די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא - צווייטע פארזעצונג ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

אינטערוועלטניק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:49 am

ממילא האב באשלאסן אז ס'איז מער נישט אינטערסאנט זאכן וואס דער עולם ווייסט שוין.
צום ערשט, כ'האב דען געזעהן אלע אויסגאבע'ס ,און אז יא האב איך עס דען געליינט?
צווייטענ'ס, קען דען זיין אז זיי האבן עס אפגעשריבן אזוי מיט אזא בהירות און לעבעדיגקייט ווי דו? דער וועג ווי דו שרייבסט, דארף מען קענען.

אגב. וועלכע אויסגאבע?
אינטערוועלטניק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:49 am

וואס זאגט דער עולם זאלעך אנגיין?
וואס זענען די צוויי צדדים?
אוודאי, יא!!!!
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7561
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

איך בין נישט די עולם... אבער אנגיין זיכער...
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
טשערנאוויץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:49 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשערנאוויץ »

אינטערוועלטניק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:49 am
פיקליש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:07 am
וואס זאגט איר?!?! האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:59 pm
?
קוקט נישט אויס ווי @אינטערוועלטניק איז נאך אראונד.
איך בין גראדע פיין דא ב"ה נאר אזויווי ער שרייבט דא
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:27 am
דאכצעך אז איינע פון די חודש׳ליכע מאגעזינען האבן עס באשריבן אין די לעצטע פאר חדשים
ממילא האב באשלאסן אז ס'איז מער נישט אינטערסאנט זאכן וואס דער עולם ווייסט שוין.

איך האב גראדע אפגעשריבן שוין א שיינע חלק פון די נעקסטע פארזעצונג נאר עס נעמט א געוואלד מיט צייט.

וואס זאגט דער עולם זאלעך אנגיין?
ביטע יא
קרעדיט פאר מיין אוועטאר
the twin towers
viewtopic.php?p=4361654#p4361654
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

אינטערוועלטניק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:49 am
פיקליש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:07 am
וואס זאגט איר?!?! האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:59 pm
?
קוקט נישט אויס ווי @אינטערוועלטניק איז נאך אראונד.
איך בין גראדע פיין דא ב"ה נאר אזויווי ער שרייבט דא
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:27 am
דאכצעך אז איינע פון די חודש׳ליכע מאגעזינען האבן עס באשריבן אין די לעצטע פאר חדשים
ממילא האב באשלאסן אז ס'איז מער נישט אינטערסאנט זאכן וואס דער עולם ווייסט שוין.

איך האב גראדע אפגעשריבן שוין א שיינע חלק פון די נעקסטע פארזעצונג נאר עס נעמט א געוואלד מיט צייט.

וואס זאגט דער עולם זאלעך אנגיין?
💯
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5059
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

אינטערוועלטניק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:49 am
וואס זאגט דער עולם זאלעך אנגיין?
וואס??? איך זעה גוט??? @אינטערוועלטניק האצעך צוריקגעקערט פון די אונטערוועלט….

וואדע זאלסטו ווייטער שרייבן, קודם חזרה קען קיינמאל שאטן (נאכדערצו ווען די לייגסט צו דיין אייגן געשמאקע טעיסט!!)
און בעיקר, לאמיר נישט אויסשמועסן ווי נישט אינטערעסאנט די בליץ לייגט עס אראפ…

סאו לייג ארויף די נעקסטע חלק אבער שנעל!!!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
נאר איך
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 9:06 pm
לאקאציע:אין בעט

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר איך »

YES
מיני בשמים
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:31 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיני בשמים »

אינטערוועלטניק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:49 am
פיקליש האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:07 am
וואס זאגט איר?!?! האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 10:59 pm
?
קוקט נישט אויס ווי @אינטערוועלטניק איז נאך אראונד.
איך בין גראדע פיין דא ב"ה נאר אזויווי ער שרייבט דא
באשיינפערליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:27 am
דאכצעך אז איינע פון די חודש׳ליכע מאגעזינען האבן עס באשריבן אין די לעצטע פאר חדשים
ממילא האב באשלאסן אז ס'איז מער נישט אינטערסאנט זאכן וואס דער עולם ווייסט שוין.

