דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

יולי 29 1944 - כואן פוזשאול גארסיא, אונטער'ן קאוד נאמען אַלאַריק, האט ערהאלטן די 'אייראן קראס' מעדאל, פון די העכסטע מעדאלן אין נאצי דייטשלאנד, און האט געזאלט האבן אן אויטאריזאציע פונעם פיהרער, היטלער ימ"ש אליינס.

נאוועמבער 25 1944 - כואן פוזשאול גארסיא, אונטער'ן קאוד נאמען גאַרבאָ, האט באקומען די MBE מעדאל, (Most Excellent Order of the British Empire) פונעם בריטישן קעניג, דזשארדזש דער זעקסטער.

ווער איז גארסיא, און ווער האט אים געגעבן רשות צו באקומען מעדאלן פון די נאציס און פון די בריטן, לאמיר צוזאמען זיך באקענען מיט אן אינטערסאנטער שטיקל היסטאריע, און מיט דעם מייסטער דאפלטער שפיאן, כואן פוזשאול גארסיא.

די יאר איז 1940, די קריג איז אין פולן ברען, די איינציגסטע וואס קעמפן העפטיג קעגן די דייטשן זענען ביזדערווייל נאר די בריטן, גארסיא, א שפאנישער בירגער, וועלכער האט געדינט אין די ארטיגע ארמיי דורכאויס די שפאנישע ציווילע קריג, האט באשלאסן אז ער דארף עפעס טון פאר די מענטשהייט, און זיך שלאגן מיט די דייטשן.

געטראכט, געזאגט און געטון, ער האט אריינגעשפאנט אין די בריטישע אמבאסאדע אין מאדריד, און אנגעבאטן צו ווערן א שפיאן פאר די בריטן. די בריטן האבן זיך פון אים נישט צוטוהן געמאכט, ער האט פרובירט דריי מאל, און אזוי אויך דורך זיין ווייב, אבער די בריטן האבן נישט ארויסגעוויזן קיין אינטערעסע אין אים.

זעהנדיג אז דאס ארבעט נישט, האט ער באשלאסן צו נעמען די זאך אליינס אין די הענט אריין. ער האט זיך אהערגעשטעלט אלס א שפאנישער רעגירונגס באאמטער, ער האט איינגערעדט אן ארטיגער פרינטער אז ער איז איינגעשטעלט אין די רעגירונג, און יענער האט אים אפגעדרוקט א רעגירונגס אידענטיפיקאציע קארטל, ער האט געמאכט פארבינדונג מיט א דייטשער אבווהער אגענט אין מאדריד, און זיך אנגעגעבן אלס א פאנאטישער פרא-נאצישער שפאנישער באאמטער, וועלכע רייזט אפט קיין לאנדאן צו די ארטיגע שפאנישע אמבאסאדע.

די אבווהער האט נישט געצעגערט קיין סאך און האבן אים אנגענומען, אים געגעבן א שנעלע לעקציע איבער שפיאנאזש, אים געגעבן א פלעשל אומזעהבארע טינט, א ביכל און 600 ענגלישע פונט, און אים פארארדענט זיך צו אריבערציען קיין ענגלאנד און רעקרוטירן א נעץ פון אגענטן פאר די דייטשלאנד.

אנשטאט זיך טאקע אריבערציען קיין ענגלאנד, האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין ליסבאן, פארטוגאל, און האט זיך איינגעהאנדעלט בריטישע טוריסטן מאפעס און אנווייזונגען, בריטישע ביכער און מאגאזינען, און האט אנגעהויבן שיקן באריכטן וועלכע האבן אנגעגעבן אז ער רייזט ארום אין די לענג און די ברייט פון ענגלאנד. ער האט גענומען אפצאל אויף אלע "אויסגאבן" פון די דייטשן, אבער ער האט זיך דא אנגעקלאפט אין א שטיקל פראבלעם צוליב וואס ער האט נאך דאן נישט פארשטאנען וויאזוי די בריטישע וואלוטע ארבעט, איז ער אבער געגאנגען און אויסגערעכנט א ליסטע פון זאכן וואס האט אים געקאסט, א שטייגער ווי באן רייזעס, וואס ער האט געזעהן די פרייזן אין די טוריסטן אנווייזונגען, און עס אויסגערעכנט איינציגווייז, נישט וויסענדיג וויאזוי עס צוזאם צו רעכענען, און געשריבן אז ער וועט אין א שפעטערדיגע געלעגנהייט נאכשיקן א מער פונקטליכער ליסטע מיט די טאטאלע סומע.

