א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

צו מיין טייערע ברודער.
מזל טוב! מזל טוב! צום געבורט פון דיין לעכטיג אינגל בעבי,
די ברית זאל זיין בעתו ובזמנו און די זאלסט האבן פון איהם אייביג נאר נחת,
און סזאל דיך זיין אייביג גוט און זאלסט האבן לעכטיגע השפעות אייביג.
כוויל מיך מיט דיך אויסשמועסן אפאר ווערטער אזוי ווי די ווייסט פריי איך מיך מיט מיט דיין שמחה מיטן גאנצן הארץ,
כהאב דיך געהאלפן און כבין דא דיך צוהעלפן וואס נאר די וועסט דארפן יעצט און אייביג.
אבער דו ווייסטו דאך בין דא אליין ביי טאטי אינדערהיים ווייל אזוי האט די מסבב כל הסיבות צו געפירט אז איך זאל צוריק קומען צו טאטיס הויז און דארט בלייבן וואוינען אזאך וואס האלט שוין אן ביזן היינטיגן טאג פון פאר פינף יאר צוריק ה״י, ווי אזוי איך שפיר קען איך דיך נישט מסביר זיין,אליין, עלנד, און צובראכן, א געפיל אז קיינער דארף מיך נישט, וועסט דאך אוודאי פרעגן וואס גייט פאר? ביסט ביי טאטי אינדערהיים, האסט אלעס וואס די דארפסט, עסן, טרינקען, אפילו ארבעט האסטו ב״ה א גוטע,און צומאל פארסטו אפילו ארויס מיט חברים, ביסט אנגענומען צווישן דיינע חברים, אה טייערע ברודער וועגן אזעלכע ווערטער וואס כהער דיך טראכטן, און אנדערע זאגן עס, צוליב דעם שרייב איך צו דיר כפארגין דיין שמחה און כפריי זיך אמתדיג מיט מיט דיר.
אבער די ציפ אין מיין הארץ די נאגענדע געפיל וואס ליגט דארט, מתי אעשה גם אנכי לביתי??? ווען גיי איך ארום האלזן מיין אייגענע קינד? אויפגעפאסט אויף דיינע קינדער אין אנדערע האב איך שוין אסאך בחפץ לב און מיט עכטע הנאה ב״ה, אבער נאר די הייליגע באשעפער ווייסט ווי פון מיין הארץ וויל זיך טראפן בלוט און במסתרים תבכה נפשי צו זעהן די ישועה בקרוב, כהאב ליב קינדער. יא כווייס סאיז נאר געפילן און וואס סאיז פאר מיר אנגעגרייט קען קיינער נישט אוועק נעמען, אבער צו ווייסטו וואס מיינט ווארטן? פלעין ווארטן אפילו נישט אויף גרויסע זאכן ווארט מען אומגעדולדיג, יא כפראביר צו ווארטן אבער די ווארטן איז שווער כווער עלטער פון טאג צו טאג און פון יאר צו יאר און כווארט און כווארט, און מיינסט אז די יצהר שלאפט? ער ווארט נישט! די ווייסט וואספארא נסיוינות כגיי דורך יעדן איינציגע טאג אז כזאל בלייבן פשוט נארמאל? יא אפילו נאך א געהעריגע טאג ארבעט, א דאווענען וואו שווער סקומט מיך אן, כווארט אסאך מאל אויף א מינוט כזאל קענען דאוווענען און כדערזעה מיך מיט נאסע אויגן.
און יא יעצט וועסטו פרעגן וואס וויל איך פון דיך בשעת שמחה? קודם האב מיך אינזין סשטייט אז א בעל שמחה האט א גרויסע כח, און נאכדעם יעצט בעת שמחה זענען די הערצער אפען וויל איך פון דיר פלעין און פשוט פארשטיי מיך ביטע, כווייס די וועסט זאגן ווער נאך ווי מיך פארשטייט דיך אזוי גוט, אבער ניין! די קענסט מיך נישט פארשטיין, מיין נאטור איז פון אייביג אן געווען צו די שטילע זייט, און יא סדא וואס וועלן אפילו אנהענגען די גט אינדעם, אבער לב יודע מרת נפשו, נישט אז כווייס יא פארוואס סאיז צו געקומען כזאל זיי אין די מצב, אבער כוועל דיך מגלה זיין אז אין די לעצטע פאר יאר רעד איך מיט טעראפיסטן וועכטענליך און כולי ואולי האף וועל איך זיך ארויס זעהן פון מיין ענגשאפט, כווייס אז די וועסט זאגן לאז דיך אפ פון טעראפי ביסט געזונט, און שוין מען דארף נאך צו ווארטן אביסעלע, כוואונטש דיך זאלסט קיינמאל נישט דארפן אזוי ווארטן אויף קיין איין זאך, און מיין זעהל וואלגערט זיך אין מיך די גאנצע צייט, צו כבין גוט, צו כגיי גוט, און פארוואס גייט מיר נישט קיין שידוך, און איך בין שולדיג כקען נישט וואוינען מיט קיין מענטש, אוי זענען דאס יסורי הנפש וואס כוואונטש פאר קיינעם, און קוים וואס צוליב מיין פארמאכטע נאטור קען איך זיך געהעריג אויסרעדן צו מיין טעראפיסט.
כקען נאך רעדן און רעדן און די עיקר וואס כווארט אז איך זאל מיך אליין פארשטיין.
פון דיין ברודער וואס דיין שמחה איז מיינס און כווארט אויף מיינע אייגענע שמחות בקרוב.
א פרייליכן חנוכה!
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8770
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע:טשענל 12

