property management ארום און ארום

אלע סארט פראפערטי מענעדזשמענט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פראפערטי מענידזשמענט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 11:05 am

property management ארום און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפערטי מענידזשמענט »

אזוי ווי עס זענען דא אסאך אידן וגם אני בתוכם וואס זענען זיך מתפרנס פון מענידזשען פראפערטיס; סיי אזעלכע וואס געפינען זיך אין געגענט און ווי אויך דירה'לעך ארויס פון געגנט וואלט געווען אינטערעסאנט צו עפנען אן אשכול ווי מ'קען זיך צונויפשמועסן איינער מיטן צווייטן און אזוי הערן געדאנקען וויאזוי צו פירן די בעסטע סיסטעם וואס איז נאר שייך.
לעצט פארראכטן דורך פראפערטי מענידזשמענט אום דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:47 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2399
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: מענידזשען פראפערטיס אזוי ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

ארום אין ארום
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מענידזשען פראפערטיס אזוי ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שיינע געדאנק.

איין זאך וואס כ'האב שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול ולא עלתה בידי.

אסאך מוטשענען זיך מיט טענעטס פאר מען נעמט א נייע טענענט גייט מען דורך שבעה בדיקות און נאכדעם איז מען נאכאלץ נישט פארזיכערט.

איך וואלט געעפענט א עקסעלשיט פארשטייט זיך נאר היימישע זאלן האבן עקסעס און ווען מען פארשיקט א טענענט וואס מ'האט זיך צאמגעליטן זאל מען אריינלייגן יענעם'ס נאמען און קורץ די פראבלעם, און נאר אין פלעצער ווי ס'איז דא פילע היימישע לענדלארדס בראנקס יאנקערס ניוארק ראוועי לינדען וכו'.

איך וואלט געהאלטן אז דאס איז מורא'דיגע, נישט אלעמאל פיילט מען א עוויקשאן אז ס'זאל ארויפגיין אויף יענעם'ס נאמען און נישט אלעמאל ווערט די עוויקשאן געפיילט אויף אלע טענעטס און מארגן קען ער אפלייען פאר א דירה מיט די טאכטערס נאמען....
יאנקאוויטש
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 12:14 pm

תגובה דורך יאנקאוויטש »

נישט קיין שלעכטע געדאנק, אבער סאיז דא א עצה צו נעמען לענדלארד רעפערענץ. געווענטליך אויב סאיז א היימישער וועט ער זאגן דעם אמת.

יאנקאוויטש האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 12:03 pm

שוין געהאט דער לענדלארד האט נישט געוואלט זאגן צוליב'ן ווילן פטור ווערן פון יענעם...

נישט אלעמאל געט די טענעט י די ריכטיגע נומבער..
א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

Re: מענידזשען פראפערטיס אזוי ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גאנץ יאר פרייליך »

אין א זייטיגע נאטיץ וואלט געווען זייער כדאי צאמצושטעלן א מסודר׳דיגע ליסטע פון היימישע יונגעלייט וואס טוען מענעדזשמענט אין גוי׳שע געגענטער, איך ווייס פון אסאך אירע וואס וואלטן געקויפט סאך מער פראפערטיס אין ווייטערע געגענטער ווען זיי וויסן ווען פון א היימישע מענעדזשמענט וואס זיי קענען זיך פארלאזן אויף
#איך פארנעם די מינימום פלאץ ווען איך פארק!

ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד
יאנקאוויטש
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 26, 2021 12:14 pm

Re: מענידזשען פראפערטיס אזוי ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקאוויטש »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 12:11 pm
יאנקאוויטש האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 12:03 pm
נישט קיין שלעכטע געדאנק, אבער סאיז דא א עצה צו נעמען לענדלארד רעפערענץ. געווענטליך אויב סאיז א היימישער וועט ער זאגן דעם אמת.
שוין געהאט דער לענדלארד האט נישט געוואלט זאגן צוליב'ן ווילן פטור ווערן פון יענעם...

נישט אלעמאל געט די טענעט י די ריכטיגע נומבער..
פארדעם האב איך געשריבן געווענטליך.

יאך קאל קיינמאל נישט די נומער וואס דער טענענט גיט. איך זוך אויף גוגל.
פראפערטי מענידזשמענט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 11:05 am

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפערטי מענידזשמענט »

כ'בין פארמישט אין א פראפערטי ווי מ'דארף ארויסדינגען מערערע דירות, כ'האב געהאט א טיים פרעים ווי לאנג מ'האט געהאט פאראויס פלאנירט אז עס גייט נעמען אבער למעשה גייט עס שטאטער ווי מ'האט פלאנירט.

מ'האט געטון אלע עדווערטייזונג וואס איז נאר שייך און אזוי אנגעהויבן ריקן אפארטמענטס בס"ד.

