א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9584
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

0b143fc1-ec68-4eb5-876b-24656531162d.jpeg
0b143fc1-ec68-4eb5-876b-24656531162d.jpeg (132.29 KiB) געזען 4588 מאל
לעצטענס האט זיך דא אריינגערוקט א נייע נאמען, חיריק איינער, איך זאג ענק דער בחור איז מאסיוו! איך האב גלייך געשמעקט אז דא קומט א גוטס! ער איז נישט די געווענליכע סאוער דאו חלה, דער קומט מיט א קריספ פון אויבן און א ביטערקייט פון אונטן. איך האב גלייך מחליט געווען אז איך דארף מיך באקענען מיט אים אביסל בעסער און זיין אויף זיין רעכטע זייט. (אויב ער האט אפילו א רעכטע זייט…)

איך האב אים געשיקט אפאר אישי׳ס אבער לא דובים און א נער. ער האט געענטפערט זייער פלאך... איך האב מיך אבער נישט געלאזט. איך מוז וויסן מער איבער דער צדיק. ער האט א מעכטיגע קריעיטיוו מח, צערייסט יעדעמ'ס ליפן מיט זיינע תגובות, און גייט אן אפילו ער באקומט נישט די נויטיגע אנערקענונג וואס קומט זיך אים. דאס איז נישט פלעינע קאווע, דער איז עפעס א ערנסטע פלעיוואר צום טיש...

איך האב צוזאמגערופען די טעכנישע טיעם פון די נייעס טישל פאר א וויכטיגע זיצונג און מ'האט דארטן נאר דיסקוסירט דעם ענין פון חיריק. נאך שעות פון פאפקארן און טארטילע טשיפס איז איינער אויפגעקומען מיט אן איידיע אים צו שיקן א לינק מיט א וויירוס וואס וועט איבערנעמען זיין קאמפיוטער, און אזוי וועט מען וויסן מער קלאר וואס גייט פאר מיט אים.

נאכדעם וואס חיריק האט געכאפט דעם וויירוס איז עס געווארן אסאך ערגער. דעמאלטס איז נולד געווארן די לאזונג "חיריק פאר אחראי" און "דער עולם חיריק'ט אריין" איעדעס מאל וואס חיריק האט נאר געהיסט פון דעם וויירוס איז נאך אן ארטיקל ארויס. א יעדע מאל וואס ער האט זיך געקראצט פון די וויירוס איז נאך א גוטע תגובה ארויסגעשאסן געווארן פון זיין ניק.

דער האט געהאט ביידע פראבלעמען וואס טראמפ האט געהאט. פון זיין גרעניץ האט נישט אויפגעהערט צו שטראמען תגובות און פון די וויירוס האט ער נישט אויפגעהערט צו חיריק'ן.

אבער פון אונזער זייט איז די מעשה געלונגען בעסער ווי געראכטן… דער האט ווי א חיריק אויפגעמאכט די לינק אויף זיין פאון און אונזער טיעם האט זיך אריינגעכאפט צו אים אין ניק און געהאט געהאט פול עקסעס צו אלעס!
נאכן דורכנישטערן אלע פיילס האב איך באשטעטיגט אז דער צדיק'ל איז עפעס ספעציעל! דער האט אין די ארכיוון פאררוקטע זאכען! ממש נעקסט לעוול! איך האב מחליט געווען אז איך דארף כאפן אן אינטערוויו מיט אים.. איך האב איינגעשפאנט די גאנצע טיעם, וויאזוי קען מען אים אראפנאגלען פאר אן ערנסטע שמועס?

געבליבען איז אז מען גייט טרעקן זיין פאון אזוי וועט מען אין קענען נאכפאלגן פאר ווען די ריכטיגע מינוט וועט קומען. מען האט זיך צוזאם געזעצט צו נאך אן אסיפה און דארטן מחליט געווען אז דאנערשטאג נאכט ווען ער גייט צו שול וועט מען עס מסדר זיין.

די רגע וואס ער איז ארויס פון זיין הויז האבן צוויי פיקאפ טראקס זיך ארויסגעצויגן פון דערנעבנדיגע פארקינג ספאטס. ווען ער איז געשטאנען ביי די רויט לייט צוויי גאסן אוועק פון זיין הויז, האט איינער פון מיינע חברה גענומען א שמאטע געווייקט אין ספעציעלע כעמיקאלן וואס לייגט אריין אין א טיפע שלאף און זיך שטילערהייט דערנענטערט צו דעם חיריק, מיט איין האנט פארשטאפט זיין נאז און מיט די אנדערע האנט פארשטאפט זיין מויל מיטן שמאטע און נאך פאר ער האט געכאפט וואס גייט פאר איז ער שוין געלעגן אין די בעק פון די פיקאפ טראק אין א טיפע שלאף!

אונז זענען אנגעקומען צו א פארשטופטע ווערהאוז אין בעיאן ניו דזשערסי וואס אונז האבן ארויסגעדינגען פאר דעם צוועק, יעדער וואס איז דארט געווען האט געמוזט טראגן א סקי מאסק כדי אז ווען מען וועקט אויף חיריק זאל ער נישט וויסן ווער עס האט אים פארכאפט.

די דאקטאר אויף די טיעם האט אים געגעבן אן איינשפריץ (סארי חיריק, איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט א אנטי וועקס) און דאס האט אים גלייך אויפגעוועקט, ער איז געווען גוט צוגעבינדן צו א בענקל. די ערשטע פאר מינוט האט ער זיך געווארפן ווי א טשיקן, אבער נאכדעם וואס ער האט געזען ווי עס ארבעט נישט און עס וועט אים גארנישט העלפן האט ער מסכים געווען און ער האט געזאגט אז ער גייט זיך צושטעלן!

אקעי חיריק, א גוטן. איך בין אבימלך פון אייוועלט. איך וויל דיר פשוט פרעגן אפאר קשיות וואס איך וויל שוין א לאנגע צייט וויסן. אלנפאלס אן קיין הקדמה.

איך האב צוגעטשעפעט צו דיר א ליי-דעטעקטער, איך גיי גלייך וויסן אויב דו זאגסט ליגנט. גלייב מיר עס איז בעסער פאר דיך אויב דו בלייבסט מיטן אמת! (מיין רבי'ס א ווארט) יעצט לאמיר אנהייבן!

