לעשות נקמה - בגוים

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 11:51 pm
אל תדון עד שתגיע למקומו
גוט גוט!
מוה"ר אברהם שאר שליט"א: איזהו גיבור הכובש את יצרו. נישט יענעמ'סיצר הרע, נישט יענעמ'ססמארטפאון. 🔊
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41543
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די דאזיגע אקציע האט גראדע געזוכט צו באשטראפן עימיצער פאר זיינס א פראבלעם וואס שטערט פאר אנדערע אבער ער טוט עס נישט בייזוויליג

א פרוי האט ארויפגעשטעלט אויף ספאטיפיי א רעקארדירונג ווי אזוי איר מאן וועלכע מוטשעט זיך מיט סליפ עפניע שנארכעט טראומאטיש הויך און זי ערקלערט אז זי האט געוואלט אז די וועלט זאל זיך מיטשפורן איר ווייטאג
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6465
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

@הכל הבל א געשמאק צו ליינען דא און אין אלע דיינע אשכולות!

אה און מזל טוב פאר 40000 תגובות! קיפ איט אפ!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41543
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יעקב פריינד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 12:25 pm
@הכל הבל א געשמאק צו ליינען דא און אין אלע דיינע אשכולות!

אה און מזל טוב פאר 40000 תגובות! קיפ איט אפ!
א דאנק אייך פאר די שיינע וואונטשן!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6515
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 11:54 am
די דאזיגע אקציע האט גראדע געזוכט צו באשטראפן עימיצער פאר זיינס א פראבלעם וואס שטערט פאר אנדערע אבער ער טוט עס נישט בייזוויליג

א פרוי האט ארויפגעשטעלט אויף ספאטיפיי א רעקארדירונג ווי אזוי איר מאן וועלכע מוטשעט זיך מיט סליפ עפניע שנארכעט טראומאטיש הויך און זי ערקלערט אז זי האט געוואלט אז די וועלט זאל זיך מיטשפירן איר ווייטאג
די וועלט שפירט עס עניוועי מיט.... וויפיל פרויען קענט איר וואס דער מאן כראפעצט נישט?

הכל הבל איך מוז דיר געבן א דאנק, סיי פאר אלעם וואס דו שרייבסט אויפן וועלטל בכלליות, און בפרט פאר דעם זיסן אשכול.

מסתמא ווייסטו שוין אז איך האב ליב זיסע אויסדרוקן און פאנ'ס (מיט א פינטל פ).
דער קעפל פונעם אשכול איז זייער צום זאך!

ביי דעם שורה האב איך אויפגעפלאצט
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 5:15 pm
ביטע געדענקן אז די עפיזאדן זענען בלויז געמאכט צו ליינען און נישט נאכצוטוהן
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

הבל, דיינע תגובות מילא, אבער די געדאנקען פאר אשכולות און עס גוט באזאלצן, דו ביסט פיין!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41543
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אט באגעגענען מיר א מאן וועלכע ארבעט אויסצוגראדן די וועלכע פון אלע קרומקייטן און ער קומט שוין אט אן צו זיין ציהל ווען נישט דאס וואס עטליכע מאטאריסטן פארקירן זייערע אויטא'ס ווי פאראזיטן

אונזער ידיד שפאנט ארויס מיט פילע זעקלעך פונעם שאפינג צענטער אבער פונדערווייטנס ווארפט ער שוין שטרענגע בליקן צו די ווייסע אויטא וועלכע פארלעצט די קארעקטע פארקינג רעגולאציעס

ער האט איבערגעלאזט זיין גאנצע האב און גוטס און צוריק אריינגעלאפן אין געשעפט און זיין איינגעהאנדלט שטארקע פלאסטישע שטריק און צוגעטשעפעט א וואגאן צום טיהר

די צייט וואס ער האט פארברענגט איז אים ווערד געווען מיטצוהאלטן פונדערווייטנס ווי אזוי דער אומפאראנטווארטליכער דרייווער יאגט זיך צו זיין קאר אבער מוז צוריקלויפן קויפן א שערל
אטעטשמענטס
KIMG0460.jpg
KIMG0460.jpg (74.12 KiB) געזען 2950 מאל
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אויפן וועג
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 08, 2020 11:52 pm
לאקאציע:הנני בידך לבך

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפן וועג »

@הכל הבל אזא דערקוויקעניש!!!!!

א דאנק פאר'ן אוועקגעבן דיין צייט צו מהנה זיין אנדערע אידן, און אזא געשמאקע וועג!!!!
הנני בידך לבד כחומר ביד היוצר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41543
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויפן וועג האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 4:55 pm
@הכל הבל אזא דערקוויקעניש!!!!!

