בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

סערוויסעס, געשעפטן און פראדוקטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
זושא פון לייפציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2022 6:37 pm
לאקאציע:צווישן תענית אסתר און פורים

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא פון לייפציג »

בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:24 pm

צוריק צום נושא פנעם גלעזל וואסער. יא, יענער געשעפטסמאן איז הונדערט פראצענט גערעכט, ער דארף אים נישט לאזן נוצן זיין סינק, און ער דארף אים אודאי נישט געבן א פלעשל וואסער בחינם. וואס, ס'נישט רעב שייעלע'ס יארצייט היינט. אבער רעב איד, וואו איז דיין שכל? ווען דו לאזט אים ווען נוצן דעם פארשטינקענעם סינק (אדער ליתר שאת, געבסט אים דעם איין דאלערדיגן פלאש) האסטו זיך גאראנטירט א קאסטומער (מאך די מאטעמאטיק, א קאסטומער קעגן אן איין דאלערדיגן פלאש וואסער וואס ער דארף אים "נישט" געבן. לוינצעך?), אבער יעצט וועט ער מער נישט צוריקקומען. סארי, דו ביסט טויזנט פראצענט גערעכט, און אויף די ביכער שטימסטו ווי א מלך, אבער א קאסטומער האסטו פארלוירן.

דאס איז עס. א קאסטומער גלייכט נישט צוריקצוקומען צו א פלאץ וואו ער האט געהאט שלעכטע עקספיריענס, אפילו יענער איז גערעכט, און ער ווייסט אז יענער איז גערעכט.
נאכאמאל, ס'גייען אייביג זיין די חברה וואס גייען זיך רעגן אויף יעדע פלאץ וואו זיי קומען אן, און פון זיי וועסטו טאקע נישט פטור ווערן, אבער זע וואו דו קענסט אריינכאפן פרישע חברה. כאטש זיי פארטרייב נישט.
זייער שיין ארויס געברענגט!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6570
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך בין מיט אייך אויפן זעלבן בלאט, אבער יארן צוריק האב איך געארבעט טעמפארערי ביי א פסח געשעפט, און די אלע תקנות פון נאו ריטורנס פאר פסח וכדו' איז געמאכט געווארן ווייל עס איז ממש אוממעגליך אנדערש, מען רעדט נישט מיט זיין מחוייב אדער נישט, דהיינו עס קען זיין א געשעפט וואס א גאנץ יאר געבט ער דיר הערליכע סערוויס אבער אין די ביזי ראש האוער צייטן קען ער מיט'ן בעסטן ווילן נישט סערווירן די קונדן צוליב מאנגל אין צייט אדער מאנגל אין סטעף, מען ארבעט שווער פון פארטאגס און כמעט א גאנצע נאכט צו סערווירן, מען נעמט אריין עקסטערע הילף, צו גויטעס צו להבדיל בחורים, מען פרובירט צו קענען סורווייווען די ביזי סיזען, און בלית ברירה מוז מען צייטווייליג מצמצם זיין די סערוויס. איך גלייב נישט אז דער קאמפעטישען וועט זיין בעסער!

איך רעד שוין נישט פון דעם אז צווישן קאסטומערס זענען דא אזעלכע געפערליכע אויסנוצערס וואס דרייען א קאפ ווען מען קען, דאס איז דאך שוין חוץ המעשה, נאר אפילו די נארמאלע קאסטומערס מוזן זיך רעכענען אז דער געשעפטסמאן קען קוים כאפן דעם אטעם און יעצט איז נישט די צייט צו טוישן אדער ריטורנען.

די איינציגסטע אויסנאם איז ביי געשעפטן וועלכע ערלויבן נישט צוריק צו ברענגען "סיעסאנעל אייטעמס" נאך יו"ט, זיי מוזן עס טון באיזה אופן שהוא.

וואס איך וויל דא ארויסברענגען אז מען מעג אויך מלמד זכות זיין דעם געשעפט אייגענטומער און נישט אוועקגיין פאר אייביג צוליב אן איינמאליגע אינצידענט וואס האט זיך געמאכט אין א שווערע מינוט.

