לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

אחראי: יאנאש

בסדר גמור
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 02, 2021 2:08 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסדר גמור »

בבקשה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 6:12 pm
בייק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:11 am

$250000 פאר עלעקשן איז אסאך געלט. וויפיל צאלט מען פאר די אלטע זיידעס און באבעס וואס מען נעמט ארויס פון די נורסינג האום צוצוהעלפן ביי די עלעקשנס?
ס'איז לכאורה דא אן איבריגע 0, ס'איז לכאורה $15000 צו $25000. די עירמאנט וואלן האבן געקאסט $3000. דאס קאסט לכאורה נישט 10 מאל אזוי פיל.
נאופ, נישט קיין טעות. זיי זאגן עס ביי די בארד מיטונג, אז יעדע סקול דיסטריקט עלעקשנס קאסט פאר די דיסטריקט צווישן הונדערט פופציג טויזענט און צוויי הונדערט פופציג טויזנט.
די ערשטע מסתם מער, און די צווייטע ווייניגער.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אשכול דודי האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 1:36 pm
טישטוך האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 1:23 pm
אפיציעל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 1:17 pm
א פארצייטישע איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 11:00 pm
איך מיט @שקר געט שוין דא מיין שטימע פאר מייק ל.
עסקנים און רבנים [באמת זענען עסקנים רבנים איין זאך ווייל די רבנים הארכן די עסקנים וואס דילען מיט צרכי ציבור], זיי וועלן אין אלגמיין שטיצן דעם אינקאמבעט קאנדידאט, חוץ אויב די/דער קאנדידאט איז אזא הערב ריזמאן סטייל.

גראדע האט ער געשיקט א טוויט אז מ'דארף געבן תפיסה פאר דעם היימישן עסקן פון די פייער מעשה, אבער ער האט לכאורה נישט געהאט קיין ברירה. דערווייל ווי זעט יעצט אויס וועלן די עסקנים און רבנים שטיצן לאולער.
פאר דער וואס איז באקאנט מיט די פרשה פון די משגיחים איז זייער פשוט פארוואס ס׳איז ארויסגעקומען דער טוויט פון מייק לאלער.

טאם וואלש מאכט מיט פון די פראטעסטירער יעדן טאג, זיינע ארבעטער ווערן נאכגעשריגן אין די גאסן, אפילו די מאמע פון איינע פון זיינע ארבעטארינס איז ארויסגעטראסקעט געווארן פון א גראסערי פאריגע וואך.

מייק לאלער האט נישט פארפירט אזוי ווי אלע אנטיסעמיטן אין ראקלענד און געלעסטערט די אידן אזוי ווי אלע פאליטיקאנטן פון די ארומיגע געגנטער, נאר ער האט זיך פאליטיש ארויסגעדרייט פון די סאגא מיט א טוויט ווי ער רופט פאר יוסטיץ, אנע אריינגיין אין צופיל פרטים איבער די מעשה.

מיר פערזענליך אלס איד באדערט דער טוויט זייער שטארק, אבער ס׳איז נאר א טוויט. א טוויט וואס מ׳ווישט זיך אפ די נאז און מ׳גייט ווייטער.

דער טוויט איז פארעווע און זאגט אין אנדערע ווערטער ״יעצט קענט איר זיך נישט נעמען צו מיינע ביינער״. כ׳פארשטיי פארוואס געוויסע ניקס דא נעמען דעם טוויט ארויס פון קאנטעקסט, אבער כ׳גלייב אז א הארטע ליסטע פון איבערמידליכע טובותוואס מייק לאלער האט געטון און טוט ווייטער פאר אידן אין דער עפנטליכקייט, וועגט איבער דעם נארישן טוויט.

די אלע וואס שפרינגען דא פון די לעכער האבן געווארט אויף א געלעגנהייט. האבן זיי דאסמאל גענאסן פון מייק לאלער׳ס א טובה, אז ער האט זיי צוגעשטעלט א פלאטפארמע צום טאנצן.
ביטע ברענג צו די הארטע ''איבערמידליכע'' ליסטע?

און זייט ווען האט א 'קאנגרעסמאן' פרעשור איבער א לאקאלע 'פראסקיוטער' אישו,
און יא, טאם וואלדזש - איז די סאמע פראסקיוטער וואס האט ערמעגליכט די דיעל, און ער ווערט אטאקירט, אבער קיינער האט נישט געפרעגט / אדער אטאקירט דער קאנגרעסמאן גארנישט.

נאר וואס דען ער איז פון די 'רעפובליקאנער געווארדיע' און פריינט מיט עד דעי, און ער פרובירט צו טאנצען אויף ביידע חתונות, און איר קענט אפמאכן אויב איר ווילט אים פארצייען אויף דעים..

אבער עס איז בכלל נישט געווען געצווינגען דאס צו שרייבן, לגמרי נישט, עס שפיגעלט נאר אפ וואס ער איז.
אויב מאך איך נישט קיין טעות, האט איר פריער געשריבן אז איר גייט טון וואס די עסקנים הייסן לגבי די קומענדיגע וואלן, פארשטיי איך אז איר נעמט אן וואס די עסקנים זאגן.
אלזא, איר האט זייער שטארקע טענות אויף דעם טוויט, מיט אייגן אפגעמאכטע קאנקלוזשענס איבער וואס/ווער עס איז יא מחויב צו טון/שרייבן, און וויאזוי עס וואלט אויסגעמאכט אדער נישט.

אויב זענען די עסקנים -ווי איר אליינס זענטס מודה- די וואס פארשטייען וויאזוי צוצוגיין צו דעם ענין, פארוואס זאלן נישט די עסקנים זיין די וואס זאלן פארפירן איבער אזא גאר הארבע און הייקעלע נושא? פארוואס איז דאס נישט געהערט געווארן פון קיין איין פראמינענטער עסקן? און אויב איז עס יא, ביטע צו ווייזן.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6512
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

האוקל האט אונז פיינט, לאולער האט נישט קיין ברירה... מ'דארף זיין קאנסיסטענט...

בד"וו ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס מ'פארענטפערט די זעלבע פערזאן מיט די טענה אז ער האט נישט קיין ברירה, ס'איז זייער א שוואכע תירוץ ווייל נישט האבן קיין ברירה איז נאר גוט ווי לאנג ער וועט נישט צוריקהערן פון אונז, איינמאל מיר וועלן זאגן: נאו נאו, מיט אונז קענסטו נישט טון וואס דו ווילסט און זאגן דו האסט נישט קיין ברירה וועט מען פסק'נען יש ברירה.

לדעתי: ער איז מער ווייניגער א פריינט, אבער מער ווי דעם א פאליטישן וואס דארף זייער שטארק אנקומען צו אונזער וואוטס, פון דער אנדערע שוואגער (מאידך גיסא) וויל ער אויך פינקט אזוי שטארק אז די אנטיסימיטן זאלן אים אריינוועלן, און דערפאר פראבירט ער צו טאנצן אויף ביידע חתונות. און אונז דארפן אים ווייזן אז לא זו הדרך: מיט אונז קענסטו נישט שפילן... אונז קענען דיר שטיצן, אבער קענסט אונז נישט פארפאקן אין לינקע זאק אן קיין לאך.

