חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

אחראי: יאנאש

שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3472
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

אידישע עסקנים האפן אז דער ניו יארקער מעיאר עריק עדעמ'ס וועט איינהאלטן זיין צוזאג און זיך ארויסשטעלן אין שטיצע פון פריוואטע מוסדות אזוי ווי ער האט פארשפראכן דורכאויס די מעיארעל פארמעסט .
פאלגענד איז א טוויט פון א יאר צוריק:
IMG-20220314-WA0001.jpg
IMG-20220314-WA0001.jpg (177.97 KiB) געזען 3735 מאל

IMG-20220314-WA0002.jpg
IMG-20220314-WA0002.jpg (66.54 KiB) געזען 3735 מאל

IMG-20220314-WA0003.jpg
IMG-20220314-WA0003.jpg (83.5 KiB) געזען 3735 מאל

עדעמס, וועלכער האט אלס קאנדידאט געזאגט אז ער איז צופרידן מיט די איצטיגע קוריקאלים פון "רוב" ישיבות,
האט פאריאר ביי א באזוך אין א היימישע מוסד אויסגעפרעגט די קינדער איבער די לימודים און נאכדעם געזאגט:
איך בין אימפרעסד פון די חינוך וואס די חסידישע קאמיוניטי גיבט פאר זייערע קינדער, מ'זעהט אז די קינדער זענען צופרידן, און מ'קען נישט איינפירן די קאריקולים פון די פובליק שולעס פאר געוויסע קאמיוניטיס.

דערווייל האט מען נישט געהערט פון עדעמס איבער די פרישע גיידליינס.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

ער האט בכלל וואס אריינצורעדן אויף סטעיטגיידליינס?
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4349
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

הײמישער זײגער האט געשריבן: ער האט בכלל וואס אריינצורעדן אויף סטעיטגיידליינס?

אויב די לאקאלע סקול באורד וועט דארפן באשליסן אויב מ'איז אקעי, אפשר יא

און גראדע געדענק איך געוויסע האבן געטענה'ט א ראי' איבער די געלטער ווייל דעבלאזיא האט עפעס געסטראשעט, געדענק נישט פונקטליך אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט גערעדט פון די סיטי און מעיאר
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3472
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

בלייב געזונט האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן: ער האט בכלל וואס אריינצורעדן אויף סטעיטגיידליינס?

אויב די לאקאלע סקול באורד וועט דארפן באשליסן אויב מ'איז אקעי, אפשר יא

אריינרעדן קען ער
וויפיל ס'וועט אויפטוהן? דארף מען נאר קוקן וויפיל היעט ער האט אריינגעכאפט פון די וואס קעמפן קעגן די ישיבות ווען ער האט געלאזט פאלן די סטעיטמענטס ביים קאמפיין.

א גוטע געדאנק וואלט מעגליך געווען אז זיינע אידישע ראטגעבער זאלן אים "דערמאנען" די אויבנדערמאנטע באזוך און די נאכפאלגענדע טוויט און פרעסע קאנפרענץ ווי ער האט דאן פארשפראכן אז ער וועט זיך אננעמען פאר די היימישע מוסדות.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5435
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

בעסער זאל ער נישט צופיל רעדן און דארפן צוריקציען ודי נאר טון צום זאך ווען ער האט די איבערזיכט
שויתי ה' לנגדי תמיד
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3472
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

Goodmorning האט געשריבן: בעסער זאל ער נישט צופיל רעדן און דארפן צוריקציען ודי נאר טון צום זאך ווען ער האט די איבערזיכט

איר האט א פוינט
נאכדעם אבער ווי סאיז היינט באקאנט געווארן אז די נייע גיידליינס וועט מעגליך ברענגן קרימינאלע נאכפאלגן אויף עלטערן (ה"י) וואלט ער זיך יא געדארפט לאזן הערן
א שטייגער ווי דער רעפובליקאנער קאנדידאט לי זעלדין האט געשריבן :
IMG-20220314-WA0004.jpg
IMG-20220314-WA0004.jpg (148.13 KiB) געזען 3397 מאל
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4349
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

