ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ווער ווילסטו זאל זיגן רוסלאנד אדער אוקריינא?

רוסלאנד
69
23%
אוקריינא
229
77%
סך הכל שטימען: 298

אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm
לאקאציע:גם ציפור מצאה בית, אבער דו הייליגער באשעפער - נאכנישט

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

כאטשיג ס'איז טאקע מסתבר אז די חברה דא שרייבן עס נאר צו טרייבן ליצנות פון...? וועם? כ'ווייס? אפשר פון אפאר פשוט'ע יודן וואס דרייען זיך דא צו הנאה האבן, און זייער בלוט קומט זיי ארויף אין קאפ צו זען ווי יודן (אדער אפשר זענען זיי, טאקע רוסישע שפיאנען, נעווער נאו) רחמנים בני רחמנים, קענען שרייבן (יא, אפי' פאר א דזשאוק) אזעלכע עקלדיגע ברוטאלע נידריגע סטעיטמענט'ס, אז: וויבאלד די לינקע רשעים וואס זוכן אונטערצוברענגען די נארמאלע אנגענומענע לעבן (אין די לעצטע הונדערט יאר - סה"כ, ווי שוין געשריבן ערגעץ אנדערש , אין די קליינע אותיות ), און זיי טוען כל מיני עוולות וכו', זיי האלטן אז זעלענסקי איז גערעכט, מוז זיין אז די אמת איז מיט'ן רשעות'דיגן ברוטאלן דיקטאטור ימש"ו לעד ולנצח נצחים אמן,
ווי קען א יוד וואס פלוסט אין זיינע אדערן בלוט פון אונזערע זיידעס וואס זענען ברוטאליש אויסגעמארדערט געווארן ביי די אלע פאגראמען במשך השנים, זיך אנעמען פאר א... מענטש(?) וואס 1 ער וויל צוברעכן די סדר פון דעמאקראטיע, יא! דעמאקראטיע, די ווארט וואס איז היינט געווארן א סימבאל פאר אלע גארבידזש וכו', האט אונז אלע געראטעוועט פון די רוסישע אוקריינע וכו' פאגראמטשיקעס, און דאס וויל ער צוברעכן 2 ער הרג'ט מענטשן פאר זיינע בלוט-תאוות, צו איז עס אלע יארן ווען מענטשן פליען פון פענסטער ווי זיי וואלטן געווען געצייג אנצוקומען צו זיין תאוה, צו איז עס דורך פארסמ'ען (ווי נאוואלני) זיינע קעגנער, פלעין און פראסט א נידריגער רוצח!!! אבער ניין, ער זאל געווינען, פארוואס? איין באשעפער אין הימל, פארוואס? פארווען? פארווי? ווער רעדט נאך יעצט ביי די מלחמה, קודם די גאנצע מלחמה ווי שוין אויסגעשמועסט דורך די עולם דא, סתם פאר זיין תאות השלטון און מאכט, צו איז עס מיט זיינע ברוטאלע רציחות אין בושטא וכו', ווי איז אביסל רחמנות אויף טויזנטער - הונדערטער טויזנטער, מענטשן, משפחות, עלטערן, פיצל קינדער, זיידעס, און עלטער עלטער באבעס (דערונטער אויך ליידער פיל מיט יודן, היימישע שומרי תומ"צ מיט בארד און פיאות, חסידישע יודן, מיינע און דיינע ברודער), וואס האבן אלס פארלוירן, זייערע הייזער, זייער גאנצע האב-און-גוטס, זייערע ביזנעסער וכו' ווייל דער רשע האט זיך אנגעשמעקט אז אמעריקע טאר נישט זיין אין זיינע ד' אמות, ווי איז די יודישע געפיל פון פשוט מיטפילן מיט נרדפים, פוטין איז א נרדף?! איינער האט עם געבעטן צו מאכן זיין גרעסטע טעות אין לעבן און אינוואדירן אוקריינע? איינער האט עם געצווינגען צו בלייבן דארט, אויך יעצט א יאר שפעטער, זייענדיג קלאר אז וואס ער האט געוואלט גייט ער נישט באקומען, האלטנדיג נאך טויזנטער געהרג'טע? צווישן זיי פון זיינע אייגענע מענטשן, מענטשן וואס האבן עם אויסגעקליבן (יא צו ניין, א שמועס פאר זיך) ער זאל זיין דער פירער פונעם לאנד, זיך פארלאזנדיג אז ער גייט זיי האלטן סעיף, און אנשטאטס דעם שיקט ער זייערע קינדער און זיי אליינס צו זיין קאנאנען פלייש פאר זיין פריוואטע מאכט-זוכנדיגע קריג