-

@עפעס אנדערש ס'נישט שיין צו פארשטילן מענטשן... דו ווייסט דאך אליינס אז די עסקנים זענען נישט ביזי אראפהאקן פאליטישענס, למעשה דארף מען צוקומען צו זיי, דאס איז מער געמאכט פאר 390 עסקנים. און ווי טאקע זענען זיי?
ימים ידברוהאט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
געלעכל
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 15, 2023 2:19 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעכל »

נקודהלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 11:57 am

ווי האסטו שוין איינגעזען אז ער שטעלט זיך צוזאם מיט אנטיסמיטן פון איין טוויט?
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

נקודהלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 11:57 am
@עפעס אנדערש ס'נישט שיין צו פארשטילן מענטשן... דו ווייסט דאך אליינס אז די עסקנים זענען נישט ביזי אראפהאקן פאליטישענס, למעשה דארף מען צוקומען צו זיי, דאס איז מער געמאכט פאר 390 עסקנים. און ווי טאקע זענען זיי?
ווייס איך נישט פארוואס איר זאגט אזוי.
איך בין נאך גענוג אלט צו געדענקן ווי אסאך פראמינענטע עסקנים האבן זיך נישט צוריק געהאלטן פון פארשרייען עד דעי, ווען ער איז באגאנגען געוויסע עוולות אנטקעגן אונז. ממילא ווען זיי זענען שטיל, קען איך מיך פארלאזן אויפן חזקה, אז זיי זענען גענוג פארשטאנדיג אויף די מציאות הדברים.

איך ווייס נישט צו איר זענט נאאיוו אדער איר מאכט זיך, אבער יעדער רעכט דענקגיקער פערזאן פארשטייט זייער גוט, פארוואס די ספעציפישע וואס זענען גאר שטארק באזארגט, זענען כסדר פארנומען אראפצורייסן דעם ספעציפישן קאנגרעסמאן, און עס איז נישט וועגן זייער זארג אויף אונזער וואוילזיין. (הינט: זיי זענען כסדר פארנומען ארויסצוברענגען אז ער האט געשטימט פאר דעם מאניטער, און איך געדענק נישט זיי זאלן האבן סיי וועלכע פראבלעם מיט דעם סאמע ארכיטעקט פון דעם מאניטאר געדאנק. סא דער וואס האט געשטימט דערפאר, איז גאר שלעכט, אבער דער וואס איז אויפגעקומען דערמיט און פארשטייט זיך געשטימט דערויף, איז אלעס בסדר. סא יא).
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

@עפעס אנדערש ווי איך פארשטיי זענען די זעלבע וואס זענען געווען קעגן מעלאוני און קעגן האוקול לטובת לאולער ווייל "זיי דארפן נישט איינער וואס העלפט שטיל, נאר איינער וואס נעמט זיך אן פאר אונז אין פובליק" אויך יעצט קגן לאולער פאר די זעלבע אויבנדערמאנטער סיבה, ניין?

אויב אזוי זע איך נישט וואס דו רעדטסט צו זיי איבער עסקנים, זיי האלטן דאך אז די עסקנים זענען א שטיק קארופציע

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:42 pm

זיי זענען דאך אבער גרייט צו שטימען פאר וועם די עסקנים גייען אינדארסירן, (ווי דערמאנט פריער), הייסט עס אז זיי נעמען אן וואס די עסקנים האלטן, איז וואו קומט דא אריין זייער אייגענע אויפברויז, אויב מיר האבן עסקנים וואס זענען באאויפטראגט דאס צו באהאנדלן.

עפעס אנדערש האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:45 pm

אה, נישט באמערקט אז זיי זענען יא פרא עסקנים...

צעפאלט מיין גאנצער בנין..
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6512
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

עפעס אנדערש האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:29 pm
נקודהלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 11:57 am
@עפעס אנדערש ס'נישט שיין צו פארשטילן מענטשן... דו ווייסט דאך אליינס אז די עסקנים זענען נישט ביזי אראפהאקן פאליטישענס, למעשה דארף מען צוקומען צו זיי, דאס איז מער געמאכט פאר 390 עסקנים. און ווי טאקע זענען זיי?
ווייס איך נישט פארוואס איר זאגט אזוי.
איך בין נאך גענוג אלט צו געדענקן ווי אסאך פראמינענטע עסקנים האבן זיך נישט צוריק געהאלטן פון פארשרייען עד דעי, ווען ער איז באגאנגען געוויסע עוולות אנטקעגן אונז. ממילא ווען זיי זענען שטיל, קען איך מיך פארלאזן אויפן חזקה, אז זיי זענען גענוג פארשטאנדיג אויף די מציאות הדברים.

איך ווייס נישט צו איר זענט נאאיוו אדער איר מאכט זיך, אבער יעדער רעכט דענקגיקער פערזאן פארשטייט זייער גוט, פארוואס די ספעציפישע וואס זענען גאר שטארק באזארגט, זענען כסדר פארנומען אראפצורייסן דעם ספעציפישן קאנגרעסמאן, און עס איז נישט וועגן זייער זארג אויף אונזער וואוילזיין. (הינט: זיי זענען כסדר פארנומען ארויסצוברענגען אז ער האט געשטימט פאר דעם מאניטער, און איך געדענק נישט זיי זאלן האבן סיי וועלכע פראבלעם מיט דעם סאמע ארכיטעקט פון דעם מאניטאר געדאנק. סא דער וואס האט געשטימט דערפאר, איז גאר שלעכט, אבער דער וואס איז אויפגעקומען דערמיט און פארשטייט זיך געשטימט דערויף, איז אלעס בסדר. סא יא).
האב איך אים דען צוגעשטעלט צו עד דעי? קלאר נישט. און דו ווייסט עס אויך.
דו שרייבסט "די ספעציפישע וואס זענען גאר שטארק באזאגרגט" פרעג איך דיר: און די וואס זענען נישט 'די ספעציפישע' און זענען נאר 'אביסל באזארגט', און האלטן אז מ'דארף אים קלאר מאכן אז מ'קען נישט טון וואס מ'וויל, וואס זענען מיט זיי? זיי מעגן שוין נישט רעדן?
כ'האב זייער קלאר געשריבן אז ער איז נישט קיין שונא ישראל, אבער יא א כיטרע פאליטישן, און מיר דארפן ווייזן אז מיר זענען נישט קיין נארנים.

