אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1498
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

Kosher Travel האט געשריבן:
אבער איך האב געזאגט, מיר באלאנגען צו די מוסדות, און די חסידות. אין די תלמוד תורה האט געמאכט אזא תקנה, און איך פארשטיי די תקנה. אבער אפילו טאמער איך פארשטיי נישט, וויל איך זאלסט גיין אין די מוסדות און פאלגן זייערע תקנות. א מוסדות מעג מאכן תקנות, און מען דארף זיך האלטן דערצו, וזהו זה. און מען איז שיין געגאנגען אין געקויפט א נייע בייטל!
איך בין נתפעל פונעם אומבויגזאמקייט פונעם מנהל - וואס לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער האט ער עס געזאגט מיט געפיל - נישט מיט קיין קאלטע רשעות

און דו , מיין אומבאקאנטער פריינט, הייבסטע דיין שעצונג אין מיינע אויגן, די ריכטיגע הכנעה פאר אטאריטעט, ובפרט ווען עס קאסט א פרייז, דאס ווייזט אויף א שטארקע ערנסטקייט און ערליכקייט וואס מע"כ באזיצט.

שוין אפגערעדט פון די שטארקע מעסעדזש וואס דאס קינד באקומט טיף אין די ביינער, ווי הרב @וואס עפעס האט ארויסגעברענגט.

אשריך אייוועלט אז אזוינע בעלי בתים דרייען זיך ביי דיר!
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

וואס עפעס? האט געשריבן:
כל הכבוד @ כשר טרעוועל
די חינוך מעסעדש וואס דיין זון האט געהערט איבער התבטלות פאר א מחנך , וועט ער געדענקן און אזוי העט אי״ה מצליח זיין
כהאף אז די געשעפט האט דיר געגעבן אן הנחה אויפן צווייטע
דער מעסעדזש וואס ער האט געהערט איז: יעצט ביזטו אונטערגעווארפען אונטער דעם מוסד און מוזט נאכגיין זייערע תקנות אפילו זיי מאכען נישט קיין טראפ סענס. ווארט נאר ווארט ביז דו גייסט ארויס און דאן וועסטו קענען פייפען אין אלעס (לא'מיר נאר האפען ער ווארפט נישט אוועק אמת'ע הלכות צוזאמען מיט די אויסגעקלערטע זינלאזע תקנות).
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5767
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

אנעים זמירות האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
כל הכבוד @ כשר טרעוועל
די חינוך מעסעדש וואס דיין זון האט געהערט איבער התבטלות פאר א מחנך , וועט ער געדענקן און אזוי העט אי״ה מצליח זיין
כהאף אז די געשעפט האט דיר געגעבן אן הנחה אויפן צווייטע
דער מעסעדזש וואס ער האט געהערט איז: יעצט ביזטו אונטערגעווארפען אונטער דעם מוסד און מוזט נאכגיין זייערע תקנות אפילו זיי מאכען נישט קיין טראפ סענס. ווארט נאר ווארט ביז דו גייסט ארויס און דאן וועסטו קענען פייפען אין אלעס (לא'מיר נאר האפען ער ווארפט נישט אוועק אמת'ע הלכות צוזאמען מיט די אויסגעקלערטע זינלאזע תקנות).
או יאמר אז דאס קינד וועט זיך צוגעוואוינען צו הארכן תקנות והדרכות אין ישיבה קטנה וגדולה, פונעם חתן מדריך, פונעם קהילה לעבן אחר החתונה א. א. וו.

