פריגאזשין איז טויט!!!

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

אבזערוואציע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:33 am
דורך געטראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:32 am
אוודאי האט אבאמא געהרגעט זיין קעכער
פארוואס נישט
טראמפ האט געהארגעט זיין פלאמבער
ס’פאר פרי
וועלכע סוער ארבעטער? (איידעלער)
א צווילינג פון די קעכער וואס אבאמא האט דערשטיקט בשתי ידיים
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

מסודר'דיג האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 10:21 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 5:48 pm
האלצשטיין האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 5:45 pm
דער עולם האט ערנסט געטרונקען רוסישע וואדקע היינט...
עס איז דאך די ייטב לב יארצייט
נו דער תוספות יום טוב'ס יארצייט...
סאוו מען קין ג'יין צום ציון אין וויליאמסבורג?
אוועטאר
אבזערוואציע
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 5:15 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערוואציע »

דורך געטראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:35 am
אבזערוואציע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:33 am
דורך געטראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:32 am
אוודאי האט אבאמא געהרגעט זיין קעכער
פארוואס נישט
טראמפ האט געהארגעט זיין פלאמבער
ס’פאר פרי
וועלכע סוער ארבעטער? (איידעלער)
א צווילינג פון די קעכער וואס אבאמא האט דערשטיקט בשתי ידיים
די שיפל האט נישט געהאט קיין פענסטער.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יעגוועני פריגאזין - פוטינ'ס קעכער מיט טיפע פארבינדונגען צו די גרעסטע מאפיאנערן און די שרעקעדיגסטע פערזאנען אינעם לאנד, און מסתם איינע פון די מענטשן מיט די מערסטע וואוסנשאפט וויאזוי פוטינ'ס אומפארגעבליכער מארד מאשין ארבעט - איז טויט דורך פוטינ'ס לאנגע האנט.

וויאזוי איז ער נישט געווען גענוג פארזיכטיג, און וואס איז די פרייז וואס פוטין וועט צאלן?

*

פריגאזין האט אזא צוויי מאנאטן צוריק געמאכט אן איבערגעאיילטער נארישער אומאיבערגעטראכטער שריט, ער האט מארשירט מיט זיינע קרעפטן אין רוסלאנד, איבערגענומען שטעט, און בלאקאדירט די מיליטערישע הויפטקוואטירן אין די שטעט, ער האט אפן פארלאנגט א טויש, און פארעפנטליכט פאר די גאנצע וועלט ווי ער מארשירט קיין מאסקווע ואין מי יעמוד נגדו.
די נארישקייט האט ער געטון צוליב וואס ער האט זיך געשפירט זייער צעדרוקט אונטער די נייע פוטין פארארדענונג אז אלע פריוואטע ארמייען דארפן אונטערגיין אונטער ארמיי קאנטראל, און ער האט נישט געהאלטן ביים ארבעטן מיט זיינע מושטירטע טרופן וואס זענען מושטירט צו נוצן שכל און אויסנוצן געלעגנהייטן אויפן שלאכטפעלד, און זיי אריין שטעלן אין א מסגרת וואס איז געמאכט פאר רוסישע פויערן מיט מינימאלע טרענירונג - זיץ ווי א שטיקל קאנאן פלייש און ריר נישט דיין פינגער אנע באפעל פון דיין קאמאנדיר וואס דארף עס הערן פון זיין קאמאנדיר א.א.וו. איש מפי פיש ביז פוטין...
די דאזיגע פארגעשריטענע רוסישע מהלך וויאזוי די מיליטער פונקציאנירט האט זיי געברענגט שטוינענדע זיגן אויפן שלאכטפעלד, און טאקע נאר מיט די הילף פון פריגאזינ'ס קעמפפער מיט אייגענע רולס וואס מעגן יא טון זאכן וואס לייגן זיך אויפן שכל איז געלונגען פאר די רוסן אז באקמוט זאל פאלן.

פריגאזין האט דאס נישט געהאלטן ביים אויפגעבן, און פרוסטרירט פארוואס פוטין ערלויבט אים נישט צו אנגיין מיט א פרי פעסס האט ער באשלאסן אז דאס מוז זיין אז זיינע דם שונאים אינעם מיליטערישן גענעראלן שטאב האבן אנגעהעצט פוטין קעגן אים און פוטין הערט נישט זיין זייט, און ער זאל רעדן צו אים העט ער קנאפ אויפטון ווייל ער דרייט זיך דאך אויפן שלאכטפעלד, טא ווי סאך צייט האט ער צו רעדן מיט פוטין? זיינע שונאים זיצן דאך דארט אין מאסקווע מיט געהויבענע פיס, זיי האבן א גאנצן טאג נאך ער לייגט אראפ ווי זיי קענען צוריק דרייען און איבערצייגן פוטין אז ער רעדט בלויזע נארישקייטן ווייל ער וויל מאכט און אלע מרעין בישין, ולמלך איננו שוה להניחו....

נו שוין, די שונאים האבן געהאט א מעכטיגע סוקסעס, פריגאזין איז געווען ערנסט פארלוירן, האט ער באשלאסן צו נעמען א ריזיקע, ער גייט אפן ארויס טרעטן קעגן די גבאים אז זיי העצן אויף דעם רעבין, אפשר אזוי כולי האי ואולי העט אים געלונגען צו שאפן אן אוזן קושבת ביים מלך, ער גייט אים צייגן די אומקאמפאטענץ פון די מיליטער, און אין די זעלבע צייט די סוקסעס ראטע פון זיין פריוואטע ארמיי, און זאל פוטין אליינס זען למי החותמת ולמי הפתילים...

ער האט אנגעהויבן זיין מארש פאר יוסטיץ, און סוקסעספול איינגענומען ראסטאוו ביז רגעים, שטייצעך די שונאים זענען שנעל אריין געלאפן צום רעבין און איינגעמאלדן זעסט, אשר יגורנו בא, איך ווארן דיר שוין לאאאאאנג אז דער איז א מאכט-הונגעריגער פארשוין, און מען ברויך אים באצייטנס אונטערברענגען, והנה, און אט, האסט אים געטרויעט, האסט אים געלאזט לויפן, יעצט עס דיינע פירות...
מיר האבן א מעכטיגע ארמיי, קיינער קען זיי נישט בייקומען, אבער זע נאר ווי זיי זענען דיר געטריי, זיי וואגן זיך נישט צוצורירן צו... 'דיינע מענטשן'. יעדער דא אין לאנד ווייסט אז דו האסט צוטרוי אין פריגאזין, יעדער ווייסט ער איז דיינס א מענטש, נאר דערפאר רירט אים קיינער נישט צו... און אזוי האבן זיי אים אנגעהעצט כדבעי, און פריגאזינ'ס מעכטיגע פלאן איז צעפאלן, עט דיס פוינט האט ער געקענט זאגן פאר פוטין וואס ער וויל, זיין טויט שיין איז שוין געווען פאר'חתמ'עט.