אדמו''ר מסאטמאר מהרי''י דעם מוצאי שבת
אטעטשמענטס
6101.png
6101.png (142.6 KiB) געזען 3153 מאל
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

קודם לגבי לי זעלדין איז א פראבלעם ער זאל עס נישט מאכן א פארטייאישע נושא ווייל דעמאלס וועלן די דעמאקראטן זיין פאראייניגט אקעגן אונז (ער טראכט אפשר איבערצושפילן וואס איז געוועהן אין ווידזיניע)
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

גוט פאריקט האט געשריבן: קודם לגבי לי זעלדין איז א פראבלעם ער זאל עס נישט מאכן א פארטייאישע נושא ווייל דעמאלס וועלן די דעמאקראטן זיין פאראייניגט אקעגן אונז (ער טראכט אפשר איבערצושפילן וואס איז געוועהן אין ווידזיניע)

זיכער אז דאס איז זיין ציל, די מעשה איז אבער אז ניו יארק איז נישט ווירזשיניע.

פארט, אויב זאל געלונגען עס צו מאכן פאר א רעפובליקאנער אישו איז דא גרויסע האפענונגען צו קענען עווענטועל געווינען אין דעם איצטיגן סופרים קאורט צונויפשטעל גראונד ברעיקינג אורטיילן לגבי די גאנצע חינוך נושא. אלע אורטיילן פון אמאל זענען נישט צו שטארק מאסגעבנד פאר די איצטיגע ריכטער, און אויב זאלן מיר באקומען באדייטנדע שטיצע פון די רעפובליקאנער זייט קען דאס שטארק צושטופן א גינסטיגע אורטייל אינעם איצטיגן קאורט. מען דארף אבער אריינכאפן דער קעיס זאל אנקומען אהין ווי שנעלער, ווי לאנג דער קאורט בלייבט ווי איצט.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מי חכם האט געשריבן:
גוט פאריקט האט געשריבן: קודם לגבי לי זעלדין איז א פראבלעם ער זאל עס נישט מאכן א פארטייאישע נושא ווייל דעמאלס וועלן די דעמאקראטן זיין פאראייניגט אקעגן אונז (ער טראכט אפשר איבערצושפילן וואס איז געוועהן אין ווידזיניע)

זיכער אז דאס איז זיין ציל, די מעשה איז אבער אז ניו יארק איז נישט ווירזשיניע.

פארט, אויב זאל געלונגען עס צו מאכן פאר א רעפובליקאנער אישו איז דא גרויסע האפענונגען צו קענען עווענטועל געווינען אין דעם איצטיגן סופרים קאורט צונויפשטעל גראונד ברעיקינג אורטיילן לגבי די גאנצע חינוך נושא. אלע אורטיילן פון אמאל זענען נישט צו שטארק מאסגעבנד פאר די איצטיגע ריכטער, און אויב זאלן מיר באקומען באדייטנדע שטיצע פון די רעפובליקאנער זייט קען דאס שטארק צושטופן א גינסטיגע אורטייל אינעם איצטיגן קאורט. מען דארף אבער אריינכאפן דער קעיס זאל אנקומען אהין ווי שנעלער, ווי לאנג דער קאורט בלייבט ווי איצט.

געריכט איז די לעצטע אפציע, קודם דארף מען פראבירן די גראדע וועג, ווייל נאך געריכט איז נישטא קיין צווייטע וועג...
נישט אויבערפלעכליך
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 8:28 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אויבערפלעכליך »

דרייטצעך האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן: @פארשלאפן, איך האב גארנישט אוועקגעמאכט. געפרעגט א פשוט'ע תמימות'דיגע פראגע.

איך פרעג איבער, וואס איז דער געזעץ מיט איינעם וואס די פאליציי כאפט אים אז ער שיקט נישט זיינע קינדער אין א סקול? וואסערע שטראף טיילט אים דער געריכט צו?

--
@פארפלאנטערט, אויב האומסקול דארף זיך צושטעלן צו אלע גיידליינס, וויאזוי קענען די אנטי-וואקסין נוצן האומסקולינג? איז נישט דער געזעץ אז יעדעס קינד מוז זיין וואקסינירט?