חיריק, וואספארא מין נאמען איז דאס? ווי קומט צו דיר אזא נאמען?ערשטנס, דיין שנויצן שטעקט זיך ארויס פון דיין סקי מעסק און עס איז זייער גראפיש, סאו איך וואלט גע'עצה'ט אז אנשטאטס ענק זאלן האבן אנגעטון סקי מעסקס און איך זאל קענען זען ענקערע שנויצן, דעק צו מיינע אויגן און נעמטס אראפ ענקערע מאסקעס…

אקעי, צו דיין שאלה. נאכן זיין קרוב צו צוויי יאר מיט איין ניק איז מיר באורד געווארן פון האבן א ניק וואס ברענגט נישט גארנישט ארויס, האב איך באשלאסן צו פארמאכן מיין ניק און אויפמאכן א ברענד ניו ניק. וואס מיינט צוויי מאל גארנישט.

האסט נישט קיין פראבלעם מיטן אנהייבן פון פריש?
ניין. איך האב עס שוין געוואלט טון א האלבע יאר פארדעם, אבער ס'איז עפעס נישט אויסגעקומען און וועגן דעם האב איך זיך אנגעהויבן דרייען ווייניגער אויפן וועלטל, איך האב פשוט פארלוירן די געשמאק צו מיין אלטע ניק. איך האב איין טאג באשלאסן אז גענוג איז גענוג, איך פארמאך יענע ניק.

איך הער. אבער האסט נאכאלץ נישט געענפערט פארוואס חיריק?
אבימלך, דו פרעגסט אב-נארמאל גוט, איך שטיי און איך שטוין ווי גוט דו פרעגסט. זאג נאר, פסח ביינאכט פרעגסטו אויך אזוי גוט אדער דארטן פרעגסטו נאר פיר קשיות?!

לויט דיינע קשיות הייב איך אן צו טראכן אז דיין טאטע איז א שטיקל קצות, אדער גאר ארויס פון מהרש"א און מאניש?... ביטער שווערע קשיות. אבער איך וועל דיר ענטפערן אלעס קלאר און קניידלעך אז דו וועסט מיינען אז איך בין גאר א שטיקל באר יהודה טייטש חומש.

איך האב יענע טאג געקאנטעקט אונזער אלעמען באליבטן מנהל @יאנאש און אים געבעטן צו פארמאכן מיין ניק, יאנאש איז דא געווען מיר צו העלפן פון אנפאנג ביזן סוף.

האב איך אריינגעשיקט א ריקוועסט פאר א נייע ניק מיטן נאמען "שמעלקא שמעקל" עס גייט נישט אדורך אפאר מינוט און אויף מיין אישי קעסטל באווייזט זיך א רויטע נאמבער. איך האב גלייך געגעבן א דרוק אויפן קעסטל און איך זע אז איך האב באקומען אן אישי פון יאנאש. ער שרייבט דארטן אז אזא נאמען איז פראבלעמאטיש אנצונעמען אלנפאלס טוישט ער דעם נאמען צו שמעלקא שמערל.
האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:31 pm
יאנאש האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:25 pm
"שמעלקא שמעקל"... געטוישט צו "שמעלקא שמערל" און אנגענומען
יישר כח, אבער איך האב פארלוירן די אפעטיט דערפון.

די פראבלעם צו טוישן נאמען איז געווען די אימעיל אדרעס וואס יענץ איז געמאכט געווארן פאר שמעלקא.

אנטשולדיגט פאר'ן משוגע מאכן און איך פיל מיך שלעכט, אבער משוגע מאכן און דערנאך נישט ניצן יענע נאמען איז מען א שלעכטער.

אבער איינמאל ס'איז נישט געווען די נאמען וואס איך האב מיך גע'חלומ'ט האב איך עפעס פארלוירן די חן צו שמעלקא שמערל און דו קענסט פארשטיין פארוואס, שמעלקא שמעקל איז פאני און לאכעדיג און שמעלקא שמערל איז עפעס א מאדנע פארשוין מיט קליינע קירלי קינקי פאות וואס קיינער וויל נישט שטיין אין זיין געגנווארט. און אזוי האב איך האב מיך ארומגעדרייט צוויי טעג אין ביהמ"ד אן א ניק. איך גיי נישט לייקענען אבער איך האב מיך געפילט ווי אן אפגעפארענע גר פון וויליאמסבורג.

איין טאג האב איך אראפשפאצירט צו א שמחה אפגעבן מזל טוב פאר איינעם ווען פלוצלינג האב איך מיך אנגעשטויסן אין די ידיד בית אייוועלט @פייבל פאוועל . ער האט מיר גלייך געפרעגט וואס ס'גייט פאר און פארוואס מיין ניק איז פארמאכט. האב איך אים מסביר געווען אז איך האב עפעס נישט אין געדאנק א גוטע ניק נאמען.

זאגט מיך פייבל פאוועל אז ער גייט טראכטן א גוטע נאמען וואס זאל שטימען מיט מיין מהלך פון שרייבן. נאך אינמיטן שמועסן מיט אים נעמט ער ארויס זיין סעליולער און נעמט זיך טייפן. עס גייט נישט אדורך קיין מינוט און א גאנצע ליסטע פון נעמען האבן זיך באזעצט אויף די סקרין פון מיין פאון…
פלאנדער,
פשיהא,
זעליג זאב,
עמאודזשי,
רעמסס,
גלעזין, (פרעג מיך נישט וואס דאס מיינט אבער ס'איז מסתמא א פאקט).
חיריק, (דאס ווייסט נאך קיינער נישט וואס עס מיינט).
סכנות נפשות,
האפטשו,
גרינע מילך,
דזשערקי,
יוחי,
פלאנדער און
ראגעלע.

איך האב אנגעהויבן דורך צו גיין איינס ביי איינס… אבימלך איך רעד אזוי סאך און מיין מויל ווערט מיר טרוקן, סאו אפשר קענסטו מיר געבן א קאפ וואסער און אפאר בלינצעס? מיין מויל איז טריקן...

מען וועט באלד זען, נו רעדט שוין ווייטער!! חיריק מיר נישט דא ארום!!...
עהה… איך בין עניוועי אויף דייעט סאו איך קעניש טרינקען קיין וואסער..
איך האב אנגעהויבן דורך צו גיין א יעדע איינע און גארנישט איז מיר נישט געפאלן חוץ חיריק. און חיריק האט געהאט איין מעלה אז דער איז סתם א חיריק און גארנישט מער... און צו מיין מזל שרייב איך פונקט ווי חיריק… עטץ גלייבטס נישט? קוק חיריק'ס תגובות... ער שרייבט פונקט ווי מיר… איך האב געכאפט דעם נאמען און אריינגעשיקט צו לכאורה וואס ער נעמט קעיר פון אננעמען ניקס און עס גייט נישט דורך אפאר סקונדעס און חיריק איז געבוירן געווארן.