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

וואס דא גייט נישט פאר, א הארץ קען צוגיין! איך האב נישט וואס צו זאגן מער, איך האב נישט קיין ווערטער

אין מילים...
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6545
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »



מיין הארץ איז מיט דיר. איך בין מתפלל פאר דיין ישועה בקרוב פרייליכערהייט.
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »



דער אויבערשטער זאל דיר אויפרעכטן בקרוב ממש!
כרמיאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 25, 2022 11:52 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמיאל »


איך וועל מתפלל זיין פאר דיר מיין ברודער.
איך הער.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »



עס וועט נאך איינמאל ליכטיג זיין!
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

אוי טאטע!!! וויפיל גייען דאס אלס דורך רעכט זיי שוין אלע אויף!
אוועטאר
מענדל וועבער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 1:42 am

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדל וועבער »

אויייייייי טאטטטטעעעע טאטע אין הימל וויפיל איז די שיעור פון פעין אין אי אינערלעכע ווייטאג
וואס אידן מאכן זיך דורך
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע:אין די אידישע וועלט

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אוי באשעפער, דאס הארץ רייסט!
און ווען איך טראכט וויפיל נאך שווערע טויזענטער אידן מאכן מיט אט דעם אדער ענליכע שוועריקייטן, ס'איז אומבאשרייבלעך.
המקום ירחם עליהם
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

א שטיין קען צוגיין, נישט מעגליך אין די וועלט צו פארשטיין די ווייטאג…

איי לאוו יו בראדער.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אמת'ע אמונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 22, 2021 11:13 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמת'ע אמונה »

עס איז נישט דא קיין ווערטער, אוי באשעפער….

אבער ברודער געדענק, נאך די פינסטערע נאכט קומט א לעכטיגן טאג!

"גַּם כִּי אֵלֵךְ בְּגֵיא צַלְמָוֶת לֹא אִירָא רָע כִּי אַתָּה עִמָּדִי"
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

זייער זייער ווייטאגליך און רירנד.

ווען איך טראכט פון מיינע חברים וואס מאכן דאס מיט, קומט אלץ ארויף די מחשבה אז דאס וואלט פונקט אזוי געקענט געשען מיט מיר, איין באשעפער האט אזוי געפירט אז ביי מיר איז אלעס גוט געפארן, הגם אויב ס'וואלט חלילה זיך נישט גוט אויסגעארבעט וואלטן שוין געווען אזעלכע וואס וואלטן פונקטליך געוואוסט פארוואס און וויאזוי איך בין שולדיג דערין... אבער ווען איך טראכט נאר אריין דערין, באפאלט מיר ממש א פחד וואס איך וואלט געטון אזא צייט, ווארטנדיג אויף א ישועה ואין אומר ואין דברים, גארנישט רוקט זיך נישט. ס'איז א פחד נורא וואס די אידן מאכן נעבעך אדורך על לא עול בכפם, נאר דער בורא עולם קען זיי מחזק זיין.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע:מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »



הצלחה מיין ברודער, ביטע לאז אונז וויסן ווען די וועסט האבן דיין ערשטע קינד בס''ד.
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע:מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודה למחשבה »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
זייער זייער ווייטאגליך און רירנד.

