ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

-להלכה ולא למעשה-
איך פרעג נישט אויף למעשה און קיינער זאל נישט טוהן למעשה ע"פ וואס ווערט דא געשריבן.
אויף למעשה פרעג דיין לאקאלע [אדער דייקא נישט דיין לאקאלע] רב

איינער איז היינט צוגעקומען צו מיר אינמיטן לערנען אין מיין לאקאלע ביהמ"ד, מיט א ספר אין די האנט, די ספר איז א ספר וואס קיינער האט דאס שוין נישט געעפענט לעצטע פאר יאר לכאורה, און ער פרעגט מיר צוֹ איך האלט אז ער קען דאס ארויסנעמען פאר אפאר טעג צו נוצען אינדערהיים.
איך האב איהם גלייך געזאגט אז איך בין נישט דער וואס קען בכלל געבען רשות, און איך ווייס נישט ווער איז דא די גבאי האוצר, פרעג די אחראי אויף די ספרים.
למעשה אבער, האט זיך אנגעהויבען א גאנצע שמועס אויף דעם נושא, אויף די הלכה'דיגע חלק שבו, וואס אויבן אויף קוקט עס אויס אינטרעסאנט און לכאורה אפגעפרעגט, אבער למעשה בין איך זייער צומישט און מבולבל וואס איז די ריכטיגע תשובה ע"פ תורה.

איינער האט מנדב געווען א ש"ס\ספר צו א היכל התורה\ביהמ"ד, האט ער דאס געגעבען פאר די עולם צו נוצען. אין אנדערע ווערטער איז דאס א געוויסע הקדש פאר'ן קהל.
די פשוט'ער תירוץ וואס די עולם גייט זאגען איז, אז ער האט עס מנדב געווען על דעת ס'זאל בלייבען לטובת הציבור, און די ציבור זאל עס אייביג קענען נוצען און הנאה האבען פון דעם, און אויב איינער וועט דאס ארויסנעמען וכו' גייט עס איין שיינער טאג געבארגט ווערען און קיינמאל צוריק קומען. איז מיין שאלה, איז דאס א שיור אין די הקדש, דהיינו- אז ער האט איבערגעלאזט פאר זיך אדער פאר'ן גבאי די זכות צו אסר'ן דאס ארויסנעמען? מיט וואספארא כח קען מיך די גבאי האוצר אסר'ן צו לערנען מיט די ספר אינדערהיים?

ווער איז בעה"ב אויף א ספר אין ביהמ"ד?
ווער קען געבען רשות ארויסצונעמען א ספר פון ביהמ"ד?
איז עס בכלל שייך צו איינעם צו באשליסען?
אויב איך וויל נומען א ספר פאר אפאר שעה אינדערהיים און גלייך שפעטער צוריק ברענגען, קען מיך איינער בכלל אסערען?

ס'איז דא בתי מדרשים וואס שטייט ארויסגעשריבן 'חרם הקדמונים' נישט ארויסנעמען א ספר פון בימ"ד, איז דא אזא חרם?
[פארוואס שטייט נישט 'חרם הקדמונים' נישט צו גאנבענען? איך האב פארשטאנען אז מען מאכט נישט קיין חרם אויף א איסור דאורייתא, און ממילא אז ס'איז טאקע נישט קיין גניבה ווען איינער נעמט ארויס ע"מ צוריק צו ברענגען, ולכך האט מען געדארפט שרייבן 'חרם הקדמונים'. ומכאן השאלה איז גא אזא חרם? אויב יא, ווי?]

איך האף אז איך האב מיר גוט מסביר געווען און ס'איז קלאר וואס איך מיין צו פרעגען. אפשר איז עס דברים פשוטים, אבער ביי מיר קוקט עס נישט אויס אזוי פשוט.
אוועטאר
אריה שאג
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 10, 2024 5:16 pm

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

תגובה דורך אריה שאג »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 7:57 pm

פשטות איז די תירוץ דארט ווי עס איז דא א גבאי חק"ס דארף מען אים פרעגן ,נישט ווייל ער איז ב"ב נאר אזוי גייסטו פילן שטארק אז די דארפסט עס צוריק ברענגען ווייל ער ווייסט דערפון
דארט ווי עס איז נישטא קיין גבאי איז דער וואס האט עס מנדב געווען און ער האט געוואוסט אז עס איז נישטא קיין גבאי האט דאך געוואוסט אז עס גייט איין טאג פארלוירן גיין
אין און אזא ביהמ"ד וואלט איך נישט מנדב געווען קיין ספרים
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17867
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די איסור להוציא איז בפשטות נישט ווייל איין טאג גייט א צווייטער עס בארגן און נישט צוריק ברענגען, נאר ווייל בשעת ס'ליגט ביי דיר קען קיינער אין בית המדרש נישט הנאה האבן דערפון, עס איז געמאכט צו נוצן אין שול, נישט אהיים צו נעמען.

