פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

און וואס זאגט עריק עדעמס? הער איך אויף קולמע אז ער באטראכט צוריקצוברענגן מאסקעס יעצט אין טייל פלעצער _(פובליק שולעס וכ'ו) ווייל קאוויד גייט דא ארויף.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5843
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שפע רב האט געשריבן: און וואס זאגט עריק עדעמס? הער איך אויף קולמע אז ער באטראכט צוריקצוברענגן מאסקעס יעצט אין טייל פלעצער _(פובליק שולעס וכ'ו) ווייל קאוויד גייט דא ארויף.

ער האלט נישט אנדערש ווי ביידען. ס' איז פשוט אנדערע געזעצן און געריכטן
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

ביידן און עדעמס ביידע האלטן אייניג (אזוי אויך די ריכטער נעכטן) אז לאקאלע אטאריטעטן מעגן אליין לייגן. איז מיין שאלה וואס זענען די אפדעיטס.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4673
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע:אין מיין באקס

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

שפע רב האט געשריבן: און וואס זאגט עריק עדעמס? הער איך אויף קולמע אז ער באטראכט צוריקצוברענגן מאסקעס יעצט אין טייל פלעצער _(פובליק שולעס וכ'ו) ווייל קאוויד גייט דא ארויף.

די איינרעדעניש אז עריק עדעמס איז א נארמאלע מענטש איז ביי מיר שוין לאנג א פארגאנגענהייט
(--ווערטערלאז--)
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4177
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

בעסער אזוי האט געשריבן:

ער איז נאך אזוי קלוג זיך נישט צו קריגן אויף יעדער זאך וואס איז אזוי הייליג ביי די לינקע, ער האט זיך זיינע פריאריטעטן אויף וואס ער איז געלאפן, און שלאגט זיך מיט זיי אויף דעים מיט ציין און נעגל.

עדעמס צעשטערט צענדליגער היימלאזע פלעצער יעדן טאג, די ווייסט וואס ער כאפט פארדעם? פון אלע זאטן....
יצחק ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 19, 2018 11:05 am

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ברוך »

פראקטיש האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן: און וואס זאגט עריק עדעמס? הער איך אויף קולמע אז ער באטראכט צוריקצוברענגן מאסקעס יעצט אין טייל פלעצער _(פובליק שולעס וכ'ו) ווייל קאוויד גייט דא ארויף.

ער האלט נישט אנדערש ווי ביידען. ס' איז פשוט אנדערע געזעצן און געריכטן

ביידן'ס אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז אויף דערווייל איז עס אראפ וואס מיינט אז עס וועט נישט אזוי גרינג זיין צוריק אנצוהייבן חוץ אויב ער וויל טעסטן די וואסערן און זעהן אויב ער מוז עס צוריק אנהייבן.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

Wow a1 האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן: און וואס זאגט עריק עדעמס? הער איך אויף קולמע אז ער באטראכט צוריקצוברענגן מאסקעס יעצט אין טייל פלעצער _(פובליק שולעס וכ'ו) ווייל קאוויד גייט דא ארויף.

די איינרעדעניש אז עריק עדעמס איז א נארמאלע מענטש איז ביי מיר שוין לאנג א פארגאנגענהייט

ער איז נאך אזוי קלוג זיך נישט צו קריגן אויף יעדער זאך וואס איז אזוי הייליג ביי די לינקע, ער האט זיך זיינע פריאריטעטן אויף וואס ער איז געלאפן, און שלאגט זיך מיט זיי אויף דעים מיט ציין און נעגל.

עדעמס צעשטערט צענדליגער היימלאזע פלעצער יעדן טאג, די ווייסט וואס ער כאפט פארדעם? פון אלע זאטן....

כפארשטיי, און מפארלאנגט טאקע נישט פון אים ער זאל זיין די פאן טרעגער פון ליפטען מאסק מאנדאטען אווי פלארידע, אבער זיין די עקסטרעמע אויבער חכם און בשעת יעדער רעדט פון אראפ נעמען זיכט ער צוריקצולייגן אויף סקולס מיט 5 יעריגע קינדער מאכט מיר טראכטן אז ער טוט עס נישט סתם צו געפעלן די לינקע, נאר אז זיין קאפ לצערינו לויפט אים און יענע דיירעקשען
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

הרב יואל קליין האט געשריבן: ערליינס פארלאנגען עס און מ׳קען זיך שטעלן אויפן קאפ

סעמפל פון נישט יענעם דן זיין, עירליינס די רגע איין ריכטער געפסקנט אז מדארף נישט, האט יעדע איינציגסטע ערליין אראפגענומען די מאסק מאנדאט.