איך האב גראדע אפגעשריבן שוין א שיינע חלק פון די נעקסטע פארזעצונג נאר עס נעמט א געוואלד מיט צייט.

וואס זאגט דער עולם זאלעך אנגיין?
נעוואדע
בשמים טייטש געווירצן
איך שעם זיך נישט מיט מיין עכטער נאמען: זעליג וואגשאל
וואס זאגט איר?!?!
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 3:31 pm
לאקאציע:איך לאז דיר סיי ווי נישט אריין!

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס זאגט איר?!?! »

זיכער!! נאכדערצו פאר אזעלכע (ווי מיר) וואס זעהן נישט קיין אויסגאבעס.
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

אוודאי אנגיין
אוועטאר
הרב שעפטיל שליט''א
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:57 pm
לאקאציע:קרית טעגלאש

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב שעפטיל שליט''א »

נאאא.. גיי שוין דארטן..
אלפי חסידים ותלמידים מקשיבים ומעריצים ערווארטן דיין גאלדענע פענע זאל אונז צוריקפירן קיין גרענאדא...
דער אייבערשטער האט טאקע ליב דעם אינגערמאנטשיק מיט די קורצע ערמל און דשינס הויזן אנעם בערדל...

אבער ער האט אויך נישט פיינט דעם תלמוד חכם מיט די לאנגע בארד און ברייטע ביבער הוט..

(הצדיק ר' חיים בער זצ"ל)
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן קאמענטירט דא אזוי אויך פאר די חיזוק!!
מ'האלט שוין אינמיטן די צווייטע פארזעצונג איך וויל ס'זאל זיין א דבר השלם ממילא נעמט עס אביסל צייט מיר האפן עס ארויפצילייגן ווי אמשנעלסטן.
אוועטאר
טשערנאוויץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:49 pm
לאקאציע: [email protected]

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשערנאוויץ »

אינטערוועלטניק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 5:10 pm
א גרויסן יישר כח פאר אלע וואס האבן קאמענטירט דא אזוי אויך פאר די חיזוק!!
מ'האלט שוין אינמיטן די צווייטע פארזעצונג איך וויל ס'זאל זיין א דבר השלם ממילא נעמט עס אביסל צייט מיר האפן עס ארויפצילייגן ווי אמשנעלסטן.
מיר ווארטן מיט שפאנונג
קרעדיט פאר מיין אוועטאר
the twin towers
viewtopic.php?p=4361654#p4361654
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרענאדא (צווייטע פארזעצונג ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

אקטאבער 23, 1983
קאריביען ים, 8:00 פארנאכטס



א סי. 130 פראכט עראפלאן פון די יו. עס. נעווי האט זיך געמיטלעך געגליטשט און די ליפטן, כאטש וואס ער איז געווען קארגע דרייסיג מייל אוועק פון פיינטליכע טעריטאריע, האט ער ניטאמאל גענומען אויסערארדענליכע זיכערהייט מאסנאמען צי פארמיידן פיינטליכע ראדארן, ווארום די טשאנסן צי ווערן אראפגעשאסן דורך די גרענאד'ישע מיליטער פון אזא ווייטקייט איז געווען נידריגער פון זערא.

די אמעריקאנער מיליטערישע קאמאנדירן האבן טאקע געוואוסט אז די גרענאד'ישע מיליטער פארמאגט קנאפע אנטי עירקרעפט מעגלעכקייטן, אבער וואס עס האט זיי יא געפעלט איז געווען 'אן דע גראונד' אינטעלידזשענס, די מיליטער האט טאקע פארמאגט פילע סעטעלייט בילדער פון גרענאדא אבער בלויז מיט בילדער קען מען קיין קריג נישט פירן, מ'דארף וויסן בערך ווי אזוי די ברעגעס קוקט אויס, זייער צישטאנד, ווי הארט די ערד איז, וועלכע סארט מאשינען אדער פלי געצייג קענען דארט לאנדן, און אזוי אויך די דעפענס מיטלען וואס די קעגנער פארמאגט.