פוטין איז ארויסגעקומען אין פובליק אים הייסן זיך אפשטעלן, און עס באצייכנט אלץ רעוואלט, זיינע אליאירטע אינעם ארמיי האבן באקומען א נאטיץ אז אויב זייער לעבן איז זיי טייער זאלן זיי אים זאפארט אפשטעלן, און פריגאזין אליינס האט באקומען אומצאליגע מעסידשעס פון יעדער איינער וואס האט נאר געהאט זיין נאמבער אז העי! ביזטו משוגע?! סטאפ דעי רגע, וואס איז דעי רעוואלט דא?!
פריגאזין האט זיך גערישט אויף דרוק פון די מיליטער, ער האט נישט געהאלטן שייגאו העט אים לאזן קומען, האט ער זיך אויסגעלאכט, און יעדעם שיין ערקלערט זיין גאר גאר גאר לאגישע און זעלבסטפארשטענדליכע פיליזאפישע ערקלערונג אז עס איז בכלל נישט קיין רעוואלט, בלויז א מארש פאר יוסטיץ, ער צילט נישט פוטין, ער צילט סך הכל צו איבערצייגן פוטין אז ער איז ארום גענומען מיט אומקאמפעטענטע שלימזלישע עגאאיסטן וואס לייגן זייער אינטערעסן סאאאאך בעפאר זיינע, און שוין.
זיינע גוטע פריינט האבן אים אלע מסביר געוועזן אז האלא, האסט געמאכט א ביג מיסטעיק, דער מלך שוימט פאר כעס, מען האט אים איבערצייגט אז ביזט אן אינסערעקשאניסט, און שוין, געב אויף אויף דיין חלום און מארש...

איצט ווען ער וואלט ווען לכתחלה געווען גרייט צו שטירצן פוטין וואלט ער פשוט געגאנגען ווייטער, מיטן פשוט'ן חשבון אז טויט איז ער עניוועיז, נו שוין, לאז אים טרייען זיין לאק.
ער איז דאך אבער נישט געקומען מיט אזא פלאן, און ער האט דאס קיינמאל נישט געטראכט פון טון, טא איז ער אריין אין א צעמישעניש, זיין שכל זייט האט געשריגן צו זיינע פארהאנדלער אינערהאלב די קרעמלין אויב אזוי בין איך סייווי טויט, טא קודם גיי איך ווייטער...
האבן אבער אלע זיינע קאנטאקטן אינעם קרעמלין געארבעט אווערטיים אים צו איבערצייגן אז נעע, האסט אונז דא בבית המלכות, אונז גיימיר ממליץ זיין פאר דיר, אונז גיימיר מסביר זיין פאר פוטין אז האסט גארנישט געמיינט, פארקערט גאר, האסט געצילט זיין טובה, אונז גיימיר אים אויפקלערן אז ער איז ארום גענומען מיט א כאפטע עגאאיסטישע מטורפים, און ער זאל זיך באצייטנס פון זיי אפשאקלען, אבער יעצט ווי נאר מיר באווייזן זיך די פנים באזידלט ער אונז אלץ דיינע קראוניס, דיינע שותפים, מיר קענען ניטאמאל קומען צום ווארט, דו צי דיר צוריק, מיר וועלן אריין גיין צו אים מעלדן די גינסטיגע נייעס אז האסט זיך צוריק געצויגן, העט ער זיך דאך בארואיגן, און אונז וועל מיר אים פארליינען די גאנצע מגילה מיט אלעס וואס דו האסט אלץ געטון לטובתו, און אלע שגץ שטיק וואס די יושבים ראשונה במלכות טוען אלץ, און אזוי וועסטו דערגרייכן דיין ציל.

נו שוין, דברים של טעם, און נאכן עס איבערזאגן גענוג מאל, און פון די אנדערע זייט די גערעגטע דראאונגען, און פון די דריטע זייט די טרוקענע רעאליטעט אז נעמען מאסקווע מיינט א בירגער קריג, און נאך אפאר מציאות'ן וואס זענען אים געקומען פאטשן אין פנים, און דאס אלעס האט אים איבערצייגט זיך צו ברעכן און זיך צוריק ציען, ער האט געוואוסט אז דאס איז נישט קיין גוטע איידיע, אבער האט נישט געזען קיין אנדערער אויסוועג פונעם פלאנטער.

אחר הדברים האלה כשוך חמת המלך פוטין, זכר את יעגוועני, ואת אשר עשה, ואת אשר נגזר עליו...
ער האט געדענקט די ציפעדיגע בזיונות וואס פריגאזין האט אים אנגעמאכט, ער האט געדענקט די שענדליכע רעוואלט וואס ער האט אנגעפירט, ער האט געדענקט אלעס וואס די מיליטער האט אים אריין געפרעדיגט איבער פריגאזינ'ס מאכט-הונגער, ער האט געדענקט יעגוועני'ס ווידעא'ס וואס ער געט ארויס די לעצטערע מאנאטן אפעלירנדיג צום פאלק, ער האט געדענקט די פראטאקאל וויאזוי מען באהאנדלט פאטענציאלע פאליטישע קעגנער, און ער האט געדענקט די טויט אורטייל וואס ער האט שוין באשטעטיגט קעגן פריגאזין, עס איז שוין געווען פארזיגלט - מיט בלוט!

איין אויבער חכם האט פראבירט ממליץ צו זיין אויפן אינסערעקשאניסט האט ער זיך געטראפן אונטער גראטעס, די רעשט זענען געבליבן שטיל.... פוטין האט געוואוסט ער האט געמוזט צוזאגן עניטינג ענד עווריטינג אבי פריגאזין זאל זיך צוריק ציען, אבער די בונד צווישן אים און יעגוועני איז געווען דערנאך, כמים פנים אל פנים כן לב האדם, קיינע פון די צוויי האבן זיך נישט געטרויעט איינער דעם צווייטן מער, די אמאליגע טראסט איז געגאנגען ביי ביי, במקומו איז ארויפגעקומען אפאר שטאק שרעק ציטער און קאמפלעקס, ווען ביידע האבן געציטערט אז דער צווייטער פראבירט אים אונטערצוהאקן.