אקעי, די אלע נעמען שטימען, איך קען דיר אפי' זען אריינשפאצירן אין שול מיט א טלית בייטל ארויפגענייט די נעמען דערויף... עס גייט צוזאמען מיט א רויטע שאל... אבער חיריק איז דאך די בעסטע פאר דיך.

דו האסטעך מיין טלית בייטל! קוק אליין…… וואסי? דיינע אויגן זענען פארדעקט מיט די ריזיגע סקי מעסק? זאג נאר, נאך די אינטערוויו גייסטו גיין צו א בי על עם פראטעסט מיט נאך היימישע און פארשפארן די ברידזש?

זיי נישט אזוי קלוג, און ענטפער אויף וואס מען פרעגט, ווייל אויב דו וועסט מאכן קונצן וועסטו זיך טרעפן אויף די אנדערע זייט פון די לבנה…
אממ וואס קענעך טון אז איך בין אזזזזזזזזז אוטש!!.. אקעי וואס ווילסטו הערן?

יעצט גייט מען רעדן ריעל סטאף! ווען האסטו מחליט געווען צו נעמען אויף זיך די מיסיע צו אפשטויבן די פארשימלטע טישן פון די פארברענגען אשכול און אויסלייגן נייע טישטוכער מיט פרישע פאפקארן מיט טשיפס ניס און דזשעליס, און אויפלעבן דאס פלאץ?
אזויווי יעדער איינער זעט בינעך א עכטע פארברענגען ניק, אבער איך בין נאר א פארברענגען ניק ווייל איך האב זייער ליב צו טראלן. און פארדעם האב איך טאקע צוויי ניקס וואס איך בין אקטיוו, און איינס דערפון איז טאקע מער אקטיוו אין נייעס (און אין די בתי מדרשים, און תורה'דיגע אשכולות חחחחחח) אבער די מערסטע צי איך צו פארברענגען און לאכעדיגע אשכולות.

אבער ווען איך האב אויפגעמאכט מיין נייע ניק איז פארברענגען געווען טויט. טעמטי האט געוואונען די פורים רב פארמעסט און זיך געלייגט שלאפן אין איינע פון די גרעפיקס אשכולות. פופצי האט אפגעמאכט אז ער בלייבט שלאפן א גאנץ זונטאג סאו די איבריגע טעג פון די וואך שלאפט ער שוין אויך, מעכל קנעכל זעט אויס האט באשלאסן צו מאכן אן אפעראציע אויף זיין פעדער און געבליבן שלאפן. איינער ווייסט וואו פומזי איז? אויכמיר א רב הצעיר.

און אזוי איז פארברענגען געבליבן פאפן.

נאכן אויפמאכן מיין חיריק ניק האב איך באשלאסן צו פרובירן ארויסצולייגן צוויי מאל א וואך עפעס אן ארטיקל און פרובירן אויפצולעבן פארברענגען, אבער וואס קען מען טאן ווידיאו'ס שלעפט אסאך מער די אויגן, און די היינטיגע יונגווארג זיצן און לעכצן אויף נאך א ווידיאו.

איך האב אפגעמאכט זאל זיין וואס זאל זיין און איך גיי אן מיט וואס איך האב נאר, אזוי צוביסלעך פרובירן צוריק אריינצושלעפן אביסל פון די אמאליגע גלאנץ אין פארברענגען…

זאג נאר, דו ווערסט געצאלט פאר דעם?
אה. דא קומט די אמת'ע ווייטאג. אויפן אמת'ע וועלט ווערט מען באצאלט מיט גרינע און אזוי איז אויך געווען אויף אייוועלט, אויב איינער האט ארויסגעלייגט א גוטס איז עס באשאסן געווארן מיט גרינע הענטעלעך, אבער זייט די לייק קנעפל איז ארויסגעקומען געבט די עולם מער נישט קיין גרינע און וועגן דעם בלייבט נישט קיין אשכול אין פארברענגען אויפן אויבערפלאך, נאר די פלאץ ווערט צוריק איבערגענומען מיט די ווערטער אשכולות און נאמבער אשכולות.

אדער פשוט בינעך נישט גוט וועגן דעם באקום איך נישט קיין גרינע.. דאונט קנאו.

וואס האלטסטו דארף מען טון דערוועגן? און איז איבעראל דא די פראבלעם?
איך האב באמת נישט קיין אנונג וואס מ'קען טון דערוועגן, אפשר א סוב פארום פאר די אלע נאמבער/תגובה אשכולות. אדער מאכן אז אנשטאטס די לייק קנעפל זאל זיין א גרינע קנעפל, איך ווייס באמת נישט אבער איך גיי מיט וואס עס איז דא און עס איז דא איין זאך, א מענטש וואס שרייבט מיט די חיריק ניק.

און צו דיין שאלה צו נאר אין פארברענגען איז דא די פראבלעם. מסתמא איז עס טאקע נאר אין פארברענגען, ווייל רוב ניקס היינט זענען אינטערעסירט אין נייעס אדער גוטע טענה'רייען (וואס דאס האב איך אויך זייער ליב) און אויב נישט נייעס האבן זיי א יעדע צווייטע ווידיאו וואס פארט ארום צו קענען מיט דעם שטופן די צייט און וועגן דעם טשעקן זיי כמעט נישט אריין אין פארברענגען.

אקעי, שווער צו גלייבן אז דו מאכסט נישט קיין געלט אויף דעם… אבער ווי קומט צו דיר אנצוהייבן א שרייבעריי פארמעסט? איז עס געווען א בייזע חלום וואס האט דיך געגעבן די איידיע?
איין טאג בינעך געווען זייער ביזי סאו איך האב נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן אויף אייוועלט. אויך איז פונקט דעמאלטס געווען זייער גוטע טעג אין פארברענגען. ס'האט נישט אויפגעהערט צו וואקסן אינטערעסאנטע אשכולות און לאכעדיגע תגובות און דאס האב איך נישט געקענט אויסהאלטן, סאו האב איך געגעבן א כאפ מיין פעדער און געגעבן א שרייב די דריי תגובות.
חיריק האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:03 pm
פארברענגען דארף זיין אויף די בילבארד אינדרויסן.
חיריק האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:04 pm
איינער וויל זיך מנדב זיין און אנפירן א פארברענגען שרייבעריי פארמעסט?
חיריק האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:05 pm
נאר פארברענגען סטייל ארטיקלען.
אויף די לעצטע תגובה האב איך שוין גענוצט רויטע טינט פשוט ווייל איך האב געהאפט און געוואלט אז ס'זאל זיין נאר פארברענגען סטייל ארטיקלען.

