קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

די אל"ף PREFIX אין אראמיש

ס'דא ווערטער וואס זענען אזוי שכיח אז ס'קען זיך דאכטן אז די אל"ף איז פון שורש, ווען עכט איז עס נאר א "פרי-פיקס", א צוגעלייגטע אות אנהייב ווארט.

אן אל"ף אנהייב ווארט מיינט 'אויף'. פון דעם נעמט זיך:

אליבאדר' פלוני - ' עלהלב', ד.מ. אזוי ווי אין ירושלמי 'על דעתיה דרבי פלוני'

אגב- איז אויך די אל"ף 'אויף':
'אגב אורחיה' אויפ'ן וועג (שוין געווארן אידיש אויך: דרך אגב)
'קנין אגב' וואס איז א קיצור פון 'אגב קרקע' [מ'זאגט נאר די ערשטע ווארט אזוי ווי 'מתוך' 'הואיל' 'מיגו', וואס מיינט אגב פשוט 'מתוך' אין אראמיש]

אדרבה- עלמי שגדול
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע:עולם השקר

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

איך ווייס נישט צו דא איז די פלאץ צו ארויסברענגען מיין ווייטאג איבער די נושא פון מישן לשון קודש מיט אראמיש.
ווען מ׳קוקט אין ספרים וואס זענען געשריבן געווארן דורך נישט פראפעסיאנעלע שרייבער (ווי רוב גדולי ישראל זענען געווען) זעהט מען אז אלעס איז געשריבן געווארן אין א געמיש פון לשון קודש (די רוב) מיט אראמיש (ווערטער גענומען פון גמרא).
דאס איז נאך א האלבע צרה, ווען מ׳קוקט אבער אויף היינטיגע ספרים על הש"ס איז דא פראבלעם נאך ערגער, צום ביישפיל, מ׳מישט צווישן אות ש׳ וואס איז אין לשון קודש ווייל, צו די אות ד׳ וואס מיינט ווייל אין אראמיש.
די גאנצע שרייבעריי איז א מיש מאש פון נישט גוט געשריבענע לשון הקודש מיט א געמיש פון נאך ערגער געשריבענע אראמיש.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ארטסקרול און די פראסיניעלע שרייבער זענען דוכט זיך יא מקפיד דערויף.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

להודות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:03 pm
די אל"ף PREFIX אין אראמיש

ס'דא ווערטער וואס זענען אזוי שכיח אז ס'קען זיך דאכטן אז די אל"ף איז פון שורש, ווען עכט איז עס נאר א "פרי-פיקס", א צוגעלייגטע אות אנהייב ווארט.

אן אל"ף אנהייב ווארט מיינט 'אויף'. פון דעם נעמט זיך:

אליבאדר' פלוני - ' עלהלב', ד.מ. אזוי ווי אין ירושלמי 'על דעתיה דרבי פלוני'

אגב- איז אויך די אל"ף 'אויף':
'אגב אורחיה' אויפ'ן וועג (שוין געווארן אידיש אויך: דרך אגב)
'קנין אגב' וואס איז א קיצור פון 'אגב קרקע' [מ'זאגט נאר די ערשטע ווארט אזוי ווי 'מתוך' 'הואיל' 'מיגו', וואס מיינט אגב פשוט 'מתוך' אין אראמיש]

אדרבה- עלמי שגדול
זייער אינטערעסאנט.
קיינמאל געכאפט דאס...

סתם אזוי רוב לומדישע ווערטער, וואס וואלגערט זיך אזוי אונטער'ן צונג, הייבט מען נישט אן צו טראכטן די עטימאלאגיע דערפון.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

א זיין מיט א דלת טוישן זיך אויף אזויווי זכר אויף לה"ק און דכר אין ארמית
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

יעצט זע איך די לשון רבים אין קעפל, מיינט עס מ'קען צולייגן...

תיובתאאין ארמית איז תשובהאין לשה"ק.

אֵיתִיבֵיהאיז הֵשִׁיבוֹ.

מָתִיבאיז הֵשִֹיב.