אבער נאכאלץ דארף מען מוחה זיין
ניין! א יוד א שומתומ"צ וואס האט א נאטורליכע רחמנות אויף באשעפענישן, כש"כ וכש"כ אויף מענטשן, קען נישט מיטהאלטן מיט א רוצח, און וועלן ער זאל געווינען!
ס'איז דא נאך אסאך צו שרייבן, ועוד חזון למועד
מ'זאגט נאך א נוסחא, פונעם ר"ר בונם פון פרשיסחא, ער האט זיך איינגעטענה'ט מיטן נורא עלילה
זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלס אידן, ווי איידער אלס גוים חלילה
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

הרב יואל קליין האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:43 pm
שיין דערלעבט. איך האלט שוין לאנג אז רוסלאנד האט א טוץ שפיאנען וואר ארבייטן פאר זיי. נאכדעם פארשטייט מען נישט פארוואס די אוקריינע מאכן פראבלעמען ראש השנה. וויפיל פון די אידן זענען פראו רוסלאנד?
צו מאכן אזא פאול אויף א פאבליק פלאטפארמע??? זענט איר נארמאל? זעלענסקי מיט פוטין קענען עס נישט ליינען?!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13727
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

גראז האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:13 pm
כאלעט'ל האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:11 pm
בלומענטאל האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:06 pm
קאם אן מען פוטין איז נישט קיין היטלער, ער איז נישט אינטערעסירט צו טשעפענען די אידן, און ווען א גוטע פרעזידענט ווי טראמפ איז ביי די לייצעס און מען רייצט זיך נישט מיט אים, מאכט ער נישט קיין מלחמות.

פארקערט פוטין איז למעשה א עכטע אוהב ישראל, און די פעיק ניוז און די דיעפ סטעיט און די לינקע באנדיטען האבן אים פיינט דאס איז ביי מיר א סימן אז ער דארף געווינען.
ער איז קיין היטלער און טראמפ וואלט דאס צוריקגעהאלטן. אבער אנטשולדיגט? האסטו געזעהן קריגערייען די לעצטע צוויי יאר? איז בכלל געווען א רעדע פון אריינעמען אוקריינא אין נאטא די לעצטע צוויי יאר?
און פארוואס איז טאקע נישט געווען קיין רעדע אריינצונעמען רוסלאנד אין נאטא?

נישט געטראכט פון דעם, הא?!
און אפשר שטעלט מען יאנוש פון טורמע אויפן שופט בענקל?

כ'מיין, נאטא איז געשטעלט אנצוהאלטן פרידן און סטאביליטעט אין אייראפע. אז פוטין און רוסלאנד וועלן אויפהערן די אומלעגאלע אקופאציע און אונטערדריקונג אין די טעריטאריעס אין גרוזיע, מאלדאווע און אוקראינע, צווישן אנדערע, וועט מען דעמאלט שמועסן. אפשר וועט מען גאר קענען אויפלעזן די נאטא פאראיין אינגאנצן...
אוועטאר
עצי היער
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 17, 2023 2:49 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עצי היער »

איך זעה אז מיינע שורות האבן אנגעדרייט כאאס דא אין אשכול, איז לאמיר אביסל אויסקלארן:

מיין וואוט פאר רוסלאנד האט מער געמיינט אז איך האב פיינט די ליבעראלן וועלכע שטיצן אוקריינא ווי זיך אנעמען פאר רוסלאנד.

איך בין נישט אזוי עקסטרעם ווי הרב @גראז (וואס עטליכע מיינען אז ס'בעצם איין מענטש (גיי ווייס אפשר טאקע!!) ) וואס האלט אז רוסלאנד איז גערעכט.

עס איז קלאר אז פוטין איז אן אכזר אין ס'איז זייער גוט אז מ'האט אים אפגעשטעלט באצייטענס, ס''ה קען מען הערןאז דעי גאנצע סופפארט פאר אוקריינא איז ווייט ווייט פון פשוט לשם שמים, און מ'מיז נישט גלייבן יעדער ווארט פון די מידיע, אזוי ווי דו גלייבסט זיי נישט ווען זיי דעקן די מדנ''י- פאלוסטינע סיטואציע.

---

כ'האף אז די עולם וועט שוין קענען רואיג שלאפן.