די דירות זענען נישט אין די בעסטע געגענט אבער אין זייער א שיינע און גוטע צושטאנד, מ'האט שוין ב"ה פארדינגען איבער צען דערפון אבער מ'דארף נאך ארבעטן פאר א שיין ביסל.

כ'וואלט געקענט באשטיין צו הערן אויב איינער האט געהאט עקספעריענס מיט געוויסע טעכניקס וואס האט געהאלפן שטיפן דירות אויף א שנעלערע ספיד.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6868
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די מארקעט איז אין די אדמה יעצט.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
פראפערטי מענידזשמענט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 11:05 am

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפערטי מענידזשמענט »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:12 pm
די מארקעט איז אין די אדמה יעצט.
די מארקעט צו קויפן איז גאנץ שווער, זעהסט עס אויך ביים מענעדזשען עקזעסטירנדע אפארטמענטס?

ס'לאזט זיך זאגן אז ריעל עסטעיט איז געווארן די מערסטע אפעקטירט פון אלע אנדערע אינדוסטריעס צוליב וואס איז גאר שטארק געבויעט אויף ראטעס.

די פראפיט אין אלגעמיין איז אסאך נידריגער ווי אין געווענליכע ביזנעס, דעריבער אז די ראטעס זענען אזוי הויך איז די גאנצע מארקעט געגאנגען כאדאראם.

איינער וואס פארקויפט א פראפערטי אין די יעצטיגע טעג דארף מען גוט בודק זיין, ס'מוז זיין אדער אז די פראפערטי איז אין גאר א שלעכטער צושטאנד וואס מאכט אים מוזן פטור ווערן דערפון פאר יעדע פרייז, אדער צוליב וואס ער איז איינגעזאלצן מיט א בייסעדיגע לאון וואס לאזט נישט קיין מנוחה.

מ'וועט מוזן ווארטן ביז די גוטע צייטן קומען צוריק, אבער אין די זעלבער צייט גייט מען ווייטער זיכער מאכן אז וואס מ'האט יא זאל בלייבן אין א גוטער צושטאנד בס"ד.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6868
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

פראפערטי מענידזשמענט האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:47 pm
שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:12 pm
די מארקעט איז אין די אדמה יעצט.
די מארקעט צו קויפן איז גאנץ שווער, זעהסט עס אויך ביים מענעדזשען עקזעסטירנדע אפארטמענטס?
איך רעד פון רענטלס. עס איז טויט

עט ליעסט אין נוי יארק סיטי, האסט נישט געשריבן קיין לאקעישאן דאכט זיך מיר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
פראפערטי מענידזשמענט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 11:05 am

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפערטי מענידזשמענט »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 1:35 pm
פראפערטי מענידזשמענט האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:47 pm
שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:12 pm
די מארקעט איז אין די אדמה יעצט.
די מארקעט צו קויפן איז גאנץ שווער, זעהסט עס אויך ביים מענעדזשען עקזעסטירנדע אפארטמענטס?
איך רעד פון רענטלס. עס איז טויט

עט ליעסט אין נוי יארק סיטי, האסט נישט געשריבן קיין לאקעישאן דאכט זיך מיר
כ'בין גראדע נישט לאקעיטעד אין ניו יארק, וואס איז טאקע פשט אז די רענטל מארקעט זאל זיין טויט, מענטשן דארפן האבן צו וואוינען.

אויב עפעס וואלט די סברה געזאגט אז ווען ס'איז שווער צו קויפן גייט מען כאטש פאר צייטווייליג אין א געדינגענע הויז. נישט אזוי?

יכול להיות אז מענטשן זוכן נישט מאכן קיין טויש אין א צייט וואס די עקאנאמיע איז נישט סטאביל, אויב האט מען זיך ביז היינט אן עצה געגעבן מיטן וואוינען ביים באבען אין בעיסמענט וועט מען אויסהאלטן פאר נאך אביסל ביז ווען זאכן וועלן גיין אין בעסערן ריכטונג.
פראפערטי מענידזשמענט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 11:05 am

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפערטי מענידזשמענט »

כ'וואלט מיטגעטיילט עטליכע זאכן וואס איך האב געטון צו ברענגען פאטענציאלע טענטענעס.

חוץ רופן מערערע לאקעל עידזשענעטס און עדווערטייזן איבעראל האב איך געמוזט נעמען נאך שריט צו ריקן די זאך ווייטער בס"ד.