פונקט ווי א פיצא סטאר וואס האט אויפן טיש קעטשאפ, זאלץ, פעפער, און קראשד רעד פעפער, קען איך נישט זאגן אז דער בעל הבית לאזט דאך די קאסטומער נעמען פאר אומזיסט, טא איך קאסטומער גיי אהיים נעמען די קעטשאפ עס צו נוצן אינדערהיים, און איך ברענג עס שוין צוריק...

עס ארבעט נישט אזוי, עס איז נתנדב געווארן דוקא צו נוצן בתוך דפנות הבית המדרש, און אזוי דארף עס בלייבן.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15627
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ווייסעך נישט די תירוצים אויף די קשיות, אבער אני נוהג ווען איך בארג א ספר פון א בית המדרש פרעג איך רשות פונעם אחראי (שמש, ספרים קויפער וכדו’) פלאס איך לייג איין א צוואנציגער (אפי’ ער בעהט נישט).
אוועטאר
בלאט פלעק
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 22, 2023 3:23 pm

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלאט פלעק »

דאכט זיך מיר אז הרה״ג ר׳ מיכל שטיינמעץ שליט״א האט א תשובה אז קיינער קען נישט גיבן קיין רשות ארוסצונעמען קיין ספר פון ביהמ״ד אפילו די גבאי חק״ס.
מצילי אש ד׳ראקלענד
24 hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 9:04 pm
די איסור להוציא איז בפשטות נישט ווייל איין טאג גייט א צווייטער עס בארגן און נישט צוריק ברענגען, נאר ווייל בשעת ס'ליגט ביי דיר קען קיינער אין בית המדרש נישט הנאה האבן דערפון , עס איז געמאכט צו נוצן אין שול, נישט אהיים צו נעמען.
אפשר האב איך נישט גוט מסביר געווען די שאלה,
אוודאי אז א ספר וואס ווערט גענוצט אין בימ"ד מעג איך נישט ארויסנעמען און האלטען אינדערהיים ווייל מארגען וויל איך אויפשטיין פארטאגס און לערנען ביי מיר אין דיינינגרום...
אבער מכאן קומט ארויס צוויי שאלות.
1. א ספר וואס קיינער נוצט נישט, [דהיינו ס'איז כמעט זיכער אז קיינער גייט נישט פונקט היינט נוצען די ספר. למשל א ספר אויף חנוכה, שבועות צייט. אדער א ספר וואס איז שוין פארשטויבט וכדו', און נישט מסתבר אז פונקט היינט גייט איינער באשליסען הנאה צו האבען פון דעם ספר].
2. א ספר וואס ווערט יא גענוצט. אבער איך וויל יעצט לערנען אין די ספר. [פארשטייסט אז אויב זיץ איך יעצט אין בימ"ד מיט די גמרא, קען נישט איינער קומען און עס אוועק שלעפען פון מיר ווייל ס'געהערט צום קהל...] איך וויל עס אהיים נעמען און גלייך נאך וואס איך ענדיג לערנען ברענג איך עס צוריק. דהיינו- בשעת איך האב הנאה פון די ספר קען דאך קיינער סייווי נישט הנאה האבען דערפון, אויב אזוי קען איך שוין הנאה האבען פון דעם אינדערהיים.

קלארשטעלונג: פשוט אז ס'איז נישט מענטש'ליך. איך וויל דן זיין דא בפלפולא דאורייתא און אין די הלכה'דיגע חלק שבו.
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

דעיס סאונד אביסל ווי א ליטווישער שאלה...

ביי אונז האט מען געוויסט. מ’נעמט עס אהיים, און ווען מ’דערמאנט זיך, ברענגט מען עס צוריק...

(פאר די אידן מיט שוואכע הארצער ’ס’איז נאר א ווערטל’)
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 9:25 pm
ווייסעך נישט די תירוצים אויף די קשיות, אבער אני נוהג ווען איך בארג א ספר פון א בית המדרש פרעג איך רשות פונעם אחראי (שמש, ספרים קויפער וכדו’) פלאס איך לייג איין א צוואנציגער (אפי’ ער בעהט נישט).
וגם אני נוהג כן.

וכנזכר לעיל, איך וויל וויסען צו הלכה'דיג קען איינער בכלל געבען רשות, אדער גאר אפשר דארף מען ניטאמאל קיין רשות.
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

בלאט פלעק האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 9:29 pm
דאכט זיך מיר אז הרה״ג ר׳ מיכל שטיינמעץ שליט״א האט א תשובה אז קיינער קען נישט גיבן קיין רשות ארוסצונעמען קיין ספר פון ביהמ״ד אפילו די גבאי חק״ס.
דאס איז ממש וואס איך וויל וויסען.
האסט אפשר א פונקטליכער מ"מ?