און וואס איז טאקע געשען? איך זע נישט אז ס'זאל נאר זיין פארברענגען סטייל ארטיקלען.
קענסט מיר לאזן אויסרעדן?! איך פארשטיי אז דו יאגסטעך אבער ווי לאנג איך בין דא צוגעבינדן האב איך די וועלט'ס צייט.

גלייך נאכן ארויסשיקן די תגובות האב איך באקומען א אישי פון איינע פון די גרויסע פאפולערע ניקס וואס וויל בלייבן אנאנים. און מיר געשריבן אז אויב דו מיינסט עס ערנסט בין איך גרייט דיר צו העלפן מיט וואס דו דארפסט נאר האבן!

איך בין געווען אביסל אין שאק וואס דא קומט נאר נישט פאר. און איך בין בכלל נאכנישט געווען אזוי ערנסט. אבער אז איינער איז מיר גרייט צו זאגן וויאזוי עס ארבעט בינעך זיכער גרייט צו טון עפעס דערוועגן…

קודם האט מיר יענער געזאגט אז איך מיז האבן א טיעם וואס זאל מיר ארויסהעלפן און איבערדרייען. סאו האב איך גע'אישי'ט איינס פון די ניקס וואס דרייען זיך אסאך אין פארברענגען און אים געפרעגט צו ער וויל מיר העלפן אבער איך האב צוריק באקומען קאלטס און ווארעמס. למשל געב א קוק די אישי….
האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 12:58 am
חיריק האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 12:57 am
האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 12:52 am
חיריק האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 12:46 am
אפשר ארבעטסטו אויף אזא פלאן? viewtopic.php?t=66117

קום אריין דארט און רוף דיך אן ווארעם.
איך כאפ נאכנישט פונקטליך וואס האטער באטראפן.

אבער לאמיר זען וויאזוי זאכן קאכן זיך אויס.
ס'נישט קיין שווערע זאך עס צו ערלעדיגן און ס'וועט סתם אויפלעבן די מצב.
כ'אבזערוויר די מצב. אז ס'וועט ווערן ערנסט העלעך זען.

דעמאלטס האב איך איינגעזען אז אסאך ניקס זענען דא צו נעמען קרעדיט נאר אויב ס'דא סוקסעס, סאו האב איך באשלאסן אנצוהייבן אליין און פרובירן אז אלעס זאל זיך אויסקאכן צום בעסטן…


איך האב אויפגעמאכט א אשכול פאר ווער ס'וויל שרייבן און אנטייל נעמען אין די פארמעסט זאל זיך מעלדן און צוביסלעך איז אריינגעקומען מער און מער שרייבערס.

נאכדעם וואס איך האב שוין געהאט בערך צען שרייבער האב איך אויפגעמאכט א אשכול און געלאזט די עולם וויסן אז די פארמעסט איז אפיציעל.

וואס מיינט אפיציעל און ווער האטעך געזאגט פונקליך וואס ס'דארף געטון ווערן?
אזוי ווי איך האב שוין געשריבן איז עס א ניק וואס וויל נישט אז זיין נאמען זאל ווערן דערמאנט דא. ער האט מיך בעסיקלי צוגעוויזן וואס ס'דארף געטון ווערן, אויכט האט ער מיך צוגעוויזן צו @טעמטי וואס ער האט אנגעפירט א העכסט סוקסעספולע פארמעסט מיט א יאר צוריק, איך האב טאקע אין די ערשטע פאר טעג געהאט צען און א האלב הונדערט קשיות. איך פלעג טאקע אפשיקן מיינע קשיות צו @טעמטי און א יעדע סוף טאג פלעגט ער ענטפערן.

פארשטייט זיך אז איך האב אנגעהויבן צו משוגע מאכן טעמטי פאר א יעדע שטות, א יעדע פאר מינוט האב איך געהאט א באמבע קשיא ביז איין מאל נאך א לאנגע טאג משוגע מאכן האב איך באקומען א ריקארדינג פון @טעמטי ווי א קליין בעבי וויינט און דעמאלסט האב איך פארשטאנען אז ער איז פארנומען און איך דארף גיין אויסנוצן דעם נעקסטן. זייט דעמאלטס פארן משוגע מאכן איינעם האב איך געשיקט אן אישי "איר האט א קליין קינד אינדערהיים יעצט?" אויב די ענטפער איז געווען א ניין האב איך אנגעהויבן צו משוגע מאכן.

הייסט טעמטי און יענע אנאנים ניק האבן דיר געזאגט פונקליך וואס ס'דארף געטון ווערן. וואס טאקע האט געדארפט געטון ווערן?
אזוי, צו מאכן א פארמעסט דארפסטו האבן א גראפיקער וואס זאל דיר גרעפיקן וואס דו דארפסט, נאכדעם דארפסטו האבן א מגי' וואס גייט זיין גרייט צו מגי' זיין אלע ארטיקלען, די מנהלים דארפן מסכים זיין צו שפילן מיט דיר און פינען די נויטיגע אשכולות, און נאכדעם מוז מען האבן אסאך נערוון און נישט אויפגעבן אינדערמיט, זיין גרייט פאר א שטארקע דורכפאל, און פארשטייט זיך אויסהערן יעדעמ'ס פראבלעמען.

אקעי, וואס איז די נעקסטע סטעפ וואס דו האסט גענומען? זענען די מנהלים געווען אויף דיין זייט?
אויב איך געדענק גוט האב איך געשיקט א אישי צו יאנאש, ווייסטאוואס אבימלך, לאמיך דיר ברענגען דעם אישי.
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:19 pm
חיריק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:23 am
ס'איז דא קעגנערשאפט פון מנהלים צו א פארברענגען שרייבעריי פארמעסט אדער איך האב פולע ערלויבעניש עס צו מאכן?

איך וואלט געוואלט וויסן וואס די תקנות זענען צו קענען גיין ווייטער.
פילט פריי צו מאכן לעבעדיג
קורץ און שארף ענד טו דע פוינט…

איינמאל די מנהלים האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט האב איך אנגעהויבן צו זוכן א גראפיקער.

איך האב גע'אישי'ט אפאר ניקס וואס האבן שוין אין זייער פארגאנגענהייט גע'גרעפיקט דא אויף אייוועלט אבער קיין איינער איז נישט געווען עוועילעבל זיך אוועקצוגעבן פאר א פארמעסט.

