גזירת החינוך היל"ת - פרישע אורטייל ר"ח ניסן פ"ג

אחראי: יאנאש

אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

לך כנוס את כל היהודים!

רוף פון קהל יטב לב ד'סאטמאר (מהר''יי) אויסצוניצען די ימים המסוגלים היינט תענית אסתר און מארגען בעצם יום הפורים איינצורייסען בזכות מרדכי ואסתר און מעורר זיין רחמי שמים בטל צו מאכען די שווערע גזירה.
ומי שענה למרדכי ואסתר הוא יעננו

תנתן לי.jpg
תנתן לי.jpg (319.59 KiB) געזען 3958 מאל
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אורח הכבוד האט געשריבן: מאנטאג מארטש 06, 2023 9:26 am
ויצא בתוך העיר ויזעק זעקה גדולה ומרה!
שטארקע דב''ק פון כ''ק מרן אדמו''ר מ'סאטמאר שליט''א (מהר''יי) די מוצש''ק און מאנסי איבער די געפאר וואס לויערט אויף אונזערע קעפ און די תפילת ישראל וואס מ'קוקט ארויס די הייליגע טעג אויף די הצלחה פון די אנגייענדיגע געריכטן למען חינוך דורותינו.

120312.jpeg
מתוך דברות קודש של כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א מוצש"ק פרשת תצוה – זכור תשפ"ג לפ"ק אצל מעמד הנחת אבן הפינה בעיר מאנסי יצ"ו

...דאס זעלבע די מלחמה לה' בעמלק מדור דור (שמות יז, טז) די מלחמה צו קענען ממשיך זיין די מסורת האבות מדור דור, אז מען זאל קענען איבערגעבן פאר אונזערע קינדער בלי שום שינויים, ווי מען האט פריער דערמאנט דער קדושת יום טוב זאגט, זכור את אשר עשה "לך" עמלק (דברים כה, יז), ער האט געוואלט אריינברענגען דעם "לך" אז דו פארשטייסט אליינס, און מען דארף נישט קוקן אויף דער תחילת הקדושה.

ווען מען קוקט זיך אום אויף די היינטיגע זמנים, און מען זעהט די גזירות קעגן ערליכע אידן בכל מקומות מושבותיהם, און די כחות הטומאה פון דער סטרא אחרא און עמלק וועלכע זוכן עוקר צו זיין דעם חינוך הטהור און מסורת האבות, מען זוכט זיך צו משתלט זיין אויף אונזערע הייליגע תלמוד תורה'ס, ארויפלייגן נייע לימודים, וואס איז ממש א סכנה פאר דער גאנצער עתידות פון דער תורה הקדושה.

איך ברענג עס ארויס, ווייל איך מיין אז דער ציבור באגרייפט נישט, אין וואספארא מצב הסכנה דער כלל ישראל געפונט זיך. עס איז נאכנישט געווען זינט אידן זענען דא אין אמעריקע אזא צרה ברוחניות אויף דעם אל תגעו במשיחי (דברי הימים-א טז, כב) אלו תינוקות של בית רבן (שבת קי"ט ע"ב), עס איז אן עת צרה היא ליעקב, און מען דארף האבן אסאך רחמי שמים, אז די רשעים זאלן נישט האבן קיין שליטה.

מען פירט שוין א מלחמה אכט יאר מיט אלע אופנים, די פארלאפענע וואך איז געווען א דיון אין בית המשפט איבער דער גזירת החינוך, און מיר מוזן אנקומען צו תפילות פון אידישע קינדער, אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי (ישעיה יא, ט).

ביי דער גזירה פון המן שטייט אין מדרש, עס איז יעצט מוצאי שבת, עס שטייט אין מדרש (אסת"ר פ"ז י"ח) אז אליהו הנביא איז געגאנגען צו די אבות הקדושים און צו משה רבינו, און זיי דערציילט איבער דער גזירה פון המן. האט משה רבינו געפרעגט, כלום יש אדם כשר באותו הדור, אויב עס איז דא אן אדם כשר וועלכער זאל מתפלל זיין פאר זיי. האט מען געזאגט אז עס איז דא מרדכי הצדיק וועלכער קען מתפלל זיין. האט משה רבינו געזאגט, לך והודיעו כדי שיעמוד הוא משם בתפילה, ואני מכאן נבקש רחמים עליהם לפני הקב"ה, משה רבינו וועט מתפלל זיין למעלה אינאיינעם מיט דער תפילה פון מרדכי הצדיק, צוליב דעם האט מרדכי הצדיק געזאגט לך כנוס את כל היהודים (אסתר ד, טז) און מען האט איינגעריסן, פאר דער ביטול הגזירה.