וויבאלד גרענאדא איז געווען א אינזל וועט די ערשטע שטאפלן פון די אינוואזיע - דאס הייסט די סורפרייז עלעמענט - דארפן דורכגעפירט ווערן דורך עירבארן יוניט'ס, דאס הייסט לאנדן פון די לופטן אדער אראפ לאזן פאראטרופן דורך עראפלאנען, און אט דאס אויסצופירן האבן זיי געפלאנט צו ניצען די אויבנדערמאנטע פּארט סעלינס לופטפעלד, סיי ווייל דאס איז געווען די גרעסטע לופטפעלד אויפן אינזל, נאך א סיבה איז געווען ווייל דאס איז געווען ממש א שפאן אוועק פון די סט. דזשארדזש מעדיקל יוניווערסיטי וואס האבן זיך דארט אויפגעהאלטן אסאך אמעריקאנער סטודענטן, דעריבער האבן זיי געמוזט פארזיכערט ווערן אין די ערשטע שעות פון די אינוואזיע כדי זיי זאלן נישט פארכאפט ווערן אלס משכונות.

אבער וויבאלד די לופטפעלד איז געווען אינטער קאנסטרוקציע האט מען געדארפט וויסן די צישטאנד פון די ראנוועי, איר בערך'דיגע לענג, וכדו'.
אזוי אויך ווי שטארק זי איז באשיצט וועלכע סארט אנטי עירקרעפט וואפנס, וויפיל סאלדאטן און אזוי ווייטער.

די אויפגאבע פון שאפן אינטעל איז געווען די ערשטע אין א רייע קאווערט אפערעישאנס וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף דזשעי. סאק. צו אריינדרינגען אין פיינטליכע טעריטאריע און פראבירן זאמלען אינפארמאציע דאס מערסטע שייך.

צוליב די אלע סיבות האט זיך אונזער פליגער יעצט געמאכט איר וועג, אויפן פליגער האבן זיך געפונען א קליינע גרופע אמעריקאנער נעווי סעילס וועלכע האבן געזאלט זיך אראפלאזן אינעם קאלטן אקעאן מיט פארשידענע שפיאנאזש געצייג און אינסטרומענטן צי זאמלען קריטישע אינפארמאציע פאר די בעפארשטייענדע אינוואזיע.
זייער מיסיע: אראפצווארפן א רעפט (דאס איז אזא סארט שיפל געמאכט פון ראבער וואס קען שווימען גאר שנעל גערופן א זאדיעק, zodiac) דערנאך וועלן די סיעלס אריינטאנצן אין וואסער און צישווימען צום שיפל, דאן וועלן זיי זיך ארויסלאזן אינטער די שאטן פון די נאכט צי די סט. דזשארדזש לופטפעלד וואס האט זיך געפונען ביים וואסער ברעג און צאמנעמען די אינפארמאציע, צוריק פארן ביז א באשטימטע ארט אין וואסער ווי מ'וועט זיי אפנעמען מיט העליקאפטערס.
אזא אויפגאבע שרייבט זיך גרינג אבער אויף אויספירן פאקטיש איז זייער שווער, נאכדערצו אויב די וואסער איז רוישיג און מיט צענדליגער פונט פון שווערע עקוויפמענט.

אויפן פליגער האט געהערשט א שטילקייט, די סארט אומהיימליכע שטילקייט פון פארן שטורעם.
ווען די פליגער איז אנגעקומען צו איר באשטימטע לאקאציע און די פיילאט האט געפענט די אונטערשטע טייל צי קענען ארויסשפרינגען איז פאר די קאמאנדאס שווארץ געווארן פאר די אויגן אין פולן זין פון ווארט.
זיי האבן געהאט אין פלאן צו מאכן 'לאנד פאל' פארנאכטס נאך איידער די זון גייט אינטער, כדי זיך צו באניצען מיט איר ליכטיגקייט אינעם רוישיגע ים צי לאקירן די רעפט און זיך צוזאם נעמען אויף איין פלאץ, אבער צוליב עטליכע מיסקאלקולאציעס איז שוין יעצט געווען פולשטענדיג טינקל, צוציגעבן צום דילעמע איז אויך געווען שטארק פארוואלקענט אזוי אז די שיין פון די לבנה איז אויך נישט געווען צום האַבן.