פערצופאל אינמיטן זוכן האב איך מיך אנגעשטויסן אין @אברך כולל'ס גרעפיקס וואס ער האט געמאכט פאר א ניק דא אויפן וועלטל האב איך נישט געטראכט קיין צוויי און אים גע'אישי'ט צו ער איז גרייט צו מאכן די גרעפיקס. (איך געדענק נישט פונקטליך אבער עפעס אזוי) ער האט צוריק געענפערט אז ער איז זייער מכיר טובה אייוועלט ווייל ער האט שוין באקומען דזשאבס דורך אייוועלט סאו ער איז מיר גרייט צו העלפן. נאך יענע טאג האבעך באקומען א לאגא פון אים און איך בין געווען גרייט אנצוהייבן.

אבער אברך כולל טוט דאס באמת פאר פרנסה סאו איך האב מיך געפילט אביסל שלעכט אים אויסצונוצן האב איך צום סוף געטוישט צו @שוואכער און ער האט געמאכט די גרעפיקס ביזן ענדע פונעם פארמעסט.

נאכדעם וואס די לאגא איז געווען מסודר האב איך אויפגעמאכט די @פארברענגן פארמעסט ניק און גע'אישי'ט יאנאש ער זאל מיר עס עפענען אבער יאנאש האט זיך אנטזאגט פון עס עפענען ווייל עס איז לכאורה'ס דזשאב, איך האב יענע רגע געשיקט א אישי צו לכאורה און זיין ענטפער האט נישט געשפעטיגט צו קומען אז ער האט עס שוין מסדר געווען און עס איז גרייט צו נוצן.

ווען איך בין שוין געשטאנען דא בין איך שוין געווען מער גרייט אנצוהייבן און טאקע אונזער כלל טוער הרב ר' @וויכטיג מאכער האט ארויסגעהאלפן מיט נאך אפאר טעקניקלס כדי אלעס זאל זיין אין פלאץ ביים אנהייבן און ווען אלעס איז געווען אין פלאץ טייט צוגעבינדן ווי א שלאק פון א סוכה איז די פארמעסט אפיציעל געווארן געלאונטשט.

זאג מיך די ריינע אמת, האסט געהאלטן אז עס וועט מצליח זיין אדער דו האסט געמיינט אז עס וועט אויסזען ווי א ישיבה קטנה פורים קאמפיין?
איך בין באמת געווען צומישט. איך בין געווען גרייט צו נעמען דעם חיריק ניק און לייגן אין גארבעדזש און אויפמאכן א נייע ניק אויב עס פעלט זיך אויס. אבער מיטן אייבערשטער'ס הילף איז עס נישט צוגעקומען דערצו נאר אלעס האט זיך געפירט פון אויבן מיט'ן רעכטן פיס…

וועלכע ניק קומט זיך לויט דיך אסאך קרעדיט פאר די סוקסעס פונעם פארמעסט…
פרעגסט גוט, א יעדע ניק וואס האט נאר ארויסגעהאלפן האט צוגעגעבן פאר די סוקסעס אבער די מערסטע וואס האט צוגעגעבן און די ניק וואס איך שפיר א הכרת הטוב איז @שוואכער

ער איז געווען 24 שעה גרייט מיט גרעפיקס צוצושטעלן פאר'ן פארמעסט… איך האב שוין געדילט מיט אסאך ניקס אבער אזאנס ווי ער איז כמעט נישט דא! מיט א רואיגקייט האט ער אייביג אויסגעהערט מיינע משוגעת'ן און פרובירט צוצושטעלן די בעסטע וואס איז נאר שייך. ער האט אפילו נישט אליינס געמאכט די גרעפיקס נאר א חבר פון זיין אפיס האט עס צוגעשטעלט און ער איז געשטאנען אויף זיין קאפ אז ס'זאל זיין א דבר המושלם גרייט צו ניצן פאר א אייוועלט פארמעסט.
איין מעשה דערמאן איך מיך יעצט איז געווען ביי איינע פון די ארטיקלען האט זיין חבר ארויפגעלייגט אין די בעקגראונד די כולל המערבי, נאכן אויפמערקזאם מאכן אז עס באלאנגט נישט געהעריג אויף א סאטמאר געשטימטע וועבזייטל האט ער געארבעט מיט זיין חבר פאר קרוב צו א שעה צוצושטעלן א נייע בילד כדי די ארטיקלען זאלן קענען ארויסגיין אין צייט.
איך וויל מיך טאקע באדאנקען פאר @שוואכער וואס איך האב אזויפיל הכרת הטוב. דער אויבערשטער זאל העלפן. ער זאל אייביג האבן א לבנה ביי קידוש לבנה, ער זאל קיינמאל נישט ווארטן צו לאנג ביי א רויט לייט, זיין פאון זאל זיך נישט אפהאקן בשעתן רעדן צו זיין שוויגער. ווען ער קויפט א לאטערי זאל ער אייביג האבן פונקט לאנגע נעגל עס צו קענען אויסקראצן. ווען זיין רוקן קראצט אים זאל ער אייביג טרעפן נעבן זיך א שפיציגע וואנט ווי ער זאל קענען רייבן דערויף זיין רוקן.
א סווימינג פול פיל מיט נחת, א קארב אנגעפילט מיט ישועות. א פייער אפפער מיט השפעות, א גלאז אנגעפילט מיט טרערן פון שמחה. א פאסט קעסטל אנגעשטאפט מיט פוד סטעמפ געלטער און א דאקטער זאל אים קיינמאל נישט דארפן טשעקן זיין אויער.

די פאון זאל זיך נישט אפהאקן ווען ער רעדט צו זיין שוויגער? איך האב געמיינט אז די טיילסט ברכות..
האללאו דו קענסט נישט זיין שוויגער. איך קען שרייבן א באשרייבונג לאנג ווי די בארא פארק באס און פלאך ווי א שחור׳ס נאז. סגייט זיין געשמאק ווי א קאלטע בלינץ אבער וואס קענעך טון אז זיין שווער האט נאכנישט חתונה געהאט…

עניוועי, איך האלט אז עס האט זייער שטארק מצליח געווען.. וואס זאגסטו? ביסט העפי מיט די ריספאנס?
יא און ניין, איך האב זייער הנאה געהאט פון די ריספאנס אבער נישט הנאה געהאט פון די ווארעמקייט.. איך ווייס נישט צו ס'איז מיין פראבלעם אדער ס'איז טאקע א פראבלעם.
מיך האט איינער געזאגט אז אפילו ביי מיך זעט עס אויס ווי ס'האט נישט אזא סוקסעס זאל איך אבער וויסן אז די דרויסנדיגע קוקן עס נישט אן אזוי. איך זע פשוט וויפל שווערע ארבעט עס איז אריינגעגאנגען סאו זעט עס אויס ווי א שוואכע סוקסעס אבער די דרויסנדיגע זעען עס נישט אזוי.
ס'איז עפעס נישט געווען קיין סאך לייקס אויף די ארטיקלען סאו ס'האט אויסגעזען ווי די עולם גייט עס נישט אן... אדער פשוט אז די עולם ליינט נישט די באשרייבונגען. אבער מיך איז עס נישט אזוי סאך אנגעגאנגען.
ווי לאנג די עולם גייט אפגעבן זייער פיס-בעק און לייקס פאר דעי אינטערוויו. פארשטייט זיך לייקן די אינטערוויו, וואס דאס גייט געבן חיזוק פאר אבימלך און מ'זאל זאל קאמענטן אויפ'ן ארטיקל וואס דאס גייט מיר געבן חיזוק, און זען די עולם'ס רעספאנס…