מורי ורבותי! הימים האלה נזכרים ונעשים בכל דור ודור (שם ט, כח), יעצט איז דער זמן, עס קומט טאקע דער יום טוב פורים, פון כל הפושט יד נותנים לו (שו"ע או"ח סי' תרצ"ד סעי' ג'), וואס עס שטייט אין אלע ספרים, אז אין דעם טאג פון פורים קענען אלע אידן מתפלל זיין, תנתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי (שם ז, ג), מיר דארפן בעטן דעם בורא כל העולמים, אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, עס זאל זיין כאשר קימו על נפשתם ועל זרעם דברי הצומות וזעקתם (שם ט, לא).

דער רמב"ם זאגט אין אנהויב פון ספר המצוות, אויף דעם וואס עס זעהט אויס ווי די מצוה פון פורים וואס די חכמים האבן מוסיף געווען אויף די מצות התורה, זאגט דער רמב"ם דאס לשון, וציוו לקרות המגילה בעונתה כדי להזכיר שבחיו של הקדוש ברוך הוא ותשועות שעשה לנו והיה קרוב לשועתנו וכו', "וכדי להודיע לדורות הבאים שאמת מה שהבטיחנו בתורה כי מי גוי גדול אשר לו אלוקים קרובים אליו וגו'" (דברים ד, ח) וכו', דאס טייטש דער גאנצער יום טוב פון פורים איז געשטעלט כדי צו ארויסברענגען אז אידן זאלן וויסן, אז אידן האבן א כח פון כי מי גוי גדול אשר לו אלקים קרובים אליו כה' אלקינו בכל קראנו אליו.

יעצט ווען מען שטייט טאקע אין די טעג צו מאכן א זכר, וואס אידן האבן מבטל געווען די גזירה איז יעצט די צייט, מיר זאלן אוחז זיין אין מעשי אבותינו בידינו, אין כוחנו אלא בפה, כל זמן שישראל מצפצפין בבתי מדרשות אין הידים ידי עשיו (עי' ב"ר פס"ה כ').

דער בורא כל העולמים זאל העלפן, אין זכות וואס מען איז מרחיב די גבולי הקדושה און מען בויעט אויף נייע בתי מדרשים אויפ'ן נאמען פון דעם הייליגן רבי'ן זי"ע און מען וויל גיין און זיך פירן אין דעם וועג וואס ער האט געלערנט, און מקבל זיין זיין קדושה, זאל אונז זיין זכות באגלייטן, און מען זאל זוכה זיין צו קענען מגדל זיין ערליכע אידישע דורות, מען זאל האבן די זכיה צו גיין אין זיינע דרכים, און ממשיך זיין אין דער עבודת הקודש בלי שום שינוי.

דער בורא כל העולמים זאל העלפן אז אלע גזירות רעות זאלן בטל ווערן, עס זאל זיין ותטה לב המלכות עלינו לטובה ותגזור עלינו גזירות טובות, מיר זאלן אלע זוכה זיין צו מקבל זיין די אלע גרויסע השפעות וואס מען איז מקבל אין די גרויסע טעג, מיר זאלן זוכה זיין בקרוב צו זעהן בישועתן ובשמחתן של ישראל בביאת גואל צדק, במהרה בימינו, אמן.

דברות קודש - גזירת החינוך
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
וויל נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל נישט »

אינטערעסאנט איך האב געזען און דער איד, לכאורה איז עס א שטארקע נייעס, אז די סטעיט האט למעשה לעצטע מינוט פאר הירונג און קארט באשטעטיגט אז איינע פון די ישיבות זענען אויס געהאלטן לויטן געזעץ.
לויט ווי איך פארשטיי שרייבן זיי דארט אז צוליב דעם וואס די ישיבה און איינגעגעבען פאר די פעדעראלע קאלידש פראגראם קען די סטעיט נישט אריין רעדן ע"כ באקימען זיי די זיגל אז זיי קימען נאך די סעיט געזעץ'ן.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פוינט איז לכאורה אז עס איז א קאלעזש און נישט קיין געווענליכע הויך שולע וואס איז אונטער די סטעיט געזעצן
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
חוזר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:57 pm

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוזר »

מי חכם האט געשריבן: מאנטאג מארטש 13, 2023 4:18 pm
פוינט איז לכאורה אז עס איז א קאלעזש און נישט קיין געווענליכע הויך שולע וואס איז אונטער די סטעיט געזעצן
זיי שרייבן אז עס איז ווייל זיי האבן שוין איבער 10 יאר א הויך שולע.