[b]מען קען צונעמען די קינדער וועגן טשיילד אביוז רח"ל.[/b]

פשטות ווען א קינד בייקימט א געהעריגע נערמאלע איינשטענדיגע חינוך אזוי ווי אין אונזערע מוסדות און מען לערענט נאך גוט די שפראך איז נישט דא קיין חשש אז מען זאל קלאגען וועגען טשיילד אביוז בלויז ווייל מען לערענט נישט קיין סעקולארע לימודים,
טשיילד אביוז מיינט אז מען איז נישט מחנך א קינד נערמאל, צו קלאגען אויף אונז דארפן זיי זיין גאר גאר עקסטרעם , און א ריכטער וועט זיכער נישט אננעמען א זיי קלאגע.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

תגובה דורך יצחק אייזיק »

שפיצער האט געשריבן: אידישע עסקנים האפן אז דער ניו יארקער מעיאר עריק עדעמ'ס וועט איינהאלטן זיין צוזאג און זיך ארויסשטעלן אין שטיצע פון פריוואטע מוסדות אזוי ווי ער האט פארשפראכן דורכאויס די מעיארעל פארמעסט .
פאלגענד איז א טוויט פון א יאר צוריק:

עדעמס, וועלכער האט אלס קאנדידאט געזאגט אז ער איז צופרידן מיט די איצטיגע קוריקאלים פון "רוב" ישיבות,
האט פאריאר ביי א באזוך אין א היימישע מוסד אויסגעפרעגט די קינדער איבער די לימודים און נאכדעם געזאגט:
איך בין אימפרעסד פון די חינוך וואס די חסידישע קאמיוניטי גיבט פאר זייערע קינדער, מ'זעהט אז די קינדער זענען צופרידן, און מ'קען נישט איינפירן די קאריקולים פון די פובליק שולעס פאר געוויסע קאמיוניטיס.

דערווייל האט מען נישט געהערט פון עדעמס איבער די פרישע גיידליינס.

ער האט אייביג פארשפראכן אז די "סיטי" וועט זיך נישט מישן אין אונזער חינוך.

צו זיין קרעדיט מוז דערמאנט ווערן, כאטש ער שטייט אויס לחץ, קריטיק, סטראשונגען פון יענע חברה, איז ער שא שטיל און מישט זיך טאקע נישט אין אונזער חינוך. כן יעזור ה' הלאה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

לאמיר מאכן א לענגערע אנאליז אויף די נייע גיידליינס
קודם אלס הקדמה יעדע אזא גיידלין איז געשריבן געווארן מיט לויערס און יעדע ווארט איז געמאסטן און געוואויגן ווייל מיט יעדע גרייז קען מען מבטל זיין די גאנצע געזעץ ע''כ אסאך איז דא ווערטער וואס זעהן אויס אומפארשטענדליך זאל מען וויסן אז עס איז דא זאכן באגראבן ציווישן די שורות וואס א פשוטע ברילן כאפט עס נישט אויף גלייך
לאמיר אריינשפרינגען
וואס זיי האבן געטוען דא איז זיי האבן ציטיילט די פרייוטע סקול אין 6 קעטעגאריעס
דהיינו 4 וואס זענען כשר גליך און איין וואס מען דארף מסדר זיין און איינס וואס מען דארף געהעריג אהערשטעלן (וואס איז די קאטעגריע פאלן אריין רוב "חסידישע" מוסדות) ווי איך וועל שפעטער מסביר זיין באריכות
דערנאך טוט די גיידליינס אויסקלארן ווער עס איז אחראי נאכצוקוקן די מוסדות און וואס מען דארף אריינשרייבן אין די רעפארט און ווער עס זאל האבן די לעצטע ווארט
און צום סוף וואס מען קען טוען צו באשטראפן וכדו' פאר א מוסד וואס קומט נישט נאך די פארלאנגען
יעצט נאך אלע הקדמות לאמיר אויסטוהן די ברילן ארויפשארצן די ארבעל אוישפיצן די בליי און זיך נעמען שרייבן
אויפן דאטום מארטש 3 האט די רעגירוגנ געשריבן די גיידליינס (וואס איז אגב היבש פרעך אז זיי זענען אפי' געזיצן מיט געוויסע רבנים און אויסגעהערט און געשאקעלט מטן קאפ נאכדעם וואס זיי האבן שוין גענדיגט שרייבן די גזירה)
נאכן אנפירקלן גאנצע פיר זייטן מיטן מסביר זיין די היסטאריע פון די גיידליינס און וועגן די 140 טויזענט בריוון קומען זיי ענדליך צו צום ווארט
און זייי לייגן אראפ 6 נקודות וואס יעדע מוסד דארף ווייזן
1 געלערנטע מלמדים
2 די לימודים דארפן זיין סאבטענשל עקוויווילענט
3 די אוטאריטעט וואס די לאקאלע סקול דיסטריקט
4 די באדייט פון א פרייואטע סקול
5 ווי אזוי ווערט א סקול רעגיסטרירט
6 די כח פון די לאקאלע סופעראיטענדענט