אוטש.. דאס קען אביסל קיצלען..
ווי לאנג איך בין צוגעבינדן צו דיין היי-טשעיר קענסטו אריינשיסן א בלינץ אין מיין פנים און איך גיי מיך נישט קענען אפווישן.
אבער ס'איז מיר נישט אזוי ווייט אנגעגאנגען ווי לאנג איך ווייס ביי מיר אין קאפ אז עס איז נישט די עכטע וועלט און ווי לאנג איך קען עני מינוט אפפיצן און אויפמאכן א נייע ניק. גייט מיך עס נישט אן.
גראדע מעג ווען א יעדער איינער זיך ארייננעמען דאס אין קאפ, פארשטייט זיך אז יעדער איינער דארף טון זיינס און לייקן אן ארטיקל וואס איז אריינגעגאנגען קאפ און מוח. אבער די שרייבער דארף זיך נישט דערשרעקן און ער זאל אנגיין ווייטער אפילו ס'איז נישט דא 450 לייקס.

איז געווען סיי וועלכע ארטיקלען וואס דו האסט אפגעזאגט, צוליב קוואליטעט וכו׳?
יא ס'איז געווען בערך דריי ארטיקלען וואס האט נישט געקענט אנגענומען ווערן. אלע האבן געהאט בערך די זעלבע פראבלעם פון טעגלאש. און איינמאל איך בין אנגעקומען צו פופצן ארטיקלען האב איך מער נישט משוגע געמאכט קיינעם פאר ארטיקלען. איך האב געהערט פון איינע פון די פאריעריגע אז פאריאר איז געווען אביסל סאך ארטיקלען סאו איך זאל פרובירן צו פאוקעסן פאר בערך פופצן ארטיקלען. ווייל נאכדעם ווערט די פארמעסט צו לאנג און די עולם פארלירט די עקסטאז.

אז דו האסט עס אפגעזאגט מיינט אז עס איז געווען טראבל…
איך האב געוואלט זייער שטארק האלטן די סטאנדארט הויעך און נישט האבן קיין פראבלעמען מיט די הנהלה. גראדע איז כמעט נישט אריינגעקומען קיין קריטיק ווען יא האבן מיר עס מסדר געווען. איך בין געווען אין קאנטעקט מיט @אוראייניקל און ער האט מסדר געווען אלעס על צד היותר טוב.

וועלכע ארטיקל האסטו די מערסטע ליב געהאט?
איך האב זייער ליב הומאר ארטיקלען סאו איך וואלט געזאגט אז היידזשעקינג שבת ביינאכט פון @יעקב פריינד און האסט שוין היינט געלאכט פון @אינדזשוי , הייבט אייך און בייגט אייך פון @הלבלר בקולמסו . נאכדעם האב איך ליב געהאט איי-ווערטס פון @כפרה דער איז א גוטער פאנטאזירער…

וועם קומט זיך א דאנק פאר די הצלחה פונעם פארמעסט?
פאר די מגיהים: וואס אן זיי וואלט די עולם זיך אויסגעבראכן די אויגן ברעמען צו ליינען. @דרייצעך, @המברך יתברך , און @גרויסע עם הארץ .
גרעפיקס: @אברך כולל און @שוואכער .
מנהלים/אחראים. @יאנאש , @לכאורה .
איך וויל נאר דא זיך אפשטעלן פאר איין רגע און מאכן א מאמענט אף סיילענס פאר יאנאש און לכאורה. זיי זענען צוויי איבערגעגעבענע מנהלים וואס זענען אייביג געשטאנען צו מיין רעכטע האנט מיט וואס נאר איך האב געדארפט. ימלא ה' משאלותם לטובה. @אוראייניקל , און @וויכטיג מאכער וואס האבן אויך ארויסגעהאלפן אין די איבריגע זמנים.
וואלן סיסטעם: @בבקשה , וואס האט אוועקגעגעבן שעות אז די וואל סיסטעם זאל זיין גרייט אין צייט מיט אלע ארטיקלען דערויף.
ארויסגעהאלפן: @טעמטי . און @אנאנים.
פי. די עף. @עפרון

וואס איז דיין בליק אויף אייוועלט בכלל? און וואס וואלסטו געטוישט ווען דו קענסט ווען?
איך וואלט געלאזט וויאזוי עס איז, אבער איך וואלט געמאכט א נאציאנאלע אייוועלט טאג וואס יענע טאג וועט זיין ראש השנה ל'אייוועלט. ס'גייט זיין די טאג וואס אייוועלט האט זיך געעפנט.
אלע ניקס גייען קומען יענע טאג מיט ווייסע העמעדער אויף אייוועלט, א יעדער גייט שרייבן א באשרייבונג פאר דעם טאג. ס'גייט זיך גיסן ניקס. אלע אלטע ניקס גייען אריינקומען פשוט צו שטיצן אייוועלט. ס'גייט זיין א לינק ווי די עולם גייט קענען געבן געלט פאר די אייוועלט סייט און מיט דעם גייט מען קענען צאלן פאר שרייבער און חברה וואס מאכן נייע פיעטשערס אויפן סייט.

מ'גייט טיילן דענישעס מיט א מים חיים קאלע סאדע קען פאר א יעדע ניק. יענע טאג גייט מען נישט מעקן, ס'גייט אויסזען ווי א חתונה זאל נאך א פורים שפיל, אלעס שמוציג און אנגעווארפן. נאכדעם גייען די מנהלים אויפטרעטן מיט דרשות, א יעדע שעה גייט א מנהל ארויסלייגן אן ארטיקל, חיריק גייט זיין די אנפירער און מאכן די שעות און זיכער מאכן אז אלעס קלאפט.. עניוועי ס'גייט זיין יום טוב.

פיינע חלומות!!

ווי אזוי האסטו אויסגעפונען פון אייוועלט?