דעטס אלל.
לעצט פארראכטן דורך עצי היער אום זונטאג אפריל 30, 2023 8:27 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13727
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

גראז האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:53 pm
נישט קיין ספק האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:40 pm
הרב גראז איך בין זיכער אז איר האט באמת הנאה זיך אהערצושטעלן ווי איר האלט באמת אז רוסלאנד איז די נרדף נעבעך, איך גלייב נישט אז איר האלט באמת אזוי, איך קען אייך זען לאכן יעצט ווי איר מאכט דא א גאנצע וויכוח, איך קען פשוט נישט גלייבען אז איר מיינט עס ערענסט.
פוטין איז נישט קיין נרדף ביי דיפאלט. פוטין איז אבער יא א גרויסע מאכט וואס וויל דעי מאכט אנהאלטן, און ער האט אלע רעכטן אזוי צו וועלן, און די מערב וועלט זאל מוחל זיין טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן בשלום מיט נאך א וועלט'ס מאכט אויסער זיי. די מערב וועלט האט אויף דעי פראנט געפעילט, זיי זענען נישט געווען דערביי צו עקסעפטן אז רוסלאנד זאל זיין א מאכט פונקט ווי זיי, זיי האבן נאר געוואלט אז רוסלאנד זאל זיין דעיס וואס זיי ווילן אן קיין שום מיטפארשטענדעניש און מיטארבייט מיט רוסלאנד'ס אייגענע אינטערעסן און רצונות, נאר אלץ געשטופט די וואגן אין א דירעקציע וואס זאגט אז אונז זענען ביי דיפאלט ענעמי'ס און אונז וועלן דיך באקעמפן, ממילא איז עס צוגעקומען צו א מצב אז מ'קען זאגן אז פוטין איז א נרדף. נישט א נרדף אין די סענץ פון א וויקטעם, נאר א נרדף אין די סענץ פון א מאכט וואס ווערט געקראשט ביי א אנדערע מאכט וואס וויל אים נישט געבן די ספעיס צו זיין א מאכט פאר זיך.

דעיס איז מיין פערספעקטיוו אויף דעי סיטואציע, און איך בין ווייט נישט דער אייציגער וואס טענה'ט דעיס. און ווער עס וויל איז בארעכטיגט צו מחולק זיין.

ביי.
פוטין איז א נרדף אינעם זין אז נאך צענדליגע יארן אויס'שחט'ן די טשעטשניער, די מאלדאווער, די גרוזינער און אוקראינער, צווישן אנדערע, האבן די מערב וועלט גרויסמאכטן, וועלכע האבן דורכאויס די צענדליגע יארן באגאסן דעם רוס מיט טריליאנען ווערד אין ענערגיע און מינעראלן האנדל, ענדליך אראפגעשטעלט א פיס און געזאגט "עה עה, ביז דא, פון דא און ווייטער קענסטו נישט גנב'נען" נאך דעם וואס דער פאררוקטער פוטין האט זיך פאררעכנט און אראפגעשניטן צו א גרויסע ביס אין אוקראינע.

ס'ארא נעבעכדיגע נעבעך פון נעבעכלאנד. איינער דארף עמערדזשענסי קלינגען טובי' מאיר ארויסהעלפן דעם בלוטיגן נצרך פון מאסקווע.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום זונטאג אפריל 30, 2023 8:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

עצי היער האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 8:04 pm
איך זעה אז מיינע שורות האבן אנגעדרייט כאאס דא אין אשכול, איז לאמיר אביסל אויסקלארן:

מיין וואוט פאר רוסלאנד האט מער געמיינט אז איך האב פיינט די ליבעראלן וועלכע שטיצן אוקריינא ווי זיך אנעמען פאר רוסלאנד.

איך בין נישט אזוי עקסטרעם ווי הרב @גראז (וואס עטליכע מיינען אז ס'בעצם איין מענטש (גיי ווייס אפשר טאקע!!) ) וואס האלט אז רוסלאנד איז גערעכט.

עס איז קלאר אז פוטין איז אן אכזר אין ס'איז זייער גוט אז מ'האט אים אפגעשטעלט באצייטענז, ס''ה קען מען הערןאז דעי גאנצע סופפארט פאר אוקריינא איז ווייט ווייט פון פשוט לשם שמים, און מ'מיז נישט גלייבן יעדער ווארט פון די מידיע, אזוי ווי דו גלייבסט זיי נישט ווען זיי דעקן די מדנ''י- פאלוסטינע סיטואציע.
לשם שמים גאר?! ווער האט זיך אזוי איינגערעדט? מ'דארף נישט מער פון אביסל מענטשליכקייט צו קעמפן אפצושטעלן א רוצחישן דיקטאטור.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