די רעדע איז פון די ישיבה חתן סופר, וואס איז פון די הויפט אנקלעגער.
און די סיבה פארוואס זיי האבן עס געטון איז געווען, צו מאכן דעם קעיס אויס רעלעוואנט, וויבאלד דער אנקלעגער איז דאך סייווי אפראווד...

דאס ווייסט נאכאמאל ארויס אז זיי מיינען נישט דעם געזעץ, נאר זיי האבן א מטרה דא.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

מיין שטעלונג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 10:12 am
1) דער לויער אויפן קעיס איז אבי שיק וועלכער ארבעט פאר די ריזיגע לאו-פירם טראוטמאן סענדערס , וועלכע איז די 87'טע אויף די ליסטע פון גרויסע געזעץ פירמעס אין אמעריקע.
צוזאמען מיט אבי'ן, ארבעטן מיט זיינע קאלעגן אין טראוטמאן, מרת. מערי מעטקאלפע און מר. שאן דוטאן.
דער לויער אויפן קעיס אבי שיק ערשיינט #11 פון די LAW POWER ליסט פון 100 און די נייע 2023 סיטי ענד סטעיט באריכט.

https://www.cityandstateny.com/power-li ... a-tseytlin

Screenshot_20230320_152430_Chrome.jpg
Screenshot_20230320_152430_Chrome.jpg (210.17 KiB) געזען 1836 מאל
11. Avi Schick & Misha Tseytlin
Partners, Troutman Pepper

Troutman Pepper is an Atlanta-based law firm with offices in major cities across the country, including in New York City, where Avi Schick is based. Schick, a former deputy attorney general in New York and past chair of the Lower Manhattan Development Corporation, has been in the news over the past year as The New York Times reported on yeshivas he represented that secured hundreds of millions of dollars in public funding but reportedly failed to provide a secular education. His colleague Misha Tseytlin, who’s based in Wisconsin, regularly argues before the U.S. Supreme Court. Last year, he won a pivotal case before another high court – New York’s Court of Appeals – as he successfully overturned Democrats’ gerrymandered congressional maps, which paved the way for Republican gains in the state and a narrow GOP majority in the U.S. House of Representatives.

מ'זאגט פון צדיקים אז מיט א גרויסער דאקטער גייט מיט א גרעסערע מלאך צו היילן, אולי מיט א גרויסער לויער/פירמע גייט אויך מיט א גרעסערע מלאך..
יה''ר מ'זאל נאך בחדשי הגאולה הערן גינסטיגע נייעס פון געריכט לטובת חינוך בנינו. אמן
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום מאנטאג מארטש 20, 2023 3:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1561
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

IMG-20230323-WA0899.jpg
IMG-20230323-WA0899.jpg (194.95 KiB) געזען 1809 מאל
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

געריכטליכע קלאגע אקעגען די גזירת החינוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

ווי באקאנט פאר יעדען און געמאלדען דא איז פערל''ס אינאיינעם מיט אפאר באזינדערע מוסדות בשליחות הרבנים שליט''א אריין ערב חג הסוכות און געריכט אקעגען די אפצושלאגען די שעדליכע גיידליינס אז דאס קומט נישט נאך די געזעץ מפי כמה טעמים און דארף דערפאר ווערן אנולירט גענוי ווי די פאריגע מאל,
באזינדער האט מען אריינגעגעבען א מאושען פאר אן אמערדזשענסי סטעי וואס זאל אפהאלטען פון די גיידליינס צו אריינגיין און אפפעקט ווילאנג די געריכטליכע געראנגעל ציעט זיך,

איצט בחודש הגאולה, ראש חודש ניסן אשר ישיעות בו מקיפות קומט אריין די גינסטיגע נייעס אז די געריכט האט היינט געזאגט אז הגם די גיידליינס קומען לויט זיי יא נאך די געזעץ, וועט מען אבער נישט קענען פאראויסגיין גארנישט אקעגען א מוסד וואס קומט נישט נאך די פארשריפטן!