יעגוועני פריגאזין האט געהאט גאר מאכטפולע קאנטאקטן, פוטין האט אויך מורא געהאט פון זיי, ער האט געוויסט אז פריגאזין קען אנדרייען מהומות אזש שייגאו מיט זיין מיליטער העלן דארפן פיזיש באוואכן מאסקווע מיט טאנקען זיי צו האבן א שאנס איבערצוקומען... די געווענליכע מהלך פון אויפקלינען די מעסס האט נישט געקענט ארבעטן...

די געווענליכע פראטאקאל איז די זעלבע מהלך וואס די מערב וועלט נוצט קעגן טעראריסטן, מען האט נישט קיין צוטריט צום הויפט גייט מען צום דריטן אין ראנג, מען הרג'עט די שלוחים צווישן דער פירער און די באנדע, מען הרג'עט איין נאנטער נאכן צווייטן, ביז צעביסלעך ווערט ער מער און מער א ליימענע קאטשקע, ער קען גארנישט טון ווייל זיינע טרויבארע שלוחים עקזיסטירן מער נישט, די ביסל וואס ער קען יא ציטערט ער צו טון ווייל ער זעט אז מען האלט שוין ממש נאנט צו אים, און ער איז ביזי זיך באהאלטן...
פוטינ'ס חסד של אמת קלינט אויך אזוי אויף א מעסס, קודם ווערן נאוואלני'ס העלפערס ארעסטירט, דערנאך נאך הויכראנגיגע געהילפן, און אזוי ווייטער ביז מען קומט אן צום הויפט פישל.
און אזוי ארבעט אויך כינע, דער יעצטיגער פירער שי דשינפינג האט אין די לעצטע עטליכע יאר געהאלטן אין איין אפרוימען איינער נאכן צווייטן פון זיינע פארגייערס גוטע פריינט, און זיין פארגייער אליינס איז דער נעקסטער אויפן ליסטע - טייל ליינער וועלן געדענקן ווי ביים פאריגן קאמיוניסטישער קאנגרעס האט מען טאקע ארויסגעפירט דשיאנג זעמין אינמיטן די סעסיע, און ער האט קיין סאך נישט געקענט טון סיידן זיך בעטן ביי שי אים אפצושוינען - זיין אמאליגע מאכט איז נאמאר אין עקזיסטענס!

אבער דא מיט אונזער פריגאזין איז א פראבלעם, קודם כל דער האט א וועלט פארבינדונגען, אז פוטין זאל יעצט אנהייבן ארעסטירן איין מאפיאנער נאכן צווייטן העט ער ענדיגן אזא צען יאר ארום, שוין אפגערעדט אז די מאפיאנערן קאנטראלירן אים א דרייפערטל עקענאמיע, און האבן זיך זעלבסט זייערע גוטע פריינט, בקיצור, עס איז נישט א לוינבארע געשעפט...
די כינעזער, זיי זענען מער רואיגע סאלידע דורכגעטראכטע מענטשן, עס לוינט זיי א צען יעריגע אינוועסטמענט פאר אבסאלוטע מאכט, אבער פוטין איז דאך נישט אזא איינער, ער איז אן אומפולסיווער פארשוין, און דארף אינסטענט רעזולטאטן, טא דאס איז אויסגעשלאסן.

האט מען געדארפט גיין פון אויבן אראפ, מען מעמט די קאפ אונעם שלאנג, און מען האקט עס אפ, און בומפס, ער איז נאמאר דא, יעצט וואס?
די מאפיאנערן רירט מען נישט צי, זיי גייען זיך נישט אריין מישן ווייל זייער נאנטער פריינט איז געשטארבן, מ'ווישט זיך אפ ס'נאז און נעקסט קעיס, פריגאזין איז געווען דער איינציגסטער וואס האט זיי געקענט אנדרייען זיך אנצונעמען פאר אים - און אפשר אויך אוטקין - כאטש זיכער נישט אויף די זעלבע פארנעם - אבער יעצט אז נאו מאר פריגאזין, איז נישטא ווער עס זאל מאכן פראבלעמען... וואגנער אליינס גייט נישט אונטערנעמען אן אפענסיווע קעגן די קרעמלין אנע הילף פון פריגאזינ'ס פריינט אין מאסקווע...

פריגאזין האט אבער אויך געוואוסט אז ער איז יעצט נומער איינס ציל, און אז זיין לעבן פארמאגט א קנאפע ווערט, אפילו וויכי האט אים נישט געוואלט געבן קיין לייף אינשורענס פאליסי, טא ער פון זיין זייט האט זיך באווארנט, ער האט געהאט א גאנצע סיקרעט סערוויס אפאראט ארום זיך מיט באוואפנטע לייבוועכטער וואס האבן אים באוואכט רונדע דעם זייגער, ער איז געגאנגען אויף מיטינגען מיט פוטין, און זיינע שמעק הינט האבן אויסגעשמעקט די פליגער און אלסדינג, ער האט קיינעם נישט געטרויעט, ענד דער איז נאו וועי אז ער האט ארויפגענומען א לעצט מינוטיגע וויין געשאנק, ער קען דעי געים צי גוט...

אבער איין זאך איז אים נישט בייגעפאלן, אז פוטין העט נעמען די גאטס פשוט און פראסט צו שיסן א מיסיל אויף א פליגער וואס פליט דאמעסטיק פון רוסלאנד צו רוסלאנד, נישט נאנט צו קיין שלאכטפעלד, און פלעין דערנאך לייקענען און שוין...
און עס איז מעגליך אז דער קעכער האט גוט געקענט פוטין, ער האט געוואוסט דאס גייט ער נישט טון, און די לעצט צוויי מאנאטן פראבירט טאקע פוטין צווישן יעדע מיטינג ארויף צו שמוגלען א באמבע, אדער א צילשיסער, אדער וואטעווער, אבער יעגוועני'ס לייבוועכטער האבן פשוט געמאכט צי א גוטע דשאב, דערפאר איז ער געבליבן נאר מיטן אפציע פון אראפשיסן מיט די עיר דעפענס.
סתם פון די פאקט אז אלע וואגנער פירער זענען געווען אויפן פליגער קען מען זען ווי פארזיכערט דאס איז געווען, זיי האבן געוואוסט אויף הונדערט פראצענט אז זיי גייען לאנדן בשלום, זיי האבן אדורכגעטשעקט די סעקיוריטי עד הסוף.

און אזוי האט פוטין געבראכן איינע פון זיינע לעצט פארבליבענע גדרים פון נישט נוצט עיר דעפענס אין רוסלאנד אראפצושיסן א פליגער, און דערמיט האט זיך געענדיגט די פריגאזין עפאכע.
אוועטאר
נייעס אגענטור
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 18, 2023 8:47 am

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעס אגענטור »

חי' ועוף האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 4:10 pm
קליינע חיה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:41 pm
קען איינער אריינקומען מיט אביסל מער דעטאלן

ווי האט די פליגער אראפ געקראכט?