א דאנק פאר'ן אוועקגעבן דיין צייט צו מהנה זיין אנדערע אידן, און אזא געשמאקע וועג!!!!
מיין פארגעניגן!
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

א דאנק @הכל הבל פארן שטענדיג מהנה זיין מיט דיינע גוטע תגובות.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

טענקס @הכל הבל פאר דעי אלע עפיזאדן.
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
פראפעסאר
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

@הכל הבל גאר אינטרעסאנט!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5524
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

יישר כח הבל
א גוטע משלוח מנות
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4271
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הבל, א גרויסן דאנק פאר אלעס וואס דו טוסט דא.

א שאד אז דו קענסט נישט הנאה האבן פון ליינען הבל׳ס זאפטיגע תגובות נאך א שווערע טאג, און אונטערשפרינגען פון די חידושים און מליצות, איך זאג דיר דו ווייסט נישט וואס דו פארפאסט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 7:28 pm
איינס האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 5:34 pm
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 5:23 pm
די דראנג פאר נקמה הויבט זיך נישט אן אונטער די חופה נאר אנטוויקלט זיך שוין אין די גאלדענע קינדער יארן און ווי מען הערט פון א בחור'ל וועלכע האט געברויזט אויף זיין קליינע שוועסטער וועלכע פלעגט רויבן זיינע זאכן האט ער איר געלערנט א מוסר שיעור

ער האט גענומען א פראיעקט וועלכע זי האט געהאט צוגעגרייט פאר די שולע לעקציעס און עס פארשטעקט און באגראבן צווישן א ליסטע פון 16 פאלדערס אויפן קאמפיוטער און יעדע פון זיי האט געהאט 3 סובפאלדערס און די קעפל פון יעדע פון זיי האט אדרעסירט די דברים העומדים עך הפרק ווי די לעצטיגע גניבה אויפשטייג
און?
זי האט מיט איין סערטש באטן געטראפן דעם פייל ושלום על הברודער....
כ'האף ער'ט געהאט אזויפיל שכל און געטוישט דעם פייל נאמען אויך..
דאך אבער מיט איין סוירטש פארן סארט פייל האט מען עס אין א רגע,
פאר א ווארד דרוק docx. און פאר א PDF דרוק .pdf א.א.וו. יעדע סארט פייל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17305
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 12:38 am
אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 7:28 pm
איינס האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 5:34 pm
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 5:23 pm
די דראנג פאר נקמה הויבט זיך נישט אן אונטער די חופה נאר אנטוויקלט זיך שוין אין די גאלדענע קינדער יארן און ווי מען הערט פון א בחור'ל וועלכע האט געברויזט אויף זיין קליינע שוועסטער וועלכע פלעגט רויבן זיינע זאכן האט ער איר געלערנט א מוסר שיעור

ער האט גענומען א פראיעקט וועלכע זי האט געהאט צוגעגרייט פאר די שולע לעקציעס און עס פארשטעקט און באגראבן צווישן א ליסטע פון 16 פאלדערס אויפן קאמפיוטער און יעדע פון זיי האט געהאט 3 סובפאלדערס און די קעפל פון יעדע פון זיי האט אדרעסירט די דברים העומדים עך הפרק ווי די לעצטיגע גניבה אויפשטייג
און?
זי האט מיט איין סערטש באטן געטראפן דעם פייל ושלום על הברודער....
כ'האף ער'ט געהאט אזויפיל שכל און געטוישט דעם פייל נאמען אויך..
דאך אבער מיט איין סוירטש פארן סארט פייל האט מען עס אין א רגע,
פאר א ווארד דרוק docx. און פאר א PDF דרוק .pdf א.א.וו. יעדע סארט פייל
דאכצעך מיר מ'קען זיך מיט דעם אויך אן עצה געבן (טוישן דעם פייל אויספיהר.. הגם ס'וועט שטערן צו עפענען דעם פייל.. אבער סערטשן העט מען שוין נישט קענען.) דיש אלה איז נאר צו א גוי טראכט אזוי ווייט..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17926
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 4:50 pm
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מאנטאג מארטש 25, 2024 12:38 am
אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 7:28 pm
איינס האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 5:34 pm
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2024 5:23 pm
די דראנג פאר נקמה הויבט זיך נישט אן אונטער די חופה נאר אנטוויקלט זיך שוין אין די גאלדענע קינדער יארן און ווי מען הערט פון א בחור'ל וועלכע האט געברויזט אויף זיין קליינע שוועסטער וועלכע פלעגט רויבן זיינע זאכן האט ער איר געלערנט א מוסר שיעור