אויב די מיסיע איז געווען שווער פון אנהייב, איז עס יעצט געווען ממש אוממעגליך, אריין טאנצן אין וואסער אין א שטאק טונקעלע נאכט מיט הונדערט פופציג פונט געצייג און דערנאך אפירזיכן א שיפל ווי א נאדל אין א הויפן שטרוי איז נישט געווען זייער פלאן.

דער קעפטעין פון די סיעלס האט געטראכט עטליכע מאמענטן און דאן געגעבן דעם באפעל, גאו!!
צום ערשט האט מען ארויס געלאזט דעם רעפט און דאן איינציגווייז זענען די קאמאנדאס ארויס געטאנצן צו די טונקעלע וויסטעניש…

----


אקטאבער 24, 1983
אטלאנטיק אקעאן 11:00 ביינאכט



די יו. עס. אינדעפענדענס א מאסיווע עירקרעפט קעריער האט זיך געגליטשט מיט א שנעלקייט אויף די וואסערן פינעם אקעאן, די מאסיווע עראפלאן טרעגער שיף איז ווי א שטאט פאר זיך מיט איבער דריי א האלב טויזנט מאטראזן, פילאטן, מעכאניקער און סאלדאטן, עראפלאנען און העליקאפטערס פון פארשידענע סארטן.

טראץ איר מאסיווע גרויסקייט און שווערע וואג איז זי יעצט "געפלויגן" אױף פערציג מייל א שעה צו איר דעסטינאציע, לבנון.

יענעם אקטאבער דעם דריי און צוואנציגסטן איז דורכגעפירט געווארן א שרעקליכע טעראר אטאקע אויף אמעריקאנער מארינען אין לבנון, די מארינען האבן זיך געפונען דארט צו היטן אויף עפעס א זײער טייערע און זעלטענע זאך אין לבנון געריפן 'שלום'... אבער טעראריסטן וואס האבן געוואלט פארכאפן די טייערע זאך האבן דורכגעפירט טעראר אטאקע וואס האט געקאסט דאס לעבן פון 241 מארינען און איבער פופציג פראנצויזישע זעלנער.
די אינדעפענדענס האט זיך יעצט אהין געיאגט ארויס צי העלפן מיט די פארוואונדעטע און טויטע.

די אינדעפענדענס האט נאך קוים געהאלטן אנהייב איר וועג ווען עס איז אריינגעקומען א נויט רוף פינעם פענטאגאן איבער א גרופע ספעשל פארסעס זעלנער וועלכע זענען פארלוירן געגאנגען אין וואסער נאך א דורכגעפאלענע עיר דראפ.
די שיף האט באלד געמאכט א הונדערט אכציג דעגרי דריי און זיך געיאגט צום אנגעגעבענע ארט אויף פול ספיד, בשעת ווען פון איר ראנוועי דעק יאגן זיך ארויס עטליכע שפיאנאזש פליגער צי העלפן אפיר זוכן די פארלוירענע סיעלס.

שפעט נאך האלבער נאכט האבן די ערשטע פליגער דערגרייכט די סצענע, זיי האבן געמאכט קאנטאקט מיט די סיעלס וואס האבן יא דורך געמאכט די עיר דראפ און באוויזן אנציקומען צי די רעפט, און באקומען פון זיי בערך די דירעקציעס ווי צי זוכן, די פילאטן האבן אנגעהויבן זיך ארום דרייען די געגנט צי זוכן, אבער טראץ אלע פארגעשריטענע געצייגן וואס די שפיאנאזש פליגער האט פארמאגט האבן זיי נישט געקענט געפונען די איבעריגע סיעלס, דערווייל איז געווארן ליכטיג און די אינדעפענדעס איז שוין געווען נענטער האבן זיך די העליקאפטערס אויך אנגעשלאסן און די זוכעניש אבער אן ערפאלג.
די קאמאנדירן האבן געהאפט אז די שווערע טרענירונגען וואס די נעיווי סיעלס גייען אדורך צי דורך מאכן אלע סארט שווערע סיטואציעס איבערהויפט וואסער טרעינונג וועט העלפן די סיעלס איבערלעבן די די שווערע ים ענווייראמענט, אבער נאך וואס עס איז אדורך איבער 24 שעה האט מען אפגערופן די זיכערייען.
פיר נעווי סעילס זענען געווען די ערשטע קרבנות פון א קריג וואס האט זיך נאך ניטאמאל אנגעהויבן.