איז ד א ווידיאו פון די עקטשול קראך?

וואס איז פשט אז איין פליגל האט דיסיידעד צו פליען פאר זיך אליין? ([ b]ווי געזען אויפן ווידאוי [/b])

פון ווי קומט פריגאזין?

צו ווי איז ער געגאנגען?

איז דא א באשטעטעגטע בילד פונעם טויטן?
ווי איז דא א ווידיא?
https://drive.google.com/file/d/1zWuu76 ... sp=sharing
נ ייעס~אגענטור , נייעס פון די גאנצע וועלט סערווירט צו די גאנצע וועלט!
הערות אין קאמענטארן~שרייב עס אראפ!
קריטיק~לאז דעך אויך הערן! אבער אויב מעגליך אין אישי !
אויב האסטו הנאה געהאט געב א לייק!
בילד
אוועטאר
א געשעפט האב איך
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 04, 2021 7:37 am
לאקאציע:אין געשעפט

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געשעפט האב איך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 4:51 am

גאר גוט צענומען דעם יעווגעני!!
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 4:51 am
האט מען געדארפט גיין פון אויבן אראפ, מען נעמט די קאפ אונעם שלאנג, און מען האקט עס אפ, און בומפס, ער איז נאמער דא, יעצט וואס?

צווישען אלע גוטע פראזען און ליינס, איז דאס איז געווען מיין הויכפונקט
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6349
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

@פאליטישע עקספערט זייער שיין!
איז עס געווען א באמבע אדער א מיסל?
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

בדרך אפשר האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:55 pm
@פאליטישע עקספערט זייער שיין!
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

ווי ס'הייסט יעצט איז עס געווען א באמבע באהאלטן אין א טייערע וויין באקס
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

בדרך אפשר האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 12:55 pm
@פאליטישע עקספערט זייער שיין!
איז עס געווען א באמבע אדער א מיסל?
קאכעדיגע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 1:04 pm
ווי ס'הייסט יעצט איז עס געווען א באמבע באהאלטן אין א טייערע וויין באקס

די רוסן? זיי זאגן א באמבע...

לאקאלע צושויער, ערשטע באריכטן, שכל הישר, און אמעריקאנער באאמטע זאגן אן ערד צו לופט מיסיל.

די מציאות? מסתם א מיסיל...
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 4:51 am
יעגוועני פריגאזין - פוטינ'ס קעכער מיט טיפע פארבינדונגען צו די גרעסטע מאפיאנערן און די שרעקעדיגסטע פערזאנען אינעם לאנד, און מסתם איינע פון די מענטשן מיט די מערסטע וואוסנשאפט וויאזוי פוטינ'ס אומפארגעבליכער מארד מאשין ארבעט - איז טויט דורך פוטינ'ס לאנגע האנט.

וויאזוי איז ער נישט געווען גענוג פארזיכטיג, און וואס איז די פרייז וואס פוטין וועט צאלן?

*

פריגאזין האט אזא צוויי מאנאטן צוריק געמאכט אן איבערגעאיילטער נארישער אומאיבערגעטראכטער שריט, ער האט מארשירט מיט זיינע קרעפטן אין רוסלאנד, איבערגענומען שטעט, און בלאקאדירט די מיליטערישע הויפטקוואטירן אין די שטעט, ער האט אפן פארלאנגט א טויש, און פארעפנטליכט פאר די גאנצע וועלט ווי ער מארשירט קיין מאסקווע ואין מי יעמוד נגדו.
די נארישקייט האט ער געטון צוליב וואס ער האט זיך געשפירט זייער צעדרוקט אונטער די נייע פוטין פארארדענונג אז אלע פריוואטע ארמייען דארפן אונטערגיין אונטער ארמיי קאנטראל, און ער האט נישט געהאלטן ביים ארבעטן מיט זיינע מושטירטע טרופן וואס זענען מושטירט צו נוצן שכל און אויסנוצן געלעגנהייטן אויפן שלאכטפעלד, און זיי אריין שטעלן אין א מסגרת וואס איז געמאכט פאר רוסישע פויערן מיט מינימאלע טרענירונג - זיץ ווי א שטיקל קאנאן פלייש און ריר נישט דיין פינגער אנע באפעל פון דיין קאמאנדיר וואס דארף עס הערן פון זיין קאמאנדיר א.א.וו. איש מפי פיש ביז פוטין...
די דאזיגע פארגעשריטענע רוסישע מהלך וויאזוי די מיליטער פונקציאנירט האט זיי געברענגט שטוינענדע זיגן אויפן שלאכטפעלד, און טאקע נאר מיט די הילף פון פריגאזינ'ס קעמפפער מיט אייגענע רולס וואס מעגן יא טון זאכן וואס לייגן זיך אויפן שכל איז געלונגען פאר די רוסן אז באקמוט זאל פאלן.

פריגאזין האט דאס נישט געהאלטן ביים אויפגעבן, און פרוסטרירט פארוואס פוטין ערלויבט אים נישט צו אנגיין מיט א פרי פעסס האט ער באשלאסן אז דאס מוז זיין אז זיינע דם שונאים אינעם מיליטערישן גענעראלן שטאב האבן אנגעהעצט פוטין קעגן אים און פוטין הערט נישט זיין זייט, און ער זאל רעדן צו אים העט ער קנאפ אויפטון ווייל ער דרייט זיך דאך אויפן שלאכטפעלד, טא ווי סאך צייט האט ער צו רעדן מיט פוטין? זיינע שונאים זיצן דאך דארט אין מאסקווע מיט געהויבענע פיס, זיי האבן א גאנצן טאג נאך ער לייגט אראפ ווי זיי קענען צוריק דרייען און איבערצייגן פוטין אז ער רעדט בלויזע נארישקייטן ווייל ער וויל מאכט און אלע מרעין בישין, ולמלך איננו שוה להניחו....

נו שוין, די שונאים האבן געהאט א מעכטיגע סוקסעס, פריגאזין איז געווען ערנסט פארלוירן, האט ער באשלאסן צו נעמען א ריזיקע, ער גייט אפן ארויס טרעטן קעגן די גבאים אז זיי העצן אויף דעם רעבין, אפשר אזוי כולי האי ואולי העט אים געלונגען צו שאפן אן אוזן קושבת ביים מלך, ער גייט אים צייגן די אומקאמפאטענץ פון די מיליטער, און אין די זעלבע צייט די סוקסעס ראטע פון זיין פריוואטע ארמיי, און זאל פוטין אליינס זען למי החותמת ולמי הפתילים...