איך האב יארן צוריק געהאט טענות אויף עפעס א רעסטוראנט, אייגענטליך אויף צוויי. ביידע מאל האט דער גוי דער סארווער מיר עפעס אנגעשריגן ברבים, און ביי ביידע בינעך געווען באליידיגט און געטראכט מער נישט צוריקצוגיין. אבער ווען כהאב מיר בארואיגט האב איך מיר מתבונן געווען, יענער איז א פלעינער ארבייטער, מעגליך ער האט געהאט א שווערע טאג אדער וואס, אשר ע"כ? גיי איך אוועקגיין פון א רעסטוראנט וואס פארקויפט גוטע עסן? למעשה היינט צו טאגס ארבעט שוין נישט יענער גוי דארט, און איך בין זיך מחי' עד היום הזה מיט זיי, איינע פון זיי איז נישט ווייט פון מיין ארבעטס פלאץ און נישט צו טייער, און דער בעה"ב וואס איך קען פערזענליך איז א וואוילער מענטש, און עס איז זה נהנה וזה נהנה.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4167
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:24 pm

צוריק צום נושא פנעם גלעזל וואסער. יא, יענער געשעפטסמאן איז הונדערט פראצענט גערעכט, ער דארף אים נישט לאזן נוצן זיין סינק, און ער דארף אים אודאי נישט געבן א פלעשל וואסער בחינם. וואס, ס'נישט רעב שייעלע'ס יארצייט היינט. אבער רעב איד, וואו איז דיין שכל? ווען דו לאזט אים ווען נוצן דעם פארשטינקענעם סינק (אדער ליתר שאת, געבסט אים דעם איין דאלערדיגן פלאש) האסטו זיך גאראנטירט א קאסטומער (מאך די מאטעמאטיק, א קאסטומער קעגן אן איין דאלערדיגן פלאש וואסער וואס ער דארף אים "נישט" געבן. לוינצעך?), אבער יעצט וועט ער מער נישט צוריקקומען. סארי, דו ביסט טויזנט פראצענט גערעכט, און אויף די ביכער שטימסטו ווי א מלך, אבער א קאסטומער האסטו פארלוירן.

דאס איז עס. א קאסטומער גלייכט נישט צוריקצוקומען צו א פלאץ וואו ער האט געהאט שלעכטע עקספיריענס, אפילו יענער איז גערעכט, און ער ווייסט אז יענער איז גערעכט.
נאכאמאל, ס'גייען אייביג זיין די חברה וואס גייען זיך רעגן אויף יעדע פלאץ וואו זיי קומען אן, און פון זיי וועסטו טאקע נישט פטור ווערן, אבער זע וואו דו קענסט אריינכאפן פרישע חברה. כאטש זיי פארטרייב נישט.
איך האב אמאל געהערט אן אינטערעסאנטע מעשה, איך מיין סקומט דא שטארק אריין . א גבאי צדקה איז אמאל אריין אין א נייע געשעפט בעטן צו ער קען אראפ לייגן א פושקע ביים רעדזשיסטער. האט אים די בעל הבית געזאגט ניין. די גבאי צדקה גייט ארויס און זאגט פאר זיין חבר "דע געשעפט גייט נישט מצליח און וועט זיך בקרוב פארמאכן". און אזוי איז טאקע געווען די געשעפט האט זיך פארמאכט.

האט די גבאי צדקה מסביר געווען, דאס איז נישט געווען קיין רוח הקודש און נישט קיין קללה, ער האט נאר פאראויס געשאצט- אז דער איד פארגינט נישט א פושקע זאל ליגן ביים רעדזשיסטער וועט ער נישט פארגינען אנדערע זאכן פאר זיינע קונדן און זיי גייען עס שפירן און נישט קומען דא קויפן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דניאל אויערבאך האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:34 pm

איך רעד שוין נישט פון דעם אז צווישן קאסטומערס זענען דא אזעלכע געפערליכע אויסנוצערס וואס דרייען א קאפ ווען מען קען, דאס איז דאך שוין חוץ המעשה, נאר אפילו די נארמאלע קאסטומערס מוזן זיך רעכענען אז דער געשעפטסמאן קען קוים כאפן דעם אטעם און יעצט איז נישט די צייט צו טוישן אדער ריטורנען.
דאס ברויך מען פינען, דער ציבור ווייסט נישט און האט נישט קיין מושג וואס מענטשן וואס זענען אינעם קאסטומער סערוויס ליין האבן צו דערציילן...

די האר קען זיך אויפשטעלן פון די מעשיות
וועגן שטעגן
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 5:54 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועגן שטעגן »

כולי עלמא מודי אז ריטעיל איז היינט די שווערסטע ביזנעס ,און סאיז די שווערסטע צו טרעפען היימישע ארבעטערס דערפאר, אבער דאס איז זיכער , אז דער וואס האט טאפ נאטש קאסטומער סערוויס על פי רוב גייט נישט ארויס פון ביזנעס, יא סאיז גאר א שווערע ביזנעס אינדעסטרי און סאיז באמת נישט געמאכט פאר יעדעם
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבהטובה »

אלץ בעה"ב פון א גרויסער געשעפט:
כ'זאג אלץ פאר די ארבייטער 2 וויכטיגע כללים
1) ריטוירנס איז א חלק פון סעילס.
2) אויב א קליענט וויל עפעס וואס איז קעגען די סטאר פאליסי, און דינגט זיך, מיינט עס אז ער פארשטייט אז ער איז נישט נכלל אין די כלל, אויב אזוי מן הסתמא יש דברים בגו. זייטס מוותר.
יא, סאיז דא אסאך אויסנוצערס, אסאך מענטשען וואס טראכטן נאר פון זיך, אבער די זעלבע זענען דעי וואס טרייבן די געשעפט אגאנץ יאהר. סאיז שווער, אסאך מאל ציפט עס, אבער דעיס איז ביזנעס 2023.
פארפאלן, קליענטן פארשטייען נישט די שווייס און פלאג וואס גייט אריין אין א ריטעיל געשעפט, דעטס לייף.
***
אבער וואס יא, סיקירען א געשעפט פאר נישטיגע דעטאלן, און אסאך מאל צאפן זיין בלוט מין באבע מעשיות, פארציילען מיט פאתוס ווי ביזי זיין קונקורענץ איז, ווי ביליג מ'קען טרעפען זיינע אייטעס ערגעץ אנדערש אדער וויפיל שענער יענער פאקט די סחורה וכו וכו, איז פשוט לא תעמוד על דם רעך, וויסען זאלט עטס, די געשעפן מאכן פרנסה אבער קיינער ווערט נישט קיין מליונר פון ריטעיל, זיי ארבייטן אמאל 24 שעה א טאג און פרובירען וואס זיי קענען צו צושטעלען, ס'קומט זיי נישט צו ווערען איבערגעפארען פאר א טעות וכו, האסט נישט ליב די געשעפט / פרייזען / סערוויס גיי ערגעץ אנדערש, עסס נישט אויף די באעה"ב...
אוועטאר
בלוט בלבול
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2021 8:56 pm
לאקאציע:מ'קען נאכנישט אויסזאגן

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלוט בלבול »

נישטאמת האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:37 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:24 pm

צוריק צום נושא פנעם גלעזל וואסער. יא, יענער געשעפטסמאן איז הונדערט פראצענט גערעכט, ער דארף אים נישט לאזן נוצן זיין סינק, און ער דארף אים אודאי נישט געבן א פלעשל וואסער בחינם. וואס, ס'נישט רעב שייעלע'ס יארצייט היינט. אבער רעב איד, וואו איז דיין שכל? ווען דו לאזט אים ווען נוצן דעם פארשטינקענעם סינק (אדער ליתר שאת, געבסט אים דעם איין דאלערדיגן פלאש) האסטו זיך גאראנטירט א קאסטומער (מאך די מאטעמאטיק, א קאסטומער קעגן אן איין דאלערדיגן פלאש וואסער וואס ער דארף אים "נישט" געבן. לוינצעך?), אבער יעצט וועט ער מער נישט צוריקקומען. סארי, דו ביסט טויזנט פראצענט גערעכט, און אויף די ביכער שטימסטו ווי א מלך, אבער א קאסטומער האסטו פארלוירן.

דאס איז עס. א קאסטומער גלייכט נישט צוריקצוקומען צו א פלאץ וואו ער האט געהאט שלעכטע עקספיריענס, אפילו יענער איז גערעכט, און ער ווייסט אז יענער איז גערעכט.
נאכאמאל, ס'גייען אייביג זיין די חברה וואס גייען זיך רעגן אויף יעדע פלאץ וואו זיי קומען אן, און פון זיי וועסטו טאקע נישט פטור ווערן, אבער זע וואו דו קענסט אריינכאפן פרישע חברה. כאטש זיי פארטרייב נישט.
איך האב אמאל געהערט אן אינטערעסאנטע מעשה, איך מיין סקומט דא שטארק אריין . א גבאי צדקה איז אמאל אריין אין א נייע געשעפט בעטן צו ער קען אראפ לייגן א פושקע ביים רעדזשיסטער. האט אים די בעל הבית געזאגט ניין. די גבאי צדקה גייט ארויס און זאגט פאר זיין חבר "דע געשעפט גייט נישט מצליח און וועט זיך בקרוב פארמאכן". און אזוי איז טאקע געווען די געשעפט האט זיך פארמאכט.

האט די גבאי צדקה מסביר געווען, דאס איז נישט געווען קיין רוח הקודש און נישט קיין קללה, ער האט נאר פאראויס געשאצט- אז דער איד פארגינט נישט א פושקע זאל ליגן ביים רעדזשיסטער וועט ער נישט פארגינען אנדערע זאכן פאר זיינע קונדן און זיי גייען עס שפירן און נישט קומען דא קויפן.
זייער גוט.

און אזוי האט טאקע שמערל פויגלכאפער געטון מיט זיין רעסטוראנט.

