פאריגעס מאל אויף די טענה פון דיסקרימינאציע האט די ריכטער גע'פסק'נט אז דאס וועט מען קענען טענה'ען ווען מען פארמאכט פאקטיש א סקול. דארף איבערטשעקן
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 29, 2024 5:41 pm
א קורצע איבערזיכט אין אידיש אויף די מונדליכע ארגומענטן, איך האב דערווייל נאר אנגעיאגט די סטעיט'ס טענות, איך האף נאך שבת אי"ה משלים צו זיין שיק'ס אפענטפער צו די סטעיט

דערמיט איז פארענדיגט געווארן די סטעיט'ס טענות, און די סטעיט אדוואקאט האט תיכף אנהויב געבעטן די ריכטער אז ער וויל רעזערווירן 2 מינוט אפצוענטפערן אבי שיק'ס טענות נאך ער ענדיגט (שיק האט נישט פאראויס געבעטן ענליכע רעכטן אפצופרעגן זיין אפפרעג, לויט די רולס פון די אפעלאט געריכט איז נאר די זייט וואס אפעלירט בארעכטיגט דערצו.)
חלק ב' פון די מונדליכע ארגומענטן

אבי שיק האט גענומען דאס ווארט און אנגעהויבן מיט א טענה אז די סטעיט האט נישט וואס אריין צו רעדן איבער שולעס, נאר איבער עלטערן, און האט ציטירט פון די סטעיט'ס אייגענע גיידליינס ביז קוים עטליכע יאר צוריק אז זי פארמאגט נישט קיין שום אטאריטעט איבער פריוואטע שולעס.
ווי אויך האט ער צוגעלייגט אז 1) די סטעיט קען נישט פארמאכן קיין שולעס, און 2) עס איז נישט דא קיין שום חלק אינעם געזעץ וואס זאגט אז חינוך קען נישט צעטיילט ווערן אין עטליכע ערטער.

אבער אין די נייע גיידליננס זוכט די רעגירונג יא צו קענען פארמאכן שולעס, און דירעקטירן עלטערן ארויס צו נעמען זייערע קינדער פון די שולעס און זיי אריין שטעלן אונטער א צווייטע חינוך סיסטעם. און פארבאטן די רעכטן פון עלטערן צו געבן א חינוך צעטיילט אין עטליכע ערטער.

האט דער ריכטער אריין געפרעגט אז דאס אלעס האט דאך אבער נישט מיט די 5 קלעגער ישיבות וואס 4 דערפון זענען באשטעטיגט עקוויווילענט און די פינפטע האט נישט קיין שום סיבה מורא צו האבן אז זי וועט דערקלערט ווערן נישט עקוויווילענט.

דערויף האט אבי שיק געענטפערט אז די געריכט האט שוין עטליכע מאל געאורטיילט אז ביים קלאגן א רעגולאציע וועלכע פארמאגט א 4 מאנאטן לימיט ביז ווען מען קען עס אפווארפן אין געריכט קען די רעגירונג נישט אפווארפן די טענות דורכ'ן שרייען אז יענער ליידט נאכנישט פאקטיש פונעם געזעץ, ווייל ביי א געווענליכע רעגולאציע נעמט מער ווי 4 מאנאטן ביז די שאדן ווערט אפגעטון, און האט ציטירט א קעיס ביי וועלכע די געריכט איז געווען צעטיילט איבער ווער עס איז גערעכט, אבער איבער די סטענדינג טענה האבן אלע ריכטער אנע אויסנאם געאורטיילט אז ער פארמאגט יא סטענדינג, כאטש יענער האט דעמאלט נאכנישט געליטן פונעם געזעץ.

האט דער ריכטער געפרעגט שיק צי די קלאגע דא דערקלערט אז די סטעיט האט זיך גענומען ברייטערע רעכטן ווי דאס וואס די געזעץ ערלויבט איר? (וואס נאר דאן פאלט עס אונטער ארטיקל 78 און מען קען עס שוין קלאגן)
אויף וועלכע אבי שיק האט געענטפערט אבסאלוט יא

האט דער ריכטער געפרעגט טא איר באשולדיגט אז די רידשענטס מאכן אייגענע פאליסיס (וועלכע נאר די סטעיט סענאט און אסעמבלי קענען טון)?