ער האט אנגעהויבן זיין מארש פאר יוסטיץ, און סוקסעספול איינגענומען ראסטאוו ביז רגעים, שטייצעך די שונאים זענען שנעל אריין געלאפן צום רעבין און איינגעמאלדן זעסט, אשר יגורנו בא, איך ווארן דיר שוין לאאאאאנג אז דער איז א מאכט-הונגעריגער פארשוין, און מען ברויך אים באצייטנס אונטערברענגען, והנה, און אט, האסט אים געטרויעט, האסט אים געלאזט לויפן, יעצט עס דיינע פירות...
מיר האבן א מעכטיגע ארמיי, קיינער קען זיי נישט בייקומען, אבער זע נאר ווי זיי זענען דיר געטריי, זיי וואגן זיך נישט צוצורירן צו... 'דיינע מענטשן'. יעדער דא אין לאנד ווייסט אז דו האסט צוטרוי אין פריגאזין, יעדער ווייסט ער איז דיינס א מענטש, נאר דערפאר רירט אים קיינער נישט צו... און אזוי האבן זיי אים אנגעהעצט כדבעי, און פריגאזינ'ס מעכטיגע פלאן איז צעפאלן, עט דיס פוינט האט ער געקענט זאגן פאר פוטין וואס ער וויל, זיין טויט שיין איז שוין געווען פאר'חתמ'עט.

פוטין איז ארויסגעקומען אין פובליק אים הייסן זיך אפשטעלן, און עס באצייכנט אלץ רעוואלט, זיינע אליאירטע אינעם ארמיי האבן באקומען א נאטיץ אז אויב זייער לעבן איז זיי טייער זאלן זיי אים זאפארט אפשטעלן, און פריגאזין אליינס האט באקומען אומצאליגע מעסידשעס פון יעדער איינער וואס האט נאר געהאט זיין נאמבער אז העי! ביזטו משוגע?! סטאפ דעי רגע, וואס איז דעי רעוואלט דא?!
פריגאזין האט זיך גערישט אויף דרוק פון די מיליטער, ער האט נישט געהאלטן שייגאו העט אים לאזן קומען, האט ער זיך אויסגעלאכט, און יעדעם שיין ערקלערט זיין גאר גאר גאר לאגישע און זעלבסטפארשטענדליכע פיליזאפישע ערקלערונג אז עס איז בכלל נישט קיין רעוואלט, בלויז א מארש פאר יוסטיץ, ער צילט נישט פוטין, ער צילט סך הכל צו איבערצייגן פוטין אז ער איז ארום גענומען מיט אומקאמפעטענטע שלימזלישע עגאאיסטן וואס לייגן זייער אינטערעסן סאאאאך בעפאר זיינע, און שוין.
זיינע גוטע פריינט האבן אים אלע מסביר געוועזן אז האלא, האסט געמאכט א ביג מיסטעיק, דער מלך שוימט פאר כעס, מען האט אים איבערצייגט אז ביזט אן אינסערעקשאניסט, און שוין, געב אויף אויף דיין חלום און מארש...

איצט ווען ער וואלט ווען לכתחלה געווען גרייט צו שטירצן פוטין וואלט ער פשוט געגאנגען ווייטער, מיטן פשוט'ן חשבון אז טויט איז ער עניוועיז, נו שוין, לאז אים טרייען זיין לאק.
ער איז דאך אבער נישט געקומען מיט אזא פלאן, און ער האט דאס קיינמאל נישט געטראכט פון טון, טא איז ער אריין אין א צעמישעניש, זיין שכל זייט האט געשריגן צו זיינע פארהאנדלער אינערהאלב די קרעמלין אויב אזוי בין איך סייווי טויט, טא קודם גיי איך ווייטער...
האבן אבער אלע זיינע קאנטאקטן אינעם קרעמלין געארבעט אווערטיים אים צו איבערצייגן אז נעע, האסט אונז דא בבית המלכות, אונז גיימיר ממליץ זיין פאר דיר, אונז גיימיר מסביר זיין פאר פוטין אז האסט גארנישט געמיינט, פארקערט גאר, האסט געצילט זיין טובה, אונז גיימיר אים אויפקלערן אז ער איז ארום גענומען מיט א כאפטע עגאאיסטישע מטורפים, און ער זאל זיך באצייטנס פון זיי אפשאקלען, אבער יעצט ווי נאר מיר באווייזן זיך די פנים באזידלט ער אונז אלץ דיינע קראוניס, דיינע שותפים, מיר קענען ניטאמאל קומען צום ווארט, דו צי דיר צוריק, מיר וועלן אריין גיין צו אים מעלדן די גינסטיגע נייעס אז האסט זיך צוריק געצויגן, העט ער זיך דאך בארואיגן, און אונז וועל מיר אים פארליינען די גאנצע מגילה מיט אלעס וואס דו האסט אלץ געטון לטובתו, און אלע שגץ שטיק וואס די יושבים ראשונה במלכות טוען אלץ, און אזוי וועסטו דערגרייכן דיין ציל.

נו שוין, דברים של טעם, און נאכן עס איבערזאגן גענוג מאל, און פון די אנדערע זייט די גערעגטע דראאונגען, און פון די דריטע זייט די טרוקענע רעאליטעט אז נעמען מאסקווע מיינט א בירגער קריג, און נאך אפאר מציאות'ן וואס זענען אים געקומען פאטשן אין פנים, און דאס אלעס האט אים איבערצייגט זיך צו ברעכן און זיך צוריק ציען, ער האט געוואוסט אז דאס איז נישט קיין גוטע איידיע, אבער האט נישט געזען קיין אנדערער אויסוועג פונעם פלאנטער.

אחר הדברים האלה כשוך חמת המלך פוטין, זכר את יעגוועני, ואת אשר עשה, ואת אשר נגזר עליו...
ער האט געדענקט די ציפעדיגע בזיונות וואס פריגאזין האט אים אנגעמאכט, ער האט געדענקט די שענדליכע רעוואלט וואס ער האט אנגעפירט, ער האט געדענקט אלעס וואס די מיליטער האט אים אריין געפרעדיגט איבער פריגאזינ'ס מאכט-הונגער, ער האט געדענקט יעגוועני'ס ווידעא'ס וואס ער געט ארויס די לעצטערע מאנאטן אפעלירנדיג צום פאלק, ער האט געדענקט די פראטאקאל וויאזוי מען באהאנדלט פאטענציאלע פאליטישע קעגנער, און ער האט געדענקט די טויט אורטייל וואס ער האט שוין באשטעטיגט קעגן פריגאזין, עס איז שוין געווען פארזיגלט - מיט בלוט!