ווען איך טראכט פון מיינע חברים וואס מאכן דאס מיט, קומט אלץ ארויף די מחשבה אז דאס וואלט פונקט אזוי געקענט געשען מיט מיר, איין באשעפער האט אזוי געפירט אז ביי מיר איז אלעס גוט געפארן, הגם אויב ס'וואלט חלילה זיך נישט גוט אויסגעארבעט וואלטן שוין געווען אזעלכע וואס וואלטן פונקטליך געוואוסט פארוואס און וויאזוי איך בין שולדיג דערין... אבער ווען איך טראכט נאר אריין דערין, באפאלט מיר ממש א פחד וואס איך וואלט געטון אזא צייט, ווארטנדיג אויף א ישועה ואין אומר ואין דברים, גארנישט רוקט זיך נישט. ס'איז א פחד נורא וואס די אידן מאכן נעבעך אדורך על לא עול בכפם, נאר דער בורא עולם קען זיי מחזק זיין.
ריכטיג. נישט מעגליך צו פארשטיין
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

איד27 האט געשריבן:
צו מיין טייערע ברודער.
מזל טוב! מזל טוב! צום געבורט פון דיין לעכטיג אינגל בעבי,
די ברית זאל זיין בעתו ובזמנו און די זאלסט האבן פון איהם אייביג נאר נחת,
און סזאל דיך זיין אייביג גוט און זאלסט האבן לעכטיגע השפעות אייביג.
כוויל מיך מיט דיך אויסשמועסן אפאר ווערטער אזוי ווי די ווייסט פריי איך מיך מיט מיט דיין שמחה מיטן גאנצן הארץ ,
כהאב דיך געהאלפן און כבין דא דיך צוהעלפן וואס נאר די וועסט דארפן יעצט און אייביג.
אבער דו ווייסטו דאך בין דא אליין ביי טאטי אינדערהיים ווייל אזוי האט די מסבב כל הסיבות צו געפירט אז איך זאל צוריק קומען צו טאטיס הויז און דארט בלייבן וואוינען אזאך וואס האלט שוין אן ביזן היינטיגן טאג פון פאר פינף יאר צוריק ה״י , ווי אזוי איך שפיר קען איך דיך נישט מסביר זיין,אליין, עלנד, און צובראכן, א געפיל אז קיינער דארף מיך נישט, וועסט דאך אוודאי פרעגן וואס גייט פאר? ביסט ביי טאטי אינדערהיים, האסט אלעס וואס די דארפסט, עסן, טרינקען, אפילו ארבעט האסטו ב״ה א גוטע,און צומאל פארסטו אפילו ארויס מיט חברים, ביסט אנגענומען צווישן דיינע חברים, אה טייערע ברודער וועגן אזעלכע ווערטער וואס כהער דיך טראכטן, און אנדערע זאגן עס, צוליב דעם שרייב איך צו דיר כפארגין דיין שמחה און כפריי זיך אמתדיג מיט מיט דיר.
אבער די ציפ אין מיין הארץ די נאגענדע געפיל וואס ליגט דארט, מתי אעשה גם אנכי לביתי??? ווען גיי איך ארום האלזן מיין אייגענע קינד? אויפגעפאסט אויף דיינע קינדער אין אנדערע האב איך שוין אסאך בחפץ לב און מיט עכטע הנאה ב״ה , אבער נאר די הייליגע באשעפער ווייסט ווי פון מיין הארץ וויל זיך טראפן בלוט און במסתרים תבכה נפשי צו זעהן די ישועה בקרוב, כהאב ליב קינדער. יא כווייס סאיז נאר געפילן און וואס סאיז פאר מיר אנגעגרייט קען קיינער נישט אוועק נעמע ן, אבער צו ווייסטו וואס מיינט ווארטן? פלעין ווארטן אפילו נישט אויף גרויסע זאכן ווארט מען אומגעדולדיג, יא כפראביר צו ווארטן אבער די ווארטן איז שווער כווער עלטער פון טאג צו טאג און פון יאר צו יאר און כווארט און כווארט, און מיינסט אז די יצהר שלאפט? ער ווארט נישט! די ווייסט וואספארא נסיוינות כגיי דורך יעדן איינציגע טאג אז כזאל בלייבן פשוט נארמאל? יא אפילו נאך א געהעריגע טאג ארבעט, א דאווענען וואו שווער סקומט מיך אן, כווארט אסאך מאל אויף א מינוט כזאל קענען דאוווענען און כדערזעה מיך מיט נאסע אויגן.
און יא יעצט וועסטו פרעגן וואס וויל איך פון דיך בשעת שמחה? קודם האב מיך אינזין סשטייט אז א בעל שמחה האט א גרויסע כח, און נאכדעם יעצט בעת שמחה זענען די הערצער אפען וויל איך פון דיר פלעין און פשוט פארשטיי מיך ביטע, כווייס די וועסט זאגן ווער נאך ווי מיך פארשטייט דיך אזוי גוט, אבער ניין! די קענסט מיך נישט פארשטיין, מיין נאטור איז פון אייביג אן געווען צו די שטילע זייט, און יא סדא וואס וועלן אפילו אנהענגען די גט אינדעם, אבער לב יודע מרת נפשו, נישט אז כווייס יא פארוואס סאיז צו געקומען כזאל זיי אין די מצב, אבער כוועל דיך מגלה זיין אז אין די לעצטע פאר יאר רעד איך מיט טעראפיסטן וועכטענליך און כולי ואולי האף וועל איך זיך ארויס זעהן פון מיין ענגשאפט, כווייס אז די וועסט זאגן לאז דיך אפ פון טעראפי ביסט געזונט, און שוין מען דארף נאך צו ווארטן אביסעלע, כוואונטש דיך זאלסט קיינמאל נישט דארפן אזוי ווארטן אויף קיין איין זאך, און מיין זעהל וואלגערט זיך אין מיך די גאנצע צייט, צו כבין גוט, צו כגיי גוט, און פארוואס גייט מיר נישט קיין שידוך, און איך בין שולדיג כקען נישט וואוינען מיט קיין מענטש, אוי זענען דאס יסורי הנפש וואס כוואונטש פאר קיינעם, און קוים וואס צוליב מיין פארמאכטע נאטור קען איך זיך געהעריג אויסרעדן צו מיין טעראפיסט.
כקען נאך רעדן און רעדן און די עיקר וואס כווארט אז איך זאל מיך אליין פארשטיין.
פון דיין ברודער וואס דיין שמחה איז מיינס און כווארט אויף מיינע אייגענע שמחות בקרוב.
א פרייליכן חנוכה!
אזא ריינקייט אזא הייליגקייט. דבר שפתיים אך למותר. בזכות האמונה תושע בקרוב.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