----


בערבעדאס אינזל
אקטאבער 24 1983,
10:30 ביינאכט



עס איז קארגע זעקס שעה צום אפיציעלע אנהייב פון די אינוואזיע - גערופן אויף מיליטערישע שפראך H Hour - וואס איז געווען באשטימט אויף פינעף אזייגער פארטאגס דעם פינעף און צוואנציגסטן אקטאבער.

די לאדזשיסטיקס פון די אפעראציע איז געפירט געווארן פון די בערבעדאס אינזל וואס איז אומגעפער הונדערט פופציג מייל פון גרענאדא, אויפן אינזל גייט יעצט פאר פיבעהאפטיגע צוגרייטונגען, עראפלאנען לאנדן און הייבן זיך צענדליגער העליקאפטערס ווערן אינטערגעזיכט דורך אינדזשענירן און מעינטענענס ארבעטער צום לעצטן מאל זיכער צומאכן אז אלעס קלאפט, פון די בייכער פון די מאסיווע מיליטערישע טראנספארט עראפלאנען ווערן אראפגעלאזט צענדליגער קאנטעינערס מיט אלע ערליי סארטן וואפנס און מיליטערישע געצייג, און סאלדאטן יאגן זיך צי אלע ריכטונגען לויפענדיג אהין און צוריק צו די געשרייען פון זייערע קאמאנדירן.

אין א זייטיגע הענגער היבש אפגערוקט פונעם ארומיגן הו-הא זענען פארזאמלט א ענגע צאל פעלד קאמאנדירן פון דשעי סאק ווי זיי גייען איבער די לעצטע פלענער.
די נעקסטע מיסיע איז די לעצטע פאר די אינוואזיע הייבט זיך, און דאס איז ארויס צי ראטעווען גאווערנער ס'קאאן פון גרענאדא איידער די אינוואזיע הייבט זיך אן.

ווי אויבן דערמאנט איז גרענאדא - כאטש זי איז געווען קאמוניסטיש געשטימט - געווען א חלק פון די קאממאן וועילט וואס דאס איז אפיציעל א חלק פון גרויס בריטאניע, און ענגלאנד האט פארמאגט דארט א גאווערנער וואס איז געווען די פארטרעטער פון די בריטישע מלוכה אין גרענאדא, יעצט איידער די אינוואזיע האבן די אמעריקאנער מיליטערישע גענעראלן פארשטאנען אז דער ברוטאלער רעוואלוציע פירער האדסאן אויסטין וועט זיך נישט אפהאלטן פון נעמען גאווערנער ס'קאאן אלץ א האסטידזש, איבערהויפט אויב ער וועט געוואר ווערן אז דער גאווערנער איז גאר דער ווער ס'האט געבעטן אויסלענדישע אינטערווענץ, וואס דאס וועט שטארק קאמפליצירן די מיסיע,
צוליב דעם האבן די גענעראלן באשלאסן אז מ'מוז ארויסנעמען דעם גאווערנער נאך בעפאר די ערשטע קוילן ווערן געשאסן.

פאר די מיסיע זענען נאכאמאל אויסגעקליבן געווארן די נעיווי סיעלס, די אפעראציע האט געברויכט זיין א שנעלע מעשה, גערופען גרעב ענד עקסטרעקט, זיך אראפלאזן מיט שטריק פון העליקאפטערס העכער דעם גאווערנער'ס רעזידענטץ, און דאן טרעפן א לאנדונג זאנע פאר די העליקאפטערס זאגן צאתכם לשלום און זיך צוריקערן צו די בערבעדאס אינזל, אין פאל עס וועט זיין שאדענס צי די העליקאפטערס וועט מען לאנדן אויף די יו.עס. אינדעפענדענס עירקרעפט קעריער וועלכע האט זיך געפונען אין די געגנט.