איין אויבער חכם האט פראבירט ממליץ צו זיין אויפן אינסערעקשאניסט האט ער זיך געטראפן אונטער גראטעס, די רעשט זענען געבליבן שטיל.... פוטין האט געוואוסט ער האט געמוזט צוזאגן עניטינג ענד עווריטינג אבי פריגאזין זאל זיך צוריק ציען, אבער די בונד צווישן אים און יעגוועני איז געווען דערנאך, כמים פנים אל פנים כן לב האדם, קיינע פון די צוויי האבן זיך נישט געטרויעט איינער דעם צווייטן מער, די אמאליגע טראסט איז געגאנגען ביי ביי, במקומו איז ארויפגעקומען אפאר שטאק שרעק ציטער און קאמפלעקס, ווען ביידע האבן געציטערט אז דער צווייטער פראבירט אים אונטערצוהאקן.

יעגוועני פריגאזין האט געהאט גאר מאכטפולע קאנטאקטן, פוטין האט אויך מורא געהאט פון זיי, ער האט געוויסט אז פריגאזין קען אנדרייען מהומות אזש שייגאו מיט זיין מיליטער העלן דארפן פיזיש באוואכן מאסקווע מיט טאנקען זיי צו האבן א שאנס איבערצוקומען... די געווענליכע מהלך פון אויפקלינען די מעסס האט נישט געקענט ארבעטן...

די געווענליכע פראטאקאל איז די זעלבע מהלך וואס די מערב וועלט נוצט קעגן טעראריסטן, מען האט נישט קיין צוטריט צום הויפט גייט מען צום דריטן אין ראנג, מען הרג'עט די שלוחים צווישן דער פירער און די באנדע, מען הרג'עט איין נאנטער נאכן צווייטן, ביז צעביסלעך ווערט ער מער און מער א ליימענע קאטשקע, ער קען גארנישט טון ווייל זיינע טרויבארע שלוחים עקזיסטירן מער נישט, די ביסל וואס ער קען יא ציטערט ער צו טון ווייל ער זעט אז מען האלט שוין ממש נאנט צו אים, און ער איז ביזי זיך באהאלטן...
פוטינ'ס חסד של אמת קלינט אויך אזוי אויף א מעסס, קודם ווערן נאוואלני'ס העלפערס ארעסטירט, דערנאך נאך הויכראנגיגע געהילפן, און אזוי ווייטער ביז מען קומט אן צום הויפט פישל.
און אזוי ארבעט אויך כינע, דער יעצטיגער פירער שי דשינפינג האט אין די לעצטע עטליכע יאר געהאלטן אין איין אפרוימען איינער נאכן צווייטן פון זיינע פארגייערס גוטע פריינט, און זיין פארגייער אליינס איז דער נעקסטער אויפן ליסטע - טייל ליינער וועלן געדענקן ווי ביים פאריגן קאמיוניסטישער קאנגרעס האט מען טאקע ארויסגעפירט דשיאנג זעמין אינמיטן די סעסיע, און ער האט קיין סאך נישט געקענט טון סיידן זיך בעטן ביי שי אים אפצושוינען - זיין אמאליגע מאכט איז נאמאר אין עקזיסטענס!

אבער דא מיט אונזער פריגאזין איז א פראבלעם, קודם כל דער האט א וועלט פארבינדונגען, אז פוטין זאל יעצט אנהייבן ארעסטירן איין מאפיאנער נאכן צווייטן העט ער ענדיגן אזא צען יאר ארום, שוין אפגערעדט אז די מאפיאנערן קאנטראלירן אים א דרייפערטל עקענאמיע, און האבן זיך זעלבסט זייערע גוטע פריינט, בקיצור, עס איז נישט א לוינבארע געשעפט...
די כינעזער, זיי זענען מער רואיגע סאלידע דורכגעטראכטע מענטשן, עס לוינט זיי א צען יעריגע אינוועסטמענט פאר אבסאלוטע מאכט, אבער פוטין איז דאך נישט אזא איינער, ער איז אן אומפולסיווער פארשוין, און דארף אינסטענט רעזולטאטן, טא דאס איז אויסגעשלאסן.

האט מען געדארפט גיין פון אויבן אראפ, מען מעמט די קאפ אונעם שלאנג, און מען האקט עס אפ, און בומפס, ער איז נאמאר דא, יעצט וואס?
די מאפיאנערן רירט מען נישט צי, זיי גייען זיך נישט אריין מישן ווייל זייער נאנטער פריינט איז געשטארבן, מ'ווישט זיך אפ ס'נאז און נעקסט קעיס, פריגאזין איז געווען דער איינציגסטער וואס האט זיי געקענט אנדרייען זיך אנצונעמען פאר אים - און אפשר אויך אוטקין - כאטש זיכער נישט אויף די זעלבע פארנעם - אבער יעצט אז נאו מאר פריגאזין, איז נישטא ווער עס זאל מאכן פראבלעמען... וואגנער אליינס גייט נישט אונטערנעמען אן אפענסיווע קעגן די קרעמלין אנע הילף פון פריגאזינ'ס פריינט אין מאסקווע...

פריגאזין האט אבער אויך געוואוסט אז ער איז יעצט נומער איינס ציל, און אז זיין לעבן פארמאגט א קנאפע ווערט, אפילו וויכי האט אים נישט געוואלט געבן קיין לייף אינשורענס פאליסי, טא ער פון זיין זייט האט זיך באווארנט, ער האט געהאט א גאנצע סיקרעט סערוויס אפאראט ארום זיך מיט באוואפנטע לייבוועכטער וואס האבן אים באוואכט רונדע דעם זייגער, ער איז געגאנגען אויף מיטינגען מיט פוטין, און זיינע שמעק הינט האבן אויסגעשמעקט די פליגער און אלסדינג, ער האט קיינעם נישט געטרויעט, ענד דער איז נאו וועי אז ער האט ארויפגענומען א לעצט מינוטיגע וויין געשאנק, ער קען דעי געים צי גוט...

אבער איין זאך איז אים נישט בייגעפאלן, אז פוטין העט נעמען די גאטס פשוט און פראסט צו שיסן א מיסיל אויף א פליגער וואס פליט דאמעסטיק פון רוסלאנד צו רוסלאנד, נישט נאנט צו קיין שלאכטפעלד, און פלעין דערנאך לייקענען און שוין...
און עס איז מעגליך אז דער קעכער האט גוט געקענט פוטין, ער האט געוואוסט דאס גייט ער נישט טון, און די לעצט צוויי מאנאטן פראבירט טאקע פוטין צווישן יעדע מיטינג ארויף צו שמוגלען א באמבע, אדער א צילשיסער, אדער וואטעווער, אבער יעגוועני'ס לייבוועכטער האבן פשוט געמאכט צי א גוטע דשאב, דערפאר איז ער געבליבן נאר מיטן אפציע פון אראפשיסן מיט די עיר דעפענס.
סתם פון די פאקט אז אלע וואגנער פירער זענען געווען אויפן פליגער קען מען זען ווי פארזיכערט דאס איז געווען, זיי האבן געוואוסט אויף הונדערט פראצענט אז זיי גייען לאנדן בשלום, זיי האבן אדורכגעטשעקט די סעקיוריטי עד הסוף.