האט מר. שיק געענטפערט אז זיי נעמען ברייטערע רעכטן ווי וואס זיי האבן באקומען, און די רעכטן וואס זיי נעמען זיך איז פאקטיש קעגן די געזעץ, ווייל זיי פארמאכן די שולע.
דא האט שיק מסביר געווען אז איך פארשטיי די סטעיט טענה'ט זיי פארמאכן נישט די סקול, ווייל מען קען ווייטער לערנען אדארט, זאגט ער אבער מען דארף פונאדערשיידן די "בילדינג" פונעם "סקול", אוודאי פארמאכן זיי נישט די בילדינג, איך קען דארט ווייטער טון וואס איך וויל, אבער זיי פארמאכן די "סקול" קערפערשאפט דורכן עס דערקלערן אויס שולע, און דאס איז א זאך וואס זיי קענען נישט טון לויטן געזעץ, די געזעץ איז געצילט אויף די עלטערן נישט אויף די שולעס, און זיי האבן נישט א רעכט צו פארמאכן א שולע.

האט דער ריכטער געפרעגט איך פארשטיי די חילוק צווישן א בנין און א שולע, אבער צי האט דען נישט די רעגירונג רעכט צו זאגן אז היות די שולע שטעלט נישט צו קיין סובסטענטשעלי עקוויווילענט עדיוקאציע געב איך נישט קיין געלט?

דערויף האט מר. שיק געענטפערט אז די סטעיט האט דערווייל אין אלע פאפירן און טענות פאר די געריכט נישט דערמאנט די ווארט געלט, זיי דרייען סתם א קאפ כאילו די גאנצע זאך איז איבער געלט, זיי זוכן נישט אפצוהאקן די געלט, זיי זוכן צו פארמאכן די שולע און זאגן נאר געלט (בבחינת ער מיינט די ווייב און זאגט די שוויגער…)
געלט גייט פאר די סטודענטן נישט פאר די שולעס, און די גאנצע טענה קומט בכלל נישט אריין, למשל אויב מען געט געלט פאר די ביכער, אצינד אויב נוצט מען נישט די ביכער אוודאי באקומט מען נישט געלט, אבער אויב נוצט מען עס גייט די געלט פאר די ביכער, עס איז נישטא אזא זאך ווי געלט פאר די שולע אז די סטעיט זאל קענען זינגען די ניגון אז אויב די שולע איז נישט 100% עקוויווילענט באקומט זי נישט געלט, - און דאס איז נישט א שטראף, נאר עס איז פשוט באקומסט נישט געלט פאר א זאך וואס האסט נישט, אבער סתם געלט ארבעט נישט אזוי, נאר די געלט גייט פאר ספעציפישע צוועקן - וואס דאס אלעס שטעלן די שולעס צו.

אבער וואס די סטעיט וויל דא טון אז זאגן אז סטודענטן קענען נישט קומען, און אז די עלטערן גייען ליידן לעגאלע קאנסקווענצן פארן שיקן דארט, און דאס איז נישט א זאך וואס קען געשען אינעם ווייטן צוקונפט, נאר א שיינע צאל שולעס האבן שוין באקומען פרעלימינערי אורטיילן פון די סטעיט אז זיי זענען נישט עקוויווילענט, עס איז נאך טאקע דא עטליכע סטעפס ביז אן ענדגילטיגע אורטייל, אבער זיי האבן שוין קלאר ארויס געזאגט וואס זיי ווילן.
למשל האבן מיר א שולע וואס די סטעיט האט געזאגט מיר זענען צופרידן פון דיין ענגליש, מיר זענען צופרידן פון דיין רעכענען, סייענס זענען מיר צופרידן, אבער מיר זענען נישט צופרידן מיט די וועג וויאזוי איר האלט רעקארדס איבער וויאזוי איר נעמט אויף טיטשערס, דערפאר זענט ארי נישט עקוויווילענט.
דאס הייסט די סטעיט נעמט די "אלעס אדער גארנישט" מהלך, וואס דאס איז קעגן די געזעץ וועלכע ערלויבט א חינוך צעטיילט אין באזונדערע ערטער.

דער ריכטער האט אריין געהאקט און האט געוואלט וויסן אויב דאס איז אן אמת'ער מעשה? דאער ער געט בלויז א משל ארויס צו ברענגען וועלכע סארט רעכטן די סטעיט זוכט, און שיק האט געענטפערט אז עס איז א פאקטישע עכטע מעשה און עס ליגט אין די געריכט פאפירן.