וואס איז מיתיבי?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:26 pm
וואס איז מיתיבי?
מתיבין, משיבים
אויך מתיב איז משיב, נישט השיב
לעצט פארראכטן דורך להודות אום מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:56 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

להודות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:51 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:26 pm
וואס איז מיתיבי?
מתיבין, משיבים
פארוואס איז אבער די ן' אראפגעפאלן?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:56 pm
פארוואס איז אבער די ן' אראפגעפאלן?
אסאךמאל איז אזוי
למשל אמרי איז אמרין, אומרים
יתבי וגרסי - יתבין וגרסין, יושבים ולומדים

צ/ק
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:26 pm
תיובתאאין ארמית איז תשובהאין לשה"ק.
פארקערט ווי מיר זענען געוואוינט פון אידיש אז תשובה איז נאר אן ענטפער.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ש'כח, זייער אינטערעסאנט. אפטמאל קען מען כאפן שרשים פון ווערטער דורך זען וויאזוי זיי זענען געשריבן אין ירושלמי, מדרש, אדער תשובות הגאונים, וויבאלד יעדער האט געשריבן וויאזוי מ'האט עס ארויסגעזאגט.
להודות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:03 pm
אדרבה- עלמי שגדול
וויאזוי טייטשט מען דאס? "אדרבה" ניצט די גמרא ארויסצוברענגען אז די סברא איז פארקערט וכדומה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:21 pm
ש'כח, זייער אינטערעסאנט. אפטמאל קען מען כאפן שרשים פון ווערטער דורך זען וויאזוי זיי זענען געשריבן אין ירושלמי, מדרש, אדער תשובות הגאונים, וויבאלד יעדער האט געשריבן וויאזוי מ'האט עס ארויסגעזאגט.
להודות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:03 pm
אדרבה- עלמי שגדול
וויאזוי טייטשט מען דאס? "אדרבה" ניצט די גמרא ארויסצוברענגען אז די סברא איז פארקערט וכדומה.
קוק אויף די סברא וואס איז גרעסער/שטערקער/מער חידוש
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:25 pm
כדומה איז אויך כ דומה?
מסתמא אזוי, נאר איך מיין ס'איז אידיש...

די באמערקונג איז בעסער אויף 'כיוצא בו', 'כלומר' און 'כביכול'.

יום אידם, חָגָּא
viewtopic.php?p=4825926#p4825926
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

נאך עטליכע טייטש ווערטער

מסקנא- לשון ארויפקומען. אויף מַעֲלֵהעקרבים אין מסעי זאגט דער תרגום מסקנא דעקרבין

סוגיא- מהלך, גאַנג
זעה אויך viewtopic.php?p=2944425#p2944425

תירוץ- לשון גראָד. אויף והוא יְיַשֵּׁר אֹרחותיך איז דער תרגום יתרץ, אויך אין ש"ס טרעפט מען עס מיט די מיינונג
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

מ'האט באמערקט אויבן אז אותיות פאלן אמאל אוועק. דא זענען נאך 2 משלים פון באקאנטע ווערטער.

תנא היכא קאי- איז קורץ פאר קאים, עומד.
אגב, פארוואס שטייט 'מלכותֵה קאים' איז א שאלה, ווייל אין לשון נקבה קומט קיימא.

וכי תימא, לעולם אימאלך - איז די רי"ש פון שורש אמ"ר נעלם געווארן. ס'איז קורץ פאר די אראמישע ווארט פאר תאמר, אומַר (בלשה"ק)
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

להודות האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:00 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:56 pm
פארוואס איז אבער די ן' אראפגעפאלן?
אסאךמאל איז אזוי
למשל אמרי איז אמרין, אומרים
יתבי וגרסי - יתבין וגרסין, יושבים ולומדים
יתבי וגרסי איז נישט - ישבו ולמדו?
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

@איש ציון
ניין. הוו יתבי וגרסי - היו יושבים וכו'.

עבר קומט מיט א ו' ביים סוף (אדער פריער, ביי א געוויסער סארט ווארט אין בבלי, ווי אכול - אכלו, הדור - חזרו - קיבלוה בימי אחשורוש).
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

להודות האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 5:20 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:25 pm
כדומה איז אויך כ דומה?
מסתמא אזוי, נאר איך מיין ס'איז אידיש...

די באמערקונג איז בעסער אויף 'כיוצא בו', 'כלומר' און 'כביכול'.
'כדומה' איז א ווארט וואס עס איז דא אין די ראשונים און קען גאר זיין אז עס איז א לשון קודש, אבער מיט א אנדערע ניקוד, יחזקאל כז, לב
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2516
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

@ויתן לך
ברענג ביטע משלים פון ראשונים.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5247
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

להודות האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:02 pm
@ויתן לך
ברענג ביטע משלים פון ראשונים.
תוס' תענית ג. ד"ה ואילו
ירוחם פישל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm

Re: קורצע באמערקונגען בעניני לשון הקודש וארמית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

באופן כללי בענין אראמיש איז אינטערסאנט צו לעזן די מבוא פון די עורכי ש"ס עוז והדר המנוקד
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”