אבער איך פיהל עס איז וויכטיג זאלסט וויסן. א שלעכטע ווייב איז מר ממות. ומוצא אני את האשה מר ממות. נישט אומזינסט שטייט אז מי שיש לו אשה רעה אינו רואה פני גיהנום. ווייל ער האט עס אויף די וועלט. יעדער מיט זיין פעקל. השי"ת זאל דיר אויפרעכטן, אז דו זאלסט לאכן מארגן פון נעכטן. א הערליכע שטוב זאלסטו וועבן און פלעכטן.
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
חבצלת השרון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מאי 31, 2014 10:45 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבצלת השרון »

ברידער, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר. כ'קען נישט אפילו אריינקלערן וואס די גייסט דורך טאג טעגליך, אזא הסתר, און חשכות וואס נאר די איינציגער לעכטיקע באשעפער קען באלייכטן.

אלקא דמאיר - עיני ישראל בחשכות יון - ענני (כדברי המהרש"א על אתר).

שטארק דיך ברידער, הִתְיַצְבוּ וּרְאוּ אֶת יְשׁוּעַת ה'.

אוּלַי יָחוֹס עַם עָנִי וְאֶבְיוֹן, אוּלַי יְרַחֵם...
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9228
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס איז נורא ואיום די בריוועלע! אנה אני בא מצערו של איד27?

אם אבן הוא נימוח איז נאר א ביישפיל, די הארץ איז מיר צושאסען געווארען ביים ליינען דאס בריוועלע, עס טרערט א טרער פאר דיר פאר דיינע עלטערן און פאר דיינע געשוואוסטער, במסתרים תבכה נפשי אויף דיין שווערע דורעכגאנג, עס איז נסתרים די דרכי השם און דער גוטער באשעפער, דער אב הרחמן, דער מקור הטוב הרוצה להיטיב זאל דיר ארום דרייען דאס מזל לטובה ולברכה.