@געגאנגן הרב שטיינמעץ איז א ליטווישער?

באקומען אין אישי א לינק צו אוצה"ח https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=47118
איינער שרייבט:
ראשית, יש לתת את הדעת באיסור הוצאת ספר מבית הכנסת ללא רשות. מצאנו פוסקים שכתבו שיש על כך 'תקנה קדומה' שלא להוציא ספר מבית הכנסת (גר"א - חושן משפט סימן קס"ג ס"ק ק"ה, ערוך השלחן שם סעיף י"ז ודבר שמואל (אבוהב) סימן צ"א). ויש שכותבים בספרים שיש 'חרם הקדמונים' שלא להוציא ספר מבית המדרש בלי רשות, אבל אין לזה מקור ואין בו שום תוקף וכוח להלכה (ראה שו"ת אהל יהושע בומבאך סימן קכ"ב).
און א צוויטער איז מוסיף:
עיין עוד שו"ת אפרקסתא דעניא ח"א קצב
קובץ בית ועד לחכמים חלק ז בהרחבה
איך האב נאכנישט נאכגעקוקט די מ"מ.
לעצט פארראכטן דורך ראובן איש מהעם אום מאנטאג אפריל 01, 2024 9:44 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

די טובי הקהל זענען באלבאס, און זיי זענען נבחר מרוב קהל, זיך מטפל זיין בכל עניני הקהלה, דיני ממונות.
וואס זיי זעען פאר א טובה, גייען זיי נאך רוב דעות, אדער אויב איז דא יחידים הנבחרים, אדער ממונים בהסכמת הקהל, קענען זיי טון כפי ראות עיניהם.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17270
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

עס איז א מחבר (חו"מ קס"ג ס"ו) 'נמצא בתקנות קדומות שלא להוציא טלית או ספר מבית הכנסת בלי רשות בעלים'.

און אז עס געהערט פארן ביהמ"ד זענען די גאנצע ציבור בעלים, און זיי האבן ממנה געווען דעם גבאי חק"ס האט ער די רעכט צו געבן אדער נישט געבן רשות, פונקט ווי די אנדערע עניני הביהמ"ד ליגט די כח ביד גבאי הביהמ"ד.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אריה שאג
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 10, 2024 5:16 pm

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה שאג »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:34 am
עס איז א מחבר (חו"מ קס"ג ס"ו) 'נמצא בתקנות קדומות שלא להוציא טלית או ספר מבית הכנסת בלי רשות בעלים'.

און אז עס געהערט פארן ביהמ"ד זענען די גאנצע ציבור בעלים, און זיי האבן ממנה געווען דעם גבאי חק"ס האט ער די רעכט צו געבן אדער נישט געבן רשות, פונקט ווי די אנדערע עניני הביהמ"ד ליגט די כח ביד גבאי הביהמ"ד.
און וואס טוט זיך אויב עס איז נישטא קיין גבאי אזוי ווי ......... ?
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 11:41 pm
בלאט פלעק האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 9:29 pm
דאכט זיך מיר אז הרה״ג ר׳ מיכל שטיינמעץ שליט״א האט א תשובה אז קיינער קען נישט גיבן קיין רשות ארוסצונעמען קיין ספר פון ביהמ״ד אפילו די גבאי חק״ס.
דאס איז ממש וואס איך וויל וויסען.
האסט אפשר א פונקטליכער מ"מ?

@געגאנגן הרב שטיינמעץ איז א ליטווישער?
@בלאט פלעק האסט געטראפען די תשובה?
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ווער איז בעה"ב אויף די ספרים אין ביהמ"ד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

אוראייניקל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:34 am
עס איז א מחבר (חו"מ קס"ג ס"ו) 'נמצא בתקנות קדומות שלא להוציא טלית או ספר מבית הכנסת בלי רשות בעלים'.

און אז עס געהערט פארן ביהמ"ד זענען די גאנצע ציבור בעלים, און זיי האבן ממנה געווען דעם גבאי חק"ס האט ער די רעכט צו געבן אדער נישט געבן רשות, פונקט ווי די אנדערע עניני הביהמ"ד ליגט די כח ביד גבאי הביהמ"ד.
בפשטות רעדט די מחבר פון א ספר וואס געהערט צו א יחיד, יעו"ש ביאוה"ג ודו"ק.
אבער אין ערוך השולחן האב איך יא געזען אז ער איז מוסיף אז אויך ספרים פון ביהמ"ד. [יעו"ש דמוכח דהוא הוספה דילי'].
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”