בסך הכל: כ'וועל דיר מודה זיין אז ס'דא וואס גייען מיט קאפ אין וואנט אויף ביידע זייטן, אבער כ'מיין אז די דרך הממוצע מעג פרעגן אויף אים און מוז נישט מיטגיין בלינדערהייט מיט אלעס וואס ער זאגט און טוט. ער איז א גוי, א פאליטישן, האט ארום זיך אוהבי ושונאי ישראל, טוט אסאך טובות פאר די פשוטע בירגער פון זיין דיסטריקט, און מ'מעג אים האלטן אקאונטעבל.
ימים ידברוהאט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29665
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

נקודהלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 11:57 am
לדעתי: ער איז מער ווייניגער א פריינט, אבער מער ווי דעם א פאליטישן וואס דארף זייער שטארק אנקומען צו אונזער וואוטס, פון דער אנדערע שוואגער (מאידך גיסא) וויל ער אויך פינקט אזוי שטארק אז די אנטיסימיטן זאלן אים אריינוועלן, און דערפאר פראבירט ער צו טאנצן אויף ביידע חתונות. און אונז דארפן אים ווייזן אז לא זו הדרך: מיט אונז קענסטו נישט שפילן... אונז קענען דיר שטיצן, אבער קענסט אונז נישט פארפאקן אין לינקע זאק אן קיין לאך.
אויב נעמט מען אן אז ער איז א פריינד, + פאקט איז סימפל אז ער מוז אויך האבן די רעפאבליקאנער ראקלענד אנטיסעמיטן צו געווינען, פארוואס איז לא זו הדרך?

האסט אן אנדערע דרך אים צו האלטן אין אפיס אין א ביידן +10 דיסטריקט?
זייטיגע נאטיץ
שטייצעך אז ביי האקול האלט איך די זעלבע זאך, סוי שריי נישט אויף מיר פליז.
(נישט אז די ארטיגע דעמאקראטן גייען אלע אויס פאר אהבת ישרא', נאר פשוט לאולער דארף נישט זייערע שטימען..)
אוועטאר
אפגעבריעטער
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 17, 2019 1:39 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעבריעטער »

עפעס אנדערש האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:45 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 12:42 pm
@עפעס אנדערש ווי איך פארשטיי זענען די זעלבע וואס זענען געווען קעגן מעלאוני און קעגן האוקול לטובת לאולער ווייל "זיי דארפן נישט איינער וואס העלפט שטיל, נאר איינער וואס נעמט זיך אן פאר אונז אין פובליק" אויך יעצט קגן לאולער פאר די זעלבע אויבנדערמאנטער סיבה, ניין?

אויב אזוי זע איך נישט וואס דו רעדטסט צו זיי איבער עסקנים, זיי האלטן דאך אז די עסקנים זענען א שטיק קארופציע
זיי זענען דאך אבער גרייט צו שטימען פאר וועם די עסקנים גייען אינדארסירן, (ווי דערמאנט פריער), הייסט עס אז זיי נעמען אן וואס די עסקנים האלטן, איז וואו קומט דא אריין זייער אייגענע אויפברויז, אויב מיר האבן עסקנים וואס זענען באאויפטראגט דאס צו באהאנדלן.
זיי טוען עפעס למעשה? פונקט ווי ביי יעדע אנגעלעגענהייט קען מען דעבאטירן און זיך אפי' זאגאר ארומרייסן, און הלכה למעשה טוט מען וואס מען דארף איז דא נישט אנדערש. זיי מעגן נישט אויסדרורקן זייער אויפברויז?

סך הכל איז זייער פוינט איין זאך, אונז האט מען פארקויפט גרויסארטיגע תורות איבער דעם קאנדידאט און ווער עס האט זיך געוואגט צו טראכטן אנדערש איז אראפגעריסן געווארן עד לעפרא, און סך הכל שטעלט זיך ארויס אז ווי גוט ער זאל נאר זיין איז ער א פשוטע פאליטישן און ווען ער קומט אונטער דרוק טוט ער געוויסע זאכן וואס גיבט א שטיקל קיצל.. נו נו, אלעס איז פאסיבל אראפצושלינגען.

אבער ווען בלויז א קנאפע האלבע יאר צוריק איז אזא תירוץ בשום אופן אקצעפטירט געווארן דורך די זעלבע וואס זינגען יעצט דעם תירוץ, נעמט עס ארויס פון די כלים.

דעטס אלל, און גארנישט מער.
איך האב מיר טאקע אפגעבריעט, אבער איך האב מיר געלערנט מיין לעקציע!
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אפגעבריעטער האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 1:02 pm

איך פארשטיי זייער גוט, און איך רעד נישט פון דיר.
איך וואלט אויך געקענט באשטיין אז ער זאל נישט טון און שרייבן גארנישט וואס קען אויסזען לרעתינו, און איך קען פארשטיין די וואס דרוקן אויס אומצופרידנהייט דערמיט. אבער איך פארשטיי אויך אז עס איז דא א גרויסע בילד, וואס מען דארף נעמען אין באטראכט, און ווי איר קענט טאקע זען טוען די עסקנים אזוי, און פון זיי האסטו טאקע נישט געהערט קיין שום ווארט דערקעגן, ווייל זיי זענען בתוך הדברים און פארשטייען אז עס איז ענדערש אויף דעם וועג ווי דער אנדערער. (און איך וואלט נישט געווען סורפרייזד צו הערן אז די עסקנים האבן גאר פון פריער איבערגעשמועסט מיט אים איבער וואס ער גייט שרייבן פאר די פאבליק).

איך רעד פון די וואס זענען פארנומען צו זאגן אז מען דארף רודערן און אנרופן דעם קאנגרעסמאן און פארשרייען הלמאי ער וואגט זיך צו טון אזוינס. ער איז גארנישט דער פריינט וואס מען האט אונז איינגערעדט ער איז.

דאס צוצוגלייכן צו האוקול איז דאס נישט ממש דומה, ווי איך האב שוין געשריבן אויף אסאך פלעצער. האוקול האט געהאט צו זיך אסאך אנדערע חלקים וואס איך זיך נישט דא נאכאמאל איבערצוחזר'ן.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אין 2 וואכן ארום קומען שוין ווידער פאר וואלן אין מאנסי. דאס מאל איז די רעדע פון לאקאלע וואלן, מען וועט לויפן בעיקר פאר קאונטי און טאון פאזיציעס.

קודם, וואס איז לדעתי גאר א וויכטיגע פארמעסט, נישט וויבאלד עס איז איינגעשטעלט, נאר וויבאלד עס קומט זיך א מאס פון הכרת הטוב, איז די DA פארמעסט. די אויסוואלן זענען וואו פאלגאנד.
טאם וואלש די רעפובליקען
טאם וואלש די דעמעקרעט
טאם וואלש די קאנסערוויטיוו
רייט אין.

פערזערוו ראמאפאו האט זיך גענומען פירן א העפטיגע רייט אין קאמפיין, אנידערצוזעצען טאם וואלש, אלעס צוליב די עווערגרין פייער, ס'איז מן הנימוס אז מיר זאלן אין די מאסן קומען שטימען פאר עם, אלץ הכרת הטוב. וואלש פארטרעט גאנץ ראקלענד קאונטי, און אונז האבן נישט קיין רוב אין די קאונטי, מילא קלער איך אז ס'איז וויכטיג אז מיר זאלן אלע שטימען פאר וואלש, אז ער -און אנדערע פאליטישענס- זאלן זעהן אז ס'לוינט זיך אונז צו טוהן טובות. אמת די רייט אין קאמפיין האט שוואכע טשאנסען, קען מען אבער נישט איינשטעלן, און אפילו נישט, הכרת הטוב איז אלעמאל א גוטע זאך, ספעציעל ביי פאליטישענס.