קוקט אויס ווי זיי האבן עס שוין בכלל נישט געזיכט די לעצטע שטיק צייט און געווארט אויף דעם געלעגטנהייט
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2718
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

דזשאסטיס דעפארטמענט האט יעצט געמאלדן אז זיי גייען אפיעלן די נעכטיגע אורטייל

5503.jpeg
5503.jpeg (351.4 KiB) געזען 2160 מאל
This fall I will be voting for the candidate found mentally competent to stand trial.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5945
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

אויב פארשטיי איך גוט, רעדן זיי פון עס אפעלירן הערשט אום מעי דעם דריטן, אויב די סי די סי זעהט עס פאר נויטיג.
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
א דאך
שר האלפיים
תגובות: 2718
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 19, 2021 4:44 pm

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דאך »

ארחיקה נדד האט געשריבן: אויב פארשטיי איך גוט, רעדן זיי פון עס אפעלירן הערשט אום מעי דעם דריטן, אויב די סי די סי זעהט עס פאר נויטיג.

גערעכט, אבער קיינער רישט זיך נישט אז די סי די סי וועט יעצט זאגן אז ספעלט שוין נישט אויס, ממילא איז ערווארטעט אז ס'וועט יא ווערן אפיעלט.
This fall I will be voting for the candidate found mentally competent to stand trial.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9103
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע:לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

די וואס פארן אויף קערעסטיר זאלן איינפאקן א מאסק אין פאל אויפן וועג צוריק וועט שוין זיין א סטעי אויפן פסק.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: די וואס פארן אויף קערעסטיר זאלן איינפאקן א מאסק אין פאל אויפן וועג צוריק וועט שוין זיין א סטעי אויפן פסק.

זיי זאגן אז זיי גייען נישט פארלאנגען קיין עמערדשענסי סטעי
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

לכאורה וועלן זיי בעיקר צילן אז די געריכט זאל זיי איבערלאזן מיט עפעס רעכטן, לויט די יעצטיגע פסק האט מען זיי זייער באגרעניצט. איך גלייב נישט אז זיי צילן נאך יעצט צוריק צו שטעלן דעם מאנדאט
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4177
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

Wow a1 האט געשריבן: יעצט געליינט איר אפיניען, עס איז זייער שוואך איך גלייב שווער אז ביידן גייט עס נישט אפילען, נישט דווקא פארדעים נאר עס לימיט די CDC זייער שטארק און די פיוטשער.

דא האסטו, זיי זיכן נישט פאר יעצט, זיי האבן מורא וואס אזא ראלינג קענען אנמאכן פאר די CDC און די פיוטשער..

Screenshot_20220419-193737_WhatsApp.jpg
Screenshot_20220419-193737_WhatsApp.jpg (497.84 KiB) געזען 1996 מאל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

די אנקלעגער און געווינער פון די אורטייל - Health Freedom Defense Fund - האבן צווישן אנדערע ארויפגעלייגט א בילד פון א היימישע איד'ס טוויט אויף זייער הויפט בלאט וואו זיי פייערן זייער נצחון.

Screenshot_20220419-210214_Chrome.jpg
Screenshot_20220419-210214_Chrome.jpg (380.05 KiB) געזען 1919 מאל
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22765
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:
I was b"h today on a flight already, most people as employees still wear masks, but I've seen many passangers, employees and TSA officers without face covering.
And if course no one commented anything to me that I don't wear one.
The flight attendant mistaked and announced on the PA that face covering is required at all times, it will take a while till their brains are back to sanity.
Pardon the english

ווייס איך נישט וואו דו ביסט געפארן, אבער איך קום יעצט פון א טרענסענטלענטיק פלייט, און פון א גאנצע פליגער פון הונדערטע מענטשן איז געווען אפשר דריי מאסקעס. עס איז ממש א בחינה פון מכת ארבה. לא נשאר עד אחד.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22765
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

דו גרעסטע געלעכטער זענען אבער די עירליינס. ביז נעכטן האבן זיי אלע גאנצע דרשות אויף זייער זייטלעך צו מסביר זיין ווי לעבן'ס וויכטיג א מאסק אויף א פליגער איז. קומט א ריכטער און פסלט די מאנדאט פאר טעכנישע סיבות, און פלוצלינג האט יונייטעד'ס זייטל א גאנצע שטיקל אריכות אז שוין פאר צוויי יאר ווייזן סטאדי'ס אז א מאסק איז בכלל נישט וויכטיג אויף א פליגער...

איך קען קוים ווארטן פאר א סטעי, און דעמאלטס גייט אין איין רגע צוריק קומען די אלע אלטע דרשות...

אין קורצן, פאלאוו די סייענס.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

סטיטשינער האט געשריבן: אין קורצן, פאלאוו די סייענס.