די סטעיט נעמט זיך רעכטן פיל ווייטער ווי בלויז פארזיכערן די חינוך, זייערע פארלאנגען אין דעם געריכט קעיס איז נישט געצילט פאר חינוך קוואליטעט, נאר זיי זוכן קאנטראל, זיי ווילן נישט ערלויבן א חינוך צעטיילט אין עטליכע ערטער ווייל זיי ווילן א שטערקערע קאנטראל - אבער דאס איז נישט זיירעע רעכטן אונטערן געזעץ, די געזעץ פארלאנגט פשוט אז די קינדער זאלן באקומען א מינימאלע חינוך נישט אויפצואוואקסן אמעראצים וואס קענעןם גארנישט, אבער זיי זוכן דא פשוט קאנטראל, און ווילן דעריבער קענען פארמאכן שולעס און דערמיט טרעטן אויף די רעכטן פון די עלטערן.

דער ריכטער האט געבעטן שיחק בעסער מסביר צו זיין זיין לעגאלע טענה.

די געזעץ פארלאנגט אז א פריוואטע שולע זאל צושטעלן סובסטענטשעלי עקוויווילענט לימודים צום פובליק שולע, יעצט זאגסטו אז ווען די רידשענטס דערקלערן אז א געוויסע שולע קומט נישט נאך די געזעץ נעמען זיי זיך מער מאכט ווי די געזעץ געט זיי, וואס ווילסטו זיי זאלן טון? די געזעץ פארלאנגט אז זיי זאלן זאגן וועלכע שולעס קומען יא און נישט נאך די געזעץ…

דערויף האט אבי שיק געענטפערט אז ניין, איר האט א טעות, די געזעץ זאגט אז די "עלטערן" דארפן פארזיכערן אז זייערע קינדער באקומען אן עקוויווילענט חינוך, גארנישט מיט די שולע איינגעשטויסן, און די אייגענע סטעיט גיידליינס ביז בלויז עטליכע יאר צוריק איז געווען אז זיי האבן קיינע אטאריטעט אויף פריוואטע שולעס טאקע פאר די סיבה.

די ציל פונעם געזעץ איז געווען אז א קינד זאל ווערן נתחנך, עס קען קומען דורך א קאמבאנאציע פון זאכן, און די רעכט ליגט שוין אין די פעדעראלע קאנסטיטוציע אז מען קען נשיט פארלאנגען די גאנצע חינוך צו זיין אין איין ארט, נאר מען קען עס לערנען צעטייל אין באזונדערע פלעצער, אבער אפילו אן די פעדעראלע קאנסטיטוציע זאגט דאס די סטעיט געזעץ אויך, און דערפאר האט נישט די סטעיט די רעכט צו פארלאנגען אלעס זאל זיין אויף איין ארט.

דער ריכטער האט זיך צוריק געקערט צום סטענדינג אישו, און געפרעגט אבי צי ער קען באשטעטיגן אז דערווייל האט קיינער נישט געליטן פון די נייע גיידליינס

אבי שיק האט בעיקר ווידערהאלט זיינע טענות אז אזא פאל קען מען קלאגן תיכף ומיד און מען דארף נישט ווארטן ביז מען ליידט פאקטיש, און ווידער ציטירט די פריערדיגע קעיס ביי וועלכע אלע אפעלאט ריכטער האבן געאורטיילט אז סטענדינג האט יענער אבער דאך זענען זי יגעווען צעטיילט איבער די פאקטישע אורטייל, און זיי האבן דערקלערט אז ער האט סטענדינג ווייל אז נישט קומט אויס אז קיינער אין די וועלט קען נאכנישט אנקלאגן די רעגולאציעס, און דאס איז טראצדעם וואס שפעטער אריין וואלטן אנדערע יא געקענט קלאגןף אבער דאך דארף מען נישט ווארטן אזוי לאנג.

נאכמער האט שיק צוגעלייגט, איינס אז די סטעיט וויל דא טוישן די התחייבות פון די עלטערן און עס ארויפשמירן אויף די שולעס, און נאכמער, די זעלבע קערפערשאפט מאכט די רעגולאציע, לערנט פשט דערין, און פירט עס אויס, און אויב שטעלסט זיך נישט צו פארמאכן זיי דיר.

דער ריכטער האט געפרעגט שיק אז דאס איז טעכניש אלעס נאר "שפעקולירטע שאדנס" (ד.מ. אז די שפעקולירסט אז מעגליך גייסטו אין די צוקונפט ליידן פון דעם), ווייל עס איז דאך דא א גאנצע פראצעדור מיט א גאנצע קערפערשאפט פון מענטשן וואס דארפן עס איבערגיין ביז זיי דערקלערן נישט עקוויווילענט, דערפאר איז עס נאכנישט נוגע.