דורכאויס די צייט האט ער אויפגעשטעלט א פולע פיקטיווע גרופע פון אגענטן וועלכע האבן עקזיסטירט בלויז אין זיינע באריכטן, און אנגעגעבן גאנצעטע באריכטן וויאזוי ער האט רעקרוטירט יעדעם איינעם פון זיי, און וואס זיי טוען. זיינע באריכטן האבן אויסגעזעהן אזוי גוט, אז די בריטישע שפיאנאזש האבן אויפגעכאפט זיינע קאמיוניקאציעס, און עס האט אויסגעזעהן אזוי עכט, אז זיי האבן אנגעהויבן א פולע געיעג צו כאפן דעם שפיאן וועלכער רעקרוטירט בריטן...

אין 1942, נאך וואס אמעריקע האט זיך אנגעשלאסן אינעם קריג און פארמירט די אליאנץ, איז ער געגאנגען צו אן אמעריקאנער נעיווי אפיס אין ליסבאן, און געזאגט אז ער האט א גאנצע אפעראציע פון פאלשע שפיאנען און ער מאכט געפרעגלטע לאטקעס פון די דייטשן. דער ארטיגער אמעריקאנער נעיווי קאמאנדיר האט געזעהן וואס דא טוט זיך, און האט אים געשיקט צו די בריטישע שפיאנאזש.

די בריטן האבן שוין דעמאלסט פארשטאנען אז איינער פיטערט דא ריינע פאנטאזיעס פאר די דייטשן, און זיי קויפן עס אפ פאר גוט געלט, נאך וואס זיי האבן מיטגעהאלטן וויאזוי די דייטשע נעיווי האט פארשווענדעט כוחות צו כאפן א נישט עקזיסטירנדע קאנוואוי, א רייפע פרוכט פון גארסיאס רייכע דמיונות, האבן זיי אים אנגענומען, און טאקע אריבערגעפירט אין אפריל 1942 קיין ענגלאנד.

דארט האט ער באקומען א קאוד נאמען באווריל, אבער נאכדעם האט מען באשלאסן אז צוליב זיין אויסערגעווענליכע ארבעט דארף ער קריגן א נאמען נאך די בעסטע אקטיאר אין די וועלט, און מען האט אים א נאמען געגעבן 'גאַרבאָ'.

גארסיא האט אלעס צוזאמען געשריבן פאר די דייטשן 315 בריוון, זיי זענען געווען אזוי פארנומען מיט זיינע מאסיווע שפיאנאזש באריכטן/פיקציעס, אז לויט די בריטן האבן זיי דעמאלטס אויפגעהערט צו רעקרוטירן פרישע שפיאנען אין ענגלאנד, שפירנדיג פארזיכערט אז זיי האבן שוין דעם מייסטער שפיאן גארסיא וועלכע שטעלט זיי אלעס צו...

זיינע בריוון האבן ענהאלטן הוילע דמיונות פון גארסיאס גאר פרוכטבארע פאנטאזיע, מינדערוויכטיגע עכטע מיליטערישע אינפארמאציע, און צומאל אפילו שטארק וויכטיגע און ווערדיגע אינפארמאציע, אבער דאן האט ער זיכער געמאכט אז עס איז אנגעקומען ווען עס איז שוין געווען דערנאך.

א שטייגער ווי אין 1942 ביי אפעראציע טארטש ווען די אליאירטע האבן געלאנדעט אין נארט אפריקע, האט ער געשיקט א בריוו אז איינע פון 'זיינע אגענטן' אין סקאטלאנד האט געזעהן מאסיווע קריגס שיפן און א פלאטע טרופן שיפן פארלאזן די ארטיגע בארטענס. די בריוו איז ארויסגעשיקט געווארן נאך וואס די אפעראציע האט זיך שוין געהאט אנגעהויבן, אבער די סטעמפ אויפ'ן בריוו איז געווען פון א פריערדיגע דאטום, אנגעבנדיג אז ער האט דאס עכט ארויסגעשיקט אין צייט אז עס זאל נאך אנקומען צו זיי גענוג פריה. אין רעאקציע צו דעם בריוו האט ער באקומען אן ענטפער פון די דייטשן אז "מיר טוען זיך אנטשולדיגן אז די באריכט איז אנגעקומען צו שפעט, אבער דיינע לעצטערע באריכטן זענען געוואלדיג"...