גראז האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:53 pm
נישט קיין ספק האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:40 pm
הרב גראז איך בין זיכער אז איר האט באמת הנאה זיך אהערצושטעלן ווי איר האלט באמת אז רוסלאנד איז די נרדף נעבעך, איך גלייב נישט אז איר האלט באמת אזוי, איך קען אייך זען לאכן יעצט ווי איר מאכט דא א גאנצע וויכוח, איך קען פשוט נישט גלייבען אז איר מיינט עס ערענסט.
פוטין איז נישט קיין נרדף ביי דיפאלט. פוטין איז אבער יא א גרויסע מאכט וואס וויל דעי מאכט אנהאלטן, און ער האט אלע רעכטן אזוי צו וועלן, און די מערב וועלט זאל מוחל זיין טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן בשלום מיט נאך א וועלט'ס מאכט אויסער זיי. די מערב וועלט האט אויף דעי פראנט געפעילט, זיי זענען נישט געווען דערביי צו עקסעפטן אז רוסלאנד זאל זיין א מאכט פונקט ווי זיי, זיי האבן נאר געוואלט אז רוסלאנד זאל זיין דעיס וואס זיי ווילן אן קיין שום מיטפארשטענדעניש און מיטארבייט מיט רוסלאנד'ס אייגענע אינטערעסן און רצונות, נאר אלץ געשטופט די וואגן אין א דירעקציע וואס זאגט אז אונז זענען ביי דיפאלט ענעמי'ס און אונז וועלן דיך באקעמפן, ממילא איז עס צוגעקומען צו א מצב אז מ'קען זאגן אז פוטין איז א נרדף. נישט א נרדף אין די סענץ פון א וויקטעם, נאר א נרדף אין די סענץ פון א מאכט וואס ווערט געקראשט ביי א אנדערע מאכט וואס וויל אים נישט געבן די ספעיס צו זיין א מאכט פאר זיך.

דעיס איז מיין פערספעקטיוו אויף דעי סיטואציע, און איך בין ווייט נישט דער אייציגער וואס טענה'ט דעיס. און ווער עס וויל איז בארעכטיגט צו מחולק זיין.

ביי.
פונקט אזא נרדף ווי היטלער ימ"ש נאך טשעכסלאוואקיי. נעבעך. אמעריקע האט נישט געוואלט לעבן בשלום מיט דייטשלאנד וואס האט געדארפט פוילן פאר אביסל ספעיס פאר זיך. (פונקט ווי דיר האט טשעמבערלין גע'טענה'ט אין 1939)
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

עצי היער האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 8:04 pm
איך זעה אז מיינע שורות האבן אנגעדרייט כאאס דא אין אשכול, איז לאמיר אביסל אויסקלארן:

מיין וואוט פאר רוסלאנד האט מער געמיינט אז איך האב פיינט די ליבעראלן וועלכע שטיצן אוקריינא ווי זיך אנעמען פאר רוסלאנד.

איך בין נישט אזוי עקסטרעם ווי הרב @גראז (וואס עטליכע מיינען אז ס'בעצם איין מענטש (גיי ווייס אפשר טאקע!!) ) וואס האלט אז רוסלאנד איז גערעכט.

עס איז קלאר אז פוטין איז אן אכזר אין ס'איז זייער גוט אז מ'האט אים אפגעשטעלט באצייטענס, ס''ה קען מען הערןאז דעי גאנצע סופפארט פאר אוקריינא איז ווייט ווייט פון פשוט לשם שמים, און מ'מיז נישט גלייבן יעדער ווארט פון די מידיע, אזוי ווי דו גלייבסט זיי נישט ווען זיי דעקן די מדנ''י- פאלוסטינע סיטואציע.

---

כ'האף אז די עולם וועט שוין קענען רואיג שלאפן.

דעטס אלל.
ניין איך האלט נישט אז רוסלאנד איז גערעכט, און איך האב דעיס קיינמאל געזאגט, סאו פארוואס אריינלייגן ווערטער אין מיין מויל?

איך זאג אז רוסלאנד אלץ א מאכט פארמאגט א פערספעקטיוו און מ'דארף זיך מיט דעם רעכענען און עס אדרעסירן און נישט טאנצן ווי א בלינדע קאטשקע אים נישט גורס זיין בכלל, און נאכדעם שרייען אויף אים דו אנטי דעמאקראטיע וואס דו ביסט, אראפ מיט'ן קאפ.

