מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפכה'.

אחראי: אחראי

אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע:ווי נישט?

מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

נעכטן נאכט ביים טשעקען מיינע אימעיל'ס הארט פארן אריינגיין אין בעט, זעה איך א אימעיל פון מיין עלטערע ברודער.

מיין ברודער? אימעיל? פארוואס קען ער מיך נישט רופן ווי א נאמאלע מענטש?

נאר נאך וואס כ'האב עס געפענט האב איך באקומען די תירוץ דערפאר, און מיט זיין רשות לייג איך עס דא ארויף:
לכבוד מיין חשובע ברודער ..... ני''ו

איך ווייס נישט צו די געדענקסט, אבער די האסט מיר שוין אמאל אויסגעזאגט וואס דיין ניק אויף אייוועלט איז, און איך האב מיטגעהאלטען ווי די זאגסט היינט צו דיין נתינה פאר אייוועלט'ס 'מהפיכה' קאמפיין.

איך ווייס אז 'איך' בין די סיבה פארוואס די ביסט אזוי ווארעם דערצו.

איך ווייס אז דיין הארץ גייט אויס פאר מיר, דיין ברודער וואס איז 'ניין יאר' עלטער פון דיר, און בשעת וואס די שפאצירסט מיט א געזינדעל קע''ה איז ביי מיר די שטוב נאך ליידער ליידיג.

האמת אגיד ברודער טייערע, איך האב קיינמאל נישט געוויסט צו די פארשטייסט מיר. אבער יעצט מיט זיין די ערשטע צו זאגן א גרעסערע סכום זעה איך דיין ברען און אז דיין הארץ פילט מיין צושמעטערטע הארץ....

די פאפיר איז א סבלן, און אז איך שרייב שוין וועלעך אויסגעבן א טראפעלע פון מיינע געפילן.(און אפשר וועט עס זיין צו פערזענליך, און איך וועל עס דיר בכלל נישט שיקען צום סוף.)
איך האב חתונה געהאט, געחולמ'ט פון די גליקלעכסטע לעבן, ס'גייט דורעך א יאר צוויי און ליידער גארנישט. מיין שווער און שוויגער זז''ג זענען געווארן אביסעלע אנגעצויגן, האבענדיג א פיצעלע עקספיריעס פון א קרוב וועם זיי האבן ארויסגעהאלפן האבן זיי מיר געהייסן איינעם קאנטאקטן וואס 'ער וועט בעז''ה העלפן'. מיר האבן יענעם גע'קאנטאקט, און יענער האט אונז געשיקט מאכן טעסטס און דערנאך א געוויסע טריטמענט.

הוי! טעסט'ס און טריטמענטס!די ווערטער וואס באגלייט אינז שוין זינט יענעם טאג. טעסטס און טריטמענטס!ווערטער וואס געבן יעדע מאל אריין א פיצעלע פיצעלע האפענונג אז אפשר... אפשר וועט איין טאג ביי מיר אויכעט די זון אויפשיינען. טעסטס און טריטמענטס!דאס מיינט א פרישע צירקעל פון א מיאנטאק מיט געלט, שעות ביים דאקטאר, עמער'ס פון בלוט, און וואנע'ס מיט טרערען. טעסטס און טריטמענטס!ווייסטו וואס ס'מיינט לויפן צווייע ביינאכט אריין אין שפיטאל און דערנאך זיין ניינע אין ארבעט כאילו לא היה? טעסטס און טריטמענטס!וויאזוי דארף איך אנקוקען מיין ווייב בשעת איך זאג איהר 'די דאקטאר האט געזאגט אז... סארי מעיב''י נעקס''ט טיי''ם...'?!
און דאס איז שוין א פאזעטיווע דאקטער, ווייל אנדערע האבן שוין קלאר ארויסגעזאגט די ווערטער אז 'מעי''ק יארסעל''ף קאמפטעבע''ל דיס וועי''י, ביקא''ז יו ווי''ל נעווע''ר הע''וו .....
חס ושלום!

איך גיי נישט אריינגיין אין אלע פונקטליכע דעטאלן, אבער ברודער טייערע! מיר האלטן יעצט איבער 13 יאר שפעטער, הונדערטע טעסט'ס, צענדליגע טריטמענ'טס, צוויי אפעראציע'ס (מיר און מיין ווייב), הונדרעטער טויזענטע דאלאר'ס אריינגעלייגט פון מיין 'אייגענע געלט' (חוץ וואס בוני עולם וכו' האט געגעעבן), ימ'ן פון יסורים, אקעאנ'ן פון בלוט.... און אינז האלטן ליידער ביי.... כ'וויל נישט צוענדיגען...