זאלסט זוכה זיין בקרוב אויפצושטעלן א הערליכע לעכטיגע אידישע שטוב, זאלסט באגאסען ווערן מיט השפעות טובות מן השמים עד שיבלו שפתותיכם מלומר די, געדענק און גלייב אז ישועת השם כהרף עין און אלעס קען זיך אין איין רגע- רגע כמימרא- טוישען אלעס לטובה.

בכל צער וצער אני עמהם, דו ביזט נענטער צו הקדוש ברוך הוא צוליב די שווערע דורעכגאנג, עס וועט דיר נאך זיין גוט און וואויל בקרוב ממש.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
איטשע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:16 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע חסיד »

הארץ רייסענד, וואס א מענטש קען אדורך גיין אנדעם וואס איינער זאל וויסן אז אונטער די שלעכטע מצב געפונט זיך א מצב וואס איז אסאך שווערער וואס איז ווי א הויפן פון אינערליכע געפילן וואס שרייען
אין חדר האט מען מיר גערופן איטשע, היינט הייס איך שוין איטשע חסיד…
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע:ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

קוק איך מיר צו צו דאס זעלביגע ביי א נאנטע משפחה קרוב מיינער.

זה לא פשוט בכלל בכלל!

אויסגיין קען מען!

מילים אין לי, רק זה יש לי
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5811
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יוש פאטער וואס דא גייט פאר.

קומט א אינגערמאן בשעת זיין ברידערס שמחה וואס פון איין זיין פרייט ער זיך באמת ומצד שני דערמאנט עס אים ווי ער שטייט נעבעך.

ער שיקט נישט קיין מעסעדזשס פאר זיין ברודער דעם בעל שמחה, פארלאנגט נישט פון די משפחה וויאזוי מ'זאל אים צוריקוואונשטן, פארפירט נישט מ'זאל עפענען ארגאניזאציעס, גארנישט.

איין זאך בעט ער זיך, פארשטיי מיך, שפיר מיך, אנערקען מיך, וועלידעיט מיך, אדער ווייז ארויס אז דו קענסט מיך נישט פארשטיין, דארפסט מיר גארנישט זאגן און דו דארפסט מיר נישט העלפן, דו קענסט מיר נישט העלפן. אויב אבער ווען איך גיב דור מזל טוב ביי דיין שמחה גיסט זיך אראפ אן איידעלע טרער אויף דיין אויפגעהייטערטע געזיכט האסטו מיר געגעבן עפעס וואס קיינער קען נישט, עפעס וואס איך קען נישט ארדערן אנליין פאר קיין שום געלט אויף דער וועלט.

דער אמת איז, אונזער ציבור איז בכלל נישט געטרעינט אויף וועלידעיטן יענעמס פעין אין פעלער ווי איך קען גארנישט טאהן אים צו העלפן (נישט משנה פארוואס דאס איז). ס'איז א ערנסטע פראבלעם אין שלום בית, חינוך, כיבוד אב ואם, חברים און ווי נישט. אסאך טעראפי וואלט געקאנט פארמיטן ווערן ווען מ'לערנט זיך יא אויס וויאזוי מ'טוט דאס.

וויפיל האבן מיר שוין געהערט פון אדמו"רים וועלכע האבן געזאגט דעם חסיד זייערע איך קען דיר נישט העלפן אבער איך קען מתפלל זיין און תיכף ארויסגענומען א תהילים'ל, געזאגט איין קאפיטל, געוויינט און אנגעווונטשן.

געהערט אמאל איבער איינער פון די היינטיגע גרויסע רבי'ס ווי עימיצער איז אריינגעקומען צו אים מיט א פעקל ענלעך צו דעם פותח. זיך אויסגערעדט פונטקליך וואס מ'טוט, ווי ס'האלט און פארוואס בדרך הטבע זעהט ער נישט וואס ער קען טאהן ווייטער.

דער רבי קלאצט, ער שפילט מיט זיינע פינגער אויף די דעזיין פון זיין רבי'שע טישטוך אהין און צוריק פאר בערך א מינוט, די שטילקייט אין שטוב מאכט קולות.

נאך א מינוט זיין פארטראכט גיבט אן אויטענטישע טיפן קרעכץ און זאגט: "איך זעה נישט וואס איך קען טאהן, איך קען נאר מתפלל אין אנוואונטשן אז דער כל יכול זאל דיר העלפן בקרוב במהרה".