צו ער גייט האבן לעדער איינמאל ער איז שוין ארויס פון די מנהל'ס קאנטראל? קען זיין יא. אבער מ'האט געבויגן דעם קינד מהלך המחשבה טאווערדס הארכן, און פארדעם קומט זיך "כשר טראוועל" קרעדיט. ער האט געטאן דאס גרעסטע טובה פאר זיין קינד.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17927
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אנעים זמירות האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
כל הכבוד @ כשר טרעוועל
די חינוך מעסעדש וואס דיין זון האט געהערט איבער התבטלות פאר א מחנך , וועט ער געדענקן און אזוי העט אי״ה מצליח זיין
כהאף אז די געשעפט האט דיר געגעבן אן הנחה אויפן צווייטע
דער מעסעדזש וואס ער האט געהערט איז: יעצט ביזטו אונטערגעווארפען אונטער דעם מוסד און מוזט נאכגיין זייערע תקנות אפילו זיי מאכען נישט קיין טראפ סענס. ווארט נאר ווארט ביז דו גייסט ארויס און דאן וועסטו קענען פייפען אין אלעס (לא'מיר נאר האפען ער ווארפט נישט אוועק אמת'ע הלכות צוזאמען מיט די אויסגעקלערטע זינלאזע תקנות).
טא וואס וואלסטו געראטן?

זאגן פארן קינד דער מנהל איז א פערד?
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4135
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איך הער דיין אפיניען
געהערט האביך שוין כמה פעמים מאישי חינוך מפורסמים פונקט פארקערט וואס די שרייבסט
הכנעה אין ביטול איז פון די הויפט שליסעלעך פארן קינד צו מצליח זיין אין לעבן . נישט אייביג איז די מחנך גערעכט אבער א טאטע דארף אייביג זאגן פארן קינד צו מבטל זיין דעתו פארן מחנך

פריוואטערהייט שלא בפני הילד מעג דער טאטע שיינערהייט אנרופען דעם מחנך און אויסשמועסן די ענין אבער פארן קינד דארף מען אויסלערנען ביטול און הכנעה בפני רבו ומחנכים און אזוי העט ער קענען קונה זיין פון זיין תורה ודרך ארץ
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
כל הכבוד @ כשר טרעוועל
די חינוך מעסעדש וואס דיין זון האט געהערט איבער התבטלות פאר א מחנך , וועט ער געדענקן און אזוי העט אי״ה מצליח זיין
כהאף אז די געשעפט האט דיר געגעבן אן הנחה אויפן צווייטע
דער מעסעדזש וואס ער האט געהערט איז: יעצט ביזטו אונטערגעווארפען אונטער דעם מוסד און מוזט נאכגיין זייערע תקנות אפילו זיי מאכען נישט קיין טראפ סענס. ווארט נאר ווארט ביז דו גייסט ארויס און דאן וועסטו קענען פייפען אין אלעס (לא'מיר נאר האפען ער ווארפט נישט אוועק אמת'ע הלכות צוזאמען מיט די אויסגעקלערטע זינלאזע תקנות).
טא וואס וואלסטו געראטן?

זאגן פארן קינד דער מנהל איז א פערד?
דער טאטע האט זייער גוט געטוהן. דער פראבלעם און חורבן וואס איך האב ערווענט - ואגב יעדער וואס לייקענט אז עס פאסירט אין גרויסען איז מכחיש שמש בצהרים - איז צו פארדאנקען טאקע דעם מנהל וואס מאכט תקנות אבי אין דער וועלט אריין.