דעיס קומט פון א קראנקע נארסיסטישע וועג פון טראכטן אז ליטערלי די גאנצע וועלט מוז מיטגיין מיט דעיס וואס איך האב יעצט מחליט געווען איז די איינציגע וועג און מהלך וואס מעג עקזעסטירן, און עני סארט כוח וואס גייט נישט מיט מיט דעם האט נישט קיין זכות קיום מעיקרא.

יא, פוטין האט געטון א גרויסע עוולה מיט זיין מלחמה מיט אוקריינא. אבער, דעי מערב וועלט מה יפית'ניקעס וואס זענען דירעקט און אומדירעקט שולדיג אין רוסלאנד'ס ביהעוויער, דו קום מיר נישט דא זיין דער שיינער יוד וואס באקעמפט דעם שטן אין די צייט וואס דיין דורכגעפאלענע גאווה'דיגע פאלעסיס פון נישט פארשטיין אז דו ביסט נישט די איינציגסטע מאן דאמר אויפן וועלט און אז מ'דארף אדורכקומען - האט געפירט צו די יעצטיגע סיטואציע אז רוסלאנד פילט ווי זי מוז טון אגרעסיווע שריט צו ראטעווען איר שטאנד א דאנק די אלע יארן פון פון נארסעסיסטישע קענסעלעישאן און "רוסלאנד שונא צו דעמאקרעסי" נערעטיוו'ס.

#היסטאריע ריפיט'ס הימסעלף.

די היטלער דייטשלאנד אומגליק איז ארויסגעוואקסן אין דירעקטע תוצאה פון וועלט'ס מאכטן'ס גאווה'דיגע האנדלונג פון קענסלען און דעסטרויען דייטשלאנד און אוועקנעמען פון זיי יעדעס ביסל שטאנד, דעיס האט געהאט א דירעקטע קאנטער אפעקט וואס מיר קענען שוין היינט אלץ די "שואה".

נישט אז פוטין איז א היטלער, בכלל נישט. באט יו געט דע פוינט.

אזוי האט עס געארבייט אלע יארן אין די הסטאריע, די גאווה'דיגע איינרעדעניש פון וועלט'ס מאכטן אז זיי קענען דערשטיקן אנדערע מאכטן פון עווענטשולי ערשיינען אלץ זייער קאנקורענט, דעיס האט אנגעברענגט אלע פראבלעמען הריגות און וועלט'ס קאטאסטראפעס וואס היסטאריע איז פיל מיט.

און אנשטאט זיך לערנען פון די עבר אזוי ווי ס'האט אויסגעקוקט אז מ'האט שוין, איז מען ככלב שב על קיאו און מ'טוט איבער די זעלבע אלטמאדישע שטות אויף די מאדערענע שטייגער, און דעיס ברענגט די אלע פראבלעמען צו די וועלט פון וואס מ'האט געמיינט אז מ'איז שוין פטור געווארן איינמאל פאר אלעמאל.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29615
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

היינט נאכט אויף לעווין האט טראמפ אראפגעריסן די דעמאלטסדיגע דייטשע קאנצלערין מערקעל'ס שוואכקייט בימים ההם יא צו האנדלען מיט פוטין ווי מיט א מענטש, און דערמאנט אז ער זיך מיט איר געאמפערט אויף דעם.

@פלוני @אלמוני, די וואלן דא, און ממילא לכאורה אויך דער שמועס, איז נישט אויב די מערב וועלט איז אומגערעכט, נאר ווער מען וויל ענדערש זאל געווינען, רוסלאנד, אדער אוקראינע..
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

צל עובר האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 9:30 pm
@פלוני @אלמוני, די וואלן דא, און ממילא לכאורה אויך דער שמועס, איז נישט אויב די מערב וועלט איז אומגערעכט, נאר ווער מען וויל ענדערש זאל געווינען, רוסלאנד, אדער אוקראינע..
ריכטיג.

און איך האב אויף דעם נישט געוועלט צוליב @ווארלד טשעמפיאן'ס סטאקנעס
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

23 איז א טראגישע נומער😢😢😢
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2932
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

איך ווייס נישט פארוואס
איך האלט אויך אז פוטין איז א מאסן מערדער נאכאלץ האב איך געשטימט פאר רוסלאנד
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

אמביציע האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 10:32 pm
23 איז א טראגישע נומער😢😢😢
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
אלטע נייעס
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:30 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע נייעס »