מובן מאיליו אז דאס איז דערווייל נאר א הצלה פורתא און די געטרייע עסקנים אינאיינעם מיט די לויערס קוקען איצט אריין און די ווייטערדיגע פלענער בעז''ה און מ'דארף ווייטער מתפלל זיין אז גזירא כיון דאידחא אידחא און ס'זאל בקרוב אינגאנצען נתבטל ווערן די גזירה און מ'זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מחנך צו זיין אונזערע דורות בדרך שהורה לנו אבותינו ורבותינו נבג''מ עד ביאת גואלינו

והוא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו אלא שבכל דוד ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב''ה מצלינו מידם!!
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום דאנערשטאג מארטש 23, 2023 4:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: געריכטליכע קלאגע אקעגען די גזירת החינוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

אורח הכבוד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 4:45 pm
ווי באקאנט פאר יעדען און געמאלדען דא איז פערל''ס אינאיינעם מיט אפאר באזינדערע מוסדות בשליחות הרבנים שליט''א אריין ערב חג הסוכות און געריכט אקעגען די אפצושלאגען די שעדליכע גיידליינס אז דאס קומט נישט נאך די געזעץ מפי כמה טעמים און דארף דערפאר ווערן אנולירט גענוי ווי די פאריגע מאל,
באזינדער האט מען אריינגעגעבען א מאושען פאר אן אמערדזשענסי סטעי וואס זאל אפהאלטען פון די גיידליינס צו אריינגיין און אפפעקט ווילאנג די געריכטליכע געראנגעל ציעט זיך,

איצט בחודש הגאולה, ראש חודש ניסן אשר ישיעות בו מקיפות קומט אריין די גינסטיגע נייעס אז די געריכט האט היינט געזאגט אז הגם די גיידליינס קומען לויט זיי יא נאך די געזעץ, וועט מען אבער נישט קענען פאראויסגיין גארנישט אקעגען א מוסד וואס קומט נישט נאך די פארשריפטן!

מובן מאיליו אז דאס איז דערווייל נאר א הצלה פורתא און מ'דארף ווייטער מתפלל זיין אז גזירא כיון דאידחא אידחא און ס'זאל בקרוב אינגאנצען נתבטל ווערן די גזירה און מ'זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מחנך צו זיין אונזערע דורות בדרך שהורה לנו אבותינו ורבותינו נבג''מ עד ביאת גואלינו

והוא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו אלא שבכל דוד ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב''ה מצלינו מידם!!
וואס איז פשט פון די רולינג, אויב סאיז געזעצליך, פארוואס טארן זיי עס נישט אינפארסירן?
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7795
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: געריכטליכע קלאגע אקעגען די גזירת החינוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 4:50 pm

די גיידליינס קומט נאך די געזעץ די שאלה איז צי די געזעץ איז אױסגעהאלטען
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: געריכטליכע קלאגע אקעגען די גזירת החינוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

abeg האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 4:52 pm

דעיס האט די געריכט געפסק'נט?
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

זיי שרייבן אז די רעגירונג האט נישט קיין אויטאריטעט אין די 2 זאכן:
1) נישט אפצושפארן א פרייווטע רעליגיזע שולע / מוסד.
2) די רעגירונג קען נישט הייסן עלטערן ארויסנעמען די קינדער פון א מוסד וועלכע קומט נישט נאך די פארשריפטן פון סובסטענשאל/עקווילענסי (שטארק אייניג צו פובליק שולע לימודים).

עלטערן קענען פאדערן צוצולערנען (האום-סקולינג) נאך די לימודים פון די שולע.
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:06 pm
זיי שרייבן אז די רעגירונג האט נישט קיין אויטאריטעט אין די 2 זאכן:
1) נישט אפצושפארן א פרייווטע רעליגיזע שולע / מוסד.
2) די רעגירונג קען נישט הייסן עלטערן ארויסנעמען די קינדער פון א מואס וועלכע קומט נישט נאך די פארשריפטן פון סובסטענשאל/עקווילענסי (שטארק אייניג צו פובליק שולע לימודים).