האט מרץ שיק געענטפערט אז קודם כל די ישיבות וואס זענען דא די קלעגערס זיי זענען די ציל פון די רעגולאציעס (ד.ה. עס איז נישט אז עס איז דא נייע רעגולאציעס און די ישיבות האבן מורא זיי גייען ליידן דערפון, נאר די רעגולאציעס האט מען קלאר געמאכט מיט א ציל - און די ישיבות זענען די ציל דערפון…)
און חוץ משה האט די סטעיט שוין זייער קלאר געמאכט זייערע פלענער ווען איבער א דאזען ישיבות האבן שוין באקומען די ערשטע אורטייל אז זיי זענען נישט עקוויווילענט, די סטעיט זוכט בלויז צו טון פונקט דאס וואס די געריכט האט געאורטיילט אז זיי קענען נישט.
און - האט אבי שיק פארענדיגט מיט נאך א לעגאלע חידוש - די פאקט אז עלטערן קענען מעגליך ליידן לעגאלע פראבלעמען פארן שיקן אין די שולע איז שוין א דירעקטע פראבלעם פאר די שולע (קענסט נישט זאגן אז די שולע האט נישט סטענדינג ווייל די עלטערן גייען ליידן, ווייל) א שולע קען נישט אנגיין אויב עלטערן האבן מורא אהין צו שיקן וויסנדיג אז יעדע ליאדע מינוט קענען זיי ליידן לעגאלע פראבלעמען פארן אהין שיקן, קענסט נישט זאגן אז דערווייל קען די שולע געהעריג אנגיין און נאר איינמאל זי ווערט געפונען נישט עקוויווילענט זאל זי קלאגן אין געריכט, ווייל א שולע קען נישט אזוי אנגיין.

אצינד האט שיק געבעטן נאך צייט (די 15 מינוט האט זיך געהאט געענדיגט) צו רעדן איבער סטענדינג

ער האט געזאגט די ערשטע קלעגער איז פערלס, פערלס האט זיכער סטענדינג, קודם כל האט די קאמישינער אליינס אנערקענט אז פערלס - פארטרעטנדיג מוסדות התורה - איז א צד דא, און זי זאגט אפילו אז זי האט זיך געטראפן מיט פערלס, ווייל זיי זענען סטעיקהאלדערס (ד.מ. זיי קענען ליידן פון די נייע רעגולאציעס) און אזוי אויך איז דא בריוון וואס זי האט געשיקט צו פערלס אלץ פארטרעטער פון די ישיבות וואס גייען ליידן פון די נייע רעגולאציעס.
אזוי האט שיק ציטירט נאך עטליכע ראיות אז די סטעיט האט אליינס אנערקענט אז פערלס איז א צד דא, און אטאמאטיש ווארפט דאס אפ זייערע סטענדינג טענות.

אצינד האט דער ריכטער געגעבן די געבעטענע 2 מינוט פאר די סטעיט, און געזאגט אז זינט ער האט צוגעגעבן נאך צייט פאר מר. שיק וועט ער אויך צוגעבן צייט פאר די סטעיט אויב בעט ער.

די סטעיט האט אנגעהויבן מיט סטענדינג, און דער ריכטער האט גראד אריין געהאקט ציטירנדיג שיק’ס טענה אז קעגן א רעגולאציע קען מען יא קלאגן כאטש מען ליידט נאכנישט דערפון

די סטעיט האט אויף דעם געענטפערט אז מען קען טאקע קלאגן, אבער נאר אביסל שפעטער אין די מעשה, נאר נאך די רעוויו פעריאדע.
און איבער די טענה אז עלטערן האבן א רעכט צו צעטיילן א חינוך אין עטליכע ערטער האבן די קלעגער נישט קיין ססטענדינג זייענדיג מוסדות התורה און נישט עלטערן. (שיק האט אויף דעם געהאט געענטפערט אז א שולע קען נישט אנהגיין אויב עלטערן האבן מורא צו שיקן אין דעם מוסד, די פראגע איז צי די ריכטער זענען באאיינדרוקט געווארן פון די טענה)

און איבער די טענות פון אבי שיק אז מען מעג צעטיילן א חינוך אין מערערע ערטער האט די סטעיט גע'טענה'ט אז דאס איז נאר אין ספעציפישע פעלער, אבער נישט אין אלגעמיין.