יעצט לאמיר קודם אויסרעכנען די סקולס (מוסדות) וואס זענען מסודר
ספעציעלע=פרייוואטע סקול פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן א שטייגער ווי בלינדע וואס איז טאקע פרייוואט אבער געפירט ביי די סטעיט
ריגענטס= א מוסד וואס האט א געהעריגע קאריקעלם פארשריבן ביי די סטעיט און זיי נעמען דערויף די סטעיט פארלאנגע טעסט וואס היייסט ריגענט
מיליטעריש=א סקול וואס ווערט געפירט דורך די מיליטער
אינטענאצינאל= א סקול וואס טוט זיך אויסצייכענען מיט לענען מיט קינדער אויף אויסלענדישע שפראכן (עס איז דא געציילטע אזעלעכע סקולסעס עס איז געאייגענט פאר דיפלאפטן און זייערע קינדער)
עקרעדיטעט= אויב די מוסד גייט דורך די אפשאצונט פון א קאמפעני וואס זאגט אז זיי קומען נאך די פארלאנגען
סובסטענשל עקוויווילענט=די מוסד איז געווארן באזינדער אפגעשאצט און געווארן עפראאווד ביי די סטעיט אז זיי קומען נאך די פארלאנגען צו זיין סאבסטענשל עקוויווילענט

תם ולא נשלם דאס איז מער וויינגער נאר די אריינפיר אי''ה מארגן האפן מיר צו גיין ווייטער(נישט פארגעסן מיט האלטן בס''ה ביי פעדזש 5 פון 32)
לעצט פארראכטן דורך גוט פאריקט אום דינסטאג מארטש 15, 2022 2:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

נישט אויבערפלעכליך האט געשריבן: פשטות ווען א קינד בייקימט א געהעריגע נערמאלע איינשטענדיגע חינוך אזוי ווי אין אונזערע מוסדות און מען לערענט נאך גוט די שפראך איז נישט דא קיין חשש אז מען זאל קלאגען וועגען טשיילד אביוז בלויז ווייל מען לערענט נישט קיין סעקולארע לימודים,
טשיילד אביוז מיינט אז מען איז נישט מחנך א קינד נערמאל, צו קלאגען אויף אונז דארפן זיי זיין גאר גאר עקסטרעם , און א ריכטער וועט זיכער נישט אננעמען א זיי קלאגע.

מ'רעדט נישט דא אז די שטאט זאל זיך נעמען קלאגן עלטערן. נאר אויב עס וועט זיך מאכן א פרשה ל"ע ודי און איינער וועט אנקלאגן אז מ'דארף אוועקנעמען די קינדער פון א געוויסע משפחה ווייל די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסד וואס מ'געט א לעגאלע עדוקאציע, זאל דער אויבערשטער אפהיטן.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
נישט אויבערפלעכליך
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 8:28 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אויבערפלעכליך »

יצחק אייזיק האט געשריבן:

ביי א זיי פרשה קען מען שיקען אין א מוסד וואס איז יא קאמפלייענט, בפרט וואס אין אסאך אזעלכע פעלער שיקט מען סייווי די קינדער אין ספעציעלע מוסדות ווי זיי פיטען אריין ודי

נישט אויבערפלעכליך האט געשריבן:

א פרשה רעדט מען נישט פון א ספעציעל קינד, נאר פון א פארווייטאגטע פרשה צווישן די עלטערן.