און אזוי האט פוטין געבראכן איינע פון זיינע לעצט פארבליבענע גדרים פון נישט נוצט עיר דעפענס אין רוסלאנד אראפצושיסן א פליגער, און דערמיט האט זיך געענדיגט די פריגאזין עפאכע.
הערליך באשריבן.

אבער נאר לויט ווי מ'ווייסט, און ווי מבינים ווי אייך פארשטיין.
אבער די רגע עס וועט ארויס קומען מער פרטים, וועט מען זיך אפשר טרעפן מיט גאנץ אן אנדערן מעשה.

איהר שרייבט עס איז געווען א מיסל.
כ'מיין אז אמעריקא זאגט שוין נישט אזוי. א בפירוש'ער שמעון משה.
viewtopic.php?p=4541649#p4541649

אויך שרייבסטט אז ער האט געוואוסט אז פוטין וועט נישט שיסן, נאר פוטין האט נישט געהאט קיין ברירה, ווייל אלעס וואס ער האט געשיקט האבן זיינע לייבוועכטער געטראפן.

ווען דאס איז ריכטיג, אז מ'האט מער פון איינמאל געטראפן עפעס, אנטלויפט ער פון דארט, ווי שנעלער ער זאל נאר קענען.

ווער ווייסט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18014
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

איך האב נאר געשריבן פון מיין פוינט אוו וויו וויאזוי אלעס שטימט אנע דארפן צוקומען צו קאנספיראציע טעאריעס אז עכט איז אלעס אונטערגעשטעלט, עכט לעבט פריגאזין, עכט אהין און עכט אהער.

איך גלייב נישט איינער דא האלט אז איך האב באווייז אז פריגאזין האט באקומען פאון קאלס בשעת'ן רעוואלט, אדער אסאך אנדערע מינדערוויכטיגע דעטאלן אינעם מעשה, איך האב געשריבן א שכל'דיגע סינעריא וויאזוי די מעשה האט געקענט זיין על פי שכל הישר.

נארמי ברענגט יא אז עס איז געווען א מיסיל, און מיין געפיל זאגט אויך אזוי, איך בין שוין געווען ראנג אין פארגאנגענהייט - איך האב געשאצט אז פוטין גייט נישט אינוואדירן - אבער איך האב שוין אויך צוגעטראפן - איך האב געשאצט אז פריגאזין וכת דילי' גייען ליידן א מיאוסע סוף זייער זייער שנעל, דאס איז פוטין, אן אימפולסיווער אינסטענט פארשוין, פריגאזין איז געווען צי א שטארקער פאטריאט, און צי א שטארקער פיליזאף, צי טיף פאר פוטינ'ס מח אים צו פארשטיין, נאר זיין פאטריאטיזם האט איבערגעוואויגן און פוטין האט אים געטרויעט בלינדערהייט, די רגע ער האט פארלוירן די צוטרוי האבן זיינע ראמאסוואמי סטיל פילאזאפיע דרשות אים גארנישט געקענט העלפן...
מיין_מיינונג
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין_מיינונג »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 4:51 am
פריגאזין האט אבער אויך געוואוסט אז ער איז יעצט נומער איינס ציל, און אז זיין לעבן פארמאגט א קנאפע ווערט, אפילו וויכי האט אים נישט געוואלט געבן קיין לייף אינשורענס פאליסי, טא ער פון זיין זייט האט זיך באווארנט, ער האט געהאט א גאנצע סיקרעט סערוויס אפאראט ארום זיך מיט באוואפנטע לייבוועכטער וואס האבן אים באוואכט רונדע דעם זייגער, ער איז געגאנגען אויף מיטינגען מיט פוטין, און זיינע שמעק הינט האבן אויסגעשמעקט די פליגער און אלסדינג, ער האט קיינעם נישט געטרויעט, ענד דער איז נאו וועי אז ער האט ארויפגענומען א לעצט מינוטיגע וויין געשאנק, ער קען דעי געים צי גוט...

אבער איין זאך איז אים נישט בייגעפאלן, אז פוטין העט נעמען די גאטס פשוט און פראסט צו שיסן א מיסיל אויף א פליגער וואס פליט דאמעסטיק פון רוסלאנד צו רוסלאנד, נישט נאנט צו קיין שלאכטפעלד, און פלעין דערנאך לייקענען און שוין...
זייער גוט באשריבען, אבער מיר איז עס דאך א חידוש אז ער האט נישט מורא געהאט זיך ארומצודרייען אין רוסלאנד, ווער נאך קען פוטין אזוי גוט ווי עם? ער האט געוויסט אז פוטין האט א קליינע פראבלעם אראפצוברענגן א פליגער, אין 2010 האבן זיי אראפגעברענגט די פוילישע פליגער און סמאלענסק מיטן פרעזידענט און נאך 95 מענטשן, און נאך אפאר....
איך טראכט אז פוטין האט גוט געשפילט מיט עם אז ער האט נישט קיין שווער הארץ אויף עם, פארקערט, ער פארשטייט אז ער האט נישט עם געמיינט און ער איז זיין געטרייעסטע און געלונגענסטע מענטש אא"וו, און מ'גייט זיך יעצט נעמען איבער אפריקע, בקיצור ס'קומט גוטע צייטן, אזוי אז ער האט נישט געחלומ'ט אויף אזוינס, אוודאי האט ער געציטערט פאר זיין לעבן ווייל ער האט געוויסט אז ער האט אסאך שונאים, אבער א מיסל האט ער געוויסט קען נאר קומען פונעם רבי'ן אליין און מיט עם בין איך דאך מסודר, אזוי האט ער עם דערלאנגט איינס אבער א גוטס...
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

מיין_מיינונג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:23 pm

, אין 2010 האבן זיי אראפגעברענגט די פוילישע פליגער און סמאלענסק מיטן פרעזידענט און נאך 95 מענטשן, און נאך אפאר....
ווי קען מען ליינען איבער די מעשה?
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

גאמ, די הסברים זענען אייזן, איך האלט אויך אזוי, און אויך מיט די יעצטיגע שורות, אבער מיט איין חילוק אז פוטין איז לדעתי נישט אזוי אימפולסיוו ספאנטאן ווי מלייגט אים אראפ. ער שפילט די לאנגע געים, ער האט די וועלט'ס צייט.