פארשידענע מאל האט ער געדארפט אויפקומען מיט אויסריידן פארוואס ער האט נישט באריכטעט פארשידענע אינפארמאציע וואס די דייטשן זענען ביי די ענדע געוואויר געווארן, און טאקע איינמאל איז איינער פון זיינע געטרייע העראאישע אגענטן קראנק געווארן, און וועגן דעם האט ער נישט געקענט מיטטיילן געוויסע וויכטיגע אינפארמאציע, למעשה איז יענער נעבעך געשטארבן, און ער האט אריינגעשיקט א טרויעריגע הערכה אין א לאקאלע צייטונג, און עס שפעטער געשיקט פאר די דייטשן אלס באווייז, און די דייטשן האבן אפילו באצאלט פענסיע פאר דעם פארשטארבענער אגענט'ס פרוי (כליפ כליפ, זוי טראגיש).

אינמיטן די צייט איז ער אריבערגעגאנגען צו קאמיוניקירן מיט ענקריפטעד ראדיא קאמיוניקאציע, און דאס האט שטארק געהאלפן די בריטן דעשיפרירן אנדערע דייטשע קאמיוניקאציעס, וויסענדיג די עכטע באריכט וואס ער שיקט, און נאכדעם אויפגעכאפט וויאזוי עס קומט אן ביי די דייטשן.

אין יאנואר 1944 האבן אים די דייטשן געזאגט אז זיי גלייבן אז די אליאירטע קרעפטן גרייטן זיך צו גאר א גרויסע אינוואזיע, און פארלאנגט ער זאל זיך נעמען קלויבן אינפארמאציע און זיי האלטן אינפארמירט.

ווי ברייט באקאנט האבן די אליאירטע דעמאלטס אונטער גענומען א ברייטע אפעראציע גערופן אפעראציע פארטיטוד, צו פארטושן די דייטשן אז זיי זאלן נישט וויסן די עכטע צייט און לאקאציע פון די עכטע נארמאנדי אינוואזיע.

דורכאויס די צייט צווישן יאנואר 1944 און די טאג פון די אינוואזיע האט ער געשיקט איבער 500 ראדיא זענדונגען צו די דייטשן מיט גאר אסאך אינפארמאציע, רוב פאלשע, און צו אנהאלטן זיין באגלייבטקייט, האט ער טיילמאל געשיקט עכטע אינפארמאציע, אבער צו שפעט אז די דייטשן זאלן קענען גענוג שנעל עפעס צו טון דערצו.

די אליאירטע האבן באשלאסן אז עס וויכטיג אז ער זאל טאקע געבן פאר די דייטשן די ריכטיגע דאטום פון די אינוואזיע, און געוויסע עכטע דעטאלן. דורכאויס די נאכט צווישן יוני 5 און 6 האט ער אפגעמאכט מיט די דייטשע ראדיא אפעראטארן אז זיי זאלן ווארטן פאר זיינע זענדונגען א גאנצע נאכט. למעשה האט ער געשיקט די ערשטע מעלדונג יענע נאכט אום 3 אזייגער פארטאגס, אבער קיינער האט עס נישט באקומען ביז אכטע צופרי. זעהנדיג אז זיי האבן נישט באקומען די מעלדונג, האט ער צוגעלייגט עכטע וויכטיגע אינפארמאציע, אבער צופרי איז שוין געווען צו שפעט פאר די דייטשן צו טוהן עפעס דערמיט, אבער ווען די דייטשן האבן באקומען דעם זענדונג, האבן זיי געזעהן אז ער האט געהאט גאר שטארקע אינפארמאציע בעפאר. גארבא האט דערנאך געגעבן אן ערנסטע פסק פאר די דייטשן, זאגענדיג אז ער איז שרעקליך אנטוישט אז מען האט אים נישט אויסגעהערט, און ווען נישט וואס ער טוהט זיין שפיאנאזש פאר דייטשלאנד פון אידיאלאגיע אויס, וואלט ער שוין אויפגעהערט זיין ארבעט...

יוני 9 האט ער געשיקט א באריכט, וועלכע איז אנגעקומען צו היטלער ימ"ש אליינס און צו די וועהרמאכט, אז ער האט דערשנאפט א פונקטליכע פלאן מיט גענויע דעטאלן פון די אליאירטע, און עס צייגט 75 דיוויזעס וועלכע זענען סטאנציאנירט ביי די בריטן, אין פאקט איז נאר געווען ארום 50, אבער די אליאירטע האבן געוואלט פארדרייען די דייטשן אז זיי זאלן מיינען אז א ריזיגע ארמיי איז געבליבן סטאנציאנירט אין ענגלאנד.