קאפיטאן מארק דילאן איז געווען א וועטעראן קאמאנדיר פון די נעיווי סיעלס קודם אלס א יונגער מעמבער דורכאויס די וויעטנאם קריג, און נאכדעם אלס א קאמאנדיר ארויס צו ראטעווען אמעריקאנער זעלנער און סי איי עי אפערעטיוו'ס וואס זענען שטעקן געבליבן אין פיינטליכע טעריטאריעס ארום וויעטנאם א שטייגער ווי לאַאָס און נאך, ארויס ראטעווען מענטשן פון פיינטליכע טעריטאריעס איז געפלאסן אין זיינע אדערן, און אױף זיינע פלייצעס איז ארויפגעלייגט געווארן די מיסיע.

אום עלעף דרייסיג ביינאכט האבן זיך צוויי העליקאפטערס געהויבן פונעם בערבעדאס אינזל טראגענדיג אויף זיך זעכצן קאמאנדאס, אכט אויף יעדע איינע, ביי האלבער נאכט האבן שוין די העליקאפטערס געהויערט העכער שטאט סט. דזשארזש.

ווי אויבן דערמאנט איז די אינטעלידזשענס אויף די גראונד געווען זייער ארעם, דאס גאנצע וואס די קאמאנדאס האבן פארמאגט איז געווען בלויז בילדער פינעם גאווערנער'ס רעזידענטץ מיט א ביילייפיגע השגה ווי בערך עס דארף זיך געפונען, דזשי פי עס איז נאך דאן געווען טיף באהאלטן אינטער די אויסגעקראכענע קעפ פון די דארפא וויסנשאפטלער. (אדער אין די דארפא אשכול…?? נעעע… די ערשטע מאל גענוצט געווארן ביי די ערשטע איראקער קריג) די קאמאנדאס האבן ארימגעקרייזט די געגנט מיט גרויסע צירקלען ניצענדיג נייט וויזשאן גלעזער צי דורך זיפן יעדע גאס ביז נאך פינעף און פערציג מינוט איז זיי ענדליך געלונגן צי אידענטיפיצירן דאס הויז.
דילאן האט גלייך באפוילן צו קאמיוניקירן מיט טשאפער 2 וואס האט צירקולירט איין מייל ארויפציר און די שטריק האט זיך אנגעהויבן אראפצולאזן מיט א שנעלקייט די ערשטע פון די קאמאנדאס האט זיך אנגעהויבן אראפצולאזן און דאן האט עס פאסירט.

א האגל פון קוילן און מאשין גאן פייער האבן אנגעהויבן פליען און ריכטונג פון די העליקאפטער, דער צװײטער קאמאנדא זיך אראפצולאזן איז געווען דער קאמיוניקאציע אפיציר פון די גרופע ער איז געשטאנען ביים ברעג פון די העליקאפטער מיט זיין גרויסע קאמיוניקאציע אפאראט פון פארענט ווען א קויל האט אים באטראפן און אים אראפשליידערט אויפן ערד פונעם טשאפער צו זיין גוט מזל האט די שווערע קאמיוניקאציע ראדיא פארנט פון אים געראטעוועט זיין לעבן, די קוילן זענען געפלויגן אלע זייטן אריינשמעטערענדיג אין די העליקאפטער בשעת די קאמאנדאס האבן זיך שנעל אראפגעלאזט די דרייסיג פוס ביז די גראונד, נאך פערציג סעקונדעס פון אריינכאפן שווערע מכות האט די העליקאפטער אנגעהויבן פארלירן היידראליק פאוער, די צווייטע טשאפער וואס איז אינצווישן אנגעקומען האט שוין אויך אנגעהויבן אריינציכאפן שווערע טויטליכע קלעפ און אירע מאטארן האבן אנגעהויבן צו רייכערן.
דילאן זעהענדיג די שווערע פייער קראפט מיט וואס מ'ענטפאנגט זיי האט פארשטאנען אז זיי קענען נישט בלייבן אין די לופטן צופיל לענגער, האט שנעל געמאכט א באשלוס און באפוילן "טשאפער 2 פארלאזט די מיסיע", און יענע סעקונדע איז זיין גרופע פון זעכצן געשניטן געווארן צו אכט, האלב פון זיין מאַנס קראפט, דילאן האט האט זיך אנגעכאפט אין די שטריק און זיך אראפגעלאזט צו די ערד אראפקומענדיג צו די גראונד האט ער שנעל אנגעהויבן טיילן באפעלן פאר זיינע סיעלס וועלכע האבן שוין מער ווייניגער אליינס געוויסט וואס צו טוהן, צווישן די פליענדע קוילן האט דילאן געכאפט א לעצטע בליק אויפן צוקליאטשעטן העליקאפטער וועלכע איז קוים מיט צרות אוועק געפלויגן איבערלאזענדיג א א פייערדיגער רויעך נאך זיך.