ווער ס׳האט געוואלט עפעס קויפן האט געקענט מיטברענגען א פלעשלייט, ווייל קיין לעקטער איז נישט געווען. ס׳הייסט, דאס דארף ער אויך צושטעלן? באלד וועסטו נאך זאגן אז ער דארף ארומנעמען די עסן מיט זילבער פאפיר אויב נעמט מען עס ארויס. אדער אפשר גאר וועסטו אים נאך הייסן צושטעלן טעלערס מיט לעפלעך אינעווייניג?

״אלעס קאסט געלט!״ האט ער דערקלערט שטייף מיט זיין לשון לימודים.

צומארגנס איז געשטאנען צום פארקויפן ״א גרויסע ספעיס, גוט פאר א רעסטוראנט״ ומשפחת שמערלאוויטש נבוכה.

נעמען פיקטיוו, ווי געהערט פון די משפחה, בלא בלא...
אוועטאר
שמעון ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:28 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון ישראל »

איך האב יעצט ארויסגעוואגט פון א געשעפט וואס פארקויפט בעיקר אנליין אבער מען קען אויך אריינגיין שאפן, איך שטוין פון זייער סערוויס, אנגעהויבן פונעם שמייכל וואס איך האב באקומען ביים אריינגיין אהין, 5 יונגעלייט זענען געשטאנען גרייט מיר צו סערווירן, נישט געפילט געפאשט אדער געפרעשערט, און צו דעם אלעם ביים אהיימגיין האב עפעס נישט געקענט ארויסבעקן... עפעס א יונגערמאן וואס ארבעט דארט האט געזען, און מיר תיכף געאפערט ארויסצוריקן מאן קאר.

דער סטאר האט מיר געווינען!
א *לייק* איז געז. א *קאמענט* איז בענזין.
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

איך עפן נישט קיין נייע אשכול פאר יעדע פראבלעם מיינער, סא כ׳העל עס דא לייגן,
עס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו איינקויפן און צוויי געשעפטן איינס איז א גראסערי ווי ווילענדיג קויפן אפאר פראדוקטן פאר בערך ניין טאלער זאגט מיר די איד ביים רעדזשעסטער אז ער נעמט נישט קיין קרעדיט קארד, שוין איך לייג אלעס צירוק, מער טרעט איך נישט אריין און יענע געשעפט..
אבער למעשה ער האט זיך געשפארט פופציג סענט..
א צווייטע פאל ווי איך האב געקויפט צוויי סענדוויטשעס פאר 9 טאלער, נאכדעם זעה איך אויפן רעסיט א אדישאנאל פופציג סענט ק"ק טשארדזש,
ניטאמאל באדערט אים מיך צו זאגן אז ער גייט מיר טשארדזשן די פי,
אזאלכע זאכן קוק איך אן ווי א לע"ק אין קאסטומער סערוויס,
פאקטיש נוצט היינט 85 פראצענט מענטשן קרעדיט קארדס אין דעביט
קארטלעך,
און טשארדשען פאר אזא זאך איז א אומרעכט,
איי עס קאסט מיר די פראססעסינג
אויב די לעקטער גייט ארויפגיין וועסטו נישט לייגן א עקסטער. פופציג סענט אויף יעדע ארדער אונטער צען טאלער... אוואר?
לייגסט אויכנישט קיין אדווערטייזמענט פי... ווייל עס קאסט דיר...
דאס איז איינע פון די עקספענסעס פין אויפהאלטן א געשעפט..
קענסט נישט האבן א געשעפט אין אלעס זאל זיין הונדערט פראצענט פראפיטיבל..
א גוטן טאג.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7242
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 2:56 pm
נאכדעם זעה איך אויפן רעסיט א אדישאנאל פופציג סענט ק"ק טשארדזש
נישט אז איך בארעכטיג עס
אבער פאר 50 צענט דארף מען נישט מאכן קיין עסק
מ'שלינגט אראפ און מ'גייט ווייטער
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

חידוש נפלא האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 3:00 pm

שרייבן א תגובה אויף אייוועלט הייסט געמאכט א עסק?

מיר שטערט נישט אזוי ווייט די געלט ווי די עצם בעטן.
אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4106
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גארנישט מיט נישט »

פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 2:56 pm
איך עפן נישט קיין נייע אשכול פאר יעדע פראבלעם מיינער, סא כ׳העל עס דא לייגן,
עס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו איינקויפן און צוויי געשעפטן איינס איז א גראסערי ווי ווילענדיג קויפן אפאר פראדוקטן פאר בערך ניין טאלער זאגט מיר די איד ביים רעדזשעסטער אז ער נעמט נישט קיין קרעדיט קארד, שוין איך לייג אלעס צירוק, מער טרעט איך נישט אריין און יענע געשעפט..
אבער למעשה ער האט זיך געשפארט פופציג סענט..
א צווייטע פאל ווי איך האב געקויפט צוויי סענדוויטשעס פאר 9 טאלער, נאכדעם זעה איך אויפן רעסיט א אדישאנאל פופציג סענט ק"ק טשארדזש,
ניטאמאל באדערט אים מיך צו זאגן אז ער גייט מיר טשארדזשן די פי,
אזאלכע זאכן קוק איך אן ווי א לע"ק אין קאסטומער סערוויס,
פאקטיש נוצט היינט 85 פראצענט מענטשן קרעדיט קארדס אין דעביט
קארטלעך,
און טשארדשען פאר אזא זאך איז א אומרעכט,
איי עס קאסט מיר די פראססעסינג
אויב די לעקטער גייט ארויפגיין וועסטו נישט לייגן א עקסטער. פופציג סענט אויף יעדע ארדער אונטער צען טאלער... אוואר?
לייגסט אויכנישט קיין אדווערטייזמענט פי... ווייל עס קאסט דיר...
דאס איז איינע פון די עקספענסעס פין אויפהאלטן א געשעפט..
קענסט נישט האבן א געשעפט אין אלעס זאל זיין הונדערט פראצענט פראפיטיבל..
א גוטן טאג.
נאכן ליינען דיין תגובה איז מיר בייגעפאלן אז ס'קען זיין אסאך ערגער...
איך בין אמאל געפארן מיט א באס וואס נעמט נישט קיין קרעדיט קארד, אפילו מיט קעש קען עס נאר זיין א גלאטע פינופער חס ושלום נישט קיין סינגעלס, און די גאנצע באס רייד איז ווי א גאמבאל מאשין..
א שפיצל וואס מ'טוט אן אדער אפ?
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 2:56 pm
דאס איז איינע פון די עקספענסעס פין אויפהאלטן א געשעפט..
קענסט נישט האבן א געשעפט אין אלעס זאל זיין הונדערט פראצענט פראפיטיבל..
א גוטן טאג.
דא שטעקט די טעות, נישט פון דיר, נאר פון די געשעפטן, אבער דו זאגסט עס נאך.

די "קארטל" איז נישט "פראפעטיבל" נאר ממוז עס אראפשלינגען ביי א גוטן קאסטומער.

טעות מוחלט. עס איז "יא" פראפעטיבל. פונקט ווי וואשן די פלארס נאך א געפלאצטע עפל דזשוס. אפשר זאל די סטאר לאזן די גאנצע פלאר קלעבעדיג ווייל עס "קאסט אים" יעצט צוואנציג דרייסיג טאלער עקסטער די ארבייט פון אויפקלינען די פלאר? היעלה על הדעת? די גאנצע קרעדיט קארד באנוץ איז אריינגעבויט אין די יסוד פון די ביזנעס ווי קאנקריט ביים פודאמענט. נישטא אזא באגריף טשארדזשען "עקסטער" פאר דעם.

סאו יא, "סך הכל" איז די סטאר פראפעטיבל ווייל מענטשן קומען איינקויפן, דער פאר 5 דאלאר, דער פאר 20, דער פאר 100, און דער פאר טויזנט דאלאר. יא, די נאן-סטאפ ארדער פון פורים ביז פסח איז שיין פראפעטיבל, הא? זיי מוחל סווייפ די סענדוויטש, עס איז פארט פון די פעקעדזש.

עס קאסט דיר טייער, פופציג צענט עקסטער? וועל איך גיין דארט ווי עס איז יא פארט פון די גאנצע סיסטעם און איך באקום נישט קיין עקסטערע בושות אין די לאנגע ליין קאסטומערס.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
קען טאקע זיין
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2023 4:42 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קען טאקע זיין »

חידוש נפלא האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 3:00 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 2:56 pm
נאכדעם זעה איך אויפן רעסיט א אדישאנאל פופציג סענט ק"ק טשארדזש
נישט אז איך בארעכטיג עס
אבער פאר 50 צענט דארף מען נישט מאכן קיין עסק
מ'שלינגט אראפ און מ'גייט ווייטער
דאס דארף אריינגיין אין "מידות" אשכול
דא רעדט מען פון קאסטומער סערוויס
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:00 pm
enjoy האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:23 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:02 pm
טעכניש לוינט אים טאקע נישט, אבער ער דערלייגט מיליאן מאל מער אויפ'ן פארשעמען און פארשיקן א קאסטומער ווי אויף די אייטעמ'ס מערטשענט טשארדזש.
יאפ, איך האב עס אמאל געהאט.. איך האב אריינגעוואקט צו א גראסערי קויפן עפעס א קלייניקייט, זאגט ער נעמט נישט קיין קרעדיט קארד אינטער צען דאלער, אקעי איך גיי עפעס צו קויפן, האב איך גענומען א צייטונג.. זאגט ער מיר מקען נישט צאלן א צייטונג מיט קרעדיט קארד!
איך האב אין דעם סטאר נאכנישט אריינגעוואקט זייט דעמאלטס! אפילו סוואלט מיר אסאך מאל אויסגעקומען צו קויפן דארט.
גא"מ .
קוקט אויס ווי די זעלבע גראסערי ...
אדער די צווייטע ניק..
אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