עס קומען אויך פאר "פארמעסטען" פאר שעריף, (די אויסוואלן זענען פאלקאו די דעמעקרעט, און פאלקאו די קאנסערוויטיוו), פעמילי קארט (עקסיעס די דעמעקראט, קאנסערוויטיוו אדער ווארקינג פאמיליס) טאון סופערווייזער (ספעקט די דעמעקרעט אדער קאנסערוויטיוו), סופערענטענדענט אוו הייוועיס (ברין די דעמעקראט אדער קאנסירוויטיוו) און טאון טראסטיס (2 קאנדידאטען פארמעסטען זיך אויף 2 זיצן, אלץ דעמעקראטען און אלץ קאנסערוויטיוו).

עס קומט אויך פאר א פארמעסט פאר ריכטער אויף די סופרים קאורט פון ניו יארק פאר די 9'טע דיסטריקט, די 9'טע דיסטריקט נעמט אריין וועסטשעסטער, ראקלענד, פוטנעם, דוטשעס און אראנזש קאונטיס. עס לויפן 8 קאנדידאטען פאר 4 זיצן. די דעמקראטישע קאנדידאטען לויפן אויך אלץ קאנסערוויטיווען.

עס קומען אויך פאר פארמעסטען פאר די ראקלענד קאונטי לעגיסטלעטור. די לעגיסלעטור איז צוזאמגעשטעלט פון 17 זיצן, און מאכן געזעצן פאר די קאונטי (אויך קאונטי טעקס). וואו עס שטייט יעצט, האבן די דעמקראטען 10 זיצן אין די לעגיסלעטור, קעגן 7 פאר די רעפובליקאנער. ס'איז אויך די ערשטע מאל וואס עס וועט פארקומען וואלן זינט די רעדיסטריקרטיניג. כדי צו האבן א רוב, דארף מען געווינען 9 זיצן, אויב די דעמעקראטען קענען אנציען 12 זיצן, וועלן זיי קענען פירן די גאנצע קאונטי גאווערמענט, דורך האבן א וועטא פראף רוב, וואס די רעפובליקאנער עקזיוקטיוו עד דעי וועט נישט קענען וועטאירן.

טראץ וואס איך רעד פון רעפובליקאנער קעגן דעמעקראטען, איז אין פאקט, אין ראקלענד קאונטי נישט עכט קיין חילוק וועלעכע פארטיי מען איז אויף, די מציאות איז אז רוב מאל גייען אלע געזעצען דורך אן קיין וואוט, און אלע שטימען דערפאר, אפילו ווען מען מאכט שוין יא א וואוט, איז עס געווענעליך איינער קעגן אלע. אין די לעצטע יאר, דאכט זיך אז ס'איז בלויז געווען איין מאל וואס די רעפובליקאנער האבן געשטימט קעגן די דעמעקראטען אויף פארטיי ליניעס, ווען אסעמבלימאן מקגאון האט זיך אפעגעזאגט (וויבאלד ער איז געווארן אן אסעמבלימאן), און מען האט געשטעלט א דעמקראט (ר' יואל פריעדמאן) אויף זיין זיץ, האבן די רעפובליקאנער זיך קעגנגעשטעלט.

ראפובליקאנער לויפן אן קיין קעגנער אין דיסטריקט 1 (דזשאבסען) און 9 (שערידיען)

דעמעקראטען לויפן אן קיין קעגנער דיסטריקט 3 (הוד), 4 (יעגער), 6 (וואלף), 8 (עירל), 13 (ר' בנציון ווידער) און 14 (פאול)

דיסטריקט 2 נעמט אריין פאמענע און א חלק פון די טאון אוו העוועסטראו, לויפט די דעמעקראט\קאסערוויטיוו פאול קליערי קעגן די רעפובליקאנער ראנני דיז. פאריגע מאל האט די דעמעקראט גרענט געווינען מיט 58%.

דיסריקט 5 נעמט אריין רוב ניו סיטי, עס לויפט די אמטירינע רעפובליקען/קאנסערוויטיוו האפשטיין, קעגן די דעמעקראט פאטריעשע העלא. פאריגע מאל האט האפשטיין אנגעצויגן 65%.

דיסטריקט 7 נעמט אריין וועסלי הילס, קרית כתר, און נאך אביסל שטחים אין מאנסי. עס לויפט די אמטרינע דעמעקרעט\קאנסערוויטיוו פיל סאסקין, קעגן אברהם יאנקעלאוויטש. לעצטע מאל איז סאסקין געלויפן אן קיין קעגנער, אבער אנגעצויגן בערך 4800 שטימען.

דיסטריקט 10 איז אין קלארקסטאון, עס לויפט די דעמעקרעט\ארבייטער משפחות קאנדידאט בעט דעווידסען, קעגן רעפובליקען\קאנסערוויטיוו רעי פרענסיס. פאריגע מאל האט די דעמעקרעט קארנעןן אנגעצויגן 71%

דיסטריקט 11 איז קאנגערס. עס לויפט די רעפובליקען\קאנסערוויטיוו וויל קעננעלי קעגן דעמעקראט\ארבייטער פארטיי דעוויד ברויען. פאריגע מאל איז די רעפובילקענער סאנטולי געלויפן אן קיין קעגנער אן באקומען בערך 3300 שטימען.

דיסטריקט 12, נעמט אריין סאפפערן, הילבורן און א חלק פון עירמאנט, עס לויפן 3 קאנדידאטען, די דעמעקרעט\ארבייטער משפחה פארטיי דזשעסי מאלאוויטש, די רעפובליקענער\קאנסערוויטיוו אריעל דאהאן (א שומר שבת), און די ענדיג קארופציע פארטיי טשארלס פאסיגליע. לעצטע מאל איז פאסיגליע געלויפן אויף די רעפובליקאנער\קאנסערוויטיוו\דין אמעריקע ליינס, און אנגעצויגן 57%, קעגן די דעמעקרעט דוד שטיין.

מאללאוויטש פלעגט ארבייטען פאר מאנדעיר דזשאונס, ווען דזשאונס איז נאך געווען א קאנגרעסמאן. זינט פאסיגליע איז געלויפן 4 יאר צוריק, האט זיך די רעפובליקאנער פארטיי פיל געביטן, פון זיין די וואס שטיצן אלעמאל די שונאי ישראל, האבן זיי געטוישט זייטן, און אנגעפאנגען מיטצוארייבטען מיט אונזער עסקנים, געוויסע רעפובליקאנער, וואו עד דעי און ביל וועבער, האבן געביטן זייער שטאנד כלפי די אידן, און אנדערע האט מען ארויסגעווארפען פון די פארטיי. פאסיגליע איז געווען פון די וואס מען האט געווארפן.