מיר גיבן נישט אפ קיין שטימע וואס געהערט צום "ממליך מלכים"
וואס וואו באקאנט פון מנחת אלעזר זצ"ל דארף מען אין צייט פון מלחמה בעטן דעם אויבערשטן אז אעס זאל ברענגן די גאולה, נישט קיין געווינער און פארלירער.
(מיין נישט: מיר סימפעטעזירן מער מיט די אויקראיינער ווייל מיר דערליידן נישט קיין עוולות פון אריינברעכן אין יענעמ'ס שטח, אבער נעמען א צד ווער עס זאל געוואונען??...המממ גרעניצט עס זיך נישט מיט אביסל אמונה שאלות??? איך פרעג נאר...)
פויזע
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 1:17 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויזע »

בלומענטאל האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:06 pm
קאם אן מען פוטין איז נישט קיין היטלער, ער איז נישט אינטערעסירט צו טשעפענען די אידן, און ווען א גוטע פרעזידענט ווי טראמפ איז ביי די לייצעס און מען רייצט זיך נישט מיט אים, מאכט ער נישט קיין מלחמות,
פארקערט פוטין איז למעשה א עכטע אוהב ישראל, און די פעיק ניוז און די דיעפ סטעיט און די לינקע באנדיטען האבן אים פיינט דאס איז ביי מיר א סימן אז ער דארף געווינען.
קומט אויס אז אבאמא איז אן אוהב ישראל ווייל ער האט געלאכט אין די פויסטן פון די קילע קעפ אין אמעריקע (בעיקר רעפובליקאנער) וואס האבן געשריגן אז פוטין איז אמעריקע'ס נומער איינס שונא?
אבזערוואציע האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 11:45 am
דיסענטיס איט איז.
נאר אויף שימחות האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 6:10 pm
טראמפ איז היפש א הויכע מדרגה, קיינער קען דאס נישט לייקענען
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

אלטע נייעס האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 10:36 pm
מיר גיבן נישט אפ קיין שטימע וואס געהערט צום "ממליך מלכים"
וואס וואו באקאנט פון מנחת אלעזר זצ"ל דארף מען אין צייט פון מלחמה בעטן דעם אויבערשטן אז אעס זאל ברענגן די גאולה, נישט קיין געווינער און פארלירער.
(מיין נישט: מיר סימפעטעזירן מער מיט די אויקראיינער ווייל מיר דערליידן נישט קיין עוולות פון אריינברעכן אין יענעמ'ס שטח, אבער נעמען א צד ווער עס זאל געוואונען??...המממ גרעניצט עס זיך נישט מיט אביסל אמונה שאלות??? איך פרעג נאר...)
בעל התניא. דער רבי ר' מענדעלע זי''ע
אוועטאר
בלומענטאל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 22, 2022 8:44 am

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומענטאל »

פויזע האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 11:15 pm
בלומענטאל האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:06 pm
קאם אן מען פוטין איז נישט קיין היטלער, ער איז נישט אינטערעסירט צו טשעפענען די אידן, און ווען א גוטע פרעזידענט ווי טראמפ איז ביי די לייצעס און מען רייצט זיך נישט מיט אים, מאכט ער נישט קיין מלחמות,
פארקערט פוטין איז למעשה א עכטע אוהב ישראל, און די פעיק ניוז און די דיעפ סטעיט און די לינקע באנדיטען האבן אים פיינט דאס איז ביי מיר א סימן אז ער דארף געווינען.
קומט אויס אז אבאמא איז אן אוהב ישראל ווייל ער האט געלאכט אין די פויסטן פון די קילע קעפ אין אמעריקע (בעיקר רעפובליקאנער) וואס האבן געשריגן אז פוטין איז אמעריקע'ס נומער איינס שונא?
נעע ווען און וויאזוי צו מאכען א פשעטיל האט אויכעט א גבול, פוטין איז א אוהב ישראל פשוט ווייל ער איז נאנט מיט אידן, און א סימן אז ער דארף געוואונען איז וויבאלד די דיעפ סטעיט האט אים פיינט, אבער אבאמא איז דאך א חלק פון די דיעפ סטעיט און האט קיינמאל נישט ליב געהאט קיין אידן מען האט פון אים קיינמאל קיין טובה געהאט, ער איז געווען א שוואכער שלעכטער אינג.
איך בין העררע בלומענטאל פארשטאנטא?
אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

אקעי סאו די לינקע מיט די רעכטע, איך און דו, מיינע פריינט און דיינע פיינט,

קיינעם קיינעם גייט נישט אן ווען טויזענטע מענטשן שטארבן, ס'גייט אונז אלע נישט אן ווען מערדער'ס זיצן ביים רודער און הרג'ענען און רצח'ענען,

דו האסט קיינמאל אריינגעטראכט די ליידן פון מיליאנע גוים איבער די וועלט וועלכע זיצן אינטער אייזענע פירהאנגען און אינטער טויט שרעק...
אין פאקט גייט דיר נישט אן וויפיל מענטשן זענען געשטארבן אין סודאן אין די לעצטיגע אומרוען, אין פאקט גייטער נישט אן וויפיל מענטשן שטארבן אין איראן כינע און אלע אנדערע דיקטאטורישע לינדער....