געווען איז עס איינע פון די עלעקשאנס, ווען אלע מיינע חברים זענען געזיצן אויפן וועלטל און געברענגט די נייעס האב איך אפגעמאכט אז איך מיז מיך באקענען מיט דעם סייט. איך האב געבעטן מיין חבר @א דאך אז ער זאל מיר אויסלערנען וויאזוי אלעס ארבעט, זייט דעמאלסט האב איך א פאליטיק ניק, און מיין פארברענגען ניק האב איך שוין געטוישט צוויי דריי מאל.

וואס איז דיין גרעסטע פלאפ וואס דו האסט אמאל געהאט אויף אייוועלט?
איך בין געשטאנען אויפן הויפט בלאט ווי אלע ניקס גייען דורך און איך האב געכאפט א גליטש!!...
מסתמא געשיקט א תגובה מיט מיין דאפלטער ניק. און געווארט פאר צוויי לאנגע מינוטן אז מ'זאל עס מעקן און געהאפט אז קיינער האט נישט געכאפט.
נאך א מעשה וואס איז פארגעקומען פאריגע וואך איז אז איין מאל ווען מיין חיריק ניק איז געווען אפן דארט ווי איך ארבעט און פלוצלינג האט א קאסטומער זיך גענומען שרייען דו ביסט חיריק!! נאו וועי!!... איך האב געמוזט איינשפריצן א טעטנעס שאט אז ער זאל זיך בארואיגן.

און אין רעיל לייף וואס איז די גרעסטע פלאפ וואס דו האסט מיטגעמאכט?
ווען איך בין צוגעגאנגען דאוונען מנחה ביים עמוד א האלבע שעה נאכן זמן מעריב…

וואס האלסטו האסטו געטוישט מיט דיין וועג פון שרייבן אויפן וועלטל?
איך האב באמת גארנישט געטוישט, נאר איך האב גענומען א נייע מין וועג פון מאכן לאזונגען פאפולער.
למשל ווען איינער גייט שרייבן 10 נאך 10 אדער א שטויס פון.... וועט ער טראכטן פון חיריק. איך האב פשוט געזוכט צו מאכן פאפולער אפאר לאזונגען וואס איז מיר איינגעפאלן צו משוגע מאכן מענטשן.
גראדע לעצטנס ארבעט איך אז אנשטאטס ווען איינער שרייבט ער האט געשאסן א לאטקע זאל יענער שרייבן געשאסן א בלינץ, אדער ס'איז געפלויגן בלינצעס וכו'...

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז?
דער וואס געגעבן די נאמען פארן פלעדער מויז "פלעדער מויז" האט גוט געטון… דער האט א אזא סענס אף הומאר!

איך בין אזוי ביזי אז איך דריי מיך ארום ווי א טשיקן אן א קאפ… אונז קענען אלע דער אורח פון א טשיקן וואס נאכן שעכטן הייבט ער אן צו ארומשפאצירן מיט אן אראפגעלאזטע קאפ… דער איז אזא אורח! אוי איז ער גרויליג.

וואס איז נעקסט פאר די חיריק ניק? וועלכע נאך פראיעקטן גייסטו אריינברענגען צו אייוועלט?
איך האב אייביג מורא אז די נעקסטע זאך פאר חיריק איז א חסימה…
ביזדערווייל האב איך נישט אריינגעברענגט קיין נייע זאכן אבער מסתמא די פורים רב פארמעסט אויב ס'גייט זיך אויספעלן.

פלאנסט צו לויפן פאר פורים רב?
נאר אויב די עולם וויל חיריק פאר פורים רב. פארשטייט זיך דאס גייט מען זען נאך דעם וואס די עולם גייט לאזן הערן זייער מיינונג.

וועם וואלסטו גענומען פאר רב הצעיר?
איך האב איין ניק וואס איך האב זייער שטארק ליב זיין וועג פון שרייבן, סאו אויב איך געווין און איך דארף וועלן א מיטלויפער וועלעך מסתמא נעמען יענעם… אבער עס איז נישט אינטערעסאנט צו זאגן יעצט ווייל זאכן קענען זיך נאך טוישן.

וואס איז דיין מעסעדזש פאר אייוועלט?
מ'דארף נעמען די נאמען ארויסצונעמען די בעסטע זאכן. איי- ער'שעלט. איי-ער'קוועלט. איי-הערליך'פעלד. איי-אפילו'אין'קעלט. איי-זיי'א'העלד. איי-חיריק'מעלדט איי-טו אן דיין סיט בעלט.

זייער קלאר ארויסגעברענגט אלעס! איך האב הנאה אז איך האב זיך געטראפן מיט דיר, איים סארי אז ס'האט געדארפט געטון ווערן אויף דעם וועג.. אבער איך האב געבעטן שיין אפאר מאל, וואס זאל איך טון אז דו האסט נישט געוואלט רעדן ווי א נארמאלע מענטש…
עניוועי פאר איך לאז דיר גיין, איז דא עפעס וואס דו ווילסט מיך פרעגן?


חיריק: נעוואדע. פון וואו נעמסטו דיינע נייעס?
נאך יארן לאנג פון זיין פארנומען מיט נייעס האט איך אסאך טוויטער אקאונטס וואס איך ווייס אז מען קען זיי טראסטן אין פון דארט נעם איך די נייעס, ווי אויך פון גוגל ניוז.

דו נוצט גוגל טרענסעלעיט?
גאנץ אפט, אבער איך שרייב זייער אסאך אליינס אויך, אפילו ווען איך ניץ גוגל טרענסלעיט דארף איך טוישן אסאך ווערטער.

פארשטייסט אלע נייעס וואס שטייט אין ענגליש?
יא, ב״ה איך קען זייער א גוטע ענגליש, איך שרייב און ליין זייער שנעל אויף ענגליש.

קענסט א ניק אין ריעל לייף?
צו איך ווייס ווער עטליכע ניקס זענען? יא, ווייל זיי האבן עס קלאר געזאגט, אן פרעגן! איך וועל קיינמאל נישט פרובירן אויסצוגעפינען ווער א ניק איז אין ריעל לייף!

איינער קען דיר מיט דיין ניק אין ריעל לייף?
איך האף אז חוץ מיין ווייב ווייסט קיינער נישט ווער אבימלך איז, עס איז בעסער אזוי.

וויאזוי האסטו זיך באקענט מיט אייוועלט?
פון א זיסע שוואגער מיינע וואס האט מיך געשיקט א ארטיקל פון אייוועלט און איך האב זייער הנאה געהאט.. די רעסט איז היסטארי... מער איבער דעם קענסטו זעהן פון די אינטערוויא וואס מיין חבר @אידישליך האט אפגעהאלטן מיט מיך (נישט צו לאנג צוריק) ווען איך האב געהאלטן ביי 3000 תגובות.
viewtopic.php?p=4541455#p4541455

פארוואס האסטו אפגעמאכט פונקט צו שרייבן נייעס?
איך האב ליב נייעס, היימישע פאליטיק און טעגלאש אינטערעסירט מיר זייער ווייניג, איך דריי מיך אויך אסאך אין פארברענגען, פשוט ווייל אסאך מאל פאלט דארטן אריין באמת גוטע זאכן…

האסט געהאט א ווארט וועלכע צונאמען מ'זאל דיר געבן?
ניין, נישט עכט.