זינט די לעצטע וואלן האט זיך די דיסטריקט אריינגעריקט מער צו די אידישע חלק פון עירמאנט (אויך איז די אלטע חלק געווארן מער אידיש), דאהאן האפט צו באקומען די רעפובליקאנער מיט די אידן (כאטש וואס ס'איז מעגליך אז די עסקנים וועלן עינדארסען מאללאוויטש), און אזוי געווינען, פאסיגליע האפט צו באקומען די אנטיסעמיטשע וואוט, און מאללאוויטש האפט צו געווינען מיט די דעמעקראטישע שטימען (און אפשר די אידישע וואוט).

כדי צו פארשטיין די טשאנסען פון דאהאן, לוינט זיך צו געבן א בליק אויף וועלעכע פארטיי פאסיגליע האט באקומען שטימען אויף, די רעפובליקאנער\קאנסערוויטיוו פאסיגליע, האט באקומען 1406 שטימען, בשעת וואס די דין אמעריקע (וועלעכע האט מער ווייניגער געהאט אלע פערזערוו קאנדידאטען), פאסיגליע האט באקומען 1162 שטימען. די דעמעקראט שטיין האט באקומען 1850 שטימען. לויט וואו איך האב געהערט פון עסקנים, האט שטיין באקומען 200 אידישע שטימען.

אלזא, פאריגע מאל האט אויסגעקוקט אזוי:
דעמעקראט: 1650 שטימען
אנטיסעמיטען: עכ"פ 1162 שטימען
רעפובליקאנען\קאנסערוויטיוו: לכל היותר 1406 שטימען
אידן: 200 שטימען.

אידישע שטימען וועלן דער מאל זיין מער, אבער איך גלייב נישט אז מער פון 400. אין פארגאנגענע ווילידזש וואלן האט מען באקומען בערך 1300 שטימען, נעם אוועק האלב וואס וואוינען נישט אין די דיסטריקט, האלט מען ביי 650. דאס מיינט איז מיט א קאמפיין פון אפאר וואכן -אזויווי די עירמאנט קאמפיין- וואלט מען באקומען 650 שטימען, אבער כהיום יום, וואס פאר די לעגיסלעטור איז נישט געווען קיין געהעריגע קאמפיין, גלייב איך נישט אז עס וועט זיין מער וואו 400 (אפילו מען וועט צולייגן די אידן פון סאפפערן). חוץ מזה קענען זיך די אנדערע ציפערן אויך טוישן, צוליב די טוישינגען אין די דיסטריקט. על כל פנים קוקט מיר אויס וואו ס'איז מעגליך א שמאלע פארמעסט. מיין פרידעקשעין איז, אז מאללאוויטש וועט געווינען, און צווייט וועט זיין פאסיגליע, און דאהאן וועט זיין לעצט. ימים ידברו.

דיסטריקט 15, נעמט אריין טשעסנאט רידזש און די אנדער חלק עירמאנט, עס לויפט די אמטרינע דעמעקראט\קאנסערוויטיוו ר' יואל פריעדמאן קעגן רעפובליקען\איפארסטראקטשוער ר' אלי קרעימער. לעצטע מאל האט די רעפובליקאנער מקגאון אנגעצויגן 73% שטיצע. די שאלה איז וויפיל ס'איז נוגע די אידישע וואוט.

דיסטריקט 16 איז אין אראנדזשטאון, עס לויפט דעמעקראט דניאל דזשאנסען קעגן רעפובליקען\קאנסערוויטיוו טאמעס דיוויני, לעצטע מאל איז די רעפובליקען\קאנסערוויטיוו טייער געלויפן אן קיין קעגנער, און באקומען בערך 4150 שטימען

דיסטריקט 17 נעמט אריין אראנדזשבורג און וועסט נייעק, עס לויפט די אמטרינע רעפובליקען\קאנסערוויטיוו דזשעימס פאולי קעגן די דעמעקראט\ארבייטער משפחות דאנא סטיללי. פאריגע מאל האט פאולי געזיגט מיט 50.7% אדער 69 שטימען מער פון זיין קעגנער.

פאר א פולע ליסטע פון פאזיציעס און קאנדידאטען, דרוקט דא.
https://www.documentcloud.org/documents ... pt-27-2023

די אלע פערצענטען דארף מען נעמען מיט אביסל זאלץ, צוליב וואס די דיסטריקטס האבן זיך געטוישט. (אלע לעגעסלעטור האבן מסכים געווען צו די נייע דיסטריקט, חוץ פאלקידזשיליע).

די שטים בודקעס זענען אפען פאר פרי וואלן פון שבת פ' לך לך, ביז זונטאג חיי שרה. פון 9 צופרי ביז 5 נאכמיטיג, חוץ דינסטאג און דאנערשטאג וואס די וואלן זענען אפען פון 12 מיטאג ביז 8 ביינאכט. דינסטאג חיי שרה איז די עמטליכע וואל טאג, די שטים בודקעס זענען אפען פון 6 פארטאגס ביז 9 ביינאכט.
לעצט פארראכטן דורך בבקשה אום מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:41 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3993
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

בבקשה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:58 pm
די שטים בודקעס זענען אפען פאר פרי וואלן פון שבת פ' לך לך, ביז זונטאג וירא. פון 9 צופרי ביז 5 נאכמיטיג, חוץ דינסטאג און דאנערשטאג וואס די וואלן זענען אפען פון 12 מיטאג ביז 8 ביינאכט. דינסטאג וירא איז די עמטליכע וואל טאג, די שטים בודקעס זענען אפען פון 6 פארטאגס ביז 9 ביינאכט.
זעט אויס אומריכטיג די פרשיות, ביטע פאררעכטן.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

עפעס אנדערש האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:34 pm
בבקשה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:58 pm
די שטים בודקעס זענען אפען פאר פרי וואלן פון שבת פ' לך לך, ביז זונטאג וירא. פון 9 צופרי ביז 5 נאכמיטיג, חוץ דינסטאג און דאנערשטאג וואס די וואלן זענען אפען פון 12 מיטאג ביז 8 ביינאכט. דינסטאג וירא איז די עמטליכע וואל טאג, די שטים בודקעס זענען אפען פון 6 פארטאגס ביז 9 ביינאכט.
זעט אויס אומריכטיג די פרשיות, ביטע פאררעכטן.
ריכטיג, פארראכטן
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

בבקשה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:58 pm
אין 2 וואכן ארום קומען שוין ווידער פאר וואלן אין מאנסי. דאס מאל איז די רעדע פון לאקאלע וואלן, מען וועט לויפן בעיקר פאר קאונטי און טאון פאזיציעס.

קודם, וואס איז לדעתי גאר א וויכטיגע פארמעסט, נישט וויבאלד עס איז איינגעשטעלט, נאר וויבאלד עס קומט זיך א מאס פון הכרת הטוב, איז די DA פארמעסט. די אויסוואלן זענען וואו פאלגאנד.
טאם וואלש די רעפובליקען
טאם וואלש די דעמעקרעט
טאם וואלש די קאנסערוויטיוו
רייט אין.