אין דעם פאל האט ער געארבייט גאר שווער צו איבערצייגן פריגאזין אויף אלע וועגן אז "צווישן 4 אויגן" איז ער פיין, וועט גארנישט כאפן, דארף נאר זיין אביסל לאו פראפייל א שטיק צייט. פריגאזין האט פיין געעקט אויף דעם מהלך. געשיקט סיגנאלן פון שטילקייט אין בעלארוס, אפריקא, שווארצע פעפער, די עיקר ער שטייט נישט אויפ'ן פראנט נאר זיצט אין עפעס א געהיימע בונקער.

פוטין שייגאו האבן נישט געשיקט קיין מינדעסטע סיגנאלן אז מען וויל אפילו רוקן א האר אויף פריגאזינס קעפעלע. שלאף בעיבי שלאף. מען האט זיך פארשטאנען, נעקסט, וועק מיך אויף דריי יאר ארום.

דאס פארענטפערט אויך האו אין די וואלרד דער פריגאזין האט זיך איינגעבינדן אין א פליגער מיט זיינע הויפט מענטשן העכער רוסישע באדן מיט זיינע נעמען ארויסגעלייגט אין פובליק. ער איז זיכער געווען איינגערעדט טויזנט פראצענט אז דער גוטער כאווער פוטין איז רואיג און וועט אים נישט בארירן. יא, אפילו פריגאזין האט געקענט דעם רוסישן מהלך אינסייד אוט, האט פוטין נאך אלץ באוויזן אים צו האלטן רואיג. און מ'זעהט ווי "נישט" אימפולסיוו ער איז, אז ממש ביים אויפשטאנד בעצם האט ער זיך פארט איינגעהאלטן און נישט גערעדט בייז אויף פריגאזין קיין תיבה אחת. זעהט אויס אין איין אויגן בליק האט ער אפגעמאכט אז די איינציגסטע וועג אויף אים איז כיטרע שבכיטרע וואס אפילו פריגאזין האט נאך נישט געזען, און דאס האט זיך אנגעהויבן מיטן בייסן די ליפן פון רגע 1.

און שוין, ווען אלעס איז געווען פיין שטיל רואיג גוטע כאוואזשע איז געקומען דער קיצל איינמאל דעריין, איינס צוויי דריי נאר-איט...!!!

יעצט וויל איך זעהן דעם נעקסטן פריגאזין, עהעם.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
שמעון משה
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:17 am

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון משה »

שמייכל תמיד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:46 pm
מיין_מיינונג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:23 pm

, אין 2010 האבן זיי אראפגעברענגט די פוילישע פליגער און סמאלענסק מיטן פרעזידענט און נאך 95 מענטשן, און נאך אפאר....
ווי קען מען ליינען איבער די מעשה?
א סוירטש אויף @פאלעסיידס תגובות
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3073
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

זעלענסקי זאָגט, אַז ער האָט נישט קיין קאָמענטאַרן וועגן דעם גורל פֿון וואַגנער הויפּט יעווגעני פּריגאָזשין.

"די רוסישע רעגירונג, אריינגערעכנט פּריגאָזשין און זיינע מיניסטארן, האָבן אונז געברענגט אַזוי פילע טויטע אַז איך קען נישט זאָגן עפּעס גוט וועגן די ניש-מענטשן,
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
yup it's me
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:35 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yup it's me »

גלייכצייטיג האבן א גרופע פארמאסקירטע לייט פארעפענטליכט א ווידעא רעקארידורנג אין וואס זיי ווארענען אז די קרעמלין זאל זיך גרייטן פאר זיי. זיי זאגן אז אינערהאלב די גרופע רעדט מען זייער אקטיוו וואס צו טון, אבער אזויפיל קענען זיי זאגן, אז מען זאל זיך גרייטן פאר זיי. אויפ'ן מינוט איז נישט קלאר אויב זייערע ווערטער האבן סיי וועלכע האפט און ווער זיי זענען.
מיין_מיינונג
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 5:46 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין_מיינונג »

שמייכל תמיד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:46 pm
מיין_מיינונג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:23 pm

, אין 2010 האבן זיי אראפגעברענגט די פוילישע פליגער און סמאלענסק מיטן פרעזידענט און נאך 95 מענטשן, און נאך אפאר....
ווי קען מען ליינען איבער די מעשה?
https://en.wikipedia.org/wiki/Smolensk_air_disaster
אוועטאר
קווארטאליסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2022 12:07 am
לאקאציע:Lee - Penn

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קווארטאליסט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:15 pm
האבן זיינע ראמאסוואמי סטיל (טשעט דשי פי טי, כנוסח:
קריסטי) פילאזאפיע דרשות אים גארנישט געקענט העלפן...
🤣🤣🤣
פאר אלע גראפיקס וואו שמחה צעטליך, איווענט אינווייטס, סמעדריש אנאסן, פראפעשינעל לאגאו'ס און כל מיני דעזיין פראדשעקט'ס אדג.
שנעלע פראפעסניאלע סערוויס פאר עפארדעבל פרייזן
איר קענט טעקסטן צו 347-309-7796
אדער אימעיל׳ט [email protected]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

קענען נישט דער מאפיונערן פון דער וועלט מסדר רוסלאנד נאך טויט פון איינער פון זייער גרעסטע וכו'...?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

קענען קענען זיי, אבער פוטין האט אויך פיין געוויזן וואס ער קען, ממילא ווער עס האט שכל בקדקדו שטייט ווייט, זייער ווייט.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע:פריש'ידער

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

מומחה יוחס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 4:02 pm
קענען נישט דער מאפיונערן פון דער וועלט מסדר רוסלאנד נאך טויט פון איינער פון זייער גרעסטע וכו'...?
פוטין איז א טייל פון די מאפיא!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
יצר טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 14, 2020 3:39 pm

Re: פריגאזשין איז טויט!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצר טוב »

שמייכל תמיד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:46 pm
מיין_מיינונג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 2:23 pm

, אין 2010 האבן זיי אראפגעברענגט די פוילישע פליגער און סמאלענסק מיטן פרעזידענט און נאך 95 מענטשן, און נאך אפאר....
ווי קען מען ליינען איבער די מעשה?
עס איז געווען א אשכול אויף איי וועלט בשעתו, איך ווייס נישט ווי אזוי מען זוכו אויף.
Hay you stupid Johnny what you do in the market not you buy not you sell only making trouble
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”