איך פארשטיי און אויף דעם האב איך געקאמענט
#ווען איינער פון די עלטערען האבען געגלישט לעול"ע
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

אז דו פארשטייסט יא, איז גוט. מעגסט האלטן אנדערש, מיין פיצי שכל זאגט אז ס'קען יא שאטן ח"ו.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
נישט אויבערפלעכליך
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 8:28 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אויבערפלעכליך »

יצחק אייזיק האט געשריבן: אז דו פארשטייסט יא, איז גוט. מעגסט האלטן אנדערש, מיין פיצי שכל זאגט אז ס'קען יא שאטן ח"ו.

איך זאג נאר א אויסוועג אז בכל אופן וועט זיין ווי צו שיקען
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

נישט אויבערפלעכליך האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן: אז דו פארשטייסט יא, איז גוט. מעגסט האלטן אנדערש, מיין פיצי שכל זאגט אז ס'קען יא שאטן ח"ו.

איך זאג נאר א אויסוועג אז בכל אופן וועט זיין ווי צו שיקען

יא זיכער. נעמען די צובראכענע מיטגעמאכטע קינדער און זיי נאך אלע אריינשטעלן צו פרעמדע מוסדות וואס זיי קענען ניטאמאל די שפראך דארט. נישט נאר משפחה פארלוירן, נאר אויך חברים.

פאר קיין שום איד געוואונטשן אזא אויסוועג.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17881
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נישט אויבערפלעכליך האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:
מיין שטעלונג האט געשריבן: @פארשלאפן, איך האב גארנישט אוועקגעמאכט. געפרעגט א פשוט'ע תמימות'דיגע פראגע.

איך פרעג איבער, וואס איז דער געזעץ מיט איינעם וואס די פאליציי כאפט אים אז ער שיקט נישט זיינע קינדער אין א סקול? וואסערע שטראף טיילט אים דער געריכט צו?

--
@פארפלאנטערט, אויב האומסקול דארף זיך צושטעלן צו אלע גיידליינס, וויאזוי קענען די אנטי-וואקסין נוצן האומסקולינג? איז נישט דער געזעץ אז יעדעס קינד מוז זיין וואקסינירט?

[b]מען קען צונעמען די קינדער וועגן טשיילד אביוז רח"ל.[/b]

פשטות ווען א קינד בייקימט א געהעריגע נערמאלע איינשטענדיגע חינוך אזוי ווי אין אונזערע מוסדות און מען לערענט נאך גוט די שפראך איז נישט דא קיין חשש אז מען זאל קלאגען וועגען טשיילד אביוז בלויז ווייל מען לערענט נישט קיין סעקולארע לימודים,
טשיילד אביוז מיינט אז מען איז נישט מחנך א קינד נערמאל, צו קלאגען אויף אונז דארפן זיי זיין גאר גאר עקסטרעם , און א ריכטער וועט זיכער נישט אננעמען א זיי קלאגע.

א נישט אויבערפלעכליכער זאל קוקן אזוי אויבערפלעכליך? וואס הייסט מען דארף זיין עקסטרעם?! אז די געזעץ זאגט קלאר אז שיקן אין חדר איז טשיילד אביוז דארף א ריכטער זיין עקסטרעם קאנסערוואטיוו עס נישט אנצונעמען
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נישט אויבערפלעכליך האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
נישט אויבערפלעכליך האט געשריבן: פשטות ווען א קינד בייקימט א געהעריגע נערמאלע איינשטענדיגע חינוך אזוי ווי אין אונזערע מוסדות און מען לערענט נאך גוט די שפראך איז נישט דא קיין חשש אז מען זאל קלאגען וועגען טשיילד אביוז בלויז ווייל מען לערענט נישט קיין סעקולארע לימודים,
טשיילד אביוז מיינט אז מען איז נישט מחנך א קינד נערמאל, צו קלאגען אויף אונז דארפן זיי זיין גאר גאר עקסטרעם , און א ריכטער וועט זיכער נישט אננעמען א זיי קלאגע.