עלטערן קענען פאדערן צוצולערנען (האום-סקולינג) נאך די לימודים פון די שולע.
סא וואס איז יא די גזירה?
גאליציאנע פרעזידענט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 4:18 pm

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאליציאנע פרעזידענט »

ווילסט האבן א גוט לעבן בגשמיות ?
לעב מיט אמונה
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:12 pm
קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:06 pm
זיי שרייבן אז די רעגירונג האט נישט קיין אויטאריטעט אין די 2 זאכן:
1) נישט אפצושפארן א פרייווטע רעליגיזע שולע / מוסד.
2) די רעגירונג קען נישט הייסן עלטערן ארויסנעמען די קינדער פון א מואס וועלכע קומט נישט נאך די פארשריפטן פון סובסטענשאל/עקווילענסי (שטארק אייניג צו פובליק שולע לימודים).

עלטערן קענען פאדערן צוצולערנען (האום-סקולינג) נאך די לימודים פון די שולע.
סא וואס איז יא די גזירה?
ס'נישט גוט אז די גיידליינס וואס מ'דארפט לערנען זיין קלאר און געזעץ
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
פלייוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלייוואד »

השקפה ברורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:12 pm
קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:06 pm
זיי שרייבן אז די רעגירונג האט נישט קיין אויטאריטעט אין די 2 זאכן:
1) נישט אפצושפארן א פרייווטע רעליגיזע שולע / מוסד.
2) די רעגירונג קען נישט הייסן עלטערן ארויסנעמען די קינדער פון א מואס וועלכע קומט נישט נאך די פארשריפטן פון סובסטענשאל/עקווילענסי (שטארק אייניג צו פובליק שולע לימודים).

עלטערן קענען פאדערן צוצולערנען (האום-סקולינג) נאך די לימודים פון די שולע.
סא וואס איז יא די גזירה?
נישט עלטערן קענען פאדערן, נאר מען קען פאדערן פון די עלטערן.

בעיסיקלי ער טענה'ט אז די גזירה איז אויף די עלטערן און נישט די סקול.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:06 pm
זיי שרייבן אז די רעגירונג האט נישט קיין אויטאריטעט אין די 2 זאכן:
1) נישט אפצושפארן א פרייווטע רעליגיזע שולע / מוסד.
2) די רעגירונג קען נישט הייסן עלטערן ארויסנעמען די קינדער פון א מואס וועלכע קומט נישט נאך די פארשריפטן פון סובסטענשאל/עקווילענסי (שטארק אייניג צו פובליק שולע לימודים).

עלטערן קענען פאדערן צוצולערנען (האום-סקולינג) נאך די לימודים פון די שולע.
די אורטייל איז אז סובסטענשעל עקוויווילענסי איז בלויז א רעקאמענדאציע?
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

זיי האבן נישט געאורטיילט איבער פאנדינג און אנדערע זאכן, ווייל ס'איז פּרי-מעטשור. (ס'איז נאך דערווייל נישט נוגע).
זיי האבן ב"ה פיין אנ'געמקלט די נייע רעגולאציעס און די רידזשענטס.
פעיפער ספרעי
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 05, 2020 5:14 pm

Re: געריכטליכע קלאגע אקעגען די גזירת החינוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיפער ספרעי »

אורח הכבוד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 4:45 pm
ווי באקאנט פאר יעדען און געמאלדען דא איז פערל''ס אינאיינעם מיט אפאר באזינדערע מוסדות בשליחות הרבנים שליט''א אריין ערב חג הסוכות און געריכט אקעגען די אפצושלאגען די שעדליכע גיידליינס אז דאס קומט נישט נאך די געזעץ מפי כמה טעמים און דארף דערפאר ווערן אנולירט גענוי ווי די פאריגע מאל,
באזינדער האט מען אריינגעגעבען א מאושען פאר אן אמערדזשענסי סטעי וואס זאל אפהאלטען פון די גיידליינס צו אריינגיין און אפפעקט ווילאנג די געריכטליכע געראנגעל ציעט זיך,

איצט בחודש הגאולה, ראש חודש ניסן אשר ישיעות בו מקיפות קומט אריין די גינסטיגע נייעס אז די געריכט האט היינט געזאגט אז הגם די גיידליינס קומען לויט זיי יא נאך די געזעץ, וועט מען אבער נישט קענען פאראויסגיין גארנישט אקעגען א מוסד וואס קומט נישט נאך די פארשריפטן!