ער האט גענומען א פראיעקט וועלכע זי האט געהאט צוגעגרייט פאר די שולע לעקציעס און עס פארשטעקט און באגראבן צווישן א ליסטע פון 16 פאלדערס אויפן קאמפיוטער און יעדע פון זיי האט געהאט 3 סובפאלדערס און די קעפל פון יעדע פון זיי האט אדרעסירט די דברים העומדים עך הפרק ווי די לעצטיגע גניבה אויפשטייג
און?
זי האט מיט איין סערטש באטן געטראפן דעם פייל ושלום על הברודער....
כ'האף ער'ט געהאט אזויפיל שכל און געטוישט דעם פייל נאמען אויך..
דאך אבער מיט איין סוירטש פארן סארט פייל האט מען עס אין א רגע,
פאר א ווארד דרוק docx. און פאר א PDF דרוק .pdf א.א.וו. יעדע סארט פייל
דאכצעך מיר מ'קען זיך מיט דעם אויך אן עצה געבן (טוישן דעם פייל אויספיהר.. הגם ס'וועט שטערן צו עפענען דעם פייל.. אבער סערטשן העט מען שוין נישט קענען.) דיש אלה איז נאר צו א גוי טראכט אזוי ווייט..
קען מען אבער דאך זוכן פאר סיי וועלכע ווארט אינעווייניג אינעם פייל און עס העט ארויף קומען

און א זוך לויט די דאטום ברענגט ווידער ארויף אלעס פון דעם דאטום אפילו פון אינעווייניג אין א פאלדער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41543
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פארשוין האט זיך געמוטשעט מיט זיינע איידעמער וועלכע פלעגן אפזיצן אויף קעסט און פארציקן די צוגעגרייטע מאלצייטן אבער האבן אים זייער פארדראסן צוליב וואס זיי האבן אים נישט אפגעגעבן די ריכטיגע כבוד חמיהם

ער איז גראדע געווען פון די סארט וואס האבן נישט געהאט די שטארקקייט זיי אפן צו קאנפראנטירן און געמוזט אויפקומען מיט א מער פאסיוו-אגרעסיווע פארטל זיי צו שטעלן אין פלאץ און האט באשלאסן אויפצוקאכן הייסע הינט (האט דאגס) אין וואסער און נאכדעם אריינגעגאסן דאס וואסער אין אן אייז קיוב האלטער און עס געלאזט פרירן

ביי די קומענדיגע געלעגנהייט האט ער אראפגעשטעלט אויפן טיש א שיסל מיט די אומשולדיג אויסזעענדע אייז וועלכע די מחוצפים האבן אריינגעווארפן אין זייערע גלעזלעך

ער זאגט אז ער ווייסט נישט גענוי די טעם וואס זיי האבן געשפורט אבער די גרימאסן אויף זייערע געזיכטער האבן אים געגעבן די בעסטע טעם אין מויל
אטעטשמענטס
KIMG0468.JPG
KIMG0468.JPG (312.52 KiB) געזען 1474 מאל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41543
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פילע מענער וועלן זיך אידענטיפיצירן מיט איינע פון די מערסט פראמינענטע פרויען סינדראמען פון ערווארטן אז דער מאן זאל צוטרעפן וואס זי גלייכט און ווען זי וועט בעטן אז ער זאל איינקויפן עפעס צו עסן און ער וועט פרעגן וועלכע סארט עסנווארג וועט די ענטפער זיין "איך ווייס נישט"

די געדולד מעסטל פון איין אזא מיטגעמאכטע מאן איז איבערגערינען און ער האט צוגעגרייט פאר זיין פרוי א טעלער אנגעפולט מיט צעטלעך אויף וועלכע עס איז געווען ארויפגעפירקלט "איך ווייס נישט"

למוד לשונה לאכול איני יודע
אטעטשמענטס
KIMG0467.JPG
KIMG0467.JPG (216.56 KiB) געזען 1423 מאל
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

@הכל הבל איך זעה אז די סומע לייק'ס אין דעם אין דעם אשכול איז נישט קיין סאך, דאך וויל איך דיר זאגן אז איך געניס גאר שטארק. ביטע גיי ווייטער אן מיט א פרישקייט!

א דאנק!
מוה"ר אברהם שאר שליט"א: איזהו גיבור הכובש את יצרו. נישט יענעמ'סיצר הרע, נישט יענעמ'ססמארטפאון. 🔊
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

דאס איז א חידוש פון א אשכול ווי נאר @הכל הבל קען, ווער רעדט נאך פון די מליצות און דברי מוסר אזוי שיין אריינגעפלאכטן, אפגערעדט פון די שמייכל וואס עס ברענגט ארויף, ממש א כל בו!