די פאלשע ארמיי איז געווען אונטערגעשטיצט פון פאלשע עראפלאנען, באלון טאנקען, און ספעציעלע ווענס וואס האבן געשיקט ראדיא סיגנאלן צו פארמישן די דייטשן.

ער האט געשיקט אין זיין באריכט אז די גרויסע מיליטער וואס איז דארט פארזאמלט, צייגט אז די ערשטע לאנדונג איז נאר געווען צו פארפירן די דייטשן אז זיי זאלן אהינפירן שטארקע קרעפטן און אזוי ארום געבן די אליאירטע די געלעגנהייט צו אנהייבן מיט די עכטע אינוואזיע וואס וועט נאכקומען.

א וואך שפעטער האט ער צוריק באקומען א מעלדונג פון די דייטשן אז אלע זיינע באריכטן פון פארגאנגענע וואך זענען פעסטגעשטעלט געווארן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס ספעציעל ווערדפול. א שפעטערדיגע באריכט האט געצייגט אז ווייניגסטענס 62 פון זיינע באריכטן זענען אריינגערעכנט געווארן אין די וועהרמאכט'ס שפיאנאזש באשלוסן פראטאקאלן.

אזוי ווייט האט די וועהרמאכט געגלייבט זיינע באריכטן, אז דורכאויס יולי און אויגוסט האבן זיי געלאזט 2 פאנצער דיוויזיעס און 19 אינפאנטרי דיוויזיעס גרייט ווארטענדיג ביי די לאקאציע וואס גארסיא האט אנגעגעבן אויף די צווייטע אינוואזיע.

שפעטער האבן די דייטשן פארלאנגט אינפארמאציע פון אים איבער די ווי-1 ראקעטן, ער האט זיי נישט געוואלט געבן קיין עכטע אינפארמאציע, אבער האט נישט געוואלט זיי זאלן אים פארדעכטיגן, האט מען אים פשוט ארעסטירט אין לאנדאן... נאך עטליכע טעג האט מען אים באפרייט, און ער האט געשיקט די ארעסט רעקארד פאר די דייטשן, און זיי געזאגט אז ער וועט מוזן אויסמיידן לאנדאן כדי נישט צו ווערן נאכאמאל ארעסטירט...

אלעס צוזאמען האט גארסיא באקומען באצאלט פון די דייטשן $340,000 וואס האט אונטערגעשטיצט זיין מאסיווע אפעראציע פון 27 (פיקטיווע) אגענטן. פארשטייט זיך אז נאך וואס 'יענער' איז געשטארבן איז נאר געבליבן 26, אויך האט מען אין לויף פון די צייט געכאפט עטליכע, אבער אין די בעסטע צייטן האט ער געהאט 27 אגענטן צו זיין דינסט...

אין פאקט, האבן די דייטשן קיינמאל געכאפט אז ער מאכט דאס גענאר פון זיי, און אז ער ארבעט פאר די אליאירטע.

ווען די קריג איז געקומען צו אן ענדע האט גארסיא זיך געפארכט אז לעבן געבליבענע נאציס וועלן נקמה נעמען אין אים, טראץ דעם וואס למעשה האבן זיי קיינמאל געכאפט וואס ער האט געטון מיט זיי, איז ער דעריבער אפגעפארן קיין אנגאלא, א פארשטופט דרום אפריקאנער לענדל, וואו ער האט מיט די הילף פון די בריטישע שפיאנאזש געפעלטשט זיין אייגענע טויט אין 1949 פון מאלאריע. די בריטישע רעגירונג האט דאמאלטס אפיציעל געמאלדן פאר די שפאנישע אמבאסאדע אז ער איז געשטארבן. פון דארטן איז ער אפגעפארן קיין ווענעזועלע וואו ער האט, אונטער א פאלשע אידענטיטעט, געלעבט א שטיל און באשיידן, און זיך באשעפטיגט מיטן פירן א בוך געשעפט.

אין 1971 איז א בריטישער פאליטיקאנט וועלכע האט געשריבן עטליכע ביכער געווארן אינטערעסירט אין 'גארבא', ער האט גערעדט צו מערערע געוועזענע אגענטן, און האט עווענטועל באשלאסן אז עס מוז זיין אז ער לעבט נאך, ער האט אים געזוכט פאר יארן לאנג, ער האט אבער נישט געקענט דערגיין די אידענטיטעט פון 'גארבא'.

