טעות מוחלט. עס איז "יא" פראפעטיבל. פונקט ווי וואשן די פלארס נאך א געפלאצטע עפל דזשוס. אפשר זאל די סטאר לאזן די גאנצע פלאר קלעבעדיג ווייל עס "קאסט אים" יעצט צוואנציג דרייסיג טאלער עקסטער די ארבייט פון אויפקלינען די פלאר? היעלה על הדעת? די גאנצע קרעדיט קארד באנוץ איז אריינגעבויט אין די יסוד פון די ביזנעס ווי קאנקריט ביים פודאמענט. נישטא אזא באגריף טשארדזשען "עקסטער" פאר דעם.
סאו יא, "סך הכל" איז די סטאר פראפעטיבל ווייל מענטשן קומען איינקויפן, דער פאר 5 דאלאר, דער פאר 20, דער פאר 100, און דער פאר טויזנט דאלאר. יא, די נאן-סטאפ ארדער פון פורים ביז פסח איז שיין פראפעטיבל, הא? זיי מוחל סווייפ די סענדוויטש, עס איז פארט פון די פעקעדזש.
עס קאסט דיר טייער, פופציג צענט עקסטער? וועל איך גיין דארט ווי עס איז יא פארט פון די גאנצע סיסטעם און איך באקום נישט קיין עקסטערע בושות אין די לאנגע ליין קאסטומערס.
יאפ, איך האב עס אמאל געהאט.. איך האב אריינגעוואקט צו א גראסערי קויפן עפעס א קלייניקייט, זאגט ער נעמט נישט קיין קרעדיט קארד אינטער צען דאלער, אקעי איך גיי עפעס צו קויפן, האב איך גענומען א צייטונג.. זאגט ער מיר מקען נישט צאלן א צייטונג מיט קרעדיט קארד! איך האב אין דעם סטאר נאכנישט אריינגעוואקט זייט דעמאלטס! אפילו סוואלט מיר אסאך מאל אויסגעקומען צו קויפן דארט.