פערזערוו ראמאפאו האט זיך גענומען פירן א העפטיגע רייט אין קאמפיין, אנידערצוזעצען טאם וואלש, אלעס צוליב די עווערגרין פייער, ס'איז מן הנימוס אז מיר זאלן אין די מאסן קומען שטימען פאר עם, אלץ הכרת הטוב. וואלש פארטרעט גאנץ ראקלענד קאונטי, און אונז האבן נישט קיין רוב אין די קאונטי, מילא קלער איך אז ס'איז וויכטיג אז מיר זאלן אלע שטימען פאר וואלש, אז ער -און אנדערע פאליטישענס- זאלן זעהן אז ס'לוינט זיך אונז צו טוהן טובות. אמת די רייט אין קאמפיין האט שוואכע טשאנסען, קען מען אבער נישט איינשטעלן, און אפילו נישט, הכרת הטוב איז אלעמאל א גוטע זאך, ספעציעל ביי פאליטישענס.

עס קומען אויך פאר "פארמעסטען" פאר שעריף, (די אויסוואלן זענען פאלקאו די דעמעקרעט, און פאלקאו די קאנסערוויטיוו), פעמילי קארט (עקסיעס די דעמעקראט, קאנסערוויטיוו אדער ווארקינג פאמיליס) טאון סופערווייזער (ספעקט די דעמעקרעט אדער קאנסערוויטיוו), סופערענטענדענט אוו הייוועיס (ברין די דעמעקראט אדער קאנסירוויטיוו) און טאון טראסטיס (2 קאנדידאטען פארמעסטען זיך אויף 2 זיצן, אלץ דעמעקראטען און אלץ קאנסערוויטיוו).

עס קומט אויך פאר א פארמעסט פאר ריכטער אויף די סופרים קאורט פון ניו יארק פאר די 9'טע דיסטריקט, די 9'טע דיסטריקט נעמט אריין וועסטשעסטער, ראקלענד, פוטנעם, דוטשעס און אראנזש קאונטיס. עס לויפן 8 קאנדידאטען פאר 4 זיצן. די דעמקראטישע קאנדידאטען לויפן אויך אלץ קאנסערוויטיווען.

עס קומען אויך פאר פארמעסטען פאר די ראקלענד קאונטי לעגיסטלעטור. די לעגיסלעטור איז צוזאמגעשטעלט פון 17 זיצן, און מאכן געזעצן פאר די קאונטי (אויך קאונטי טעקס). וואו עס שטייט יעצט, האבן די דעמקראטען 10 זיצן אין די לעגיסלעטור, קעגן 7 פאר די רעפובליקאנער. ס'איז אויך די ערשטע מאל וואס עס וועט פארקומען וואלן זינט די רעדיסטריקרטיניג. כדי צו האבן א רוב, דארף מען געווינען 9 זיצן, אויב די דעמעקראטען קענען אנציען 12 זיצן, וועלן זיי קענען פירן די גאנצע קאונטי גאווערמענט, דורך האבן א וועטא פראף רוב, וואס די רעפובליקאנער עקזיוקטיוו עד דעי וועט נישט קענען וועטאירן.

טראץ וואס איך רעד פון רעפובליקאנער קעגן דעמעקראטען, איז אין פאקט, אין ראקלענד קאונטי נישט עכט קיין חילוק וועלעכע פארטיי מען איז אויף, די מציאות איז אז רוב מאל גייען אלע געזעצען דורך אן קיין וואוט, און אלע שטימען דערפאר, אפילו ווען מען מאכט שוין יא א וואוט, איז עס געווענעליך איינער קעגן אלע. אין די לעצטע יאר, דאכט זיך אז ס'איז בלויז געווען איין מאל וואס די רעפובליקאנער האבן געשטימט קעגן די דעמעקראטען אויף פארטיי ליניעס, ווען אסעמבלימאן מקגאון האט זיך אפעגעזאגט (וויבאלד ער איז געווארן אן אסעמבלימאן), און מען האט געשטעלט א דעמקראט (ר' יואל פריעדמאן) אויף זיין זיץ, האבן די רעפובליקאנער זיך קעגנגעשטעלט.

ראפובליקאנער לויפן אן קיין קעגנער אין דיסטריקט 1 (דזשאבסען) און 9 (שערידיען)

דעמעקראטען לויפן אן קיין קעגנער דיסטריקט 3 (הוד), 4 (יעגער), 6 (וואלף), 8 (עירל), 13 (ר' בנציון ווידער) און 14 (פאול)

דיסטריקט 2 נעמט אריין פאמענע און א חלק פון די טאון אוו העוועסטראו, לויפט די דעמעקראט\קאסערוויטיוו פאול קליערי קעגן די רעפובליקאנער ראנני דיז. פאריגע מאל האט די דעמעקראט גרענט געווינען מיט 58%.

דיסריקט 5 נעמט אריין רוב ניו סיטי, עס לויפט די אמטירינע רעפובליקען/קאנסערוויטיוו האפשטיין, קעגן די דעמעקראט פאטריעשע העלא. פאריגע מאל האט האפשטיין אנגעצויגן 65%.

דיסטריקט 7 נעמט אריין וועסלי הילס, קרית כתר, און נאך אביסל שטחים אין מאנסי. עס לויפט די אמטרינע דעמעקרעט\קאנסערוויטיוו פיל סאסקין, קעגן אברהם יאנקעלאוויטש. לעצטע מאל איז סאסקין געלויפן אן קיין קעגנער, אבער אנגעצויגן בערך 4800 שטימען.

דיסטריקט 10 איז אין קלארקסטאון, עס לויפט די דעמעקרעט\ארבייטער משפחות קאנדידאט בעט דעווידסען, קעגן רעפובליקען\קאנסערוויטיוו רעי פרענסיס. פאריגע מאל האט די דעמעקרעט קארנעןן אנגעצויגן 71%

דיסטריקט 11 איז קאנגערס. עס לויפט די רעפובליקען\קאנסערוויטיוו וויל קעננעלי קעגן דעמעקראט\ארבייטער פארטיי דעוויד ברויען. פאריגע מאל איז די רעפובילקענער סאנטולי געלויפן אן קיין קעגנער אן באקומען בערך 3300 שטימען.

דיסטריקט 12, נעמט אריין סאפפערן, הילבורן און א חלק פון עירמאנט, עס לויפן 3 קאנדידאטען, די דעמעקרעט\ארבייטער משפחה פארטיי דזשעסי מאלאוויטש, די רעפובליקענער\קאנסערוויטיוו אריעל דאהאן (א שומר שבת), און די ענדיג קארופציע פארטיי טשארלס פאלקידזשוליע. לעצטע מאל איז פאלקידזשוליע געלויפן אויף די רעפובליקאנער\קאנסערוויטיוו\דין אמעריקע ליינס, און אנגעצויגן 57%, קעגן די דעמעקרעט דוד שטיין.