יישר כח הרב הבל!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41543
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א גרויסן דאנק אייך פאר די פידבעק!
אוועטאר
אדרת שער
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 5:38 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדרת שער »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 26, 2024 1:01 pm
פילע מענער וועלן זיך אידענטיפיצירן מיט איינע פון די מערסט פראמינענטע פרויען סינדראמען פון ערווארטן אז דער מאן זאל צוטרעפן וואס זי גלייכט און ווען זי וועט בעטן אז ער זאל איינקויפן עפעס צו עסן און ער וועט פרעגן וועלכע סארט עסנווארג וועט די ענטפער זיין "איך ווייס נישט"

די געדולד מעסטל פון איין אזא מיטגעמאכטע מאן איז איבערגערינען און ער האט צוגעגרייט פאר זיין פרוי א טעלער אנגעפולט מיט צעטלעך אויף וועלכע עס איז געווען ארויפגעפירקלט "איך ווייס נישט"

למוד לשונה לאכול איני יודע
כ'האב עכט נישט געוויסט אז דער פראבלעם איז א נחלת הכלל

ניחמתני




הבל

דיינע אשכול איידיעס זאלן קיינמאל נישט אויסרינען
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2464
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

@הכל הבל יישר כח פאר אלעם


דער קעפל דא פאדערט א באזונדערער לייקל
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 41543
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: לעשות נקמה - בגוים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פרוי פארציילט איבער איר שכנה וועלכע פלעגט האלטן איר שטוב הונטל אינדרויסן פון שטוב אין אלע סארט טעמפעראטורן און זי האט נישט געקענט צוקוקן ווי אזוי די באשעפעניש בילט און ציטערט פאר קעלט ווערנדיג באנעצט אין שווערע שלאקס רעגנס

אלע אירע געבעטן זענען געפאלן אויף טויבע אויערן און זי האט אריינגערופן די ספעציעלע נומער צו באריכטן באשעפעניש פייניגונג און פאליציי זענען אראפגעקומען אוןאויסגעשריבן א טיקעט פאר די הינט אייגנטומער

ווי נאר די אפיצירן האבן פארלאזט די סצענע האט יענע אנגעהויבן קלאפן אויף איר טיהר און שרייען ווילדע לאזונגען אבער זי האט אנגעצינדן הויכע מוזיק און עס געלאזט שפילן ביז יענע איז מיד געווארן און צוריק צו זיך אין שטוב

די קומענדיגע טאג האט די פרוי וועלכע האט געהאט גערופן די פאליציי באשלאסן צו לערנען איר שכנה א לעקציע און זיך איינגעהאנדלט א גוטע ספיקער א אראפגעלאדנט א רעקארדירונג פון די שטימע פון א הונט וואס בילט אלס אן MP4 און עס צוגעטשעפט צו איר בלוטוט ספיקער און אנגעשטעלט גענוג הויך אז מען זאל עס אריבערהערן צו די אנדערע הויז

עס האט נישט לאנג געדויערט און קלאפן פון פאליציי האבן זיך געהערט אויפן טיהר און זי פרעגט געמיטליך וואס עס האט זיי געברענגט היינט און ווי ערווארטעט איז די אנטווארט געקומען אז זיי האבן ערהאלטן א באקלאגעניש איבער א הונט וואס בילט

זי האט רואיג ערקלערט פאר די פאליציאנטן אז זי פארמאגט נישט קיין הונט און זיי געלאזט דורכפירן א רעוויזיע אין איר אלע צימערן פון איר וואוינונג און זיי האבן גיך פעסטגעשטעלט אז עס איז געווען א בלויזע הונט בלבול

די שכנה איז געשטאנען אונטער די אפיצירן געפפלעפט און ערשטוינט און דאן האט די הונטלאזע פרוי געלאזט פאלן איר צוגעגרייטע באמערקונג זאגנדיג אז די הונט פון די שכנה בילט אזוי פיל אז זי הערט שוין דאס בילן אין איר קאפ אונטער איר באוואוסטזיין אפילו ווען קיינער בילט נישט

די שכנה האט געקריצט מיט די ציין אבער דער אפיציר האט איר אנגעזאגט אויפצוהערן אריינרופן מיט גרונדלאזע באקלאגענישן און די פרוי האט געמוזט אנהויבן גלויבן אז זי הערט טאקע פאנטאזישע בילן ביי זיך אין קאפ און געהאפט אז עס איז בלויז געווען אן איינמאליגע פאסירונג

די נקמה האט אבער פארגעזעצט פאר א לאנגע צייט ווען די הונטלאזע שכנה האט יעדן טאג אנגעצונדן איר ספיקער און זי האט געקענט אריבערהערן ווי די שכנה הויבט אן ליארמען פאר שרעק איבער די פרישע אנשיקעניש וועלכע בילט אין איר קאפ
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”