כ'האב געמאכט א ריפערל פראגראם וואס האט זיך גאנץ גוט איינגעגעבן, דהיינו מ'האט אויסגעטיילט צעטלעך פאר אלע איינוואוינער אין די געגענט אז ווער עס גייט ברענגען א פרישע טענענט צו סיינען א ליעס וועט מען באקומען א סומע פון 250 דאלער. ס'האט זיך גאנץ פיין אויסגעארבעט ווייל ווען א משפחה מיטגליד ווייסט פון א צווייטע משפחה מיטגליד וואס זוכט א הייזקע וועט זיין גאר בייהילפיג די פאקט אז ער האט קרוב משפחה נעבן זיך און אסאך פון זיי האבן הנאה פון וואוינען נעבן באקאנטע.

כ'האב אויך גערופן מערערע עידזשענסיס וואס זענען אקטיוו אין די געגענט און אזוי נאכגעגאנגען מערערע סובסידייד טענענטס וואס איז אייביג בעסער ווי גארנישט.

פארשטייט זיך מ'האט באהאנגען די אומגעגענעט מיט שילדן, אויסגעלייגט פלאקאטן ביי די לאקאלע גאז סטאנציעס און וואס נישט.

כ'זוך נאך געדאנקען צוליב וואס ס'איז א שיינע פאר אפארטמענטס זענען נאך ליידיג. אבער לאמיר האפן פאר די בעסטן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פראפערטי מענידזשמענט האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 2:04 pm

אפפער אינסענטיווס. למשל, די ערשטע חודש רענט פרי.
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

פראפערטי מענידזשמענט האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 2:04 pm
כ'וואלט מיטגעטיילט עטליכע זאכן וואס איך האב געטון צו ברענגען פאטענציאלע טענטענעס.
בעסטן.
סאונדס זייער אנארטאדאקס די מעטאדס, ווייזט עס נישט אויף שטארקע דעספערעישען פאר די טענענטס?
לוינט נישט ענדערשער צו וווארטן און אנפילן מיט אנשטענדיגע טענענטס ? ווי פרובירן צוצוען כל צרוע וכל זב מיט ריפערעלס.

אגב, רעדסט פון פארשטופטע געגענטער?
פראפערטי מענידזשמענט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 15, 2023 11:05 am

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפערטי מענידזשמענט »

intellectual האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 4:12 pm
פראפערטי מענידזשמענט האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 2:04 pm
כ'וואלט מיטגעטיילט עטליכע זאכן וואס איך האב געטון צו ברענגען פאטענציאלע טענטענעס.
בעסטן.
סאונדס זייער אנארטאדאקס די מעטאדס, ווייזט עס נישט אויף שטארקע דעספערעישען פאר די טענענטס?
לוינט נישט ענדערשער צו וווארטן און אנפילן מיט אנשטענדיגע טענענטס ? ווי פרובירן צוצוען כל צרוע וכל זב מיט ריפערעלס.

אגב, רעדסט פון פארשטופטע געגענטער?
כ'רעדט פון א געגענט מיט הויכע קרייעם וואס אויטאמאטיש פארטרייבט עס מענטשן מן הישוב. כ'בלייב איבער צו אויסוועלן דעם בוחר רע במעוטו.

על אף וואס איך בין דעספערט וועל איך נישט אנעמען איינער וואס טיקט נישט אלע באקסעס, דהיינו האבן גענוג אינקאם, א קלינע רעקארד אא"וו.
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: מענידזשען פראפערטיס אזוי ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

א גאנץ יאר פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 12:11 pm
אין א זייטיגע נאטיץ וואלט געווען זייער כדאי צאמצושטעלן א מסודר׳דיגע ליסטע פון היימישע יונגעלייט וואס טוען מענעדזשמענט אין גוי׳שע געגענטער, איך ווייס פון אסאך אירע וואס וואלטן געקויפט סאך מער פראפערטיס אין ווייטערע געגענטער ווען זיי וויסן ווען פון א היימישע מענעדזשמענט וואס זיי קענען זיך פארלאזן אויף
גוטע איידיע.
אידישע פראפערטי מענעדזשמענט קאמפעניס איז דא אסאך. די בעסטע איז אויב מ'קען שרייבן פירמעס מיט וועמען מ'האט געהאט א פערזענליכע ערפארונג, ווייל סתם שיסן א ליסטע איז נישט קיין גרויסע תורה.
לעצט פארראכטן דורך קוגל מיט פיקל אום זונטאג יוני 04, 2023 12:52 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9523
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

A1 management איז ראבינאוויטש?
אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: מענידזשען פראפערטיס אזוי ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מיט פיקל »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 11:50 am
שיינע געדאנק.

איין זאך וואס כ'האב שוין לאנג געוואלט עפענען א אשכול ולא עלתה בידי.

אסאך מוטשענען זיך מיט טענעטס פאר מען נעמט א נייע טענענט גייט מען דורך שבעה בדיקות און נאכדעם איז מען נאכאלץ נישט פארזיכערט.