מאללאוויטש פלעגט ארבייטען פאר מאנדעיר דזשאונס, ווען דזשאונס איז נאך געווען א קאנגרעסמאן. זינט פאלקידזשוליע איז געלויפן 4 יאר צוריק, האט זיך די רעפובליקאנער פארטיי פיל געביטן, פון זיין די וואס שטיצן אלעמאל די שונאי ישראל, האבן זיי געטוישט זייטן, און אנגעפאנגען מיטצוארייבטען מיט אונזער עסקנים, געוויסע רעפובליקאנער, וואו עד דעי און ביל וועבער, האבן געביטן זייער שטאנד כלפי די אידן, און אנדערע האט מען ארויסגעווארפען פון די פארטיי. פאלקידזשוליע איז געווען פון די וואס מען האט געווארפן.

זינט די לעצטע וואלן האט זיך די דיסטריקט אריינגעריקט מער צו די אידישע חלק פון עירמאנט (אויך איז די אלטע חלק געווארן מער אידיש), דאהאן האפט צו באקומען די רעפובליקאנער מיט די אידן (כאטש וואס ס'איז מעגליך אז די עסקנים וועלן עינדארסען מאללאוויטש), און אזוי געווינען, פאלקידזשיליע האפט צו באקומען די אנטיסעמיטשע וואוט, און מאללאוויטש האפט צו געווינען מיט די דעמעקראטישע שטימען (און אפשר די אידישע וואוט).

כדי צו פארשטיין די טשאנסען פון דאהאן, לוינט זיך צו געבן א בליק אויף וועלעכע פארטיי פאלקידזשוליע האט באקומען שטימען אויף, די רעפובליקאנער\קאנסערוויטיוו פאלקידזשיליע, האט באקומען 1406 שטימען, בשעת וואס די דין אמעריקע (וועלעכע האט מער ווייניגער געהאט אלע פערזערוו קאנדידאטען), פאלקידזשיליע האט באקומען 1162 שטימען. די דעמעקראט שטיין האט באקומען 1850 שטימען. לויט וואו איך האב געהערט פון עסקנים, האט שטיין באקומען 200 אידישע שטימען.

אלזא, פאריגע מאל האט אויסגעקוקט אזוי:
דעמעקראט: 1650 שטימען
אנטיסעמיטען: עכ"פ 1162 שטימען
רעפובליקאנען\קאנסערוויטיוו: לכל היותר 1406 שטימען
אידן: 200 שטימען.

אידישע שטימען וועלן דער מאל זיין מער, אבער איך גלייב נישט אז מער פון 400. אין פארגאנגענע ווילידזש וואלן האט מען באקומען בערך 1300 שטימען, נעם אוועק האלב וואס וואוינען נישט אין די דיסטריקט, האלט מען ביי 650. דאס מיינט איז מיט א קאמפיין פון אפאר וואכן -אזויווי די עירמאנט קאמפיין- וואלט מען באקומען 650 שטימען, אבער כהיום יום, וואס פאר די לעגיסלעטור איז נישט געווען קיין געהעריגע קאמפיין, גלייב איך נישט אז עס וועט זיין מער וואו 400 (אפילו מען וועט צולייגן די אידן פון סאפפערן). חוץ מזה קענען זיך די אנדערע ציפערן אויך טוישן, צוליב די טוישינגען אין די דיסטריקט. על כל פנים קוקט מיר אויס וואו ס'איז מעגליך א שמאלע פארמעסט. מיין פרידעקשעין איז, אז מאללאוויטש וועט געווינען, און צווייט וועט זיין פאלקידזשיליע, און דאהאן וועט זיין לעצט. ימים ידברו.

דיסטריקט 15, נעמט אריין טשעסנאט רידזש און די אנדער חלק עירמאנט, עס לויפט די אמטרינע דעמעקראט\קאנסערוויטיוו ר' יואל פריעדמאן קעגן רעפובליקען\איפארסטראקטשוער ר' אלי קרעימער. לעצטע מאל האט די רעפובליקאנער מקגאון אנגעצויגן 73% שטיצע. די שאלה איז וויפיל ס'איז נוגע די אידישע וואוט.

דיסטריקט 16 איז אין אראנדזשטאון, עס לויפט דעמעקראט דניאל דזשאנסען קעגן רעפובליקען\קאנסערוויטיוו טאמעס דיוויני, לעצטע מאל איז די רעפובליקען\קאנסערוויטיוו טייער געלויפן אן קיין קעגנער, און באקומען בערך 4150 שטימען

דיסטריקט 17 נעמט אריין אראנדזשבורג און וועסט נייעק, עס לויפט די אמטרינע רעפובליקען\קאנסערוויטיוו דזשעימס פאולי קעגן די דעמעקראט\ארבייטער משפחות דאנא סטיללי. פאריגע מאל האט פאולי געזיגט מיט 50.7% אדער 69 שטימען מער פון זיין קעגנער.

פאר א פולע ליסטע פון פאזיציעס און קאנדידאטען, דרוקט דא.
https://www.documentcloud.org/documents ... pt-27-2023

די אלע פערצענטען דארף מען נעמען מיט אביסל זאלץ, צוליב וואס די דיסטריקטס האבן זיך געטוישט. (אלע לעגעסלעטור האבן מסכים געווען צו די נייע דיסטריקט, חוץ פאלקידזשיליע).

די שטים בודקעס זענען אפען פאר פרי וואלן פון שבת פ' לך לך, ביז זונטאג חיי שרה. פון 9 צופרי ביז 5 נאכמיטיג, חוץ דינסטאג און דאנערשטאג וואס די וואלן זענען אפען פון 12 מיטאג ביז 8 ביינאכט. דינסטאג חיי שרה איז די עמטליכע וואל טאג, די שטים בודקעס זענען אפען פון 6 פארטאגס ביז 9 ביינאכט.
הערליך הערליך, ווי נאר @בבקשה קען. דאכט זיך מיר אז סאיז דא וואלן אין ספרינג וואלי ווילדזש, איז דארט א פארמעסט?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

נישטאמת האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:59 pm

ניין. דער איינציגסטער אויסוואל איז טאמער די ווילסט אייזנבאך אלץ קאנסערוואטיוו אדער אלץ דעמעקראט.
ברוך שעפסילקאוו
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 12:37 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך שעפסילקאוו »

בבקשה האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:04 am

קאנגערסמאן לאולער אינדארסירט פאולי
IMG-20231029-WA0014.jpg
IMG-20231029-WA0014.jpg (111.05 KiB) געזען 897 מאל
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פערזערוו האט ארויסגעלייגט זייערע אינדארסמענטס.

רייט אין טערעססע דיפאלקאו פאר דיסטריקט אטטערני.
רעפובליקאנער ראנני דיז פאר דיסטריקט 2.
ענדיג קארופציע פאסיגליע פאר דיסטריקט 12.
אינפיסטראקטשוער קרעימער פאר דיסטריקט 15. קרעימער לויפט אויך אלץ רעפובליקאנער, אבער זיי אינדארסען עם אלץ אינפיסטראקטשוער.

דאס איז די פערזערוואינדארסמענטס.

בבקשה האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:49 pm
פערזערוו האט ארויסגעלייגט זייערע אינדארסמענטס.