דער אינגערמאן איז ארויסגעקומען אזוי פרייליך אז נאר.

ער האט לכתחילה געפילט גילטי איידער אריינגיין ווייל וואס וויל ער פונעם רבין, ער קען אים נישט העלפן, קיינער קען אים נישט העלפן, ס'איז באמת נישטא וואס צו טאהן. אבער ווען ער האט געשפירט דעם רבינס אויטענטישע קרעכץ און פארלוירנקייט האט אים עס אראפגענומען א ריזיגע שטיין פון הארץ און דעמאלטס האט ער פארשטאנען וואס ער האט באמת געוואלט און פארוואס ער איז אריין.

ווען אונז לערנען דעם פסוק ווי דער אויבערשטער זאגט פאר משה רבינו, אקיה אשר אקיה, און ווי רש"י זאגט אהיה עמכם בגלות זה ובגלות אחרים. אלע שטעלן זיך שוין, פארציילט ער אים איבער אנדערע גלות'ער?

אבער דא ליגט א חסד עמוק פונעם טוב ומטיב לכל. ער זאגט פאר צדיק הדור זאל זאגן כלל ישרא', דא גייט נאך קומען אסאך שוועריקייטן, זייער אסאך שוועריקייטן. נישט אייביג קען איך ענק העלפן, נישט אייביג קען איך טוישן די מצב. די סיבות הנסתרות פון גילגולים און ניציצות שנפלו בין הקליפות איז טיפער און ווייטער ווי ענק קענען פארשטיין. אלעס איז לטובה פאר יעדן אידן אבער מיינט נישט אז איך שטיי דא קאלטערהייט ווי א דאקטאר וואס מאכט אן אפעראציע אויף א פאציענט. בחדא מחתא וואס איך טוה וואס איך וויל ברצוני הפשוט, בחסד גמור בלי שום גבול וערך שפיר אויך מיט דיין צער מיין קינד, איך שפאציר מיט מיט דער, איך בין דארט צוזאמען מיט דיר אין דיינע טיפסטע שווערע מינוטן, דו ביסט נישט אליין, קיינמאל איז א איד אליין, קיינמאל!

עמו אנכי בצרה, שכינתא בגלותא, בגלות שכל אחד ואחד באשר הוא שם.

דער פותח צווישן די ווערטער דערמאנט דעם צער פון נישט האבן קינדער. דאס איז עפעס וואס מענטשן כאפן נישט ווייל ס'איז קם ליה בדרבא מיניה, ער איז דאך גע'גט אדער אן אלטער בחור. מ'כאפט נישט אז דער מי שאין לו בנים חשוב כמת איז נישט בלויז גילטיג ווען מ'האט אן אקטיווע כתובה, די צער פחד און שרעק איז עמוק, עמוק אומבאשרייבלעך.

כבוד הפותח, איך בין קיינמאל נישט געווען אין דיין מצב, דו בעטס פון דיין ברידער וועלידעשן און פארשטאנד אבער דו האסט עס געטאהן אויף אייוועלט מרמז צו זיין אנדערע וואס דו זוכסט עד יעבור זעם בקרוב ובמהרה.

סארי טו ברינג יו די בעד ניוס אבער איך קען דיר נישט העלפן נישט מיט דיין עצם מצב און אפילו נישט מיט דיין פעין, איך פארשטיי דיך נישט און איך קען נישט מיט שפירן דיין צער. איך האב טאקע געהאט א טרער לייענענדיג דיין תגובה אבער רעדט דיך נישט איין אז איך שפיר "דיין" צער אויף דעם עמקות ווי דיר, איך קאן דיך ליידער נישט וועלידעיטן במחילת כבודך.

איך קען אבער יא קלאר וועלידעיטן דיין הרגש פאר וועלידעשן, דיין רצון מ'זאל דיך כאטש פרובירן צו פארשטיין, דיינע בכיות אז אפילו די וועלכע זאגן אז זיי זענען דיך נישט דן פארט ערגעץ ווי האלטן זיי אויף א שטילע פלאץ אז אויב וואלסטו ווען בלא בלא בלא וואלט ווען שוין געווען דאס אדער יענץ. די צער וואס דו האסט איז א בארעכטיגטע, דערשטיק עס נישט. צו ס'איז אמת אדער נישט איז נישט נוגע, דו האסט רעכט אזוי צו שפירן ווען ביסט בעת צר אין צוגאב צו די עצם צרה זעלבסט.