מיט וואספארא פנים דארף איך אהיימקומען טאג טעגליך צו א פארוויינטע ווייב? וואס דארף איך טוהן בשעת עס מבל'ט פון איהר קאכעדיגע טרערען ביי די -בלויז צוויי- שבת ליכט אז וזכינו לראות בנים....? ווי דארף איך פארשטעקן מיין פנים אז מ'זאל נישט זעהן מיינט טרערען ביים רעבינ'ס טיש ווען די קינדער זינגען, 'ואזכה לראות, לראות בנים, בנים ובני בנים'? ווייסטו ווי סאך מאל וואס כהאב שוין געטראכט אז האלוואי ס'ווען דא א ריסע''ט באטען ווי איך קען אנהייבן מיין לעבן פון פריש? וויאזוי דארף איך רעאגירן ווען מיין ב''ב זאגט מיר אזוינע סטעיטמענטס ווי 'געב מיך קינדער...' 'איך דארף א קינד....' (כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען דאס וואס רחל האט געבעטן פון יעקב 'הבה לי בנים', יעצט הער איך עס ליידער אזוי אפט...).

גיין צו שמחות, גיין צו טאטי און מאמי, מיין שווער און שוויגער, איז א עקסטערע גיהנום פאר אונז. מ'קען אנפולן טעפלעך פון די זידיגע טרערען וואס רינען נאך א שמחה און נאכן זיין אינאיינעם מיט די משפחה. (סארי כ'האב נישט די כוחות דיר עס צו זאגן אין פנים, אבער אויף פאפיר קען איך דיך עס זאגען... ''דיינע קינדערלעך זענען ב''ה עכט עכט בחנ'ט, קלוג און קיו''ט!'').

און דאס איז נאך אלעס פאר עס קומט צו געלט. ב''ה כ'האב א גוטע פרנסה, אבער די מיינסט אז דאס קאווערט אפי' האלב פון די טריטמענט'ס? א פייג! ב''ה אז ס'דא בוני עולם וכו' אבער זייער קאסע איז אויכעט נישט ענדלאז, און זיי האבן ליידער אסאך אסאך קעיסעס ווי זיי דארפן אריינלייגן זייער געלט און נישט אייביג קענען זיי צוהעלפן.

לכאורה האב איך געשריבן זייער צושאקעלט און צומישט, איך בין נישט געוואינט זיך צו אויסגעבן, און ווי פארשטענדליך איז דאס אלעס נאר א טיפה מן הים וואס אינז גיין דורך. אבער פארוואס איך האב זיך עס בכלל געזעצט שרייבן איז פאר די סיבה:
זייער אסאך מאל לויפט מיך ארום אזוינע מחשבות ווי 'די עולם פארשטייט אפילו וואס אזוינע פארפעלקער ווי אונז גיין דורך?' 'דער וואס האט געהאט זיין קינד נאך ניין חדשים, ווייסט אז ער דארף טאנצן ביזן הימל ארויף?' 'מענטשען טראכטען פון מיר אפילו...?' 'יא איך ווייס אז ווען מ'זעט מיך האט מען רחמנות אויף מיר (וואס די פילינג איז אגב, פון די ערגסטע וואס א מענטש קען פילן... ''זיין די שטאטס נעבעך...'') אבער טראכטען זיי פון מיר די וווען זיי זעהן מיר נישט?'

אויף דעם האבעך נעכטען באקומען מיין תשובה ברודער. ניין, האסט מיך טאקע נישט געגעבן קיין קינד, אבער האסט מיר געגעבן געזעלין צו גיין ווייטער. האסט מיך געוויזן סיי אז די אפרישיעיטס''ט דאס וואס די פארמאגסט ב''ה, און די דריקסט אויס דיין דאנק צו הקב''ה מיטן 'מיך' אינזינען האבן.... און אויפדעם דאנק איך דיר מיט מיין גאנצע\צובראכענע הארץ.

ס'איז שוין שפעט איך דארף ענדיגן דא.

אחיך, .....

נ.ב. איך האב נישט קיין נאמען אויף אייוועלט, איז אויב קענסטו @וויכטיג מאכער אדער די ווייסט וויאזוי איהם עפעס אריינצושיקען, שיק איהם עס אריין כדי ער זאל וויסן וואס ער טוט אלס אויף.