מ'רעדט נישט דא אז די שטאט זאל זיך נעמען קלאגן עלטערן. נאר אויב עס וועט זיך מאכן א פרשה ל"ע ודי און איינער וועט אנקלאגן אז מ'דארף אוועקנעמען די קינדער פון א געוויסע משפחה ווייל די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסד וואס מ'געט א לעגאלע עדוקאציע, זאל דער אויבערשטער אפהיטן.

ביי א זיי פרשה קען מען שיקען אין א מוסד וואס איז יא קאמפלייענט, בפרט וואס אין אסאך אזעלכע פעלער שיקט מען סייווי די קינדער אין ספעציעלע מוסדות ווי זיי פיטען אריין ודי

דאמירן בעלמא.

איר ווייסט קענטיג נישט וויפיל וואוילע שיינע אידן, הערליכע משפחות מסלתה ומשמנה, האבן שוין געהאט די ACS אויפן קאפ.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7733
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

farshlufen האט געשריבן:
נישט אויבערפלעכליך האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
נישט אויבערפלעכליך האט געשריבן: פשטות ווען א קינד בייקימט א געהעריגע נערמאלע איינשטענדיגע חינוך אזוי ווי אין אונזערע מוסדות און מען לערענט נאך גוט די שפראך איז נישט דא קיין חשש אז מען זאל קלאגען וועגען טשיילד אביוז בלויז ווייל מען לערענט נישט קיין סעקולארע לימודים,
טשיילד אביוז מיינט אז מען איז נישט מחנך א קינד נערמאל, צו קלאגען אויף אונז דארפן זיי זיין גאר גאר עקסטרעם , און א ריכטער וועט זיכער נישט אננעמען א זיי קלאגע.

מ'רעדט נישט דא אז די שטאט זאל זיך נעמען קלאגן עלטערן. נאר אויב עס וועט זיך מאכן א פרשה ל"ע ודי און איינער וועט אנקלאגן אז מ'דארף אוועקנעמען די קינדער פון א געוויסע משפחה ווייל די קינדער לערנען נישט אין קיין מוסד וואס מ'געט א לעגאלע עדוקאציע, זאל דער אויבערשטער אפהיטן.

ביי א זיי פרשה קען מען שיקען אין א מוסד וואס איז יא קאמפלייענט, בפרט וואס אין אסאך אזעלכע פעלער שיקט מען סייווי די קינדער אין ספעציעלע מוסדות ווי זיי פיטען אריין ודי

דאמירן בעלמא.

איר ווייסט קענטיג נישט וויפיל וואוילע שיינע אידן, הערליכע משפחות מסלתה ומשמנה, האבן שוין געהאט די ACS אויפן קאפ.

ACS איז א סיטי דיפארטמענט כ׳װײס נישט צי זײ האבן אטאריטעיט אױט סטעיט אײנגעלעגהײטען
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'ווייס דען נישט?

אבער אויב די סטעיט זאגט אז ס'איז נישט קיין סקול, דארף מען שוין זיין אנגעוויזן אויף זייערע חסדים צו זיין צופרידן פון אזא שולע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: חינוך געראנגל: נ. י. סטעיט לייגט פאר נייע גיידליינס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