און פארענדיגט אז סתם אזוי דארפן עלטערן נעמען איינע פון די מהלכים, פובליק שולע, פריוואטע שולע, אדער האום סקולינג, און מען קען נישט מאכן אן ערוב געמישאכץ פון אביסל דא און אביסל דארט.

די נעקסטע טענה האט די סטעיט געזאגט אז דאס אזי קלאר אז די קאמישינער האט רעכט צו באשליסן אויב א שולע איז יא אדער נישט עקוויווילענט, און ציטירט די 2018 אמענדמענט וועלכע שרייבט קלאר ארויס וואס די קאמישינער זאל אלץ באטראכטן איידערן מאכן אזא באשלוס (צי מען איז יא אדער נישט עקוויווילענט) וואס צייגט אז זי פארמאגט יא די מאכט.

און פארענדיגט מיט די טענה איבער געלט, אז געלט - אפילו פאר מאדאטירטע סערוויסעס (דאס הייסט פארלאנגטע זאגן, צץבץשץ די סטעיט פארלאנגט די שולעס צוצושטעלן לאנטש, און דערפאר צאלן זיי, א.א.וו. יעדע זאך וואס די סטעיט פארלאנג מען מוז צושטעלן איז אויך דא פראגראמען צו העלפן דעקן די קאסטן דערפון) גייט נאר פאר א שולע וואס שטעלט צו עקוויווילענט חינוך.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בסך הכל האט מען זיך געקריגט איבער
1) סטענדינג,
2) צי די סטעיט קען פארמאכן מוסדות (דערקלערן נישט עקוויווילענט)
3) צי עלטערן קענען געבן א חינוך צעטיילט אין מערערע ערטער אדער דארפן גיין מיט 1 מהלך (שולע, אדער האום סקול)

די ריכטער האבן אויסגעזען סקעפטיש צו ערלויבן די סטעיט צו פארמאכן ישיבות און דערמיט אויסשטעלן צענדליגע טויזנטער עלטערן צו טשיילד אביוז קלאגעס, און האבן עטליכע מאל געדרוקט די סטעיט צי די עלטערן וועלן נישט ליידן קיין קאנסקווענצן אויב ווערט די סטעיט ערלויבט צו דערקלערן די ישיבות נישט עקוויווילענט.

ווי פארשטענדליך קען מען נישט פאראויס זאגן וואס די אורטייל וועט זיין, אבער ווי עס זעט אויס וועט די געריכט פראבירן נישט צו אורטיילן פונדעמונטאל אויף קיין שום וועג.
דאס הייסט אז אויב וועט די געריכט בעז"ה אננעמען די טענות קעגן די סטעיט וולן זיי בלויז באשטעטיגן די ערשטע פסק, און נישט אורטייל מיט קיין חידושים.
און פון די צווייטע זייט אויב די געריכט וועט חלילה נישט וועלן אננעמען די טענות וועט זי עס טון נישט דורכן דערקלערן פערלס נישט גערעכט, נאר דורכן אורטיילן אז זיי פארמאגן נישט סטענדינג און דערמיט אפן לאזן די טיר פאר שפעטערדיגע קלאגעס

אצינד פארבלייבט נאר מתפלל צו זיין אז דער אויבערשטער זאל בייגן די האר. פון די ריכטער לטובה, און די אורטייל זאל ארויס קומען לטב ולחיין ולשלם!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

חסד השם האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:58 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:43 am
גיי פארשטיי האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 9:36 am
איימיצער קען מסביר זיין, וואו מאכט סענס ווען די סטעיט אפעלירט אן אורטייל צו קומען טענה'ן אז די קלעגער האט נישט קיין סטענדונג?
ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי דאס שוין פאריגע מאל גע'טענה'ט און ריבא האט גערעכט געגעבן פאר פערלס, און אצינד האבן זיי דאס געוואלט איבערדרייען

יא אבער וואס איז עס נוגע פאר יעצט?
אויב פערלס האט למפרע נישט געהאט קיין סטענדינג גייט זיך דען וועגן דעם די ריבא פסק טוישן?!