איין נאכט איז מיין ב''ב געווען הונגעריג, זעמיר אונז ארויף אויף א זייטל פון א רעסטאראנט, ס'געשטאנען אז ס'דא פרי דעליווערי
שוין, געמאכט אן ארדער פון א קאנטעינאר זופ. א מינוט שפעטער רופט דער געשעפט אז דעליווערי איז 10 דאללער
זאגט מיין ווייב אזב זי וועט איבערטראכטן און צוריקרופן ביז א מינוט, האט זי צוריקגערופן און געזאגט אז זי דארף עס נישט
הייבט דער געשעפטסמאן אן צו שרייען, מ'קען נישט קענסלען(מ'רעדט נישט דא אז ער האט ארויפגעלייגט א סטעיק אויפן גריל) אז דו ווילסט נישט צאלן פאר דעליווערי מוזטו עס
קומען אויפפיקען. קיין קאר האבעך נישט געהאט איז די איינציגסטע אפציע געווען צו דיספיוטען די טשארדש
צו מיין גוטע מזל האב איך גענוצט א דעביט קארד.. איך האב געדארפט קענסלען די קארד, פאר א וואך צייט בינעך געווען דעביט קארדלאז

שוין אריבער 4 יאהר, איך קען נישט אריינטרעטן אין דעהם געשעפט(גאנץ באקאנט, אין די הארץ פון מאנסי)

איראניש איז, רוב מאל ווען איך קויף נאכטמאל קויף איך אין א צווייטע געשעפט ממש א שפאן אוועק
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

יעצט פרעג אים צי ער איז מער פראפיטעבל מיט די 10 דאלאר (און ליגנט אויפ'ן וועבסייט) אדער אן די 10 דאלאר.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 3:44 pm
יעצט פרעג אים צי ער איז מער פראפיטעבל מיט די 10 דאלאר (און ליגנט אויפ'ן וועבסייט) אדער אן די 10 דאלאר.
שפעטער טיילט ער עסן בחינם ג' אייר...

רעבשייעבענרעבמוישע
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3201
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

מאראליש האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 3:35 pm
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 2:00 pm
enjoy האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:23 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2023 1:02 pm
טעכניש לוינט אים טאקע נישט, אבער ער דערלייגט מיליאן מאל מער אויפ'ן פארשעמען און פארשיקן א קאסטומער ווי אויף די אייטעמ'ס מערטשענט טשארדזש.
יאפ, איך האב עס אמאל געהאט.. איך האב אריינגעוואקט צו א גראסערי קויפן עפעס א קלייניקייט, זאגט ער נעמט נישט קיין קרעדיט קארד אינטער צען דאלער, אקעי איך גיי עפעס צו קויפן, האב איך גענומען א צייטונג.. זאגט ער מיר מקען נישט צאלן א צייטונג מיט קרעדיט קארד!
איך האב אין דעם סטאר נאכנישט אריינגעוואקט זייט דעמאלטס! אפילו סוואלט מיר אסאך מאל אויסגעקומען צו קויפן דארט.
גא"מ .
קוקט אויס ווי די זעלבע גראסערי ...
אדער די צווייטע ניק..
יא יא איך אין ענדשוי זענן איינס....

בושות...
שוין ניטאמאל געדענקט כ׳האב שוין דא געשריבן דערוועגן..
שוין חזרה איז אלץ גוט..
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

און ער איז ניטאמאל דא עס צו לייקענען...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

קארן
שר האלפיים
תגובות: 2556
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 3:41 pm
איין נאכט איז מיין ב''ב געווען הונגעריג, זעמיר אונז ארויף אויף א זייטל פון א רעסטאראנט, ס'געשטאנען אז ס'דא פרי דעליווערי
שוין, געמאכט אן ארדער פון א קאנטעינאר זופ. א מינוט שפעטער רופט דער געשעפט אז דעליווערי איז 10 דאללער
זאגט מיין ווייב אזב זי וועט איבערטראכטן און צוריקרופן ביז א מינוט, האט זי צוריקגערופן און געזאגט אז זי דארף עס נישט
הייבט דער געשעפטסמאן אן צו שרייען, מ'קען נישט קענסלען(מ'רעדט נישט דא אז ער האט ארויפגעלייגט א סטעיק אויפן גריל) אז דו ווילסט נישט צאלן פאר דעליווערי מוזטו עס
קומען אויפפיקען. קיין קאר האבעך נישט געהאט איז די איינציגסטע אפציע געווען צו דיספיוטען די טשארדש
צו מיין גוטע מזל האב איך גענוצט א דעביט קארד.. איך האב געדארפט קענסלען די קארד, פאר א וואך צייט בינעך געווען דעביט קארדלאז