וויסן זאלסטו אבער אז אונז מיין מיר נישט קיין שלעכטס, זיך אריינלייגן אין יענעמס מצב אין צו קענען העלפן איז פארהאן אסאך עסקנים און וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס כל אחד בשמו יבורך. אבער מיטצושפירן יענעמס צער אן בכלל אים צוהעלפן איז עפעס וואס אונז ווייסן נישט אז מיר דארפן טאהן אדער וויאזוי עס צו טאהן.

מיט דיין בעטן עס אזוי שיין, עפענסטו אויף אונזער מוח און הארץ זיך אריינצולייגן אין די נושא וויאזוי און ביז וויפיל אונז קען מיר זיך יא מתעמק זיין אין יענעמס צער און עס ארויסווייזן פאר'ן באטראפענעם כאטש וואס מ'קען דאס נישט טאהן בשלימות גמור.

איך בין נישט דורך געגאנגען וואס דו אבער געהאט מיינע שוועריקייטן אין לעבן, יעדער האט זיך זיינע.

דענק איך ווען א יו"ט אונטערן טלית ביים דאווענען ווען דעם אקיה אשר אקיה איז מיר אריינגעקומען אין קאפ אריין און מיט בכיות נוראות זיך אויסגעשמועסט מיט'ן אויבערשטן נישט אזוי ווייט ער זאל מיר תיכף ומיד בייטן דעם מצב נאר ער זאל מיטוויינען מיט מיר, ער זאל מיך נישט לאזן אליין, ער זאל מיך נישט דן זיין נישט גשמיות'דיג און נישט רוחנית'דיג אז מיינע באשלוסן אדער חטאים זענען שולדיג.

איך האב געוויינט צו אים איך בלעים אים נישט, איז בין עס מקבל באהבה אבער ער זאל מיך אויך נישט בלעימען. למרות וואס כ'האב געזינדיגט בגלגול זה ובגלגול אחרים בעט איך זאלסט מיך "פארשטיין", נישט מער.

איך האב איבער געזאגט דעם אקיה אשר אקיה אנע שיעור מאל בבכיות ובדמעות שליש כבן המתחנן לפני אביו.

איך וועל אויספירן מיט 2022 אייוועלט שפראך: "ער איז אריינגעקומען קלאר".

דער אויבערשטער איז שומר משמרתה של תורה און איז מקיים זיינע הבטחות.

הרחמן הוא יעשה לנו ניסים ונפלאות כמו שעשית לאבותינו בימים ההם "בזמן הזה".
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

פראקטיש דו ביזט אויסנאם!
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4096
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

א מין פראקטישקייט וואף
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6631
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך ליין און איך וויין! ניין, איך פארשטיי דיר נישט און איך קען דיר נישט פארשטיין. נאר די רבוש״ע וואס ווייסט און פארשטייט די טיפסטע חלקים פון דיין הארץ און מוח, נאר ער קען און וועט דיר העלפן.

ר׳ אליהו דעסלער שרייבט אין איינע פון זיינע ספרים אז אגאנץ יאר זענען ניסים קעגן די טבע, חנוכה אבער איז די טבע אז עס זאל פאסירן ניסים. השי״ת זאל דיר העלפן מיט א גאנצע ישועה בקרוב ממש! שמחנו כימות עיניתנו.

עס ווארטן דיר אפ זיסע לעכטיגע טעג און יארן!
אני הוא הנער, נער המדבר
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5811
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א בריוו צו מיין ברודער פון מיין נפש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

בניהו האט געשריבן:
איך ליין און איך וויין! ניין, איך פארשטיי דיר נישט און איך קען דיר נישט פארשטיין. נאר די רבוש״ע וואס ווייסט און פארשטייט די טיפסטע חלקים פון דיין הארץ און מוח, נאר ער קען און וועט דיר העלפן.

ר׳ אליהו דעסלער שרייבט אין איינע פון זיינע ספרים אז אגאנץ יאר זענען ניסים קעגן די טבע, חנוכה אבער איז די טבע אז עס זאל פאסירן ניסים. השי״ת זאל דיר העלפן מיט א גאנצע ישועה בקרוב ממש! שמחנו כימות עיניתנו.

עס ווארטן דיר אפ זיסע לעכטיגע טעג און יארן!
שיינע געדאנק, ווי קען איך דאס זעהן?
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”