איין זאך גייט אונז אלע אן...אונז און זיי....אלע אויבענדערמאנטע....און דאס איז..פאליטיק.

פימפל.
אמת ויציב...

חוץ מזה...

איינער האט א צענטע אנונג פארוואס דעי אשכול האט געלאנדעט אין פארברענגען?

ווייל ס'האט אן אנקעטע?...מאדנע....
אמת ויציב...
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

פארוואס איז דעי אשכול דא???
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17956
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 7:47 am
חוץ מזה...

איינער האט א צענטע אנונג פארוואס דעי אשכול האט געלאנדעט אין פארברענגען?

ווייל ס'האט אן אנקעטע?...מאדנע....
ווייל א פלאץ וואו מענטשן שרייבן סארקאסטיש אדער זאכן וואס זיי האלטן נישט עכט באלאנגט אין פארברענגען.

און אזויווי מ'קען גראד אויבן ביים אנקעטע זען אז רוב ציבור וועלט סתם פאר שטותים, און מ'שרייבט דא צאם אזאנע שטותים לטובת דיעפ סטעיט אוקריינע, האט די הנהלה פארשטאנען אז עס איז פארברענגען.

כ'גלייב פשוט נישט אז ווילסט חושד זיין אזויפיל ניקס מיט שטיצע פאר דיעפ סטעיט, ליבעראלן, נארישע געזעצן און רציחה.
אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 1:11 pm
דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 7:47 am
חוץ מזה...

איינער האט א צענטע אנונג פארוואס דעי אשכול האט געלאנדעט אין פארברענגען?

ווייל ס'האט אן אנקעטע?...מאדנע....
ווייל א פלאץ וואו מענטשן שרייבן סארקאסטיש אדער זאכן וואס זיי האלטן נישט עכט באלאנגט אין פארברענגען.

און אזויווי מ'קען גראד אויבן ביים אנקעטע זען אז רוב ציבור וועלט סתם פאר שטותים, און מ'שרייבט דא צאם אזאנע שטותים לטובת דיעפ סטעיט אוקריינע, האט די הנהלה פארשטאנען אז עס איז פארברענגען.

כ'גלייב פשוט נישט אז ווילסט חושד זיין אזויפיל ניקס מיט שטיצע פאר דיעפ סטעיט, ליבעראלן, נארישע געזעצן און רציחה.
סארקאזעם עקסעפטעד...

קיינער, עטליעסט איך האב נישט געשריבן אויף אוקריינע דיעפ סטעיט אדער דאס גלייכן...

אלל וואס כ'האב געזאגט איז ס'גייט קיינעם נישט אן...קיינעם..
אמת ויציב...
קנעפל
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 3:44 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנעפל »

גראז האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:53 pm
נישט קיין ספק האט געשריבן: זונטאג אפריל 30, 2023 4:40 pm
הרב גראז איך בין זיכער אז איר האט באמת הנאה זיך אהערצושטעלן ווי איר האלט באמת אז רוסלאנד איז די נרדף נעבעך, איך גלייב נישט אז איר האלט באמת אזוי, איך קען אייך זען לאכן יעצט ווי איר מאכט דא א גאנצע וויכוח, איך קען פשוט נישט גלייבען אז איר מיינט עס ערענסט.
פוטין איז נישט קיין נרדף ביי דיפאלט. פוטין איז אבער יא א גרויסע מאכט וואס וויל דעי מאכט אנהאלטן, און ער האט אלע רעכטן אזוי צו וועלן, און די מערב וועלט זאל מוחל זיין טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן בשלום מיט נאך א וועלט'ס מאכט אויסער זיי. די מערב וועלט האט אויף דעי פראנט געפעילט, זיי זענען נישט געווען דערביי צו עקסעפטן אז רוסלאנד זאל זיין א מאכט פונקט ווי זיי, זיי האבן נאר געוואלט אז רוסלאנד זאל זיין דעיס וואס זיי ווילן אן קיין שום מיטפארשטענדעניש און מיטארבייט מיט רוסלאנד'ס אייגענע אינטערעסן און רצונות, נאר אלץ געשטופט די וואגן אין א דירעקציע וואס זאגט אז אונז זענען ביי דיפאלט ענעמי'ס און אונז וועלן דיך באקעמפן, ממילא איז עס צוגעקומען צו א מצב אז מ'קען זאגן אז פוטין איז א נרדף. נישט א נרדף אין די סענץ פון א וויקטעם, נאר א נרדף אין די סענץ פון א מאכט וואס ווערט געקראשט ביי א אנדערע מאכט וואס וויל אים נישט געבן די ספעיס צו זיין א מאכט פאר זיך.