איך וואלט געעפענט א עקסעלשיט פארשטייט זיך נאר היימישע זאלן האבן עקסעס און ווען מען פארשיקט א טענענט וואס מ'האט זיך צאמגעליטן זאל מען אריינלייגן יענעם'ס נאמען און קורץ די פראבלעם, און נאר אין פלעצער ווי ס'איז דא פילע היימישע לענדלארדס בראנקס יאנקערס ניוארק ראוועי לינדען וכו'.

איך וואלט געהאלטן אז דאס איז מורא'דיגע, נישט אלעמאל פיילט מען א עוויקשאן אז ס'זאל ארויפגיין אויף יענעם'ס נאמען און נישט אלעמאל ווערט די עוויקשאן געפיילט אויף אלע טענעטס און מארגן קען ער אפלייען פאר א דירה מיט די טאכטערס נאמען....
אין ניו דזשערסי איז היינט דא אסאך היימישע רענטל בראוקערס. בדרך כלל ווען זיין לייגן עפעס ארויס נעמט נישט צו לאנג ביז מ'טרעפט א טענענט. [פארשטייט זיך אז ס'ווענדט זיך וואס, ווען און וואו אבער מ'רעדט בדרך כלל]. היינט ווערן ליסטינגס ארויפגעלייגט אויף אלע פלאטפארמעס מיט איין קוועטש אויפ'ן קענפל.

אין די רענטל אינדוסטריע קומט פאר אסאך פראוד, בפרט ביי נישט אידישע פירמעס וואס זוכן אריינצושטופן טענענטס ווי שנעלער. מעשים בכל יום אז פעי-סטאבס ווערן געפעלטשט וכו'.
אידישע רענטל קאמפעניס זענען גאר פארלעסליך בדרך כלל. און ס'לוינט זיך אראפצוצאלן די איין חודש רענט. און אסאך אידישע קאמפעניס ווייסן צו ניצן דעם אידישן קאפ זיך צו דערגרונטעווען און זיכער מאכן אז אלעס איז לעגיטים.

לגבי די עקסעל שיעט... כ'זע באמת נישט וואס די אויפטו דערפון איז... ס'דאך דא הונדערטער טויזנטער אפליקאציעס וואס קומען אן צו רענטל בראקערס טאג טעגליך, סתם רעקארדירן נעמען פון פראבלעמאטישע טענענטס?... און דאס וועט מאכן אזא דאטא בעיס?... פליז...
Chiem Rosenberg 2435
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:27 am

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chiem Rosenberg 2435 »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:12 pm
די מארקעט איז אין די אדמה יעצט.
רענטעלס? ווערט יעצט בעסער

מיינע טאא סענס.

טרעפן טענענטס. אויב ביסטי א לענדלארד וואס האט נאר קליינע בילדינגס ניץ נישט קיין גרויסע בראקער קאמפעניס. זיי האבן וויכטיגערע קלייענטס. ניץ א בראקער וואס דארף ציקימען צי דיין פאר דאללער אין ארבעט האנט ביי האנט מיט אים. איך פלעג ניצן א גרויסע קאפמפעני וואס דער היימישער עולם ניצט זייט איך האב געטוישט האב איך ממש נישט קיין וועקענסיס
Chiem Rosenberg 2435
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:27 am

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chiem Rosenberg 2435 »

אינטערעסאנט צי הערן וואס דער עולם דא האלט.
לגבי NYC . ווער צאלט די בראקער פי. לענדלארד אדער טענענט? איך פרעג לגבי די קאררענט מארקעט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6868
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

Chiem Rosenberg 2435 האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 8:41 pm
שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:12 pm
די מארקעט איז אין די אדמה יעצט.
רענטעלס? ווערט יעצט בעסער
נאופ. דאס איז אמאל געווען די האט סיעזאן, און עס איז ׳אביסל׳ בעסער ווי דריי וואכן צוריק. נישט פון דעם רעדט מען סוף מאי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
Chiem Rosenberg 2435
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2022 10:27 am

Re: מענידזשען פראפערטיס ארום און ארום!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Chiem Rosenberg 2435 »

שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 9:30 pm
Chiem Rosenberg 2435 האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 8:41 pm
שאינו יודע האט געשריבן: זונטאג מאי 21, 2023 12:12 pm
די מארקעט איז אין די אדמה יעצט.
רענטעלס? ווערט יעצט בעסער
נאופ. דאס איז אמאל געווען די האט סיעזאן, און עס איז ׳אביסל׳ בעסער ווי דריי וואכן צוריק. נישט פון דעם רעדט מען סוף מאי
לגבאי די שנעלקייט פין אנפילען געב איך דיר גערעכט. אבער די פרייז איז שוין ארויף
שרייב תגובה

צוריק צו “מענעדזשמענט”