שוין אריבער 4 יאהר, איך קען נישט אריינטרעטן אין דעהם געשעפט(גאנץ באקאנט, אין די הארץ פון מאנסי)

איראניש איז, רוב מאל ווען איך קויף נאכטמאל קויף איך אין א צווייטע געשעפט ממש א שפאן אוועק
שטייט נישט אויפן זייטל טערמס ענד קאנדישאנס וויפיל מדארף ספענדן צו באקומען פרי דעליווערי?
אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

קארן האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 2:07 pm
כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: דינסטאג מאי 02, 2023 3:41 pm
איין נאכט איז מיין ב''ב געווען הונגעריג, זעמיר אונז ארויף אויף א זייטל פון א רעסטאראנט, ס'געשטאנען אז ס'דא פרי דעליווערי
שוין, געמאכט אן ארדער פון א קאנטעינאר זופ. א מינוט שפעטער רופט דער געשעפט אז דעליווערי איז 10 דאללער
זאגט מיין ווייב אזב זי וועט איבערטראכטן און צוריקרופן ביז א מינוט, האט זי צוריקגערופן און געזאגט אז זי דארף עס נישט
הייבט דער געשעפטסמאן אן צו שרייען, מ'קען נישט קענסלען(מ'רעדט נישט דא אז ער האט ארויפגעלייגט א סטעיק אויפן גריל) אז דו ווילסט נישט צאלן פאר דעליווערי מוזטו עס
קומען אויפפיקען. קיין קאר האבעך נישט געהאט איז די איינציגסטע אפציע געווען צו דיספיוטען די טשארדש
צו מיין גוטע מזל האב איך גענוצט א דעביט קארד.. איך האב געדארפט קענסלען די קארד, פאר א וואך צייט בינעך געווען דעביט קארדלאז

שוין אריבער 4 יאהר, איך קען נישט אריינטרעטן אין דעהם געשעפט(גאנץ באקאנט, אין די הארץ פון מאנסי)

איראניש איז, רוב מאל ווען איך קויף נאכטמאל קויף איך אין א צווייטע געשעפט ממש א שפאן אוועק
שטייט נישט אויפן זייטל טערמס ענד קאנדישאנס וויפיל מדארף ספענדן צו באקומען פרי דעליווערי?
גארנישט געשטאנען.
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

אלעס פיין און וואויל אבער פאר דו מאכסט אפ אז דו גייסט מער נישט אריינטרעטן אין א סטאר ווייל ער האט דיר געגעבן שלעכטע סערוויס מאך זיכער אז דו טוסט אים אפ מער ווי דיך אליין...

נקודה למחשבה
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע:געווענליך אין מיין הויזן...

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

נישטאמת האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 2:37 pm
בלוט בלבול האט געשריבן: זונטאג אפריל 02, 2023 1:24 pm

צוריק צום נושא פנעם גלעזל וואסער. יא, יענער געשעפטסמאן איז הונדערט פראצענט גערעכט, ער דארף אים נישט לאזן נוצן זיין סינק, און ער דארף אים אודאי נישט געבן א פלעשל וואסער בחינם. וואס, ס'נישט רעב שייעלע'ס יארצייט היינט. אבער רעב איד, וואו איז דיין שכל? ווען דו לאזט אים ווען נוצן דעם פארשטינקענעם סינק (אדער ליתר שאת, געבסט אים דעם איין דאלערדיגן פלאש) האסטו זיך גאראנטירט א קאסטומער (מאך די מאטעמאטיק, א קאסטומער קעגן אן איין דאלערדיגן פלאש וואסער וואס ער דארף אים "נישט" געבן. לוינצעך?), אבער יעצט וועט ער מער נישט צוריקקומען. סארי, דו ביסט טויזנט פראצענט גערעכט, און אויף די ביכער שטימסטו ווי א מלך, אבער א קאסטומער האסטו פארלוירן.