אינצווישן האבן די קאמאנדאס אנגעהויבן זיך צו אריענטירן, די גרענאדישע זעלנער זענען טאקע געווען אסאך מער אין צאל אבער די סיעלס האבן געהאט א שטארקע אויבערהאנט, זיי זענען אלע געווען געלערענטע שארף שיסער, צענדליגע קוילן זענען געפלויגן ארום און העכער זייערע קעפ אבער אן קיין עכטע אימפעקט, ווידעראום זייערע קוילן האבן געטראפן אין ציל מיט א טויטליכע פינקטלעכקייט, עלימינירענדיג איינער נאכן צווייטן בשעת זיי ריקן זיך נענטער און נענטער צו זייער ציל גאווערנער סְקאאָן'ס רעזידענטץ.
נאך א צוואנציג מינוטיגע פייער אויסטויש האבן די גרענאדישע זעלנער געזען אז זיי האנדלען דא מיט הארטע קיכלעך און זײ האבן זיך ציביסלעך צוריקגעצויגן פון די רעזידענץ.
אזוי ווי די שיסערייען האָבן זיך אביסל איינגעשטילט האבן די סיעלס שטייטערהייט זיך דערנענטערט צים הויף פינעם הויז זיי האבן איבער געקראכן די צוים און זיך דערנענטערט צום טיר, דילאן האט אראפגעשטעלט צוויי סיעלס ביים טיר פונעם הויז און ער מיט די איבריגע האבן אויפגעפראלט די טירן, אין א שארפן קאנטראסט צי די קולות און שיסערייען וואס איז פריער געווען אינדרויסן האט א אומהיימליכע שטילקייט געהערשט אין די שטוב, די סיעלס האבן זיך צעטיילט אין צוויי גרופעס איינס איז איבערגעגאנגען די ערשטע שטאק און די צווייטע האט זיך געווענדט צי די צווייטע שטאק, זיי זענען פארזיכטיג איבער א יעדע צימער באזונדער, אדערווייל איז דילאן ארויס אין הויף אפשאצן די סיטואַציע אינדרויסן.