רייט אין טערעססע דיפאלקאו פאר דיסטריקט אטטערני.
רעפובליקאנער ראנני דיז פאר דיסטריקט 2.
ענדיג קארופציע פאסיגליע פאר דיסטריקט 12.
אינפיסטראקטשוער קרעימער פאר דיסטריקט 15. קרעימער לויפט אויך אלץ רעפובליקאנער, אבער זיי אינדארסען עם אלץ אינפיסטראקטשוער.

דאס איז די פערזערוואינדארסמענטס.
פערזערוו האט ארויסגעלייגט א הסבר פארוואס זיי שטיצן קרעימער. זיי זאגן אז זיי גלייכן אז ער איז פרא אינפיסטראקטשוער, און אנטי קארופציע. און כאטש זיי ווייסן נישט טאמער ער וועט טאקע האלטן ווארט, ווילן זיי עם געבן א טשענס. אויך גלייכן זיי זיין צוזאג צו געבן האלב זיין לעגיסלאטור געהאלט פאר צדקה. א לעגיסלאטור באקומט 64,500 דאללער א יאר.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5515
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

נאך א פארמעסט וואס קומט פאר, איז פאר די מאיער פון סאפפערן, עס לויפט די אמטירינע מאיער מייקל קורלעי אלץ דעמעקראט\קאנסערוויטיוו, קעגן די רעפובליקאנער טאל סימהאני. פאריגע מאל (2 יאר צוריק) האט קורלעי באזיגט די דאן אמטירנע מאיער עד מארקונוס מיט 53%, אדער א מערהייט פון בלויז 141 שטימען. כמדומה אז ער האט דאן באקומען די אינדארסמענט פון פערזערוו. ס'איז מערקווירדיג אז דאס מאל אנטזאגן זיי זיך פון עם אינדארסען. רעדנ'דיג צו אידישע איינוואוינער פון סאפפערן, הער איך אז ער שטעלט זיך צו גאנץ כמעשה (למשל גארבידזש ער"פ, האט ער צוגעשטעלט נאך בלויז איין אימעיל), און ער שטערט נישט צופיל. איך גלייב אז קורלעי וועט דאס מאל גרינג געווינען.

בנוסף צו די אלע וואלן קומען אויך פאר פאר גאנץ נ"י 2 פארשלאגן פאר עמענדמענטס. 1. רוב סקול דיסטריקטס האבן א חובות דאך פון 10% פון זייערע נכסים, אבער געוויסע סארט דיסטריקטס (די וואס האבן קליינע סיטיס אין זיך), האבן א חובות דאך פון 5%, עמענדמענט 1 שלאגט פאר צו משווה זיי אלע דיסטריקסטס ביי 10%. עמענדמענט 2 איז אויך בנוגע די חובות דאך, אבער דאס מאל פון סיטיס וכדו', עמענדמענט 2 שלאגט פאר אז אויסגאבן וואס מען ניצט פאר סוער, זאל נישט גערעכנט ווערן אלץ א חלק פון די חובות כלפי די חובות דאך. די קאנסערוויטיוו פארטיי קאמפיינט אז מען זאל אנידערשטימען ביידע עמענדמענטס.

ביז היינט האט בלויז קאנגרעס געקענט שטימען פאר אדער קעגן א חובות דאך, יעצט איז געקומען אונזער רייע, פשוט'ע בירגער קענען אויך שטימען פאר אדער קעגן די חובות דאך...
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע:אין בעט

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

בבקשה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 10:23 pm
נאך א פארמעסט וואס קומט פאר, איז פאר די מאיער פון סאפפערן, עס לויפט די אמטירינע מאיער מייקל קורלעי אלץ דעמעקראט\קאנסערוויטיוו, קעגן די רעפובליקאנער טאל סימהאני. פאריגע מאל (2 יאר צוריק) האט קורלעי באזיגט די דאן אמטירנע מאיער עד מארקונוס מיט 53%, אדער א מערהייט פון בלויז 141 שטימען. כמדומה אז ער האט דאן באקומען די אינדארסמענט פון פערזערוו. ס'איז מערקווירדיג אז דאס מאל אנטזאגן זיי זיך פון עם אינדארסען. רעדנ'דיג צו אידישע איינוואוינער פון סאפפערן, הער איך אז ער שטעלט זיך צו גאנץ כמעשה (למשל גארבידזש ער"פ, האט ער צוגעשטעלט נאך בלויז איין אימעיל), און ער שטערט נישט צופיל. איך גלייב אז קורלעי וועט דאס מאל גרינג געווינען.

בנוסף צו די אלע וואלן קומען אויך פאר פאר גאנץ נ"י 2 פארשלאגן פאר עמענדמענטס. 1. רוב סקול דיסטריקטס האבן א חובות דאך פון 10% פון זייערע נכסים, אבער געוויסע סארט דיסטריקטס (די וואס האבן קליינע סיטיס אין זיך), האבן א חובות דאך פון 5%, עמענדמענט 1 שלאגט פאר צו משווה זיי אלע דיסטריקסטס ביי 10%. עמענדמענט 2 איז אויך בנוגע די חובות דאך, אבער דאס מאל פון סיטיס וכדו', עמענדמענט 2 שלאגט פאר אז אויסגאבן וואס מען ניצט פאר סוער, זאל נישט גערעכנט ווערן אלץ א חלק פון די חובות כלפי די חובות דאך. די קאנסערוויטיוו פארטיי קאמפיינט אז מען זאל אנידערשטימען ביידע עמענדמענטס.

ביז היינט האט בלויז קאנגרעס געקענט שטימען פאר אדער קעגן א חובות דאך, יעצט איז געקומען אונזער רייע, פשוט'ע בירגער קענען אויך שטימען פאר אדער קעגן די חובות דאך...
איז דא עפעס א נ''מ לגבי די חובות דאך פאר אונז פשוטע בירגער?
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

תכלית איז דא א וויכטיגע פארמעסט צו ארויסגייין?

(א ראמאפא סופערווייזאר רייט אין וואלט נישט געווען א שלעכטע פלאן, בלויז צו מאכן א סטעיטמענט אז סאיז נישט קיין הפקר וועלט...)

@בבקשה יישר כח פאר די הערליכע אנאליזן.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4298
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

@בבקשה וואס איז פשט אז פרעזערוו פירט א רייט אין קאמפיין, פארוואס נישט ארויסשטעלן זייער אייגענע קאנדידאט?

אויך, וואס איז פשט אז ספעקט האט נישט קיין קעגנער? ממש יעדער אין די גאנצע טאטן איז אזוי שטארק צופרידן מיטן סופערווייזער?

א דאנק פאר דיינע באריכטן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: לאקאלע פאליטיק און וואלן אין ראקלענד קאונטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ליבי ובשרי האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:28 pm
תכלית איז דא א וויכטיגע פארמעסט צו ארויסגייין?

(א ראמאפא סופערווייזאר רייט אין וואלט נישט געווען א שלעכטע פלאן, בלויז צו מאכן א סטעיטמענט אז סאיז נישט קיין הפקר וועלט...)

@בבקשה יישר כח פאר די הערליכע אנאליזן.
זיכער דארף מען וואוטן רייט אין. לויפן אן א קעגנער איז א דיקטאטור.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”