מובן מאיליו אז דאס איז דערווייל נאר א הצלה פורתא און די געטרייע עסקנים אינאיינעם מיט די לויערס קוקען איצט אריין און די ווייטערדיגע פלענער בעז''ה און מ'דארף ווייטער מתפלל זיין אז גזירא כיון דאידחא אידחא און ס'זאל בקרוב אינגאנצען נתבטל ווערן די גזירה און מ'זאל ווייטער קענען ממשיך זיין מחנך צו זיין אונזערע דורות בדרך שהורה לנו אבותינו ורבותינו נבג''מ עד ביאת גואלינו

והוא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו אלא שבכל דוד ודור עומדים עלינו לכלותינו והקב''ה מצלינו מידם!!
דער אורטייל איז אויפן עצם קלאגע אדער אויף די מאושען פאר א סטעי ?
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

ווי קען באקימען די פאפירען פין די קארט?

ווי איך הער פארשידענע גורסאות איבער וואס די קארט איז געווען, פין פערלס שרייבעריי פארשטיי איך אז דאס געווען אויף די גיידליינס, אין פין אנדערע אידן וואס טיען אין די קיעס, פארשטיי איך אז א אין קארט האט פערל'ס בעצם מסכים געווען אויף די גיידליינס, נאר דער עיקר טענה זייערע איז נאר אויף די קרעדיעשען.

בקיצור ווי קען מען באקימען די אלע פאפירען פינעם קארט?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

וועלכע ריכטער האט דאס געאורטיילט?
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

נישט עכט. די אורטייל זאגט אז אפילו די געזעץ איז לעגאל, איז די עול דערפון אויף די עלטערן, ווייל נאר זיי זענען מחויב לעגאל צו ערציען זייערע קינדער, און די שולע איז נישט מחויב גארנישט.

ממילא, אפילו אויב די סקול גיט נישט די מוראדיגע "עדיוקעישאן" וואס די געזעץ פארלאנגט, איז גארנישט, ווייל די חיוב איז נישט אויף זיי. איי די עלטערן? זיי קענען נעמען א טוטאר זאל צולערנען. אין אנדערע ווערטער, די "עקוויוועלענסי" פארלאנג קען ווערן צוגעשטעלט פון אסאך פלעצער, נישט נאר פון איין שולע, ממילא איז די שולע בכלל נישט קיין פארטיי דא, נאר איינס פון אסאך פלעצער וואס שטעלן צו דעם קינד'ס עדיוקעישאן אויפ'ן פארלאנג פון די עלטערן.

ממילא, אפילו די שולע לערנט בכלל נישט די פארלאנגטע סובזשעקטס, מעג די שולע ווייטער אנגיין געהעריג, ווייל זיי שטעלן צו, למשל, 60 פראצענט פונעם עדיוקעישאן מאנדאט, און די אנדערע 40 פראצענט זאל דער טאטע זוכן ערגעץ אנדערש. און מ'קען אויך נישט הייסן די שולע ארויסשיקן די קינדער, אדער הייסן די עלטערן ארויסנעמען די קינדער, אדער באשטראפן די שולע אדער די עלטערן, ווייל, נאכאמאל, די שולע טוט גארנישט ראנג, זיי געבן נאר א חלק פון די עדיוקעישאן לויט'ן געזעץ, פינטל.

ולד' הישועה!
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4532
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

קיסריה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 5:06 pm
זיי שרייבן אז די רעגירונג האט נישט קיין אויטאריטעט אין די 2 זאכן:
1) נישט אפצושפארן א פרייווטע רעליגיזע שולע / מוסד.
2) די רעגירונג קען נישט הייסן עלטערן ארויסנעמען די קינדער פון א מואס וועלכע קומט נישט נאך די פארשריפטן פון סובסטענשאל/עקווילענסי (שטארק אייניג צו פובליק שולע לימודים).

עלטערן קענען פאדערן צוצולערנען (האום-סקולינג) נאך די לימודים פון די שולע.
דאס איז גאר א שטארקע פסק אין מיינע אויגן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

john
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

Re: גזירת החינוך אין קראפט היל"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך john »

און וואס טוט זיך מיט פראגראמען? קען די סטעיט זאגן אקעי איך קען דיר טאקע נישט צושפארן. אבער געלט באקומסטו נישט?
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”