דאס איז עס. א קאסטומער גלייכט נישט צוריקצוקומען צו א פלאץ וואו ער האט געהאט שלעכטע עקספיריענס, אפילו יענער איז גערעכט, און ער ווייסט אז יענער איז גערעכט.
נאכאמאל, ס'גייען אייביג זיין די חברה וואס גייען זיך רעגן אויף יעדע פלאץ וואו זיי קומען אן, און פון זיי וועסטו טאקע נישט פטור ווערן, אבער זע וואו דו קענסט אריינכאפן פרישע חברה. כאטש זיי פארטרייב נישט.
איך האב אמאל געהערט אן אינטערעסאנטע מעשה, איך מיין סקומט דא שטארק אריין . א גבאי צדקה איז אמאל אריין אין א נייע געשעפט בעטן צו ער קען אראפ לייגן א פושקע ביים רעדזשיסטער. האט אים די בעל הבית געזאגט ניין. די גבאי צדקה גייט ארויס און זאגט פאר זיין חבר "דע געשעפט גייט נישט מצליח און וועט זיך בקרוב פארמאכן". און אזוי איז טאקע געווען די געשעפט האט זיך פארמאכט.

האט די גבאי צדקה מסביר געווען, דאס איז נישט געווען קיין רוח הקודש און נישט קיין קללה, ער האט נאר פאראויס געשאצט- אז דער איד פארגינט נישט א פושקע זאל ליגן ביים רעדזשיסטער וועט ער נישט פארגינען אנדערע זאכן פאר זיינע קונדן און זיי גייען עס שפירן און נישט קומען דא קויפן.
זאל מיר דער גבאי צדקה זייער אנטשולדיגן אבער ער איז מקיים דעם העולם לא נברא אלא בשבילי מיט א שמוץ אריבער, ער טראכט קיינמאל נישט פון א צווייטן און איך וויל נישט וויסן וויאזוי זיין שלום בית קוקט אויס.
איך וויל אים פרעגן הער גבאי צדקה, וויפיל האט איר שוין איינגעקויפט דא אין דעם געשעפט אז איר פארשטייט אז ס'קומט זיך אייך אז איר זאלט קענען אראפלייגן דא א פושקע און אזוי פארדינען נאך אפאר טאלער פאר דיין קאמישן וואס דו גייסט מאכן ווען דו גייסט אויסליידיגן דעם פושקע???
אני הקטן האב געארבייט אפאר יאר אין א ריטעיל סטאר, שפעטער פלעג איך אריינקומען נאר פאר די סיזענס ווען ס'ווערט ביזי, געדענק איך נאר אז די פושקע איז מיר אלס געשטאנען אין וועג, און אויב א גאנץ יאר האב איך נאך געארבייט אויף מיינע מדות האב איך אין ביזי סיזען עס אנגעכאפט און עס פארפאקט אין די בעק, ווייל פארשטיי דער רעדזשיסטער איז דאך נישט אזוי גרויס, מ'דארף דאך די פלאץ פאר די סטאר אייטעמס ממילא מאכט מען די רעדזשיסטער קאונטער די מינימום ס'זאל פיטן דארט א קאמפיוטער צוויי, און אז דער קאסטומער וואס קומט באצאלן זאל קענען אראפלייגן זיינע אייטעמס און קענען באקוועמערהייט ארויסנעמען די געלט פון טאש, ממילא יעדע איבעריגע זאך שטייט אין וועג סיי פאר די קעשיר און סיי פאר די קאסטומער,
איז דאס ווערט אנגערופן א סטאר וואס פארגינט נישט פאר זיינע קאסטומערס אז ס'זאל זיך אים קומען א קללה דערפאר??? יא דאס איז געווען א קללה ווייל פאר דיר גבאי צדקה האט נישט געפאסט אז ער האט דיר שיינערהייט געזאגט אז ער קען נישט נעמען קיין פושקעס.
עניוועיס לאמיר נישט מאריך זיין ווייל אלס איינער וואס האט געטוהן קאסטומער סערוויס און גראדע רוב פון די זאכן אויף וואס מענטשן האבן זיך דא אפגערעדט איז נישט געשעהן ביי אונז אין סטאר ווייל אונז האבן אזא זאך קיינמאל געטוהן ב"ה ווייל קאסטומער סערוויס איז געווען ביי אונז #1 אבער דאך גלייב איך אז מענטשן וואס זענען געווען אין די שיך אויב וואלט מען געעפענט א אשכול פון אלע מעשיות וואס מ'האט שוין געהאט מיט קאסטומערס, וואלטס דער אשכול געווען גאר א לעבעדיגע אשכול אסאך אסאך מער ווי דער אשכול דא, ודי בזה.
ווי זאגט נאר לאנגזאם, צו האנדלען מיט קאסטומערס איז שוין באלד אזוי שווער ווי צו זיין א קאסטומער אליין!
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
ישראל משה
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2018 7:56 am

Re: בעסטע און ערגסטע קאסטומער סערוויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל משה »

סיפורי צדיקים האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:27 pm

כ'על מיך פרייען צו הערן דיינע סיפורי צדיקים פון געשעפטן.
שרייב תגובה

צוריק צו “משא ומתן”