וואס האלסטו איז בעסער, א באבי פין אין די בארד אדער א פאוני ראבער?
זייער א טיפע פראגע! אבער די אמת איז אז איך קען דיך נישט ענטפערן אויף דעם ווייל איך ווייס נישט! מען קען אבער גלייך זעהן די טיפ פון א מענטש לויט וואס ער גייט אויף זיין בארד...

גייסט מיר געבן כאטש האלב לייקס פונעם אינטערוויו?
זיכער אזוי!!

איך האב אייך נאר נישט געוואלט זאגן אז….
פארוואס דארפסטו אלעס טון פארקערט??!!??

א מעסעדזש פאר אלע ליינער פונעם אינטערוויו.
פארוואס נאר א מעסעדזש פאר די ליינער? און נישט פאר גאנץ כלל ישראל?? א סעלעברעטי דארף געבן א מעסעדזש פאר גאנץ כלל ישראל! עניוועי איך בין נישט קיין סעלעברעטי סאו איך האב נישט קיין מעסעדזש פאר קיינעם!

אבימלך: אקעי חיריק, איך דארף שוין גיין, מיינע חברה וועלן דיך אהיימנעמען, דא האסטו א צעטל פארוואס דו ביסט געקומען שפעט, איך האב באמת הנאה געהאט צו פארברענגען מיט דיך! ווי אזוי זאגט מען, חיריק, דו ביסט פיינע נייעס!!

חיריק: א רגע!! מזל טוב פאר דיין זיבן טויזענט ארעמע תגובות וואס לעבן אויף פוד סטעמפס און סעקשאן עיט.
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2742
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

וואף... א מעכטיגע אינטערוויו.

אבימלך האסט געטראפן חיריק לייוו? אדער געשיקט צעטלעך אויף פאסט.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18337
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

צו לאנג…

פי די עף פליז.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6424
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

זייער פיין דאס! שכח חיריק’ן און אבימלך’ן!
עלינו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4020
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

עטס זענטס ביידע גוט פאר @חיריק
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

פיין, טענקיו חירימלך.

אגב, @חיריק כפארשטיי אז דו האסט ליעב מיינע ארטיקלען אבער כהאלט נישט ביים רב הצעיר׳ן, אבער א דאנק פאר די אפער.
לעצט פארראכטן דורך שלמה מולכו אום מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

נעקסט לעוועל...wow
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 887
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

חיריק! אבימלך!
א דאנק!
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
קוק ארויף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:38 pm

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק ארויף »

@אבימלך PDF איז דא?
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 9584
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

קוק ארויף האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:59 am
@אבימלך PDF איז דא?
בקרוב
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

יוש זענט עטס צוחיריקט
נאדיר אוואס די בענקסט זיך אזוי שטארק
כ'האב הנאה אז אבימלך זיצט אויפן שטיל און חיריק זיצט אויפ עפעס אזא צאמלייג הייטשער
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

איז אמעריקען עירליינס פלייט 587 געווען א טעראר אטאקע??
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

כמיין אז זיי ביידע זענען @פאראבימלכט אין פשוט @חיריק איז אינגאנצן @פארמלכט

באט עניוועי ענק זענען גוטע נייעס אין דערוילעם האט שטארק הנאה פון ענק ביידע
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

דערוילם זאל געדענקען אויך צו לייקן @חיריקס תגובה
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

מעכטיג..... פרעכטיג.....
הערליך שיין.
אגב וואו קען איך צוברעכן מיין ארימע לייק אז סזאל זיין מער ווי א גאנצע פאר @אבימלך און מער ווי א גאנצע פאר @חיריק ?
שכוח ענק ביידע.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
צוויי גילדען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

נאכנישט געליינט אבער אבימלך איז מעגא!

פארשטייט זיך אונזער פורים רב חיריק..
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1702
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

וואף..................................... כמיין יעדער העט שוין מודה זיין אז די קעניג פון פאלאסטינא דארף זיכער האבן אן אייגן לאנד.

@אבימלך @חיריק איין ווארט פאר אייך גוט!!!
אוועטאר
שטייפע טרויבן
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:53 pm

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייפע טרויבן »

נעקסט לעוועל!! פיין הנאה געהאט! שכח @חיריק @אבימלך
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2960
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

מעכטיג!!!

#גראפישע שנויצן.....
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

וואדא טוצעך!

X 30,765
אוועטאר
מילדי העברים
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

אפשר קעו מען שאפן פאר @חיריקן א נארמאלע בענקל ??
אטעטשמענטס
0b143fc1-ec68-4eb5-876b-24656531162d.jpeg
0b143fc1-ec68-4eb5-876b-24656531162d.jpeg (132.29 KiB) געזען 3734 מאל
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
יאנאש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:00 pm

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט נישט געווען אזא אפציע ווי פארלאזן אייוועלט
יוסי בן-ציון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 10, 2023 10:45 pm

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי בן-ציון »

לא אלמן ישראל.... מאאאאאאסיוו!!!!!!!!
די סעקאנד אממענדמענט איז דא צו היטן אויף די איבריגע אממענדמענטס. Alexander Hamilton
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

חחח...
איך געדענק ווען @חיריק פלעגט פאקן ספרים אין שארמאשע ביהמ''ד.
צוליב אינפלעישן האבן זיי אויפגעהאנגען א צעטל, אז מ'זאל פאקן אליינס. מ'האטעם אויפגעזאגט איזער געקומען אויף אייוועלט, און שוין אן אינטערוויא מיט @אבימלך אליינס...

גראדע פאר דיין נעקסטע ניק קענסטו בעטן פייבל זאל דיר שיקן "גראשיצע"
אוועטאר
Rishi Sunak
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2022 1:28 pm

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rishi Sunak »

thanks
👍👍עס העלפט אייביג א לייק 👍👍
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ויהי בחיריק אבימלך בהתאסף ראשי אמממ, יחד יחד בלינצעס ישמעאל
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: א אינטערוויא מיט 30,765 קערעקטערס -אבימלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

טעמטי האט שוין א בעבי?
נישט געגלייבט חיריק ארבעט.
קוים אנגעהויבן ליינען די ארטיקלען
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”