;l;p-:lol:
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5843
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שוין געשריבן און נאכאמאל שרייבן למען ידעו דור אחרון...

די אלע קאוויד מאסנאמען, מאנדאטן, רעגולאציעס וכל שום חניכא דאית להו איז באזירט אויף סייענס אנלי. נישט קיין צווייפל דערין.

איין מינוט, קוק מיך נישט אן מיט א בייזע מינע, הארט אויס ביז איך ענדיג.

ס'איז נישט בלויז א מעדיצינישע סייענס אדער געזונהייט סייענס. ס'איז א געדישעכץ פון מעדיצינישע, פאליטישע, סאציאלע, עקאנאמישע, לעגאלע סייענס. נישט אנדערש ווי אלע געזעצן פון אונדזערע געזעץ געבער ירום הודם וקרנם, געוואנדן צו איך בין אין איינקלאנג מיטן געזעץ.

דאס געבט צו פארשטיין פארוואס איטליכע יוריסדיקציע האט כסדר געמאכט פארשידענארטיגע געזעצן דורכאויס דעם פאנדאמיע, יעדנס פאליטישע און לעגאלע אויסשטעל פירט צו אנדערע סייענס באזירטע באשלוסן. טראץ וואס מעדיצינישע סייענס איז אויך געוועזן טייל פונעם פארמולע.

קאפטשא?
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

אהא! סאו פאליטיק איז סייענס...

#גוט צו וויסען
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15040
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קיינמאל געהערט פון פאליטיקעל סייענס?

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Political_science
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5843
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קאכעדיגע האט געשריבן: אהא! סאו פאליטיק איז סייענס...

#גוט צו וויסען

א ספק? פאר א מינוט וואלט איך נישט געוואלט אז אונדזערער פירער זאלן נישט ארייננעמען פאליטיק אין זייערע באשלוסן. דיקטאטורן טוען וואס ס'איז גוט פאר זיי אדער פאר די באפעלקערונג. אין א דעמאקראטיע ווילן מיר אז זיי אויך ארייננעמען אין באטראכט די פאליטיק דערפון כדי זיי זאלן זיך פארכטן פון זייער בענקל.

קענסט דיך פארשטעלן ווען די ערוויילטע באאמטע טוען וואס זיי האלטן ס'איז ריכטיג פאר'ן לאנד אין קורצן אדער לענגערן טערמין אנע זיך רעכענען בכלל מיט פובליק אפיניען אדער אנדערע פאליטישע פאקטארן צו בלייבן אויפן זאטל?

די האל איידיע פאר דעמאקראטיע און אפענע רעגירונג אז זיי זאלן זיך כסדר רעכענען.

ס'שפילט א ראלע אין יעדע איינציגע באשלוס פון יעדע פאליטיקער, און צוגאב צו די אנדערע סייענסער וואס כ'האב דערמאנט.

סייענס איט איז

הענדימען האט געשריבן: קיינמאל געהערט פון פאליטיקעל סייענס?

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Political_science

אט אזוי.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: פעדעראלע געריכט אין פלארידא דרייט צוריק מאסק מאנדאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

פראקטיש האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן: אהא! סאו פאליטיק איז סייענס...

#גוט צו וויסען

א ספק? פאר א מינוט וואלט איך נישט געוואלט אז אונדזערער פירער זאלן נישט ארייננעמען פאליטיק אין זייערע באשלוסן. דיקטאטורן טוען וואס ס'איז גוט פאר זיי אדער פאר די באפעלקערונג. אין א דעמאקראטיע ווילן מיר אז זיי אויך ארייננעמען אין באטראכט די פאליטיק דערפון כדי זיי זאלן זיך פארכטן פון זייער בענקל.

קענסט דיך פארשטעלן ווען די ערוויילטע באאמטע טוען וואס זיי האלטן ס'איז ריכטיג פאר'ן לאנד אין קורצן אדער לענגערן טערמין אנע זיך רעכענען בכלל מיט פובליק אפיניען אדער אנדערע פאליטישע פאקטארן צו בלייבן אויפן זאטל?

די האל איידיע פאר דעמאקראטיע און אפענע רעגירונג אז זיי זאלן זיך כסדר רעכענען.

ס'שפילט א ראלע אין יעדע איינציגע באשלוס פון יעדע פאליטיקער, און צוגאב צו די אנדערע סייענסער וואס כ'האב דערמאנט.

סייענס איט איז

אהא! סאו ווען מען רעדט פון ראטעווען לעבנס אדער פייניגען די מענטשהייט זאל מען טראכטן פון די אייגענע בענקעל?

#נישט געוואוסט
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”