שפעטער אין 1984 האט ער ענדליך געטראפן אן אלטע בריטישע שפיאן וועלכער האט געארבעט צוזאמען מיט גארסיא, און יענער האט אים געגעבן זיין אידענטיטעט. למעשה האבן זיי זיך טאקע געטראפן אין מאי 20 1984. ער איז דאן אויפגענומען געווארן דורך פרינץ פיליפ אין לאנדן אין די בריטישע פאלאץ.

אין 1988 איז גארסיא געשטארבן צום צווייטן מאל, אבער דאס מאל עכט.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך פאליטיק אום דינסטאג מאי 24, 2022 12:29 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

;l;p-
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2678
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

הערליך!

יישר כח!

רייכע שפראך!

און אן אינטערעסאנטע שטיקל היסטאריע.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

הקולמוס שלי האט געשריבן: הערליך!

יישר כח!

רייכע שפראך!

און אן אינטערעסאנטע שטיקל היסטאריע.

א דאנק הרב הקולמוס!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

א ריזיגער שכח!
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3555
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

אפגעליעזט די גאנצע
א פיינעם פעדער און שפראך
שכח
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

יישר כח, זייער אינטערעסאנט געוועזן.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19282
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

@אידישלעך האט ווידעראמאל געלאזט זיינע פינגער לויפן אויפן קיבאורד....!!!!

הערליך שיין און קלאר!!!!

שכח פארן אונז מהנה זיין!!!!

#קיפ איט אפ
#יו אר עמיזונג
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2977
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הערליך שיין!
רייך היסטאריש!
מיט א געשמאקן פעדער!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מייסטערהאפטיג פארציילט, שכוח
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

אינטערעסאנט און שפאנענד! הערליך אראפגעלייגט! ייש"כ.
יקר מציאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקר מציאות »

אידישליך פאליטיק האט געשריבן:


הערליך שיין.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11520
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע:אונטערן זעקל

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

געוואלדיג און רייך באשריבען.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הערליך מעכטיג און פרעכטיג!!!

ווי וואנט מאאר!
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע:אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

Wow thanks
אוועטאר
אידישליך פאליטיק
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:57 pm

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישליך פאליטיק »

הר גריזים האט געשריבן: א ריזיגער שכח!

א שכח פאר אייך!
קענדי'ס האט געשריבן: אפגעליעזט די גאנצע
א פיינעם פעדער און שפראך
שכח

א דאנק אייך!
אה''ו האט געשריבן: יישר כח, זייער אינטערעסאנט געוועזן.
א דאנק!
את פתח לו האט געשריבן: @אידישלעך האט ווידעראמאל געלאזט זיינע פינגער לויפן אויפן קיבאורד....!!!!

הערליך שיין און קלאר!!!!

שכח פארן אונז מהנה זיין!!!!

#קיפ איט אפ
#יו אר עמיזונג
א הערצליכן דאנק הרב את פתח פאר די פידבעק!
און שוין! האט געשריבן: הערליך שיין!
רייך היסטאריש!
מיט א געשמאקן פעדער!
שכח הרב און שוין!
יאנאש האט געשריבן: מייסטערהאפטיג פארציילט, שכוח
א דאנק מנהל!
יש הנאה האט געשריבן: אינטערעסאנט און שפאנענד! הערליך אראפגעלייגט! ייש"כ.
א ייש"כ פאר אייך!
ר' זעקל האט געשריבן: געוואלדיג און רייך באשריבען.
טענקס רבי זעקל
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: הערליך מעכטיג און פרעכטיג!!!

ווי וואנט מאאר!
שכח פאלעקס! הלוואי...
חיים ברוך האט געשריבן: Wow thanks

א דאנק אייך!
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

א גרויסן דאנק!
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

זייער אינטערעסאנט!!!
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אינטרעסאנט ציענד זאפטיג און... אידישליך!

ייש"כ!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1567
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע:נישט צו ווייט

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

נאר מיט שמחה האט געשריבן: אינטרעסאנט ציענד זאפטיג און... אידישליך!

ייש"כ!

גא"מ
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4148
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

שיין - צום זאך
הצלחה
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע:במקום שאין איש

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

יישר כח
הנאה געהאט
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10850
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

Wow wow
Amazing story with a excellent delivery that only can.....
It's really investing. Thank you very much.
Keep on!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שריפט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2022 2:10 pm

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שריפט »

זייער שיין באשריבן.
ס'ליגט מיר אין קאפ אז הערשל פריעדמאן האט אמאל ארויסגעגעבן א ביכל מיט דעי מעשה, אויב איינער קען קאנפירמען.
איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

Re: דער מייסטער דאפלטער שפיאן פון די צווייטע וועלט קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

Stunning
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”