וואס ווילן זיי פארדינען? פרובירן צו פארלויפן די וועג אויף להבא?
יא, אויב דרייט מען איבער ריבא'ס אורטייל אז זיי האבן סטענדינג פאלט אטאמאטיש אוועק ריבא'ס גאנצע אורטייל.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 7:19 pm
חסד השם האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:58 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:43 am
גיי פארשטיי האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 9:36 am
איימיצער קען מסביר זיין, וואו מאכט סענס ווען די סטעיט אפעלירט אן אורטייל צו קומען טענה'ן אז די קלעגער האט נישט קיין סטענדונג?
ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי דאס שוין פאריגע מאל גע'טענה'ט און ריבא האט גערעכט געגעבן פאר פערלס, און אצינד האבן זיי דאס געוואלט איבערדרייען

יא אבער וואס איז עס נוגע פאר יעצט?
אויב פערלס האט למפרע נישט געהאט קיין סטענדינג גייט זיך דען וועגן דעם די ריבא פסק טוישן?!

וואס ווילן זיי פארדינען? פרובירן צו פארלויפן די וועג אויף להבא?
יא, אויב דרייט מען איבער ריבא'ס אורטייל אז זיי האבן סטענדינג פאלט אטאמאטיש אוועק ריבא'ס גאנצע אורטייל.
וואס איז די לאגיק דערפון?
וואס א נפק"מ צו פערלס האט סטענדינג, אויב ריבא האלט אז די מוסד איז נישט די אחראי אויף די חינוך האלט זי אזוי.
וואס האט די פסק צו טוען מיט ווער סהאט סטענדינג, פארוואס ווערט עס צוריק די מוסד אחריות אויב פערלס האט למפרע נישט קיין סטענדינג?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אינפארמאטיווער פאנעל ביים באבוב'ע דינער פארגאנגענע וואך מיט ר' משה דוד ניעדערמאן שליט''א און דער לויער אבי שיק איבער די גאנצע השתלשלות פון די גזירת החינוך און די השתדלנות דערקעגן ביז היינט, אנגעפירט דורך ר' יואל ראזענפעלד הי''ו מנכ''ל מוסדות באבוב

באבוב פאנעל

Screenshot 2024-04-03 134022.png
Screenshot 2024-04-03 134022.png (210.55 KiB) געזען 1866 מאל
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אינטערוויא אויף קול פאפא מיט הר''ר יוסי גרינוואלד הי''ו מחשובי חסידי פאפא און סעקרעטאר פון פערל''ס איבער די גזירת החינוך בכלליות און איבער די ארעל ארגיומענט בפרטיות.

אינטערוויא

unnamed - 2024-03-28T173146.281.jpg
unnamed - 2024-03-28T173146.281.jpg (76.44 KiB) געזען 1802 מאל
יוסי גרינוואלד מיטן לויער אבי שיק פארן אריינגיין צום ארעל ארגיומענט
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17973
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

חסד השם האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 10:59 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 7:19 pm
חסד השם האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:58 am
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:43 am
גיי פארשטיי האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 9:36 am
איימיצער קען מסביר זיין, וואו מאכט סענס ווען די סטעיט אפעלירט אן אורטייל צו קומען טענה'ן אז די קלעגער האט נישט קיין סטענדונג?
ווי איך האב פארשטאנען האבן זיי דאס שוין פאריגע מאל גע'טענה'ט און ריבא האט גערעכט געגעבן פאר פערלס, און אצינד האבן זיי דאס געוואלט איבערדרייען

יא אבער וואס איז עס נוגע פאר יעצט?
אויב פערלס האט למפרע נישט געהאט קיין סטענדינג גייט זיך דען וועגן דעם די ריבא פסק טוישן?!

וואס ווילן זיי פארדינען? פרובירן צו פארלויפן די וועג אויף להבא?
יא, אויב דרייט מען איבער ריבא'ס אורטייל אז זיי האבן סטענדינג פאלט אטאמאטיש אוועק ריבא'ס גאנצע אורטייל.
וואס איז די לאגיק דערפון?
וואס א נפק"מ צו פערלס האט סטענדינג, אויב ריבא האלט אז די מוסד איז נישט די אחראי אויף די חינוך האלט זי אזוי.
וואס האט די פסק צו טוען מיט ווער סהאט סטענדינג, פארוואס ווערט עס צוריק די מוסד אחריות אויב פערלס האט למפרע נישט קיין סטענדינג?
ווייל געזעצליך קען נישט איינער אנע סטענדינג קלאגן, אויך קען א ריכטער געזעצליך נישט אורטיילן וואס זי האלט, נאר עס מוז זיין א קלאגע איינגעגעבן דורך איינער וואס האט רעכט צו קלאגן
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”