דעיס איז מיין פערספעקטיוו אויף דעי סיטואציע, און איך בין ווייט נישט דער אייציגער וואס טענה'ט דעיס. און ווער עס וויל איז בארעכטיגט צו מחולק זיין.

ביי.
די פראבלעם איז נישט אז ער וויל זיין א מאכט, ער האט אמביציעס און דוקא שלעכטע אמביציעס זיך אויסצושפרייטן און איינעמען אנדערע לענדער, און דאס איז נישט לעגעטים, און דאס איז אויך די פראבלעם מיט כינע וואס האט שלעכטע אמביציעס.

סתם געזונטע קאמפאטישן ווען יעדער איז ביזי זיך צו בויען די אקאנאמיע וכו' און לעבן גוט מיט יעדן וואלט גוט געווען.

גיב א קוק בריטיאנע וואס איז אמאל געווען א וועלטסמאכט און היינט זענען זיי נישט, און זיי אנערקענען עס און לעבן דערמיט אן קיין פראבלעם, זיי פירן זייער לאנד ווי נארמאלע מענטשן, און לעבן גוט און ארענטליך מיט אנדערע לענדער.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4858
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 7:40 am
אקעי סאו די לינקע מיט די רעכטע, איך און דו, מיינע פריינט און דיינע פיינט,

קיינעם קיינעם גייט נישט אן ווען טויזענטע מענטשן שטארבן, ס'גייט אונז אלע נישט אן ווען מערדער'ס זיצן ביים רודער און הרג'ענען און רצח'ענען,

דו האסט קיינמאל אריינגעטראכט די ליידן פון מיליאנע גוים איבער די וועלט וועלכע זיצן אינטער אייזענע פירהאנגען און אינטער טויט שרעק...
אין פאקט גייט דיר נישט אן וויפיל מענטשן זענען געשטארבן אין סודאן אין די לעצטיגע אומרוען, אין פאקט גייטער נישט אן וויפיל מענטשן שטארבן אין איראן כינע און אלע אנדערע דיקטאטורישע לינדער....

איין זאך גייט אונז אלע אן...אונז און זיי....אלע אויבענדערמאנטע....און דאס איז..פאליטיק.

פימפל.
ווען איז נאכט סדר?
אוועטאר
דזשעק ענד דזשיל
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 2:15 am

Re: ווער זאל זיגן רוסלאנד אוקריינא קריג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעק ענד דזשיל »

אמביציע האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 8:15 pm
דזשעק ענד דזשיל האט געשריבן: מאנטאג מאי 01, 2023 7:40 am
אקעי סאו די לינקע מיט די רעכטע, איך און דו, מיינע פריינט און דיינע פיינט,

קיינעם קיינעם גייט נישט אן ווען טויזענטע מענטשן שטארבן, ס'גייט אונז אלע נישט אן ווען מערדער'ס זיצן ביים רודער און הרג'ענען און רצח'ענען,

דו האסט קיינמאל אריינגעטראכט די ליידן פון מיליאנע גוים איבער די וועלט וועלכע זיצן אינטער אייזענע פירהאנגען און אינטער טויט שרעק...
אין פאקט גייט דיר נישט אן וויפיל מענטשן זענען געשטארבן אין סודאן אין די לעצטיגע אומרוען, אין פאקט גייטער נישט אן וויפיל מענטשן שטארבן אין איראן כינע און אלע אנדערע דיקטאטורישע לינדער....

איין זאך גייט אונז אלע אן...אונז און זיי....אלע אויבענדערמאנטע....און דאס איז..פאליטיק.

פימפל.
ווען איז נאכט סדר?
נאכט סדר איז שוין געענדיגט און כ'האב דיר גראדע נישט באמערקט היינט...

אזוי צו אזוי גלייכסט איר נישט אויב מ'האלט אנדערש פון אייך...וויטש איז טאוטעלי אנדערסטאאד...
אמת ויציב...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”