כ'דארף נאך עפעס צולייגען...?
לעצט פארראכטן דורך תולה ארץ אום דאנערשטאג מאי 11, 2023 5:21 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אוי ווי איך קען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 07, 2023 11:53 am

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוי ווי איך קען »

😭😭😥😥💔💔💔
דיין נדבה איז מאור דען וועלקאם!
אויפטרייבן סכומים - מהפכה!!!
#רעוואלוציע איט איז!!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4060
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אנבעליוועבל! פשוט איך וויין! זאל אים דער אויבערשטער אויפרעכטן ווי שנעלער.

קענסט אפשר זאגן פאר דיין ברודער ער זאל שוין יעצט אריבערקומען אויף אייוועלט און אנהייבן שרייבן? ער האט א מעכטיגן פעדער.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

מורא'דיג!!!
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע:טשענל 12

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

אין מילים...
רבי! פליז פאקעס...
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »


איך זיץ דא און איך וויין.....

זאל אים דער אויבערשטער אויפרעכטן גאר אינגיכן! איך וועל אי”ה מתפלל זיין פאר אים אפילו איך ווייס נישט זיין נאמען דער אויבערשטער ווייסט יא

אגב ער האט א געוואלדיגן פעדער!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2960
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

😭😭😭😭
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

טרערן רינען.

יעדע איבערלעבעניש עקסטער ווייזט מיר אז כ'זאל זיך נישט איינרעדן אז כ'קען חלומ'ען פון אנהויבן צו פארשטיין.

טאטע זיסער, רעכט זיי שוין אויף!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

נישט דא וואס צו זאגן
😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭
ריברענדיג.....
ידבש
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:00 pm
לאקאציע:Monroe

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידבש »

😭😭😭😭😭😭😭😭
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

איך בין שטום!

איך ווייס נישט וואס צו שרייבן.

איך בן געטאטשט...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הודונאנאש
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 24, 2021 5:39 pm

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודונאנאש »

די לייק איז נאר אז איך האב עס געליינט
נישטא קיין ווערטער צו צולייגן
איך קען נאר מיטוויינען
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3398
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

אוועטאר
א הייסע קאווע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע:מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)
פארבינד זיך:

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א הייסע קאווע »

איך וויין! 😥😥😥
איך קען נישט שרייבן--- איי ס'רייסט דאס הארץ! אבער ברודער טייערע, כלל ישראל איז גרייט! אונז גיי מיר אפווישן די טרערן!!
בילד
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

ווי קען מען געבן געלט פארן קאמפיין?
😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

😭😭
ס'כאפט א פחד צו ליינען אזא בריוו!!

מיט אזאנע בריוון קיין מען ארויף רוקן דעם גאול צו 200k
אוועטאר
א הייסע קאווע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע:מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)
פארבינד זיך:

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א הייסע קאווע »

בעסטע חבר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:02 am
ווי קען מען געבן געלט פארן קאמפיין?
😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭
אויפטרייבן סכומים - מהפכה!!!
בילד
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9471
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

איך קען גארנישט שרייבען…..
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
computer expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 5:05 pm

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך computer expert »

😢😢😢
איך האלט עס נישט אויס פאר דיר און פאר דיין ברידער
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

מיין תגובה אויף דעם בריוו שטייט דא
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

אז מ'רעדט שוין,

איך האב יאאארן צוריק געהערט א ריקארדינג פון ר' ירמי' דמן ווי ער גראמט ביים דינער פון בוני עולם אין בארא פארק, ס'האט מיך דאן צונומען פאר טעג,

אויב קען עס איינער אהערשאפן וועט עס אפשר ברענגען נאך עטליכע מאה'לעך
אוועטאר
בעסטע חבר
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:06 pm

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע חבר »

א הייסע קאווע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:05 am
בעסטע חבר האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:02 am
ווי קען מען געבן געלט פארן קאמפיין?
😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭😭
אויפטרייבן סכומים - מהפכה!!!
שכח
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

😭😭😭

גארנישט קען איך נישט צולייגן...
מניעות
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 11, 2022 11:39 pm

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מניעות »

כבין געפרוירען...כוויין מיין הארץ גייט אויס....
"די וועלט איז הפקר-אבער סאיז נישט קיין הפקר וועלט!"
מפי הרב פנחס מרדכי וועבער
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מיין ברודער'ס בריוו צום 'מהפיכה'.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

יוש!
שרייב תגובה

צוריק צו “רעוואלוציע”