צוויטע חלק אנאליז אויף די גיידליינס
לאמיר קודם מסביר אביסל די אויבנדערמאנטע קעטעגאריעס
די ערשטע דריי דארף נישט צופיל הסבר דהיינו
קינדער מיט געוויסע געברויכן זאל ח''ו נישט דארפן צוקומען דערצו און עס איז ממש נישט שייך אפי' אריינצורעדן דארט איבער לימודים
אינטערנאציאנאלע שפראך סקולס היט די רעגירונג פון אריינרעדן וויל עס איז היי פראפייל און לערנען ספעציעלע לימודים לויט זייער שפראך
מיליטערישע סקולס איז ר פעדעראלע סקול וואס מען קען סיי ווי נישט צופיהל אריינרעדן
בלייבט נאר איבער די לעצטע דריי
לאמיר קודם רעדן וועגן סקולס וואס מאכן רידזשענטס
מיט אביסל הסבר איבער רידזשענט וועט מען פארשטיין די דעלעמע
רידזשענטס מיינט אז די מוסד געבט אריין א פולע קאריקעלים וואס מען לערנט וכדו' און די סטעיט גייט איבער די תוכן און זיי עפראווען די תוכן אז עס קומט נאך די סטאנדארטן און דעמאלס ווערט די מוסד סערטיפייד ביי די גאווערמענט און יעדע יאר מאכט מען א טעסט אויף אלע לימודים ד''ה די טעסט נעמט מען סוף היי סקול אויף אלע לימודים וואס מען האט איינגעגעבן ביי די גאוווערמענט אז מען לערנט
למעשה זענען דא מוסדות וואס ביי די מיידלעך זענען זיי עפראווד ביי די גאווערמענט הגם שפטער האבן זיי אויפגעהערט נעמען די טעסטס אבער די סטאטוס פון א אפראווד סקול בלייבט נאכאלס
אבער דא ווערט אבער צוויי פראבלעמען איינס אז ביי די אינגלעך קען מען עס נישט טוען ווייל דאס מיינט אטאמאטיש אז מען געבט איי אז מען לערנט ענגליש אין ישיבה קטנה וואס דאס איז קלאר נישטא ביי די היימישע מוסדות
ועוד אז מען וויל יעצט ווערן עפראווד דארף מען אויפווייזן א פולע קאריקעלים וואס נאר ביי מיידלעך ווס מען לערנט א ערך פון ארים 3 שעה ענגליש האט מען עס געקענט ווייזן משא''כ ביי אינגלעך נישט
והעולה על כולנה איז אז יעצט האבן זיי אהערגעשטעלט א מהלך פון עס נאכגיין און אויף דעם קענען זייער ווייניג מוסדות באשטיין צו האבן די DOE אין די מוסד במשך די יאר
אבער עס איז כדאי אנצומערקן אז למעשה זענען דא אסאך מער מאדערענע מוסודות וואס האבן בכלל נישט קיין פראבלעם דעמיט ווייל זיי לענען געניג עס צו פעססן ווער רעדט נאך פון קאטוילישע סקולס האבן זיכעער נישט קיין פראבלעם
(אגב איז כדאי אנצומערקן אז די סאטמער רבי ז''ל בעל דברי יואל האט נישט געלאזט אין סאטמער צו נעמען די רידזשענט טעסט הגם זיי האבן געקענט עס דורכגיין צוליעב וואס מיט א רידזענט האט בימים ההם געקענט גרינגער אנגנימען ווערו אין א קאלעדזש אין די רבי האט נישט געוואלט אז מען זאל האבן א נסיון צו גין שטודירן היינטיגע צייטן מאכט עס שוין נישט צופיהל אויס)
די סעיף גייט מאכן די מערכה פאוקאסט אויף היימישע מוסדות
גיי מיר צו די 5טע קאטעגריע קרעדידעישן.
איך מיין אז די קעטעגאריע איז נישט עכט נוגי למעשה צוליעב די תנאים וואס דיי גיידליין זאגט ווער עס גייט אריין אין די קעטעגאריע
לאמיר איבערגיין די מנאים עס איז אין פעידזש 8 הגם זיי צייכנען צו געוויסע סעיף קטן'ס וואס דאס קען טוישן געוויסע זאכן אבער דאס איז וואס עס שטייט קלאר וואס דארף זיין נאכצוקומען קרעדיטעישן
צו מאכן מער בקיצור די לימודים איז די זעלבע ווי ביי קטעגארי 6 ווי מיר וועלן שפעטער ארויפברענגען
די מלמד דארף זיי סערטיפייד
די לימודים דארף געגעבן ווערן אין די ענגלישע שפראך
די מוסד דאררף איבערגעבן די תוכן הלימודים פון די לעצטע 5 יאר
די קאמפעני ווערט נאר עפראווד ביי די DOE (ד ה אז די מוסד קען נישט אליינס גיין צו א קאמפעני א שטייגער ווי ביי די קאלעדזשעס און להבדיל די ישיבה גדולה'ס)
די 6 קאטעגארי והוא העיקר וועל אי''ה צוריקומען אין די נאנטע געלעגענהייט האפענטליך נאך היינט אויב די צייט וועט ערלויבן ווי אויך איבער ווער איז די אחראי אויף נאכקוקן וכדו'
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”