דילאן האט זיך אומגעקוקט אויפן הויף וועלכע איז געווען א קארגע פופציג פיס פינעם הויז ביזן צוים, דער גאנצע הויף איז געווען ליידיג פון מענטשן אבער נאכן צוים האבן זיך אנגעזען א שיינע צאל גרענאדישע זעלנער, עס האט אויסגעזעהן ווי זיי טוען זיך ריגרופירן זיי האבן אנגענומען פאזיציעס ארום די הויף, דער צוים אליינס איז נישט געווען צי הויעך אזוי אויך איז עס געווען א פשוט'ע אייזערנע געיט װאס מ'קען דורך זעהן טא קיין גרויסע באריקאדע איז עס נישט געווען.
ער האט באפוילן פאר די צוויי סיעלס וואס זענען געווען אויסגעצויגן פארענט פון די טיר אים צי באריכטן סיי וואספארא פיינטליכע באוועגונגען ווען ער האט געשפירט א לייכטע קלאפ אויף זיין פלייצע, "סיר, ווי העוו עי פראבלעם", עס איז געווען מעטט די קאמיוניקאציע אפיציר ער ווייזט אן אויפן לאָנג רעינדזש קאמיוניקאציע אפאראט אויפן ערד "איטס נאַט ווארקינג" ווי עס זעהט אויס איז די רעדיו געשעדיגט געווארן פון די קויל וואס עס האט אריינגעכאפט און ס'האט נישט געארבעט, בעצם האבן זיי מיטגענומען צוויי לאנג שטרעקיגע רעדיו סיסטעם'ס אבער די אנדערע איז געווען אויפן צווייטן העליקאפטער, דאס האט געמיינט אז דילאן האט נישט געהאט יעצט קיין שום וועג צו לאזן וויסן פאר דזשעי סאק וואס עס טוט זיך מיט די מיסיע, און מיט סיי וואספארא געפאר עס קומט אים אונטער וועט ער דארפן האנדלען אויף די אייגענע האנט אן קיין שום הילף פינדרויסן, דאס איז געווען א ערענסטע סיטואַציע.

און צו אלע זיינע פראבלעמען האט זיך די קליינע קאמיוניקאציע אפאראט אין זיין אויער צעגרידזשעט "נעגעטיוו"...

----

פארזעצונג קומט בעז"ה...
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

איך וויל מיר אנטשולדיגן פארן ענק לאזן אזוי לאנג ווארטן, איך האב אליינס נישט געוויסט אין וואספארא ארבעט איך לאז מיר אריין, איך האף אז די קומענדיגע פארזעצונג וועט קומען שנעלער ווי די איצטיגע....

קאמענטארן און קריטיק און לייקסזענען אייביג וועלקאם.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9632
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

זייער אינטערסאנט! שכח.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

אנבעליוועביל!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

נישט נארמאל וואספארא ארבעט דו האסט דא אריינגעלייגט!

קרעיזי.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5059
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

אינטערוועלטניק האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:22 am
איך וויל מיר אנטשולדיגן פארן ענק לאזן אזוי לאנג ווארטן, איך האב אליינס נישט געוויסט אין וואספארא ארבעט איך לאז מיר אריין, איך האף אז די קומענדיגע פארזעצונג וועט קומען שנעלער ווי די איצטיגע....

קאמענטארן און קריטיק און לייקסזענען אייביג וועלקאם.
אפילו נאכן עס ליינען איז עס נאך אלץ אינטערעסאנט און ציענד.

קיפ איט קאמינג!!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
2 אידן 3 מיינונגען!
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 2:29 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 2 אידן 3 מיינונגען! »

איך קען קוים אטעמען
געליינט אין איין אטעם ביידע חלקים

די ביסט א קנאגעדיגע שרייבער

לאזן אינז נישט ווארטן פליזזזזזזזזזזזזזז
די דריטע מיינונג איז פארקערט ווי יענעם!
וואס זענען די ערשטע צוויי???
אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע:עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא - צווייטע פארזעצונג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארגארפיק »

מאסיוו

גיי אן


א דאנק
מודעה משמחת! נינידזשער (סטעיט פאליס) ראוד ספיד לימיט איז 55! שוין יאהרן לאנג....
[email protected]
געשמאקע צייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 22, 2021 12:11 pm

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא - צווייטע פארזעצונג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע צייטן »

מאסיוו! שכח.
וואס זאגט איר?!?!
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2023 3:31 pm
לאקאציע:איך לאז דיר סיי ווי נישט אריין!

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא - צווייטע פארזעצונג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס זאגט איר?!?! »

יישר כח!!!!!!!!!!!!
בלייב נישט שטיין, גיי ווייטער!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5920
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: די אמעריקאנער אינוואזיע אויף גרעֶנאַדא - צווייטע פארזעצונג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

יישר כח גדול! זייער אינטרעסאנט און געשמאק!
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”