פונקט ווי פון יעדע חשש הלבנת פנים אדער כינוי שם לחבירו דארף מען ציטערען, ווייל מ'שפילט זיך מיט'ן עוה"ב, דארף מען אויך ציטערען פון א חשש מטיל אימה על הציבור שלא לשם שמים.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4334
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אנעים זמירות האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
כל הכבוד @ כשר טרעוועל
די חינוך מעסעדש וואס דיין זון האט געהערט איבער התבטלות פאר א מחנך , וועט ער געדענקן און אזוי העט אי״ה מצליח זיין
כהאף אז די געשעפט האט דיר געגעבן אן הנחה אויפן צווייטע
דער מעסעדזש וואס ער האט געהערט איז: יעצט ביזטו אונטערגעווארפען אונטער דעם מוסד און מוזט נאכגיין זייערע תקנות אפילו זיי מאכען נישט קיין טראפ סענס. ווארט נאר ווארט ביז דו גייסט ארויס און דאן וועסטו קענען פייפען אין אלעס (לא'מיר נאר האפען ער ווארפט נישט אוועק אמת'ע הלכות צוזאמען מיט די אויסגעקלערטע זינלאזע תקנות).
ניין! ער האב בכלל נישט באקומען די מעסעדס! אפשר האב איך נישט גענוג פארציילט דא.
איך האב אים געזאגט אז דער מנהל איז גערעכט, און איך האלט אויך אזוי, אז מען דארף מאכן תקנות. וואס איך האב אים געזאגט (פארן קליינעם בחור'ל), אז אפילו אויב דו פארשטייסט נישט, דארף מען נאך אלטץ פאלגן. און אפילו אויב מיר פארשטייען נישט, דארף מען פאלגן. איעדער איינער וועט מחליט זיין וואס איז יא גיטע תקנות, און וואס נישט? אין לדבר סוף. און דאס מיינט נישט אז איך בין מסכים בלינד צו אלע זאכן דא... מען קען רעדן צו די הנהלה רוחני און גשמי. קען זיין אז דער מנהל וואלט זיך נישט געדארפט שטעלן אויף לעדערנע תפילין ביילטעך, בפרט ווען מיר האבן גענומען דווקא א איידעלע מיט א טראפקעלע לעדער אין די זייט, און דער געשפעט מאן האט אונז געזאגט קלאר, יא, די חדר פון דיין חסידות לאט די בייטל!

איך וויל אויך פארציילן אז דער מנהל האט גע-אפערט צו באצאלן פאר די נייע תפילין בייטעל. אבער איך האב געזאגט פאר מיין זוהן, מיר נעמען נישט פון צדקה. מיר פראבירן צו געבן, אבער נישט נעמען.

יא, מיין עלטערע בחור האט פעסט חוזק געמאכט, ווי איך האב שוין געשריבן... זעסט טאטי, די תפילין בייטל האבן אלע גויים. קוק אין פאבליק סקול וועסטו זען אלע גויים קומען אהיים מיט די תפילין בייטלעך.

נאכאמאל, אויב וויל איך באלאנגען צו א געוויסע קרייז, חסידות, מוסדות, דארף איך דאך אנעמען וואס זיי זאגן. און ניין, איך מיז נישט אלעס פארשטיין, און אפילו נישט מסכים זיין. פארשטיי איך דען דעם רבי'ס שלש סעודה תורה אייביג?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

ארויפגעברענגט פון די שיינע עדס אשכול.

תגובה דורך שמערי בערי » מאנטאג פאברואר 08, 2010 6:06 am
tafelan .jpg
tafelan .jpg (60.19 KiB) געזען 897 מאל
שטיין ביין
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 18, 2022 4:25 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין ביין »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
ארויפגעברענגט פון די שיינע עדס אשכול.

תגובה דורך שמערי בערי » מאנטאג פאברואר 08, 2010 6:06 am
tafelan .jpg
אוי דו דערמאנסט מיר צייטען... די עד האט געמאכט אז איך זאל קויפן דעי תפלין בייטל
דו דארפט טון וואס פאר דיר געפעלט. וועסטו געוועלטיגן אויף דער וועלט....
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4135
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

בארא פארקער גאסן באהאנגען אקעגען די פרישע פסח עדס פון ——— נייע תפולין בייטלעך
אטעטשמענטס
IMG_9992.jpeg
IMG_9992.jpeg (27.66 KiB) געזען 257 מאל
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: אויפוואכונג אינערהאלב חדרים איבער די מאדערנע תפילין בייטלעך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

וואס עפעס? האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:54 pm
בארא פארקער גאסן באהאנגען אקעגען די פרישע פסח עדס פון ——— נייע תפולין בייטלעך
מער דעטאלן.. נישט באמערקט..
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”